‫למעלות כבוד רבנים גאונים וצדיקים‪ ,‬אדמורי"ם‪ ,‬ראשי ישיבות‪ ,‬וכל שום וחינכא דאית לכי‪ ,‬כולם קדושים‪

,‬כולם טהורים‪,‬‬
‫שליט"א‬
‫אחר דרישת שלומכם הרמה בטוב ובנעימים‪.‬‬
‫פתח דברי‪ ,‬וואלט איך געוואלט בעטן ממעלות כבוד תורתכם מיר צו געבן אפאר פון אייער גאר טייערע מינוטן‪ .‬איך קום דא נישט‬
‫פאר מיינט וועגן‪ ,‬איך קום דא פאר די אינטרעסן פונעם כלל‪ ,‬פון די קומענדיגע דורות‪ ,‬און פאר אייערע אינטרעסן‪.‬‬
‫אזוי ווי איך שרייב מיך נישט אונטער מיט מיין ריכטיגער נאמען‪ ,‬וועל איך אייך געבען אביסעל פרטים איבער מיר‪ .‬איך בין וואס‬
‫איר רופט אן א כופר‪ ,‬אדער אן עיטיאיסט‪ .‬איך גלייב נישט אין גארנישט‪ .‬מיט דעם אלעם‪ ,‬וואוין איך אין א היימישע געגענט‪ ,‬איך‬
‫האב א פרומע ווייב וואס האט נישט קייו אנהונג איבער מיין "מצב"‪ ,‬איך האב זיסע לעכטיגע קינדערלעך וואס לערנען אין אייערע‬
‫מוסדות‪ ,‬איך בין א "שיך און זאקן" אינגערמאן‪ ,‬און אסאך וועלן זאגן אז איך בין א שטיקל בר אוריין‪ .‬ווען עס איז עין רואה‪ ,‬פיר‬
‫איך מיך אויף פרום און ערליך‪ .‬אבער ווען איך בין בכסה‪ ,‬ווען שלעכטע אויגן זעהן נישט‪ ,‬טוה איך מה שליבי חפץ‪ ,‬אלעס וואס די‬
‫גויאישע וועלט האלט פאר מאראליש און עטיש‪.‬‬
‫יעצט צום ענין וואס איז עומד על הפרק און ווערט נידון על שלחן מלכים‪ ,‬מאן מלכי רבנן‪ .‬דאס איז דער ברענערדיגער פראבלעם‬
‫פאר אידישקייט‪ ,‬דער אינטערנעט‪.‬‬
‫איך וועל אייך דערציילן אביסעל סודות פון חדר‪ .‬אני הקטן קען צענדליגער היימישע מענטשן וואס זענען כופרים ווי מיר‪ ,‬און‬
‫אויך זיי פירען זיך אויף ווי פרומע פערזאנען אין אייערע בתי מדרשים‪ .‬מענטשען וואס זאגען דעם ונתנה תוקף אום יום הקדוש‬
‫אויפן פילען מאגען‪ .‬צווישען זיי געפינען זיך‪ :‬מחוטב עציך ועד שואב מימיך‪ ,‬אנשים ונשים‪ ,‬אייערע ראשי קהלה‪ ,‬שיינע אידן‪ ,‬ווי‬
‫אויך מגידי שיעור‪ ,‬כלי קודש‪ ,‬און אפילו אזאלעכע וואס טראגן דעם טיטל רבנים גאונים וצדיקים‪ .‬רובא דרובא פון זיי זענען‬
‫קאליע געווארן אויפן אינטערנעט!‬
‫איך קען צענדליגער‪ ,‬און איך קען נאר א מקצת‪ ,‬און אפשר גאר‪ ,‬נאר א מקצת שבמקצת‪.‬‬
‫איר וועט אודאי פרעגן‪ :‬פארוואס פארצייל איך אייך דאס? פארוואס גיב איך אייך ארויס סודות וואס איז קעגען מיין אינטרעס אז‬
‫איר זאלט וויסן? מה לו לכהן בבית הקברות? פארוואס דארפט איר צדיקים וויסן וואס עס גייט פאר בחדרי חדרים? דער תירוץ‬
‫איז זייער ווייטאגלעך‪.‬‬
‫שוין אן ערך פון פינעפצען יאר וואס איר רבנים פרובירן אויסצוראטן דעם שטן המשחית‪ ,‬דעם אבן נגף לבית ישראל‪ ,‬דעם "כלי"‪.‬‬
‫דער הויעך פונקט איז געווען דער כינוס כלל ישראל‪ .‬זינט דעמאלס‪ ,‬האט איר זיך גענומען מיט אלע כוחות‪ ,‬ביי האק און ביי‬
‫קראק‪ ,‬דאס אויסצוראטן‪ .‬טייל האבן גע'אסר'ט קאמפיאטערס אונדערהיים‪ ,‬אנדערע האבן גע'אסר'ט אינטערנעט אונדערהיים‪,‬‬
‫כולם פה אחד האבן גע'אסר'ט אומגעפילטירטע אינטערנעט ווי און ווען אימער‪ .‬איר פראבירט מיט כל מיני גדרים וסייגים‪ ,‬קהילה‬
‫פילטערס‪ ,‬ווייט ליסטעס אא"וו‪ .‬איר פארבירט מיט אלע ערליי טעראר מיטלען‪ ,‬די קינדער‪ ,‬פסול לעדות‪ ,‬נישט קענען דאווענען‬
‫פאר'ן עמוד‪ ,‬כלי קודש ווערן געסטראשעט מיט זייערע פרנסות‪ ,‬וכו' וכו' וכו'‪.‬‬
‫און עס ארבעט נישט! ניין‪ ,‬עס ארבעט נישט‪ .‬צו איר ווילט עס מודה זיין ברבים צו נישט‪ ,‬אבער פרייוואט ווייסען עס די מער‬
‫קליגערע און מער באהאווענטע צווישן אייך‪ .‬דער עולם רעוואלטירט‪ ,‬אין גרויס'ן!‬
‫איר ווילט אודאי פארשטיין מה נשתנה‪ ,‬פארוואס איז דער אינטערנעט עפעס ווי אייערע פסקים און גדרים ווערן נישט אנגענומען‬
‫ביי כלל ישראל? וואס איז געשעהן אז דער איסור ווערט אויסגעלאכט? כאפט טאקע נישט דער עולם ווי שעדליך עס איז?‬
‫איך וועל אייך פראבירן פארשטיין געבען‪ ,‬צוטיילט אויף עטליכע חלקים ‪ .1‬דער פראבלעם ‪ .2‬פארוואס אייער וועג ארבעט נישט‬
‫‪ .3‬וואס קען אפשר יא ארבעטן‪.‬‬
‫***‬

‫‪1‬‬

‫דער פראבלעם‬
‫אנדערש ווי איר מיינט אז דער פראבלעם איז ראיות אסורות און זנות‪ ,‬איז דער פראבלעם א פיל גרעסערער‪ ,‬עס איז מינות‬
‫וכפירה‪ ,‬דער יסוד פון אידישקייט ווערט אויפגעשאקלט‪ .‬די דרייצען אני מאמין'ס זענען אויפן וואג שאל‪.‬‬
‫נישט דער ולא תתרו איז אייער גרעסטער פראבלעם‪ ,‬גוגל‪ ,‬וויקיפידיע‪ ,‬בלאגס‪ ,‬יוטוב אד"ג זענען‪ .‬דאס פרייהייט פון‬
‫אינפארמאציע איז דער גרעסטער שטער! איר זענט מער נישט בעל הבית אויף אייערע תלמידים וחסידים'ס מוחות‪ ,‬איר קענט מער‬
‫נישט קאנטרעליראן וואספארא אינפארמאציע זיי זאלען באקומען‪ ,‬און נאך ערגער‪ ,‬איר קענט שוין נישט קאנטרעליראן‬
‫וואספארא אינפארמאציע זיי זאלען "נישט" באקומען! איר האט אן השגה וואספארא חורבנות איין "שבת בלעטל" זייעט אן? איר‬
‫ווייסט אפילו וואס א שטיקל קטלא קניא מיינט? א לומדות פון שטריימאל? א פראקטיק פון שפיטצעל? א דערהער פון אנפיאות?‬
‫איינמאל איינער גייט ארויף אויפן אינטערנעט האט איר פארלוירן די עקסקלאסיוו רעכטן אויף זיין‪/‬איר מהלך המחשבה!‬
‫נעמט מיך פאר א משל‪ ,‬איך בין אויפגעצויגן געווארן אין אייער חינוך סיסטעם‪ ,‬מיט אמונה פשוטה‪ ,‬חלילה צו טראכטן און פרעגן‪,‬‬
‫אלעס וואס מען לערענט אין חדר איז אמת ויציב צו מען פארשטייט עס יא און אודאי אויב מען פארשטייט עס נישט‪ .‬עס האט פיין‬
‫געארבעט‪ ,‬ביז איך בין ארויף אויפן אינטערנעט‪.‬‬
‫אויף איין מאל האט זיך דער גאנצער וועלט געעפענט‪ .‬פונעם רמב"ם און דעם כוזרי‪ ,‬ביז שלום עליכם און היטשענס‪ .‬פונעם ברית‬
‫החדשה און דעם קאראן‪ ,‬ביז אמנון יצחק און אורי זוהר‪ .‬אלעס‪ .‬גארנישט איז מער געווען פארהוילן פון מיר‪.‬‬
‫פלוצלינג האט 'ביג בענג' אנגעהויבן צו מאכן מער סענס ווי גאט‪ ,‬סייענס מער פון בראשית ברא‪ ,‬כלל ישראל'ס היסטאריע האט‬
‫באקומען גאר אן אנדערן בילד‪ ,‬די תורה האט באקומען אן אנדער פארב‪ ,‬עווילאשען האט געטוישט מיין בליק אויף די וועלט‪.‬‬
‫מיינע אויגן און מחשבה האבן זיך גע'עפענט‪ ,‬זאכן וואס איך פלעג אייביג גלייבן האבן פלוצלינג אנגעהויבן אויסצוזעהן נעריש און‬
‫נישט צו דערזאך‪ .‬איך האב אנגעהויבן צו טראכטן און געהאט אסאך קשיות‪.‬‬
‫איך האב געזוכט‪ ,‬גענישטערט‪ ,‬געפרעגט‪ ,‬געאימיעלט‪ ,‬פארברענגט אויף היימישע גרופעס בשבת אחים ואחיות גם יחד‪ ,‬גערעדט‬
‫מיט גרויסע קירוב אגענט'ן‪ ,‬מיט אפענע אפגעפארענע‪ ,‬מיט באהאלטענע אפגעפארענע‪ ,‬ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז‬
‫אלעס וואס איר האט מיט מיר געלערנט איז הבל הבלים‪ .‬דער אמת ליגט ערגעץ אנדערש‪.‬‬
‫אינפארמאציע האט מיך געטוישט‪ ,‬און איך בין נישט דער יוצא מן הכלל‪ .‬כמעט יעדער איז היינט צוטאגס צוגעבונדען צום‬
‫אינטערנעט‪ ,‬עס איז קרוב אליך הדבר מאוד‪ ,‬עס ליגט אין טאש‪ .‬און א גרויס חלק האבן שוין גע'גוגל'ט דאס ווארט "גאט"‪.‬‬
‫דער ערא פון האלטן דעם עולם פארמאכט איז געקומען צו אן ענדע!!!‬
‫דאס איז דער פראבלעם! דער אידישקייט וואס איך בין אויפגעצויגן געווארן דערין‪ ,‬איז געשטעלט אויף תמימות‪ ,‬עס קען נישט‬
‫אויסהאלטן קיין אפענקייט‪ ,‬אבער דער היינטיגער וועלט‪ ,‬דער אינטערנעט וועלט‪ ,‬איז געשטעלט אויף אפענקייט‪ .‬די צוויי זאכן‬
‫גייען נישט אונאיינעם‪ ,‬עס איז אש ומים‪.‬‬
‫***‬
‫פארוואס אייער וועג ארבעט נישט‬
‫איר פארבירט מיט אלע מיטלן צו האלטן דעם עולם אוועק פונעם אינטערנעט‪ .‬עס האט נישט געארבעט ביז יעצט און עס וועט‬
‫ווייטער נישט ארבעטן‪.‬‬
‫איר האט נאך אזא מערכה נישט געהאט‪ ,‬קיינמאל‪ .‬אדרבה‪ ,‬טראכט אריין‪ ,‬ווען אין די אידישע היסטאריע האט מען געדארפט ניצען‬
‫קינדער אלס וואפן קעגן עלטערן? קיינמאל! מען האט אויסגעראטן דעם טעלעוויזיע ביי כלל ישראל אן ניצען די מוסדות פאר א‬
‫שטעקן‪ .‬דער עולם האט געהארכט און געפאלגט‪.‬‬

‫‪2‬‬

‫אינטערנעט איז אבער גאר אן אדער מסכת‪ ,‬דער שווערסטער מסכת כלל ישראל האט אמאל קענען געלערענט‪.‬‬
‫ראשית כל‪ ,‬מען קען נישט לעבן אן דעם‪ ,‬אוממעגליך! מען דארף דאס האבן פאר פרנסה און פאר אלעם אנדערש‪.‬‬
‫איר קענט דאס אליין פארשטיין‪ .‬אייער גבאי‪/‬הויז בחור‪/‬שיק יונגעל מיז האבן אינטערנעט‪ ,‬און ער האט‪ .‬אנדערש וואלט ער נישט‬
‫געקענט ארויסשיקן די טוויטערס פון אייער לאקאציע יעדע פינף מינוט‪ ,‬די אימעילס מיט אייער פיקטשערס‪ ,‬ער וואלט אייך נישט‬
‫געקענט דיפענדען אויף די פורומס‪ ,‬ארום שיקן אייער דברי תורה ושיחות חולין‪ ,‬אייער פראפעגאנדע מאטריאל‪ .‬איר וואלט געווען‬
‫אויס קאפעליטש מאכער‪ .‬אויב איז עס גענוג וויכטיג פאר אייך‪ ,‬איז עס על אחת כמה וכמה לעבענס וויכטיג פאר איינעם וואס‬
‫ארבעט פאר פרנסה‪.‬‬
‫נאך מער‪ ,‬א חלק פון אייך האבן שוין רעזאגנירט צום פאקט אז עס איז וויכטיג פאר פרנסה‪ ,‬אבער האלט'ן אז פאר'ן טאג‬
‫טעגליכען לעבן איז עס מותרות‪ ,‬אומוויכטיג‪ .‬אבערווייז‪ ,‬נאך ווי איז עס וויכטיג‪ ,‬און וויפעל עס איז יעצט וויכטיג‪ ,‬וועט עס ווערן‬
‫אלף פעמים ככה וויכטיג אין די קומענדיגע יארן‪ .‬מייקראסאפט‪ ,‬עפל‪ ,‬גוגל‪ ,‬סעמסאנג אא"וו קומען יעדען טאג אויף מיט נייע‬
‫המצאות וואס מאכן דעם אינטערנעט א חלק פונעם לעבן‪ ,‬נישט דוקא פאר פרנסה‪ ,‬נאר פאר'ן מינוט ביי מינוט געברויך‪.‬‬
‫נעמט גוגל'ס "עקס לאבריטאריע" פאר א דוגמא‪ .‬דארטן זיצט דער ס"מ אליינס‪ ,‬הוא השטן הוא היצר הרע הוא המלאך המות‪ .‬ער‬
‫ארבעט דארטן אויף פריעקטן וואס גייען ארויסקומען און די קומענדיגע יאר'ן‪ .‬איבער הונדערט פריעקטן ווערן דארטן‬
‫אויסגעארבעט‪ .‬כמעט קיינער ווייסט נישט פונקטלעך וואס‪ ,‬אבער עטליכע זאכן זענען ארויס גערינען‪ ,‬ווי‪ :‬א קאר וואס דרייווט‬
‫זיך אליין‪ ,‬טעלערס וואס וועלען האלטן חשבון וויפעל קעלעריס איר עסט‪ ,‬אפלייענסעס וואס וועלן ווערן קאנטראלירט דורך'ן‬
‫סעלפאון‪ ,‬גלעזער וואס וועט זיין א קאמפיאטער‪ ,‬שיך וואס מען וועט קענען אנשטעלן צו ווייזן און פירן אויף דעם וועג וואס איר‬
‫ווילט גיין‪ ,‬און אסאך אנדערע זאכן‪ .‬אלעס וועט זיין פארבינדען מיטן אינטערנעט‪ .‬זאגט איר אליין‪ ,‬וועט נאך שייך זיין צו אסר'ן‬
‫אינטערנעט?‬
‫אויב ארבעט ביי גוגל דער ס"מ‪ ,‬ארבעט ביי עפל די לילות‪ .‬אויך דארטן שלאפט מען נישט‪ ,‬אויך דארטן ווערן פאברעצירט כלים‬
‫מכלים שונים וואס מען וועט נישט קענען לעבן אן דעם‪.‬‬
‫נישט אלע זייערע חלומות וועלן זיך אויסארבעטן‪ ,‬אבער אסאך דערפון גייען ווערן א מציאות‪.‬‬
‫עס איז נישט ווייט די טעג ווען די לעקטאר קאמפעני וועט נאר שיקן דעם ביל דורך אימעיל; ווייפיי וועט זיין אומזינסט איבעראל‪,‬‬
‫אלעס וועט זיין פארבינדען מיט דעם‪ ,‬עס וועט נישט זיין מעגליך דאס צו פילטערן; געלט גייט ארויסגיין פון באנוץ‪ ,‬אלעס וועט‬
‫זיין עילעקטאראניש‪ ,‬אנליין‪ .‬וועט נאך זיין מעגליך צו אסר'ן אינטערנעט?‬
‫טראכט אריין‪ ,‬ווען פרייע ווייפיי וועט זיין איבעראל‪ ,‬מיר וועלן זיין ארומגענומען דערמיט איבעראל‪ ,‬אייביג‪ ,‬מיר וועלן זיין‬
‫דערינען ווי אין די סוכה‪ ,‬מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים‪ ,‬בנוסף צו דעם וועלן אלע עילעקטאראנישע כלים זיין אנגעבינדען‬
‫דערמיט‪ ,‬און נישט דוקא דער קאמפיאטער‪ ,‬טעבלויט‪ ,‬און סעלפאון‪ ,‬נאר דער האנט זייגער‪ ,‬וואנט זייגער‪ ,‬וועקער זייגער‪ ,‬דער‬
‫דיש וואשער‪ ,‬וואש מאשין‪ ,‬מייקראוועיוו‪ ,‬דער קאר‪ ,‬קעמרא‪ ,‬אלע קינדער שפילערייען‪ ,‬און וואס נישט? וועט דען נאך זיין‬
‫מעגליך דאס צו אסר'ן?‬
‫ועוד‪ ,‬צו ווייסט איר אז עס שוין יעצט איז נישט מעגליך צו פילטערן א סמארטפאון? ווער עס זאגט אייך אנדערש איז א שוטה‪ ,‬א‬
‫געלט גייציגער‪ ,‬און‪/‬אדער א פאוער זיכער‪ .‬וואס איז אייער עצה צו דעם? אסר'ן סעלפאונס?‬
‫און לאמיר שוין זאגן אז מען וועט קענען פילטערן פון שמוץ‪ ,‬ווי אזוי גיבט מען זיך אבער אן עצה מיטן עכטן פראבלעם? מיט‬
‫אינפארמאציע‪ ,‬מיט דערויסענדיגע השקפות‪ ,‬ווי אזוי פילטערט מען דאס?‬
‫דער אינטערנעט האט אריבער א האלב בליאן וועב זייטלעך‪ ,‬אפילו איר פילטערט ניין אין נייציג פראצענט דערפון‪ ,‬בלייבט נאך‬
‫אלץ איבער אריבער א האלב מיליאן אומגעפילטערטע וועב זייטלעך! און קיין איינס דערפון האט נישט קיין הכשר‪ ,‬נישטאמאל‬
‫פונעם או יו‪.‬‬

‫‪3‬‬

‫און צום לעצט אביסל חומר למחשבה‪ .‬יעדער ווייסט שוין היינט אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער מיט שטרענקייט און פעטש‪.‬‬
‫יעדע נארמאלע מוסד האט שוין געטוישט דעם חינוך סיסטעם צו גיין מער מיט גוטן )אל אף וואס עס פארלאנגט זיך נאך אסאך‬
‫ארבעט אין דעם נושא‪ ,‬עס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך(‪ .‬אויב ארבעט נישט טעראר ביי קינדער‪ ,‬היעלה על הדעת אז ביי‬
‫ערוואקסענע וועט דאס יא ארבעטן? איר האלט טאקע אז דער עולם איז גולם? אז איר קענט סטראשענען דעם עולם און מען וועט‬
‫פאלגען? צו האלט איר טאקע אז איר קענט איינפירן שאריע געזעצען און דער עולם וועט נאכגיין ווי בלינדע שעף? דער‬
‫אינטערנעט וואס איר פארבירט צו אסר'ן מיט אלע כוחות‪ ,‬האט שוין אראפגעווארפן דיקטאטורן וואס האבן געהאט צו זייער‬
‫באנוץ מער פון מוסדות‪ ,‬זיי האבן געהאט טאנקען‪ ,‬עראפלאנען‪ ,‬און באמבעס‪ .‬בדבר אשר זדו‪ ,‬עליהם‪.‬‬
‫וועקט אייך אויף פון אייערע חלומות און דמיונות‪ .‬אייערע תכסיסי מלחמה ארבעט'ן נישט‪ ,‬דעם אינטערנעט קען מען נישט אסר'ן‬
‫און נישט פילטערן אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על טהרת הקודש‪ ,‬פינטל‪.‬‬
‫***‬
‫וואס קען אפשר יא ארבעטן‪.‬‬
‫רבותינו‪ ,‬הגיע זמן קריאת שמע‪ ,‬עס איז אנגעקומן די צייט צו לערנען מיט די קינדערלעך דעם שמע ישראל‪ ,‬דעם אחד‪ ,‬דעם‬
‫ואהבת‪.‬‬
‫מען קען שוין נישט מחנך זיין א פארמאכטן דור וואס דארף גלייבן ווייל מען דארף גלייבן‪ .‬עס זענען דא צופיל כוחות דערקעגן‪,‬‬
‫איר שלאגט אייך מיט א רוח שאינו מצויה‪ .‬איר דארפט פילעווען אמונה מיט די קינדער‪ ,‬מסביר זיין‪ ,‬פארשטיין געבן‪ ,‬זיי‬
‫אויפבויען‪ .‬איר דארפט זיי אנגרייטן צו קענען ביישטיין די שרעקליכע ווינטן וואס זיי וועלן זיך באגעגענען ווען זיי וועלן זיין‬
‫אויפן אינטערנעט‪ ,‬און זיי וועלן זיין אויפן אינטערנעט‪ ,‬רעדט אייך נישט איין אנדערש‪.‬‬
‫אנשטאטס ניצן דעם געווער וואס איר האט אין אייער האנט‪ ,‬די מוסדות‪ ,‬אלץ א טעראר מיטל‪ ,‬ניצט עס מחנך זיין קינדער מיט א‬
‫פארשטאנד פארוואס מען דארף גלייבן‪ ,‬וואס די אני מאמין'ס מיינען‪ ,‬וואס עולם הבא מיינט‪ ,‬וואס תחיית המתים מיינט‪ ,‬דעם אנכי‬
‫ולא יהיה לך‪ ,‬ווייזט זיי אויף אז איר פארקויפט זיי דעם אמת‪ ,‬גיבט זיי די כלי מלחמה און די פאנצערס אז זיי זאלן קענען‬
‫אויסהאלטן דעם שונא'ס שווערע אטאקעס‪.‬‬
‫והשנית‪ ,‬איר דארפט זיס מאכן אידישקייט‪ ,‬איר דארפט בא'טעמ'ט מאכן דעם פרומען געזעלשאפט און לעבענס שטייגער‪ .‬זאגן פאר‬
‫קינדער ווי שלעכט א גויאיש לעבן איז‪ ,‬האט געארבעט איידער עס איז געווען יוטוב‪ ,‬נעט פליקס‪ ,‬און האולאו‪ .‬עס ארבעט שוין‬
‫נישט היינט‪ .‬מיט איין דרוק‪ ,‬מיט איין קוק‪ ,‬פאלט אלעס אוועק‪.‬‬
‫עס איז געקומען די צייט צו טוישן‪ .‬דער מהלך פונעם ראשית חכמה ארבעט נישט היינטיגע צייטן‪.‬‬
‫הערט אויף מיט דעם נעגעטיווער דרך‪ ,‬ענדיגט מיט די איסורים שאין בהם ממש‪ ,‬ווי‪ :‬אסר’ן ליפא שמעלצער‪ ,‬קול מבשר‪ ,‬עירוב‪,‬‬
‫פרעס טראק‪ ,‬צוויי שטיקעלדיגע דאסטערס‪ ,‬קאנצערטאן‪ ,‬דער שטערן‪ ,‬די פיקטשער ביכלעך‪ ,‬גל פז‪ ,‬ארטסקרול‪ ,‬אד"ג‪ .‬יעדער‬
‫ווייסט און זעהט אז עס איז א פורים שפיעל‪ ,‬עס מאכט נאר דעם אידישען לעבן אומאנגענעם‪ ,‬פרעשורדיג‪ .‬בנוסף וואס עס מאכט‬
‫אז אייערע אנדערע פסקים‪ ,‬דארט ווי עס האט יא האפט‪ ,‬זאל מען אויך נישט צוהערן‪.‬‬
‫הייבט אן צו ארבעטן אויף א פאזעטיווער דרך‪ ,‬מאכט דעם עולם וועלן זיין אידיש‪ ,‬זיי זאלן נישט זיין אינטרעסירט צו זיכן עפעס‬
‫אנדערש‪ .‬עס איז דא גענוג אינטערטענמענט בדרך התורה‪ ,‬נוצט עס‪ .‬קוקט ווי אזוי די "שוואכע" אינגעלייט ווערן צוגעצויגן צו‬
‫ברסלב‪ ,‬מען טאנצט‪ ,‬מען זינגט‪ ,‬מען זאגט זיי אז זיי זענען וואויל און פיין‪ ,‬זיי באקומען דארט גענוג גייסטישע דראגס אז זיי זענען‬
‫צופרידן און טראכטן נישט‪ .‬לערנט אייך פון זיי‪.‬‬
‫און קורצן‪ ,‬איר דארפט קענען מחנך זיין א אידיש דור וואס קען ארבעטן מיט אינטערנעט!!!‬
‫***‬

‫‪4‬‬

‫איידער איך בין מסיים מיינע רייד‪.‬‬
‫איר וואונדערט זיך מסתמא פאר וואס איך‪ ,‬א כופר‪ ,‬איז אינטרעסירט אז אידישקייט זאל בליען? פארוואס איך געב אייך עצות ווי‬
‫אזוי מתקן זיין דעם פראבלעם?‬
‫דער ענטפער איז זייער פשוט‪ ,‬מיין הארץ בלוטיגט פאר מיינע אומשילדיגע קינדערלעך‪ ,‬איך פחד אז אויך זיי וועלן געוואויר ווערן‬
‫אביסל שפעט‪ ,‬ווען זיי וועלן שוין האבן א ווייב‪/‬מאן מיט קינדער‪ ,‬איך ציטער אז אויך זיי וועלן מיזן שפילען דעם שרעקליכן‬
‫באהאלטן שפיעל‪ .‬איך בלוטיג פאר די הונדערטער אויב נישט טויזענטער מענטשן וואס לעבן דאס צוויי זייטיג לעבן וואס איך‬
‫לעב‪ .‬איך בלוטיג פאר די טויזענטער און צענדליג טויזענטער קינדער וואס וועלן אויפוואקסן און דארפן לעבן מיין געצוואונגען‬
‫פארבארגען לעבן‪ .‬און איך בלוטיג פאר די אלע עלטערן וואס וועלן בלוטיגן אז זייערע קינדער פארן אפ‪ .‬קול דמי אחיך צועקים‬
‫אליכם ראשי ומנהיגי ישראל!‬
‫מורי ורבותי! ביטע‪ ,‬הערט אויף צו טוהן וואס איר טוט אייביג; ריאקציע‪ .‬סאיז צייט‪ ,‬איינמאל פאר אלעמאל צו טוהן אן אקציע!!!‬
‫זייט מקדם את פני הרע איידער עס איז צו שפעט!‬
‫עס איז דא צווישן אייך וואס האבן נישט די כשרונות צו פארשטיין וואס איך האב געשריבן‪ ,‬צו זיי האב איך נישט קיין טענות‬
‫ותביעות‪ .‬אנדערע צווישן אייך זענען אונטער די איינפלוס פון "עסקנים" וואס פארקויפן אייך תורת לאקשן‪ ,‬דעם מענהעטן מיט'ן‬
‫ברוקלין בריק‪ ,‬צו די בעט איך‪ :‬עפענטס אויף אייער אויגן און זעהטס‪ ,‬זעהטס וואס עס גייט פאר אין אייער ד' אמות‪ ,‬אונטער‬
‫אייער נאז‪ .‬ווידער איז דא צווישן אייך אזאלעכע וואס ווייסן אז איך בין גערעכט‪ ,‬איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע פון אייך‬
‫און איר האט מודה געווען אז איר ווייסט אז וואס איך האב געשריבן איז גערעכט‪ ,‬נאר איר האט מורא צו זאגן דעם אמת און‬
‫טוישן דער סיסטעם‪ ,‬איר ציטערט פון אפאר פאשקעווילן שרייבער‪ ,‬איר ווילט נישט הייסן קיין לינקער‪ ,‬צו אייך האב איך טענות!‬
‫איר וועט נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה!‬
‫און אויב דאס אלעס איז נישט גענוג אייך אויף צו וועקן‪ ,‬וועל איך אייך מגלה זיין נאך איין קלייניקייט‪ :‬עס איז דא צווישן אייך‬
‫רבנים וואס האבן קינדער און אייניקלעך מחללי שבת! זיי זיצן ביי אייער טיש און זינגען דעם קה רבון עלם מיט התלהבות‪,‬‬
‫ווייקען זיך ביים צמאה נפשי לאלוקים‪ ,‬דערנאך גייען זיי אהיים און באנוצן זיך מיטן קאמפיאטער‪ .‬איך קען זיי פערזענדילעך‪.‬‬
‫אויב כלל ישראל אונטרעסירט אייך נישט‪ ,‬מעגליך אז אייערע דורות וועלן אייך יא אונטרעסירן‪ .‬עשה למענך אם לא למעננו‪.‬‬
‫יותר ממה שקריתי לפניכם קען מען באהאנדלן‪ ,‬איך בין א מגלה טפח ומכסה עשרה טפחים‪ ,‬נישט אלעס קען מען באהאנדלן‬
‫ברבים און נישט אלעס קען איך אייך זאגען‪ ,‬עס איז דא זאכן וואס דארפן בלייבן בסוד כדי איר זאלט נישט וויסן ווי אזוי מענטשען‬
‫וואס זענען אין מיין מצב גיבן זיך אן עצה‪ .‬אויב ווילט איר זיך פארבינדען מיט מיר‪ ,‬שיקטס מיר אן אימעיל צום אימעיל אדרעסס‬
‫וואס איז ביים סוף פון דעם בריוו‪ .‬אויב איר האט נישט קיין אינטערנעט פארבינדונג קענט איר בעטן אייער גבאי'ן צו שיקן אן‬
‫אימעיל‪ ,‬איך געראנטיר אייך‪ ,‬ער האט אינטערנעט‪.‬‬
‫איך האב נישט די צייט אהיים צו שיקען דעם בריוו צו אייערע היים אדרעסן‪ ,‬ממילא בין איך עס מפרסם אויף עטליכע פלעצער ווי‬
‫אייערע חסידים ותלמידים פארברענגן אויפן אינטערנעט‪ ,‬מיטן האפענונג אז זיי וועלן עס אייך איבערגעבן‪.‬‬
‫איך ענדיג מיט א בקשה פון טיפעניש פון הארץ‪ :‬שמעו נא רבותי‪ ,‬קבל את האמת ממי שאמרו‪ ,‬ביטע מאכט נישט אוועק מיינע רייד‬
‫מיט ביטול נאר ווייל איך בין נישט קיין שומתו"מ אדער ווייל מיינע טענות זענען אזאלעכע וואס ווייניג האבן דעם קוראדזש דאס‬
‫צו זאגן‪ .‬איר זענט די בקיאים אין ש"ס ופוסקים‪ ,‬ווייל איר פארברענגט מיט דעם א גאנצן טאג‪ .‬איך אבער‪ ,‬בין א בקי באינטערנעט‬
‫ואבזרייהו ווייל איך פארברענג מיט דעם א גאנצן טאג‪ ,‬און בתוך עמי אנוכי יושבת‪ ,‬איך ווייס וואס עס גייט פאר ביים עולם‪.‬‬
‫ביטע‪ ,‬מורי ורבותי‪ ,‬ליינט איבער מיינע ווערטער מיט אן אפענעם קאפ‪ ,‬גיבט עס דעם מעגליכקייט אז איך האב גערעכטע פונקטן‪.‬‬
‫עשה למען יונקי שדים שלא יחטאו‪ ,‬עשה למען גמולי חלב שלא יפשעו‪ ,‬עשה למען תינוקות של בית רבן‪ ,‬עשה למען חייכון‪,‬‬
‫ובניכון‪ ,‬וחיי דכל בית ישראל‪ ,‬בעגלא ובזמן קרוב‪.‬‬
‫ווי עס ווייטאגט און פאדערט‬

‫‪5‬‬

‫אן אפגעפארענער‬

‫‪6‬‬