‫פרשת תזריע שנת תשע"ד גליון א'טו שנה כ'‬

‫און ס'געווען ממש סכנות ר"ל‪ ,‬מענטשן האבן‬
‫הרה"ק רבי יוחנן מרחמיסטריווקא‬
‫גע'חלש'ט ר"ל‪...‬‬
‫זצוק"ל‬
‫האט עמיצער געפרעגט פון רבי יוחנ'טשע‪:‬‬
‫ד' ניסן שנת תרנ"ה‬
‫שטארק משמח געווען און שטארק געפריידט‪ .‬פאר‬
‫וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען? דער‬
‫די עולם וואס איז דארט געשטאנען איז עס געווען‬
‫קיבוץ פון אידן וועט דאך זיין אסאך אסאך מער‪,‬‬
‫א פלא‪ ,‬זיי האבן עס טאקע געהייסן‪ ,‬אבער אז מען‬
‫כן יאבדו כל אויביך‬
‫און אויב מ'קען זיך דא נישט קיין עצה געבן‪ ,‬וואס‬
‫קען מאכן א שפיל דערציילן א מעשה וואס לא הי'‬
‫וועט זיין דעמאלטס? האט רבי יוחנ'טשע זי"ע‬
‫כ'האב געהערט פונעם טאטן ז"ל אז עס איז ולא נברא‪ ,‬און ער זאל זיך פרייען דערויף?!‬
‫געענטפערט‪" :‬וואס‬
‫אמאל געווען א צאר‬
‫איז דער פשט אז‬
‫אין רוסלאנד‪ ,‬א צורר‬
‫מ'שטופט זיך? אז‬
‫ישראל אין אמאליגע‬
‫איינער וויל אריין‬
‫דורות‪ ,‬און ער איז‬
‫אין יענעמ'ס גבול‪.‬‬
‫קראנק געווארן‪ .‬ווען‬
‫אבער ווען משיח‬
‫עס פלעגן אריין קומען‬
‫ביראת הכבוד ובחרדת קודש גשים אנו באימה מול ארון הקודש להביע אמירתנו לגבוה בברכת מזל טוב אל כבוד מאורינו נזר תפארתנו‬
‫וועט קומען וועט‬
‫צו הרה"ק רבי יוחנן‬
‫שליט"א‬
‫עט"ר‬
‫אדמו"ר‬
‫מרן‬
‫כ"ק‬
‫להוד‬
‫זיין 'כי מלאה הארץ‬
‫אידן פון יענעם געגנט‪,‬‬
‫דעה את השם‬
‫לרגל שמחת הולדת הבן אצל נכדו הרב יוחנן פינחס שליט"א‬
‫פון די שטעטלעך ארום‪,‬‬
‫(ישעיה יא‪ ,‬ט)'‪ ,‬וועט‬
‫בן הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדיל שליט"א וחתן הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר אבד"ק וויזניץ מאנשעסטער‬
‫פלעגט זיך הרה"ק רבי‬
‫יעדער זיין א 'מכיר את‬
‫יוחנן נאך פרעגן וועגן‬
‫והברכה אחת להסבים הצדיקים כ"ק האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א‬
‫מקומו (אבות ו‪ ,‬ו)' ‪ -‬און‬
‫וכ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א‬
‫דעם צאר‪ ,‬ווען מען‬
‫ממילא וועט קיינער‬
‫והגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א – ראש ישיבת וויזניץ בני ברק‬
‫האט אים געזאגט אז‬
‫נישט אריינקריכן אין‬
‫בגלל אבות יושיע בנים ובני בנים‪ ,‬לרוות רוב נחת דקדושה ברננים‪ ,‬לעטרת תפארת בית אבוה"ק‬
‫עס ווערט ערגער האט‬
‫יענעמ'ס גבול‪ ,‬וועט‬
‫כעתירת וברכת‪ :‬התאחדות חסידי סקווירא‬
‫ער זיך שטארק משמח‬
‫מען זיך קענען אן עצה‬
‫געווען‪ ,‬ער האט זיך‬
‫ב)‬
‫געבן!"‬
‫שטארק געפריידט און‬
‫ווען מען האט אים געזאגט אז עס איז בעסער‪ ,‬האט‬
‫ער זיך מצער געווען‪.‬‬
‫די חסידים האבן דאס שוין געוואוסט‪ ,‬ממילא‪,‬‬
‫ווען עס פלעגט צו קומען א איד פון יענעם געגנט‬
‫פלעגן זיי אים בעטן אז ער זאל זאגן אז עס ווערט‬
‫ערגער פון צייט צו צייט‪.‬‬
‫איינמאל איז געקומען א איד פון יענעם געגנט‪,‬‬
‫פון פעטערבורג‪ ,‬האבן זיי אים געבעטן אז ער זאל‬
‫זאגן אז עס האלט שוין גאר שמאל‪ ,‬עס ווערט‬
‫ערגער פון טאג צו טאג וכו'‪.‬‬
‫ווען ער איז אריין געקומען צו הרה"ק רבי יוחנן‪,‬‬
‫זענען די חסידים פונקט אויך דארט געשטאנען‪,‬‬
‫זיי האבן געהערט ווי דער רבי שמועסט מיט אים‪,‬‬
‫נאכדעם האט ער געפרעגט וועגן דעם צאר‪ ,‬האט‬
‫דער איד געזאגט אז עס ווערט ערגער פון מאל‬
‫צו מאל‪ ,‬די דאקטורים זענען זיך שוין מייאש‪ ,‬זיי‬
‫זאגן אז ער איז א גוסס‪ .‬האט זיך הרה"ק רבי יוחנן‬

‫בשעת זיי זענען געשטאנען און געטראכט‪ ,‬האט‬
‫זיך הרה"ק רבי יוחנן אנגערופן‪ :‬אין אמת'ן ווען א‬
‫איד קומט צו מיר און כאפט אן דעם קלאמקע פון‬
‫טיר און האט א מחשבה צו זאגן א ליגנט בין איך עס‬
‫גלייך מרגיש‪ ,‬נאר דעם ליגנט האב איך ליב צו הערן‪,‬‬
‫א)‬
‫ווייל עס וועט נאך זיין אמת!‬

‫מה יהיה בימות המשיח?‬
‫האב איך געהערט פונעם טאטן ז"ל אז די‬
‫חתונה פון הרה"ק רבי איציקל בויאנער זי"ע ווען‬
‫ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי יוחנ'טשע‬
‫ראחמיסטריווקער זי"ע איז געווען ביי א גרעניץ‪-‬‬
‫שטאט‪ ,‬ווייל דער האט נישט געטארט פארן אהין און‬
‫דער האט נישט געטארט פארן אהער‪ ,‬גאנץ רוז'ין‬
‫און טשערנאביל זענען געווען דארט‪ ,‬און די געדרענג‬
‫איז געווען שרעקליך‪ .‬מ'האט געזאגט גוזמאות וויפיל‬
‫מענטשן ס'זענען געווען דארט‪ ,‬אכציג טויזנט וכדו' ‪-‬‬

‫ידידות בינו לכ"ק מרן מהר"י זצוקללה"ה‬
‫דער טאטע ז"ל האט זייער ווייניג געהאלטן פון‬
‫מישן נעמען‪ .‬מישן באלעבאטישע מיט רבי'שע‪,‬‬
‫דאס זיכער נישט ‪ -‬אבער אפילו צוויי רבי'ס האט‬
‫ער געהאלטן אז ס'מוז זיין א ספעציעלע "שייכות"!‬
‫איינמאל איז געווען וואס ער האט געמישט צוויי‬
‫ברידער [כ"ק מרן מהר"י זצוק"ל ואחיו הרה"ק‬
‫רבי יוחנ'טשע זצוק"ל] האט ער אויך אסאך מאל‬
‫מסביר געווען אז זיי זענען געווען זייער נאנט‪ ,‬און‬
‫זיי האבן געשיקט קוויטלעך צום צווייטן‪ ...‬דאס‬
‫איז שוין אפילו זיי זענען געווען "צוויי ברידערס"!‬
‫ס'איז געווען א בחינה כמעט ווי ער האט זיך‬
‫"פארענטפערט" פארוואס ער האט געגיבן די צוויי‬
‫נעמען‪ .‬אויסער אויב ס'געפאלט אין א יארצייט‪ ,‬איז‬
‫ג)‬
‫שוין עפעס אנדערש!‬

‫א) מתוך סיפורי קודש ביו"ד דיליה‪ ,‬שנת תשל"ח‪ .‬ב) גליון בחצר הקודש‪ ,‬בלק תש"ע‪.‬‬

‫לע"נ ר' אפרים פישל משה ב"ר אברהם אלימלך ע"ה ‪ .‬ולע"נ מרת לאה ב"ר יוסף ע"ה ‪.‬‬

‫ולע"נ ר' נפתלי הירצקא טובי' ב"ר שמואל אליהו ע"ה‬

‫פרפראות‬
‫ע‬

‫אוצר אגדות‬
‫די השפעות טובות אינעם‬

‫ל פרשת השבוע‬

‫זאת תורת היולדת‬

‫יומא דהילולא‬

‫(יב‪ ,‬ז)‬

‫זאת תורת – דער עיקר פון לימוד התורה‪,‬‬
‫איז היולדת – עס זאל מוליד זיין גוטע מדות‪,‬‬
‫תשובה און מעשים טובים ביי דער וואס‬
‫לערנט‪.‬‬
‫דברי ישראל‬

‫והנה הנגע עמד בעיניו וגו' והסגירו הכהן‬
‫שבעת ימים שנית (יג‪ ,‬ה)‪.‬‬
‫דער ווארט 'נגע' איז דער זעלבער ווי‬
‫דער ווארט 'ענג'‪ ,‬און אויב א איד רעדט ח"ו‬
‫לשון הרע אדער ער קוקט נישט גוט אויף אן‬
‫אנדערן‪ ,‬דאן דרייט ער אויס דעם 'עונג' פון‬
‫השי"ת כביכול אויף 'נגע'‪ ,‬און דאס איז א סימן‬
‫אז ער איז נאכנישט ריין‪ .‬נאר ווען מען טוט‬
‫תשובה און מען לייגט דעם עי"ן אויפ'ן רעכטע‬
‫זייט‪ ,‬דאס הייסט מען האט די מדות פון 'עין‬
‫טובה ורוח נמוכה'‪ ,‬דאן איז מען מהפך דעם‬
‫'נגע' צו 'ענג'‪.‬‬
‫בת עין‪ ,‬וע"ע בספה"ק מאו"ע בפרשת טהרה‬

‫והנה כסתה הצרעת את כל בשרו וטהר את‬
‫הנגע‪ ,‬כולו הפך לבן טהור הוא (יג‪ ,‬יג)‪.‬‬
‫והנה כסתה הצרעת את כל בשרו אויך אויב‬
‫מען איז ליידער פארשמירט געווארן מיט‬
‫עבירות און בפרט מיט די עבירה פון לשון‬
‫הרע‪ ,‬אבער וטהר את הנגע – אויב מען טוט‬
‫תשובה און מען רייניגט זיך‪ ,‬כולו הפך לבן –‬
‫מיט א צעבראכן הארץ‪ ,‬ווי עס איז דער ר"ת‬
‫פון 'לבן' – ל'בו ב'קרבו 'נשבר‪ ,‬דאן טהור הוא‪.‬‬
‫הרה"ק רבי איציקל ראדווילער זצוק"ל [רזין‬
‫דאורייתא‪ ,‬פרשת שמיני]‬

‫אם בעיניו עמד הנתק וגו' וטהרו הכהן‬

‫(יג‪,‬‬

‫לז)‪.‬‬
‫אם בעיניו עמד הנתק – אויב מען האלט זיך‬
‫קליין‪ ,‬און עס שטייט אלעמאל פאר די אויגן‬
‫אז מען איז ווייט פון השי"ת‪ ,‬דאן וטהרו הכהן‪.‬‬
‫מבשר צדק‬

‫וטמא טמא יקרא (יג‪ ,‬מה)‪.‬‬
‫וטמא – איינער וואס איז נישט ריין ר"ל און‬
‫ער האט נישט גוטע מדות‪ ,‬טמא יקרא – איז‬
‫פארנומען באשולדיגן און בארעדן אן אנדערן‪,‬‬
‫ווי חז"ל זאגן (קידושין ע‪' ).‬כל הפוסל‪ ,‬במומו‬
‫פוסל'‪.‬‬
‫של"ה דרך חיים‪ ,‬תוכחת מוסר‬

‫ב‬

‫ •השתטחות אויף קברי צדיקים‬
‫פון די הייליגסטע פלעצער ביי כלל ישראל‪ ,‬זענען די "קברי צדיקים"‪ ,‬וועלכע זענען ספעציעל‬
‫מסוגל צו מתפלל זיין און זיך משתטח זייןא)‪ ,‬און מיר טרעפן שוין אין דער תורה ווי כלב איז‬
‫ב)‬
‫געגאנגען און האט זיך משתטח געווען אויף די קברי האבות‪.‬‬
‫א ספעציעלער ענין איז צו גיין אויף די קברי צדיקים אינעם טאג פונעם הילולא קדישא‪ .‬מיר‬
‫טרעפן שוין נאנט צו טויזנט יאר צוריק‪ ,‬אז עס איז געווען איינגעפירט זיך צונויפצוזאמלען און גיין‬
‫אויפ'ן ציון פון צדיקים און גדולים אין דעם טאג פון זייער הילולאג)‪.‬‬
‫ •די צדיקים זענען משפיע אינעם יומא דהילולא‬
‫בכלל ווערן דאך נשפע אזויפיל השפעות טובות אינעם טאג פון א יארצייט; אינעם טאג פון‬
‫זייער הילולא קדישא ווערן די צדיקים גאר שטארק נתעלה און זיי שיינען אראפ אפילו פאר די וואס‬
‫זענען אין די נידריגסטע מדריגות‪.‬ד) ווי העכער דער צדיק ווערט נתעלה‪ ,‬קען ער דאך פיל מער‬
‫אראפשיינען‪ ,‬אזויווי א ליכט‪ ,‬וואס העכער מען לייגט עס‪ ,‬אלץ א גרעסערע פלאץ טוט דאס ליכטיג‬
‫מאכן‪ ,‬דער זעלבער איז ביים צדיק‪ ,‬ווי העכער ער ווערט‪ ,‬כאטש ער ווערט ווייטער און ווייטער פון‬
‫דעם גשמיות'דיגער וועלט‪ ,‬קען ער פיל מער און שטארקער אראפשיינען אויף דער וועלטה)‪ .‬דאס‬
‫איז דער באדייט פון "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם"‪ ,‬פון אויבן טוען זיי אריינדרינגען יראת‬
‫שמים אין אידישע הערצער נאך פיל מער ווי ווען זיי זענען געווען דא אויף דער וועלטו)‪.‬‬
‫אויסער דעם ווערט נתעורר די זכותים פון זייער תורה‪ ,‬צדקות און קדושה‪ ,‬און זייער אהבת‬
‫ישראל און מסירות נפש פאר כלל ישראלז)‪ ,‬דעריבער ווערט זיכער נשפע אלע השפעות טובות אין‬
‫דעם טאגח)‪ .‬און עס איז א פרייליכער טאג אין אלע עולמות‪,‬ט) ממש ווי א חתונה‪ ,‬און דאס איז דער‬
‫י)‬
‫באדייט פונעם נאמען "הילולא"‪ ,‬וועלכע איז אויך בגימטריא 'חסד'‪.‬‬
‫די צדיקים אין גן עדן זענען טאקע אלעמאל מתפלל און ממליץ טוב פאר אונז‪ ,‬אבער פילפאכיג‬
‫מער איז "חודש ניסן"‪ ,‬אין וועלכע די צדיקים זענען ממליץ טוב אויף כלל ישראל 'ביתר שאת וביתר‬
‫עוז'‪,‬יא) און כאטש די צדיקים זענען דאך אין אזעלכע הויכע מדריגות‪ ,‬נאנט צום רבונו של עולם‪ ,‬און‬
‫זיי זענען נהנה מזיו השכינה יעדע רגע‪ ,‬דאך זענען זיי אויך מתפלל אינעם טאג פון זייער הילולא‬
‫אויך אויף די גשמיות'דיגע השפעות פון כלל ישראל‪ .‬ווייל בחיים‪-‬חיותם האבן זיי מיטגעשפירט מיט‬
‫יעדן איד‪ ,‬און געוואוסט ווי שטארק עס פעלט אויס די גשמיות'דיגע השפעות ווי פרנסה וכדומה‪,‬‬
‫כדי מיר זאלן קענען נתעלה ווערן אין רוחניות‪.‬יב) און זיי פארגעסן קיינמאל נישט פון אונז‪ ,‬ווייל אין‬
‫דעם טאג פון זייער הילולא ווערן זיי דאך נענטער און נענטער צום כסא הכבוד‪ ,‬און "אין שכחה‬
‫לפני כסא כבודך"יג)‪.‬‬
‫ווער עס האט נאר אמאל איבערגעטרעטן דעם שוועל ביי רבותינו הקדושים‪ ,‬וועט באלד זאגן‬
‫אז די ערשטע און פשוט'סטע געפיל וואס קומט ארויף ביי יעדן אויפ'ן הארץ איז דער הייליגער‬
‫אהבת ישראל‪ ,‬וועלכע גייט איבער אלע גבולים‪ ,‬א ברענענדיגע ליבשאפט צו יעדן אידיש קינד גיסט‬
‫זיך איבער די הייליגע הערצער פון רבותינו הקדושים‪ ,‬ממש ווי א טאטע צו א קינד‪ ,‬ווי רבותינו‬
‫הקדושים האבן זיך שוין אסאך מאל אויסגעדרוקט‪ ,‬און אפילו מער ווי א טאטע צו אן אייגן קינד‪,‬‬
‫ווי דער רבי ז"ל אליין האט זיך אויסגעדרוקט אין א געלעגנהייט‪.‬‬
‫אט די אומענדליכע אהבת ישראל‪ ,‬גייט ווייטער יאר נאך יאר‪ ,‬ווי עס דערציילט אונז דער‬
‫הפלא'דיגער מאמר פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איבער דעם טאג ב' ניסן‪" :‬איך האב געהערט פונעם‬
‫טאטן ז"ל בנוגע די יארצייט פון כ"ק מרן רבי דוד'ל סקווערער זצוק"ל‪ ,‬וועלכע קען נישט געפאלן‬
‫אום שבת קודש‪ ,‬אז די צדיקים האבן דאך זייער גאנצע לעבן געוואלט ממשיך זיין ישועות פאר אידן‪,‬‬
‫דעריבער האבן זיי בוחר געווען אזא טאג וואס קען נישט געפאלן אום שבת‪ ,‬אז אויך נאכדעם וואס זיי‬
‫גייען אוועק פון דער וועלט‪ ,‬זאלן אידן קענען קומען אין זייער הילולא מתפלל זיין [און שבת קען מען‬
‫דאך נישט גיין צום ציון]‪.‬‬
‫"האב איך געטראכט דאס זעלבע אויף ב' ניסן‪ ,‬וואס קען אויך נישט געפאלן אום שבת קודש!‪"...‬‬

‫א) דרשות הר"ן‪ ,‬דרוש השמיני‪ .‬יעו"ש באריכות‪ .‬ב) עי' סוטה דף לד‪ :‬וע"ע במס' תענית כג‪ ;:‬חגיגה כב‪ :‬ג) עי' רש"י יבמות‬
‫קכב‪ .‬ד"ה תלתא ריגלי בשם 'תשובת הגאונים'‪ .‬ד) בית אהרן‪ ,‬ליקוטים – השמטות‪ .‬ה) כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ע"פ‬
‫הפסוק (שמואל‪-‬ב כג‪ ,‬כ) 'איש חי ורב פעלים' ו) ישמח ישראל נשא‪ ,‬יום דהילולא‪ .‬ז) תפארת שמואל‪ ,‬בהעלותך‪ .‬ח) מאמר‬
‫מרדכי‪ ,‬ב' תמוז‪ .‬ט) מגן אברהם‪ ,‬כ' אייר‪ .‬י) ילקוט מאורי אור (ערך צדיק) בשם הרה"ק רמ"ז מהוצעליס זצוק"ל‪ .‬יא) כ"ק‬
‫מרן אדמו"ר שליט"א בשם ספה"ק כתר תורה‪ ,‬מידי שנה בשנה בשבת לפני ההילולא קדישא‪ .‬יב) עטרת ישועה‪ ,‬פרשת‬
‫חוקת יג) הרה"ק רבי מרדכי מלאיעוו זצוק"ל [ילקוט מאורי אור‪ ,‬ערך צדיק]‪.‬‬

‫מדור‬
‫מיוחד ומורחב‬
‫לקראת ה‬
‫הילולא קדישא‬

‫ב' ניסן‬

‫אורח חיים ‪ -‬מאמר א‬

‫סימן א ‪ -‬שויתי ה' לנגדי תמיד ‪ /‬האם להניח טבלת 'שויתי' לפני‬
‫העמוד? ‪ /‬להיות מיצר על חורבן ביהמ"ק ‪ /‬פרשת העקידה ‪/‬‬
‫אמירת 'רבונו של עולם' בשבת ‪ /‬פרשת היראה‪ ,‬התשובה והמן‬
‫‪ /‬י"ג עיקרים ‪ /‬זמר אודה לקל ותפילת הרה"ק ר"ר אלימלך זי"ע‬
‫סימן ב ‪ -‬זהירות בלבישת 'קאפל' בכל היום והלילה ‪ /‬הכנות לפני‬
‫התפילה‬
‫סימן ג ‪ -‬צניעות‬
‫סימן ד ‪ -‬שפיכת "נעגל וואסער" ‪ /‬דיחוי הכלי ‪ /‬אופן נטילת ידים‬
‫בשינת היום ‪ /‬הנהגתו בקודש ליטול ידים כמ"פ באמצע שינת‬
‫הלילה ‪ /‬מיעוט שינה‬
‫סימן ו ‪ -‬ברכת אשר יצר‬
‫סימן יא ‪ -‬אופן קשירת הציצית והחוליות‬
‫סימן יח ‪ -‬ללבוש ציצית גם בלילה‬
‫סימן כד ‪ -‬זהירות על לבישת הציצית בכל עת וזמן‬
‫סימן כה ‪ -‬השפעת מרן זצוק"ל בענין הנחת תפלין ‪ /‬תוכן ה'לשם‬
‫יחוד' – דדא ביה כולא ביה ‪ /‬זמן חליצת התפלין ביום ראש חודש‬
‫סימן כז ‪ -‬הנחת ה'שינין' כמנהגינו‬
‫סימן כח ‪ -‬שלא לדבר עם תפלין‬
‫סימן לב ‪ -‬שלא להניח תפלין בימי חוה"מ ‪ /‬מנהגים שדקדק מרן‬
‫זצוק"ל ביותר בענין הנחת תפילין ותפילה‬
‫סימן לג ‪ -‬אופן שיחור הרצועות‬
‫סימן לד ‪ -‬תפלין דרבינו תם ‪ /‬זמן התחלת הנחת תפלין דר"ת ‪/‬‬
‫לימוד עם תפלין דר"ת ‪ /‬שלא לדבר גם בתפלין דר"ת ‪ /‬לימוד תיש‬
‫קוני זוהר בתפלין דר"ת ‪ /‬שלא להפסיק בתפלין דר"ת ‪ /‬התפילות‬
‫שאומרים בתפלין דר"ת‬

‫סימן לט ‪ -‬לקיחת תפלין ממומחה וירא שמים ‪ /‬הנהגת אנ"ש‬
‫להכניס התפלין למרן זצוק"ל‬
‫סימן ומו ‪ -‬ברכת שלא עשני גוי ‪ /‬להמליץ טוב על כל אחד מי�ש‬
‫ראל ‪ /‬ברכת שלא עשני גוי צריכה להשפיע שמחה עצומה לכל‬
‫היום‬
‫סימן נא ‪ -‬תפילה במתינות‬
‫סימן נג ‪" -‬איך בין דאך חזן‪ / "...‬ההנהגה שבחורים לא ישמשו‬
‫כש"ץ מלבד בשעת הדחק ‪ /‬קפידת ממרן בכל הזמנים על ש"ץ‬
‫שאינו מספר זקנו‬
‫סימן נה – כשיש רק עשרה‪ ,‬צריך להיות 'מנין' במקום א'‬
‫סימן פג ‪ -‬חומרת מרן שלא לברך כנגד ביה"כ גם כשהדלת סגור‬
‫סימן פח ‪ -‬זהירות יתירה לטבילה בכל יום ‪ /‬הוראות‪-‬קודש ליזהר‬
‫בזה בכל התוקף ‪ /‬יסוד למחשבות קדושות וטהורות ‪ /‬הטבילה‬
‫היא לתוספת קדושה ‪ /‬טבילה א' בכל יום אינה מקלקלת ‪ /‬לטבול‬
‫מיד בקימה‬
‫סימן פט ‪ -‬חומרת מרן זצוק"ל שלא לשתות לפני התפילה‬
‫‪ /‬השתי' ביומי דפגרא‪ ,‬שבתים וימים טובים ‪ /‬שש שעות בין‬
‫שולה"ט להתפילה‬
‫סימן צ ‪ -‬זהירות לתפלה בציבור ‪ /‬קפידת מרן וזהירות יתירה‬
‫בכל הזמנים ‪ /‬סייעתא דשמיא והשגחה עליונה ‪ /‬קביעות מקום‬
‫לתפלה‬
‫סימן צ א ‪ -‬ללבוש חגורה ‪ /‬מתקנות הש"ץ והעולים לתורה ‪ /‬ה�ח‬
‫גורה על מלבוש העליון ‪ /‬היתכן שמתפלל בלא חגורה?‬
‫סימן צב ‪ -‬צדקה לפני התפילה‬
‫סימן צג ‪ -‬תפילה בסידור ‪ /‬הסידורים שבהם התפלל מרן זצוק"ל‬
‫‪ /‬ההנהגה להתפלל בסידור של"ה והוראות‪-‬קודש בזה‬

‫סימן צד ‪ -‬תפילה לצד מזרח‬
‫סימן צח ‪ -‬תפילה בכוונה‬
‫סימן קלא ‪ -‬המנהגים והוראות באמירת תחנון‬
‫סימן קלט ‪ -‬השם שקורין להעולה בתורה‬
‫סימן קמו ‪ -‬איסור דיבור בקריאת התורה וגם בין גברא לגברא ‪/‬‬
‫הנהגת מרן זצוק"ל לעורר על זה ‪ /‬מה למד מרן זצוק"ל בין גברא‬
‫לגברא ‪ /‬לעמוד בשעת קריאת התורה‬
‫סימן קנב ‪ -‬קדושת וכבוד בית המדרש ‪ /‬לרומם בית אלקינו‬
‫סימן קנה – לימוד אחר התפלה‬
‫סימן קנו ‪ -‬תורתו קבע ומלאכתו עראי ‪ /‬נשאת ונתת באמונה‬
‫סימן קנח ‪ -‬בענין אכילה בטיבול האם צריך נטילה ‪ /‬נטילת ידים‬
‫בשפע‬
‫סימן קסא ‪ -‬זהירות מחציצה בשעת נטילת ידים‬
‫סימן רד ‪ -‬הברכה על 'בארשט'‬
‫סימן רח ‪ -‬הברכה על 'אורז'‬
‫סימן ריח ‪ -‬אמירת הודו לה' כי טוב בערבי ימים טובים ‪ /‬בטעם‬
‫שאין חוגגין סעודת הודאה ביום שניצל מרן זצוק"ל בעת מלחמת‬
‫העולם‬
‫סימן רכ ‪ -‬בעניני חלומות‬
‫סימן רכג ‪ -‬ברכת שהחיינו על כלים‬
‫סימן רלה ‪ -‬זמן מעריב ‪ /‬דקדוק וזהירות שלא להתפלל לפני זמן‬
‫ר"ת ‪ /‬בענין התחלת אכילה סמוך לזמן מעריב‬
‫סימן רלח ‪ -‬קביעות עתים לתורה‬
‫סימן רלט ‪ -‬קריאת שמע שעל המטה‬

‫ג‬

‫סימן א'‬
‫סעיף א‬

‫הגה‪ :‬שויתי ה' לנגדי תמיד הוא כלל גדול בתורה ובמעלות‬
‫הצדיקים וכו'‪.‬‬
‫הרב ניסן לעזער האט דערציילט‪ ,‬כ'האב אמאל‬
‫געהאט די זכיה צו שפאצירן מיט'ן רבי'ן זכרונו לברכה‬
‫אין די שפעטע נאכט‪-‬שעות אין פאראקאוועי נעבן‬
‫דעם ים‪ ,‬האט זיך דער רבי ז"ל דעמאלטס אנגערופן‪:‬‬
‫"מיר דארפן זיך לערנען א מוסר השכל פון איינער‬
‫וואס דרייווט א קאר‪ ,‬אויב איז ער מסיח דעת פאר‬
‫א רגע‪ ,‬וואספארא חורבן קען ארויסקומען ח"ו‪ ...‬די‬
‫זעלבע טאר מען קיין רגע נישט פארגעסן פונעם‬
‫רבונו של עולם‪"...‬‬
‫א הייליג און טרעפליך ווארט האט דער רבי זכרונו‬
‫לברכה נאכגעזאגט אמאל פונעם 'תולדות' וועלכע‬
‫ברענגט פון הרה"ק רבי נחמן קאסוב'ער זי"ע‪ ,‬איבער‬
‫דעם חיוב פון טראכטן אלעמאל פון 'שויתי'‪ ,‬אויך ווען‬
‫מען גייט אויפ'ן גאס‪ ,‬זאגט ער‪ ,‬איי וועלן מענטשן זאגן‬
‫אז ווען מ'גייט אויפ'ן גאס איז שווער צו טראכטן פון‬
‫אנדערע זאכן‪ ,‬וויאזוי קען זיין אז בשעת'ן דאווענען‬
‫קען מען יא טראכטן פון אנדערע מחשבות?‪ ...‬נאר‬
‫וואס דען‪ ,‬דער יצר הרע טענה'ט אז דער גאס איז‬
‫זיינס‪ ,‬דעריבער לאזט ער נישט טראכטן פון 'שויתי'‪,‬‬
‫אבער דאס איז אויך נישט קיין אמת'ע טענה‪ ,‬ווייל‬
‫מיר זעען אז אפילו אין ביהמ"ד‪ ,‬וואס באלאנגט זיכער‬
‫נישט צו אים‪ ,‬קומט ער אויך אריין‪( ...‬דברות קודש‪ ,‬וירא‬
‫תשכ"ה)‪.‬‬
‫עס איז באקאנט דער מימרא וואס הגה''ח ר'‬
‫יושע כהן שליט"א דערציילט‪ :‬אלס יונגערמאן‪ ,‬ווען‬
‫איך האב געענדיגט אין כולל שלחן ערוך אורח חיים‪,‬‬
‫בין איך אריין צום רבי'ן ז"ל זאגן די בשורה טובה‬
‫אז מ'האט זוכה געווען צו ענדיגן‪ .‬האט דער רבי ז"ל‬
‫שטארק הנאה געהאט און זיך אויסגעדרוקט‪" :‬אפילו‬
‫מ'גייט ווייטער אבער פון דעם 'שויתי ה' לנגדי תמיד'‬
‫פארגעסט מען נישט!"‬

‫עס איז אבער אינטערעסאנט צו באמערקן וואס‬
‫הרה"ח ר' ישעי' משב"ק שליט"א געבט איבער‪ ,‬אז עס‬
‫איז נישט געווען ניחא פאר'ן רבי'ן ז"ל דאס לייגן א‬
‫טאוול פון "שויתי" אין פארנט פונעם עמוד‪...‬‬

‫ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השי"ת‪.‬‬
‫אין א געלעגנהייט האט זיך דער רבי שליט"א‬
‫אויסגעדרוקט איבער דעם רמ"א 'ולא יתבייש מפני‬
‫בני אדם המלעיגים'‪" :‬דער טאטע ז"ל פלעגט כסדר‬
‫נאכזאגן פון נועם מגדים עה"פ 'אם כסף תלוה וגו'‬
‫לא תהי' לו כנושה'‪ ,‬אז פאר די מלעיגים בעבודת ה'‬
‫טאר מען נישט זיין כנושה‪ ,‬שאין מעיז לפני בעל חובו‪,‬‬
‫אבער מ'דארף אכטונג געבן 'לא תשימון עליו נשך'‪,‬‬
‫אז מען זאל זיך נישט קריגן‪ ,‬נאר עס זאל זיין בדרכי‬
‫נועם‪ ".‬און דער רבי שליט"א האט מגדיר געווען‪" :‬דאס‬
‫איז אונזער הדרכה פונעם טאטן ז"ל ביי די ענינים‪ ,‬אז‬
‫מען דארף זיך האלטן פעסט‪ ,‬און נישט געבן קיין‬
‫מקום פאר קיין בלבולים ח"ו‪"...‬‬
‫עס איז טאקע באקאנט אן א שיעור מאמרים און‬
‫עובדות איבער דעם גאוה דקדושה פונעם רבי'ן ז"ל‪,‬‬
‫ווי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א זאגט‪" :‬ביים טאטן ז"ל‬
‫ווער עס איז באקאנט‪ ,‬ביי זיך איז ער געווען שוה‪,‬‬
‫וואס איז נישט שייך געווען א העכערע בחינה פון‬
‫ענוה‪ ,‬וואס האבן אונז עפעס א השגה אין דעם‪ ,‬ער‬
‫איז כסדר געווען צובראכן‪ ,‬כסדר געהאלטן אז ער‬
‫האלט נאך פאר די התחלה" (לחבורת אברכים פעיה"ק‪,‬‬
‫סיון תשמ"ג)‪" ,‬אבער מאידך גיסא איז דאס בכלל נישט‬
‫געווען קיין סתירה‪ ,‬צו דאס וואס ער איז געווען‬
‫מיט דעם גרעסטן תקיפות אויף נישט משנה זיין‬
‫קיין קוץ וקוץ! אלע מלכי מזרח ומערב האבן אים‬
‫נישט געקענט רירן קיין זיז כלשהו פון א מנהג קל‬
‫פון סקווירא!" (בהתאספות בני החבורות דשיכון סקווירא‪ ,‬י"א‬
‫מרחשון תשס"ד)‪.‬‬

‫סעיף ג‬

‫ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית‬

‫המקדש‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪ :‬אלס יונג‬
‫קינד האב איך געפרעגט פונעם טאטן זכרונו לברכה‪,‬‬
‫פארוואס מ'זעט נישט בזמנינו אז מ'מאכט תיקון‬
‫חצות אזויווי עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך‬
‫האט דער רבי ז"ל געענטפערט‪" :‬ווער זאגט אז‬
‫מ'זאגט נישט?!‪( "...‬מפי רי"ש פריעד)‬
‫סעיף ה‬

‫טוב לומר פרשת העקידה אפילו בשבת (מחבר) שאין‬
‫די באמירה אלא בביאור הפרשה (מגן אברהם סק"ז)‬

‫לזכור זכות אבות בכל יום‪ ,‬וגם כדי להכניע יצרו כמו‬
‫שמסר יצחק נפשו (מחצית השקל סק"ז)‪.‬‬
‫אין די ערשטע יארן פונעם שטעטל‪ ,‬האט דער‬
‫רבי ז"ל געזאגט אמאל פאר'ן איידעם כ"ק האדמו"ר‬
‫מראחמיסטריווקא שליט"א‪ ,‬אז ער האט חשק‬
‫מ'זאל לערנען אין דעם בית חינוך לבנות דער פרשת‬
‫העקידה מיט די מיידלעך‪ ,‬אבער למעשה איז עס‬
‫נישט געקומען לידי מעשה (רשימות רא"צ אונגער)‪.‬‬
‫ווען מ'פלעגט פרעגן פון כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫זצוקללה"ה שאלות איבער נוסחאות אדער מנהגים‪,‬‬
‫פלעגט דער רבי ז"ל זיך כסדר ארויסדרייען און נישט‬
‫געוואלט ענטפערן‪ .‬דערציילט הרה"ח שלמה גרינבוים‬
‫שליט"א אז ער האט אמאל געפרעגט פונעם רבי'ן ז"ל‬
‫וועגן זאגן דעם פרשת העקידה אין שבת און נאכדעם‬
‫די תפילה 'רבונו של עולם'‪ ,‬האט דער רבי ז"ל נישט‬
‫געוואלט ענטפערן נאר זיך ארויסגעדרייט צוריק‬
‫פרעגנדיג‪" :‬וואס שטייט אין סידור?!‪"...‬‬
‫האט ר' שלמה געזאגט אז אין סידור שטייט אז‬
‫עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זאגן עס יא אין שבת‪,‬‬
‫און עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זאגן עס נישט‪...‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אים אויסגעהערט און גארנישט‬
‫געענטפערט‪ .‬אבער שפעטער ווען מ'האט געארבעט‬
‫אויף דעם סידור ע"פ נוסח ומנהגי סקווירא‪ ,‬האט דער‬
‫רבי ז"ל אנגעוויזן אז מ'זאל עס יא זאגן סיי שבת און‬

‫משלחן המערכת‪ :‬במאמר הלז הושקע עבודה ויגיעה עצומה לירד בגנים וללקוט שושנים‪ ,‬לקבץ ולאסוף כעמיר גורנה את הליכות קודש אלו‪" ,‬ממקורות נאמנים ומוסמכים"‪ ,‬עד כמה שידינו יד‪-‬כמה הגיעו‬
‫בימים אלו‪ .‬גם שמנו דגוש מיוחד לברר הכל כמיטב יכולתינו בעזרת השי"ת‪ ,‬אכן כבר אמר דוד המלך ע"ה שגיאות מי יבין‪ ,‬ואך למותר להדגיש‪ ,‬שלא עלתה על דעתינו לקבוע הדברים במסמרים‪ ,‬אדרבה‪,‬‬
‫מטרתינו היתה שבהעלות הדברים על הכתב יהיה בחינת "זכור אזכרנו עוד"‪ ,‬ובכן‪ ,‬בקשתינו שטוחה לפני הקוראים החשובים שיואילו נא לבוא ולמסור הערותיהם והארותיהם לחברי המערכת‪ ,‬ונוכל לתקנו‬
‫ולהוסיפו בגליונות הבאות‪.‬‬
‫כמובן אין זה עבודה שלימה‪ ,‬וניתנה להוסיף מאמרים‪ ,‬הדרכות והליכות פי‪-‬כמה‪ ,‬גם על שלחן המערכת יש עוד מאמרים רבים שעדיין לא הדפסנו אותם‪ ,‬מאחר שלא הספקנו לבררם בשלימות‪ ,‬ונמשיך‬
‫בעזהשי"ת בהזדמנות הבא‪ .‬לכן בקשתינו שטוחה מהקוראים החשובים‪ ,‬אם יש תחת אמתחתיכם עוד הליכות והנהגות‪ ,‬עובדות ומאמרים בענינים אלו‪ ,‬נא להמציאם לידי א' מחברי המערכת‪ ,‬ותהיה‬
‫חלקיכם בין מזכי הרבים‪.‬‬
‫גם שומה עלינו להבהיר‪ ,‬שעבדנו במיוחד להגיש לכם "אומר הבא מן החדש"‪ ,‬אבל מ"מ לא נמענו מלהכניס בין השיטין גם איזו מאמרים ועובדות ידועות לשלימות המאמר‪ .‬ויהיו נא אמרינו לרצון‪ ,‬וזכות‬
‫הגדול והקדוש של בעל ההילולא יגן בעדינו‪ ,‬בעד כל המקושרים באילנא דחיי‪ ,‬ובעד כל בית ישראל‪ ,‬להיוושע בכל מילי דמיטב בכלל ובפרט‪.‬‬

‫ד‬

‫סיי וואכן‪.‬‬
‫בעת עריכת הסידור)‪.‬‬

‫(מפי רמ"מ פ"ב ששמע מפי הרה"ח ר"י משב"ק שהיה‬

‫דאס איז געווען אום שנת תשכ"ד‪ ,‬ווען יעדן טאג‬
‫נאכ'ן דאווענען פלעגן אריינגיין אל הקו"פ יבלחט"א‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און חדב"ן כ"ק האדמו"ר‬
‫מרחמיסטריווקא שליט"א‪ ,‬און דער רבי ז"ל איז‬
‫אדורכגעגאנגען צוביסלעך דעם גאנצן דאווענען‪ ,‬און‬
‫איבערגעגעבן די נוסחאות און אופן התפלה‪ ,‬וואס מען‬
‫האט דאן פארצייכנט‪ ,‬און לויט דעם ארויסגעגעבן‬
‫שפעטער דעם "סידור עפ"י נוסח סקווירא"‪ .‬דעמאלטס‬
‫האט דער רבי ז"ל אויך אנגעוויזן אז אפילו שבת זאל‬
‫מען זאגן דעם 'רבונו של עולם' נאך דער עקידה‪ ,‬ביז'ן‬
‫סוף‪ ,‬נאר צוליב דעם מנהג העולם זאל מען שרייבן‬
‫נאך 'אזכור והארץ אזכור'‪" :‬עד כאן אומרים בשבת"‪.‬‬
‫מען האט אויך איינמאל ארויסגעהערט פונעם רבי'נס‬
‫דאוון‪-‬שטוב‪ ,‬ווי דער רבי ז"ל האט הויעך געזאגט די‬
‫ווערטער "וינטלם וינשאם כל ימי עולם" (מפי הנ"ל)‪.‬‬

‫ופרשת המן‪.‬‬
‫בשעת'ן מאכן דעם סקווערער סידור‪ ,‬האט דער‬
‫רבי ז"ל אנגעוויזן אז מען זאל אריינלייגן פרשת היראה‪,‬‬
‫פרשת התשובה‪ ,‬און פרשת המן‪ ,‬וואס דאס האט מען‬
‫זיך געפירט צו זאגן יעדן טאג‪ .‬דער רבי ז"ל האט אויך‬
‫געזאגט אז מען זאל אריינלייגן די י"ג עיקרים‪ ,‬כאטש‬
‫מען האט עס נישט געזאגט יעדן טאג‪ ,‬אבער מען‬
‫האט עס געזאגט פון צייט צו צייט‪( .‬מפי רי"ש פריעד)‪,‬‬
‫ווען דער רבי ז"ל איז געלעגן אין שפיטאל בסוף ימיו‬
‫הק'‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געבעטן אז מ'זאל פארזאגן אני‬
‫מאמין (מפי רמ"מ פעלבערבוים)‪.‬‬
‫עס איז מערקווירדיג וואס דער רבי ז"ל האט‬
‫דאן געזאגט בנוגע די תפלות פאר'ן דאווענען‪ ,‬אז‬
‫מען זאל אריינדרוקן אינעם סידור דעם זמר 'אודה‬
‫לקל לבב חוקר' און די תפלה פון הרה"ק ר"ר אלימלך‬
‫זי"ע‪ ,‬זאגנדיג‪" :‬אזעלכע שיינע תפלות‪ ,‬א שאד‬
‫אויסצולאזן‪( "...‬מפי חברי מכון שפתי תהלה)‬

‫סימן ב'‬
‫סעיף ו‬

‫לא ילך ד' אמות בגלוי הראש‪.‬‬
‫עס איז גוט באקאנט דעם מסירות‪-‬נפש'דיגן‬
‫עפיזאד פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה נישט צו זיין‬
‫קיין מינוט אנ'ע קאפל‪ ,‬אויך אונטער די שווערסטע‬
‫אומשטענדן ביים מלחמה‪ .‬מיר ציטירן דעם לשון‬
‫פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער דערציילט דעם עובדא‬
‫ווי פאלגענד‪:‬‬

‫"ביים צווייטן וועלט מלחמה האט מען אים‬
‫איינמאל גענומען עקסטער צווישן אלע דייטשן‪,‬‬
‫און בשעת ער איז געווען דארט אליין‪ ,‬האבן זיי‬
‫אראפגעווארפן דאס קאפל‪ ,‬האט זיך דער טאטע ז"ל‬
‫אראפגעבויגן עס אויפצוהייבן‪ .‬האבן זיי אים געשלאגן‬
‫מיט די ביקס אויפ'ן קאפ‪ ,‬און זיי האבן אים נאכאמאל‬
‫אראפגעווארפן דאס קאפל‪ ,‬און דער טאטע ז"ל האט‬
‫זיך נאכאמאל אראפגעבויגן‪ ,‬און זיי האבן ווייטער‬
‫געשלאגן‪ ,‬און ס'האט אנגעהויבן צו גיסן בלוט!‬
‫"איז ער געווען אין א מבוכה וואס ער זאל טון‪,‬‬
‫האט ער געטראכט אז ער וועט טון א זאך וואס זיי‬
‫וועלן הנאה האבן ‪ -‬און ער וועט גיין מיט א קאפל‪,‬‬
‫און אזוי וועלן זיי אים אפלאזן‪ ...‬האט ער גענומען‬
‫דעם טאשנטיכל און ער האט געמאכט פיר קניפן‪,‬‬
‫און ער האט דאס אנגעטון‪ .‬ווען זיי האבן דאס געזען‪,‬‬
‫איז עס געווארן א 'ליצנות' און זיי האבן געלאכט‪ ,‬און‬
‫דעמאלטס האבן זיי אים געלאזט מנוחה‪( ".‬גליון בחצר‬
‫הקודש‪ ,‬בהר תשס"ג)‪.‬‬
‫דאס איז ביי אים געווען אן עיקר‪-‬העיקרים‪ ,‬און‬
‫ער האט געלייגט א שטארקער געוויכט אז מען זאל‬
‫זיין שטארק נזהר אין דעם פון קינדווייז אן‪ .‬כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬ביים טאטן ז"ל‪ ,‬ווען‬
‫ער פלעגט דורכגיין [א קינד] אפילו אינמיטן שלאף‬
‫פלעגט ער אנטון א קאפל‪( ".‬שם שופטים תשנ"ז)‪.‬‬
‫עס איז אויך באקאנט וואס דער רבי שליט"א‬
‫דערציילט‪" :‬באמת אויב א קינד איז שוין געגאנגען‬
‫אזוי אין הויז אן א קאפל‪ ,‬אפילו פאר צוויי יאר‪ ,‬האט‬
‫עס געשטערט פאר'ן טאטן ז"ל‪ ...‬ווען ער האט געזען‬
‫אן אייניקל א גרעסערע קינד [אפילו פאר צוויי יאר]‬
‫וואס האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפל‪ ,‬האט ער‬
‫זיך געקענט ערגערן‪" :‬וואו איז די קאפל זיינע?!"‪...‬‬
‫ס'שטייט דאך (שבת קנו‪' ):‬כסי רישיך כי היכי דתהוי‬
‫עלך אימתא דשמיא' (שם דברים תשס"ג)‪".‬‬

‫ויבדוק נקביו‪.‬‬
‫הרה"ח ר' מאיר רפאל בייער דערציילט‪" :‬אלס‬
‫מגי"ש אין ישיבה‪ ,‬פלעג איך אסאך אריין צום רבי'ן‬
‫ז"ל מיט פארשידענע שאלות בעניני חינוך‪ ,‬און אלעס‬
‫וואס איז נוגע פאר די בחורים‪ .‬איינמאל האב איך זיך‬
‫אפגערעדט פאר'ן רבי'ן ז"ל אז עס איז אביסל שווער‬
‫מיט די 'סדר הבוקר' אין ישיבה‪ ,‬וויבאלד די בחורים‬
‫גייען ארויס אויף הכנות צו שחרית‪ .‬האט מיר דער רבי‬
‫ז"ל געזאגט‪' :‬זאגט זיי בשמי‪ ,‬אז ‪ 10‬מינוט זאלן זיין‬
‫פרובירן‪ ,‬און דאס איבריגע נעם איך אויף מיר'‪".‬‬
‫ענדליך האט כ''ק מרן אדמו"ר שליט"א געזאגט‬
‫אמאל פאר איינעם בזה"ל‪" :‬מען האט נישט געהאלטן‬
‫זיך אריין טון אין דעם‪"...‬‬

‫סימן ג'‬
‫סעיף ב‬

‫יהא צנוע בביה"כ‪.‬‬
‫הרה"ח ר' יעקב קאפיל ברילאווסקי דערציילט‬
‫אז ווען מ'האט אים אויפגענומען אלס מנהל רוחני‬
‫דא אין תלמוד תורה האט דער ראחמיסטריווקער‬
‫רבי שליט"א (וועלכע איז געווען מנהל פאר דעם) אים‬
‫איבערגעגעבן הוראות קודש וואס דער רבי ז"ל‬
‫האט שטארק געוואלט אין די מוסדות‪ ,‬איינע פון‬
‫די שטארקע זאכן איז געווען אז מ'זאל האלטן א‬
‫וואכזאמע אויג ביי די ביה"כ בעניני צניעות וקדושה‪.‬‬

‫סימן ד'‬
‫סעיף ט‬

‫מים של נטילת ידים שחרית אסור ליהנות מהם ולא‬
‫ישפכם בבית ולא במקום שעוברים שם בני אדם‪.‬‬
‫עס איז באקאנט וואס דער ערשטער בעלזער רב‬
‫הרה"ק רבי שלום זי"ע האט געזאגט‪ ,‬אז ארויסטראגן‬
‫און אויסגיסן די נעגל‪-‬וואסער אינדערפרי איז מסוגל‬
‫צו יראת שמים‪.‬‬
‫האט הרבנית הצדיקת ע"ה דערציילט‪ :‬עס‬
‫האט פאסירט אמאל אז א בחור וועלכער האט דא‬
‫געלערנט אין ישיבה און ער פלעגט שלאפן אינעם‬
‫רבי'נס הויז האט פארגעסן ארויסצוטראגן די נעגל‬
‫וואסער פון שטוב‪.‬‬
‫דער בחור איז שוין דאן געווען אין ישיבה‪ ,‬האט‬
‫דער רבי ז"ל ארויסגעשטופט מיט די פיס דעם שיסל‬
‫פון הויז‪ ,‬ארויס אויפ'ן פארטש אונטער'ן דעכל‪ ,‬און‬
‫געזאגט פאר'ן רעביצין ע"ה אז ער וויל עס נישט‬
‫ארויסטראגן און אויסגיסן‪ ,‬וויבאלד עס איז דאך‬
‫מסוגל אויף יראת שמים פאר'ן בחור‪ .‬שפעטער ווען‬
‫דער בחור איז אהיימגעקומען האט דער רבי ז"ל אים‬
‫געוויזן ער זאל עס געהעריג אויסגיסן‪...‬‬
‫הרבנית הצדיקת האט אויך נאכגעזאגט בשם‬
‫דעם רבי'ן ז"ל אז נאכ'ן אויסגיסן דעם נעגל‪-‬וואסער‬
‫איז כדאי אויסצושווענקען יעדן טאג דעם שיסל מיט‬
‫ריינע וואסער‪ ,‬כדי אוועקצונעמען דעם רוח רעה אויך‬
‫פונעם שיסל (מפי אחד מבאי ביתה ששמע מפיה)‪.‬‬
‫עס איז מערקווירדיג אז דער רבי ז"ל פלעגט‬
‫אסאך מאל מחמיר זיין פאר זיך צו לייגן וואסער נעבן‬
‫דעם בעט‪ ,‬ווען ער האט זיך אראפגעלייגט אינמיטן‬
‫טאג‪ ,‬אבער בדרך‪-‬כלל האט מען נישט מחמיר געווען‬
‫דערויף‪.‬‬

‫ה‬

‫סימן ו‬

‫סעיף טז‬

‫דוד היה נזהר שלא לישן שיתין נשמין‪,‬‬
‫נשימות)‪.‬‬

‫(פי' ששים‬

‫הרה"ח ר' יושע משב"ק שי' האט דערציילט‪" :‬עס‬
‫איז געווען אמאל וואס איך האב זיך נישט גוט געפילט‪,‬‬
‫און איך בין נישט געווען ביינאכט ביים פראווען‪ .‬דעם‬
‫קומענדיגן טאג ווען איך בין געקומען צום רבי'ן ז"ל‪,‬‬
‫האט מיר דער רבי ז"ל געפרעגט 'נו‪ ,‬יושע‪ ,‬איר האט‬
‫זיך אביסל אפגערוט?!' האב איך געענטפערט מיט א‬
‫ווערטל‪' :‬ווען כ'וואלט געשלאפן ‪ 10‬שעה וואלט איך‬
‫זיך אויסגערוט!' האט דער רבי ז"ל באלד רעאגירט‬
‫מיט וואונדער‪ ,‬נישט פארשטייענדיג אזא מושג בכלל‪:‬‬
‫'וואס? ‪ 10‬שעה?! זייט כ'געדענק מיר‪ ,‬געדענק איך‬
‫ניט די צייט איך זאל דריי שעה‪-‬אין‪-‬א‪-‬צי שלאפן‪"...‬‬
‫(מפי בנו רי"י ורי"ש פריעד ששמע ממנו)‪.‬‬
‫פאר הרה"ח ר' מאיר יודא וואזנער שליט"א האט‬
‫דער רבי ז"ל אמאל דערציילט‪ ,‬אז כ"ק מרן רבי דוד'ל‬
‫סקווערער פלעגט זיך פירן נישט צו שלאפן קיין‬
‫האלבע שעה אויף איינמאל‪ ,‬און בערך יעדע ‪ 25‬מינוט‬
‫האט ער זיך געוואשן די הענט‪ ,...‬אויך דער רבי ז"ל‬
‫פלעגט זיך פירן צו מפסיק זיין אינמיטן שלאף‪ ,‬און‬
‫נישט שלאפן די גאנצע צייט אין איין צו (מפי רמ"מ‬
‫פעלבערבוים ששמע מא' מזקני‪-‬החסידים ששמעו מפ"ק של כ"ק‬

‫מרן אדמו"ר זצוקללה"ה)‪ .‬און הרבנית הצדיקת ע"ה האט‬
‫דערציילט אז זי האט אויך אסאך מאל געזען ווי דער‬
‫רבי ז"ל וואשט זיך די הענט עטליכע מאל אינמיטן‬
‫שלאף‪...‬‬
‫הרה"ג ר' אברהם חיים שפיטצער זצ"ל האט‬
‫דערציילט אז איינמאל אין די סליחות טעג ווען‬
‫דער רבי ז"ל איז אהיימגעגאנגען פון ביהמ"ד נאכן‬
‫דאווענען‪ ,‬איז דארט געשטאנען הרה"ח ר' חיים‬
‫אייזיק ז"ל‪ ,‬און מען האט געשמועסט אלטע זכרונות‬
‫פון סקווירא אינדערהיים‪ .‬בתוך הדברים האט ר' חיים‬
‫אייזיק זיך אנגערופן אז דער טאטע ר' דוד'ל סקווערער‬
‫זצוק"ל פלעגט גיין מיט קאלירטע בעקיטשעס‪ ,‬און‬
‫נישט מיט קיין שווארצע בעקיטשע‪ ,‬האט דער רבי‬
‫ז"ל אים געפרעגט‪'' :‬חיים אייזיק‪ ,‬דו טשעפעסט? נאר‬
‫דאס איז דא צו פארציילן? עפעס אנדערש איז נישטא‬
‫וואס צו פארציילן? וויאזוי ער האט זיך געלייגט און‬
‫וויאזוי ער איז אויפגעשטאנען''‪ ,‬און דער רבי ז"ל האט‬
‫אויסגעפירט‪' :‬ביים טאטן האט דאס שלאפן נישט‬
‫תופס מקום געווען'‪( ...‬רשימות רא"צ אונגער)‪.‬‬
‫אבער פאר אנדערע האט דער רבי ז"ל אנגעוויזן‬
‫אז מען דארף שלאפן געהעריג כדי מען זאל האבן כח‪.‬‬

‫ו‬

‫סעיף א‬

‫כשיצא מביה"כ יברך אשר יצר האדם בחכמה‪.‬‬
‫אום שנת תש"כ האט דער רבי זכרונו לברכה‬
‫שטארק געליטן אויף די קישקעס ל"ע‪ ,‬הרה"ח ר'‬
‫מאיר יודא וואזנער שליט"א איז דעמאלטס געווען‬
‫מיט'ן רבי'ן ז"ל אין שפיטאל‪ ,‬האט דער רבי ז"ל אים‬
‫געזאגט‪" :‬אוי ווי ערליך דארף מען זאגן אשר יצר!‪"...‬‬
‫ענליך דערציילט הרה"צ ר' פינחס שלום האגער‬
‫שליט"א וועלכער האט געהערט אמאל פונעם רבי'ן‬
‫ז"ל‪" :‬אוי! מ'ווייסט נישט וואס די ברכה פון 'אשר‬
‫יצר' מיינט‪ ,‬אויב מ'וואלט געוואוסט וואלט מען עס‬
‫אנדערש געזאגט"‪.‬‬

‫סימן יא‬

‫אויף די פעדעמער פון איין זייט בשעת מ'קניפט די‬
‫אנדערע ציצית‪ ,‬דאס מאכט גרינגער צו קניפן די‬
‫ציצית‪ .‬אבער הרה"ח ר' מאניע ז"ל פלעגט זאגן אז‬
‫כ''ק מרן מהר''ד זצוקללה"ה האט אנגעוויזן אז מ'זאל‬
‫דאס נישט טון‪ ,‬נאר מ'זאל עס ארויפדרייען אויפ'ן‬
‫פינגער‪ .‬עס קען זיין אז איינס פון די טעמים איז‬
‫געווען‪ ,‬כדי מען זאל נישט מוסיף זיין אויף די קשרים‬
‫(מפי ר"מ בערגער)‪.‬‬
‫אגב‪ ,‬איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין‬
‫די ערשטע תקופה ווען עס איז נאכנישט געווען צו‬
‫באקומען געהעריג ציצית וואס דער לאך איז רינדעכיג‬
‫אן קיין שניט‪ ,‬פלעגט מען ספעציעל אויפנייען א‬
‫ציצית פאר'ן רבי'ן ז"ל‪ ,‬וועלכע איז געווען ווי אונזער‬
‫מנהג‪.‬‬

‫סימן יח‬
‫סעיף א‬

‫סעיף יד‬

‫לילה לאו זמן ציצית הוא דאימעוט מ'וראיתם אותו'‪.‬‬

‫נוהגים לכרוך באויר ראשון שבע כריכות ובשני תשע‬
‫ובשלישי אחת עשרה וברביעי שלש עשרה שעולים‬
‫כולם ארבעים כמנין ה' אחד שעולים לט' ועם השם‬
‫הם ארבעים (מחבר)‪ .‬ובשל"ה כתב לעשות 'בשני'‬
‫ח' ואז הוא מכוון כמנין ה' אחד וכו'‪ ,‬וכתוב בכתבים‬
‫שצריך לעשות הגדיל חוליות ג' כריכות כלומר‬
‫שלאחר שעשה ג' כריכות ירחיק מעט (מג"א סקכ"ב)‪.‬‬

‫עס איז געווען אינמיטן די נאכט‪-‬שעות‪ ,‬ווען‬
‫הרה"ח ר' שלום גרין ע"ה האט זיך אמאל אויפגעכאפט‬
‫אינמיטן נאכט און ער האט געזען אז ער האט נישט‬
‫אן קיין טלית קטן‪ .‬ער האט זיך אומגעקוקט דא און‬
‫דארט אבער ער האט עס נישט באלד געטראפן‪,‬‬
‫האט ער געטראכט צו זיך‪ ,‬ס'ווערט דאך ממילא‬
‫גע'פסק'ענט אז "לילה לאו זמן ציצית"‪ ,‬וועל איך‬
‫שוין מארגן אינדערפרי אנטון דעם ציצית‪ .‬ער האט‬
‫זיך צוריק געלייגט שלאפן‪ ,‬אבער ער האט זיך באלד‬
‫גע'חלומ'ט ווי דער רבי ז"ל זאגט אים‪" :‬ר' שלום! עס‬
‫איז טאקע אמת אז 'לילה לאו זמן ציצית'‪ ,‬אבער פאר‬
‫אייך פאסט נישט צו שלאפן אן א טלית קטן‪ "...‬און ער‬
‫האט זיך באלד דערוועקט‪[ ...‬עס איז נאך געווען בחייו‬
‫פונעם רבי'ן ז"ל]‪( .‬רשימות רא"צ אונגער ששמע מפיו)‪.‬‬

‫הרה"ג ר' שלמה יו"ט ברייער שליט"א וועלכער‬
‫פלעגט בקביעות קניפן דעם רבי'נס ציצית דערציילט‬
‫אז דער רבי ז"ל האט אים ביים ערשטן מאל‬
‫איבערגעגעבן פונקטליך וויאזוי צו קניפן די ציצית‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אים געזאגט אז מ'מאכט די חוליות‬
‫אויף דעם סדר‪ :‬די ערשטע כריכות‪ ,‬זיבן כריכות‪ ,‬ד‪.‬ה‪.‬‬
‫מ'מאכט דריי חוליות און נאך דריי‪ ,‬און נאכדעם אן‬
‫איינצעלנער חוליא מיט צוויי קשרים; די צווייטע‬
‫כריכות מאכט מען אכט‪ ,‬קודם מאכט מען א חוליא‬
‫פון "צוויי" כריכות כדי משלים צו זיין די איינצעלנע‬
‫פון די זיבן כריכות [וויבאלד א חוליא ווערט צוזאם‬
‫געשטעלט פון דריי]‪ ,‬דערנאך צוויי מאל כריכות פון‬
‫דריי‪ .‬דאס זעלבע טוט מען ביי די עלעף און דרייצן‬
‫כריכות‪ ,‬אז ביי עלעף מאכט מען צום לעצט נאר צוויי‬
‫כריכות אין א חוליא‪ ,‬און ביי דרייצן צום ערשט איין‬
‫כריכה אין די חוליא משלים צו זיין די פריערדיגע צוויי‬
‫כריכות‪ ,‬און דערנאך ‪ 4‬כריכת חוליות‪.‬‬
‫בשעת מ'קניפט די ציצית געבט מען אכטונג אז‬
‫ס'זאל בלייבן אפגעטיילט די ציצית פעדימער פון‬
‫ביידע זייטן‪ ,‬פירן זיך אסאך צו מאכן כעין אן 'עניבה'‬

‫סימן כד‬
‫סעיף א‬

‫אם אין אדם לובש טלית בת ארבע כנפות‪ ,‬אינו חייב‬
‫בציצית‪ .‬וטוב ונכון להיות כל אדם זהיר ללבוש טלית‬
‫קטן כל היום‪ ,‬כדי שיזכור המצוה בכל רגע‪.‬‬
‫ווען מען האט אריינגעפירט דעם רבי'ן זכרונו‬
‫לברכה דאס אונטערשטע מאל צום שפיטאל‪ ,‬און דער‬
‫רבי זכרונו לברכה איז געווען אונטער שמערצליכע‬
‫יסורים‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט פאר הרה"ח ר'‬
‫ישעי' משב"ק‪" :‬מיום עמדי על דעתי האט נאך קיין‬
‫נקיבה צו מיר נישט צוגערירט! כ'בעט אייך‪ ,‬און כ'בעט‬

‫יעדן איינעם‪ ,‬מ'זאל זען אז קיין נוירס זאל צו מיר‬
‫נישט צוקומען"‪ .‬דאן האט דער רבי ז"ל צוגעלייגט א‬
‫בקשה צו ר' ישעי'‪" :‬איר זאלט זען כ'זאל אלץ האבן‬
‫ציצית אויף מיר‪ ,‬און כ'זאל האבן א מנין ביי מיר אין‬
‫שטוב"‪ .‬דאס זענען געווען די דאגות פונעם רבי'ן אין‬
‫יענע פיינפולע מינוט'ן‪.‬‬

‫סימן כה‬
‫סעיף ד‬

‫צריך שיהיו תפילין עליו בשעת ק"ש ותפלה‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬אין די‬
‫ערשטע צייטן ווען דער טאטע ז"ל איז געווען אין‬
‫בארא פארק‪ ,‬פלעגט ער אסאך מאל פארן מיט‬
‫טעקסי'ס‪ ,‬און ווען ס'איז געווען א אידישער טעקסי‪,‬‬
‫פלעגט ער אסאך מאל כאפן א שמועס וועגן לייגן‬
‫תפילין! און פאר דער וואס האט נישט געהאלטן ביי‬
‫גארנישט‪ ,‬פלעגט ער זאגן‪ :‬נאר 'וידבר' און 'קריאת‬
‫שמע'‪ ...‬ער זאל אנטון די תפילין און זאגן וידבר און‬
‫קריאת שמע (גליון בחצר הקודש מטו"מ תשס"ד)‪.‬‬
‫ענליך דערציילט הרה"ח ר' ישעי' משב"ק‬
‫שליט"א‪" :‬ווען דער רבי ז"ל איז געווען אין צפת ביים‬
‫חתונה פון יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‪ ,‬איז‬
‫מיין ברודער הגה"צ ר' יצחק שלמה זצ"ל ‪ -‬גאב"ד חוג‬
‫חתם סופר מיטגעפארן מיט דעם קאר פונעם רבי'ן‬
‫ז"ל‪ .‬האט ער געהערט ווי דער רבי ז"ל האט געבעטן‬
‫פונעם טעקסי‪-‬דרייווער אז ער זאל לייגן תפילין‪ ,‬האט‬
‫ער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט‪ .‬האט דער רבי‬
‫ז"ל גע'טענה'ט‪' :‬ווי לאנג נעמט עס? נאר זאגן קריאת‬
‫שמע מיט שמונה עשרה!'‬
‫"שפעטער נאך אסאך יארן‪ ,‬איז מיין ברודער זצ"ל‬
‫געווען אין תל‪-‬אביב‪ ,‬הערט ער ווי עמיצער שרייט‬
‫אים נאך‪ :‬כבוד הרב‪ ,‬כבוד הרב! דאס איז געווען יענער‬
‫טעקסי‪-‬דרייווער‪ ,‬און ער זאגט אים‪" :‬אני מניח תפילין‬
‫כל יום!" פון דעמאלטס אן האט ער געלייגט תפילין!‬
‫אגב‪ ,‬בנוגע הלכות תפלין‪ ,‬האט רבי משה בן‬
‫משה ווייס ז"ל דערציילט אז דער רבי ז"ל האט אים‬
‫אמאל געזאגט‪ :‬כ'האב אלץ געוואלט וויסן‪ ,‬פארוואס‬
‫מען פירט זיך נישט ביי א געוויסע הלכה ווי דער רב‬
‫שלחן ערוך אין הלכות תפלין‪ .‬איינמאל האט רבי משה‬
‫געטראפן אין א זידיטשובער ספר א מקור צו דער וועג‬
‫וויאזוי מיר פירן זיך‪ ,‬און ער האט עס צוגעוויזן פאר'ן‬
‫רבי'ן ז"ל‪ ,‬האט דער רבי ז"ל שטארק הנאה געהאט‬
‫(מפי הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדיל שליט"א)‪.‬‬

‫סעיף ה‬

‫יכוין בהנחתם שצונו הקב"ה להניח ארבע פרשיות‬
‫אלו שיש בהם יחוד שמו ויציאת מצרים על הזרוע‬
‫כנגד הלב‪ ,‬ועל הראש כנגד המוח‪ ,‬כדי שנזכור נסים‬
‫ונפלאות שעשה עמנו‪ ,‬שהם מורים על יחודו‪ ,‬ואשר‬
‫לו הכח והממשלה בעליונים ובתחתונים לעשות בהם‬
‫כרצונו‪ .‬וישתעבד להקב"ה הנשמה שהיא במוח‪ ,‬וגם‬
‫הלב שהוא עיקר התאוות והמחשבות‪ ,‬ובזה יזכור‬
‫הבורא וימעיט הנאותיו‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬דער טאטע‬
‫ז"ל פלעגט ווייניג רעדן‪ ,‬ער פלעגט אלעמאל זאגן‬
‫ממש א ווארט‪ ...‬בין איך געשטאנען אמאל אין שטוב‪,‬‬
‫ווען א בר‪-‬מצוה בחור איז אמאל אריינגעקומען פאר‬
‫די בר‪-‬מצוה אז דער טאטע ז"ל זאל אים אנוואונטשן‪,‬‬
‫און זיין פאטער האט געבעטן אז דער טאטע זאל‬
‫אים זאגן עפעס א ווארט‪ .‬האט זיך דער טאטע ז"ל‬
‫אנגערופן איין ווארט‪ :‬דו געדענקסט דעם 'לשם יחוד'‬
‫וואס מ'זאגט ביי תפילין?!" און כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫שליט"א איז מוסיף ביאור‪" :‬כ'האב געטראכט ביי מיר‬
‫אז דדא ביה כולא ביה! אויב דער מוח‪ ,‬מיט די מידות‪,‬‬
‫מיט'ן הארץ‪ ,‬זענען אלע פאר'ן אייבירשטן‪ ,‬דאס איז‬
‫כולל אלעס! כי זה כל האדם! ס'ווייזט אויס אז ער‬
‫האט אין איין ווארט געוואלט כולל זיין אלעס! אויב‬
‫'נשמה שבמוחי' וכו' ושהיא 'כנגד הלב' וכו'‪ ,‬אלעס איז‬
‫פאר'ן אייבירשטן ‪ -‬כי זה כל האדם!" (גליון בחצר הקודש‪,‬‬
‫תרומה תשס"ה)‪.‬‬

‫סעיף יג‬

‫ביום ראש חודש חולצים אותם קודם תפילת מוסף‪.‬‬
‫הרה"ח ר' בנציון פעלדמאן דערציילט‪ " :‬אמאל‬
‫באגלייטנדיג דעם רבי'ן ז"ל ביים שפאצירן‪ ,‬האט‬
‫דער רבי ז"ל געזאגט די דריי זאכן וואס דער מאור‬
‫עינים זצוק"ל האט געהערט פון אליהו הנביא‪ :‬א‪ .‬לייגן‬
‫‪ 2‬שיני"ן ביי די רצועות של יד; ב‪ .‬אויסזאגן תהלים‬
‫שבת אינדערפרי בלי‪-‬הפסק; ג‪ .‬אויסטון די תפלין ר"ח‬
‫פאר'ן זאגן אשרי ובא לציון‪.‬‬
‫"איך האב דאן צוגעלייגט‪ ,‬אז ס'איז דאך אויך‬
‫מקובל פון אליהו הנביא אז מ'זאל זאגן הלל ערב‪-‬‬
‫פסח מיט א ברכה‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט‪" :‬דאס‬
‫איז אן אנדערע זאך!"‪ ,‬ווי צו זאגן אז דאס איז א‬
‫באזונדערע קבלה‪.‬‬
‫אויפ'ן וועג אהיים פונעם שפאציר האט דער רבי‬
‫ז"ל זיך נאכאמאל צעקאכט איבער די דריי זאכן‪ ,‬און‬
‫געזאגט‪" :‬כ'האב עס אליין געהערט פון טאטן [כ"ק‬
‫מרן מהר"ד]‪ ,‬וואס ער האט עס געהערט פון זיין טאטן‬

‫[כ"ק מרן מהר"י]‪ ,‬און זיין טאטע האט עס געהערט פון‬
‫זיין טאטן [כ"ק מרן המגיד מטשערנאביל]‪ ,‬וואס ער‬
‫האט עס געהערט פון זיין טאטן [כ"ק מרן המאו"ע]‪,‬‬
‫וועלכער האט עס אליין געהערט פון אליהו הנביא!"‬

‫סימן כז‬
‫סעיף ח‬

‫אורך רצועה של יד כדי שתקיף את הזרוע וכו'‪.‬‬
‫הרה"ח ר' שלמה גרינבוים דערציילט אז אלס‬
‫בחור זייענדיג מקושר צום רבי'ן ז"ל‪ ,‬האט ער געוואלט‬
‫אנהייבן מאכן צוויי "שינין" ביים לייגן די תפילין של‬
‫יד‪ ,‬אזויווי מ'פירט זיך ביי אונז‪ .‬איז ער אריין צום רבי'ן‬
‫ז"ל פרעגן אויב ער זאל טאקע טוישן‪ .‬האט דער רבי‬
‫ז"ל אים געפרעגט וויאזוי ער לייגט ביז יעצט‪ ,‬האט‬
‫ער געענטפערט אז ווען ער איז בר מצוה געווארן‬
‫האט זיין טאטע הרה"ח ר' דוב ע"ה אים געזאגט‬
‫אז כאטש ער לייגט כמנהג אשכנז‪ ,‬וואס מ'דרייט‬
‫גארנישט אויפן קיבורת‪ ,‬דאך וויל ער אז ער זאל לייגן‬
‫אנדערש‪ ,‬נעמליך ווי זיין שווער [דער זיידע פון הרה"ח‬
‫ר' שלמה] הרה"ג ר' שרגא פייוול מענדעלאוויטש ז"ל‬
‫וועלכער פלעגט יא אביסל דרייען אויפן קיבורת‪ .‬האט‬
‫דער רבי ז"ל אים געזאגט‪ :‬אז איר לייגט שוין סייווי‬
‫נישט אזויווי אייער טאטע‪ ,‬קענט איר שוין דרייען צוויי‬
‫שינין‪( "...‬מפי הנ"ל)‪.‬‬
‫רי"ח פרידמאן דערציילט‪" :‬ווען אונז זענען‬
‫געקומען וואוינען קיין סקווירא‪ ,‬בין איך אריין צום‬
‫רבי'ן ז"ל פרעגן צי כ'זאל טוישן די וועג פון לייגן‬
‫תפילין‪ .‬האט מיר דער רבי ז"ל געפרעגט 'דער טאטע‬
‫לייגט ניט אזוי [כמנהגינו]'?"‬
‫עס איז געווען אמאל א איד וועלכע האט זיך‬
‫נאך געפירט צו לייגן תפילין אנדערש‪ ,‬און ער האט‬
‫זיך אמאל צעבראכן די האנט ל"ע‪ ,‬און מען האט אים‬
‫ארומגעבינדן די האנט פאר א משך זמן‪ .‬שפעטער‬
‫ווען עס האט זיך שוין אויסגעהיילט און מען האט‬
‫עס אראפגענומען פון זיין האנט‪ ,‬האט אים דער‬
‫רבי ז"ל געזאגט בדרך‪-‬צחות‪" :‬ווען אייער האנט איז‬
‫געווען ארומגעבינדן האט איר דאך נישט געקענט‬
‫לייגן געהעריג תפלין‪ ,‬אויב אזוי קענט איר יעצט מער‬
‫מהדר צו זיין‪ ,‬און לייגן אזויווי מען לייגט ביי אונז‪"...‬‬

‫סימן כח‬
‫סעיף א‬

‫חייב אדם למשמש בתפילין בכל שעה‪ ,‬שלא יסיח‬
‫דעתו מהם (מחבר)‪ .‬וכל הזהיר במצות תפילין לנהוג‬

‫ז‬

‫בהם קדושה שלא לדבר בהם דברי הבלים ושיחת‬

‫חולין מאריך ימים ומובטח שהוא בן עולם הבא (קיצור‬
‫שו"ע י‪ ,‬א)‪.‬‬

‫דער רבי ז"ל פלעגט אלעמאל אנזאגן פאר די‬
‫בחורים‪ ,‬נאכ'ן לייגן תפילין דעם ערשטן מאל אז‬
‫מען זאל דאווענען אין א סידור און נישט רעדן אין‬
‫די תפילין‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אמאל דערציילט פאר הרה"ח‬
‫ר' יושע פרידמאן משב"ק ז"ל‪ ,‬אז אין רומעניע פלעגן‬
‫קומען זייער פשוט'ע מענטשן מיט זייערע בחורים אז‬
‫מען זאל זיי לייגן תפילין‪ ,‬האב איך געטראכט צו זיך‬
‫אז דער טאטע ז"ל פלעגט אנזאגן ביים לייגן תפילין‬
‫אז מ'זאל נישט רעדן אין די תפילין‪ ,‬אבער איך דארף‬
‫זאגן פאר אזעלכע מענטשן‪ ,‬אז איך האף זיי זאלן 'יא'‬
‫רעדן אין די תפילין [ד‪.‬מ‪ .‬אז זיי זאלן כאטש מדקדק‬
‫זיין צו לייגן תפילין טעגליך]‪...‬‬

‫סימן לב‬
‫סעיף ב‬

‫בחול המועד גם כן אסור להניח תפילין מהטעם הזה‬
‫שימי חול המועד גם הם אות‪ .‬הגה‪ ,‬ויש אומרים שחול‬
‫המועד חייב בתפילין‪ ,‬וכן נוהגים בכל גלילות אלו להניח‬
‫במועד ולברך עליהם‪.‬‬
‫די אידן וועלכע זענען געקומען פון אונגארן‬
‫פלעגן זיך פירן אזויווי דער מנהג הרמ"א צו לייגן‬
‫תפילין אום חול המועד‪ .‬דערציילט הרה"ח ר' מיכאל‬
‫בוכינגער‪ ,‬אז ווען דער רבי ז"ל האט נאך געוואוינט‬
‫אין וויליאמסבורג‪ ,‬האט ער אמאל געפרעגט פון דעם‬
‫רבי'ן ז"ל וועגן לייגן תפילין אין חוה"מ‪ ,‬האט דער רבי‬
‫ז"ל אים געענטפערט‪" :‬פרעגט א חסיד'ישער רב‪ ".‬איז‬
‫ער געגאנגען צום שאפראנער רב זצ"ל‪ ,‬וועלכער האט‬
‫אים געענטפערט‪" :‬זאלסט זיך פירן ווי אלע תלמידי‬
‫הבעש"ט האבן זיך געפירט!"‬
‫ענליך צו דעם דערציילט הרה"ח ר' מאיר יודא‬
‫וואזנער שליט"א‪ ,‬וואס דער רבי ז"ל האט אים אויך‬
‫געזאגט אז ער זאל פרעגן פונעם שאפראנער רב זצ"ל‬
‫אויב ער זאל טאקע טוישן‪ ,‬און דער שאפראנער רב‬
‫האט אים געענטפערט אז יא‪.‬‬
‫הרה"ח ר' בנציון פעלדמאן דערציילט‪" :‬אלס‬
‫בחור פלעג איך לייגן תפילין חוה"מ‪ ,‬און נאכ'ן חתונה‬
‫בין איך אריין צום רבי'ן ז"ל פרעגן אויב כ'זאל ווייטער‬
‫לייגן‪ ,‬דער רבי ז"ל האט נישט געהאט קיין חשק צו‬
‫ענטפערן‪ ,‬זאגנדיג‪" :‬א הלכה שאלה פרעגט מען א‬
‫רב!" האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן ז"ל‪" :‬ווען כ'וועל‬
‫פרעגן דעם רב‪ ,‬וועט ער מיר צוריקשיקן צום רבי'ן‪,‬‬

‫ח‬

‫אויב אזוי זאל מיר דער רבי באלד זאגן וואס צו טון‪.‬‬
‫האט דער רבי ז"ל געשמייכלט און געזאגט‪' :‬ס'וואלט‬
‫מיר געווען ניש'קשה ווען איר וואלט ניט געלייגט'!"‬
‫אויך הרה"ח ר' מרדכי שווארץ דערציילט אז ווען‬
‫ער האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל‪ ,‬האט אים דער‬
‫רבי ז"ל געבעטן צו טוישן דריי זאכן‪ :‬א‪ .‬נישט לייגן‬
‫תפילין חוה"מ; ב‪ .‬דער אופן פון לייגן תפילין זאל זיין‬
‫ווי מ'לייגט ביי אונז [הרה"ח ר' מרדכי דערציילט‪ ,‬דאס‬
‫איז געווען די שווערסטע זאך ביי אים‪ ,‬צו טוישן פון‬
‫דער וועג וויאזוי זיינע עלטערן האבן געלייגט‪ ,‬האט זיך‬
‫דער רבי ז"ל אנגערופן צו אים‪" :‬איך נעם דאס אויף‬
‫זיך!"]; ג‪ .‬דאווענען נוסח ספרד‪.‬‬

‫סימן לג‬
‫סעיף ג‬

‫הלכה למשה מסיני שיהיו הרצועות שחורות מבחוץ‪,‬‬
‫אבל מצד פנים יעשה מאיזה צבע שירצה‪ ,‬חוץ מאדום‪.‬‬
‫עס זענען דא וואס האבן מוסיף געווען הידורים‬
‫און געמאכט רצועות וועלכע זענען שווארץ פון אלע‬
‫זייטן‪ .‬האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א געזאגט אמאל‪:‬‬
‫דאכט‪-‬זיך אז פאר'ן טאטע ז"ל איז נישט געווען אזוי‬
‫ניחא אז מען זאל פארבן שווארץ די אנדערע זייט פון‬
‫די רצועות‪ ,‬אפילו פון די זייטן‪ ".‬און דער רבי האט‬
‫צוגעלייגט‪" :‬בכלל בין איך נישט קיין גרויסער חסיד‬
‫פון קיין נייע זאכן‪"...‬‬

‫סימן לד‬
‫סעיף ב‪-‬ג‬

‫ירא שמים יוצא ידי שניהם ויעשה שתי זוגות תפילין‬
‫ויניח שניהם וכו' יניח של רש"י ויברך עליהם ויהיו‬
‫עליו בשעת קריאת שמע ותפילה‪ ,‬ואחר התפילה יניח‬
‫של רבינו תם בלא ברכה ויקרא בהם שמע והיה עם‬
‫שמוע‪.‬‬
‫עס איז באקאנט אז ביי חסידים האט מען זיך‬
‫געפירט אנצוטון תפילין דרבינו תם‪ ,‬עס זענען געווען‬
‫פארשידענע הויפן וואו מען האט זיך געפירט צו‬
‫אנווייזן פאר יעדן יחיד באזונדער ווען אנצוטון תפילין‬
‫דרבינו תם‪.‬‬
‫אין סקווירא אינדערהיים פלעגן בחורים אויך‬
‫לייגן תפילין דרבינו תם פון דער בר מצוה און ווייטער‪,‬‬
‫און אזוי איז פארבליבן ביים רבי'נס משפחה‪ ,‬אז די‬
‫בחורים לייגן באלד נאכ'ן בר מצוה‪ ,‬אבער פאר‬
‫אנדערע האט דער רבי ז"ל אנגעוויזן צו לייגן באלד‬
‫נאכ'ן חתונה‪.‬‬

‫הרה"ח ר"א קויפמאן ע"ה האט דערציילט‪" :‬נאך‬
‫מיין חתונה האב איך געפרעגט פונעם רבי'ן ז"ל אויב‬
‫איך זאל באלד אנהייבן לייגן תפילין דר"ת‪ ,‬וועלנדיג‬
‫וויסן וויאזוי מ'פירט זיך‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געענטפערט‬
‫מ'לייגט גלייך נאך די חתונה‪ ,‬אבער מ'זאל לערנען א‬
‫יעדן טאג מיט די תפילין צוויי משניות‪( " .‬מפי רד"י הכהן‬
‫שווערין ששמע מפיו)‪.‬‬
‫עס דערציילט הר"ר ר' יעקב פעלדמאן פון‬
‫מאנטריאל‪" :‬נאך מיין חתונה האב איך מתחילה נישט‬
‫געלייגט קיין תפילין דרבינו תם‪ ,‬ווען כ'בין געקומען‬
‫קיין סקווירא אביסל מער פון א יאר נאכ'ן חתונה‪ ,‬האב‬
‫איך געפרעגט דעם רבי'ן ז"ל ווען צו אנהייבן לייגן‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל געענטפערט אז מ'קען שוין אנהייבן‬
‫און מ'זאל זען עפעס צו לערנען מיט די תפילין דרבינו‬
‫תם‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל פאר זיך‪ ,‬פלעגט מאריך זיין מיט‬
‫תפילין דרבינו תם‪ ,‬אסאך מאל פלעגט דער רבי ז"ל‬
‫זיצן שעות מיט'ן רבינו תם'ס תפילין (מפי כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א‪ ,‬גליון בחצה"ק וישלח תשנ"ט)‪ ,‬צווישן די זאכן‬
‫וואס דער רבי ז"ל פלעגט לערנען איז געווען "חק‬
‫לישראל" (שם)‪ .‬און דער רבי ז"ל פלעגט זיך פירן נישט‬
‫אויסצורעדן אפילו מיט די תפילין דרבינו תם‪.‬‬
‫ווי אויך פלעגט דער רבי ז"ל לערנען צווישן‬
‫חמשה עשר באב און חנוכה די תיקוני זוהר מיט די‬
‫תפילין דרבינו תם‪ .‬ווען דער רבי ז"ל איז געווען אין‬
‫ארץ ישראל תשי"ט ביים חתונה פונעם רבי'ן שליט"א‪,‬‬
‫איז דער רבי ז"ל געווען אין פקיעין און דארט געוואלט‬
‫לערנען תיקוני זוהר‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געלייגט תפילין‬
‫דרבינו תם אינעם מערה און געלערנט דארט די תיקוני‬
‫זוהר‪( .‬מפי הגה"צ רי"ש אונגער אב"ד חוג חתם סופר זצ"ל)‪.‬‬
‫ווען איינער האט אמאל געפרעגט פונעם רבי'ן‬
‫ז"ל וועגן צעטיילן די לימודים ביים לערנען מיט רבינו‬
‫תם'ס תפלין‪ ,‬דהיינו אויב מען קען אויסטון די תפלין‬
‫און עס שפעטער צוריק אנטון ווען מען וויל ווייטער‬
‫ממשיך זיין צו לערנען מיט די תפלין דרבינו תם‪ ,‬האט‬
‫דער רבי ז"ל רעאגירט אין קורצן אז נישט‪ ,‬זאגנדיג‪:‬‬
‫"אנטון אויסטון?‪"...‬‬
‫נאכ'ן בר מצוה האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬
‫געפרעגט פונעם רבי'ן ז"ל‪ ,‬וואס ער זאל זאגן מיט‬
‫די תפילין דרבינו תם‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט‪:‬‬
‫"יום‪ ,‬קוה‪ ,‬עלינו – אויב מ'האט נאך נישט געזאגט מיט‬
‫די רש"י תפילין‪ .‬ד' פרשיות‪ ,‬פרשת היראה‪ ,‬פרשת‬
‫התשובה‪ ,‬פרשת המן‪ ,‬און עטליכע קאפיטלעך תהלים‪.‬‬
‫(מפי הרה"ח רמ"ר בייער ששמע מפ"ק)‪.‬‬

‫סימן מו‬

‫סימן לט‬

‫סעיף ד‬

‫סעיף ח‬

‫צריך לברך בכל יום שלא עשני עובד כוכבים‪.‬‬

‫אין נקחין אלא מן המומחה‪.‬‬
‫הרה"ח ר' חיים פריעד ע"ה האט דערציילט‪ ,‬פאר‬
‫דער בר מצוה פון זיין זון יבלחט"א הר"ר יחיאל שמואל‬
‫שי'‪ ,‬האט ער באשטעלט די פרשיות פאר די תפלין ביי‬
‫הרה"ח ר' נחמן סופר ז"ל פון ירושלים [ער איז געווען‬
‫גאר א חשוב'ער סופר און ער האט שפעטער געשריבן‬
‫דער ספר תורה פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה]‪.‬‬
‫דער נאכט פאר'ן תפילין לייגן איז ער אריין צום‬
‫רבי'ן ז"ל ווייזן די תפילין פאר'ן רבי'ן‪ ,‬ווי עס איז דאן‬
‫געווען דער שטייגער‪.‬‬
‫הארט פאר ער איז אריין אינעם רבי'נס שטוב‪,‬‬
‫האט אים איינער געטראפן און געפרעגט ווער‬
‫עס האט געשריבן די פרשיות‪ .‬ווען ר' חיים האט‬
‫געענטפערט אז דאס האט געשריבן ר' נחמן סופר פון‬
‫ירושלים‪ ,‬האט יענער אנגעהויבן רעדן מיט א גרויסן‬
‫ביטול אויף ר' נחמן‪ ,‬און ר' חיים איז געווארן פארלוירן‪,‬‬
‫ווייל ער האט דאך געוואלט מהדר זיין און באשטעלן‬
‫ביי די חשוב'סטע וואס איז שייך‪ ,‬און דא הערט ער‬
‫גאר לשון הרע‪...‬‬
‫אריינגייענדיג צום רבי'ן ז"ל האט דער רבי אים‬
‫געפרעגט ווער עס האט געשריבן די תפילין‪ ,‬ווען ער‬
‫האט געענטפערט אז ר' נחמן סופר האט עס געשריבן‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל געזאגט‪" :‬זעער א חשוב'ער סופר‪,‬‬
‫זעער חשוב'ע תפלין!‪( "...‬כתבי ר"מ אונגער)‪.‬‬
‫עס איז אינטערעסאנט צו ציטירן זכרונות וואס‬
‫כ"ק האדמו"ר מגארליץ שליט"א דערציילט‪:‬‬
‫"כ'האב געהערט פון מיין טאטן‬
‫אלעזר אריה יונגרייז זצ"ל אבד"ק טשענגער) אז ווען מ'האט‬
‫געברענגט די תפילין צום רבי'ן ז"ל (בליל שלפני ההנחה‬
‫לבדוק אם הקשר כפי מנהגנו)‪ ,‬האט עס דער רבי געעפענט!‬
‫ס'איז געבליבן ביי אים מיט אזא שמחה! מיין טאטע‬
‫האט איבערדערציילט‪ ,‬וויאזוי דער רבי ז"ל האט‬
‫צוריקגעדרייט ביי יעדעם די תפלין‪ ,‬אויף דעם וועג‬
‫און אויף יענעם וועג! ס'געווען דעמאלס א "שמחה"‪,‬‬
‫ס'דאך געווען דער ערשטער דור!"‬

‫(הגה"צ רבי‬

‫האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א רעאגירט‪" :‬אין‬
‫די לעצטערע יארן ביים טאטן ז"ל‪ ,‬פלעגט מען שוין‬
‫נישט אריינקומען מיט די תפילין"‪( .‬גליון בחצר הקודש‪,‬‬
‫ויקה"פ תשס"ב)‪.‬‬

‫עס איז געווען איין שבת‪ ,‬ווען דער רבי זכרונו‬
‫לברכה האט באגעגנט אן אדם גדול‪ ,‬נאכדעם וואס‬
‫דער רבי ז"ל האט געזאגט גוט‪-‬שבת‪ ,‬האט דער אדם‬
‫גדול געפרעגט פונעם רבי'ן ז"ל‪" :‬סקווערער רבי!‬
‫פארוואס מאכן מיר א ברכה 'שלא עשני גוי'‪ ,‬עס וואלט‬
‫אסאך גלייכער געווען צו זאגן 'שעשני ישראל'? [זע‬
‫אין טורי זהב און אין נועם מגדים עטליכע תירוצים]‬
‫דער רבי ז"ל האט פארשטאנען אז יענער וויל עפעס‬
‫זאגן‪ ,‬האט אים דער רבי ז"ל געזאגט‪" :‬נו‪ ".‬אז ער זאל‬
‫ממשיך זיין‪ .‬האט יענער געזאגט‪ :‬סקווערער רבי‪,‬‬
‫מ'קען זיין א ישראל מיט א גוי צוזאמען ‪ -‬דערפאר‬
‫מאכט מען די ברכה 'שלא עשני גוי'‪ "...‬דער רבי ז"ל‬
‫האט – ווי באקאנט – נישט געקענט פארנעמען אז‬
‫מ'רעדט אויף אידן‪ ,‬האט דער רבי ז"ל באלד רעאגירט‪:‬‬
‫"אה! חס ושלום‪( "...‬מפי הגה"צ ר"י וואזנער שליט"א – ראב"ד‪,‬‬
‫ששמע מפי ר"פ סענדראוויטש שנכח שם)‪.‬‬
‫אין דעם ענין זענען באקאנט פילצאליגע‬
‫מאמרים‪ ,‬מיר ציטירן צוויי מאמרים וואס דער רבי ז"ל‬
‫האט נאכגעזאגט ביי די 'תורות'‪ .‬אין דעם אונטערשטן‬
‫יאר פרייטאג‪-‬צונאכט'ס אינעם יארצייט פון הרה"ק ר'‬
‫משה לייב סאסוב'ער זי"ע האט דער רבי ז"ל געזאגט א‬
‫הגדרה פון הרה"ק רבי משה לייב אויף "אהבת ישראל"‪:‬‬
‫"אויב איינער האט ָ‬
‫"ּפאס" (אייטער) אויפ'ן שטערן און‬
‫מ'דארף אויסנאגן דאס בלוט פון דעם‪ ,‬און זיין חבר‬
‫נאגט ארויס די בלוט פון די מכה מיט זיין מויל דאס‬
‫איז דער ריכטיגער "אהבת ישראל"! דערנאך האט דער‬
‫רבי ז"ל געזאגט אז רבי מ"ל סאסובער האט געזאגט‪:‬‬
‫הלואי זאל איך ליב האבן דעם גרעסטן צדיק אזויווי‬
‫דער אייבירשטער האט ליב דעם גרעסטן רשע‪...‬‬
‫אבער דער רבי ז"ל האט צוגעלייגט‪ :‬אבער דאס מיינט‬
‫ניט אז מ'דארף זיך חבר'ן מיט זיי! (מפי רי"ש פריעד)‬
‫אין יענעם יאר חנוכה‪ ,‬האט דער רבי ז"ל אויך‬
‫נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי פינחס קאריצער זי"ע‬
‫אויפ'ן פסוק 'ערכתי נר למשיחי' אז חנוכה איז די‬
‫הארה פון משיח‪ ,‬האט דער רבי ז"ל צוגעלייגט‪" :‬און‬
‫ווער איז משיח? ווער ס'איז מלמד זכות אפילו אויף די‬
‫מדריגות פחותים שבישראל"‪( .‬דברות קודש‪ ,‬נר א' דחנוכה‬
‫שנת תשכ"ח)‪.‬‬
‫צווישן די פילע אידן וואס הגה"צ רבי משה‬
‫ניישלאס זצ"ל – אבד"ק קהילתינו הקדושה האט‬
‫מקרב געווען לאבינו שבשמים‪ ,‬איז געווען הר"ר שאול‬
‫דוד ציממערמאן ע"ה‪ ,‬ער האט נאך געוואוינט דא‬

‫אין אמעריקא פאר די מלחמה ווען די נסיונות אויף‬
‫אידישקייט זענען געווען אומבאגרייפליך‪ ,‬און אסאך‬
‫יארן שפעטער האט אים דער רב מחזיר בתשובה‬
‫געווען אין אים געברענגט צום רבי'ן ז"ל‪ .‬דער רבי‬
‫ז"ל האט אים גאר שטארק מקרב געווען און געזאגט‬
‫אז זיין טיר אין אפן פאר אים ווען ער וויל נאר‪ ...‬ער‬
‫פלעגט טאקע אסאך אריין צום רבי'ן שעפן חיזוק און‬
‫הדרכה‪.‬‬
‫איין יאר‪ ,‬ווען דער רבי ז"ל האט נאך געוואוינט‬
‫אין וויליאמסבורג‪ ,‬האט ער זיך אויפגעשטעלט אום‬
‫שושן פורים אויפ'ן טיש און ער האט געזינגען גראמען‪,‬‬
‫אינמיטן האט ער זיך פארגעסן וואו ער האלט‪ ,‬און ער‬
‫האט נישט געוואוסט וויאזוי פארצוזעצן ווייטער‪ ,‬ער‬
‫איז באלד אראפ פון טיש פארשעמט און צעבראכן‪ ,‬און‬
‫דעם מארגענדיגן טאג האט ער אנגערופן צום רבי'נס‬
‫הויז און געזאגט פאר הרה"ח ר' ישעי' שליט"א אז ער‬
‫איז זייער צעבראכן און בעצבות פון דער נעכטיגן‬
‫געשעעניש‪ ,‬אזש ער קען זיך נישט צוזאמנעמען‪...‬‬
‫ר' ישעי' איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און‬
‫דערציילט וואס ר' שאול דוד האט געזאגט‪ ,‬האט‬
‫דער רבי ז"ל געזאגט אז ער זאל שוין אריבערקומען‪.‬‬
‫ווען ער איז אריבערגעקומען האט אים דער רבי ז"ל‬
‫געזאגט‪" :‬עס שטייט אין בית אהרן אז ווען א איד זאגן‬
‫אינדערפרי 'שלא עשני גוי' דארף ער זיין פון דעם‬
‫בשמחה דעם גאנצן טאג!" און דער רבי האט ליבליך‬
‫פארגעזעצט‪" :‬איר זענט ארויס פון אזא בלאטע‪,‬‬
‫דארפט איר ארום גיין טאנצנדיג א גאנצן טאג!‪ "...‬די‬
‫טרעפליכע ווערטער זענען אריין טיף אין זיין הארץ‬
‫און ער איז ארויס פול מיט חיזוק און שמחה‪.‬‬

‫סימן נא‬
‫סעיף ח‬

‫אין אומרים הזמירות במרוצה כי אם בנחת‪.‬‬
‫עס דערציילט הרה"ח רמ"מ פעלבערבוים‪ ,‬ווען‬
‫מיר זענען געווען בחורים‪ ,‬איז געווען איינער פון די‬
‫ישיבה בחורים‪ ,‬וועלכער האט זייער שטארק געוואלט‬
‫דאווענען במתינות‪ ,‬איז ער אריין אמאל צום רבי'ן ז"ל‬
‫און געפרעגט איבער די זמן ווילאנג עס דארף נעמען‬
‫די דאווענען פון הודו ביז עלינו‪ ,‬וויבאלד ס'זענען דא‬
‫בחורים וואס רעדן זיך אפ אז די דאווענען דויערט צו‬
‫לאנג‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געפרעגט ווילאנג ס'דויערט‬
‫די דאווענען אין ישיבה‪ ,‬האט יענער געזאגט‪40 :‬‬
‫מינוט‪ .‬האט דער רבי ז"ל געזאגט‪" :‬פערציג מינוט‬
‫הייסט ניט לאנג‪"...‬‬

‫ט‬

‫סימן נג‬
‫סעיף ד‬

‫שליח ציבור צריך שיהיה הגון‪.‬‬
‫בשעת'ן מאכן דעם "סידור" האט דער רבי ז"ל‬
‫אנגעוויזן אז דער ש"ץ זאל אנטון טלית ותפילין פאר‬
‫'הבכור והמעשר'‪ ,‬כדי דער חזן זאל זאגן דעם קדיש‬
‫דרבנן נאך א משנה און ברייתא‪ ,‬און דער רבי ז"ל‬
‫האט זיך ארויסגעכאפט בלשון‪-‬קדשו‪" :‬איך לייג אויך‬
‫תפילין פאר הבכור והמעשר‪ ...‬איך בין דאך חזן‪( "...‬מפי‬
‫רמ"מ פעלבערבוים ור"מ בערגער)‪.‬‬
‫מ'האט דאן צוגעשטעלט וואס כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫זצוקללה"ה האט געזאגט אמאל פאר הרה"ח ר'‬
‫מאיר ברוין ע"ה‪ .‬ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן‬
‫ז"ל מיט 'סידור קידושין' ביי דער חופה פון זיין זון‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל דערציילט דער סיפור פון הרה"ק‬
‫רבי יוחנ'טשע מראחמיסטריווקא זצוק"ל‪ ,‬אז עס איז‬
‫געווען אמאל א רינון אויף איינער פון די משוררים‬
‫וועלכע האבן געדאווענט פאר'ן עמוד‪ ,‬האט ער‬
‫געענטפערט‪ :‬ער שטייט נאר פאר'ן עמוד‪ ,‬אבער בעל‬
‫תפילה זענען מיר!‪"...‬‬

‫סעיף ו‪-‬ז‬

‫אין ממנין אלא מי שנתמלא זקנו מפני כבוד הציבור‪,‬‬
‫אבל באקראי משהביא ב' שערות יוכל לירד לפני‬
‫התיבה וכו'‪.‬‬
‫רמ"מ פעלבערבוים דערציילט בנוגע די הנהגה‬
‫וואס איז איינגעפירט ביי אונז אז געווענליך דאווענען‬
‫נישט בחורים פאר'ן עמוד‪ ,‬אז אין די ערשטע תקופה‬
‫דא אין שטעטל‪ ,‬ווען די ערשטע תלמידים פון תלמוד‬
‫תורה זענען געווארן בחורים‪ ,‬און עס איז געווען נאר‬
‫איין כיתה פלעגט דער מגי"ש דאווענען יעדן טאג‬
‫פאר'ן עמוד‪ ,‬אבער נאך א שטיקל תקופה ווען ס'איז‬
‫אים שווער געווארן‪ ,‬האט ער געפרעגט פונעם רבי'ן‬
‫ז"ל אויב ער קען לאזן די בחורים דאווענען פאר'ן‬
‫עמוד‪ ,‬און מיט גרויס שוועריגקייט האט דער רבי ז"ל‬
‫מסכים געווען דערצו‪.‬‬
‫שפעטער ווען עס איז שוין געווען א בנין און‬
‫עטליכע כיתות‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט אז ער‬
‫האט שוין נישט קיין חשק אז בחורים זאלן צוגיין‬
‫צום עמוד‪.‬‬
‫פיל עפיזאדן ווערן דערציילט אנבאלאנגט די‬
‫שטארקע קפידא וואס כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה‬
‫האט מקפיד געווען אז דער בעל‪-‬תפילה זאל האבן א‬
‫גאנצע בארד‪.‬‬

‫י‬

‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬אין די‬
‫ערשטע צייטן ווען דער טאטע ז"ל איז געקומען קיין‬
‫בארא פארק אום תש"ח‪ ,‬זענען נישט געווען צופיל‬
‫חשוב'ע אידן‪ ,‬און עס איז געווען איינער וואס ער איז‬
‫געווען באמת א חשוב'ער איד‪ ,‬א תלמיד פון אן אדם‬
‫גדול‪ ,‬ער פלעגט פארלערנען שיעורים און ער איז‬
‫געווען א ת"ח וכו'‪ ,‬א שטיקל בארד האט ער געהאט‪,‬‬
‫נאר נישט קיין גאנצער‪ .‬און דער טאטע ז"ל האט‬
‫געוואלט אז דער בעל‪-‬תפילה זאל זיין איינער מיט‬
‫א גאנצער בארד‪ ,‬האט ער אים געזאגט אז ער וועט‬
‫דאווענען אנשטאט אים‪".‬‬
‫דער רבי שליט"א לייגט צו‪" :‬היינט קען מען עס‬
‫נישט פארשטיין‪ ,‬אבער דעמאלס אום תש"ח פון‬
‫אנהייב איז נישט געווען אזא גרויסער ציבור‪ ,‬און‬
‫בעצם אין איכות האט יענער געהייסן פון די 'פני' פון‬
‫דעם דעמאלס'דיגן ביהמ"ד! ער איז טאקע געווען א‬
‫ת"ח און ער האט געהאט ערליכע קינדער‪ ,‬אין יענע‬
‫תקופה זענען נישט געווען אסאך אזעלכע ‪ -‬האט דער‬
‫טאטע ז"ל אים געזאגט‪ ,‬אז ער וועט דאווענען!" (גליון‬
‫בחצר הקודש‪ ,‬יתרו תשס"ה)‪.‬‬
‫אן ענליכע מעשה האט הרה"ח ר' דניאל‬
‫גאלדשטיין ע"ה דערציילט‪" :‬עס איז געווען אמאל‬
‫אז איינער פון די חשוב'ע נדבנים‪ ,‬וועלכע האט אסאך‬
‫צוגעהאלפן מיט געלט‪ ,‬האט געוואלט דאווענען פאר'ן‬
‫עמוד אין דער טאג וואס ער האט געהאט א יארצייט‪,‬‬
‫אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין בארד‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל געזאגט פאר יענע נדבן אז ער וועט‬
‫דאווענען פאר'ן עמוד אנשטאט אים‪.‬‬
‫"דער נדבן האט אבער געוואלט אליינ'ס דאווענען‬
‫פאר'ן עמוד‪ ,‬און דער רבי ז"ל האט זיך געהאלטן‬
‫פעסט‪ ,‬אז מען קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד‬
‫אויב מ'שניידט זיך דער בארד‪ .‬האט זיך דער נדבן‬
‫באליידיגט און ער איז אוועקגעגאנגען‪ ,‬און קיינמאל‬
‫מער נישט צוריקגעקומען אין ביהמ"ד‪ ".‬אזוי האט זיך‬
‫געמאכט מער ווי איינמאל‪ ,‬אבער דער רבי ז"ל האט‬
‫בשו"א נישט מוותר געווען דערויף‪.‬‬
‫עס האט זיך אמאל געמאכט אז איינער פון די‬
‫מתפללים וועלכער האט נישט געהאט קיין 'גאנצער‬
‫בארד' האט געוואלט צוגיין צום עמוד‪ ,‬און האט‬
‫געוואלט געבן פאר'ן רבי'ן ז"ל א גרויסער סכום געלט‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל אים געזאגט‪" :‬די תפילה פונעם‬
‫גבאי וועלכער רירט נישט צו צום בארד‪ ,‬איז מיר‬
‫אסאך מער ווערד דערפון!"‬
‫דער איד האט אנגענומען די ווערטער פון דער רבי‬
‫ז"ל‪ ,‬און נאכ'ן דאווענען איז הרה"ח ר' גדלי' שווארץ‬
‫ע"ה צוגעגאנגען צו אים און אים ערקלערט קלארער‬

‫אז ער זאל וויסן אז דאס איז גאר א שטארקע קפידא‬
‫ביים רבי'ן ז"ל‪ ,‬אז איינער וואס רירט צו צום בארד‬
‫זאל נישט דאווענען פאר'ן עמוד‪ .‬ר' גדלי' האט אויך‬
‫צוגעלייגט‪ ,‬אז אצינד ווען ער האט מקבל געווען די‬
‫ווערטער פון דער רבי ז"ל‪ ,‬איז געוויס א שעת‪-‬הכושר‬
‫אריינצוגיין צום רבי'ן ז"ל און בעטן א ברכה‪.‬‬
‫דער איד וועלכער האט געהאט צוויי טעכטער‬
‫וועלכע האבן נאכנישט זוכה געווען צו זש"ק‪ ,‬האט זיך‬
‫באלד צוגעכאפט צו די ווערטער פון ר' גדלי'‪ ,‬און איז‬
‫אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה‪ ,‬און אויסגעגאסן זיין‬
‫הארץ איבער דעם מצב פון זיינע טעכטער וועלכע‬
‫האלטן שוין פילע יארן נאכ'ן חתונה און האבן‬
‫נאכנישט זוכה געווען צו זש"ק‪ .‬דער רבי ז"ל האט אים‬
‫באלד אנגעוואונטשן‪ ,‬און יענע יאר האבן ביידע זוכה‬
‫געווען צו זש"ק‪( .‬מפי ר' יצחק הירש ראטשילד הי"ו)‪.‬‬
‫אן אנדערע מאל איז געווען א נדבן וועלכער האט‬
‫געהאט יארצייט‪ ,‬און וויבאלד ער האט נישט געהאט‬
‫קיין גאנצער בארד‪ ,‬האט אים דער רבי ז"ל מציע‬
‫געווען אז ער וועט זאגן קדיש אויב ער וועט נישט‬
‫צוגיין צום עמוד (מפי רי"ח קארן ששמע מאביו)‪.‬‬
‫עס איז באקאנט דער גאר באלערנדער עפיזאד‪,‬‬
‫וועלכער לערנט אונז ווי שטארק מען דארף זיך האלטן‬
‫ביי די מנהגים‪ ,‬און דער אופן "וויאזוי" מען דארף זיך‬
‫האלטן שטארק ביי די מנהגים‪ .‬עס איז געווען אמאל‬
‫ווען מ'האט דערציילט פאר'ן רבי'ן ז"ל אז עס איז געווען‬
‫א איד וואס האט געדאווענט פאר'ן עמוד אין ביהמ"ד‬
‫און האט נישט געוואלט זאגן 'קץ'‪ .‬די אנוועזנדע האבן‬
‫אים ערקלערט אז עס איז א שטארקע קפידא‪ ,‬אבער‬
‫ער האט בשו"א נישט געהאלטן ביים זאגן 'קץ'‪ .‬האט‬
‫מען אים געזאגט אז אויב וועט ער נישט זאגן‪ ,‬וועט‬
‫מען אים מוזן אויפהייבן און ארויסטראגן פון ביהמ"ד‪.‬‬
‫האט דער רבי ז"ל זיך אנגערופן‪" :‬קיין מחלוקת‬
‫דארף מען נישט מאכן‪ ,‬נאר אנשטאט 'אים' אויפהייבן‬
‫און ארויסטראגן‪ ,‬וואלט זיך 'יעדער' געדארפט‬
‫אויפהייבן און ארויסגיין‪ ,‬וועט ער שוין ממילא נישט‬
‫קענען זאגן קיין קדיש‪ ".‬מען טאר זיך נישט קריגן און‬
‫טון פאר יענעם‪ ,‬נאר מ'דארף זיין פעסט ביי זיך‪ ,‬נישט‬
‫מוותר זיין נאר אליין ארויסגיין‪.‬‬

‫סימן נה‬
‫סעיף יג‪-‬כ‬

‫צריך שיהא כל העשרה במקום אחד ושליח ציבור‬
‫עמהם וכו'‪.‬‬
‫אין די ערשטע יארן פונעם שטעטל איז געווען‬
‫נאר צוויי מנינים אין די פריע שעות‪ .‬פלעגט אסאך‬

‫מאל זיין אז עס איז ממש נישט געווען קיין מנין‬
‫אין דער צייט ווען דער רבי זכרונו לברכה האט‬
‫געדאווענט‪ ,‬ווייל דער רבי ז"ל האט געדאווענט נאנט‬
‫צום זמן תפילה‪.‬‬
‫ווען עס איז געווען ווייניגער ווי צען מתפללים‬
‫פלעגט מען רופן בחורים פון ישיבה צו משלים זיין‬
‫דעם מנין‪ ,‬די ישיבה איז דאן געווען אין א זייטיגן‬
‫שטוב פונעם ביהמ"ד‪ .‬אבער אויב האט נאר געפעלט‬
‫איינער צו מנין‪ ,‬האט דער רבי ז"ל נישט געוואלט אז‬
‫מען זאל שטערן די בחורים‪ ,‬און דער רבי ז"ל אליין‬
‫פלעגט ארויסקומען צו ישתבח און קדיש ברכו‪,‬‬
‫דערנאך צו שטילע און הויעכע שמונה עשרה א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬
‫כדי עס זאל זיין 'מנין' אין איין שטוב‪.‬‬
‫הרה"ח ר' ישעי' משב"ק האט געוואלט לייכטער‬
‫מאכן פאר'ן רבי'ן האט ער עטליכע מאל גערופן א‬
‫בחור זאל משלים זיין‪ ,‬אבער איינמאל האט דאס דער‬
‫רבי ז"ל באמערקט‪ ,‬האט דער רבי געזאגט פאר ר'‬
‫ישעי' אז ער זאל זיי נישט שטערן פון לערנען‪ ,‬ער‬
‫וועט גיכער ארויסקומען‪.‬‬
‫אויך אין די פעלער ווען מען האט יא געדארפט‬
‫רופן בחורים‪ ,‬ווייל עס האבן געפעלט אפאר מענטשן‬
‫צו מנין‪ ,‬פלעגט דער רבי ז"ל באלד נאכ'ן דאווענען‬
‫ווייזן פאר די בחורים אז זיי זאלן שוין שנעל צוריקגיין‬
‫לערנען!‪...‬‬

‫סימן פג‬
‫סעיף א‬

‫אסור לקרות כנגד ביה"כ‪.‬‬
‫הרבנית מוויזניץ ע"ה האט אמאל געזאגט אז דער‬
‫טאטע כ''ק מרן זי"ע פלעגט מדקדק זיין און מחמיר‬
‫זיין נישט צו מאכן א ברכה אקעגן א ביה"כ אפילו‬
‫ווען דער טיר איז געווען פארמאכט‪ ,‬נאר אויב עס איז‬
‫געווען נאך א טיר וואס האט אפגעטיילט צווישן דעם‬
‫ביה"כ (מפי רי"ש אסטרייכער ששמע מפיה)‪.‬‬

‫סימן פח‬
‫סעיף א‬

‫ואסרו בין בדברי תורה ובין בקריאת שמע עד שיטבול‬
‫וכו'‪.‬‬
‫פיל שטארק‪-‬באלערנדע עפיזאדן ווערט‬
‫דערציילט איבער די שטארקע קפידא צו גיין יעדן‬
‫טאג אין מקוה‪ ,‬וואס דער רבי ז"ל האט זיך ממש‬
‫מוסר‪-‬נפש געווען דערויף‪ ,‬ואין כאן מקומו להאריך‪.‬‬
‫מיר וועלן נאר ציטירן הדרכות און הוראות וואס כ"ק‬

‫מרן אדמו"ר זצוקללה"ה האט געגעבן פאר אנדערע‪,‬‬
‫און מדריך געווען ווי שטארק מען דארף זיין נזהר אין‬
‫דעם‪ ,‬חוק ולא יעבור‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל פלעגט כסדר חזר'ן און דערמאנען‬
‫די ווערטער פונעם מאור ושמש וואס שרייבט אז‬
‫דער בעש"ט הקדוש האט מתקן געווען אז מ'זאל זיך‬
‫טובל'ן יעדן טאג‪ ,‬און אז די סיבה פון די כת ש"ץ איז‬
‫געווען ווייל זיי האבן נישט געלערנט און געדאווענט‬
‫בטהרה‪( .‬מפי רי"ש פריעד)‪ .‬עס איז געווען אמאל א בחור‬
‫וועלכער האט זיך באקלאגט פאר'ן רבי'ן ז"ל איבער‬
‫נישט ריינע געדאנקען ל"ע‪ ,‬האט דער רבי ז"ל באלד‬
‫געפרעגט‪" :‬מ'גייט אין מקוה יעדן טאג?" און דער רבי‬
‫ז"ל האט אים מזרז געווען אז ער זאל גיין אין מקוה‬
‫יעדן אינדערפרי‪( .‬מפי רמ"מ פעלבערבוים ששמע מבעל‪-‬‬
‫העובדא)‬

‫הרה"ח ר' שלמה גרינבוים דערציילט‪ :‬כ'בין‬
‫אמאל אריין צום רבי'ן ז"ל און כ'האב גערעדט צום‬
‫רבי'ן וועגן א געוויסער בחור פון די ליטווישע בחורים‪,‬‬
‫וואס אין לערנען האט ער געהייסן גאר שטארק‪,‬‬
‫און ער איז געווען פון הרה"ג ר' שניאור קוטלער'ס‬
‫שטארקע תלמידים‪ ,‬איין פראבלעם איז געווען אז קיין‬
‫שטריימעל וועט ער נישט גיין‪ ,‬און מען האט געוואלט‬
‫וויסן בנוגע שידוכים‪.‬‬
‫"האט דער רבי ז"ל זיך אנגערופן‪" :‬דו ווייסט דאך‬
‫אז כ'בין נישט קיין גרויסע מדקדק פון די שטריימל‪,‬‬
‫דער שטריימל איז נישט דער עיקר‪ ,‬ס'איז דא‬
‫"אנדערע זאכן"‪ ...‬האב איך געפרעגט‪ :‬דער רבי מיינט‬
‫דעם מאור ושמש אין פרשת אמור? דארט שטייט‬
‫שטארק וועגן גיין אין מקוה יעדן טאג און זיין נזהר‬
‫בקדושה וטהרה‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געשאקלט מיטן‬
‫קאפ און צוגעשטימט צו מיינע ווערטער‪"...‬‬
‫עס דערציילט אן עד‪-‬נוכח‪ ,‬וועלכער איז געקומען‬
‫צווישן א קבוצה פון פרעמדע בחורים צום רבי'ן‬
‫ז"ל‪ ,‬און יעדעס מאל וואס זיי פלעגן אריין צום רבי'ן‬
‫ז"ל פלעגן זיי גיין פארדעם אין מקוה‪ .‬איינמאל איז‬
‫מיטגעקומען נאך א בחור וועלכער איז נישט געגאנגען‬
‫אין מקוה‪ .‬און ווען זיי זענען אריבער ביים רבי'ן ז"ל‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל אפגעשטעלט דעם בחור‪ ,‬זאגנדיג‪:‬‬
‫"דער אייבירשטער זאל העלפן זאלסט האבן הייליגע‬
‫ריינע מחשבות!" (מפי הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדל שליט"א‬
‫ששמעו מעד‪-‬נוכח)‪.‬‬
‫אין די ערשטע צייטן פלעגט דער רבי ז"ל אויך‬
‫קענען צולייגן צו די קורצע דברי‪-‬הדרכה נאכ'ן תפילין‬
‫לייגן'ס‪" :‬גיין אין מקוה יעדן טאג פאר'ן דאווענען!"‬
‫אזוי אויך שפעטער ווען דער רבי ז"ל האט געשפירט‬
‫אז יענער וועט מיקל זיין דערין (מפי רע"ד טויב)‪.‬‬

‫איינער האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן ז"ל בשם‬
‫א גדול וועגן גיין אין מקוה ראש השנה פאר תקיעת‬
‫שופר‪ ,‬אז ער זעט אין נישט אין דעם קיין ענין‪ ,‬ווייל‬
‫'שחרית' שאדט דאך נישט ח"ו‪ ...‬האט דער רבי זכרונו‬
‫לברכה געזאגט‪" :‬מיר גייען אין מקוה‪ ,‬צו 'מוסיף' זיין‬
‫קדושה וטהרה‪"...‬‬
‫ר"ל ראזען האט דערציילט‪ :‬ווען כ'בין געווארן‬
‫בר מצוה האט דער רבי זכרונו לברכה מיר געלייגט‬
‫תפילין דאס ערשטע מאל‪ ,‬א תקופה שפעטער האט‬
‫מיין טאטע געוואלט וויסן וואו ער זאל מיר שיקן‬
‫לערנען‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט אז ער זאל מיר‬
‫שיקן קיין קליוולאנד צו דער טעלזער ישיבה [די סיבה‬
‫איז געווען וויבאלד דאס איז געווען פון די איינציגסטע‬
‫ישיבות בימים ההם וואס האבן נישט אריין געלאזט‬
‫לימודי חול אין ישיבה]‪.‬‬
‫נאך א שטיקל צייט וואס כ'האב געלערנט אין‬
‫טעלז בין איך דא געווען ביים רבי'ן‪ ,‬האט דער רבי זיך‬
‫אינטערעסירט וועגן מיין לערנען‪ ,‬דער רבי ז"ל האט‬
‫מיר דאן געפרעגט אויב איך גיי אין מקוה יעדן טאג‪,‬‬
‫האב איך געענטפערט אז נישט‪ ,‬צוליב צוויי סיבות‪,‬‬
‫איינס‪ ,‬די מקוה איז פארשפארט א גאנצע וואך נאר‬
‫ערב שבת איז עס אפן; צווייטנ'ס‪ ,‬די מקוה האט נישט‬
‫קיין ספעציעלע הייצונג‪ ,‬נאר ערב שבת מאכט מען‬
‫עס ווארעם‪ ,‬און דערנאך בלייבט די וואסער שטיין א‬
‫גאנצע וואך ביז ערב שבת ווען מ'ליידיגט עס אויס און‬
‫מ'פילט עס אן און מ'ווארעמט עס גוט אן‪ ,‬דערפאר‬
‫איז די מקוה קאלט דורכ'ן וואך‪ ,‬און כ'האב געזאגט‬
‫פארן רבי'ן אז כ'בין בטבע אן איש מצונן און כ'ווער‬
‫שנעל פארקילט‪.‬‬
‫האט דער רבי ז"ל געענטפערט‪" :‬דאס אז די‬
‫מקוה איז פארשפארט‪ ,‬גלייב איך אז דו קענסט זיך אן‬
‫עצה געבן און שאפן א שליסל צו קענען גיין‪ ,‬און דאס‬
‫וואס דו האסט מורא אז דו וועסט ווערן פארקילט‪,‬‬
‫איין טבילה יעדן טאג שאדט נישט!" דער רבי ז"ל‬
‫האט נאכמאל איבערגעזאגט די ווערטער‪ ,‬און ווי‬
‫פארשטענדליך האב איך דאס מקיים געווען‪ ,‬כ'האב‬
‫געשאפט א שליסל און איך בין יעדן טאג געגאנגען‬
‫אין מקוה‪".‬‬
‫פירט ר' לייבל אויס‪" :‬ווי וואונדערליך איז דאס‬
‫געווען‪ ,‬אז דורכאויס די גאנצע זיבן יאר וואס כ'האב‬
‫דארט געלערנט בין איך קיינמאל נישט געווארן‬
‫פארקילט! דאקעגן אין אלע אנדערע יארן בין איך‬
‫אלעמאל געווען זייער האקל‪ ,‬און כ'פלעג זיך אלץ‬
‫דארפן גאר ווארעם אנטון‪ ,‬כדי איך זאל נישט ווערן‬
‫פארקילט‪( ...‬מפי ר"י שפירא ששמע מהנ"ל)‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה פלעגט שטארק‬

‫אי‬

‫מעדיף זיין אז מען זאל גיין באלד אינדערפרי אין‬
‫מקוה‪ ,‬נישט בלויז פאר'ן דאווענען‪ .‬כ"ק האדמו"ר‬
‫מראחמיסטריווקא שליט"א דערציילט אז ער‬
‫געדענקט נאך פון די תקופה וואס דער רבי ז"ל האט‬
‫געוואוינט אין וויליאמסבורג‪ ,‬אז תיכף ווען דער רבי‬
‫ז"ל איז אויפגעשטאנען פון בעט‪ ,‬איז דער רבי ז"ל‬
‫שנעל געלאפן אין מקוה‪ .‬דער ראחמיסטריווקער רבי‬
‫שילדערט‪ :‬דער רבי ז"ל איז אזוי שנעל געלאפן‪ ,‬ממש‬
‫בנשימה אחת‪ ,‬אז עס האט אויסגעקוקט ווי איינער‬
‫וויל אים עפעס טון‪ ...‬ערשט נאכ'ן מקוה איז דער רבי‬
‫ז"ל געווארן רואיג! אזוי איז געווען יעדן טאג!‬
‫עס איז באקאנט וואס הרה"ח ר' ישראל אונגער‬
‫ע"ה האט דערציילט‪ ,‬אז ווען ער פלעגט לערנען‬
‫מיט יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א יעדן‬
‫אינדערפרי‪ ,‬האט זיך געמאכט עטליכע מאל אז‬
‫ער איז אויפגעשטאנען אביסל שפעט‪ ,‬און נישט‬
‫וועלנדיג אויפהאלטן‪ ,‬איז ער ערשט געגאנגען לערנען‪,‬‬
‫און דערנאך געגאנגען אין מקוה פאר'ן דאווענען‪.‬‬
‫ווען כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה האט זיך אמאל‬
‫אינטערעסירט אין זיין סדר היום‪ ,‬און געהערט אז עס‬
‫מאכט זיך אז ער לערנט פאר'ן מקוה‪ .‬האט אים דער‬
‫רבי ז"ל געזאגט‪" :‬ניין ניין‪ ,‬ניט אזוי! קודם גייט מען אין‬
‫מקוה‪ ,‬דערנאך גייט מען לערנען‪".‬‬

‫סימן פט‬
‫סעיף ג‬

‫ולא לאכול ולא לשתות אבל מים מותר לשתות קודם‬
‫התפילה בין בחול ובין בשבת ויו"ט וכו' וכן אוכלים‬
‫ומשקים לרפואה מותר‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל פלעגט מחמיר זיין פאר זיך און‬
‫נישט טרינקען בכלל פאר'ן דאווענען‪ .‬אויסער אין‬
‫יומי דפגרא ווי ר"ח‪ ,‬שבתים און ימים טובים‪ ,‬פלעגט‬
‫דער רבי ז"ל טרינקען טיי מיט מילך [אגב‪ ,‬רמ"מ‬
‫פעלבערבוים דערציילט אז אמאל ווען ער איז געווען‬
‫ביים רבי'ן ז"ל און דורכגעשמועסט זיין סדר היום‪,‬‬
‫זאגנדיג אז ער טרינקט צופרי ‪ 2‬קאוועס מיט מילך און‬
‫אמאל א טיי מיט מילך‪ ,‬האט דער רבי ז"ל רעאגירט‪:‬‬
‫"כ'מיין אז טיי מיט מילך איז בעסער" (פאר געזונט)]‪.‬‬
‫אין די שבתות וימים טובים פלעגט דער רבי זכרונו‬
‫לברכה אלעמאל אויסרעכענען אז עס זאל זיין זעקס‬
‫שעה צווישן דער טיש ביינאכט און דאס דאווענען‬
‫אינדערפרי‪ ,‬כדי מען זאל קענען טרינקען מילך פאר'ן‬
‫דאווענען‪ .‬איינמאל ראש השנה האט זיך געמאכט אז‬
‫דער טיש יו"ט ביינאכט האט זיך געענדיגט שפעט‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל גערוקט דעם זמן ווען מ'וועט זיך‬
‫שטעלן דאווענען אינדערפרי‪ ,‬זאגנדיג אז ער וויל נאך‬

‫בי‬

‫קענען טרינקען א קאווע פארן דאווענען‬
‫אונגער)‪.‬‬

‫(רשימות רא"צ‬

‫אום שנת תשכ"ז ווען דער רבי ז"ל האט געליטן‬
‫אויף צוויי סטראוק'ס ל"ע‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געבעטן‬
‫דעם רב הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל זאל מתיר נדר‬
‫זיין פון נישט טרינקען פאר'ן דאווענען‪ .‬אבער למעשה‬
‫האט דער רבי ז"ל נישט געטרינקען‪ ,‬נאר פאר'ן עלות‬
‫השחר (מתוך מכתבו של האב"ד לידידו גאב"ד בוניהאד זצ"ל)‪.‬‬

‫סימן צ‬
‫סעיף ט‬

‫ישתדל אדם להתפלל בבית הכנסת עם הציבור‪.‬‬
‫עס איז באקאנט די געוואלדיגע זהירות פון כ"ק‬
‫מרן אדמו"ר זצוקללה"ה אויף תפילה בציבור‪ .‬כ”ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א האט געזאגט אמאל אין א שמועס‪:‬‬
‫"דער טאטע ז"ל וואלט געגעבן כל הון דעלמא נישט‬
‫צו מבטל זיין תפילה בציבור‪ ,‬ער פלעגט איבערטוישן‬
‫פלענער פון די נסיעות וכדומה‪ ,‬כדי מ'זאל נישט‬
‫דארפן מבטל זיין א מנחה בציבור אדער א מעריב‬
‫בציבור‪ ,‬עס איז געווען ביי אים א מסירות נפש אויף‬
‫דעם‪ ,‬אז מ'זאל נישט דארפן מבטל זיין אפילו באונס‬
‫א תפלה בציבור"‪.‬‬
‫עס איז אינטערעסאנט צו ציטירן א שמועס פון‬
‫כ''ק אדמו"ר שליט"א מיט'ן שווער להבחל"ח כ''ק‬
‫הישועות משה מוויזניץ זצוק"ל‪ .‬דער רבי האט דאן‬
‫דערציילט איבער די קפידא פונעם רבי'ן ז"ל אויף‬
‫"תפילה בציבור"‪ ,‬און אז עס האט זיך אפילו געקענט‬
‫מאכן אז ער זאל צוליב דעם פארשפעטיגן זמן תפילה‪.‬‬
‫האט דער ישועות משה מוסיף געווען‪" :‬די גרויסע אידן‪,‬‬
‫אפילו זיי וואלטן געדאווענט ביחידות וואלט מען עס‬
‫אויך אנגענומען גאר הויך‪ ,‬און פון דעסטוועגן האבן זיי‬
‫געהאלטן אז תפילה בציבור איז מער ווערד‪( "...‬קובץ‬
‫ממלכת וויזניץ ניסן תשנ"ז‪ ,‬עמ' כד)‪.‬‬
‫כ''ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א חדב"ן דערציילט‬
‫אז ער געדענקט נישט קיינמאל אז דער רבי ז"ל זאל‬
‫דאווענען אנ'ע מנין‪ ,‬טראץ עס איז געווען אסאך מאל‬
‫פארבינדן מיט גאר גרויסע שוועריגקייטן‪ .‬אין די‬
‫תקופה נאכ'ן מלחמה‪ ,‬ווען עס איז ממש נישט געווען‬
‫מעגליך‪ ,‬פלעגט אפט מאל זיין אז דער מנין איז נישט‬
‫דוקא געווען פון אידן וואס לייגן דריי פאר תפילין‪,‬‬
‫אבער מנין איז געווען‪...‬‬
‫"אויך אויפ'ן שיף קומענדיג קיין אמעריקע‬
‫האט מען אריינגעלייגט אלע כוחות דערויף‪ ,‬מ'האט‬
‫געדארפט צוזאמשלעפן מנין פון איבער'ן שיף צום‬
‫דאווענען‪ .‬אויסער איין מאל חול המועד סוכות אין‬

‫בוקארעסט ווען מ'האט דאך נישט געהאט קיין סאך‬
‫ד' מינים‪ ,‬און דער שווער האט יא געהאט‪ ,‬און דעם‬
‫ערשטן טאג חול המועד נאכן דאווענען האט מען עס‬
‫שנעל געדארפט שיקן צו אנדערע שטעט אז זיי זאלן‬
‫אויך קענען בענטשן אתרוג‪.‬‬
‫"דער שווער האט געבעטן אז מ'זאל עס צוריק‬
‫ברענגען דעם אנדערן אינדערפרי‪ ,‬כדי מ'זאל קענען‬
‫אתרוג בענטשן און מאכן די נענונעים ביים דאווענען‪,‬‬
‫למעשה איז שוין געווען אינדערפרי און דער שווער‬
‫האט געווארט מיטן דאווענען שעה'ן לאנג וויבאלד‬
‫די ד' מינים איז נאכנישט געווען צוריק‪ ,‬און אזוי האט‬
‫דער שווער געווארט ממש ביז נאכט‪ ,‬נישט האבנדיג‬
‫קיין ברירה האט ער דאן געדאווענט שחרית‪"...‬‬
‫אין די ערשטע צייטן ווען דער רבי ז"ל האט‬
‫געוואוינט אין ב"פ‪ ,‬איז דער גאנצע הויף באשטאנען‬
‫פון געציילטע מענטשן‪ ,‬און מען האט יעדן טאג‬
‫באזונדער געדארפט ארבייטן צו צוזאמשטעלן מנין‬
‫פאר מנחה און מעריב‪ ,‬ווייל רוב איינוואוינער פונעם‬
‫שטאט זענען געווען פארנומען דעם גאנצן טאג על‬
‫המחיה ועל הכלכלה‪ .‬דערציילן אידן פון יענע תקופה‬
‫אז מען האט כמעט יעדן טאג געזען אפענע השגחה‪-‬‬
‫פרטית אז מען האט זוכה געווען צוזאמצושטעלן‬
‫'מנין' פאר אלע תפילות‪ ,‬און אזוי איז אויך אלעמאל‬
‫געווען מנין ביי די טישן‪.‬‬
‫ווי‪-‬באוואוסט‪ ,‬פלעגט כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫זצוקללה"ה דאווענען שפעט מנחה‪ ,‬און אסאך‬
‫מאל זענען אריינגעקומען מענטשן וועלכע האבן‬
‫שוין געהאלטן נאך מעריב‪ ,‬צו משלים זיין מנין‪ ,‬און‬
‫ווען זיי האבן געזען אז מען האלט נאך פאר מנחה‪,‬‬
‫זענען זיי ארויסגעגאנגען‪ ,‬און בהשגחה‪-‬עליונה זענען‬
‫אריינגעקומען אנדערע מענטשן וועלכע האבן משלים‬
‫געווען די מנין (מפי הרה"ח ר' שלמה האפפמאן ע"ה)‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬אמאל‬
‫איז געווען‪ ,‬אז מען האט שוין געהאלטן ביים שקיעה‪,‬‬
‫און עס זענען דארט געווען נאר 'ניין מענטשן'‪ ,‬און‬
‫עס איז שוין געווען ביים שקיעה‪ ,‬איז געווען איינער‬
‫וועלכער האט אפגעדאווענט מנחה ביחידות און‬
‫איז אוועקגעגאנגען‪ .‬מען האט שווער געארבייט צו‬
‫ברענגען נאך איינעם צו משלים זיין‪ ,‬און ווען יענער‬
‫איז אריינגעקומען און געזען אז מען האלט נאך פאר‬
‫מנחה‪ ,‬האט ער באלד פארלאזט דעם פלאץ‪ ,‬נישט‬
‫וועלנדיג משלים זיין אזא שפעטע מנחה‪.‬‬
‫"דער רבי ז"ל האט געהאט שטארקע חלישות‪-‬‬
‫הדעת דערפון‪ ,‬האט ער זיך אנגערופן‪" :‬ער האט מורא‬
‫געהאט אז ער וועט זיין מיט אונז אין גיהנם?! ווער‬
‫וועט אים דען אריינלאזן‪ "?...‬און כ"ק מרן אדמו"ר‬

‫שליט"א פירט אויס‪ ,‬אז דאס איז געווען אן אופן‬
‫פון 'יוצא מן הכלל'‪ ,‬ווייל געווענליך פלעגט כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר זצוקללה"ה קיינמאל נישט מקפיד זיין אויף‬
‫קיין איד‪ ,‬און האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט‬
‫מיט אזעלכע שארפע לשונות‪.‬‬
‫הרה"ח ר' שלמה האפפמאן האט דערציילט אז‬
‫ווי נאר יענער איד איז ארויסגעגאנגען‪ ,‬איז אנגעקומען‬
‫א טעקסי און ר' גדלי' שווארץ איז אריינגעקומען און‬
‫משלים געווען דעם מנין‪ .‬דער רבי ז"ל האט זיך דאן‬
‫אויסגעדרוקט‪" :‬היינט וועט מען דאווענען א בעלזער‬
‫מנחה‪( "...‬רשימות ר"מ אונגער)‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט זיך דאן אויסגעדרוקט‪" :‬אויף‬
‫עלף מענטשן דארף איך ארבעטן‪ ,‬מער דארף איך‬
‫נישט‪( "...‬רשימות רא"צ אונגער)‪.‬‬

‫סעיף יט‬

‫יקבע מקום לתפלתו‪ ,‬שלא ישנהו אם לא לצורך‪.‬‬
‫די עלטערע חסידים האבן דערציילט אז כ"ק מרן‬
‫מהר"ד זצוקללה"ה פלעגט אנזאגן ביי תפילין‪-‬לייגן אז‬
‫מען זאל נישט ארומשפאצירן בשעת'ן דאווענען‪...‬‬

‫סימן צא‬

‫אז אויפ'ן שיף קיין אמעריקא איז געווען א גדול‪ ,‬און‬
‫עס האט זייער געוואונדערט פאר'ן רבי'ן ז"ל היתכן‬
‫אזא איד וואס קען קבלה זאל דאווענען אן א גארטל‪...‬‬
‫אגב‪ ,‬הרה"ג ר' משה גרין שליט"א האט דערציילט‪,‬‬
‫אז ווען ער איז געווארן ראש ישיבה האט דער רבי ז"ל‬
‫אים געבעטן אז אין ישיבה זאל ער גיין מיט א גארטל‬
‫(רשימות רא"צ אונגער)‪.‬‬

‫סימן צב‬
‫סעיף י‬

‫טוב ליתן צדקה לפני התפילה‪.‬‬
‫צווישן די חסידים וועלכע האבן זיך געקלאמערט‬
‫ביים רבי'ן ז"ל אין וויליאמסבורג‪ ,‬איז געווען הרה"ח‬
‫ר' חיים ישעי' טוביאס ע"ה‪ ,‬א תמימות'דיגער חסיד‬
‫וועלכער האט נאך זוכה געווען זיך צו מסתופף זיין‬
‫בצילא דמהימנותא פון כ"ק מרן מהר"ד זצוקללה"ה‪.‬‬
‫ווען דער רבי ז"ל איז אריינגעקומען צום דאווענען‬
‫האט אים דער רבי ז"ל געגעבן א פעקל פון מטבעות‪,‬‬
‫זאגנדיג‪" :‬וואס בין איך ווייניגער פון יעדן?" און דער‬
‫רבי ז"ל האט אים באשטימט אלס זיין 'גבאי‪-‬צדקה'‬
‫אז ער זאל געבן צדקה פאר די וואס גייען נאך געלט‬
‫ביים דאווענען (מפי ר"מ אונגער)‪.‬‬

‫סעיף ב‬

‫צריך לאזור אזור בשעת התפלה‪ ,‬אפילו יש לו אבנט‬
‫שאין לבו רואה את הערוה‪ ,‬משום 'הכון'‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה פלעגט שטארק‬
‫מקפיד זיין אז מען זאל גיין מיט א גארטל‬
‫ביים דאווענען‪ ,‬און ער האט דאס באזונדער‬
‫אוועקגעשטעלט צווישן די תקנות פון ש"ץ און פון די‬
‫וואס זענען עולה לתורהח)‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אויך מקפיד געווען אז די‬
‫גארטל זאל זיין אויפ'ן אויבערשטן מלבוש‪ .‬איינמאל‬
‫ווען הרה"ח ר' יעקב גרשון ראזנפעלד האט עולה‬
‫געווען לתורה‪ ,‬האט דער רבי ז"ל באמערקט אז ער‬
‫גייט מיט א מאנטל העכער דעם בעקיטשע‪ ,‬און די‬
‫גארטל איז אויפ'ן בעקיטשע‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געוויזן‬
‫אז ער זאל אנטון די גארטל אויפ'ן מאנטל‪ ,‬ווייל די‬
‫גארטל דארף זיין אויפ'ן אויבערשטן מלבוש (מפי ר"מ‬
‫בערגער; ועוד)‪[ .‬אויסער ביי קידוש לבנה‪ ,‬וואס מ'פלעגט‬
‫עס זאגן מיט'ן רעזשוואלקע‪ ,‬און דער גארטל אונטער‬
‫דעם]‪.‬‬
‫הרה"ג רבי צבי הירש גינזבערג שליט"א האט‬
‫דערציילט‪ ,‬אז דער רבי ז"ל האט אים אמאל געזאגט‬

‫סימן צג‬
‫סעיף א‬

‫ישהה שעה אחת קודם שיקום להתפלל‪ ,‬כדי שיכוין‬
‫לבו למקום (מחבר) האר"י ז"ל היה מתפלל תוך הספר‬
‫כדי שיכוין מאד‪ ,‬והכל לפי מה שהאדם מרגיש בנפשו‬
‫(מג"א סק"ב)‪.‬‬
‫צווישן די הדרכות וואס רבותינו הקדושים זאגן‬
‫אן בשעת'ן לייגן תפילין דעם ערשטן מאל‪ ,‬איז "מ'זאל‬
‫דאווענען אין א סידור"‪.‬‬
‫הרה"ח ר' משה גבאי האט דערציילט אז אין‬
‫רומעניע האט ער געזען אז דער רבי ז"ל האט מדקדק‬
‫געווען צו דאווענען אין איינע פון די פאלגענדע‬
‫סידורים‪ :‬סידור של"ה‪ ,‬סידור תפילה ישרה – דער‬
‫בארדיטשוב'ער סידור‪ ,‬אדער דער סידור העמדין‪.‬‬
‫אבער דא אין אמעריקע האט דער רבי ז"ל אנגעהויבן‬
‫דאווענען נאר אין א של"ה סידור‪( ,‬מפי הרה"ח רמ"מ פ"ב‬
‫ור"מ בערגער ששמעו מפיו)‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אויך אנגעוויזן פאר עטליכע‬
‫עלטערע אידן מאנשי שלומינו אז זיי זאלן דאווענען‬
‫אין א של"ה סידור‪ ,‬צווישן זיי‪ :‬הרה"ח ר' יו"ט שטערן‬

‫ז"ל‪( .‬מפי ר"ר וואלאדארסקי)‪.‬‬
‫אן אינטערעסאנטע עובדא און מימרא דערציילט‬
‫הרה"ח ר"ד שטיינער שליט"א לאויוש"ט‪" :‬מיט יארן‬
‫צוריק האב איך אמאל געדאווענט אין א פוילישע‬
‫שטיבל‪ ,‬און היות כ'האב געדאווענט נוסח אשכנז‪,‬‬
‫האב איך ביי 'לקל ברוך נעימות' [ביי די ברכת יוצר]‬
‫נישט געזאגט דעם לשון "מרום וקדוש"‪ ,‬אזויווי ס'איז‬
‫נוסח אשכנז‪ .‬נעבן מיר איז געשטאנען א פוילישער‬
‫איד‪ ,‬וועלכער איז געווען א שארפער‪ ,‬האט ער מיר‬
‫נאכ'ן דאווענען גאר שטארק אנגעזידלט‪ .‬כ'האב‬
‫זיך פרובירט צו פארענטפערן אז איך דאווען 'נוסח‬
‫אשכנז'‪ ,‬אבער יענער האט פון גארנישט געוואלט‬
‫הערן‪ ,‬נאר מיר אנגעזידלט אויף גאר א שארפע‬
‫פארנעם‪ .‬זיינע ווערטער זענען מיר אריין ביז צום‬
‫הארצן‪ ,‬און עס האט מיר זייער וויי געטון‪.‬‬
‫"ווען כ'האב שפעטער געטראפן דעם שאפראנער‬
‫רב האב איך אים עס איבערדערציילט‪ ,‬און היות‬
‫כ'האב געפילט זייער געקלאפט דערפון‪ ,‬טראכטענדיג‬
‫אפשר איז טאקע עפעס נישט גוט ח"ו מיט'ן נוסח‬
‫אשכנז‪ ,‬האט מיר דער שאפראנער רב געזאגט‪" :‬גייט‬
‫אריין צום סקווערער רבי‪ ,‬און דערציילט אים עס"‪ .‬איך‬
‫בין אריין צום רבי'ן ז"ל און דער רבי ז"ל האט מיר‬
‫אויסגעהערט מיט א ליבשאפט‪ ,‬זאגנדיג‪" :‬נוסח אשכנז‬
‫איז אויך זייער חשוב‪ ,‬און מיר זאגן "ברוך יאמרו און‬
‫משבחים ואומרים" ווי נוסח אשכנז‪ ,‬אזוי אויך זאגן‬
‫מיר די נוסח פון עבודת כה"ג ביו"כ ווי נוסח אשכנז‪".‬‬
‫דערנאך האט דער רבי ז"ל צוגעלייגט‪" :‬מיר וועלן אי"ה‬
‫בויען א שטעטל‪ ,‬און איר וועט קומען וואוינען דארט‪,‬‬
‫וועט איר זיך קויפן א של"ה סידור‪ ,‬און דאן וועט איר‬
‫שוין זאגן "מרום וקדוש"‪ .‬דערציילט רבי דוד‪" :‬ווען איך‬
‫בין געקומען וואוינען דא אין שטעטל‪ ,‬האב איך טאקע‬
‫געקויפט א של"ה סידור‪ ,‬און אנגעהויבן צו דאווענען‬
‫נוסח ספרד‪".‬‬

‫סימן צד‬
‫סעיף א‬

‫בקומו להתפלל‪ ,‬אם היה עומד בחו"ל‪ ,‬יחזיר פניו כנגד‬
‫ארץ ישראל וכו'‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט אז ווען דער‬
‫רבי ז"ל האט געוואוינט אין בארא פארק‪ ,‬פלעגט דער‬
‫רבי ז"ל שטיין אביסל גערוקט צו דרום זייט‪ ,‬ווייל די‬
‫גאסן זענען נישט פונקטליך לויט די זייטן פון מזרח‬
‫און מערב‪ ,‬און דער רבי ז"ל האט געוואלט שטיין‬
‫פונקטליך צו מזרח‪ .‬אבער דא אין סקווירא האט מען‬
‫שוין געבויעט דעם ביהמ"ד פונקטליך‪.‬‬

‫גי‬

‫סימן צח‬
‫סעיף א‬

‫המתפלל צריך שיכוין בלבו פירוש שמוציא בשפתיו‪.‬‬
‫רא"צ ברוין דערציילט אז ביי זיין תפילין‪-‬לייגן‪,‬‬
‫נאכדעם וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט די צוויי‬
‫הדרכות נאכ'ן לייגן די תפילין‪" :‬דאווענען אין א סידור‬
‫און ניט רעדן אין די תפילין"‪ ,‬האט זיין טאטע הרה"ח‬
‫ר"י ברוין ע"ה געבעטן פונעם רבי'ן ז"ל זאל נאך עפעס‬
‫זאגן‪ ,‬האט דער רבי ז"ל צוגעלייגט‪" :‬אינזין האבן וואס‬
‫מ'דאווענט!"‬

‫סימן קלא‬
‫סעיף ד‬

‫נהגו שלא ליפול על פניהם וכו' ולא בבהכ"נ ביום‬
‫מילה‪.‬‬
‫כאטש דער רמ"א שרייבט אז נאר אין דעם בית‬
‫המדרש וואו דער ברית קומט פאר‪ ,‬זאגט מען נישט‬
‫קיין תחנון‪ .‬האט דער רבי זכרונו לברכה איינגעפירט‬
‫אז אינעם גאנצן שטעטל זאל מען נישט זאגן קיין‬
‫תחנון אין דעם טאג פון א ברית‪ ,‬וויבאלד מיר אלע‬
‫האבן א שייכות איינער מיט'ן אנדערן און עס איז‬
‫איין אחדות'דיגע קהלה‪ .‬דער רבי זכרונו לברכה האט‬
‫אויך אנגעוויזן אז די שטעטל איינוואוינער וועלכע‬
‫דאווענען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג צום שטאט‪ ,‬זאלן‬
‫נישט זאגן קיין תחנון‪.‬‬
‫אין די טעג פון יארצייטן פירט מען זיך ביי אונז אז‬
‫מען זאגט יא תחנון [אויסער ג' כסליו – דער יארצייט‬
‫פון הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל מסקווירא‬
‫זצוק"ל]‪ ,‬איינמאל האט א פרעמדער איד געפרעגט‬
‫פונעם רבי'ן ז"ל אין י"א חשון – דער יארצייט פון‬
‫מאור עינים זצוק"ל‪" ,‬היתכן מען זאגט תחנון אין‬
‫דעם יארצייט פונעם מאור עינים?" האט דער רבי ז"ל‬
‫צוריקגעענטפערט מיט א ווערטל‪" :‬מ'קען לערנען א‬
‫שטיקל מאור עינים אלס א כפרה אויפ'ן זאגן תחנון‪"...‬‬

‫סימן קלט‬
‫סעיף ג‬

‫הג"ה אבל אין קורין לו בשמו כמו שאר העולים שקוראים‬
‫בשמו פלוני בר פלוני‪.‬‬
‫עס איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען אן‬
‫אויסדרוק וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט פאר איד‬
‫וואס האט געהייסן ר' ראובן הירשפעלד‪ ,‬ער האט‬

‫די‬

‫געוואוינט אין אונגארן און אין די תקופה פון די‬
‫מלחמה האט ער געטוישט זיין משפחה נאמען צו‬
‫'טויבער'‪ .‬ווען ער איז אנגעקומען אין אמעריקע על‬
‫המנוחה ועל הנחלה האט ער געטראכט צוריקצוטוישן‬
‫די משפחה‪-‬נאמען צו הירשפעלד‪.‬איז ער געקומען זיך‬
‫שואל עצה זיין מיט'ן רבי'ן ז"ל דערוועגן‪ ,‬האט אים‬
‫דער רבי געפרעגט‪" :‬וויאזוי רופט מען אייך אויס צו די‬
‫תורה?" אויף זיין ענטפער "ראובן"‪ ,‬האט אים דער רבי‬
‫ז"ל געזאגט‪" :‬נו‪ ,‬וואס איז א חילוק וועלכע משפחה‬
‫נאמען מ'האט‪ ,‬דער עיקר איז וויאזוי מ'רופט אויס צו‬
‫די תורה‪( "...‬מפי בנו ר' פסח דוד משה)‪.‬‬

‫סימן קמו‬
‫סעיף ב‬

‫כיון שהתחיל הקורא לקרות בס"ת‪ ,‬אסור לספר אפילו‬
‫בד"ת‪ ,‬אפי' בין גברא לגברא‪ ,‬ואפילו אם השלים הוא‬
‫הפרשה; ויש מתירים לגרוס (פי' ללמוד) בלחש‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערמאנט כסדר אין‬
‫די שמועסן‪ ,‬אז כאטש דער רבי ז"ל פלעגט קיינמאל‬
‫נישט מעורר זיין אויף קיין זאכן ברבים‪ ,‬איז דער זאך‬
‫פון רעדן ביים דאווענען אדער לייענען‪ ,‬געווען א יוצא‬
‫מן הכלל‪ ,‬און ס'איז געווען עטליכע מאל וואס דער‬
‫רבי ז"ל האט מעורר געווען אויף דעם ברבים‪ .‬דער‬
‫רבי שליט"א האט אמאל געזאגט ביי א שמועס‪" :‬אזוי‬
‫פלעגט דער טאטע נישט זאגן‪ ,‬נאר איינמאל ביי די‬
‫יארצייט פון רב ייבי‪ ,‬ווען ער איז אריינגעקומען אין‬
‫ביהמ"ד צו מנחה האט ער געזאגט פון רב ייבי‪' :‬דער‬
‫מורא מקדש ברענגט דאך אז א ביהמ"ד איז א מקום‬
‫תורה ותפלה‪ ,‬נישט צו שמועסן‪".‬‬
‫אן אנדערע מאל ווען דער רבי ז"ל איז געשטאנען‬
‫נעבן די בימה בשעת'ן לייענען‪ ,‬האט דער רבי ז"ל‬
‫באמערקט אז עטליכע מענטשן שמועסן‪ ,‬און ס'איז‬
‫געווען פאר די הילולא פונעם רב ייבי‪ ,‬האט זיך דער‬
‫רבי ז"ל אויסגעדרייט און געוואונקען אז זיי זאלן‬
‫אויפהערן רעדן (מפי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)‪.‬‬
‫אגב‪ ,‬עטליכע יאר צוריק ווען כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫שליט"א איז געווען אויף שבת אין פרעשבורג‪ ,‬האט‬
‫דער רבי שליט"א באמערקט ווי עטליכע אידן‬
‫שמועסן צווישן זיך ביים לייענען‪ ,‬האט זיי דער רבי‬
‫שפעטער מעורר געווען דערויף‪ ,‬און געזאגט‪" :‬עס איז‬
‫דאך יעצט שבת פאר דעם יארצייט פון הרה"ק רבי‬
‫יעקב יוסף מאוסטראה זצוק"ל‪ ,‬און ווען עס איז אמאל‬
‫געווען פאר די הילולא פון זיין זיידן דער רב ייבי‪ ,‬האט‬
‫דער טאטע ז"ל מעורר געווען עטליכע אידן וואס‬
‫האבן געשמועסט ביים לייענען‪".‬‬

‫דער רבי האט אויך צוגעלייגט‪" :‬ווען מ'קוקט‬
‫אריין אין מורא מקדש פונעם רב ייבי‪ ,‬זעט מען אז די‬
‫אלע זאכן זענען ווייט פון חומרות‪ ,‬און אויסער דעם‬
‫איז דאך דאס ממש פון די וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך‪,‬‬
‫די קינדער קומען אין ביהמ"ד צו דאווענען און זיי‬
‫זעען ווי דער טאטע שמועסט‪ ,‬מאכט דאס נישט אזא‬
‫גוטע רושם אויף זיי‪"...‬‬
‫אמאל ביי א תענית ציבור בשעת קריאה"ת‪,‬‬
‫האט דער רבי זי"ע באמערקט עמיצן רעדן האט‬
‫אים דער רבי געווינקען ער זאל אויפהערן‪ ,‬יענער‬
‫האט אבער נישט באמערקט ווי דער רבי ווינקט אים‪.‬‬
‫האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט נאכ'ן דאווענען‪:‬‬
‫"אינדערהיים וואלט מען גע'קנס'ט דערויף" (מפי רי"ש‬
‫פריעד ור"מ האלצלער)‪.‬‬
‫אמאל האט דער רבי ז"ל באמערקט אויף איינער‬
‫פון די מקורבים‪ ,‬ווי ער רעדט בין גברא לגברא מיט א‬
‫חשוב'ן גאסט‪ .‬האט אים דער רבי ז"ל אפירגעהאלטן‬
‫נאכ'ן דאווענען דערויף‪ ,‬האט ער געענטפערט אז ער‬
‫האט נאר גערעדט 'דברי תורה'‪ ,‬און ער האט עס געטון‬
‫נאר לכבודו פונעם גאסט‪ ,‬וועלכער האט אנגעהויבן‬
‫רעדן צו אים‪ .‬אבער דער רבי ז"ל האט נישט אנגענומען‬
‫דעם תירוץ‪ ,‬זאגנדיג‪" :‬וואס הייסט? זאגט מען אים אז‬
‫אין שלחן ערוך שטייט‪ ,‬אז מ'טאר ניט רעדן?!" (מפי ר"מ‬
‫ברוין ועוד‪ ,‬ששמעו מבעל העובדא)‪.‬‬
‫פאר זיך פלעגט דער רבי ז"ל אריינקוקן 'בין גברא‬
‫לגברא' אינעם חומש וועלכע האט אויך געהאט אין‬
‫זיך 'פנים יפות' און 'באר מים חיים' (מפי ר"מ בערגער;‬
‫ועוד)‪.‬‬

‫סעיף ד‬

‫הג"ה ויש מחמירין ועומדין וכן עשה מהר"ם‪.‬‬
‫רבותינו הקדושים זענען מקפיד יא צו שטיין ביים‬
‫לייענען‪ .‬אויך ווען דער רבי ז"ל האט שטארק געליטן‬
‫פונעם שווערן סטראוק און די ביטערע מחלה ר"ל‪ ,‬איז‬
‫דער רבי ז"ל געשטאנען ביים ליינען מיט די לעצטע‬
‫כוחות‪ .‬נאר בין גברא לגברא האט זיך דער רבי ז"ל‬
‫אראפגעזעצט‪( .‬מפי רמ"מ פ"ב ור"מ בערגער)‬

‫סימן קנב‬
‫סעיף ט‬

‫נוהגים בהם [בבית הכנסת ובבית המדרש] כבוד‪.‬‬
‫הרה"ח ר' מתתי' פריעזעל שליט"א דערציילט‪:‬‬
‫עס איז מיר אסאך אמאל אויסגעקומען צו רעדן מיט'ן‬
‫רבי'ן ז"ל וועגן מנהגים וואס מען האט זיך געפירט אין‬

‫בעלזא‪ .‬איינמאל האט מען געשמועסט איבער דעם‬
‫מנהג וואס מען האט זיך געפירט אין בעלזא נישט צו‬
‫נוצן אין ביהמ"ד קיין לעקטער נאר ליכט‪ ,‬וואס איינס‬
‫פון די טעמים איז וויבאלד די דראטן פון די לעקטער‬
‫גייען דורך העכער די טומאות [תיפלות]‪ ,‬האב איך‬
‫געפרעגט דעם רבי'ן אז כ'פארשטיי נישט‪ ,‬מען קען‬
‫דאך מאכן אז ס'זאל נישט אדורך גיין די תיפלות‪ ,‬האט‬
‫דער רבי מיר געענטפערט‪" :‬יא‪ ,‬אבער מ'וויל בכלל‬
‫נישט האבן קיין שייכות מיט דעם" [ד‪.‬ה‪ .‬ווייל למעשה‬
‫זענען דאך אלע מחובר צוזאמען אויף איין פלאץ און‬
‫מ'האט דאן נישט געקענט מאכן עקסטערע דראטן]‪.‬‬
‫עס איז באקאנט אז דער רבי ז"ל האט‬
‫אריינגעלייגט אסאך כוחות און דמי"ם תרתי במשמע‬
‫ביים אויפבוי פונעם בית המדרש הגדול‪ .‬דער רבי‬
‫האט געוואלט מען זאל עס בויען די שענסטע וואס‬
‫איז שייך‪ .‬איז דעמאלטס געווען ביים רבי'ן איינער‬
‫פון די עסקנים וואס האט ארויסגעהאלפן מיטן‬
‫אריינברענגען ריזיגע סכומים צו ראטעווען דער‬
‫עקזיסטענץ פונעם שטעטל‪ .‬זעענדיג דעם ריזיגן עול‬
‫פון די הוצאות הביהמ"ד איז ער געקומען צום רבי'ן‬
‫און ער האט מייעץ געווען אז מ'קען בויען פאר גאר‬
‫ביליג‪ ,‬מען וועט נעמען ביליגע מאטריאל‪ ,‬און לויט זיין‬
‫חשבון האט מען אויף דעם אופן געקענט שפארן א‬
‫חשבון פון פופציג טויזענט דאללער‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל האט אים אויסגעהערט און געפרעגט‪:‬‬
‫"און די איבריגע געלט וואס מען דארף נאכאלץ האבן‬
‫פון וואנעט וועסטו נעמען? מיר האבן דאך דאס אויך‬
‫נישט"‪ .‬ר' וואלף האט נישט געהאט קיין תשובה‪ .‬האט‬
‫אים דער רבי געזאגט‪" :‬פון דארט פון וואו מ'וועט‬
‫נעמען די געלט‪ ,‬וועט דער אייבערשטער געבן אויך די‬
‫געלט‪ "...‬און דער רבי האט נישט געוואלט אז מען זאל‬
‫עס בויען אויף א ביליגערן שטייגער‪.‬‬
‫ווען דער בית המדרש איז פארטיג געווארן אום‬
‫שנת תשכ"א‪ ,‬איז עס נאך געווען ממש רוי‪ ,‬דער דאך‬
‫און פאדלאגע זענען געווען ממש צעמענט און עס‬
‫איז נאכנישט געווען קיין געלט עס צו ענדיגן‪ ,‬האט‬
‫דער רבי ז"ל דעמאלטס געגעבן א זאג‪ :‬כ'שעם זיך‬
‫אריינצוגיין אין דעם בית המדרש‪ ...‬און פאר הרה"ח ר'‬
‫זלקא ז"ל האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט אז ווען‬
‫ס'וואלט געווען מער געלט וואלט איך געמאכט צוויי‬
‫שיינע זוילן ביי דעם אריינגאנג פון דעם בית המדרש‬
‫לפאר את בית אלקינו‪( ...‬מפי רמ"מ פעלבערבוים)‪.‬‬

‫סימן קנה‬
‫סעיף א‬

‫אחר שיצא מבית הכנסת ילך לבית המדרש ויקבע עת‬

‫ללמוד‪.‬‬

‫וישא ויתן באמונה‬

‫דעם רבי'ן ז"ל'ס סדר פלעגט זיין – בדרך כלל ‪ -‬אז‬
‫נאכן דאווענען איז ער געבליבן אנגעטון מיט די רש"י‬
‫תפלין‪ ,‬און געלערנט ח"י פרקים משניות‪ ,‬ווי ס'שטייט‬
‫געשריבן אין די הדרכות פון דער טשערנאבילער מגיד‬
‫זצוקללה"ה‪ ,‬אויפ'ן סדר צו ענדיגן יעדע חודש גאנץ‬
‫משניות‪ .‬דערנאך פלעגט מען אריינברענגען א גלעזל‬
‫טיי מיט מילך [וואס איינער פון די מקורבים פלעגן‬
‫אליין מעלקן מיט דעם רבי'נס כלים)] און מזונות‪( .‬מפי‬
‫רמ"מ פעלבערבוים)‪.‬‬

‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דערציילט‪" :‬ס'איז‬
‫געווען א אינגערמאן דא וואס דער טאטע ז"ל‬
‫האט אים געהייסן לערנען סופרות‪ ,‬און יענער האט‬
‫געלערנט סופרות און שפעטער קומט ער אריין צום‬
‫טאטן ז"ל אז ער האט נישט קיין כח צו דעם בשום‬
‫אופן נישט‪ ,‬דאס איז אן 'אחריות'! ער וועט זיך נעמען‬
‫צו א פשוט'ע געשעפט‪ .‬פרעגט אים דער טאטע ז"ל‪:‬‬
‫ס'איז אן אחריות! און אפוועגן א קילא מעהל איז‬
‫נישט קיין אחריות?! וויפיל לאוין שטייט ביי דעם‪,‬‬
‫משקולות וכו'! נאר ווען מ'דארף שרייבן פרשיות‬
‫דארף מען האבן אחריות? אפוועגן א קילא מעהל איז‬
‫נישט קיין אחריות? ממה נפשך‪ ,‬אז מ'דארף טון מיט‬
‫יראת שמים דארף מען אלעס טון מיט יראת שמים‪".‬‬
‫(גליון בחצה"ק‪ ,‬וישלח תשנ"ח)‪.‬‬

‫די עלטערע אידן דערציילן אז אין די ערשטע יארן‬
‫ווען דער בית המדרש איז ממש געווען ליידיג‪ ,‬קיין‬
‫שפעטע מנינים זענען דאך נישט געווען‪ ,‬און קיינער‬
‫האט זיך נישט געדרייט אין ביהמ"ד נאכ'ן דאווענען‪,‬‬
‫פלעגט דער רבי ז"ל בלייבן לערנען אין ביהמ"ד הויך‬
‫אויפ'ן קול‪ .‬ביי הפסקה פלעגן די בחורים אסאך מאל‬
‫אריינקומען אין בית המדרש זייער שטיל האט מען‬
‫געקענט ארויסהערן דעם רבי'ן לערנען אויפ'ן קול‬
‫גמרא‪ .‬אבער אויב האט דער רבי ז"ל געהערט אז‬
‫מ'דרייט זיך אין ביהמ"ד‪ ,‬האט מען שוין גארנישט‬
‫געקענט הערן‪...‬‬

‫סימן קנו‬
‫סעיף א‬

‫לא יעשה מלאכתו עיקר אלא עראי ותורתו קבע וזה‬
‫וזה יתקיים בידו‪.‬‬
‫עס איז א באקאנטער מאמר פונעם רבי'ן ז"ל‬
‫אבער וויכטיג צו חזר'ן כסדר‪ .‬מיר ציטירן דעם‬
‫לשון מיט וועלכע כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט‬
‫עס דערציילט אין א שמועס (למתפללי בית מדרשינו‬
‫בוויליאמסבורג‪ ,‬שנת תשל"ו)‪" :‬דער טאטע ז"ל האט אמאל‬
‫געזאגט פאר א יונגערמאן וואס האט אנגעפאנגען‬
‫גיין ארבעטן‪ ,‬דער טאטע ז"ל האט דאך נישט מאריך‬
‫בדיבור געווען‪ ,‬ער האט נאר געזאגט‪ ,‬גייסט ארבעטן‬
‫זאלסטו געדענקען נישט צו מאכן פון דער עיקר א‬
‫טפל און פונעם טפל אן עיקר‪".‬‬
‫און אין אנדערע שמועס‬
‫במאנטריאל‪ ,‬אדר תשל"ח) האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬
‫מוסיף געווען‪" :‬באמת אין די בחינה נישט צו מאכן‬
‫פונעם עיקר א טפל און פון דער טפל אן עיקר‪ ,‬איז דא‬
‫אסאך בחינות‪ ,‬אבער איינס פון די כוונות איז מסתמא‬
‫געווען די בחינה אז ס'זאל זיין 'תורתן קבע ומלאכתן‬
‫עראי'‪".‬‬

‫(למתפללי בית מדרשינו‬

‫סימן קנח‬
‫סעיף ד‬

‫אם אוכל דבר שטיבולו באחד משבעה משקין‬

‫שסימנם י"ד שח"ט ד"ם (יין‪ ,‬דבש‪ ,‬שמן‪ ,‬חלב‪ ,‬טל‪ ,‬דם‪ ,‬מים)‬

‫ולא נתנגב‪ ,‬ואפילו אין ידיו נוגעת במקום המשקה‬
‫צריך נטילה בלא ברכה (מחבר)‪ .‬העולם נוהגים שלא‬
‫ליטול ויש להם על מי שיסמוכו (מג"א סק"ח)‪.‬‬

‫כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א האט‬
‫דערציילט אז מען האט עטליכע מאל גערעדט מיט'ן‬
‫רבי'ן ז"ל וועגן דעם‪ ,‬און דער רבי ז"ל האט נישט‬
‫געוואלט זאגן אז מען זאל מחמיר זיין אויף דעם‪.‬‬
‫דער רבי ז"ל פלעגט זאגן "עס איז דאך דא דער מגן‬
‫אברהם‪ "...‬למעשה פלעגט מען נישט זען אז דער רבי‬
‫ז"ל זאל איינטונקען אין איינס פון די משקאות סתם‬
‫אזוי‪ ,‬ווען ער האט זיך נישט געוואשן‪ .‬אבער עס האט‬
‫אויסגעקוקט פונעם רבי'נס ווערטער אז מען איז נישט‬
‫מחמיר דערויף‪.‬‬

‫סעיף ט‪-‬י‬

‫אע"פ ששיעורם ברביעית‪ ,‬יוסיף ליטול בשפע‪ ,‬דאמר‬
‫רב חסדא אנא משאי מלא חפני מיא ויהבו לי מלא‬
‫חפני טיבותא‪.‬‬
‫רבוה"ק זענען מדקדק צו גיסן בשפע וואסער‬
‫בשעת נטילת ידים‪ .‬עס איז באזונדער מערקבאר ווען‬
‫מען באנוצט זיך אום פסח מיט'ן אלטן טעפל פונעם‬
‫שטעפינעשטער זי"ע‪ ,‬וואס הרה"ח ר' משה גבאי האט‬
‫געברענגט‪ ,‬דאן גיסט מען צו וואסער אינמיטן זיך‬
‫וואשן‪ ,‬וויבאלד דער טעפל איז נישט אזוי גרויס‪.‬‬

‫וט‬

‫סימן קסא‬
‫סעיף א‬

‫צריך ליזהר מחציצה שכל דבר שחוצץ בטבילה חוצץ‬
‫בנטילה‪.‬‬
‫עס איז מערקווירדיג די הנהגה פון רבותינו‬
‫הקדושים בליל שב"ק‪ ,‬אז איידער מען וואשט זיך‪,‬‬
‫נעמט מען ארום דעם טעפל וואס איז אנגעפולט מיט‬
‫וואסער‪ ,‬ווייל דאס האט אויף זיך א פייכטקייט‪ .‬ווען‬
‫מ'האט אמאל געשמועסט מיט ר' משה גבאי איבער‬
‫דעם רבינ'ס מנהג‪ ,‬האט איינער נאך געזאגט בשם דעם‬
‫ספר 'עמודיה שבעה' וועלכער ברענגט די הנהגה‪ ,‬מיט'ן‬
‫טעם אז וויבאלד די הענט זענען אביסל פארקלעבט‬
‫פון די וויין וואס מ'האט נארוואס געמאכט קידוש‪,‬‬
‫זאל עס נישט קיין חציצה‪ .‬האט הרה"ח ר' משה הנאה‬
‫געהאט פון דעם טעם (מפי ר"ע טויב)‪.‬‬

‫סימן רד‬
‫סעיף יב‬

‫כל דבר שהוא עיקר ועמו טפילה מברך על העיקר‬
‫ופוטר את הטפילה‪.‬‬
‫כ''ק האדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א‬
‫דערציילט אז ווען מ'האט אמאל געשמועסט מיט'ן‬
‫רבי'ן ז"ל וועגן די ברכה וואס מען מאכט אויף‬
‫'בארשט'‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט אז מען זאל מאכן‬
‫'האדמה'‪ ,‬וויבאלד מען קאכט עס אויף כדי צו עסן‬
‫צוזאמען מיט קארטאפל‪ ,‬ווערט די גאנצע 'בארשט' א‬
‫טפל‪ ,‬און מ'מאכט דערויף ברכת האדמה (מפי ר"ע טויב‬
‫בעמח"ס ויברך דוד)‪.‬‬

‫סימן רח‬
‫סעיף ז‬

‫הכוסס (פירוש האוכל) את האורז מברך בורא פרי‬
‫האדמה ואחריו בורא נפשות ואם בישלו וכו' מברך‬
‫עליו בורא מיני מזונות וכו'‪.‬‬
‫כ''ק מרן אדמו"ר זצוקלל"ה פלעגט זיך פירן זיין‬
‫צו מאכן אויף געקאכטע רייז דריי ברכות‪ ,‬און ווען‬
‫מען האט געברענגט רייז‪ ,‬האט דער רבי אויך געבעטן‬
‫אז מען זאל ברענגען שטיקלעך עסן וואס מען דארף‬
‫אויף זיי מאכן די דריי ברכות‪ :‬מזונות‪ ,‬האדמה און‬
‫שהכל‪ ,‬און דערנאך האט דער רבי ערשט געגעסן די‬
‫רייז (מפי רי"ח פריעדמאן)‪.‬‬

‫זט‬

‫סימן ריח‬

‫פון דעם‪".‬‬

‫סעיף ו‬

‫על נס של רבו צריך לברך כשם שהוא מברך על נס‬
‫של אביו‪.‬‬
‫ר"ש גרינבוים דערציילט‪ :‬כ'האב אמאל געפרעגט‬
‫פונעם רבי'ן ז"ל וועגן זאגן "הודו לד' כי טוב" ערב‬
‫יו"ט‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט‪ :‬ערב ר"ה האט מען‬
‫געזאגט‪ ,‬און אויך ערב פסח און ערב די צווייטע טעג‬
‫פסח‪ ,‬אלס דער נס פונעם בעל שם טוב הקדוש!‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט אמאל ערקלערט‬
‫פארוואס מען מאכט נישט קיין סעודת הודאה אין‬
‫דעם טאג וואס דער רבי ז"ל איז ניצול געווארן ביים‬
‫מלחמה‪ ,‬ווייל וויאזוי קען מען מאכן א שמחה בשעת‬
‫אזויפיל זענען נעבעך אומגעקומען‪ .‬דער רבי ז"ל האט‬
‫אויך מסביר געווען דעם טעם‪ ,‬אויף דעם וואס חנוכה‬
‫איז נישטא די מצוה פון משתה ושמחה אזויווי פורים‪,‬‬
‫ווייל סוף כל סוף זענען דאך געווען מלחמות און אידן‬
‫זענען גע'הרג'עט געווארן ל"ע‪ ,‬און אפילו איין איד איז‬
‫נאר גע'הרג'עט געווארן קען מען זיך שוין נישט אזוי‬
‫שטארק פרייען‪ ,‬דאקעגן פורים וואס קיין שום איד איז‬
‫נישט געשעדיגט געווארן‪.‬‬

‫(גליון בחצה"ק‪ ,‬תצא תשנ"ט)‬

‫סימן רכג‬
‫סעיף ג‬

‫קנה כלים חדשים אפילו היה לו כיוצא באלו תחילה‪,‬‬
‫או קנה וחזר וקנה‪ ,‬מברך על כל פעם שהחיינו (מחבר)‪,‬‬
‫לא ראיתי נזהרים בזה וכו' (מג"א סק"ה)‪.‬‬
‫מ'האט נישט געזען ביי רבוה"ק אז מ'זאל‬
‫מאכן שהחיינו ביים קויפן נייע כלים‪ ,‬אבער עס איז‬
‫אינטערעסאנט די הוראה וואס הרה"ח ר' שלום גרין‬
‫ע"ה האט באקומען פונעם רבי'ן ז"ל‪ ,‬בעת ער האט‬
‫געקויפט נייע תפילין‪ .‬דער רבי ז"ל האט אים דאן‬
‫געזאגט אז ער זאל געבן 'לעקאך און לחיים' פאר'ן‬
‫עולם אין ביהמ"ד!‬
‫עס איז באקאנט דער 'יוצא מן הכלל' וואס איז‬
‫געווען בשעת'ן הכנסת ספר תורה פונעם רבי'ן ז"ל‪,‬‬
‫האט דער רבי ז"ל אנגעטון א נייע בעקישע און‬
‫געמאכט א שהחיינו אויך אויפ'ן ספר תורה‪.‬‬

‫סימן רלה‬
‫סעיף א‬

‫סימן רכ‬
‫סעיף א‬

‫הרואה חלום ונפשו עגומה וכו'‪.‬‬
‫וועגן דעם ענין פון חלומות‪ ,‬דערציילט כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א‪" :‬דער טאטע ז"ל פלעגט מבטל זיין‬
‫ווען מענטשן האבן אים געזאגט אז זיי האבן ר"ל‬
‫שווערע חלומות וכדו'‪ ,‬ער האט געהאלטן אז מ'זאל‬
‫זיך נישט אריינטון אין די חלומות‪ ,‬ווייל 'רעיונך על‬
‫משכבך סליקו (דניאל ב‪ ,‬כט)'‪ ,‬אז מ'טוט זיך אריין אין‬
‫דעם‪ ,‬פון דעם חלומ'ט מען נאכאמאל און נאכדעם‬
‫ווערט עס נאכאמאל א גאנצע עסק‪.‬‬
‫"אבער כ'געדענק אז ס'געווען עמיצער וואס‬
‫האט אמאל גע'חלומ'ט פון די מלחמה וכדו'‪ ,‬ער האט‬
‫גע'חלומ'ט דערפון אפאר [טעג]‪ ,‬האט דער טאטע ז"ל‬
‫פאר יענעם געזאגט אז ער זאל זיך אויסלאכן אבער‬
‫ער זאל וויסן אז ער קומט אפ מיט דעם‪ ,‬ווייזט אויס‬
‫טאקע אז מיט דעם ענין פון פחדים קומט מען אפ‪.‬‬
‫"אזוי האט ער נישט געקוקט אויף דעם‪ ,‬נאר ביי‬
‫יענעם איז עס געווען אויף גאר א שטארקן אופן און‬
‫ער האט זיך נישט געקענט פון דעם ארויסשלעפן‪,‬‬
‫האט ער אים געגיבן כאטש חיזוק אז מ'קומט אפ מיט‬
‫דעם‪ ,‬און ער זאל נישט מיינען אז ער האט גארנישט‬

‫זמן קריאת שמע בלילה משעת יציאת שלשה כוכבים‬
‫קטנים‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א זאגט אסאך מאל אין‬
‫די שמועס'ן‪ ,‬אז אינדערהיים אין רוסלאנד פלעגט מען‬
‫קובע זיין נאכט ווען מ'האט געזען דריי שטערנ'ס‪ ,‬און‬
‫אזוי פלעגט אויך דער רבי ז"ל אנווייזן פאר'ן רב הגה"צ‬
‫רבי משה ניישלאס זצ"ל‪ ,‬ווען מ'האט געדארפט מברר‬
‫זיין ווען א קינד איז געבוירן געווארן‪ ,‬צו וויסן וועלכע‬
‫טאג צו מאכן דעם ברית מילה‪ ,‬פלעגט אים דער רבי‬
‫ז"ל הייסן אז ער זאל ארויסגיין קוקן אויב ס'איז שוין‬
‫דא שטערנ'ס‪.‬‬
‫אבער דא אין אמעריקא האט דער רבי ז"ל‬
‫אנגענומען 'צאת הכוכבים' ווי שיטת רבינו תם‪ ,‬צו‬
‫דאווענען מעריב נאר נאכ'ן זמן פון רבינו תם‪ ,‬און דער‬
‫רבי ז"ל האט מקפיד געווען דערויף גאר שטארק‪.‬‬
‫הרה"ח ר' חיים פריעד ע"ה האט דערציילט‪:‬‬
‫"ביים אונטערשטען שבע ברכות פונעם כ"ק האדמו"ר‬
‫מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען‬
‫אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד אין וויליאמסבורג‪ ,‬זענען‬
‫געווען עטליכע געסט וועלכע האבן זיך געוואלט‬
‫שטעלן דאווענען מעריב נאכ'ן שקיעה‪.‬‬
‫"האט מיר דער רבי ז"ל געהייסן זאגן‪' :‬ביי מיר אין‬

‫ביהמ"ד דאווענט מען נישט פאר'ן רבינו תם'ס זמן'‪"...‬‬
‫(מפי בנו רי"ש ששמע ממנו)‬

‫סעיף ב‬

‫אסור להתחיל לאכול חצי שעה סמוך לזמן ק"ש של‬
‫ערבית‪.‬‬
‫עס איז כדאי צו פארצייכענען אז דער רבי ז"ל‬
‫האט לכתחילה נישט געוואלט אז מען זאל ענדיגן‬
‫דעם נאכמיטאג סדר אין ישיבה אין דעם האלבן‬
‫שעה פונעם זמן מעריב‪ ,‬נישט וועלנדיג אז מען זאל‬
‫אנהייבן עסן נאכטמאל אין די האלבע שעה וואס מען‬
‫דארף דאווענען מעריב‪ .‬דעריבער פלעגט מען מקדים‬
‫זיין אביסל מיט'ן אווענט‪-‬הפסקה‪ ,‬ווען עס פלעגט‬
‫אויסקומען אז עס איז געווען אין די האלבע שעה פון‬
‫דעם זמן מעריב‪.‬‬

‫סימן רלח‬
‫סעיף ב‬

‫אם יש לו חק קבוע ללמוד כך וכך ליום והיה טרוד‬
‫ביום ולא השלימו‪ ,‬ישלימנו בלילה מיד‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט דערציילט אין א‬
‫שמועס (בארה"ק‪ ,‬מוצש"ק תרומה תשע"א)‪" :‬צום טאטן‬
‫ז"ל איז אמאל אריינגעקומען א איד וואס איז שוין‬
‫געווען טרוד אין פרנסה‪ ,‬האט אים דער טאטע ז"ל‬
‫געפרעגט צי ער האט כאטש א קביעות יעדן טאג‬
‫אויף צו זיצן און לערנען‪ ,‬האט ער געענטפערט‪ :‬וואס‬
‫זאל ער טון? ער איז א גרויסער בעל חוב‪ ,‬און בייטאג‬
‫איז ער טרוד אין פרנסה‪ ,‬און ביינאכט לויפט ער ארום‬
‫אויף צו באצאלן די חובות‪ .‬האט אים דער טאטע ז"ל‬

‫געפרעגט‪" :‬און קביעות עתים לתורה איז נישט קיין‬
‫חוב וואס מ'דארף עס באצאלן?!"‬
‫עס איז געווען א תקופה וואס דער רבי ז"ל האט‬
‫געהייסן דעם רב הגר"מ ניישלאס זצ"ל ער זאל מעורר‬
‫זיין ברבים דעם ציבור דערויף בשמו‪ ,‬און דער רבי‬
‫ז"ל אליין איז אויך געבליבן אין ביהמ"ד לערנען אין‬
‫שטוב נאך מנחה ומעריב‪ ,‬כדי מחזק צו זיין די 'קביעות‬
‫עתים' (מפי רמ"מ פעלבערבוים ור"מ בערגער)‪.‬‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה האט געזאגט‬
‫אמאל‪" :‬די עבודה פון א איד איז מצמצם זיין און זיין א‬
‫מסתפק במועט אן קיין מותרות‪ ,‬און אראפרייסן צייט‬
‫פו די פרנסה אויף צו זיצן און לערנען‪"...‬‬
‫פיל סיפורים ווערן דערציילט איבער די פילע‬
‫נאכט וואס מען האט געזען ווי דער רבי זכרונו לברכה‬
‫"רוהט זיך אויס" דורך לערנען שעות נאכאנאנד‪ ,‬מיר‬
‫ציטירן איין עפיזאד וואס א איד פון ארץ‪-‬ישראל‬
‫דערציילט‪.‬‬
‫דער איד איז געווען ביים שבת‪-‬שבע‪-‬ברכות פון‬
‫יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‪ ,‬דערציילט ער אז‬
‫ווען ער האט געזען דעם געהויבענעם מצוה‪-‬טאנץ פון‬
‫כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה‪ ,‬איז ער גאר שטארק‬
‫נתעורר געווארן‪ ,‬אבער ער האט פארשטאנען אז נאך‬
‫די ריקודין וואס דער רבי ז"ל איז געטאנצן מיט אלע‬
‫כוחות‪ ,‬נאכדערצו אין אזעלכע אומדערטרעגליכע‬
‫היצן‪ ,‬וועט דער רבי ז"ל זיכער נעמען א טרינק‪-‬‬
‫וואסער וכדו' זיך צו דערכאפן די הארץ‪ .‬זעענדיג אז‬
‫דער רבי ז"ל נעמט גארנישט אין מויל אריין‪.‬‬
‫האט ער געטראכט אז ער וועט ווארטן ביז דער‬
‫רבי ז"ל גייט אהיים צום אכסניא‪ ,‬און ער וועט ווארטן‬
‫דארט און אריינקוקן זען וואו דער רבי ז"ל דערכאפט‬

‫זיך דאס הארץ‪ .‬אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן‪,‬‬
‫זעענדיג אז אנקומענדיג אהיים‪ ,‬ווען יעדער איז שוין‬
‫ארויס פון שטוב‪ ,‬האט דער רבי ז"ל גענומען א גרויסע‬
‫גמרא פונעם ספרים‪-‬שאפע און זיך גענומען הארעווען‬
‫אויפ'ן קול‪ ,‬אנ'ע נעמען קיין שום טרינק‪.‬‬
‫איך האב אזוי געווארט און געקוקט ביז עס האט‬
‫אנגעהויבן טאגן‪ ,‬און דער רבי ז"ל איז נאך אלץ געווען‬
‫אריינגעטון ראשו ורובו אינעם גמרא‪ ,‬אנ'ע כאפן קיין‬
‫שלינג‪-‬וואסער! (מפי ראש"ג וועלכער האט עס געהערט פונעם‬
‫בעל‪-‬המעשה)‪.‬‬

‫סימן רלט‬
‫הגה‪ .‬ויקרא קריאת שמע סמוך למטתו‪.‬‬
‫בעת'ן מאכן דעם "סידור כפי נוסח ומנהגי‬
‫סקווירא"‪ ,‬האט מען דן געווען אויב מ'זאל שרייבן די‬
‫געהעריגע נוסח פון קריאת שמע‪ ,‬אדער די קריא"ש‬
‫שעל המטה פונעם אריז"ל‪ ,‬האט דער רבי ז"ל געזאגט‬
‫אז ער וויל זיך מיישב זיין אפאר טעג אין דעם‪ .‬אין‬
‫יענע טעג האט דער רבי ז"ל ליידער געכאפט דעם‬
‫סטראוק ל"ע‪ ,‬איז שוין נישט אויסגעקומען ווייטער‬
‫עוסק צו זיין אינעם סידור (מפי רמ"מ פעלבערבוים ששמע‬
‫מפ"ק של כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א)‪.‬‬
‫הרה”ג ר’ שמעון ליגעטי שליט”א דערציילט‪:‬‬
‫“איך בין אמאל אריין צום רבי’ן ז”ל און געזאגט אז‬
‫ווען ס’איז ארויסגעקומען דער סידור ‘אור ישר’ האב‬
‫איך דארט געזען געדריקט קריאת שמע שעל המטה‬
‫כפי נוסח האריז”ל‪ ,‬און כ’האב עס אנגעהויבן צו זאגן‪,‬‬
‫וויל איך וויסן אויב איך זאל עס ווייטער זאגן אדער‬
‫נישט‪ ,‬האט דער רבי ז”ל אים געענטפערט‪“ :‬נישט‬
‫אויפהערן”‪.‬‬

‫המשך יבוא בעזהשי"ת‬

‫זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן‬
‫לשקוד‬
‫על‬
‫דלתותי‬

‫יום יום‬
‫(משלי ח‪ ,‬לד)‬

‫שב"ק תזריע‬

‫יום א' מצורע‬

‫כ"ט אדר ב'‬

‫יום ב'‬

‫א' ניסן ר"ח‬

‫ב' ניסן‬

‫יום ה'‬
‫ג' ניסן‬

‫עש"ק‬

‫סוכה נד‬

‫סוכה נה‬

‫סוכה נו‬

‫ביצה ב‬

‫ביצה ג‬

‫ביצה ד‬

‫ביצה ה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫חזרה‬

‫עמ' רכ"ג אחרי מות שני‬
‫עד עמ' רכ"ה אינם מבחינתו‬

‫עמ' רכ"ה ולכן כשאמר‬
‫עד עמ' רכ"ז בג' בחי' אליו ית'‬

‫עמ' רכ"ז וע"כ אנו אומרים‬
‫עד עמ' רכ"ט אמהות הנ"ל‬

‫עמ' רכ"ט איתא במדרש‬
‫עד עמ' רל"א נשאר בלי חיות‬

‫עמ' רל"א וזהו דע‬
‫עד עמ' רל"ב קודש ידיכם‬

‫עמ' רל"ב והנה האדם‬
‫עד עמ' רל"ד ודי בזה‬

‫עמ' רל"ד ולכן כתיב במשה‬
‫עד עמ' רל"ו יוצר בראשית‬

‫שונה הלכות‬

‫סי' תלג כא ‪ -‬כז‬

‫סי' תלג כח ‪ -‬ל‬

‫סי' תלג לא ‪ -‬לד‬

‫סי' תלג לה ‪ -‬מג‬

‫סי' תלד א ‪ -‬ו‬

‫מבשר צדק‬

‫קסה‪ ,‬או יאמר‬

‫קסח‪ ,‬ובזה‬

‫קעא‪ ,‬או יאמר‬

‫(א)‬

‫קעו‪ ,‬זאת תורת‬

‫הה"ק בעל 'תפארת שלמה'‬

‫הה"ק ר' מנחם נחום משפיקוב‬

‫כ"ז אדר ב'‬

‫דף יומי‬
‫עמוד יומי‬
‫מאו"ע יומי‬

‫יומא דהילולא‬

‫הרבנית רבקה מרים א"ח הה"ק ר' יושע מבעלזא‪,‬‬
‫הגה"צ ר' משה ניישלאס ‪ -‬אב"ד קהילתינו הק'‬

‫כ"ח אדר ב'‬

‫יום ג'‬

‫יום ד'‬

‫קעד‪ ,‬או יאמר‬

‫כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫זצוקללה"ה‬

‫ד' ניסן‬

‫`‬
‫הה"ק ר' יוחנן מרחמיסטריווקא‬

‫זי‬

‫תקופת הראשונים‬

‫מאורי הגולה‬
‫רבינו שלמה יצחקי | יב‬

‫א‬

‫מאן מסהיד‬

‫יבער די גרויסקייט פון זיינע הייליגע‬
‫ווערטער האט רש"י אויך אליין מעיד‬
‫געווען‪,‬‬
‫רש"י הקדוש הייבט אן איינע פון זיינע‬
‫תשובות מיט א פלא פון א לשון ווי פאלגענד‪:‬‬
‫"אני שלמה הצעיר נאמנם ועמדם שואל‬
‫לשלום להם‪ ,‬ומשיב דבר על הרבתני ענוותם‬
‫להזקיקיני להשיבני כמה שהראוני ממרום‪.‬‬
‫אין א צווייטע תשובה שרייבט רש"י הקדוש‬
‫ענליך צו דעם‪" :‬ודעתי אני מחווה אותם כמה‬
‫שהראוני מן השמים"‪.‬‬

‫פחד פחדים‬
‫אין 'שם הגדולים' ווערט נאכגעברענגט א‬
‫פחד פון א מעשה וואס ווארפט א ליכט איבער‬
‫די הייליגע הערצה וואס רש"י הקדוש אליין האט‬
‫געהאט צו זיינע אייגענע ווערטער‪ ,‬ער ברענגט‬
‫אראפ וואס ער האט געזען אין דעם ספר 'מאמר‬
‫העתים' פון דעם רמ"ע מפאנו‬
‫לחיבת הענין וועלן מיר דאס אראפברענגען‬
‫– מיט א אידישע איבערטייטשונג ‪ -‬לויט ווי עס‬
‫שטייט דארט‪.‬‬
‫די מעשה דרייט זיך ארום דעם באקאנטן‬
‫פירוש וואס רש"י שרייבט אין פרשת וישב ביי‬
‫מכירת יוסף און אלע מוטשענען זיך דאס צו‬
‫פארשטיין‪ ,‬אויפן פסוק 'ויתנכלו אותו להמיתו'‬
‫וואס רש"י איז מפרש דעם ווארט 'אותו' בלשה"ק‪:‬‬
‫אתו‪ ,‬עמו כלומר אליו'‪.‬‬
‫דער מקובל רבי נחמן בן שמואל האט זיך‬
‫אריינגעלייגט אינעם ענין און ער האט זייער‬
‫שטארק געוואלט משיג זיין די געוואלדיגע זאכן‬
‫וואס זענען מרומז על פי סוד אין אט די הייליגע‬
‫ווערטער פון רש"י הקדוש‪.‬‬
‫צוערשט האט ער אליין געטראכט א פשט‬
‫לפי השגתו הגדולה אין די קבלה עניינים‪ ,‬און‬
‫ער האט דאס אראפגעשריבן מיט הויעכע טיעפע‬
‫עניינים אין וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה‪.‬‬
‫ער שרייבט דערנאך אראפ די פארכטיגע‬
‫מעשה וואס ער האט געהאט‪ ,‬צוליב וואס‬
‫ער האט זיך געטרויעט מגלה צו זיין אזעלכע‬
‫פארבארגענע סודות‪:‬‬
‫"איך בין געגאנגען צום קבר פון דעם‬
‫צדיק רש"י ע"ה‪ ,‬כ'האב געטיפעט מיט די פיס‬
‫און אויפגערודערט דעם גאנצן קבר‪ ,‬עס איז‬
‫ארויס אביסל רויעך פונעם קבר און איך בין‬
‫צוריקגעטאנצן צוריקוועגס און געזען א האנט‬

‫חי‬

‫פלאך פון פייער‪.‬‬
‫–"און עס איז ארויסגעקומען א קול וועלכער‬
‫האט געזאגט‪ :‬אויב האסט זיך געוואגט צו‬
‫אויפדעקן די ווערטער 'וינכלו אותו כמו אתו‬
‫עמו'‪ ,‬ווער האט דיר אבער ערלויבט מגלה צו זיין‬
‫די ווערטער 'כלומר אליו'?‬
‫"ווען איך האב געזען די ווערטער‬
‫אויפן פייער'דיגן האנט‪-‬פלאך בין איך גלייך‬
‫אוועקגעגאנען מיט א צובראכענעם גייסט‪ ,‬און‬
‫ווי נאר איך בין צוריקגעגאנגען פיר אמות האב‬
‫איך געהערט א שטילע דינע שטומע‪" :‬זאלסט‬
‫שווארץ מאכן דיינע אויגן פון פאסטן‪ ,‬ווייל אויב‬
‫נישט האסטו נישט קיין תקנה‪ ,‬ווייל אלע אותיות‬
‫פון די ווערטער 'כלומר אליו' שרייען ארויף צו‬
‫דיר"‪.‬‬
‫"ווי נאר איך בין אהיימגעגאנגען האב‬
‫איך באגעגנט א שלאנג און עס איז געווען‬
‫אויפגעשריבן אויף זיין קאפ 'כל ערל וטמא לא‬
‫יאכל בו'‪ ,‬איך האב זיך שטארק צעוויינט און‬
‫געטראכט צו זיך‪ ,‬איך האב דאך נישט צוגערירט‬
‫קיין שום זאך פון טמא אדער פיגול‪.‬‬
‫"איך בין געגאנגען און זיך משתטח געווען‬
‫אויפן קבר פונעם צדיק [רש"י הק'] די גאנצע‬
‫נאכט‪ ,‬און אינמיטן די נאכט האב איך געהערט‬
‫ווי א שטומע רופט צו מיר‪" :‬ביזט נישט גלייך צו‬
‫רש"י וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דברי‬
‫תורה‪ ,‬און ער האט פארמערט תורה ביי די אידן‪.‬‬
‫כמעט וואס עס איז פארשפארט געווארן פאר‬
‫דיר די שערי דמעות"‪ .‬כ'האב געזאגט צו זיך‪ ,‬חס‬
‫ושלום צו זאגן אז איך קען שוין נישט פאררעכטן‪,‬‬
‫האט מען מיר באלד געוויזן פון הימל איך זאל‬
‫עוסק זיין אין דעם פרשה פון 'אלדד ומידד' (אין‬
‫פרשת בהעלותך דאס צו פאררעכטן און אזוי וועל‬
‫איך וויסן נאך הויעכע עניינים‪.‬‬
‫"איך האב געבעטן [פון רש"י] און איך האב‬
‫געזאגט מיט א געוויין און א ביטערקייט‪ ,‬אויב‬
‫בין איך א תלמיד חכם אין דיינע אויגן‪ ,‬זיי מיר‬
‫מזכה און לערן מיר דאס אלעס אויס‪ ,‬ווייל די‬
‫צדיקים ווערן דאך אנגערופן ווי לעבעדיגע אויך‬
‫נאכן טויט‪ .‬באלד האב איך געזען פונקען פייער‬
‫גייען ארויס פון רש"י'ס קבר‪ ,‬און ס'איז ארויס א‬
‫קול וואס זאגט‪" ,‬דו וועסט הערן די ווערטער פון‬
‫רש"י אליין פנים אל פנים"‪.‬‬
‫"דאס איז די לשון פון רש"י‪'' :‬איך שלמה בן‬

‫יצחק האב געפאסט זעקס הונדערט און דרייצן‬
‫תעניתים רצופים – אויסער שבתות און ימים‬
‫טובים – בעפאר איך האב מחבר געווען מיין‬
‫גרויסע פירוש אויף די תורה שבכתב און תורה‬
‫שבעל פה‪ .‬און די פמליא של מעלה טרעפט נחת‬
‫אין מיינע רייד!‬
‫''צוויי און צוואנציג יאר האט דער מלאך‬
‫מט"ט זיך מפלפל געווען מיטן אייבירשטן‬
‫[כביכול] און דער מלאך מט"ט האט זיך נישט‬
‫געקענט בארואיגן‪ ,‬ביז משה רבינו איז געקומען‬
‫און פארראכטן די רייד‪ ,‬און משה רבינו האט‬
‫געזאגט‪ :‬וואויל איז דיר שלמה בר יצחק וואס‬
‫דיין גאנצע ציל איז לשם שמים!‪''.‬‬
‫דערנאך האט רש"י הקדוש זעלבסט געזאגט‬
‫פאר דעם מקובל דעם ריכטיגן פירוש פון די‬
‫הייליגע פארכטיגע ווערטער – וואס זענען‬
‫הויעכע פארבארגענע עניינים‪.‬‬

‫מידותיו הקדושות‬
‫נאכן שרייבן אזויפיל איבער רש"י הקדוש'ס‬
‫רייכע לעבנס‪-‬ביאגראפיע און זיין הייליגן‬
‫פירוש וואס ער האט איבערגעלאזט פאר כלל‬
‫ישראל‪ ,‬איז כדאי אריינצובליקן אין די זעלטן‪-‬‬
‫הייליג געשטאלט פון רבינו שלמה יצחקי‪ ,‬זיינע‬
‫וואונדערליכע הויעכע מדריגות‪ ,‬אין ענייני סור‬
‫מרע און אין עשה טוב ווי ער איז געווארן‬
‫אויסגעארבייט ווי א מרכבה לשכינה בכל רמ"ח‬
‫איבריו ושס"ה גידיו‪.‬‬
‫אט די שטריכן איבער זיינע הייליגע מדריגות‬
‫שרייען זיך ארויס פון זיינע הייליגע חידושים‬
‫על התורה וואס ער האט געשריבן‪ ,‬און פון די‬
‫הונדערטע תשובות וואס ער האט געשריבן פאר‬
‫זיינע תלמידים‪ ,‬פון דארט קען מען זען גאר אסאך‬
‫איבער רש"י'ס גרויסע מדריגות אין אלע עניינים‪.‬‬
‫צווישן די שטריכן קען מען זען וויאזוי רש"י‬
‫ברענגט ארויס א מדריגה ווען ער שרייבט דערפון‪,‬‬
‫און ווי מיר ווייסן האבן די צדיקים געשריבן נאר‬
‫דאס וואס זיי האבן געהאלטן דערביי‪ ,‬אלזא‪ ,‬קען‬
‫מען פון פירושי רש"י ‪ -‬סיי על התנ"ך און סיי‬
‫על הש"ס ‪ -‬זען גאר אסאך וויאזוי רש"י האט‬
‫אפגעלערנט א מושג פון א מדה און – פארשטייט‬
‫זיך – אזוי ארום זען צו וועלכע גרויסע השגות‬
‫רש"י הקדוש זעלבסט האט דערגרייכט אויף‬
‫למעשה‪.‬‬
‫פארזעצונג קומט אי"ה‬

‫מדור זה נתנדב ע"י ידידנו הנדיב המפואר מוה"ר נתן ישראל מארגערעטטען הי"ו‬
‫לרגל שמחת הנחת תפלין של בנו כמר שמואל אלימלך צבי ני"ו‬

‫זכות הפצת תורה וחסידות יעמוד לו כל השנים‪ ,‬לרוות רוב נחת מבנים ובני בנים‪ ,‬מתוך שובע שמחות ורוב הרחבה‪ ,‬ויתענג על רוב טובה‬

‫דברי ימי החסידות‬

‫דור דור ודורשיו‬
‫ה | גזירת המלבושים‬
‫אין קורצן פון פריער‪ :‬דער צר הצורר צאר ניקאליי ימ"ש‪ ,‬האט ארויסגעגעבן גזירות שונות ומשונות אויף די אידן אין רוסלאנד‪ ,‬דאס‬
‫אלעס מיט'ן איינעם ציל צו אויסרייסן אידישקייט מיט'ן שורש‪ .‬שטילערהייט מיט אן ענגן צאל מיניסטארן האט ער באשטעטיגט‬
‫א באפעל אז אידן טארן נישט אנטון קיין אידישע מלבושים‪ ,‬אבער ער האט דאס נאכנישט מפרסם געווען‪ ,‬ווייל ער האט דאס‬
‫געוואלט דורכפירן צוביסלעך‪ ,‬דעריבער האט ער צוערשט בלויז ארויסגעשטעלט א רעקאמענדאציע אין יאר ת"ר‪ ,‬אז טאמער‬
‫מ'וויל‪ ,‬קען מען פארלאנגען א ספעציעלן שטייער אויף אידישע קליידער‪ .‬ליידער האבן די משכילים שטארק געדרוקט אויף די‬
‫רעגירונג אז זיי זאלן ארויסגעבן אזא סארט באפעל צו גענצליך פארבאטן אידישע קליידונג‪.‬‬

‫א‬

‫ום כ"ה תמוז תר"ג [יולי ‪,]1843 ,23‬‬
‫האבן א צאל פון די משכיל'ישע פירער‬
‫פון ווילנא זיך געוואנדן צו איינע פון די‬
‫הויכע מיניסטארן 'שירינסקי שיכמאטיוו'‪ ,‬מיט א‬
‫בריוו‪ .‬אבער היות די משכילים האבן געציטערט‬
‫אז די חרד'ישע אידן זאלן נישט געוואויר ווערן‬
‫דערפון‪ ,‬האבן זיי געמאכט א שפיצל‪ .‬זיי האבן‬
‫געשיקט זייער פארלאנג אן קיין אונטערשריפט‪,‬‬
‫און צו דער זייט האבן זיי בייגעלייגט נאך א צעטל‬
‫מיט אלע זייערע חתימות‪ ,‬און די משכילים האבן‬
‫פארלאנגט פון דעם מיניסטער אז ער זאל האלטן‬
‫זייער פארלאנג בסוד סודות‪ ,‬און בעיקר זאל ער‬
‫האלטן זייערע נעמען אין געהיים אז קיינער זאל‬
‫נישט געוואויר ווערן ווער עס האט דאס געשיקט‪.‬‬
‫דריי און צוואנציג מענטשן האבן‬
‫אונטערגעשריבן אויף דעם בריוו‪ .‬פאלגנד איז א‬
‫טיילווייזע ליסטע פון די וואס האבן גע'חתמ'עט;‬
‫מרדכי אהרן גינזבורג‪ ,‬שלמה זאלקינד‪ ,‬יצחק‬
‫אייזיק בן יעקב‪ ,‬מארקוס מינדעלסון‪ ,‬יעקב‬
‫קאצנעלסון‪ ,‬זלמן רייסער‪ ,‬יוסף בצלאל הרכבי‬
‫[דער איידעם פונעם רש"ש‪ ,‬און דער פאטער‬
‫פון די אלמנה דבורה ראם‪ ,‬פון דער באקאנטער‬
‫ווילנער דרוק 'האלמנה ואחים ראם']‪ ,‬אייזיק מאיר‬
‫דיק און נאך [ראה באריכות בספר הלבוש היהודי‬
‫באירופה הערה ‪ ,111‬אם גם בן הרש"ש ‪ -‬רבי‬
‫מתתיהו שטראשון היה בין החותמים]‪.‬‬
‫די משכילים שרייבן אויף דעם בריוו‪ ,‬אז זיי‬
‫האבן קלארע באווייזן אז ווילאנג די אידן וועלן‬
‫זיך אנהאלטן צו זייער אלטער לבוש וועלן זיי‬
‫בלייבן אלט‪-‬מאדיש אפגעזונדערט פון יעדעם‬
‫און צוריקגעשטאנענע בירגער‪ .‬נאך שרייבן זיי‪,‬‬
‫אז אלע רעכטפארכטיגע 'גוטע' אויפגעקלערטע‬
‫אידן באטראכטן נישט די אידישע לבוש אלס א‬
‫טייל פון אידישקייט‪ ,‬זיי זענען גרייט און וויליג צו‬
‫טוישן זייער קליידונג אזויווי די אלע אלגעמיינע‬
‫בירגער‪ ,‬די איינציגע סיבה פארוואס זיי טוען‬
‫דאס נישט איז בלויז ווייל זיי האבן מורא אז די‬
‫חרד'ישע 'פאלשע קנאים' וועלן זיי באפאלן און‬
‫דאס נישט צולאזן‪ ,‬אבער זייער אמת'ער רצון איז‬
‫צו אוועקווארפן דעם אידישן טראגע‪ ,‬און זייער‬
‫ווילן איז אז דאס זאל ווערן ארויפגעצווינגען אלס‬
‫א באפעל פון דער רעגירונג‪ ,‬כדי קיינער זאל זיי‬

‫נישט קענען שטערן פון אויספירן זייער ריכטיגע‬
‫ווילן‪.‬‬
‫זיי פארענדיגן דעם בריוו‪ ,‬אז דורכדעם וואס‬
‫די אידן וועלן זיך אנטון ווי די גויים וועלן די‬
‫אידן זיך מער דערנענטערן צו די גויים‪ ,‬און זיי‬
‫וועלן ווערן מער געבילדעט‪ .‬אויך וועט דאס‬
‫העלפן צו אראפברענגען די הויכע סטאנדארט‬
‫פון אידישע קליידער וואס קאסטן א געוואלד‬
‫געלט‪ .‬זיי וועלן שוין נישט דארפן אויסגעבן‬
‫אזוי פיל געלט צו קויפן טייערע רעקלעך און‬
‫שטריימלעך פאר א הון תועפות‪ ,‬דאס וועט פיל‬
‫פארגרינגערן פאר די ארעמע אידן וועלכע האבן‬
‫נישט קיין איבעריגעפרוטה‪ .‬דעריבער בעטן מיר‬
‫בשם די אלע אידן אז מ'זאל אונז גליקליך מאכן‬
‫און באשטעטיגן דאס געזעץ און אלע אידן וועלן‬
‫זיין זייער דאנקבאר דערויף‪.‬‬
‫ווען ס'איז באקאנט געווארן צווישן די חרד'ישע‬
‫ציבור וועגן דעם דאזיגן שרעקליכן בריוו וואס די‬
‫משכילים האבן געשיקט‪ ,‬האט דאס אנגעזייעט א‬
‫שטורעם אינערהאלב די ערליכע אידנטום‪ ,‬עס‬
‫איז געווארן א שטארקע קאך צווישן די אידן‬
‫וועלכע האבן געשטורעמט קעגן דעם געוואלדיגן‬
‫פארברעך‪ ,‬עס זענען אפילו געווען משכילים‬
‫וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן‪,‬‬
‫איינע פון די הויפט טענות איז געווען אז ס'איז‬
‫נישט דערהערט געווארן ביי קיין איין אנדערע‬
‫פאלק אין דער וועלט‪ ,‬אז איינצעלנע מענטשן‬
‫זאלן זיך ארויסשטעלן מיט'ן שלייער כאילו זיי‬
‫זענען די פארטרעטער און שליחים פון די גאנצע‬
‫פאלק‪ ,‬און שטיפן אן אגענדע אין די צייט וואס‬
‫באמת איז דער פאלק אקעגן דעם געדאנק‪.‬‬
‫אפילו די צייטונג 'המליץ' וועלכע איז געווען‬
‫היבש גענויגט צו די זייט פון די משכילים‪,‬‬
‫האט פראקלאמירט אין די ראמען פון זייער‬
‫צייט‪-‬שריפט אן ארטיקל ווי זיי רייסן אראפ‬
‫דעם געדאנק‪ ,‬און שטעלן קלאר אז דאס איז א‬
‫שענדליכע אומדערהערטע אקט פון די משכילים‬
‫און דארף פארשריגן ווערן‪.‬‬

‫אבער ווי געזאגט איז דער באפעל שוין סייווי‬
‫געווען א פארשריבענע באשטעטיגטע געזעץ‪,‬‬
‫ווייל ווי געזאגט האט דער רשע צאר ניקאליי‬
‫ימ"ש מיט זיין אייגענע זכות עצמו געשטרעבט‬
‫מיט אלע מיטלען צו אראפפירן די ערליכע אידן‬
‫פונעם דרך הישר‪ .‬און געוואלט פאר יעדע פרייז‬
‫אז די אידן זאלן חלילה ווערן אויסגעמישט מיט‬
‫די גויים‪ ,‬און דעריבער האט ער באשטעטיגט אז‬
‫אידן טארן נישט אנטון קיין אידישע מלבושים‪,‬‬
‫ער האט נאר געזוכט א גוטע טאקטיק וויאזוי ער‬
‫זאל דאס צוביסלעך קענען ארויף צווינגען אויף‬
‫די אידן‪.‬‬

‫מען באצווינגט צו באצאלן שטייער‬
‫ווי געשריבן האט דער רעגירונג געוואלט‬
‫צוביסלעך איינפעדעמען אז אידן טארן נישט‬
‫אנטון קיין אידישע מלבושים‪ ,‬דעריבער האבן זיי‬
‫זיך גערוקט שטאטלעך שטאפל ביי שטאפל‪ .‬אין‬
‫יאר תר"ד‪ ,‬האט דער רעגירונג פארעפנטליכט א‬
‫נייע באפעל‪ ,‬אז אנדערש ווי ביז יעצט וואס די‬
‫שטייער אויף אידישע מלבושים איז בלויז געווען‬
‫א רעקאמענדאציע‪ ,‬וועט דאס פון היינט און‬
‫ווייטער ווערן א חוב‪ ,‬אז מען מוז איינקאסירן אין‬
‫יעדן שטאט דעם שטייער אויף אידישע מלבושים‪.‬‬
‫אויסער דעם האבן זיי צוגעלייגט אז מהיום והלאה‬
‫וועט מען איינקאסירן די שטייער אויך פון די וואס‬
‫גייען אנגעטון מיט די קליידער און נישט נאר פון‬
‫די שניידערס וואס נייען אויף אידישע בגדים‪.‬‬
‫דער באפעל האט געלויטעט אז די פונקטליכע‬
‫סכום שטייער וואס דארף באצאלט ווערן‪ ,‬זאל‬
‫ווערן באשטימט לויט'ן אפמאך פון די ארטיגע‬
‫ראשי הקהילה און עסקנים פון יעדן געגנט‪,‬‬
‫און דאס וועט באשטעטיגט ווערן דורך די‬
‫ארטיגע לאקאלע רעגירונג‪ .‬דער באפעל האט‬
‫אויך פארלאנגט פון די לאקאלע מיניסטארן‬
‫דאס צו ארויפצווינגען אויף די אידן מיט'ן‬
‫גאנצן שטארקייט און חומר הדין‪ ,‬און פרובירן‬
‫צו ארויפציען די שטייער ווי מער מעגליך‪ .‬ווי‬
‫אויך איז געווען צוויי סארטן פרייזן ‪ -‬איינס פאר‬
‫סוחרים וואס מ'קען מער אויסקוועטשן פון זיי‪,‬‬
‫און א קלענערע סומע פאר אלגעמיינע ארבייטער‬
‫און ארעמעלייט‪ ,‬וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו‬
‫באצאלן טייער געלט‪.‬‬
‫פארזעצונג קומט אי"ה‬

‫מדור זה נתנדב ע"י ידידנו הנדיב המפואר מוה"ר יחזקאל ברמ"ג שפיטצער הי"ו‬
‫לרגל שמחת הנחת תפלין של בנו כמר חנינא ליפא ני"ו‬

‫זכות הפצת תורה וחסידות יעמוד לו כל השנים‪ ,‬לרוות רוב נחת מבנים ובני בנים‪ ,‬מתוך שובע שמחות ורוב הרחבה‪ ,‬ויתענג על רוב טובה‬

‫טי‬

‫הכנה לפסח‬

‫לעורר לב‬

‫ע"י הגאון רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א‪ ,‬דומ"ץ דקהילתנו הק'‬

‫ע"י הרה"ג ר' הערשל ראזנפעלד שליט"א‪ ,‬מו"ץ‬

‫נערך לז"נ אאמו"ר הגאון רבי חיים ב"ר ישראל ז"ל‬

‫שלשים יום קודם לחג‬

‫מעות חיטים‬

‫ ‪ .‬גמי שדר בעיר חייב ליתן מעות חיטים לעניי העיר‪ ,‬דהיינו מעות שגובין לצרכי יו"ט לעניי העיר‪,‬‬
‫ויכולין ליתנם ממעות מעשר אף שהוא חיוב גמור ליתנם‪ ,‬וכן אם יודע מקרוב משפחתו שהיא עני‬
‫ואין לו צרכי יו"ט‪ ,‬יקדימו לשאר העניים ואפ"ה יתן גם לקופה של עניי עירו‪.‬‬
‫המשך פרטי דינים לחיוב להתפלל (המשך משבוע הקודם)‪.‬‬

‫ ‪.‬‬
‫ ‪.‬‬

‫ ‪.‬‬

‫לעטר פתורא‬

‫לע"נ אאמו"ר הרה"ח ר' יעקב גרשון ב"ר שלמה ז"ל‬

‫ ‪ .‬אשלשים יום קודם החג תיקנו חז"ל ששואלין ודורשים בהל' פסח‪ ,‬ויש לקבוע שיעור כ"א כפי יכלתו‪,‬‬
‫ויש ליזהר בזה‪ ,‬כי חוץ מעצם ידיעת ההלכה‪ ,‬הוא שמירה לבל יכשל במשהו חמץ ח"ו‪.‬‬
‫ ‪ .‬בוכתבו הפוסקים דלאו דווקא ללמוד ההלכות‪ ,‬אלא גם ישים עין על כל צרכי החג לנקות ולהכין‪ ,‬ואל‬
‫יסמוך על שעה האחרון כדי שלא ישכח דבר ויבוא לחשש מכשול בבל יראה‪ ,‬או למניעת שמחת יו"ט‪.‬‬

‫ ‪.‬‬

‫שאלות ותשובות‬

‫דסדר הקדימה להתפלל לפני העמוד‪ ,‬כתבנו בשבוע העבר שהוא א‪ -‬יארצייט‪ ,‬ב‪ -‬בן שלשים‪ ,‬ג‪ -‬בן‬
‫שנה‪ ,‬וטעם הדברים כתבו הפוסקים‪ ,‬משום שבשלשים ימים הראשונים צריך המת יותר לזכותים‬
‫לינצל למעלה‪ ,‬מבמשך השנה אחריו‪ - ,‬וביום היארצייט עדיפא מהכל‪ ,‬משום דאז דנין אותו אם ראוי‬
‫להעלות למדריגה יותר עליונה‪ ,‬ובודקים גם את הבן‪ ,‬כי ע"י מעשים טובים של הבן מתעלה הוריו‪ ,‬וגם‬
‫כדי שיהא נחת רוח להוריו ע"י תפלתו ומעשים טובים שלו להגן עליהם ולכפר לנפשם (ביאור הלכה‬
‫רסי' קל"ב ואלף המגן על המט"א דיני קדיש שער א' סק"א)‪.‬‬
‫המה שכתבנו דבן שלשים קודמת לבן שנה‪ ,‬הוא אף בפגע בו רגל שהדין הוא דהשלשים נפסק‪ ,‬מ"מ‬
‫לגבי תפלה הוי כבתוך שלשים‪.‬‬
‫ואם יש חיובים שוים‪ ,‬שני יא"צ או שני אנשים בני שנה‪ ,‬אם א' יש לו אחים והשני לא‪ ,‬מסתבר דמי‬
‫שיש לו אחים נדחה מפני האחר‪ ,‬ואם שניהם יש להם או אין להם אחים‪ ,‬וא"א להם להשוות‪ ,‬יטילו‬
‫גורל וכמש"כ בפוסקים‪.‬‬
‫זוהננו לשנן עוה"פ מש"כ בשבוע העבר‪ :‬יא"צ דוחה תמיד בן שנה‪ ,‬ואף כשהבן שנה לא יהא לו מנין‬
‫להתפלל לפני העמוד [והאמת שהבן שנה אי"צ לחשוש לזה שלא יהא לו מנין‪ ,‬דהרי עשה כהלכה‪ ,‬וזהו ג"כ‬
‫זכות גדול וחשוב לעילוי הנשמה‪ ,‬ובפרט אם יש לו אחים שמתפללים וודאי שאין לחוש כלל]‪ ,‬ואם להבן שנה‬
‫יש מנין קבוע והיא"צ אין לו מנין קבוע‪ ,‬אף דגם אז יוכל לדחות‪ ,‬אפ"ה אם אפשר לו בקל להמתין‬
‫להמנין שאח"כ כשאז אין בעל תפלה קבוע יעשה כן‪ - ,‬ובכל אופן ראוי שידבר מקודם עם השמש‬
‫לסדר הדברים שידעו זה מקודם ולא יצא שום עגמ"נ ח"ו‪.‬‬

‫ש' מי שיש לו ארגז ספרים‪ ,‬ואין לו בזה צורך עוד להחזיק בו ספרים‪ ,‬ורוצה לשנותו‬
‫להחזיק בו כלי כסף וכדומה או שאר דברים‪ ,‬האם מותר לעשות כן‪.‬‬
‫ת' מותר לשנותו‪ ,‬כן דעת הרבה פוסקים דהארגז הוא רק תשמיש דתשמיש של‬
‫קדושה [דע"פ רוב יש דעקל לספרים שלנו‪ ,‬והדעקל של הספרים הוא תשמיש להספרים‪ ,‬והארגז‬

‫הוא רק תשמיש לתשמיש (עיין מ"ב סי' קנ"ד סק"ט ובשו"ת תשורת שי שמיקל בזה וכן בשו"ת אמרי‬
‫יושר ח"א סי' מ"ה כתב דהעולם נהגו להקל בדבר)‪ .‬ויש מחמירים [כיון דיש מיעוט ספרים שאין‬
‫להם כריכה נחשב כתשמיש קדושה]‪ ,‬ויש עצה ע''ז שישנה אותו ע"י פדיון‪ ,‬דהיינו שימכור‬

‫את הארגז לאחר בסכום פעוט של כמה דאלער ויקנה ספר ממעות אלו‪ ,‬ועי"ז יוצא‬
‫הארגז לחולין‪ ,‬והלוקח יחזיר הארגז אח"כ להמוכר במכירה או במתנה‪ ,‬ואז יכול‬

‫להשתמש אח"כ בלא פקפוק (עיין שו"ת אמר"י ח"א סי' מ"ה ובשו''ת קרן לדוד ובחלק"י או"ח‬
‫סי' מ"א ובספר צו"מ פט"ו הע' נ"ח‪ ,‬ואם התנה לפני שהתחיל להשתמש בהארגז לצורך ספרים שיוכל‬
‫לשנות אותו לשאר דברים בוודאי שרי לכו"ע)‪.‬‬

‫ש' מי שיש לו פועלים גויים‪ ,‬האם מותר לו לקנות להם מאכלות אסורות כדי להאכילם‪.‬‬
‫ת' כל מאכלים שאסורות רק מדרבנן מותר לכתחילה לקנות להם ולהאכילם (וכן‬
‫מותר לקנות להם בשר כשר שנשחט ולא נמלח או בשר כשר שלא ניקרו מהם החלב)‪ ,‬ומאכלים‬
‫האסורות מה"ת כגון בשר או דגים טריפה‪ ,‬יש להחמיר לכתחילה שלא לקנות‪ ,‬ואם‬
‫יש לו כבר המאכלים בביתו בוודאי מותר ליתן להם‪ ,‬וכן אם הגוי נותן מעות שלו‬
‫להישראל שיקנה בשבילו מאכלי טריפות שרי לכתחילה [כמבואר בסי' קי"ז דאסור‬
‫לעשות סחורה בדברים שאסורים מה"ת‪ ,‬ודעת הרמ"א ועוד פוסקים שאסור לקנות מאכלות אסורות‬
‫לפועליו גויים דהוה כמו סחורה כיון שהוא מצוי לו יותר בזול‪ ,‬ודעת הש"ך סק"י הוא דמותר‪.‬‬
‫ועיין בספר חכמ"א ובערוה"ש סי' י"ט‪ -‬דהמנהג הוא להקל בזה‪ ,‬ובשו"ת מהר"ם שיק סי' קל"ו כתב‬
‫דיר"ש יחוש לדעת האוסרין‪ ,‬ועיין בספרנו הפרשה בהלכה פ' ראה אם מותר לקנות להם סתם יינם]‪.‬‬

‫שהשמחה במעונם‬
‫שמחת לידת הבן למז"ט‬
‫הרב יוחנן פינחס טווערסקי שליט"א‬
‫בן הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדיל שליט"א וחתן הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א‬

‫ר' אברהם יצחק גרינבערג שי'‬
‫ב"ר יעקב יוסף שי' וחתן ר' יעקב לונגער שי'‬

‫ר' יודל קאהל שי'‬
‫ב"ר מענדיל שי' (בארא פארק) וחתן ר' אהרן מרדכי קאהן שי'‬

‫ר' יעקב יוסף מארגרעטן שי'‬
‫ב"ר חיים מאיר שי' וחתן ר' אהרן לעפקאוויטש שי'‬

‫ר' ישראל שלום יוסף ברוין שי'‬

‫דינים המצויים‬

‫שואלין ודורשין‬

‫ב"ר אברהם הערש שי' וחתן ר' יחזקאל לונגער שי'‬

‫שמחת לידת הבת למז"ט‬
‫ר' ברוך פינחס בערגער שי'‬

‫הליכה לציון‬

‫ב"ר משה שי' וחתן ר' יוסף יושע גרובער שי'‬

‫(לב' ניסן)‬

‫שאלה‪ :‬ילדים שציציותיהם יוצא מבחוץ לבגדיהם‪ ,‬האם יש להם חיוב לתחבן בפנים בהליכה‬
‫לבית החיים?‬
‫תשובה‪ :‬יתחבם בפנים שאסור לילך בבית החיים בציצית מגולין‪ ,‬ואף חוץ לד' אמות של הקברים‬
‫כל שהוא בתוך מחיצות הבית הקברות אסור‪ ,‬משום לועג לרש‪.‬‬
‫ביאור‪ :‬עי' שו"ע או"ח סי' כ"ג ויו"ד סי' שס"ח דבבגד המיוחד למצות ציצית אסור לילך כשהוא מגולה‪ ,‬ובמג"א‬
‫ושועה"ר סי' מ"ה דאף חוץ לד"א של הקברים (וע"ש במ"ב וביה"ל בזה)‪.‬‬
‫המשך שאלות בעניני צדקה‬

‫ר' מרדכי זילבער שי'‬
‫ב"ר חיים יושע שי' וחתן ר' יואל אשר פישעל שי'‬

‫שמחת הנחת תפילין למז"ט‬
‫הב' חנינא ליפא ני"ו ב"ר יחזקאל ברמ"ג שפיטצער שי'‬
‫הב' יודא ני"ו ב"ר יונה איצקוויטש שי'‬
‫הב' מאיר ני"ו ב"ר יוסף שמחה וואלאדארסקי שי'‬

‫שמחת אירוסין למז"ט‬

‫(ה)‬

‫שאלה‪ :‬כשבאין אצלו באמצע התפלה עם ראפעל‪ ,‬האם מותר להמתפלל לציין את שמו‬
‫והטלפון שלו על הראפעל במקומות שאסור להפסיק בדיבור?‬

‫המכון לכתיבה ועריכה ‪845.354.0259‬‬

‫ר' יונה דוד יודא ברוין שי'‬
‫ב"ר משה שי' וחתן ר' זאב גאלדקלאנג שי'‬

‫תשובה‪ :‬דעת רוב הפוסקים דכתיבה לאו כדיבור דמי‪ ,‬וע"כ יש להקל לכתוב שמו אף כשאסור‬
‫לדבר [ובאמצע פרשה ראשונה של קר"ש אסור כמובן‪ ,‬דהרי אף לרמז אסור ואף לצורך‬
‫מצוה – ואף בפרשיות האחרות של קר"ש דמותר לרמוז לצורך מצוה‪ ,‬נכון להחמיר‬
‫בכתיבה‪.‬‬
‫ביאור‪ :‬עי' שו"ת באר משה (ח"ב סי' ו')‪ ,‬ועעו"ש בסי' ח' דה"ה במי שזהיר מלדבר עם התפילין (כמנהגינו)‬
‫דמותר לו לכתוב בתפילין (דבר קטן‪ ,‬ולא הרבה משום היסח הדעת ע"ש)‪ – .‬ומ"מ כיון שיש מחמירים דכתיבה‬
‫כדיבור‪ ,‬ע"כ בקר"ש יש להחמיר אף מפרשה שני' ואילך (עי' שו"ת יגל יעקב סי' י' בזה‪ ,‬ואף פרשת ציצית דינו כמו‬
‫פרשה שני'‪ ,‬עי' פמ"ג בא"א ס"ג‪-‬י')‪.‬‬

‫הפטורה לשבת החודש‪ :‬כל העם הארץ – לא יפוצו עמי איש מאחוזתו (יחזקא' מה‪ ,‬טז‪-‬מו‪,‬יח )‪.‬‬
‫מולד חודש ניסן‪ :‬יום ב' בבוקר ‪ 4:54‬עם ‪ 9‬חלקים‪.‬‬

‫הבה"ח יודא לייב ני"ו ב"ר מאיר חיים פעלדמאן שי'‬
‫עב"ג ב"ר יעקב פרידמאן שי'‬
‫הבה"ח יודל ני"ו ב"ר ישעי' קויפמאן שי'‬
‫עב"ג ב"ר בנציון גרובער שי'‬

‫(מאנטריאל)‬

‫הבה"ח מרדכי ני"ו ב"ר פינחס בערגער שי'‬
‫עב"ג ב"ר אהרן ברייער שי'‬

‫עטרת זקנים‬
‫הרב שמואל גאלדמאן שי'‬
‫לרגל שמחת לידת הבן אצל בנו ר' ירמי' שי' (וויען)‬
‫ר' משה שווייצמאן שי'‬
‫לרגל שמחת לידת הבן אצל חתנו ר' עזריאל בערגער שי' (מאנסי)‬
‫ר' צבי דוב וואלטער שי'‬
‫לרגל שמחת לידת הבת אצל בנו ר' מרדכי שי' (לאנדאן)‬

‫גליון שבועי לתורה וחסידות שע"י חסידי סקווירא‬

‫כל הזכיות שמורות להמערכת‪ ,‬ואסור להדפיס‬
‫להעתיק או לצלם אפי' חלק ממנו‪ ,‬בלי רשות‬
‫מפורשת מהרב ר' שלום רייצנשטיין שליט"א – יו"ר‪.‬‬

‫לנדבות והנצחות ‪ /‬לקבל הגליון בקביעות ‪ /‬למסור הערות והארות‪ ,‬אפשר לפנות אל המערכת‪:‬‬
‫הכתובת‪ 701 Wilson Ave. New Square, N.Y. 10977 :‬מס' הטלפון ‪ 845.354.0259‬או על הפקס‪845.913.7826 .‬‬
‫להוציא הגליון ע"י פקס מיום שישי בשעה ‪ 9:00‬בבוקר ‪ 1-800-526-5345‬להודיע על 'השמחה שבמעונם' נא לצלצל ‪845-499-7908‬‬

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful