‫‪50‬‬

‫כשרע רעסטאָראַנטן אין בודאַפּעסט‬
‫ווייטער אָפן אונטער ארטיגע השגחה‬

‫בודאַפּעסט‪ – .‬די צוויי כשרע‬
‫רעסטאָראַנטן‪ ,‬די פליישיגע "כרמל"‬
‫און די מיליכיגע "קארימאמא" וועלכע‬
‫זענען היינטיגן זונטאָג בהעלותך אַריבער‬
‫אונטער די השגחה פון ביד"צ קהלות‬
‫החרדים בבודאַפּעסט‪ ,‬זענען ווייטער‬
‫אָפן פאַר'ן ציבור; פאַר די טויזנטער‬
‫טוריסטן וועלכע קומען יערליך באַזוכן‬
‫אונגאַרן – לויט צוויי מעלדונגען וואָס‬
‫זענען היינטיגן זונטאָג ערשינען אויפ'ן‬
‫דרוקסאָרט פונעם דערמאַנטן בית דין‪.‬‬
‫דער "בית דין צדק דקהלות החרדים‬
‫בבודאַפּעסט" איז געגרונדעט געווארן‬
‫און שטייט אונטער די אָנפירערשאַפט‬
‫פונעם רב‪ ,‬הרה"ג רבי ברוך‬
‫אבערלאַנדער שליט"א אב"ד חברה‬
‫ש"ס ליובאַוויטש אין בודאַפּעסט‪ .‬די‬
‫קהילה איז אויך אַנערקענט אָפיציעל‬
‫ביי די רעגירונג אַלס איינע פון די‬
‫צוויי אָפיציעלע אָרטאָדאָקסישע‬
‫קהלות פון די אונגאַרישע הויפּטשטאָט‬
‫)היסטאָריש‪ ,‬איז די קהלה חברה ש"ס‬
‫– אונטער די פירערשאַפט פון דעם‬
‫גאון וצדיק רבי וואלף סופר זצ"ל‬
‫בעל מח"ס חליפות שמלת בנימין‪ ,‬אַ‬
‫תלמיד פון הגה"ק המהר"ם שיק זצ"ל‬
‫– געגרונדעט געוואָרן אין בודאַפּעסט‬
‫איידער די אָרטאָדאָקסישע קהלה פון די‬
‫קאָזניצי שוהל(‪.‬‬
‫אין צוויי באַזונדערע מודעות‪,‬‬
‫דאַטירט פאַרגאַנגענעם ח' סיון תשע"ג‪,‬‬
‫שרייבן דער ביד"צ קהלות החרדים ווי‬
‫פאָלגענד‪:‬‬

‫תעודת כשרות‪,‬‬

‫מיר ווילן מיט דעם באַשטעטיגען‬
‫אַז די "כרמל רעסטאָראַנט" וואָס געפינט‬
‫זיך אין בודאַפּעסט אויף די קאָזניצי גאַס‬
‫‪ ,31‬שטייט אונטער די השגחה פונעם‬
‫בית דין צדק און עס איז דאָ דאָרט אַ‬
‫משגיח תמידי אַ ירא שמים‪ ,‬און עס איז‬
‫כשר למהדרין אַ גאַנץ יאָר )אויסער אום‬
‫יום טוב פּסח(‪ ,‬ויאכלו ענוים וישבעו‪.‬‬
‫די תעודה איז פעליג ביז ערב פּסח‬
‫תשע"ד‪.‬‬

‫*‬
‫תעודת כשרות‪,‬‬
‫מיר ווילן מיט דעם באַשטעטיגען אַז‬
‫די מילכיגע רעסטאָראַנט וואָס געפינט‬
‫זיך אין בודאַפּעסט אויף די קאָזניצי גאַס‬
‫‪ ,28‬שטייט אונטער די השגחה פונעם‬
‫בית דין צדק‪ ,‬און עס איז דאָ דאָרט‬
‫געשיקט פון אונז אַ משגיח אַ ירא שמים‬
‫וועלכער גייט כסדר אַריין און אַרויס‪,‬‬
‫און עס איז כשר למהדרין אַ גאַנץ יאָר‬
‫)אויסער פּסח(‪ ,‬ויאכלו ענוים וישבעו‪.‬‬
‫די תעודה איז אין קראַפט ביז ערב‬
‫פּסח תשע"ד‪.‬‬
‫זענען‬
‫תעודות‬
‫ביידע‬
‫אונטערגעשריבן דורכ'ן רב‪ ,‬הרה"ג רבי‬
‫ברוך אבערלענדער שליט"א‪.‬‬
‫די באַנייטע תעודות און די‬
‫פרישע השגחה זענען אין ליכט פון די‬
‫רעזיגנאַציע פונעם בודאַפּעסטער רב‪,‬‬
‫הרה"ג רבי משה טובי' ווייסבערגער‬
‫שליט"א‪ ,‬ווי ברייט באַריכטעט פאָריגע‬
‫וואָך אין "דער בּלאַט"‪.‬‬
‫הרב ברוך אָבערלאנדער שליט"א‪,‬‬
‫אַ תלמיד חביב פון כ"ק אדמו"ר מפּאפּא‬
‫בעל ויחי יוסף זצ"ל‪ ,‬פירט אָן אין‬

‫בודאַפּעסט אַ באַזונדערע כשרע שחיטה‬
‫למהדרין מן המהדרין‪ ,‬און זיין שחיטה‬
‫האָט נאָנט מיט אַ יאָר צוריק איינגעפירט‬
‫אַ גרונטליכע בדיקה אויף צומת הגידין‬
‫אויף יעדע עוף באַזונדער‪.‬‬
‫אין אַ שמועס מיט "דער בלאַט"‬
‫פאַרגאַנגענעם דינסטאָג בהעלותך האָט‬
‫הרב אָבערלענדער דערציילט אייניגע‬
‫פּונקטן איבער'ן כשרות אַפּאַראַט פונעם‬
‫א‪.‬ד‪ .‬ביד"ץ‪ ,‬איבער אירע חומרות נישט‬
‫צו נוצן קיין ירקות אין די רעסטאָוראַנטן‬
‫וואָס ווערן אונטערזוכט אויפ'ן פּלאַץ‪,‬‬
‫נאָר זויבערע ירקות וואָס קומען פון‬
‫גרינהאַוזעס מיט ערליכע אָנגענומענע‬
‫השגחות איבער דער וועלט‪.‬‬
‫איבער די צומת הגידין בדיקה האָט‬
‫הרב אָבערלענדער איבערגעגעבן פאר‬
‫"דער בלאַט" אַז מ'האָט אָנגעהויבן‬
‫בודק צו זיין ביי זייער שחיטה אויף‬
‫צומת הגידין נאָך די התעוררות פון‬
‫סאַטמאַרער רבי שליט"א איבער דעם‬
‫פּראָבלעם‪.‬‬
‫"זינט מ'האָט אונטערגענומען די‬
‫בדיקה איז שוין געווען אַ צייט ווען‬
‫פון ‪ 600‬עופות האָט מען געטראָפן‬
‫‪ 250‬אָנגעשטעקטע פון טריפת צומת‬
‫הגידין‪".‬‬
‫"בלויז היינטיגן דינסטאָג בהעלותך‬
‫– האָט הרב אָבערלענדער פאַרענדיגט‬
‫מיט התרגשות – האָבן מיר געשאָכטן‬
‫אַ קלענערע שחיטה פון בלויז ‪300‬‬
‫עופות און פערציג דערפון זענען‬
‫געווען אָנגעשטעקט מיט'ן צומת הגידין‬
‫וויירוס‪ ,‬און אַדאַנק אונזער איינגעפירטע‬
‫שטרענגע בדיקה אויף יעדן עוף‬
‫באַזונדער זענען די אונגאַרישע אידן‬
‫ניצול געוואָרן פון טריפות רח"ל‪".‬‬
‫גם ברו"ך יהי'‪.‬‬

‫ערוועלטע ב ַאאַמטע צייגן‬
‫שטיצע ביים באַזוך אין‬
‫״משמחי לב״ הויפּטקוואַרטיר‬

‫באָראָ פּאַרק‪ – .‬און בעפארברייטונג‬
‫צום גרויס ארטיגן טשייניז אקשען‬
‫קאמפיין וואס משמחי לב טוט יעצט‬
‫אנפירן‪ ,‬האבן סטעיט סענעטאר ר' שמחה‬
‫פעלדער‪ ,‬ווי אויך סטעיט סענעטאר‬
‫עריק עדעמס וועלכער לויפט יעצט פאר‬
‫ברוקלין בארא פּרעזידענט‪ ,‬אָפּגעשטאַט‬
‫א באזוך אין די הויפטקווארטירן פון‬
‫די וועלט בארוהמטע מוסד משמחי‬
‫לב‪ ,‬כדי ארויס צו ווייזן שטיצע פאר‬
‫די געוואלדיגע אקטיוויטעטן פון דעם‬
‫מוסד‪.‬‬
‫די פּאָליטישאָנס און שטאָטישע‬
‫טאַטעס זענען וואַרעם אויפגענומען‬
‫געוואָרן דורך ראשי "משמחי לב"‪ ,‬הרב‬
‫סענדר אשכנזי שליט"א בן המייסד‬
‫הגה"צ רבי זלמן אשכנזי זצ"ל‪ ,‬הרה"ח‬
‫מכבד ה' מהונו וגרונו ר' חיים הלוי‬
‫העללער הי"ו מראשי ק"ק סאַטמאַר‪-‬‬
‫וומסב"ג און הרה"ח ר' משה יצחק‬
‫ווערטהיימער הי"ו‪.‬‬

‫ר' שמחה פעלדער איז מורא'דיג‬
‫נתרגש געווארן זעענדיג די ליסטעס‬
‫פון הונדערטער אלמנות און יתומים‬
‫דורכאויס גאנץ אמעריקא וועלכע‬
‫באקומען טשעקס פון פינף הונדערט‬
‫ביז טויזענט דאללער עטליכע מאל אין‬
‫יאר‪ ,‬און פון די ליסטעס פון הונדערטער‬
‫חתנים און כלות יתומים און יתומות‬
‫וועלכע באקומען שווערע טויזענטער‬
‫דאללער‪ ,‬ארויס צו העלפן מיט זייער‬
‫הוצאות החתונה‪.‬‬
‫ער האט אויף באוואונדערט דעם‬
‫הצנע לכת פון משמחי לב‪ ,‬זעענדיג‬
‫וויפיל טויזענטער פאר שיך זענען‬
‫פארטיילט געווארן פאר חצי בחינם‬
‫דא אין ניו יארק פאר פסח‪ ,‬און‬
‫זעענדיג ערשטע האנט די ליסטעס פון‬
‫צענדליגער טויזענטער פונט מצות וואס‬
‫זענען פארקויפט געווארן חצי בחינם‬
‫פאר קינדער געבענטשטע משפּחות‬
‫אין וומסב"ג‪ ,‬ב"פ‪ ,‬מאנסי‪ ,‬ק"י‪ ,‬און‬
‫לעיקוואוד‪.‬‬
‫סענעטאר עריק עדעמס וועלכע‬

‫לויפט יעצט פאר ברוקלין בארא‬
‫פרעזידענט‪ ,‬האט זיך אויס געדריקט‪ ,‬אז‬
‫ער איז אזוי נתפעל פון די אקטיוויטעטן‬
‫פון משמחי לב‪ ,‬און נאך מער פון ווי אזוי‬
‫זיי האבן אויס געשטעלט דעם סיסטעם‬
‫פון פארטיילן די נתינות אויף אזא‬
‫בכבוד'יגן אופן‪ ,‬אז ער האט פארשפראכן‬
‫אז אלס בארא פרעזידענט ווי ער צוזאם‬
‫ברענגען מערערע וואוילטעטיגע‬
‫ארגעניזאציעס‪ ,‬און די פארזיצער פון‬
‫משמחי לב זאלן פארשטעלן פאר‬
‫אנדערע ווי אזוי מען קען געבן פאר‬
‫נצרכים אויף אזא בכבוד'יגן אופן‪ ,‬אז‬
‫זיי זאלן נישט דארפן פילן שלעכט ביים‬
‫נעמען צדקה‪.‬‬
‫עס איז געווען א געוואלדיגע מעמד‬
‫קידוש ה' צו זען ווי אזוי נישט אידישע‬
‫פערזענליכקייטן זענען אנציקט געווארן‬
‫פון אידישע מוסדות‪.‬‬
‫אויב ווילט איר זיך משתתף זיין‬
‫מיט דעם טשייניז אקשען‪ ,‬ביטע רופט‬
‫אריין צו ‪.1-877-686-1313‬‬

‫ּפסק הלכה‬
‫מאת כ"ק אדמו"ר הגה"ק‬

‫מרן אהרן טייטלבוים שליט"א‬
‫אבדק"ק סאטמאר יצ"ו‬

‫דאס‬
‫צומת הגידין ַאז ס'איז נפסק‪ ,‬איז ָ‬
‫טריפה מדאורייתא‪ ,‬כמבואר בשו"ע‪.‬‬
‫מ'דארף בודק זיין צומת הגידין און ָאן‬
‫ַ‬
‫טאר מען דאס פלייש נישט עסן‪.‬‬
‫דעם ָ‬
‫זאל נישט קויפן אין ַא געשעפט‬
‫מען ָ‬
‫עופות וואס די צומת הגידין זענען נישט‬
‫געווארן‪.‬‬
‫נבדק ָ‬
‫מען ָ‬
‫האלטן הייליג‪.‬‬
‫זאל דעם ענין ַ‬
‫)מתוך דברות קדשו בחוה"מ ּפסח תשע"ג לפ"ק(‬

‫געראטעוועט‬
‫ַ‬
‫עלטערע פרוי‬
‫אויף פליגער דורך ‪30‬‬
‫לאגן‬
‫יאַקאָב ַ‬
‫רדיא‬
‫קא י‪ .‬ל‪ָ .‬‬
‫ַ‬
‫ארץ ישראל‪ – .‬אַן עלטערע ‪ 90‬יעריגע פרוי וועלכע איז געווען אויף אַ‬
‫פליגער אויפ'ן וועג פון ארץ ישראל קיין פּאַריז אין פראַנקרייך‪ ,‬האָט זיך פּלוצים‬
‫אָנגעפאַנגען צו שפּירן זייער שלעכט‪.‬‬
‫ווי אָנגענומען ביי אַזאַ פאַל‪ ,‬האָט איינער פון די פליגער מאַנשאַפט באַלד‬
‫אויסגערופן אינעם הויכהילכער צו ס'איז דאָ אַ דאָקטער אינעם פליגער?‬
‫"יאָ!" האָבן ‪ 30‬פאסאזשירן געענטפערט אינאיינעם‪ ...‬און צום גרויס פרייד‬
‫פון די משפּחה מיטגלידער פון די עלטערע פרוי‪ ,‬זענען געזעצן אינעם פליגער‬
‫נישט ווייניגער ווי ‪ 30‬דאָקטוירים קארדיאלאגן )האַרץ‪-‬דאָקטוירים( וועלכע‬
‫זענען געווען אויפ'ן וועג צו אַ צוזאמקום פון דאָקטוירים אין פראַנקרייך‪.‬‬
‫פיר פון זיי זענען באַלד צוגעלאָפן צו די פרוי און האָבן איר באַהאַנדלט און‬
‫געראַטעוועט איר לעבן‪.‬‬