‫ב"ה‬

‫מקוה‬
‫ישראל‬
‫ה'‬

‫קהל יטב לב‬
‫ד'סאטמאר‬
‫בנשיאות כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א‬
‫וויליאמסבורג‪,‬‬
‫ברוקלין ניו יארק‬
‫יצ"ו‬

‫ושאבתם‬
‫מים‬
‫בששון‬
‫ממעיני‬
‫הישועה‬

‫אריינפיר‬

‫ב‬

‫שיר ושבח לה' טוען מיר פרעזענטירן דעם‬
‫פאלגענדן בראשור‪ ,‬וואו איר וועט קענען זען‬
‫דעם אויסשטעל פון די "מקוה טהרה" וואס‬
‫ווערט געבויעט דורך קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג‪ ,‬און‬
‫גלייכצייטיג זיך קענען אויסוועלן איינס פון די געוואלדיגע‬
‫זכותים אדירים אפצוקויפן פון דעם "מעיין הישועות"‪ ,‬שפע‬
‫ברכה והצלחה‪ ,‬ישועות‪ ,‬רפואות‪ ,‬השפעות טובות‪ ,‬בני‪ ,‬חיי‪,‬‬
‫מזוני וכל טוב סלה דורך די סגולות פון א מקוה‪.‬‬
‫באלד נאכדעם וואס קהל עדתינו האט בהסכמת כ"ק מרן‬
‫רבינו הגה"ק שליט"א מכתיר געווען דעם איש על העדה‬
‫הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א‪ ,‬האט דער רב שליט"א זיך‬
‫אריינגעלייגט בעובי הקורה צו נעמען אויף זיך דעם עול פון‬
‫אויפבויען און אהערשטעלן די מקוה טהרה פאר די קהלה‬
‫קדושה און תושבי וויליאמסבורג‪ .‬ווי באקאנט פון הייליגן‬
‫בעש"ט הק' זי"ע (ווערט געברענגט אין ספה"ק בעש"ט‬
‫עה"ת פר' יתרו) אויפן פסוק אין חבקוק (ג‪ ,‬יב) בזעם תצעד‬
‫ארץ‪ ,‬אז דער עיקר תפקיד פון א מנהיג בישראל אין א עדה‬
‫קדושה זענען די דריי זאכן‪ ,‬ז'ביחה ע'ירובין מ'קוה‪ ,‬מדקדק‬
‫צו זיין אז די שחיטה‪ ,‬עירובין און טהרת המקוה זאלן זיין‬
‫בתכלית השלימות‪ ,‬און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו די‬
‫גאולה השלימה בקרוב‪.‬‬
‫נאך לאנגע חדשים פון שווערע האראוואניע און‬
‫אינטענסיווע זוכונגען‪ ,‬איז בעזרת ה' געלונגען אפצוקויפן‬
‫א גאר גרויסן שטח‪ ,‬וואו עס ווערט אין די טעג געבויעט‬
‫די "מקוה טהרה" דקהלתינו הק'‪ ,‬וואס וועט פארנוצט ווערן‬
‫לטהרתן של ישראל‪.‬‬

‫‪2‬‬

‫עס איז געווארן אריינגעלייגט ספעציעלע ארבעט און כוחות אהערצושטעלן‬
‫אז די פלענער פון די מקוה זאלן זיין דאס בעסטע געפאסט פאר אונזער‬
‫ציבור‪ .‬דאס פלאץ‪ ,‬דער אויסשטעל‪ ,‬די איינריכטונגען‪ ,‬אלעס זאל זיין געאייגנט‬
‫פאר די באקוועמליכקייט פון די באנוצער‪ ,‬און יעצט האלטן מיר ב"ה ביי די‬
‫ערשטע פאזעס פון אנהייבן די בוי ארבעט בשעה טובה ומוצלחת‪.‬‬
‫מיר האפן אז ווען די מקוה טהרה וועט זיין פארענדיגט וועט דאס דינען‬
‫אלס "די מקוה" מיט'ן ה"א הידיעה אין די גאנצע שטאט‪ ,‬און זיכער וועלן די‬
‫מנדבים בעם וועלכע זענען מנדב פאר די מקוה געניסן פון די לאנגיעריגע‬
‫זכותים אדירים בהעמדת דורות ישרים ומבורכים‪ ,‬און דער זכות וועט זיי‬
‫באגלייטן לעולם ועד בזה ובבא‪.‬‬
‫מיט עהרע‬
‫וועד קרן הבנין‬

‫כמה מעלות טובות‪:‬‬
‫* די מקוה וועט דינען די גאנצע שטאט‪,‬‬
‫שטייענדיג ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג‬
‫און ניי‪-‬וויליאמסבורג‪.‬‬

‫* דער אויסשטעל פון די גאנצע מקוה‬
‫ווערט דעזיינט אויפן שענסטן און‬
‫באקוועמסטן פארנעם‪.‬‬

‫* די מקוה וועט שטיין אונטער די עינא‬
‫פקיחא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א והגה"צ‬
‫אבד"ק ור"מ שליט"א‪.‬‬

‫* אין די מקוה ווערן געבויט ‪ 91‬צימערן‪,‬‬
‫און באזונדערע ‪ 10‬גרעסערע צימערן‬
‫פאר כלות‪.‬‬

‫* די גאנצע מקוה ווערט געבויעט מיט‬
‫די גרעסטע מאס הידורים און חומרות לפי‬
‫הוראות רביה"ק זי"ע‪.‬‬

‫* די מקוה וועט פיל דערלייכטערן דעם‬
‫געדרענג און פארנוצט ווערן מיט די‬
‫גרעסטע מאס פרייוועסי‪.‬‬

‫‪3‬‬

4

‫מקוה‬
‫ישראל‬
‫מושיעו‬
‫בעת‬
‫צרה‬
‫(ירמי' יד ח)‬

‫זכות בור טבילה‬

‫‪$180,000‬‬

‫קוואל פון ישועות‪ ,‬רפואות‪ ,‬הצלחה‪,‬‬
‫פרנסה‪ ,‬נחת‪ ,‬וכל טוב סלה‬

‫‪5‬‬

‫דער בנין אנטהאלט‪:‬‬
‫• ‪ 58‬שיינע צימערן‬
‫• ‪ 10‬שאוער צימערן‬
‫• ‪ 5‬כלה צימערן‬
‫‪6‬‬

‫"אראפנעמען דעם‬
‫פרוכת פון‬
‫ארון הקודש"‪...‬‬
‫א מקוה איז דאס הייליגסטע וואס איז שייך ביי אידן‪ ,‬און ישראל קדושים‬
‫הם‪ ,‬זוכט מען שטענדיג צו מאכן די מערסטע הידורים וואס איז נאר שייך‪,‬‬
‫אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חומרות‪ ,‬און אויך אין‬
‫גשמיות'דיגן טייל זארגט מען אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט מיט די מערסטע‬
‫און בעסטע באקוועמליכקייטן‪.‬‬
‫עס ווערט פארציילט א מורא'דיגע מעשה פונעם מהר"ם א"ש זצוק"ל‪ ,‬אז‬
‫ער איז אמאל געווען אין א שטאט וואו מ'האט נישט געענדיגט די מקוה‪ ,‬ווייל‬
‫ס'איז נישט געווען גענוג געלט אויסצופלאסטערן דעם וועג צו די מקוה‪.‬‬
‫האט דער מהר"ם א"ש גערופן די קהלה לייט און זיי געזאגט‪" :‬אויב‬
‫מ'ענדיגט נישט די מקוה‪ ,‬וועל איך אראפנעמען דעם פרוכת פונעם ארון‬
‫הקודש‪ ,‬און עס אראפלייגן ווי א טעפיך אויף דער ערד"!‬

‫זכות החדר‬

‫‪$50,000‬‬

‫אייביגער זכות אין העמדת דורות‬
‫ישרים ומבורכים‬

‫‪7‬‬

8

‫א פראכטפולע‬
‫שטוב אין די‬
‫מקוה‪ ,‬איינגערישט‬
‫מיט אלע‬
‫באקוועמליכקייטן‬
‫מיט א אויג‪-‬‬
‫פארכאפנדע‬
‫שיינקייט‬

‫‪9‬‬

‫צייכענוגנ פונעם ערשטן שטאק‪ ,‬מיט די‬
‫צענדליגער שטובער און בורות טבילה‬
‫‪10‬‬

‫אוועקגעגעבן‬
‫עולם הבא פאר א מקוה‬
‫אין ספר מעין גנים ווערט דערציילט (בשם ספר מפעלות צדיקים) אז דער הייליגער מאור‬
‫עינים זי"ע איז אמאל אדורכגעפארן א שטאט‪ ,‬און ער האט געהערט אז ס'איז נישטא דארט‬
‫קיין מקוה‪ .‬ווען ער האט געפרעגט די שטאט מענטשן דערוועגן‪ ,‬האבן זיי געזאגט אז די שטאט‬
‫געפינט זיך אויף א בארג‪ ,‬און ס'איז זייער שווער דארט צו גראבן א מקוה‪.‬‬
‫האט דער מאור עינים געפרעגט‪ :‬איז דא עמיצער וואס האט געלט‪ ,‬צו קענען באצאלן צו בויען‬
‫א מקוה? האבן די שטאט מענטשן אנגעוויזן אויף א געוויסן עושר‪ .‬האט זיך דער מאור עינים‬
‫געוואנדן צום עושר און אים געפרעגט צי פאר'ן פרייז פון זיין (דעם מאור עינים'ס) גאנצן חלק‬
‫לעולם הבא‪ ,‬איז ער גרייט צו בויען א מקוה? יענער האט גלייך גערן מסכים געווען‪.‬‬
‫דער מאור עינים האט נישט געטראכט קיין מינוט‪ ,‬ער האט גלייך אונטערגעשריבן א שטר‬
‫כתוב וחתום‪ ,‬אז ער גיט אים אוועק זיין גאנצע חלק לעוה"ב‪ ,‬און יענער האט טאקע אויסגעצאלט‬
‫די קאסטן פון בויען די מקוה‪.‬‬
‫די מעשה איז א געוואלדיגע מוסר השכל איבער דעם חשיבות און וויכטיגקייט פון בויען א מקוה‬
‫לטהרתן של ישראל‪ ,‬און וואס צדיקים וקדושי עליון זצוק"ל האבן געהאט מסירות נפש דערוועגן‪.‬‬

‫דער בנין המקוה אנטהאלט‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬
‫• ‬

‫‪ 58‬שיינע צימערן‬
‫‪ 10‬שאוער צימערן‬
‫באזונדערע כלה שטיבער‬
‫באזונדערע הענדיקעפד שטיבער‬
‫פריוואטע ווארט‪-‬צימערן לויט'ן געברויך‬
‫עקסטערע אריינגאנג און ארויסגאנג‬
‫סאפיסטיקירטע קאמפיוטער סיסטעם אז מ'זאל דארפן וואס ווייניגער ווארטן‬
‫נאך פארשידענע מעלות‪ ,‬אז ס'זאל זיין דאס בעסטע ברוחניות ובגשמיות‪.‬‬
‫‪11‬‬

‫צייכענוגנ פונעם צווייטן שטאק‬
‫‪12‬‬

‫צייכענוגנ פונעם דאך‬
‫‪13‬‬

‫א "מקוה טהרה" אין‬
‫דער אלטער היים‬

‫"רב לעבן‪ ,‬איר‬
‫זענט‬
‫'איינגעטינקען' אין‬
‫די מקוה"‪...‬‬

‫אין דער אלטער היים‪ ,‬אין יעדן אידישן מושב בכל עבר‬
‫ופינה אויף די וועלט‪ ,‬איז די ערשטע זאך געווען א מקוה‪ .‬עס‬
‫איז געווען א זעלבסט פארשטענדליכע זאך אז עס איז קיין‬
‫נישט מציאות אז ס'זאל קענען עקזעסטירן א אידישער ישוב‬
‫אין א פלאץ וואו ס'איז נישטא קיין כשר'ע מהודר'דיגע מקוה‬
‫טהרה‪ .‬דאס איז דער יסוד בקדושתן של ישראל‪.‬‬
‫אין אלגעמיין איז דער מקוה געווען ווי א 'מעסטל'‪ ,‬יעדעס‬
‫ישוב‪ ,‬יעדע איינציגע אידישע קהלה‪ ,‬האט געקענט געמאסטן‬
‫ווערן איר מעמד ברוחניות דורך די מקוה‪ ,‬אויב האט די קהלה‬
‫געהאט צוגעשטעלט א מקוה מהודרת לויט אלע חומרות‬
‫איז דאס געווען א סימן מובהק אז די קהלה איז א ערליכע‬
‫און אפגעהיטענע‪ ,‬און אירע מיטגלידער זענען מדקדקים‬
‫במצוות ומתנהגים ע"ד התורה והמצוות‪ ,‬אויב אבער האט‬
‫זיך אנגעזעהן שוואכקייטן בנוגע די מקוה; עס זענען געווען‬
‫מכשולות וועלכע זענען נישט תיכף פארראכטן געווארן‪,‬‬
‫אדער ס'איז בכלל נישט געווען ווער ס'זאל זיך אפגעבן אז די‬
‫מקוה זאל זיין אויסגעהאלטן‪ ,‬איז געווען א ריכטיגער סימן אז‬
‫די שטאט איז ווייט נישט אין ארדענונג‪.‬‬
‫אין יעדן מושב‪ ,‬דארף‪ ,‬שטאט‪ ,‬איז דער ערשטער תפקיד‬
‫פון די קהלה געווען צו פארזיכערן אז די מקוה איז אינעם‬
‫בעסטן צושטאנד ברוחניות ובגשמיות‪ .‬די ספרי הפוסקים פון‬
‫אלע דורות זענען פול מיט שאלות און בירורים איבער די‬
‫פארשידענע שאלות וואס האט זיך געמאכט בהמשך הימים‬
‫אין די מקואות‪ ,‬זה בכה וזה בכה האבן די גדולי ישראל זי"ע‬
‫אנגעוואנדן אלע מיטלען אז אין יעדע אידישע שטאט זאל‬
‫די מקוה געפירט ווערן בתכלית השלימות‪ ,‬להעמיד דורות‬
‫ישרים ומבורכים זרע ברך ה' בדרך התורה והטהרה‪.‬‬
‫הלכות מקואות בכלל איז באקאנט אלס א טיפע און‬
‫שווערע מקצוע‪ ,‬אנגעהויבן פון די מקורות בדברי חז"ל און די‬
‫לענגערע סימנים אין שו"ע‪ ,‬יעדער מורה הוראה ווייסט פון די‬
‫פארשידענע שיטות און חומרות וואס גדולי הפוסקים האבן‬
‫אלס אריינגעלייגט בהלכות מקוואות‪ ,‬באזונדער איז באקאנט‬
‫די חומרות פון מרן הדברי חיים זי"ע וואס ער האט געהאט‬
‫שטארקע חומרות ווי אזוי א כשר'ע מקוה ברויך אויסזען‪.‬‬

‫אין יענע תקופה פלעגט הגאון הצדיק‬
‫חכימא דיהודאי רבי מיכאל בער ווייסמאנדל‬
‫זצוק"ל מייסד וראש ישיבת נייטרא קומען‬
‫זייער פיל צום רבי'ן אדורכשמועסן דברים‬
‫העומדים על הפרק‪ ,‬ענינים וואס זענען נוגע‬
‫געווען צום כלל‪ ,‬אויפצובויען אידישקייט‬
‫אין אמעריקא‪.‬‬
‫אין איינע פון די שמועסן‪ ,‬האט דער רבי‬
‫א לאנגע צייט גאר שטארק משבח געווען‬
‫דעם געבוי פון די מקוה‪ .‬דאן איז דער‬
‫שמועס אריבער צו אנדערע ענינים‪.‬‬
‫אינמיטן דעם שמועס האט דער רבי זיך‬
‫פארטראכט אויף א וויילע‪ ,‬און ער רופט‬
‫זיך אן צו רבי מיכאל בער ז"ל‪" ,‬אבער‬
‫וואס זאגט איר צו די מקוה? ס'האט זיך‬
‫נישט געגלייבט אז מ'וועט דאס קענען‬
‫אויפשטעלן דא אין אמעריקא"‪.‬‬
‫רבי מיכאל בער ז"ל האט ווייטער‬
‫געצויגן דעם שמועס בשיחות תלמידי‬
‫חכמים‪ ,‬אבער עטליכע מינוט שפעטער‬
‫האט זיך אפגעשפילט דאס זעלבע‪ .‬דער‬
‫רבי פארטראכט זיך און רופט זיך אן מיט‬
‫א צהלת פנים‪" ,‬זאגט‪ ,‬איר באגרייפט וואס‬
‫מ'האט דא געטוהן? מ'האט געמאכט‬
‫אין אמעריקא אזאנס וואס כ'וואלט זיך‬
‫קיינמאל נישט געראכטן‪ ,‬מיט א כשר'ע‬
‫מקוה"‪.‬‬
‫דא האט רבי מיכאל בער ז"ל גענומען‬
‫דעם דרייסט און געזאגט פארן רבי'ן‪" :‬רב‬
‫לעבן‪ ,‬איר זענט ממש 'איינגעטינקען' אין די‬
‫מקוה‪ .‬ס'איז דא נאך ענינים צו ערלעדיגן"‪.‬‬
‫דער רבי זי"ע האט זיך צושמייכלט‪ ,‬און‬
‫בצחות לשונו געענטפערט‪" :‬איר האט‬
‫רעכט‪ ,‬איך בין טאקע 'איינגעטינקען'‬
‫דערין‪ ,‬און טאקע נאר אזוי האב איך דאס‬
‫אהערגעשטעלט"‪.‬‬

‫מקואות אין‬
‫אמעריקא‬
‫בימים מקדם האט אין אמעריקא געהערשט א געוואלדיגע‬
‫‪14‬‬

‫נאכגעלאזנקייט אין ענין פון טהרת המקוה‪ .‬די וועלכע זענען געקומען אהער‬
‫בעפאר די צווייטע וועלט קריג זענען ליידער שנעל געווארן אויסגעמישט‬
‫מיט לעבנסשטייגער דא אין אמעריקא‪ ,‬און דאס הפקירות אין אלע ענינים‬
‫האט געבוזשעוועט און פארלענדט כל חלקה טובה‪.‬‬
‫צווישן די גרויסע חסרונות אין אידישקייט מיט וואס אמעריקע האט‬
‫גע'שמ'ט‪ ,‬איז געווען דער מצב מיט די מקוואות‪ .‬עס איז זעלטן געווען צו‬
‫טרעפן אין אמעריקע א מקוה מהודרת ווי עס געהער צו זיין‪ ,‬אזוי אז ווען‬
‫דער היימישער ציבור‪ ,‬אונזערע עלטערן און זיידעס‪ ,‬האט אנגעהויבן צו‬
‫שטראמען אהער נאכן חורבן אין אייראפא‪ ,‬האט זיך אנגעזעען א גרויס‬
‫נחיצות אויפצושטעלן א מהודר'דיגע מקוה אין אלע היימישע געגנטער וואו‬
‫אידן האבן זיך באזעצט‪.‬‬
‫עס איז גענוג מעתיק צו זיין די הייליגע ווערטער וואס רבינו הק' בעל דברי‬
‫יואל זי"ע האט געזאגט ביי די "אסיפה כללית" ביום א' פר' עקב שנת תש"י‬
‫אין זיין קליין ביהמ"ד אויף ‪ 500‬בעדפארד עוו‪ .‬איבער דעם נחיצות פון מייסד‬
‫זיין די מוסדות הק'‪ ,‬וואס איז דאן געווען עומד על הפרק‪ ,‬ובתוך דבריו האט‬
‫דער רבי זי"ע געזאגט וזל"ק‪:‬‬
‫"בעוה"ר אנו רואין זאת במדינה זו באמעריקא‪ ,‬שבאו לכאן במרוצת‬
‫השנים הרבה אנשים טובים וישרים שומרי תורה ומקיימי מצוות‪ ,‬אבל‬
‫במשך הזמן נמשכו אחרי ההמון‪ ,‬ובעוה"ר אנו רואים מה עלתה בידם‪,‬‬
‫שהלכו מדחי אל דחי‪ ,‬ולא הצליחו להעמיד דורות כשרים ונאמנים‪.‬‬
‫"כמה כואב הלב אם מתבוננים על דבר המצב הרוחני הירוד והשפל‬
‫פה במדינת אמעריקא‪ .‬הלא באו לכאן הרבה אנשים יראים ושלמים‬
‫מכמה מדינות‪ .‬תלמידי חכמים ומדקדקים במצוות‪ .‬האבות היו עוד‬
‫שומרי תורה ולומדי תורה‪ .‬ופוק חזי מה עלתה להם‪ .‬מה נעשה עם‬
‫בניהם וצאצאיהם‪ .‬איפוא הם הצאצאים והדורות של היהודים החרדים‬
‫הנ"ל‪ .‬הלא כמעט רובם נמחקו כליל‪ ,‬נאבדו מעם ישראל והתבוללו בתוך‬
‫הסביבה‪ .‬רובם כמעט ספו תמו ויאבדו מתוך קהל עדת ישראל‪ .‬פחד‬
‫ורעד תאחז את כולנו בראותינו מה נעשה עם היהודים ההם שבאו הנה‪.‬‬
‫ומורא עולה על ראשינו כאשר אנו נמצאים במדינה קשה זו‪ ,‬ארץ אוכלת‬
‫יושביה‪ ,‬ואנו צריכים לטכס עצות שלא נאבד ח"ו‪ ,‬ושנוכל להתגבר על‬
‫כל הנסיונות הקדשים ופגעי הזמן בעזרת הבורא ית'‪.‬‬
‫"והסיבה להירידה הנוראה הזאת היא בגלל שלא שמו ראשם ורובם‬
‫לדאוג לחנוך של בניהם וצאצאיהם‪ ,‬גם לא דאגו לטהרת וקדושת ישראל‬
‫ככל הצורך‪ ,‬להקים מקוואות כשרות בתכלית הכשרות‪ ,‬שזהו יסוד‬
‫טהרתן וקדושתן של ישראל‪ ,‬ולכן לא הצליחו לגדל בני תורה ושומרי‬
‫מצוות בשלימות"‪.‬‬
‫אזוי שרייבט אויך רבינו הק' זי"ע אין א תשובה פאר הגה"צ העלמעצער רב‬
‫זצ"ל‪( ,‬שו"ת דברי יואל סי' נ"ט אות ז')‪ ,‬וזל"ק‪:‬‬
‫ובאמת שמה שלא השתדלו המנהיגים במדינה [זו] בעניני המקוואות‪,‬‬
‫זה אחד מן היסודות העקריים שהיא לירידה נוראה כ"כ‪ ,‬כי יען שהמה‬
‫בני הנדה ר"ל‪ ,‬טומאה גוררת טומאה‪ ,‬והרבה מזרעם המובאים לישיבות‬
‫ומלמדין אותם תורה‪ ,‬וצריך לחוס על נפשם לשומרם שלא יהיו בני הנדה‪,‬‬

‫‪15‬‬

‫אף הקב"ה‬
‫מטהר את‬
‫ישראל‬
‫כלל ישראל ווערט אנגערופן‬
‫אן עם קדוש‪ .‬קדושים תהיו‪.‬‬
‫כי עם קדוש אתה לה'‪ .‬אבער‬
‫דער מעסטל אין וואס ס'איז‬
‫אנגעוואנדן די טהרה פון די‬
‫שטאט‪ ,‬איז די מקוה אין די‬
‫שטאט‪ .‬דער גאנצער מושג‬
‫פון קדושה וטהרה‪ ,‬וואס‬
‫פארזיכערט דעם המשך‬
‫הדורות בטהרה איז בלויז דורך‬
‫די טהרת המקוה‪.‬‬

‫והי' אפשרות לקרב הרבה מזרעם לתורה ולקדושה‪ ,‬אבל‬
‫הולדה בטהרה נחוץ מאוד לזה‪.‬‬

‫תש"ז‪ :‬רביה"ק זי"ע קומט‬
‫קיין אמעריקא‬
‫אין חודש תשרי תש"ז לפ"ק איז רבינו הק' זי"ע אנגעקומען‬
‫קיין אמעריקע‪ ,‬דער רבי זי"ע זעלבסט איז געווען צוקלאפט‬
‫און צובראכן‪ ,‬עלנד און איינזאם‪ ,‬אן זיינע חסידים און תלמידים‪.‬‬
‫דער מסבב כל הסיבות פירט צו אז דער רבי מוז דא‬
‫פארבלייבן‪ ,‬און באלד דערזעט דער רבי דעם עול וואס פאלט‬
‫ארויף אויף זיינע פלייצעס איבער דעם פליכט אויפצושטעלן‬
‫דאס אידישקייט אין אמעריקע‪.‬‬
‫דער גאנצער עול פון 'אויפשטעלן אידישקייט אין‬
‫אמעריקע' איז געליגן אויפן רבי'נס פלייצעס‪ ,‬צוצושטעלן די‬
‫פארהארטעוועטע אמעריקע‪ ,‬דער מקור הזוהמה והטומאה‬
‫וואס אין דער אלטער היים האט מען געציטערט בלויז פאר‬
‫דעם נאמען‪ ,‬אז זי זאל זיין ראוי צו זיין די לעצטע סטאנציע‬
‫פאר אידישע קינדער אין גלות‪ ,‬איבערצופלאנצן ארגינעלע‬
‫אידישקייט אז זאל נאך קענען עושה פירות זיין מיט ערליכע‬
‫דורות‪.‬‬
‫דער רבי זי"ע האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג‪ ,‬און‬
‫אנגעהויבן זיין ברייט פארצווייגטע עבודת הקודש וואס אירע‬
‫ליכטיגע שטראלן האט געווארפן אירע שאטנס לארץ ולדרים‪.‬‬
‫דער רבי האט דא אנגעהויבן אויפצושטעלן א אייגענע קהלה‪,‬‬
‫מוסדות הקדושים‪ ,‬און זיינע טעטיגקייטן האט זיך צושפרייט‬
‫אויף איבעראל מיט פארצווייגטע פעולות להעמיד הדת על‬
‫תילה‪.‬‬

‫תש"י‪ :‬דער פלאן פון די‬
‫צענטראלע מקוה‬
‫זעלבסט פארשטענדליך אז איינע פון די צענטראלע פעולות‬
‫וואס דער רבי זי"ע האט זיך דאן שטארק אריינגעלייגט איז‬
‫געווען דאס אויפשטעלן א מקוה מהודרת וואס זאל שטיין‬
‫צו פארפיגן פארן היימישן ציבור‪ ,‬אויסגעהאלטן לויט אלע‬
‫חומרות והידורים וואס איז אנגענומען ביי ערליכע אידן‪.‬‬
‫אין יאר תש"י לפ"ק איז אויפגעקומען א פלאן צו בויען א‬
‫גרויסע צענטראלע מקוה דורך אלע חרד'ישע קהילות אין‬
‫וויליאמסבורג‪ .‬ווי פארשטענדליך איז דער רבי זי"ע געווען‬
‫גאר שטארק פארמישט און געווען דער בריח התיכון פון‬

‫‪16‬‬

‫דעם גאנצן אונטערנעמונג‪ ,‬ער איז געשטאנען על המשמר‬
‫על כל דבר קטן וגדול אז עס זאל געבויעט ווערן לויט זיינע‬
‫פארשריפטן‪ ,‬און לויט אלע חומרות ודקדוקי הלכות‪.‬‬
‫די מקוה איז געווען אין פיבערהאפטיגע פלענער‪ ,‬עס איז‬
‫אבער נישט ארויס מן הכח אל הפועל‪ .‬וויבאלד עס זענען‬
‫געווען פארשידענע קהלות אינאיינעם אין די אונטערנעמונג‪,‬‬
‫און נישט אלע זענען געווען אזוי דערביי מיט די אלע חומרות‬
‫והידורים וואס דער רבי זי"ע האט פארלאנגט‪ ,‬איז דער‬
‫גאנצער פלאן איז געווארן אויס‪.‬‬
‫דער רבי זי"ע האט דערפון געהאט גרויס צער און עגמת‬
‫נפש ווען ער האט געזען אז דער פלאן פון די מקוה איז‬
‫נישט צושטאנד געקומען‪ .‬ער האט מאמענטאל נישט געזען‬
‫פאר זיך קיין וועג וויאזוי ער זאל קענען אויפשטעלן א מקוה‬
‫מהודרת‪ ,‬ווידעראום איז נישט געווען קיין געדאנק אז אונזער‬
‫ציבור זאל נוצן א מקוה וואס זאל נישט האבן אלע חומרות‬
‫והידורים וואס נאר מעגליך‪.‬‬
‫דאן האט דער רבי זי"ע געזען אז עס איז נישטא קיין‬
‫צווייטע ברירה‪ ,‬נאר ער מוז זיך נעמען צו די עבודה פון אליינס‬
‫טרעפן א פלאץ‪ ,‬א מקום מוכשר‪ ,‬וואו ער זאל קענען בויען‬
‫אן אייגענע מקוה‪ ,‬פאר בני קהלתו וועלכע פירן זיך בדרכי‬
‫התורה והטהרה תחת צל קדושתו‪.‬‬

‫תשי"ב‪ :‬די מקוה אין‬
‫"נעפ מענשאן"‬
‫אין אנהויב יאר תשי"ב לפ"ק איז געלונגען פאר קהל יטב‬
‫לב אפצוקויפן דעם גרויסן בנין 'נעפ מענשאן' אויף ‪550‬‬
‫בעדפארד עוו‪ .‬וואו עס איז איינקוואטירט געווארן דער בית‬
‫המדרש מיט די ישיבה‪ .‬דאן האט דער רבי תיכף צוגעטרעטן‬
‫צו די עבודה פון אויפבויען מהודר'דיגע מקואות לאנשים‬
‫ונשים‪ ,‬אינעם הונטערשטן שטאק פונעם בית המדרש‪.‬‬
‫די מקוה איז געבויט געווארן גענוי לויטן רבי'נס פארשריפטן‬
‫וויאזוי ער האט באפוילן און אנגעצייגט‪ ,‬דער רבי זי"ע האט אין‬
‫יענע תקופה גאר אסאך עוסק געווען אין הלכות מקוואות‪,‬‬
‫און ער האט דאס געלערנט אינאיינעם מיט די בחורים‬
‫די תלמידי הישיבה‪ ,‬און מברר געווען פארשידענע בירורי‬
‫הלכות אין די ענינים‪ .‬במשך די גאנצע תקופה האט דער רבי‬
‫איבערגעשמועסט די אלע ענינים מיט די גדולי תורה והוראה‪,‬‬
‫און דורכדעם אויסגעארבעט גענוי ווי אזוי עס איז געווען רצון‬
‫קדשו‪ ,‬ווי אזוי די מקוה זאל געבויעט ווערן‪.‬‬
‫די צוויי מקוואות‪ ,‬זענען געווען געבויעט איינע נעבן די‬
‫צווייטע‪ ,‬און די בורות זענען געווען די זעלבע‪ ,‬אז די מי גשמים‬

‫נעפ מענשאן‬
‫זענען דורכן זעלבן צינור אנגעקומען צו ביידע בורות‪ ,‬אזוי איז געווען מורא'דיגע‬
‫הידורים אריינגעארבעט אין די מקוה‪ ,‬אז דער רבי איז גאר שטארק צופרידן‬
‫געווען מיט די מקוה מהודרת וואס ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן‪.‬‬

‫"ביי 'די' מקוה האב איך נישט‬
‫מסיח דעת געווען "‪...‬‬
‫עס איז שווער אראפצוגעבן ווי ווייט דער רבי זי"ע איז געווען פאראינטערעסירט‬
‫אין די מקוה‪ ,‬און ווי ווייט ער האט זיך דערפאר אוועקגעגעבן במשך די גאנצע‬
‫צייט וואס דער געבוי פון די מקוה האט זיך געצויגן‪ ,‬ווינטער תשי"ב‪ .‬יעדע‬
‫שריט האט געמוזט ווערן דורכגעשמועסט מיטן רבי'ן און ס'האט געמוזט‬
‫גענומען ווערן חוות דעת קדשו אין יעדן ענין‪ .‬נישט איינמאל האט דער רבי‬
‫אראפגעקלעטערט אינעם בעיסמענט און באטראכט יעדעס פרט וויאזוי‬
‫דאס ווערט געמאכט‪ ,‬ווי אויך האט ער ארויפגעקלעטערט די פיר שטאק‬
‫ביז'ן דאך פונעם בנין‪ ,‬וואס פון דארט האט מען באהאפטן דעם צינור פון די‬
‫מי גשמים‪ ,‬און אנגעצייגט גענוי וויאזוי מ'זאל אלעס אדורכפירן‪.‬‬
‫עס רעדט פאר זיך די פאלגענדע געשיכטע‪:‬‬
‫אין לויף פון די יארן האט זיך געמאכט אז מ'האט געדארפט פאררעכטן‬
‫א קלייניגקייט אין די מקוואות‪ .‬ווען די ארבייטער האבן זיך גענומען ארבעטן‬
‫ביי די בורות האבן זיי קודם פארראכטן די מקוה לאנשים וואו זיי האבן זיך‬
‫אנגעטראפן אין אומפאראויסגעזענע שוועריגקייטן‪ ,‬און זיי האבן זיך גאר א‬
‫לאנגע צייט געמוטשעט דאס צו פאררעכטן און אהערשטעלן די מקוה על‬
‫כנה ועל מכונה‪ .‬ווען זיי זענען אריבער צו פאררעכטן די זעלבע זאך ביי די‬
‫זייט פון די מקוה טהרה איז אלעס אדורך גלאטיג און ס'האט זיך נישט‬
‫געמאכט קיין שום פראבלעם‪.‬‬
‫ווען די ממונים פון די מקוה זענען געגאנגען זיך שואל עצה זיין מיטן רבי'ן‬
‫בדבר הלכה וויאזוי צו מתקן זיין די פרישע פראבלעמען וואס האבן זיך‬
‫פארזעצונג אויף זייט ‪20‬‬

‫‪17‬‬

‫האט דער רבי זיך‬
‫אנגערופן‪" :‬וואס‬
‫זאל איך טוהן‪ ,‬ווען‬
‫מ'האט געבויט די‬
‫נשים מקוה‪ ,‬האב‬
‫איך נישט מסיח‬
‫דעת געווען איין רגע‬
‫דערפון‪ ,‬אבער ביי די‬
‫מענער מקוה האב‬
‫איך יא מסיח דעת‬
‫געווען"‪...‬‬

‫די פרחי תלמידי‬
‫חכמים לערנען‬
‫מקוואות‬

‫"‬

‫עטליכע שווערע און טיפע מקצועות זענען דורכגעטוהן געווארן ביי יענע סוגיא‬
‫שיעורים‪ ,‬די תלמידים פון יענע תקופה געדענקען ווי מ'האט דעמאלט עוסק געווען א‬
‫לענגערע צייט פון צוויי דריי זמנים אין הלכות מקואות‪ ,‬וואס דער לימוד איז געגאנגען‬
‫דירעקט לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא‪ ,‬הלכה למעשה‪ ,‬וואס איז דאן געווען א דבר‬
‫העומד על הפרק ווען עס איז אונטערגענומען געווארן א פלאן צו בויען א מקוה טהרה‬
‫אין וויליאמסבורג‪ ,‬און דעמאלט‬
‫האט דער רבי אויפגעשטעלט די‬
‫מקוה אויף ראס סט‪ .‬נעבן דעם אין די תקופה וואס מען האט‬
‫בית המדרש‪ ,‬האבן די בחורים דורכגעלערנט די סוגיא אין מקוואות‪,‬‬
‫געלערענט די הלכות ביי סוגיא‪ ,‬האט מען זיך נאך יעדע שטיק צייט‬
‫און אין די ענינים האט דער רבי מעמיק געווען אין א צווייטע מקצוע‬
‫געזאגט זיינע שיעורים‪.‬‬
‫אין די ברייט פארצווייגטע סוגיות פון‬
‫"אין די תקופה וואס מען מקוואות‪ ,‬מען האט געלערנט נוטפין‪,‬‬
‫האט דורכגעלערנט די סוגיא אין ניצוק חיבור‪ ,‬קטפרס‪ ,‬שאובין‪ ,‬און נאך‪,‬‬
‫מקוואות‪ ,‬האט מען זיך נאך יעדע‬
‫שטיק צייט מעמיק געווען אין דער פלפול התורה איז גאר גרויס געווען‪,‬‬
‫א צווייטע מקצוע אין די ברייט דער רבי אליין איז גאר שטארק פארטוהן‬
‫פארצווייגטע סוגיות פון מקוואות‪ ,‬געווען אין די סוגיא'ס‬
‫מען האט געלערנט נוטפין‪ ,‬ניצוק‬
‫חיבור‪ ,‬קטפרס‪ ,‬שאובין‪ ,‬און נאך‪,‬‬
‫דער פלפול התורה איז גאר גרויס געווען‪ ,‬דער רבי אליין איז גאר שטארק פארטוהן געווען‬
‫אין די סוגיא'ס‪.‬‬
‫"עס געדענקן די תלמידים ווי עס איז געווען אמאל ווען ס'איז געווען די מדובר איבער א‬
‫מקוה פון "קונסט אייז"‪ ,‬און איינע פון די בחורים האט געוויזן פארן רבי'ן וואס אין שו"ת עצי‬
‫חיים (חיו"ד סי' כ"ב) זעהט אויס להיתר‪ ,‬האט דער רבי מברר געווען דעם גאנצן ענין קלאר‬

‫‪18‬‬

‫ווי עס קען נישט זיין קיין וועג להיתר‪ ,‬און צומארגנס ביים פארלערנען האט דער רבי‬
‫קלאר געמאכט אז דער עצי חיים ז"ל האט נישט געשריבן די תשובה להלכה נאר‬
‫בדרך פלפול‪ ,‬נאר אזוי ווי דער עצי חיים איז ל"ע נפטר געווארן אינגערהייט האט‬
‫עס דער דרוקער בטעות אריינגעלייגט אין די תשובות‪( .‬ועי' בשו"ת דברי יואל חיו"ד‬
‫סי' מ"ד וסי' ע"א)‪.‬‬
‫"עטליכע תשובות להלכה אין הלכות מקוואות וואס דער רבי האט זיך געשריבן‬
‫מיט רבנים‪ ,‬איז געשריבן געווארן אין יענע תקופה וואס מען האט די סוגיא געלערנט‪,‬‬
‫און זענען שפעטער געדריקט געווארן אין שו"ת דברי יואל‪.‬‬
‫"עס פלעגן זיצן אין בית המדרש א צאל יונגעלייט וואס זענען במשך דעם גאנצן‬
‫טאג געזעצן אין בית המדרש און געלערנט בהתמדה וואס דאס האט פיל צוגעגעבן‬
‫צום התמדת התורה אין די ישיבה‪ .‬ווי למשל דער וואדקערטער רב הגה"צ ר' אלי'‬
‫פאללאק ז"ל אן איידעם ביים ראש ישיבה דער שאפראנער רב ז"ל און א תלמיד‬
‫חביב פון רבי'ן נאך פון סאטמאר‪ ,‬הרה"ג רבי משה דוב וויינבערגער שליט"א פאיער‬
‫רב‪ ,‬הרה"ג ר' שמואל זיינוויל גאלד ז"ל‪ ,‬הרה"ג ר' אברהם לייטנער (שליט"א) [ז"ל]‪,‬‬
‫הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס (שליט"א) [ז"ל]‪ ,‬און נאך אזעלכע תלמידי חכמים ובני‬
‫תורה‪ ,‬וואס האט היבש צוגעגעבן צום שיינקייט און פראכט פון די ישיבה‪.‬‬
‫"דער רבי האט געהייסן די יונגעלייט אז זיי זאלן עוסק זיין אין הלכות מקוואות‪ ,‬און‬
‫זיי זענען דעמאלט דעם רבי'ן צוניץ געקומען בעת דער רבי האט געבויעט די מקוה‬
‫טהרה אויף ראס סט"‪.‬‬
‫(ספר "מבצר תורה ויראה" ח"א)‬

‫‪19‬‬

‫‪ 81‬אנשטאט ‪...!18‬‬
‫סוף ווינטער‪ ,‬אין די יומא דהילולא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע‪ ,‬ביים סיום משניות וואו עס איז זיך‬
‫צוזאמגעקומען דער ציבור‪ ,‬האט דער רבי גאר שטארק מאריך געווען אין די דברות קודש אז מ'זאל זיך באשטייערן‬
‫פאר די מקוה‪.‬‬
‫דעם פאלגענדן טאג האט דער רבי זי"ע זיך פערזענליך אראפגעזעצט אין בית המדרש ביים טישל און גענומען די‬
‫נתינות ביים ציבור‪ ,‬און געשריבן רעסיטס‪.‬‬
‫עטליכע גאר אינטערעסאנטע אנעקדאטן איז פארבליבן ביי די חסידים פון יענע ערשיינונג‪ ,‬צו זען ווי דער רבי זיצט‬
‫ביים טישל און שרייבט די רעסיטס‪ ,‬וואס דאס איז געווען דאס איינציגסטע מאל וואס דער רבי איז פערזענליך געזיצן‬
‫און אפגענומען די נדבות ביים ציבור אין ביהמ"ד‪.‬‬
‫ביי איין פאל ווען א איד מאנשי שלומינו האט דערלאנגט פארן רבי'ן דעם סכום פון אכצן דאללער‪ ,‬האט דער רבי‬
‫אויסגעשריבן דעם רעסיט אויף "‪ "81‬דאללער‪ .‬ווען דער איד האט זיך געוואונדערט דערויף און אנגעצייגט דעם רבי'ן‬
‫אז די נומער'ן זענען געשריבן פארקערט (פון רעכטס צו לינקס)‪ ,‬האט דער רבי זיך אנגערופן מיט א שמייכל‪" ,‬שרייבן‬
‫דארף מען אויף פארקערט"?‪( ...‬פון לינקס צו רעכטס)‪.‬‬

‫געשאפן אין די מקוה‪ ,‬האבן זיי דערציילט פארן רבי'ן דעם‬
‫וואונדער אז ביידע מקוואות וואס זענען דאך אינאיינעם‬
‫געבויט פונדעסוועגן איז פון איין זייט פיל מיט פראבלעמען‬
‫וואס קומען אונטער‪ ,‬און ווידער ביי די מקוה טהרה גייט אלעס‬
‫אזוי גלאטיג אן קיין שום פראבלעמען‪.‬‬
‫האט דער רבי זיך אנגערופן‪" :‬וואס זאל איך טוהן‪ ,‬ווען‬
‫מ'האט געבויט די נשים מקוה‪ ,‬האב איך נישט מסיח דעת‬
‫געווען איין רגע דערפון‪ ,‬אבער ביי די מענער מקוה האב איך‬
‫יא מסיח דעת געווען"‪...‬‬
‫די הייליגע ווערטער רעדן פאר זיך‪.‬‬

‫ואסף איש טהור‬
‫אויך אין דעם פינאנציעלן טייל פון די מקוה האט‬
‫דער רבי גאר שטארק נושא בעול געווען‪ .‬דער רבי האט‬
‫אומאויפהערליך געפאדערט און פארלאנגט פונעם ציבור‬
‫אז מ'זאל זיך באשטייערן מיט גרעסערע סכומים לטובת די‬
‫מקוה‪ ,‬ער האט אויך ארויפגעלייגט א חוב אויף יעדן מאנ"ש‬
‫זאל געבן א באשטימטן סכום פאר די מקוה‪.‬‬

‫כשר'ן די מקוה‬
‫ווען די מקוה איז ענדליך פארטיג געווארן האט דעם רבי'נס‬
‫שמחה נישט געהאט קיין גרעניץ‪ ,‬אז ענדליך האט מען זוכה‬
‫געווען אהערצושטעלן א מקוה מיט אלע הידורים פארן‬
‫ציבור‪ ,‬וסמוך לבו בטוח אויף די ווייטערדיגע המשכת הדורות‬
‫‪20‬‬

‫בטהרה‪.‬‬
‫דער רבי זי"ע איז געקומען אין באגלייטונג פון הגאון הצדיק‬
‫רבי יונתן שטייף זצ"ל אבד"ק עדת יראים וויען‪ ,‬הגה"צ רבי‬
‫יוסף משה מייזליש זצ"ל דער אויוואר'ער רב‪ ,‬און כ"ק מרן‬
‫רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪ ,‬מכשיר זיין די מקוה‪.‬‬
‫אנצוקומען צום צינור פון די מי גשמים האט מען געדארפט‬
‫ארויפצוגיין אויפן דאך פון דעם בנין‪ ,‬און פון דארט האט‬
‫מען נאך געדארפט ארויפגיין מיט א לייטער נאך א שטאק‬
‫אנצוקומען צום צינור‪ .‬ווען מ'איז אנגעקומען צום פערטן‬
‫שטאק פונעם בנין דארט וואו די בחורים פון די ישיבה האבן‬
‫געלערנט‪ ,‬האט זיך דער רבי אנגערופן מיט א שמייכל צו‬
‫הגה"צ ר' יונתן שטייף זצ"ל‪" ,‬לאמיר זיך דא אראפזעצן‬
‫אפרוען ווייל מיר ברויכן קריכן נאך צוויי שטאק"‪...‬‬

‫"שמירת עינים" ביז‬
‫צו די מקוה‪...‬‬
‫די מקוה איז געווען באהאפטן צום בית המדרש פון די‬
‫מזרח זייט‪ ,‬און דער אריינגאנג צו די מקוה איז געווען אויף‬
‫בעדפארד עוו‪ .‬צווישן די צוויי אריינגענג איז געווען שטיגן‬
‫אראפצוגיין צו די מקוה‪ ,‬און נאר דורך די גאס איז מעגליך‬
‫געווען אריינצוגיין אין די מקוה‪ ,‬דורכן בית המדרש האט מען‬
‫נישט געקענט גיין‪ .‬עס איז באקאנט וואס דער רבי האט זיך‬
‫אמאל אויסגעדריקט ווען ער האט גערעדט איבער שמירת‬
‫עיניים אויף די גאס האט זיך דער רבי אויסגעדריקט "אפילו‬

‫צו גיין פון דא ביז צו די מקוה ברויך מען אויך האבן אסאך סייעתא דשמיא‬
‫אז מען זאל צוריק קומען דער זעלבער וואס מען איז ארויסגעגאנגען"‪.‬‬
‫די מקוה איז געשטאנען צום דינסט פונעם ציבור אנשי שלומינו איבער‬
‫צוואנציג יאר‪ ,‬ווי אויך פאר אלע חרדי'שע ערליכע משפחות איבער די שטאט‬
‫וועלכע פלעגן אלע קומען נאר אין די סאטמארע מקוה‪.‬‬
‫דער רבי האט אויפגענומען הגה"צ דעם שאפראנער רב זצ"ל צו דינען‬
‫אלס דער משגיח און מורה הוראה אויף די מקוה‪ .‬דער שאפראנער רב האט‬
‫ערליך געהאלטן דעם תפקיד איבער פופצן יאר ביז צו זיין פטירה שביעי של‬
‫פסח תשכ"ט‪ ,‬וואס דאן איז אויפגענומען געווארן הגה"צ דער קאפישער רב‬
‫זצ"ל אלס מורה הוראה און משגיח אויף די מקוה‪.‬‬

‫תשל"ג‪ :‬די מקוה‬
‫אין זופניק‬
‫מיט די יארן איז דער ציבור זיך צואוואקסן‪ ,‬און די מקוה אונטערן בית‬
‫המדרש האט שוין נישט דערהאלטן דעם גרויסן געברויך פונעם ציבור וואס‬
‫האט זיך שטארק פארמערט‪ .‬מיט די צייט האט דער ביהמ"ד זיך אוועקגעצויגן‬
‫פון ראסס סט‪ .‬און מ'האט דעם בנין געדארפט אראפווארפן‪ ,‬און גלייכצייטיג‬
‫באלד בויען א פרישע מקוה טהרה‪.‬‬
‫דאן איז הנגיד המפורסם בונה ומקים עולמות של תורה רבי ישראל זופניק‬
‫ז"ל געקומען מיט א פארשלאג‪ .‬היות ער האט אין יענע צייט אויפגעבויעט‬
‫עטליכע גרויסע בנינים אויף די גאס פון וויליאמסבורג סטריט איסט‪ .‬און‬
‫קיעפ סט‪ ,.‬פאר די התאחדות אברכים און די תלמוד תורה בניני זופניק‪,‬‬
‫איז ער גרייט אויך צו פינאנצירן די אויסגאבן פון די מקוה טהרה וואס זאל‬
‫געבויעט ווערן אין די אונטערשטע שטאקן פון די געביידעס‪.‬‬
‫דער פארשלאג איז געווארן אויפגענומען געווארן מיט א געוואלדיגע‬
‫שמחה ביי די הנהלת הקהלה וועלכע האבן זיך דערזעען מיט א געוואלדיגע‬
‫לעזונג צו דעם געברויך‪ ,‬און זיי זענען אריבער צום רבי'ן זי"ע אים דערציילן די‬
‫גוטע בשורה‪ ,‬אז ר' ישראל זופניק איז גרייט אויסצוצאלן די גאנצע מקוה‪.‬‬
‫דער רבי איז נישט מסכים!‬
‫ווי פארוואונדערט איז די הנהלת הקהלה געווארן ווען דער רבי האט דעם‬
‫פארשלאג דראסטיש אפגעווארפן‪ .‬דער רבי האט קלאר ארויסגעזאגט זיין‬
‫פארלאנג אז די מקוה זאל געבויעט ווערן דורך קהל אליין‪ ,‬בנדבת לבם פון‬
‫אלע בני הקהלה‪ .‬דער רבי האט אנגעגעבן זיין מאטיוו אז ער וויל אז די מקוה‬
‫זאל געבויעט ווערן לויט אלע הלכה'דיגע פארשריפטן מיט די פילע חומרות‬
‫והידורים‪ ,‬און ס'קען נישט זיין אז א יחיד זאל דאס באצאלן און א דעת בעלי‬
‫בתים זאל האבן די מיינונג איבער די מקוה!‬
‫ווען די הנהלת הקהלה האט פרובירט צו איבערצייגן דעם רבי'ן אז די מקוה‬
‫שטייט אונטער די פולשטענדיגע אויפזיכט פון די דיינים און מורי הוראה‪ ,‬און‬
‫אז דער חשוב'ער נדבן האט נישט קיין שום שייכות מיטן סדר און אופן ווי‬
‫אזוי די מקוה זאל געבויעט ווערן‪ ,‬האט דער רבי פונדעסוועגן פארלאנגט אז‬
‫די מקוה זאלן מערערע מיטגלידער פון די קהלה נעמען א טייל‪ ,‬און נישט‬

‫‪21‬‬

‫"ער נוצט נישט‬
‫'מיין' מקוה"!‬
‫ווי אינטערעסאנט קלינגט‬
‫דער עפיזאד ווען א איד‬
‫וועלכער האט לאנגע יארן‬
‫נישט זוכה געווען צו האבן‬
‫קיין קינדער‪ ,‬און ער פלעגט‬
‫פיל מפציר זיין ביים רבי'ן אז‬
‫דער רבי זאל אים מבטיח זיין‬
‫א גיכע ישועה‪ ,‬האט אים דער‬
‫רבי א זאג געטוהן "וואס זאל‬
‫איך טוהן אז איר ניצט נישט‬
‫מיין מקוה‪."...‬‬

‫אז ר' ישראל זאל אליינס אויסצאלן די גאנצע סכום פון די‬
‫מקוה‪ .‬וכך הוה ר' ישראל איז טאקע געווען א נוטל חלק‬
‫בראש אבער אויך הונדערטער אנדערע אידן מאנ"ש האבן‬
‫בייגעשטייערט מנדבת לבם פאר די מקוה‪.‬‬

‫יעדער זאל‬
‫נוצן די מקוה‬

‫‪http://www.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=1...‬‬

‫דער רבי זי"ע האט גאר‬
‫שטארק געפאדערט אז יעדער‬
‫איז מחויב זיך צו באניצן נאר‬
‫מיט אט די מקוה וואס איז‬
‫געבויעט געווארן לויט זיינע‬
‫אנווייזונגען‪.‬‬
‫דער רבי האט געוואלט אז‬
‫יעדער איינער נישט קיין חילוק‬
‫פון וועלכע קרייז זאל ניצן די‬
‫מקוה‪ ,‬גאר שטארק האט דער‬
‫רבי הנאה געהאט צו הערן אז‬
‫אפילו אזעלכע וואס אנגעהערן‬
‫בכלל נישט צו אונזערע קרייזן‪,‬‬
‫און פירן זייערע שטובער אויף‬
‫א שוואכארן סטאנדארט ווי‬
‫דער רבי האט פארלאנגט פון‬
‫אנשי שלומו‪ ,‬פונדעסוועגן האבן‬
‫זיי געניצט די סאטמארע מקוה‪.‬‬
‫דער רבי האט אפילו געהייסן איינשאפן פאר די מקוה‬
‫ספעציעלע איינריכטונגען‪ ,‬טראץ דעם וואס פאר אונזערע‬
‫היימישע קרייזן איז דאס גענצליך איבריג און ס'איז נישט‬
‫באניצט געווארן‪ ,‬האט אבער דער רבי געהייסן אז מ'זאל‬
‫דאס קויפן און איינשטעלן אין די מקוה כדי אז אפילו די מער‬
‫מאדערנע קרייזן זאלן זיך נישט צוריקהאלטן פון קומען אין‬
‫די מקוה‪.‬‬
‫‪5/14/2009 4:49 PM‬‬

‫א מקוה איז‬
‫נישט קיין פארדינסט‬
‫א ענין פלא האט דערציילט הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ז"ל‬
‫דער לאנגיעריגער מנהל פון די מקוה טהרה‪ ,‬אז אמאל האט‬
‫אים דער רבי געלאזט רופן און פון אים פארלאנגט אז ער זאל‬
‫אים גענוי אפשרייבן אלע הוצאות און הכנסות פון די מקוה‬
‫איבערן יאר‪ ,‬כדי ער זאל קענען זעען גענוי אויב עס זענען‬
‫בכלל דא פארדינסטן פון די מקוה‪ ,‬און וואס די פארדינסטן‬
‫‪22‬‬

‫זענען‪ .‬ר' אברהם האט אלעס גענוי אראפגעשריבן אויפן‬
‫פאפיר‪ ,‬און עס איז אויסגעקומען דער חשבון אז די מקוה‬
‫מאכט ריוח עטליכע דרייסיג דאללער א יאר‪ ,‬לויטן סכום פון‬
‫יענע יארן‪.‬‬
‫דער רבי איז נישט צופרידן געווען דערפון‪ ,‬ער האט גענומען‬
‫דעם חשבון און דאס עטליכע מאל איבערגערעכענט‪ ,‬ביז ווען‬
‫איבערגעצייגט פאר ר' אברהם אז דער חשבון איז‬
‫ער האט‬
‫‪Address New York 11211‬‬
‫נישט געווען ריכטיג‪ ,‬נאר אדרבא‪ ,‬די מקוה דערלייגט יערליך‬
‫א געוויסן סכום‪.‬‬
‫האט דאן דער רבי אים‬
‫געזאגט בארוהיגטערהייט‪,‬‬
‫"דאס האב איך טאקע‬
‫געוואלט‪ ,‬איך וויל ווייזן אז א‬
‫מקוה איז נישט קיין רווחים‪.‬‬
‫א איד פון בארא פארק איז‬
‫זיך געקומען שואל עצה‬
‫זיין אז ער וויל עפענען‬
‫א מקוה וואס זאל אים‬
‫ברענגען פרנסה‪ ,‬האב איך‬
‫אים געוואלט איבערווייזן‬
‫אז א מקוה ברענגט נישט‬
‫קיין פרנסה כדי ס'זאל‬
‫נישט ווערן קיין שפיל'עכל‬
‫מיט וואס מענטשן זאלן‬
‫וועלן פארדינען געלט‪ ,‬וואס‬
‫דורכדעם אויב וועט זיך מאכן פראבלעמען און מכשולות‬
‫וועט מען זוכן אלע קולות כדי זיך צו שפארן געלט‪ ,‬א מקוה‬
‫טאר נישט זיין קיין ביזנעס מיט וואס מען פארדינט געלט!"‪.‬‬
‫דער רבי האט דאס ענין פון די מקוה געהאלטן פאר איינע‬
‫פון זיינע גאר גרויסע אויפטוען און ער האט דאס שטארק‬
‫באגלייט און אויפגעפאדערט אז נאר דאס זאל געניצט ווערן‬
‫דורכ'ן היימישן ציבור‪.‬‬
‫‪11211 - Google Maps‬‬

‫‪1 of 1‬‬

‫תשנ"ח‪ :‬שיפוץ המקוה‬
‫ע"י כ"ק מרן‬
‫רבינו הגה"ק שליט"א‬
‫זעקס און צוואנציג יאר זענען דורכגעלאפן זינט תשל"ג!‬
‫גאר אסאך געשעענישן האבן זיך אפגעשפילט אין די‬
‫יארן‪ ,‬דור הולך ודור בא‪ ,‬קינדער זענען געווארן טאטעס‪ ,‬און‬
‫אינגעלייט זענען געווארן זיידעס‪ ,‬דער ציבור איז זיך צואוואקסן‬
‫דריי און פיר פאכיג‪ ,‬אלעס האט באקומען א פנים חדשות‪,‬‬

‫איבעראל האט זיך אלעס געטוישט‪ ,‬אבער נישט אין די מקוה‪...‬‬
‫דער מציאות האט באוויזן אז די צימערן וואס איז געווען די והותר מיט‬
‫‪ 26‬יאר צוריק‪ ,‬איז געווארן צר מהכיל‪ ,‬און ווי פארשטענדליך האט דאס‬
‫געברענגט צו גאר אסאך אומאנגענעמליכקייטן‪.‬‬
‫די הנהלת הקהלה האבן גענומען אין באטראכט פארשידענע פלענער‬
‫איבער דעם איבערבוי פון די מקוה‪ ,‬אבער נאכדעם וואס מ'האט זיך‬
‫אנגעשטויסן אין פארשידענע שוועריגקייטן‪ ,‬האט דאן כ"ק מרן רבינו הגה"ק‬
‫שליט"א [דאן אב"ד ור"מ קרית יואל]‪ ,‬זייענדיג דער שליח נאמן פון מר אביו‬
‫מרן רבינו הגה"ק זי"ע אין אלע עניני הקהלה‪ ,‬אונטערגענומען דעם גרויסן עול‬
‫צו טוהן די נויטיגע שריט לטובת די מקוה‪.‬‬
‫מ'האט באלד געזען אז דאס וועט אריינציען אין גאר גרויסע הוצאות‪.‬‬
‫אויפן ערשטן שאץ האט מען גערעכנט אז דאס וועט אויסקומען צו א‬
‫‪( 1,000,000$‬מיליאן דאללער)‪ .‬דער רבי שליט"א האט באלד גענומען אויך‬
‫זיך אהערצושטעלן די גאנצע אסטראנאמישע סומע‪.‬‬

‫"ר' יצחק‪ ,‬וואס וועט זיין מיט די‬
‫מקוה?"‪...‬‬
‫ביום ל"ג בעומר תשנ"ח איז פארגעקומען א גרויסער מעמד ווען ס'איז‬
‫נתחדש געווארן דער בנין פון די תלמוד תורה "עטרת יואל" אויף ראסס‬
‫סטריט‪ .‬ס'איז געווען דאן גאר א שיינער מעמד ברוב עם הדרת מלך ווען‬
‫טויזנטער תינוקות של בית רבן האבן אריבערמארשירט צו זייער נייעם בנין‪.‬‬
‫אויפן וועג צוריק איז מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע געגאנגען אין‬
‫באגלייטונג פון הרבני הנגיד מו"ה יצחק ראזענבערג הי"ו ס‪ .‬ראש הקהל‪,‬‬
‫און ער האט געוויזן פארן רבי'ן דעם געבוי פונעם בית המדרש הגדול וואס‬
‫איז דאן אנגעגאנגען אין פולן טעמפא‪ ,‬אין וועלכען ר' יצחק איז געווען דער‬
‫גאנצער רוח החיים‪ .‬ער האט געבעטן פונעם רבי'ן אז דער רבי זאל אנווינטשן‬
‫אז מ'זאל דאס בקרוב ענדיגן‪ .‬האט דער רבי זי"ע זיך געגעבן א שטעל אפ‪,‬‬
‫און זיך אנגערופן‪" :‬אבער ר' יצחק‪ ,‬וואס וועט זיין מיט די מקוה?!"‪.‬‬
‫די ראשי הקהלה האבן דאן געזען ווי שטארק דאס ענין פון די מקוה‬
‫ליגט ביים רבי'ן אויפן הארץ‪ ,‬און ווי שטארק ס'איז דאס נחיצות דערפון‪ ,‬איז‬
‫באשלאסן געווארן באלד צוצוטרעטן מיט אלע כוחות אין איבערבויען די‬
‫מקוה‪.‬‬
‫אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א איז דאן נתמנה געווארן א וועד פון בעלי‬
‫בתים חשובים אויף אלע ענינים וואס איז געווען נוגע די מקוה‪ :‬ה"ה מו"ה‬
‫יעקב הכהן גליק הי"ו גבאי‪ ,‬מו"ה יצחק ראזענבערג הי"ו‪ ,‬מו"ה שמואל דוד‬
‫מארקאוויטש הי"ו‪ ,‬מו"ה שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו‪ ,‬און נאך‪ .‬אין צוגאב‬
‫צו די אברכים חשובים מו"ה טובי' אברהם שעהנפעלד הי"ו‪ ,‬מו"ה מאיר‬
‫נפתלי פערל הי"ו מנהל מוסדות יטב לב באה"ק‪ ,‬הרב יחיאל גוטמאן הי"ו‬
‫ר"מ בישיבת קרן התורה‪ ,‬מו"ה שלמה זלמן ווייס הי"ו‪ ,‬מו"ה שלמה זלקא‬
‫מויזקאפף הי"ו‪ .‬אויך איז נתמנה געווארן אלס מנהל פון די מקוה מו"ה עזריאל‬
‫יודא כ"ץ הי"ו אן אייניקל פון הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ז"ל וועלכער איז נתמנה‬

‫‪23‬‬

‫דער מציאות איז‬
‫אבער אז א קהלה‬
‫קדושה בישראל‪ ,‬ובפרט‬
‫קהלתינו הק' מיט אירע‬
‫טויזנטער מיטגלידער‪,‬‬
‫קען נישט און טאר‬
‫נישט עקזעסטירן אן א‬
‫מקוה טהרה מהודרת‪,‬‬
‫וואס זאל שטיין אונטער‬
‫די שטרענגע און‬
‫שטענדיגע השגחה פון‬
‫א מורה הוראה מובהק‬

‫אין לויף פון די לעצטע יארן נאכדעם וואס קהלתינו הק'‬
‫געווארן דורך רבינו הק' זי"ע אלס מנהל המקוה‪.‬‬
‫איז זיך צונויפגעוואקסן לשם ולתפארת אונטער די הייליגע‬
‫נשיאות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א‪ ,‬האט ווי נאטורליך‬
‫זיך מיטגעזען דער באלדיגער געברויך צו בויען א פרישע‬
‫מקוה טהרה‪.‬‬
‫אויב האט מען מיט עטליכע יאר צוריק געמיינט אז מ'וועט‬
‫קענען "אדורכשטיפן" ווי ביז יעצט‪ ,‬איז אבער דער מציאות‬
‫פון דאן אן איז דער רבי שליט"א געווען פולקאם אריינגעטוהן‬
‫אין די מקוה טהרה‪ .‬ער האט זיך אריינגעווארפן מיט אלע אז א קהלה קדושה בישראל‪ ,‬ובפרט קהלתינו הק' מיט אירע‬
‫טויזנטער מיטגלידער‪ ,‬קען נישט און טאר נישט עקזעסטירן‬
‫כוחות אין די עבודת הקודש צו שטיין על המשמר אז ס'זאל‬
‫אן א מקוה טהרה מהודרת‪ ,‬וואס זאל שטיין אונטער די‬
‫געבויעט ווערן מיט פילע חומרות והידורים און תיקונים‬
‫שטרענגע און שטענדיגע השגחה פון א מורה הוראה מובהק‪,‬‬
‫בגדרי הצניעות‪ ,‬ווי ס'פאסט פאר אזא קהלה חשובה‪ ,‬לויט די‬
‫וואס צו דעם זעלבסט שפירט זיך א ברענעדיגער מצב‬
‫הייליגע הוראות פון רבינו הק' זי"ע‪.‬‬
‫וואס האט געפאדערט באלדיגע‬
‫דער רבי שליט"א איז דאן‬
‫עמערדזשענסי שריט‪.‬‬
‫בפקודת הקודש פון מר אביו מרן‬
‫די הנהלת הקהלה מיט די‬
‫רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪,‬‬
‫א‬
‫געווען‬
‫ממנה‬
‫האט‬
‫שליט"א‬
‫רב‬
‫דער‬
‫צושטימונג פון כ"ק מרן רבינו‬
‫רעגלמעסיג אריינגעקומען קיין‬
‫"וועד קרן הבנין" פאר די מקוה טהרה‪,‬‬
‫שליט"א האבן איינגעזען‪ ,‬אז‬
‫וויליאמסבורג און געשאפן גרויסע‬
‫געטרייע עסקנים חשובים וועלכע האבן זיך‬
‫ס'איז א געוואלדיגער געברויך צו‬
‫סכומים לצורך די מקוה‪ .‬וואך נאך‬
‫אריינגעלייגט אין די ארבעט‪ ,‬אויסצוארבעטן‬
‫בויען א נייע רחבות'דיגע מקוה‪,‬‬
‫וואך איז דער רבי שליט"א געקומען‬
‫די פלענער איבער דאס בוי פון די מקוה‪.‬‬
‫מיט מערערע צימערן און בורות‬
‫אנקלאפן על פתחי נדיבים‬
‫די חברי הוועד לייגן אריין א גאר שווערע‬
‫לטבילה‪ ,‬אויסגעשטאט מיט די‬
‫אויפצוטרייבן גאר גרויסע סכומים‬
‫ארבעט צו פארזיכערן אז די בוי ארבעט‬
‫באקוועמסטע איינריכטונגען‪ ,‬וואס‬
‫פאר די מקוה‪ ,‬ביז ס'איז געלונגען‬
‫ווערט צוגעגרייט און פראצעסירט ווי‬
‫זאל זיין בא'טעמ'ט און צוגענגליך‪,‬‬
‫צו שאפן די אסטראנאמישע סומע‬
‫שנעל מעגליך‪ ,‬אבער צו די זעלבע צייט‬
‫ווי שענער און באקוועמער‪ ,‬לתועלת‬
‫פון בערך צוויי מילליאן דאללער‪ ,‬און‬
‫איז פארשטענדליך אז דאס בויען די נייע‬
‫הענין‪.‬‬
‫מקוה טהרה וועט אריינציען אין גאר הויכע‬
‫די מקוה איז פארטיג געווארן צום‬
‫ציפערן און אסטראנאמישע סכומים‪ ,‬און זיי‬
‫דינסט פונעם ציבור‪.‬‬
‫זענען פארנומען צונויפצושטעלן די ריזיגע‬
‫עס געדענקט זיך נאך גוט די‬
‫פאנדן וואס פארלאנגט זיך פארן געבוי פון‬
‫גרויסע מסיבת "שרי האלף" וואס‬
‫די מקוה‪.‬‬
‫איז פארגעקומען ראש חודש‬
‫באזונדער האט זיך דערזען דאס‬
‫סיון תשנ"ט אין די זאלן פון ראוז‬
‫נחיצות אין בויען א פרישע מקוה‬
‫קעסטל‪ ,‬מיט די באטייליגונג פון‬
‫טהרה נאכדעם וואס דער היינטיגער‬
‫כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪ ,‬וואו הונדערטער‬
‫געאגראפישער אויסשטעל פון די שטאט וויליאמסבורג‪ ,‬האט‬
‫אברכים האבן מנדב געווען דעם סכום פון ‪ 1,000$‬און העכער‬
‫זיך אויסגעצויגן אין פרישע צענדליגער גאסן און געגנטער‪,‬‬
‫פאר די מקוה‪.‬‬
‫וואס נעמט אריין פרישע טויזנטער משפחות אין אלע עקן‬
‫ווען מ'שפאצירט אדורך די שטובלעך אויפן צווייטן שטאק‬
‫פון דער שטאט‪ ,‬און דאס פארלאנגט א דערלייכטערונג אין‬
‫אין די מקוה‪ ,‬זעט מען ווי אויף אלע טירן פיגורירן די נעמען‬
‫פלאץ צו ערמעגליכן דאס באנוץ פון די מקוה טהרה אויף‬
‫בלויז פון אנשי שלומינו וועלכע זענען דאן נענה געווארן לקול‬
‫גאר א באקוועמען פארנעם‪.‬‬
‫קריאת הקודש פון רבינו שליט"א צו באשטייערן צימערן און‬
‫די שטאט וויליאמסבורג פארמאגט היינט לערך צוועלף‬
‫בורות טבילה אין די מקוה‪.‬‬
‫טויזנט אידישע משפחות בליעה"ר‪ ,‬און מיט יעדן חודש‬
‫וואס ס'וואקסט דער ציבור ווערט גרעסער דער מאנגל אין‬
‫מקוואות‪ .‬אפילו אזא שטאט ווי בארא פארק פארמאגט היינט‬

‫יאחז צדיק דרכו‬
‫וטהר ידים יוסיף אומץ‬
‫(איוב יז ט)‬

‫וועד קרן הבנין‬

‫די שטאט‬
‫וויליאמסבורג‬

‫תשס"ח‪ :‬צר לנו המקום‬

‫‪24‬‬

‫ׁשה ְמ ֵה ָרה‪,‬‬
‫ָע ָדה חוּ ָ‬
‫יך ִה ּו ֲ‬
‫יד ָ‬
‫ָא ָּנא ְל ֶע ְז ַרת יְ ִד ֶ‬
‫ֹשיעוֹ ְּב ֵעת ָצ ָרה‪:‬‬
‫ׁ‬
‫ׂ ָר ֵאל מו ִ‬
‫ִמ ְקוֵה יִ ְש‬
‫(סליחות יום ד' עשי"ת)‬

‫מיר נויטיגן זיך אצינד אין גאר גרויסע סכומים געלט צו קענען צוטרעטן צום בויען די‬
‫מקוה טהרה דקהלתינו הק'‬
‫צו פארזיכערן דעם ערליכן עתיד בטהרתן של ישראל מיט די גרעסטע הידורים און חומרות‬
‫ווערט א שותף אין בויען דעם מקום טהרה און געניסט פון די געוואלדיגע סגולות אויף ישועות און רפואות‪ ,‬בני חיי‬
‫ומזוני רויחי‬

‫ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה‬

‫המקוה מושיע מכל צרות‬

‫וזה בחינת המקוה שהוא שער העליון מחמשים שערי בינה‪,‬‬
‫שהוא בחינות שכל ודעת עליון‪ ,‬בחינת חסד עליון ורחמים גדולים‪.‬‬
‫ועל כן המקוה מושיע בכל הצרות‪ ,‬כמו שכתוב מקוה ישראל‬
‫מושיעו בעת צרה‪ ,‬כי הוא חסד עליון‪ ,‬שמושיע מכל הצרות‪.‬‬
‫ועל כן המקוה מטהר מכל הטמאות‪ ,‬כמו שכתוב (יחזקאל‬
‫ל"ו)‪" :‬וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם" וכו'‪ .‬כי 'אין יסורין‬
‫בלא עוון' וכו' (שבת נ"ה)‪ ,‬ועל כן המקוה שמושיע מכל הצרות‬
‫ומכל היסורים‪ ,‬הוא מטהר מכל הטמאות ומכל החטאים‪.‬‬
‫(ליקוטי מוהר"ן מהדו"ק סי' נ"ו)‬

‫‪25‬‬

‫פינף באזונדערע מקוואות‪ ,‬איז דאך א פארשטענדליכע זאך‬
‫אז די גרעסטע חרדי'שע קהלה אין די שטאט‪ ,‬קהל יטב לב‬
‫ד'סאטמאר‪ ,‬זאל האבן אן אייגענע מקוה מיט א שטרענגע‬
‫און שטענדיגע השגחה מעולה‪.‬‬
‫א ספעציעלע געברויך איז געקומען מצד הונדערטער נייע‬
‫תושבים אין יענע גענגטער‪ ,‬וואס די ווייטקייט פון די מקוואות‬
‫אין די שטאט ברענגט נאטורליכע שוועריגקייטן פון דארפן‬
‫גיין צומאל העכער א האלבע שעה‪ ,‬און די מורי הוראה ווערן‬
‫אנגעפרעגט מיט פארשידענע שאלות וואס איז נוגע צו‬
‫הלכות שבת וויאזוי צו ערמעגליכן צו דערלייכטערן דאס‬
‫גיין אין מקוה בשבתות וימים טובים‪ ,‬מ'זאל נישט דארפן‬
‫אפשטיפן א‪.‬ד‪.‬ג‪.‬‬

‫אומגלויבליכע הצלחה!‬
‫באגלייט בברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א האט‬
‫הגה"צ דער רב שליט"א אונטערגענומען דעם שווערן עול‬
‫פון בויען די מקוה‪ .‬עס זענען נתמנה געווארן א וועד פון‬
‫חשוב'ע אברכים חברי הקהלה זיך צו באפאסן מיט די טאג‬
‫טעגליכע ארבעט אהערצושטעלן די מקוה‪ ,‬בנוי לתלפיות‪,‬‬
‫וואס זאל זיין לשם ולתפארת‪.‬‬
‫נאך א שטיק צייט וואס מ'האט געזוכט האט מען געטראפן‬
‫א פלאץ וואס האט אויסגעקוקט פאסיג פאר דעם צוועק‪,‬‬
‫וואו מ'האט שוין געהאט געשריבן קאנטראקט‪ ,‬אבער נאך‬
‫א שטיק צייט ווען מ'האט אדורכגעפירט פארשידענע‬
‫"טעסטס" האט מען געמוזט צוריקציען פונעם מקח‪ ,‬און‬
‫מ'איז געווען עטוואס פארלוירן און פארצווייפלט‪.‬‬
‫דא איז אונטערגעקומען די זעלטענע סייעתא דשמיא‬
‫בכוחו ובזכותו של אותו זקן רבינו הק' זי"ע‪ ,‬ווען ס'איז מיט‬
‫קוים עטליכע וואכן שפעטער אונטערגעקומען צו קויפן‬
‫פיל א גרעסערן פלאץ צו בויען די מקוה טהרה‪ ,‬אויף א‬
‫שטיל פלאץ‪ ,‬ביים ווינקל וואס באהעפט וויליאמסבורג און‬
‫ניי‪-‬וויליאמסבורג‪ ,‬אויף וואלווארט סטריט קארנער פלאשינג‬
‫עוועניו‪ ,‬פארן סכום פון ‪.$1,800,000‬‬
‫ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז דער יעצטיגער‬
‫פלאץ פיל גרעסער‪ ,‬כמעט דאפעלט אין שטח‪ ,‬מיט נאענט‬
‫צו הונדערט שטובער‪ ,‬וואס וועט מאכן די מקוה אלס די‬
‫גרעסטע מקוה אין די שטאט‪ ,‬און האפענטליך מיט די‬
‫מערסטע הידורים און חומרות‪.‬‬
‫ווי אויך געפינט זיך דער שטח וואו מ'בויעט די מקוה‪ ,‬אויף‬
‫א זעלטן גוטע פלאץ לתועלת גדרי הצניעות‪ ,‬א שטילע‬
‫און באשיידענע גאס‪ ,‬וואס איז כמעט נישט קיין מציאות‬

‫‪26‬‬

‫דער פראכטפולער בנין המקוה‬

‫אין אזא גרויסע און באוואוינטע שטאט ווי וויליאמסבורג צו‬
‫טרעפן אזא גוט פלאץ‪ ,‬און דערצו אין הארץ פון די היימישע‬
‫געגנט‪,‬‬

‫גדול זכות המשתתפים‬
‫עס איז באמת איבריג יעדעס ווארט ארוסצוברענגן בשבח‬
‫פון זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים פארן בוי פון די‬
‫מקוה טהרה‪ .‬אידן אין אלע דורות האבן זיך געלאזט קאסטן‬
‫שווערע געלטער צו בויען א מקוה טהרה‪ .‬דאס איז ווי באקאנט‬
‫דער "מעיין הישועות" צו אלע ישועות און רפואות אין לעבן‬
‫פון יעדן איד‪ ,‬מיט אומצאליגע סגולות אין אלע הינזיכטן‪.‬‬

‫דורות ישרים ומבורכים‬
‫עס איז זיכער אז יעדער וואס באשטייערט פאר די מקוה‪,‬‬
‫האט דעם זכות נשגב פון אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים‬
‫זרע ברך ה'‪ ,‬באגלייט מיט אלע זכותים וואס וועלן צוקומען‬

‫אין לויף פון די יארן ביסוד קדושתן וטהרתן של ישראל‪ ,‬וואס דאס איז די‬
‫התחלה אין יסוד לבנות בית נאמן לה' ולתורתו‪.‬‬

‫ממעייני הישועה‬
‫דער געוואלדיגער זכות וועט ביישטיין פאר די אלע וואס העלפן אויפבויען‬
‫די מקוה טהרה‪ ,‬להתברך בכל משאלות לבבם לטובה‪ ,‬מיט געזונט‪ ,‬פרנסה‬
‫און נחת דקדושה פון די קינדער און אייניקלעך‪ ,‬מיט הרחבת הדעת וכל טוב‬
‫סלה‪ ,‬ביז מיר וועלן זוכה צו ביאת משיח צדקינו‪ ,‬כי מלאה הארץ דעה את ה'‬
‫כמים לים מכסים‪ ,‬במהרה בימינו אמן‪.‬‬

‫געב צוריק דאס געלט‪ .‬דו ביסט א‬
‫געהאלפענער‪.‬‬
‫צו באגרייפן ווי ווייט צדיקים האבן מחשיב געווען א מקוה טהרה אלס א‬
‫סגולה פאר כל מיני ישועות‪ ,‬איז אינטרעסאנט די פאלגענדע פאסירונג‪.‬‬
‫א איד איז אמאל אריינגעקומען צו הרה"ק רבי יעקב'לע מפשעווארסק‬
‫זצוק"ל און זיך אויסגעגאסן זיין פארביטערט הארץ אז ער נויטיגט זיך אין‬
‫א ישועה‪ .‬דער רבי הערט אים אויס און פארשטייט אז דער איד נויטיגט זיך‬
‫באמת אין א גאר גרויסן זכות צו געהאלפן ווערן אין זיין לאגע‪ .‬זאגט ער צו‬

‫‪27‬‬

‫דער רבי הערט אים‬
‫אויס און פארשטייט‬
‫אז דער איד נויטיגט‬
‫זיך באמת אין א‬
‫גאר גרויסן זכות צו‬
‫געהאלפן ווערן אין‬
‫זיין לאגע‪ .‬זאגט ער‬
‫צו דעם איד‪" ,‬איך בין‬
‫יעצט עוסק אין בויען‬
‫א מקוה‪ ,‬אויב וועסטו‬
‫מיר צוזאמשטעלן א‬
‫גרויסן סכום געלט‬
‫פאר די מקוה וועסטו‬
‫געהאלפן ווערן"‬

‫דעם איד‪" ,‬איך בין יעצט עוסק אין בויען א מקוה‪ ,‬אויב וועסטו‬
‫מיר צוזאמשטעלן א גרויסן סכום געלט פאר די מקוה וועסטו‬
‫געהאלפן ווערן"‪.‬‬
‫דער איד‪ ,‬הערנדיג אזעלכע אפענע ווערטער‪ ,‬האט זיך‬
‫באלד אריינגעלייגט צו שאפן דאס געלט‪ ,‬און ביז א קורצע‬
‫צייט קומט ער צוריק צום רבי'ן מיט דאס גאנצע געלט‪ .‬דער‬
‫רבי נעמט דאס געלט און דערלאנגט דאס צוריק פאר דעם‬
‫איד זאגנדיג‪" :‬כ'וועל דיר זאגן דעם אמת‪ ,‬איך בוי נישט קיין‬
‫מקוה יעצט און כ'דארף נישט דאס געלט‪ .‬נאר כ'האב געזען‬
‫אז דו דארפסט באמת א גאר גרויסע ישועה‪ ,‬האב איך‬
‫דיר געוואלט שאפן גאר א גרויסן זכות‪ .‬יעצט אז דו האסט‬
‫צוזאמגעשטעלט דאס געלט פאר א מקוה האסטו ממילא‬
‫באקומען דיין ישועה‪ .‬קענסט שוין צוריקגעבן דאס געלט פון‬
‫וועמען דו האסט דאס גענומען"‪.‬‬

‫צו בויען א מקוה‬
‫דארף מען געלט‪...‬‬
‫אין די צייטן פון הייליגן דברי יחזקאל פון שינאווא זי"ע האט‬
‫זיך אין איינע פון די שטעט צופלאקערט א מחלוקה איבער‬
‫בויען א מקוה טהרה‪ ,‬די חסידים אין די שטאט האבן געוואלט‬
‫בויען די מקוה‪ ,‬אבער די עשירים וועלכע האבן דאס געזאלט‬
‫פינאנצירן האבן נישט איינגעזען דאס וויכטיגקייט פון בויען‬
‫די מקוה‪.‬‬
‫ווען דער שינאווער רב זי"ע איז געקומען צו פארן אין‬
‫די שטאט האט ער באלד געלאזט רופן די עשירים און זיי‬
‫פארגעהאלטן דערויף‪ ,‬האט ער זיי דאן געזאגט‪ ,‬אז די גמרא‬
‫אין מס' שבת (דף ל"ג ע"ב) דרש'נט דעם פסוק "ויחן את פני‬
‫העיר"‪ ,‬אמר רב מטבע תיקן להם‪ ,‬ור' יוחן אמר מרחצאות תיקן‬
‫להם‪ ,‬די מחלוקה צווישן די אמוראים איז אויב יעקב אבינו‬
‫האט מתקן געווען א מקוה אדער דאס געלט צו האנדלען‪.‬‬
‫אבער באמת איז דאס בכלל נישט קיין מחלוקה‪ ,‬ווייל ווען‬
‫מ'קומט אין א שטאט דארף מען באמת דאס ערשטע מתקן‬
‫זיין די מקוה‪ ,‬אבער כדי צו בויען א מקוה דארף מען האבן‬
‫אסאך געלט‪ ,‬דעריבער האט ער מתקן געווען אויך דאס‬
‫געלט צום האנדלען‪ ,‬אבער דאס וויכטיגסטע איז זיכער די‬
‫מקוה‪( .‬ס' דברי יחזקאל ליקוטים)‪.‬‬

‫א סגולה פאר‬
‫פרנסה און קינדער‬
‫דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע שרייבט (מגן אברהם‬
‫‪28‬‬

‫תנינא ברמזי אחש"פ) וזל"ק‪ :‬על ידי זכות המקוה מושיע‬
‫הקב"ה לישראל בכל צרכיהם לפרנסה ולחשוכי בנים ר"ל‪,‬‬
‫כדכתיב (ירמי' יד ח) מקוה ישראל ה' מושיעו‪ ,‬שבזכות‬
‫המקוה יושיע הקב"ה לישראל‪.‬‬
‫איבערזעצונג‪ :‬דורך דעם זכות פון א מקוה העלפט דער‬
‫אויבערשטער אין אלע געברויכן‪ ,‬פאר פרנסה און קינדערלאזע‬
‫ר"ל‪ ,‬ווי ס'שטייט אין פסוק מקוה ישראל ה' מושיעו‪ ,‬אין זכות‬
‫פון א מקוה העלפט דער רבוש"ע פאר אידן‪.‬‬

‫מקוה סגולה‬
‫להוושע בבנים‬
‫בהמקוה פועלים בחינת לידה לצאת מרחם אמו‪ ,‬כמו‬
‫שרמזתי בקרא את וה"ב בסופ"ה‪ ,‬היינו סופ"ה עולה מקו"ה‪,‬‬
‫א"ת וה"ב ר"ת ב'טרם ת'בוא א'ליהן ה'מילדת ו'ילדו‪.‬‬
‫(אמרי נועם פר' בשלח)‬

‫בויען א מקוה‬
‫איז ווי בנין‬
‫בית המקדש!‬
‫אויפן פסוק אין פר' פקודי "ויהי בחודש הראשון בשנה‬
‫השנית באחד לחודש הוקם המשכן" (שמות יז‪ ,‬מ)‪ ,‬שרייבט‬
‫דער הייליגער חיד"א ז"ל (נחל קדומים)‪" ,‬הוקם" אותיות‬
‫"מקוה"‪ ,‬ווייל די גמרא זאגט אין מס' ברכות (דף ט"ו) למה‬
‫נסמכו אהלים לנחלים שמעלין לטהרה‪ ,‬דאס איז דער רמז‪,‬‬
‫"שבית המקדש הוא כמו מקוה"‪ ,‬דער בית המקדש איז מטהר‬
‫אזוי ווי א מקוה‪ ,‬ואידי ואידי מטו אהדדי "מקוה" המשכן‪.‬‬

‫שרייבט מיר בכתב אז‬
‫איר ווילט נישט‬
‫פאררעכטן די מקוה!‬
‫א פארכטיגע מעשה ווערט דערציילט אויף הגאון דער‬
‫חפץ חיים זצ"ל‪ ,‬אז אין א שטעטל נישט ווייט פון זיין היים‬
‫ארט ראדין איז די מקוה פסול געווארן‪ ,‬און קיינער פון די‬
‫שטאט האט זיך נישט געקימערט דאס צו פאררעכטן‪ .‬ווען‬
‫די מעשה איז אנגעקומען צום חפץ חיים ז"ל איז ער באלד‬
‫אריבערגעפארן צו יענעם שטאט און געלאזט אויסרופען אז‬
‫ער געפינט זיך אין די שטאט און ער רופט די גאנצע שטאט‬
‫צו א דרשה‪.‬‬
‫ווען די שטאט לייט האבן געהערט אז דער גרויסער גאון‬

‫דער חפץ חיים געפינט זיך אין זייער שטאט און גרייט זיך צו זאגן א דרשה‬
‫איז יעדער שנעל געקומען‪ ,‬ביז דאס ביהמ"ד איז געווארן געפאקט מלא על‬
‫כל גדותיו‪ .‬דאן האט דער חפץ חיים אנגעהויבן די קורצע אבער גאר שארפע‬
‫דרשה און געזאגט אזוי‪:‬‬
‫"מורי ורבותי‪ ,‬ווען איך וועל אנקומען צום בית דין של מעלה וועט מען מיך‬
‫פרעגן וואס איז מיין נאמען? וועל איך ענטפערן ישראל מאיר‪ .‬וועט מען מיך‬
‫פרעגן פון וועלכע שטאט איך קום? וועל איך זאגן פון ראדין‪ .‬וועט מען מיך‬
‫פרעגן אויב איך האב געוואוסט אז אין די שטאט נעבן מיר איז די מקוה‬
‫געווען פסול? וועל איך געוויס ענטפערן אז יא‪ .‬וועט מען מיך דאן פרעגן וואס‬
‫איך האט געטוהן דערצו? וועל איך בלויז קענען ענטפערן אז איך האב זיך‬
‫מטריח געווען צו פארן צו אייך און לאזן וויסן אז מ'דארף דאס פאררעכטן‬
‫און איר האט מיך נישט צוגעהערט‪ .‬דעריבער בעט איך אייך איר זאלט מיר‬
‫דאס געבן שריפטליך אז איך האב אייך געווארענט דערויף‪ ,‬כדי איך זאל‬
‫דאס קענען צייגן ביים בית דין של מעלה"‪.‬‬
‫די אויפריכטיגע ווערטער האבן געוויס עושה רושם געווען און ביז א קורצע‬
‫צייט איז די מקוה פארראכטן געווארן‪.‬‬

‫צוגעזאגט א בן זכר‬
‫אין זכות פון א מקוה‬
‫צום הייליגן צדיק פון ראדאשיץ זי"ע זענען אמאל אריינגעקומען א‬
‫פארפאלק וואס העכער צוועלף יאר נאך די חתונה זענען זיי נאך נישט‬
‫געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא‪.‬‬
‫דאס פארפאלק האט אויסגעגאסן זייער ביטער הארץ פארן צדיק‪ ,‬ביז די‬
‫פרוי האט געגעבן א שריי אויס‪" ,‬פאר יעדן קען דער רבי העלפן‪ ,‬און נאר איך‬
‫מוז קומען איין מאל און נאכאמאל און איך גיי אהיים מיט ליידיגע הענט?!‬
‫איך ריר זיך נישט ארויס פון דעם צימער‪ ,‬ווילאנג דער רבי וועט מיר צוזאגן‬
‫א קינד! "‪.‬‬
‫די ווערטער האבן צוטרייסעלט דעם צדיק‪ ,‬ער האט אראפגעלייגט זיין‬
‫הייליגן קאפ אויף די האנט‪ ,‬און דאן זאגט ער פאר דעם פארפאלק‪ ,‬בכהאי‬
‫לישנא‪" :‬אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו און שרה אמינו האבן אויך‬
‫לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער‪ ,‬וואס האבן זיי געטוהן‪ ,‬שטייט אין זוהר‬
‫הקדוש (וירא ק"ב ע"ב) "אברהם ושרה הוו מתקני טבילה לכולהו‪ ,‬איהו לגברי‬
‫ואיהי לנשי וכו'‪ ,‬ומעיינא דמיא הוה תחות ההוא אילנא ומאן דצריך טבילה‬
‫מיד מיין סלקין לגביה"‪ ,‬אונטערן בוים האבן זיי געבויעט א מקוה‪ ,‬און דורך‬
‫דעם זכות זענען זיי געהאלפן געווארן‪ .‬זאג איך אייך די זעלבע‪ ,‬זוכט אויס‬
‫וואו מ'בויעט א מקוה‪ ,‬און אז איר וועט ארויסהעלפן דערצו וועט אייך דער‬
‫רבוש"ע זיכער העלפן"‪.‬‬
‫הערנדיג אזעלכע אפענע ווערטער פונעם הייליגן צדיק‪ ,‬האבן זיי פארלאזט‬
‫דעם צימער און אויסגעפאלגט זיינע ווערטער‪ ,‬זיי האבן ארויסגעהאלפן צו‬
‫בויען א מקוה אין א דערנעביגן שטאט‪ ,‬און ביז א יאר איז דאס פארפאלק‬
‫געהאלפן געווארן מיט א בן זכר"‪.‬‬

‫‪29‬‬

‫"אונזער הייליגע זיידע‬
‫אברהם אבינו און שרה‬
‫אמינו האבן אויך לאנגע‬
‫יארן נישט געהאט קיין‬
‫קינדער‪ ,‬וואס האבן‬
‫זיי געטוהן‪ ,‬שטייט אין‬
‫זוהר הקדוש (וירא ק"ב‬
‫ע"ב) "אברהם ושרה הוו‬
‫מתקני טבילה לכולהו‪,‬‬
‫איהו לגברי ואיהי לנשי‬
‫וכו'‪ ,‬ומעיינא דמיא הוה‬
‫תחות ההוא אילנא‬
‫ומאן דצריך טבילה מיד‬
‫מיין סלקין לגביה"‬

30

‫איינע פון די צימערן‬

‫דער‬
‫פראכטפולער‬
‫ווארט‪-‬זאל‬
‫‪31‬‬

‫מקוה טהרה‬
‫ד'קהל יטב לב‬
‫ד'סאטמאר‬
Mikvah Tharah of Cong.
Yetev Lev D'Satmar
Central Office:
163 Rodney Street
Brooklyn NY 11211
T: 718.302.6720
F: 718.486.2473

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful