‫ב"ה‬

‫אריינפיר‪:‬‬
‫אינעם טאג כ"ט אלול שנת תרמ"ט איז אינעם צייטונג "המליץ" ערשינען א קורצער ארטיקל‪ ,‬דער‬
‫ארטיקל אדער בריוו איז געשריבען געווארן דורך אן אנאנימער שרייבער‪ ,‬וואס שרייבט זיך בלויז‬
‫אונטער מיטן טיטול "אחד מחסידי חב"ד"‪ ,‬דער בריוו האט אבער געעפנט וואס מ'רופט "א שאכטל‬
‫ווארים"‪ ,‬א פאלעמיק וואס איז נאך אנגעגאנגען מיט פופציג יאר שפעטער‪ ,‬און אין א געוויסען זין ביז גאר‬
‫לעצטענס‪.‬‬
‫אין זיין מאמר שרייבט דער אזויגערופענער חב"ד'סקער חסיד‪ ,‬א קורצע אבער שארפע מחאה אקעגן א‬
‫געוויסער "מודעה רבה" וואס איז ארויסגעקומען מיט א צייט בעפאר‪ ,‬אונטערגעשריבען דורך די גדולי‬
‫צדיקי בית חב"ד ובראשם "הצדיק מקאפוסט שליט"א"‪.‬‬
‫וואס איז געשטאנען אין יענעם מודעה און פארוואס איז דער חסיד געווען אזוי ברוגז?‬
‫דאס צו פארשטיין לאמיר צוריקמישען אביסל דעם זייגער‪ ,‬צו עטליכע חדשים בעפאר‪ ,‬וויאזוי א ניי‪-‬‬
‫ערפינדענער געמאלענער בילד האט ארויסגערופען גרויס פרייד צווישען חסידי חב"ד אין רוסלאנד‪ ,‬און‬
‫צו דער זעלבער צייט האט דער בילד אריינגעשלעפט אין אן אינטערעסאנטע דעבאטע איבער בילדער‬
‫בכלל און איבער דעם געפונענעם בילד בפרט‪.‬‬
‫דער ערשטער ווערסיע איבער די היסטאריע פונעם באקאנטן בילד פונעם הייליגען בעל התניא‬
‫זצ"ל – זלמן ש"ץ פון ווארשא טרעפט פערצופאל דעם בילד ביי א פוילישען גראף‬
‫מיט א האלב יאר פאר דעם דערמאנטן בריוו איז ערשינען אין המליץ‪ ,‬איז אין אן אנדערער צייטונג פון‬
‫יענע צייט מיטן נאמען 'הצפירה'א געדרוקט געווארן אן ארטיקל פון א געוויסען זלמן דוב ש"ץ פון‬
‫ווארשאב אונטערן קעפל "מלאכת מחשבת"‪ ,‬דער ארטיקל וואס איז צוטיילט אין צוויי טיילן‪ ,‬הייבט זיך אן‬
‫פיל מיט מליצות און געקינצעלטע לשה"ק איבער די חכמה פון מאלעריי‪ ,‬דער שרייבער וועלכער איז‬
‫ווייזט אויס געווען א מומחה און א מבין אויף מאלערייען‪ ,‬און זאגאר אליינס אן ארטיסט און מעלער‪,‬‬
‫פרובירט אראפצושרייבן וויאזוי א מעלער קען מיט די קונץ פון מאלעריי‪ ,‬אראפמאלן אין א בילד פון א‬
‫מענטש אדער א געשעעניש‪ ,‬א לעבעדיגען געשטעל וואס קען צוריקברענגען זכרונות‪ ,‬אדער‬
‫אריינברענגען אין די מענטשן וואס באטראכטן דעם בילד‪ ,‬א געפיל פון מיטלעבן א זאך וואס האט פאסירט‬
‫מיט הונדערטער יאר בעפאר‪ ,‬אדער זיך באקענען מיט א מענטש וואס איז שוין לאנג נישט בעלמא הדין‪.‬‬
‫ספעציעל‪ ,‬מערקט דער שרייבער אן‪ ,‬אויב איז די רעדע פון א בילד פון א ג‪-‬טליכער מאן‪ ,‬א פערזאן וואס‬
‫איז פארהייליג ט ביי מענטשן אלס א איש מורם מעם‪ ,‬איינער וואס האט דורך זיינע ספרים באלאכטען‬
‫פאר שפעטערדיגע דורות‪ ,‬און יעצט האבן די היינטיגע מענטשן א געלעגנהייט צו זעהן א גוט געמאלענעם‬
‫בילד פון אט דעם צדיק‪ ,‬ווערט געוויס דער צדיק פריש פארהייליגט דורך דעם וואס מ'האט א געלעגנהייט‬
‫זיך איינצוקוקען אין זיין צורה‪ ,‬און א מבין קען דורך דעם ארויסהאבן תכונת נפשו און זעהן ווי דער‬
‫מענטש איז איין שטיק קדושה און התרוממות‪.‬‬
‫איידער מיר גייען ווייטער צום צווייטן חלק פון ש"ץ'ס ארטיקל‪ ,‬מוז מען באטאנען אז אין די צייט איבער‬
‫וועלכע דער ארטיקל איז געשריבען געווארן‪ ,‬זענען בילדער געווען גאר א טייערער און זעלטענער‬
‫ארטיקל‪ ,‬דאס איז נאך געווען בעפאר די פאטאגראפיע עפאכעג‪ ,‬ווען די איינציגע מיטל צו האבן א בילד‬
‫א ביידע צייטונגען סיי 'המליץ' און סיי ' הצפירה' זענען ערשינען אויפן לשה"ק שפראך‪ ,‬דער 'המליץ' איז געווען א וועכנטליכע‬
‫צייטונג וואס איז ערשינען אין רוסלאנד‪ ,‬און 'הצפירה' איז געגרינדעט געווארן אין פוילן אבער שפעטער איז דאס אריבער קיין‬
‫דייטשלאנד‪ ,‬ביידע צייטונגען זענען געווען אונטער משכיל'ישע הנהגה‪ ,‬אין רוסלאנד פלעגן די צייטונגען זיין אין ברייטן באנוץ‪,‬‬
‫וואס האט ליידער געהאט א גרויס השפעה אפצופירען דעם יוגענט פון אידישען וועג‪ ,‬דאס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות‬
‫וואס האט באוואוגען די צדיקים אין גאליציע ובראשם הגה"ק רבי יהושע מבעלזא זצ"ל צו גרינדען אן אייגענעם צייטונג‬
‫'מחזיקי הדת' והדברים עתיקים‪.‬‬
‫ב זלמן דוב ש"ץ איז געבוירן אין קורלאנד אין יאר תרכ"ו ‪ ,‬ער האט זיך געלערנט מעלעריי אין ווארשא און אין ווילנא‪,‬‬
‫שפעטער איז ער געווארן גענצליך פריי‪ ,‬ער איז אריבער קיין פאריז וואו ער האט זיך פארגויאישט דעם נאמען צו באריס‪ ,‬ער‬
‫איז דערנאך ארויף קיין אר"י וואו ער האט געגרינדעט אן אקעדמיע פאר קונצטווערק‪ ,‬ער איז געשטארבן אין דענווער‪,‬‬
‫קאלאראדא אין יאר תרצ"ב‪.‬‬
‫ג לויט אלע ווערסיעס איז די רעדע פון א בילד וואס איז אנגעבליך געמאלן געווארן צווישען די יארן תקנ"ז און תקנ"ט‪,‬‬
‫למספרם איז דאס ‪ ,8971-8971‬די פריעסטע פאטאגראפיע בילדער גייען צוריק צום יאר ‪ 8111‬למס' וואס איז הערשט בשנת‬
‫תקפ"ב אין פראנקרייך‪ ,‬אין אלגעמיינעם באנוץ איז די רעדע פון אסאך שפעטער‪ ,‬פאטאגראפיע בילדער פון רבנים ואדמורי"ם‬
‫גייען אינגאנצן צוריק צו די תר"ס יארן‪.‬‬

‫פון א מענטש‪ ,‬איז געווען נאר דורך האנט געמאלענע בילדער‪ ,‬דאס איז נישט געווען קיין איינפאכער זאך‪,‬‬
‫צו ד עם האט מען געדארפט האבן גאר א גרויסער ארטיסט און קונצלער‪ ,‬וואס זאל קענען נאכמאלן‬
‫פונקטליך דעם באטרעפנדן‪ ,‬דער מעלער האט זיך זייער לאנג געברויכט איינקוקען אין די צורה פון דעם‬
‫וועם ער האט געדארפט אראפמאלן‪ ,‬און אפי' דאן איז נישט יעדעס מאל געלונגען אז דער בילד זאל טאקע‬
‫פונקטליך אפשפיגלען דעם מענטש וועם ער האט אראפגעמאלן‪.‬‬
‫כ"ו טבת תרמ"ט שרייבט ש"ץ ווייטער אין "הצפירה"‪ ,‬דאסמאל הייבט דער שרייבער אן מיט באזוכען‬
‫וואס ער האט במשך זיין קאריערע אפגעשטאט און פארשידענע ביבליאטעקן און מוזעאומס‪ ,‬צו‬
‫באטראכטען און קענען לערנען פארשידענע געמאלענע בילדער פון איבער די וועלט‪ ,‬ער דערציילט אז‬
‫כאטש וואס ביי אידישע זאמלונגען האט ער נישט דוקא געטראפן קיין בילדער פון קיין גרויסן ווערט‪ ,‬איז‬
‫אבער דא צווישען די גוי'אישע זאמלונגען היבש בילדער פון פערזענליכקייטן און געשעענישען מיט א‬
‫אידישע אינטערעסע‪ ,‬דערונטער אויך מעלערייען פון פארשידענע גדולי ישראל‪.‬‬
‫דערציילט דער שרייבער ווייטער "נישט לאנג צוריק האב איך באזוכט ביי א פוילישער גראף‪ ,‬ער האט‬
‫מיך גענומען צו צייגן פארשידענע קונץ‪-‬ווערק און מאלערייען‪ ,‬צווישען די הערליכע ארטיקלען זענען‬
‫מיינע אויגן געפאלן אויף א בילד פון א איד‪ ,‬וויבאלד איך האב געזעהן דעם בילד איז מיין הארץ פיל‬
‫געווארן מיט וואונדער‪ ,‬איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא שיינעם צורה‪ ,‬מיט א זעלטענע‬
‫אויסגעגאסענעם חן‪ ,‬עס האט זייער געצויגן מיין נייגער‪ ,‬איך האב אפגעליינט וואס עס שטייט‬
‫אויפגעשריבען אונטער דעם בילד‪ ,‬עס איז פארמאגט אן אויפשריפט אויף רוסיש מיט די ווערטער‬
‫"ראבבינער זלמן בארוכאוויטש פון ליאדי ‪"6971‬ד האב איך געפרעגט דעם גראף צו ער ווייסט מער‬
‫פרטים איבער דעם בילד‪ ,‬זיין אנטווארט איז געווען אז דער בילד צייכנט אפ א באקאנטער אידישער‬
‫ראבבינער ‪ ,‬און ער האט אויפגעקויפט דעם בילד פון א ירושה וואס איז פארבליבען פון א זאמלונג פון א‬
‫גענעראל אין פעטערבורג‪ ,‬רוסלאנד"‬

‫ד דאס איז געווען דער אפיציעלער נאמען פונעם בעל התניא‪ ,‬זיין טאטע האט געהייסן רבי ברוך און לויט ווי דער סדר איז‬
‫דעמאלס געווען זענען די קינדער אריינגעשריבען געווארן אויף זייער פאטער'ס נאמען 'בארוכאוויטש' איז אויף רוסיש 'דער זון‬
‫פון ברוך'‪.‬‬

‫דאס איז דער בילד פונעם הייליגען בעל התניא זצ"ל אינעם פארמאט וואס איז איבערגעמאלן‬
‫געווארן דורך זלמן דוב (באריס) ש"ץ‪ ,‬פארשפרייט דורך ר' שמריה שניאורסאן – מערקט ר'‬
‫שמריה'ס חתימה אונטען אויף די רעכטע זייט פונעם בילד‬
‫דער שרייבער דערציילט ווייטער אז פאר אים איז דער נאמען פון דעם רב געווען פרעמד‪ ,‬דערפאר האט‬
‫ער איבערגעלאזט דעם בילד ביים גראף‪ ,‬כאטש וואס דער בילד האט געלאזט אויף אים א שטארקן רושם‪,‬‬
‫און עס איז אים נישט בייגעפאלן צו קאפירען דעם בילד פאר זיך‪ ,‬כאטש וואס אנדערע בילדער פונעם‬
‫גראף האט ער יא געלאזט איבערקאפירען פאר זיין אייגענעם זאמלונג‪ ,‬אבער יענע זענען געווען בילדער‬
‫פון אויסגעשנוצטע מאלערייען וואס אין דעם האט ער געהאט א ספעציעלע אינטערעסע‪.‬‬
‫" ווען איך בין אבער אנגעקומען קיין ווארשא" דערציילט ש"ץ ווייטער‪" ,‬האב איך דערציילט פאר איינע‬
‫פון מיינע גוטע פריינט מיטן נאמען 'שמריה שניאורסאן' איבער דעם בילד מיט די אויפרישפט דערויף‪,‬‬
‫האט מיר מיין פריינט אויפמערקזאם געמאכט‪ ,‬אז דאס איז דאך דער באקאנטער רב וואס זיין נאמען איז‬
‫מפורסם איבער גאנץ רוסלאנד‪ ,‬דאס איז דער מחבר פונעם ספר התניא און שלחן ערוך (הרב) ‪ ,‬דער‬
‫ערשטער רבי פון די רוסישע חסידים וואס איז באקאנט מיט זיין בלויזען טיטול 'דער רב'‪.‬‬

‫דערויף האט מיר שניאורסאן צוגעלייגט אז ער איז אן אור‪-‬אייניקל פון דעם רביה‪ ,‬און אז עס איז מסתבר‬
‫אז אין יאר תקנ"ז‪ ,‬וואס דאס איז דאס יאר וואס איז אויפגעשריבען אויפן בילד‪ ,‬ווען דער בעל התניא איז‬
‫געווען אין פעטער בורג האט ווארשיינליך איינער פון די שרים געוואלט האבן א בילד פון אים‪ ,‬האט ער‬
‫דארט פארארדענט אז א מעלער זאל אראפמאלן דעם הייליגען בעל התניא"‬
‫דאס אלעס דערציילט דער דערמאנטער שרייבער זלמן ש"ץ אין די ראמען פון אן ארטיקל אין הצפירה‪,‬‬
‫און ער פירט אויס אז דער אייניקל האט זיך אונטערגענומען צו ערהאלטן די ערלויבעניש פונעם‬
‫דערמאנטן פוילישען גראף‪ ,‬צו קענען איבערדרוקען דעם אריגינעלען בילד וואס ער האט ביי זיך‪ ,‬און‬
‫אפקויפן די רעכט צו פארשפרייטן דעם בילד צווישען אידן‪ ,‬עס איז צום האפן אז עס וועט נישט נעמען‬
‫לאנג‪ ,‬און דער בילד וועט זיין צו באקומען אינעם נאנטן צוקונפט‪.‬‬
‫די צווייטע (אויסגעבעסערטע) ווערסיע איבער דעם געפינס און מקור פונעם בילד – פארבעסערטע‬
‫פרטים פון דאטומען און נעמען איבערן היסטארישען בילד‬
‫די מעשה פאר זיך קוקט אויס זייער מערקווידיג און אפילו זייער אמת'דיג‪ ,‬די זעלבע מעשה איז אבער‬
‫שפעטער געדרוקט געווארן מיט עטליכע שינוים און הוספות‪ ,‬אינעם ספר 'בית רבי' לתולדות הבעל‬
‫התניאו‪ ,‬שרייבט דער מח בר ר' חיים מאיר היילמאן‪ ,‬אז דער בילד איז געמאלן געווארן בשנת תקנ"ט אין‬
‫פעטערבורג‪ ,‬דאס איז געווען ווען דער בעל התניא איז געווען אין פעטערבורג וועגן דעם באקאנטן משפט‬
‫איבער וועלכע דער בעל התניא איז געווען ארעסטירטז‪ ,‬דער בילד האט באלאנגט קודם פאר אייינע פון די‬
‫רוסישע הויפט‪-‬זשאנדארן וואס האט דאס שפעטער פארקויפט פאר דעם פוילישען גראף מיט'ן נאמען‬
‫'טישקעוויץ' ביי וועמען דער דערמאנטער זלמן ש"ץ האט עס געטראפן‪.‬דער 'בית הרבי' דערציילט‬
‫נאכדעם די מעשה וויאזוי ש"ץ האט פערצופאל דערציילט דערוועגן פאר ר' שמריה שניאורסאן‪ ,‬וואס‬
‫האט באלד געכאפט אז מ'רעדט פון זיין זיידע דער בעל התניא אא"וו די איבריגע פרטים‪.‬‬

‫ה ר' שמריה שניאורסאן פון וואר שא איז געווען אן אייניקל פון ר' ברוך אברהם ב"ר חיים אברהם שניאורסאן א זון פון‬
‫הייליגען בעל התניא זצ"ל‬
‫ו דער 'בית הרבי' איז געווארן געדרוקט אין בארדיטשוב בשנת תרס"ב‪ ,‬דער מחבר ר' חיים מאיר היילמאן פון ליעפלי איז‬
‫געווען געציילט צווישן די קאפוסטער חסידים‪ ,‬ער ה אט מחבר געווען עטליכע ספרים לתולדות גדולי אדמורי"ם‪ ,‬זיין נאמען‬
‫ווערט אויך דערמאנט לשבח אינעם ספר 'מגן אבות' אלס איינער וואס האט געהאלפן צו דרוקען די ספרים פונעם קאפוסטער‬
‫רבי זצ"ל‪.‬‬
‫ז דער הייליגער בעל התניא איז געווארן ארעסטירט אין פעטערבורג אום חול המועד סוכות שנת תקנ"ט‪ ,‬אויף די באזיס פון א‬
‫מסירה וואס איז אריינגעגעבן געווארן קעגן אים‪ ,‬אז דער רבי קאלעבארירט מיט די טערקן אין זייער קריג אקעגן רוסלאנד‪,‬‬
‫דער ארעסט האט אנגעהאלטן ביז י"ט כסלו פון יענעם יאר ווען דער בעל התניא איז באפרייט געווארן‪ ,‬נאכדעם וואס א‬
‫ריכטער האט געאורטיילט איבערן אומשולד פונעם בעל התניא זצ"ל‪.‬‬

‫שער‪-‬בלאט פונעם ספר 'בית רבי' וואו די פרטים ארום דעם בילד זענען געווארן געדרוקט לויט ווי‬
‫דער מחבר ר' חיים מאיר היילמאן האט דאס געהערט פון ר' שמריה שניאורסאן דער‬
‫פארשפרייטער פונעם בילד‬
‫אינעם 'בית הרבי' ערשיינען די פאלגענדע פרטים אנדערש ווי אינעם אריגינעלן באשרייבונג פון ש"ץ‪:‬‬
‫א) עס קומט צו דער נאמען פונעם פוילישען גראף – טישקעוויץ‬
‫ח‬
‫ב) די אנגעבליכע יאר ווען דער בילד איז געמאלן געווארן איז תקנ"ט נישט תקנ"ז‬
‫ג) עס קומט צו דער נאמען פונעם רוסישען מעלער 'גלאוואטשעווסקי' אלס דער וואס האט אנגעבליך‬
‫געמאלן דעם בילד אין פעטערבורג‬
‫ד) דער נאמען פון די שטאט וואס איז אויפגעשריבען אויפן אריגינעלער בילד נאך דעם נאמען פונעם בעל‬
‫ט‬
‫התניא איז "ליאזני" און נישט "ליאדי"‬
‫ר' שמריה שניאורסאן פון ווארשא נעמט הסכמות צו דרוקען און פארשפרייטן דעם ניי‪-‬געפונענעם‬
‫בילד‬
‫דער דערמאנטער ר' שמריה שניאורסאן האט זיך נישט פארזוימט‪ ,‬ער האט פארדענט זיין ידיד זלמן ש"ץ‬
‫נאכצוקאפירען דעם אריגינעלן בילד פונעם גראפ'ס זאמלונג‪ ,‬און דערויף האט ער געבעטן א 'מכתב‬
‫תעודה' פונעם דעמאלס'דיגען ראב"ד פון ווארשא הגאון רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש זצ"ל‪ ,‬וואס ער זאל‬
‫עדות זאגן איבער זיינע רעכטן אויפן בילד‪ ,‬פאלגענד איז וואס דער ווארשא ראב"ד האט געשריבען‬
‫איבער די בילד‪ ,‬דאטירט ט"ז אדר ב' שנת תרמ"ט‪.‬‬
‫בעזהשי"ת הנה כ' הרבני מוהר"ש שניאורסאן נ"י נמצא תחת ידו תמונת הרב הגאון קדוש‬
‫עליון נזר ישראל ותפארתו נודע שמו בשערים מרנא ורבנא הררש"ז זצוקללה"ה הנקרא בשם‬
‫הרב מלאדי זיע"א בעהמ"ח ס' התניא והשו"ע וס' לקו"ת ותו"א‪.‬‬
‫והתמונה הנ"ל השיג אותה הרר"ש הנ"ל אצל הגראף טישקעוויץ כפי התעודה שביד הרר"ש‬
‫הנ"ל וגושפנקא של הגראף הנ"ל חתום על התעודה כי התמונה הנמצאה תח"י הרר"ש הנ"ל‬
‫נעתקה בדיוק גדול ממש מן התמונה הראשונה אשר צר אותה צייר אומן נפלא מחכמי‬
‫חרשים בפ"ב את תואר פני הרה"ק הנ"ל בעצמו בשנת תקנ"ט בפ"ב‪.‬‬
‫והנה כל הרואה התמונה הנ"ל של הרה"ק הנ"ל יפלא הפלא ופלא על זיו הדרת קדש המאיר‬
‫מהוד פניו‪ .‬וממבטי עיניו ניכר כי כבוד ה' הי' חופף עליו והי' מאיר לארץ ולדרים‪.‬וכעת עלה‬
‫בדעת הרר"ש הנ"ל להוציא לאור ציור התמונה הנ"ל ע"י איש אמן היודע היטב בחרשת אבן‬
‫ולהפיצה בישראל למען תאיר תמונת פני הרה"ק הנ"ל לאחב"י וידעו כי פניו פני מלאך ה'‬
‫צבאות התהלך פה אתנו על אדמתינו כו'‪.‬‬
‫וזכות הרב הגאון הקדוש יסייענו להוציא מחשבתו אל הפועל להאיר תמונתו ע"פ תבל‪.‬‬
‫הבעה"ח יום ג' ט"ז אדר שני תרמ"ט לפ"ק פה ווארשא‪.‬‬
‫שמואל זנוויל קלעפפיש מו"צ דפ"ק הנ"ל‪.‬‬
‫ווי מ'קען זעהן פונעם בריוו פונעם ווארשאווער ראב"ד‪ ,‬האט ער נישט צופיל געוואוסט איבערן‬
‫אויטענטישקייט פונעם בילד גופא‪ ,‬ער איז נאר מחזק ר' שמריה ארויסצוגעבן דעם בילד‪ ,‬און ער איז מעיד‬
‫אז ער האט געזעהן א 'תעודה' ביי ר' שמרי' וואס איז געשריבען דורך דעם 'גראף טישקעוויץ' אז דער‬
‫בילד וואס ר' שמרי' האט‪ ,‬איז פונקטליך נאכגעמאלן פונעם אריגינעלן בילד וואס געפונט זיך צווישען‬
‫זיינע זאמלונגען‪.‬‬

‫ח דאס פארשטייט זיך פעלט אויס אויב נעמט מען אן אז דער בילד איז געמאלן געווארן אין די צייט פונעם ארעסט כנ"ל‬
‫ט דער טויש פעלט אויך אויס ווייל אין ליאדי איז דער בעל התניא הערשט אריבער געגאנגען נאכ'ן ארעסט‪ ,‬פאר דעם איז ער‬
‫געווען רב אין ליאזני‬

‫בילד און כתב‪-‬יד פון הגאון רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש דער ראב"ד פון ווארשא‪ ,‬דער ווארשא‬
‫ראב"ד איז געווען דער ערשטער מסכים צו זיין מפרסם צו זיין דעם בילד פונעם בעל התניא זצ"ל‬
‫ר' שמריה שניאורסאן האט געשיקט די תעודה פונעם ווארשא ראב"ד פאר די רביים די אייניקלעך פונעם‬
‫בעל התניא‪ ,‬די איינציגע געדרוקטע הסכמה דערוועגן איז נאר דא פון הגה"ק רבי שלמה זלמן שניאורסאן‬
‫האדמו"ר מקאפוסט זצ"ל בעמח"ס מגן אבותי‪ ,‬פון די באקאנטסטע אייניקלעך פונעם בעל התניא בימיו‪.‬‬

‫י ווען דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נפטר געווארן י"ג ניסן תרכ"ו האט ער איבערגעלאזט זיבן זון‪ ,‬דער אינגסטער‬
‫צווישען די זון איז געווען ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר רבי שמואל זצ"ל ממלא מקום אביו אין ליובאוויטש באקאנט אלס דער‬
‫מהר"ש‪ ,‬אבער טייל פון די אנדערע זון האבן אויך געפירט רבי'סטעווע‪ ,‬איינע פון די איז געווען דער צווייטער זון כ"ק אדמו"ר‬
‫רבי יהודה לייב מקאפוסט זצ"ל‪ ,‬נאך די פטירה פונעם צמח צדק איז ער אריבער קיין קאפוסט וואו ער האט געפירט זיין‬
‫נשיאות‪ ,‬דער מהרי"ל איז פריצייטיג נפטר גע ווארן קוים א האלב יאר נאך זיין פאטער‪ ,‬און אויף זיין פלאץ איז אויפגענומען‬
‫געווארן זיין זון כ"ק אדמו"ר רבי שלמה זלמן מקאפוסט זצ"ל בעמח"ס מגן אבות‪ .‬דער מגן אבות איז געווען פאררעכנט בימיו‬
‫אלס איינע פון די גרעסטע רוסישע רביים‪ ,‬צווישן זיינע חסידים איז באקאנט דער גרויסער ראגאטשאווער גאון און אנדערע‬
‫גאונים וצדיקים פון רוסלאנד‪ ,‬ער איז נסתלק געווארן בשנת תר"ס‪ .‬די קאפוסטער חסידים זענען געווארן צוטיילט צווישען‬
‫זיינע צוויי ברודער; האדמו"ר רבי שמרי' נח מבאברויסק זצ"ל און האדמו"ר רבי שלום דובער מרעציצא זצ"ל‪ ,‬א חלק ניכר פון‬
‫די קאפוסטער חסידים זענען נאך די פטירה פונעם מגן אבות אויך אריבער צוריק קיין ליובאוויטש‪ .‬צווישען די צוויי הויפן‬
‫לבית חב"ד זענען פיל מאל געווען היבש אנגעצויגענע צייטן‪ ,‬וואס לויט ווי מיר שרייבן קען די פאקט אויך זיין א טייל פונעם‬
‫דעבאטע איבערן בילד‪.‬‬

‫שער‪-‬בלאט פון ספר מגן אבות פון אדמו"ר רבי שלמה זלמן מקאפוסט זצ"ל‪ ,‬דער קאפוסטער רבי‬
‫איז געווען פון די גרויסע אייניקלעך פונעם הייליגען צמח צדק פון ליובאוויטש זצ"ל וועלכער‬
‫האט געשטיצט די פארשפרייטונג פונעם בילד פונעם בעל התניא זי"ע‬
‫דער אנטווארט פונעם מגן אבות איז געקומען אין א פארמאט פון צוויי באזונדערע בריווען‪ ,‬אדרעסירט‬
‫צום דערמאנטן ר' שמריה שניאורסאן‪ ,‬די ערשטע איז א בריוו וואס דער מגן אבות האט געשיקט נאך‬
‫איידער ער האט געזען דעם בילד‪ ,‬אינעם בריוו איז ער מחזק ר' שמריה צו דרוקען און פארשפרייטן דעם‬
‫בילד‪ ,‬און נאכדעם א קורצע בריוו אלס אנטווארט נאכן זעהן דעם בילד‪ ,‬וואו דער קאפוסטער רבי‬
‫באשטעטיגט די אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬מיט דעם וואס דער בילד דערמאנט אים פון די צורה פון רבי‬
‫חיים אברהםיא דער זון פונעם הייליגען בעל התניא זצ"ל‪ ,‬וואס לויט ווי ער האט מקבל געווען פון זיין‬
‫מוטער די רביצין פון רבי יהודה לייב מקאפוסט זצ"ליב האט דער זון רבי חיים אברהם זייער שטארק‬
‫געענדלט אינעם פאטער דער בעל התניא‪ .‬די צוויי בריווען ליינען זיך ווי פאלגענד‪:‬‬
‫א) מכתבו קבלתי לנכון‪ .‬והנני להשיבו שודאי טוב הדבר להדפיס תמונת אדמו"ר הזקן נ"ע‬
‫זיע"א‪ .‬רק שישיג מעלתו הסכמות ואזהרות מרבני זמניננו על השגת גבול כו'‪ .‬כי אחרי‬
‫שיתפזר התמונה על המדינה יוכלו אחרים ג"כ להדפיס‪ ,‬ע"כ נצרך שיהי' מעלתו בטוח‬
‫מהשגת גבול‪ .‬וכשיודפס ישלח לי ג' או ד' תמונות ואשלם לו במיטב כסף אי"ה‪ .‬מוס"פ‬
‫התעודה מהרב דווארשא לחזרה‪ .‬והעיקר להשיג רשיון מהממשלה הרוממה כנימוס‪.‬‬
‫יא רבי חי ים אברהם דער זון פונעם בעל התניא איז געבוירן בערך בשנת תקל"ח‪ ,‬ער האט באקומען דעם נאמען אברהם נאך‬
‫רבי אברהם המלאך זצ"ל דער רבי פונעם בעל התניא און זון פון הייליגען מעזריטשער מגיד‪ ,‬ווען ער איז אלט געווען דריי‬
‫יאר‪ ,‬איז ער ל"ע נישט געזונט געווען דעמאלס האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים‪ .‬נאך די פטירה פונעם בעל התניא‬
‫בשנת תקע"ג איז געווארן אויפגענומען אויף זיין פלאץ דער אנדערער זון כ"ק אדמו"ר רבי דובער זצ"ל באקאנט אין‬
‫ליובאוויטש אלס דער מיטעלער רבי‪ ,‬דער ברודער רבי חיים אברהם האט מקבל מרות געווען פונעם מיטעלען רבי'ן‪ ,‬ער איז‬
‫געבליבען וואונען אין ליובאוויטש וואו ער איז נפטר געווארן בשנת תר"ח ושם מנ"כ‪.‬‬
‫יב די רביצין פון מהרי"ל מקאפוסט איז געווען די טאכטער פון החסיד רבי שלמה פריידעס פון שקלוב‪ ,‬רבי שלמה איז געווען‬
‫פון די מקורבים און מעתיקי השמועה פונעם בעל התניא זצ"ל‪ ,‬ער האט אפגעשריבען טויזנטער מאמרי חסידות פון וואס ער‬
‫האט אליינס געהערט פונעם בעל התניא‪ ,‬ווי עס איז משמע האט זיין טאכטער די קאפוסטער רביצין זוכה געווען צו זעהן דעם‬
‫הייליגען בעל התניא‪ ,‬און זי האט מעיד געווען אז דער זון רבי חיים אברהם האט געענדלט שטארק אינעם פאטער דער אלטער‬
‫רבי זצ"ל‪.‬‬

‫ב) מכתבו גם התמונות קבלתי לנכון כו'‪ .‬שמעתי כמה פעמים מכבוד אמי זקנתי הרבנית‬
‫הצדקנית נ"ע שתואר בנו הרב החסיד המפורסם מוהר"ר חיים אברהם נ"ע הי' דומה הרבה‬
‫לתאר כ"ק אביו קדש הקדשים אדמו"ר הזקן נ"ע זיע"א‪ .‬ותאר הר"ר חיים אברהם זצ"ל אני‬
‫זוכר היטב וכמו הוא נצב חי לנגדי ודומה הרבה לתואר התמונה‪.‬‬
‫דער בילד ווערט פארשפרייט איבער רוסלאנד און ווערט גאר ווארעם אויפגענומען דורך חסידי‬
‫חב"ד איבעראל – אן אנאנימער שרייבער ווארפט אריין א פלאקן אינעם אוטענטישקייט פונעם‬
‫בילד‬
‫מיט די הסכמות אין די האנט האט ר' שמריה אנגעהויבן מפרסם זיין מודעות אין די צייטונגען איבער דעם‬
‫נייעם מציאה‪ .‬א קלייניקייט? מ'האט געטראפן אן אריגינעלן בילד פונעם הייליגען בעל התניא‪ ,‬א בילד‬
‫וואס איז אפגעמאלן געווארן מיט א צירקע ניינציג יאר בעפאר‪ ,‬ווען דער הייליגער צדיק איז געווען א‬
‫מלך אסיר ברהטים‪ ,‬שמאכטענדיג אין טורמע צוליב בייזוויליגע מסירות; א בילד וואס שפיגלט אפ א צורה‬
‫און מחזה נורא פון א צדיק נשגב‪ ,‬וועמענס נאמען איז פארהייליגט איבער גאנץ רוסלאנד און איבער די‬
‫וועלט‪.‬‬
‫בייגעלייגט צו די מודעה‪ ,‬אונטערן קעפל "והיו עיניך רואות את מוריך"‪ ,‬האט ר' שמריה צוגעלייגט דעם‬
‫בריוו פונעם קאפוסטער רבי און פון דעם ווארשא ראב"ד‪ ,‬ר' שמריה לייגט צו אז ער האט ביי זיך בריווען‬
‫פון אנדערע צדיקי בית חב"דיג וועלכע זענען מחזק דאס פארשפרייטן פונעם בילד‪ ,‬פאר וועלכער ער האט‬
‫פארלאנגט דעם סכום פון צוויי רובל‪ .‬אינעם מודעה זענען אויך ערשינען פארשידענע מאמרי חז"ל פון‬
‫ש"ס און פון זוהר הקדוש ווי מען קען מכלומר'שט זעהן די חשיבות פון זיך איינקוקען אין בילדער פון‬
‫צדיקים‪ ,‬ווי למשל די גמרא פון "אמר רבי‪ ,‬האי דחדדנא מחבראי דחזיתא לר' מאיר מאחוריה"יד און דער‬
‫זוה"ק אז רבי אבא האט געהאט אן אויסגעקריצטער בילד פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי‪ ,‬און‬
‫ענליכע מאמרים אנצוצייגן די חשיבות הענין‪.‬‬

‫איינע פון די צענדליגע מודעות אין די צייטונגען אז מ'קען באקומען דעם בילד פונעם בעל התניא‬
‫"הוצאת נכדו ר"ש שניאורסאן"‬
‫די מודעות און פראפאגאנדע האבן אויפגעטאן דאס זייעריגע‪ ,‬און אידן פון איבעראל האבן זיך געוואנדן‬
‫קיין ווארשא צו קויפן דעם בילד פונעם הייליגען בעל התניא‪ .‬ביז איין שיינעם טאג זענען צווישען די‬
‫שפאלטענעס פונעם 'המליץ' ערשינען עטליכע פאראגראפן איבער דעם בילד‪ ,‬וואס האט גענצליך‬
‫געטוישט דעם מאמענטום פון עקסטאז איבערן אנטדעקונג‪ ,‬צו קשיות און ספקות איבער דעם גאנצן‬
‫געפונס‪ ,‬באלד א יאר האט זיך דער דעבאטע געצויגען איבער די בלעטער פונעם המליץ‪ ,‬ווען פון‬
‫פארשידענע ריכטונגען און אנדערע ווינקלען פון די וועלט קומען אן ווענדונגען איבער דעם בילד‪.‬‬
‫דער ערשטער בריוו איז געשריבען געווארן דורך אן אנאנימער שרייבער‪ ,‬דער שרייבער גיט אינגאנצן אן‬
‫צוויי פרטים איבער זיין אידענטיטעט‪ ,‬ער הייבט אן דעם בריוו מיט די נאמען פונעם שטאט וואו ער וואונט‬
‫יג א זאך וואס איז קיינמאל נישט נתפרסם געווארן‪ ,‬און פון שפעטערדיגע בריווען איז משמע אז די אנדערע צדיקי ואדמור"י‬
‫בית חב"ד האבן נישט מסכים געווען צו פארשפרייטן דעם בילד‬
‫יד עירובין י"ג ע"ב‬

‫'דינאבורג'טו‪ ,‬און ער שרייבט אונטער דעם בריוו מיט די ווערטער "אחד מחסידי חב"ד"טז‪ .‬דער שרייבער‬
‫הייבט אן זיינע שורות איבער די קפידא איבער דאס וואס "צדיקים שלנו" האבן שטענדיג מקפיד געווען‬
‫נישט צו ערלויבן אז מ'זאל זיי אראפמאלן‪ ,‬באזירט אויפן פסוק פון "לא תעשה לך כל תמונה" ובנוסף צו‬
‫דעם איז דא א ענין עפ"י קבלה אז מיט דעם וואס מ'מאלט נאך דעם בילד פון א מענטש‪ ,‬איז דאס א פגם‬
‫אינעם "צלם אלקים"‪ ,‬ממילא איז א גרויסער וואונדער אז אויפאיינמאל איז גאר געווארן א ענין און א‬
‫שמחה איבער א בילד פון א צדיק‪.‬‬
‫דערנאך גייט דער שרייבער און שטעלט פאר דברים כהוויתן‪ :‬מעשה שהיה כך היה‪ ,‬קרוב צו א יאר צוריק‬
‫האט איינער פון די אייניק לעך פונעם בעל התניא מודיע געווען אין די צייטונגען‪ ,‬אז עס איז "על פי נס"‬
‫אנגעקומען צו אים די אוצרות פון גראף טישקעוויץיז און דארט האט ער אנטדעקט א בילד פונעם "בעל‬
‫התניא ולקוטי תורה" וואס צו דעם האט דער אייניקל צוגעשטעלט די "לעגענדע" איבער דעם‪ ,‬אז זייענדיג‬
‫אי ן תפיסה אין פעטערבורג האט איינער פון די גראפן מורא'דיג געגלוסט צו האבן א בילד פון דעם צדיק‪,‬‬
‫און ער האט פארארדענט איינע פון די געלערנטע מעלערס אפצומאלן די צורה פונעם תניא‪ .‬לויט ווי דער‬
‫אייניקל גיט איבער האט ער באצאלט אכט טויזנט רובל צו קענען קאפירען דעם בילד‪ ,‬און היצטערט‬
‫שיקט ער ארום איבער די שטעט איינצומעלדן אז פאר בלויז צוויי רובל קען מען האבן די זכיה מקיים צו‬
‫זיין "מה שנאמר והיו עיניך רואות את מוריך"!‬

‫טו דינאבורג איז אן אלטערנאטיווער נאמען פאר די שטאט דווינסק‪ ,‬וואו עס האבן מכהן געווען די צוויי וועלטס בארימטע‬
‫גאונים אלס רב; הגאון רבי מאיר שמחה הכהן בעל אור שמח אויפן רמב"ם‪ ,‬און צו זיין זייט דער מבהיל'דיגער ראגאטשובער‬
‫גאון רבי יוסף ראזין זצ"ל וועלכער איז געווען דער רב פאר די חסידים אין דווינסק‪.‬‬
‫טז מאנכע ה אבן שוין פרובירט זיך צו דערגרינטעווען אינעם אידענטיטעט פון דעם שרייבער‪ ,‬דער באקאנטער ליובאוויטשער‬
‫חוקר און פערפאסער פון עטליכע ספרים הרב יהושע מונדשיין הי"ו אין זיין ארטיקל איבער דעם בילד (געדרוקט אין "כפר‬
‫חב"ד" שנת תשס"ח) וויל קלערן אז די רעדע איז פון איי נער פון די משכילים און מתנגדים צו חסידות בכלל‪ ,‬ער בויעט די‬
‫טעאריע אויפן סגנון און סטיל פון די שריפט וואס ענדלט שטארק אין די אלגעמיינע משכילישע ליצנות‪ ,‬כאטש אין די‬
‫שפעטערדיגע בריווען ווייזט דער שרייבער פארשידענע קענטעניסען אין עניני חסידות און אין די היסטאריע פון חב"ד‪ ,‬קלערט‬
‫הרב מונדשיין אז דאס האט ער שוין באקומען הילף פון אנדערע וואס האבן געזעהן דעם בילד מיט א קרומער אויג‪ .‬פאר אונז‬
‫איז מסתבר אז דער איז טאקע געווען א חב"ד'סקער חסיד פון דווינסק‪ ,‬כאטש עס מוז נישט זיין אז זיינע כוונות זענען געווען‬
‫ריין לשם שמים ‪ ,‬קען עס זיין געטריבען פון די אנגעצויגנקייט וואס האט געהערשט צווישען ליובאוויטש און קאפוסט בימים‬
‫ההם‪ ,‬ווייל ווי עס זעהט אויס פון אלע זייטן‪ ,‬איז דער ר' שמריה שניאורסאן געווען אפיליאירט מיט די קאפוסטער דינאסטיע‪,‬‬
‫מיר האבן צו דעם עטליכע ראיות וואס דא איז נישט דאס פלאץ דערויף‪ ,‬אויסער דעם וואס אין דווינסק זעלבסט האט שטארק‬
‫געברענט די מחלוקהצווישען די הויפן‪ ,‬הויפטזעכליך איבער קופות צדקת רמבעה"נ און די ארץ ישראל'דיגע כוללים וואו די‬
‫צוויי הויפן האבן זיך צוטיילט מיטן שיקען באזונדער געלט קיין אר"י‪ ,‬אזוי צו אזוי האט דער תמימות'דיגער בריוו‬
‫ארויסגערופען אן אויפגעקאכטע דעבאטע איבער דעם בילד‪.‬‬
‫יז במאמר המוסגר מאכט ער ליצנות אז ביי חסידים הייסט יעדער פוילישער גראף 'טישקעוויץ'‪ ,‬אנצוצייגן אין די‬
‫לעכערליכקייט פונעם סיפור‪.‬‬

‫דער בילד פונעם בעל התניא פיגורירט פראמינענט צווישען א קאלאזש פון בילדער פון גדולי‬
‫ישראל געדרוקט בשנת תרס"ג‬
‫דער שרייבער איז מוסיף אז ער איז נישט אויסן דא אריינצוגיין אינעם אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬נאר‬
‫ענדערש אויסצודרוקען זיין וואונדער אויף די פראפאגאנדעס און רעקלאמעס איבער די גרויסקייט פון‬
‫'מצות הסתכלות' אויפן בילד‪ ,‬און ער שרייט "אלעס איז מותר פארן בלויזן צוועק פון מאכן אפאר טויזנט‬
‫רובל ריוחיח?!"‪ .‬און דער שרייבער איז ממשיך "נישט אויף דעם אייניקל דער מפיץ זענען מיינע טענות‪,‬‬
‫נאר אויף 'הצדיק מקאפוסט שליט"א' און אויף 'המיועד להיות צדיק הרב מבאברויסקיט ועוד ועוד‪ ,‬אויף זיי‬
‫וואונדער איך זיך הפלא ופלא! וויאזוי האבן זיי מסכים געווען מתיר צו זיין אזא איסור‪ ,‬מיט דעם טוען זיי‬
‫נאר גיבן אן אויסרייד פאר די ליצני הדור‪ ,‬אז זיי זאלן קענען אפחוזק'ן אז די חסידים מאכן געלט פון‬
‫עבירות"‪.‬‬
‫צום שלוס שרייבט דער "חסיד חב"ד"‪ ,‬אז ער כלשעצמו גלייבט בכלל נישט אז דער בילד איז פונעם‬
‫גרויסן צד יק דער בעל התניא‪ ,‬וואס לויט דעם בילד האט גאר דער צדיק זיך פארקעמט די האר און זיך‬
‫פארראכטען די וואנצען‪ ,‬עס גלייבט זיך נישט אז א צדיק וואס איז כל ימיו געווען אפגעשיידט פון אלע‬
‫"הבלי התבל און חיי העולם הזה" זאל זיך פירען ווי די היינטיגע אריסטאקראטן‪.‬‬
‫דער בילדער מפיץ בלייבט נישט שולדיג‪ :‬ר' שמריה שניאורסאן ענטפערט אפ דעם אנאנימער‬
‫שרייבער – און דער "חסיד חב"ד" קומט ווידער אפיר דערקעגן‬
‫פארשטייט זיך אז דער ערעור האט צוגעטרעטן צום הארץ פאר ר' שמריה‪ ,‬און זייענדיג דעמאלט אין די‬
‫שטאט ריגא‪ ,‬האט ער פון דארט אריינגעשיקט א קאנטער‪-‬בריוו צום 'המליץ' וואס זיי האבן געדרוקט‬
‫אינעם חוה"מ אויסגאבע כ"א תשרי תר"ן‪ .‬ר' שמריה זאגט אז ער דארף זיך בכלל נישט קימערן און‬
‫ענטפערן אויף א בריוו פון עמיצער וואס גיט ניטאמאל אן זיין נאמען‪ ,‬מ'זעהט באלד אז וואס עס באדערט‬
‫אים באמת‪ ,‬זענען די 'טויזנטערס' וואס קען דא ווערן פארדינט‪ ,‬און נישט די אנדערע זאכן וואס ער‬
‫שרייבט‪ .‬ר' שמריה לייגט צו אז ער באהאלט זיך נישט‪ ,‬אסאך קענען אים פון דער נאנט‪ ,‬און ער איז גרייט‬
‫זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען און אויפווייזן די אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬אבער מיט איינעם וועם‬
‫ער ווייסט נישט זיין אידענטיטעט איז ער זיך נישט גרייט צו טענה'ן‪.‬‬
‫ווידעראום אויף די פראבלעם פון "לא תעשה לך תמונה"‪ ,‬לאכט ר' שמריה אז יעדער "בר בי רב דחד‬
‫יומא" ווייסט אז דער איסור איז נאר ביי א "תמונה בולטת" דאס הייסט אן אויסגעשניצטער בילד‪ ,‬און‬
‫נישט ביי א "צור ה שוקעת" א פלאכער געמאלענער בילד‪ ,‬ביי דעם איז בכלל נישט פארהאן דער איסור‪.‬‬
‫מיט דעם ענדיגט ר' שמריה צו‪ ,‬אז ער האפט אז מענטשן וועלן נישט ווערן פארפירט פון די אומזינסטע‬
‫קריטיק‪ ,‬ער זאגט נאכאמאל אז ער איז גרייט צו ענטפערן סיי וועלכע אביעקטיווע פראגעס און ספיקות‬
‫בנוגע דעם בילד‪ ,‬און ער פירט אויס מיט די ווערטער "וה' הטוב יגן עלי נגד המתקוממים עלי חנם"‪.‬‬

‫יח כאן נתן עיניו בממון‪ ,‬די טענה צייגט אביסל אויף די נישט ריינע כוונות פונעם בריוו‪ ,‬מיט די ווערטער האט ער‬
‫אריינגעשפילט פאר ר' שמריה ווי געזעהן ווייטער‬
‫יט דא מיינט ער דעם דערמאנטן אדמו"ר הגה"ק רבי שלמה זלמן מקאפוסט זצ"ל וועלכער האט געשטיצט דאס מפיץ זיין דעם‬
‫בילד און זיין ברודער הגה"ק רבי שמריה נח מבאברויסק זצ"ל‪ ,‬פון ד עם לשון זעהט מען א זלזול און די צדיקים לשושלת‬
‫קאפוסט‪ ,‬ווייל דעם בריוו פונעם ווארשא ראב"ד רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש זצ"ל דערמאנט ער בכלל נישט‪.‬‬

‫איינע פון די פילצאליגע רעקלאמעס צו פארקויפן די בילדער פון הייליגן בעל התניא און דער צמח‬
‫צדק פון ליובאוויטש זצ"ל‬
‫דער אריגינעלער שרייבער איז נישט געבליבען שטיל‪ ,‬עס גייט נישט אדורך קיין חודש און י"ד חשון‬
‫ערשיינט ווידער אין די בלעטער פונעם 'המליץ' א נייער בריוו פון 'דינאבורג' מיט'ן אונטערשריפט "אחד‬
‫מחסידי חב"ד"‪ .‬דאסמאל שרייבט דער "חסיד" שוין א לענגערער בריוו‪ ,‬פיל מיט ידיעות איבער חסידות‬
‫און היסטאריע‪ ,‬עס לאזט זיך קלערן אז דער שוואכער אנטווארט פון ר' שמריה‪ ,‬וואס האט נישט מער ווי‬
‫ווידערהאלט זיין שטאנד‪ ,‬אבער אן קיין באפעסטיגונגען און ראיות‪ ,‬האט געגעבן א גוטען געלעגנהייט פאר‬
‫די סקעפטיקער און זאגאר קריטיקירער‪ ,‬צו פארשטארקערן זייערע ספקות און טענות‪.‬‬
‫אינעם לאנגן בריוו הייבט דער "חסיד" אן מיט אן התנצלות‪ ,‬אז נישט חלילה די "טויזנטערס" שטייט אים‬
‫אין וועג‪ ,‬נאר ער וויל פשוט אפראטעווען די כבוד פון די חסידים אין די אויגן פון די וועלט‪ ,‬אז זיי זענען‬
‫נישט גרייט צו פארקויפן דעם "כבוד החסידות בעבור נעליים"‪ .‬דא לייגט דער שרייבער צו צום פראבלעם‬
‫פון בילדער ביי חסידים‪ ,‬ער ווייסט צו דערציילן אז דער באקאנטער ליובאוויטשער חסיד רבי הלל‬
‫פאריטשער ז"לכ האט קיינמאל נישט געדאווענט אין א שטוב וואו עס האט זיך געפונען סיי וועלכע בילד‪,‬‬
‫ער פלעגט זאגן "דער איד האט אן עבודה זרה אין שטוב‪ ,‬און איך זאל דא דאווענעןכא?"‪ .‬דאס זעלבע‬
‫כ דער באקאנטער חסיד און משפיע רבי הלל מפאריטש ז"ל איז געבוירן אין יאר תקנ"ה‪ ,‬ער איז געווען מוקשר צו די אדמור"י‬
‫חב" ד דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק‪ ,‬און ער איז געווען פאררעכנט צווישען די גאר געהויבענע חסידים‪ .‬עס זענען‬
‫פארבליבען פון רבי הלל עטליכע חיבורים צווישען זיי דער ספר 'פלח הרימון'‪ ,‬ווי אויך עטליכע באוואוסטע ליואבוויטשער‬
‫ניגונים זענען מיוחס צו רבי הלל פאריטשער נ" ע‪ ,‬רבי הלל איז נפטר געווארן ביום י"א אב תרכ"ה אין די שטאט חערסאן‪.‬‬
‫כא די מעשה האט אנדערע מקורות אויך בסיפורי חב"ד‪ ,‬אין אנדערע פלעצער ווערט עס דערציילט אז ער פלעגט נישט וועלן‬
‫זאגן קיין מאמר חסידות אין א שטוב וואו עס איז דא בילדער‪ ,‬והן הן הדברים‬

‫צייגט ער אן אז עס איז באקאנט‪ ,‬ווען דער ענגלישער שר וטפסר ר' משה מאנטיפיורא פון לאנדאן האט‬
‫זיך געלאזט אפמאלן זיין בילד‪ ,‬זענען די חסידים געווען זייער בייז דערויף‪ ,‬און אפילו אויפן בעל התניא‬
‫זעלבסט‪ ,‬פלעגט זיך דרייען צווישען די חסידים א קבלה‪ ,‬אז ער האט געפאסט דריי טעג רצופות אז מ'זאל‬
‫פון אים נישט אראפמאלן קיין בילד‪.‬‬

‫איינע פון די געמאלענע בילדער פונעם אידישען פילאנטראפ ר' משה מאנטיפיורא פון לאנדאן ווי‬
‫עס ערשיינט אינעם הויפט‪-‬בלאט פון א ניו יארקער צייטונג בשנת תרמ"ג‪ ,‬לויט דעם אנאנימער‬
‫שרייבער אין 'המליץ' זענען חסידים געווען זייער בייז אויפן שר פארן זיך לאזן אראפמאלן‬
‫ממילא‪ ,‬שרייבט דער "חסיד"‪ ,‬די אלע ענינים און קבלות האט מיך זייער אויפגערודערט‪ ,‬זעענדיג אז‬
‫אויפאיינמאל ווערט באשאפן א נייע מצוה פון "הסתכלות" אויף א בילד פון אן אדם גדול? "פון וואנעט‬
‫ווערן אזעלכע מצוות ארויסגעצויגן?!" פרעגט דער שרייבער מיט וואונדער‪ ,‬און באמת איז מיין טענה‬
‫בכלל נישט געווען צו דעם ר' שמריה‪ ,‬ער איז דאך א פריוואטער מענטש "אין לי עסק עמו‪ ,‬ולאו בעל‬
‫דברים דידי הוא" מיין טענה איז צו די וואס דערקלערן זיך אלס "ממלאים את מקום הזקן‪ ,‬רועי צאן‬
‫קדשים"כב אויף זיי איז מיין טענה‪.‬‬
‫און אזוי פירט ער ווייטער א וויכוח מיט ר' שמריה‪ ,‬ער רוקט ארויס טענות קעגן אים‪ ,‬אויף איין פלאץ‬
‫טרייבט ער קאטאוועס פונעם נייעם מצות עשה פון "והיו עיניך רואות את מוריךכג" מיטן צושטעלן א משל‬
‫פון יענער וואס האט דערקלערט א נייע מצות עשה אין די תורה‪" ,‬וסרתם ועבדתם אלקים אחרים‪ ,"....‬ער‬
‫פרעגט מיט ביטול "אויב איז דאס טאקע אזא גרויסע מצוה‪ ,‬וואו זענען די בילדער פונעם אר"י הקדוש‪,‬‬

‫כב ווידער וויל דער שרייבער אריינשלעפן די אדמור"י בית קאפוסט ובאברויסק אינעם דעבאטע‪ ,‬און נישט אז דאס זאל בלייבן‬
‫צווישען אים און דער מפיץ‬
‫כג דאס איז א פסוק אין ישעי' קאפיטל ל‪ :‬כ‪ ,‬דער נביא זאגט מוסר פאר די אידן‪ ,‬מיט אן הבטחה אז אויב וועלן זיי תשובה טאן‪,‬‬
‫וועלן זיי זעהן עין ב עין די טובות פון השי"ת‪ ,‬דאס ווארט 'מוריך' גייט ארויף כביכול אויפן רבוש"ע‪ ,‬א פסוק וואס די בילדער‬
‫פארשפרייטער האבן גענצליך מגשם געווען צו א מושג פון בילדער פון רביים‪.‬‬

‫רבי חיים וויטאל‪ ,‬דער בעל שום טוב הקדוש‪ ,‬דער מעזריטשער מגיד? "פארוואס האט דער מיטעלער‬
‫ליובאוויטשער רבי זיך נישט געלאזט אראפמאלן‪ ,‬אדער דער צמח צדקכד?" טענה'ט דער שרייבער‪.‬‬
‫פון דארט גייט דער "חסיד חב"ד" אריבער צו ר' שמריה'ס טענה איבער זיין אנאנימיטעט‪ ,‬ער‬
‫פארענטפערט זיך אז ער האט פשוט מורא ארויסצושרייבן זיין נאמען‪ ,‬ווער ווייסט צו ר' שמריה וועט‬
‫נישט שיקען זיינע שלוחים "לרדת לחיי"‪ ,‬וויסען זאל אבער ר' שמריה‪ ,‬זאגט דער שרייבער ווייטער‪ ,‬אז‬
‫איך האב נישט ליגנט געזאגט מיטן שרייבן אז איך בין פון די "חסידי חב"ד" און איך ווייס זייער גוט וואס‬
‫עס טוט זיך אפ פון אינעווייניג און פון אינדרויסן‪ ,‬איך ווייס גאנץ גוט אז די צדיקים פון; ליאדי‪,‬‬
‫ליובאוויטש און סיראטיןכה‪ ,‬האבן בשום אופן נישט מסכים געווען צו דעם גאנצן פרסום פונעם בילד; און‬
‫איך פארשטיי אז די חסידים פון די דערמאנטע צדיקים וועלן נישט קויפן דעם בילדכו ; איך ווייס אויך אז‬
‫עטליכע עלטערע רבנים האבן געשיקט א מכתב מחאה צום קאפוסטער רבי ווי זיי זענען מעורר דעם רבי'ן‬
‫אויף די "שגגה שיצאה מתחת ידו"‪ ,‬וואס דארפן מיר מער ווי דאס אז אונזער רב דער בארימטער גאון רבי‬
‫יוסף ראזיןכז‪ ,‬וועלכער איז אליינס נאנט און באקאנט מיטן קאפוסטער צדיק‪ ,‬זאגט אויך אז עס איז אים‬
‫נישט ניחא דער גאנצער ענין‪.‬‬

‫כד זעה שפעטער איבער דעם בילד וואס איז באקאנט פונעם הייליגען צמח צדק זצ"ל‬
‫כה דא צייגט דער שריי בער קלאר זיין טענה אז די אנדערע חצרות פון חסידי חב"ד האבן נישט מסכים געווען צו פארשפרייטן‬
‫דעם בילד‪ ,‬און ער שרייבט ארויס די רביים ואדמורי"ם; רבי יצחק דובער בנו וממלא מקומו פון רבי חיים שניאור זלמן‬
‫שניאורסאן ז"ל אן אנדערער זון פונעם צמח צדק וואס האט געפירט זיין רבי'סטעווע אין ליאדי‪ ,‬הגה"ק רבי שלום דובער‬
‫שניאורסאן זצ"ל וועלכער איז יענע צייט געווען דער ממלא מקום פונעם מהר"ש אין ליובאוויטש באקאנט אלס דער מהרש"ב‪,‬‬
‫און אדמו"ר רבי לוי יצחק גוטטערמאן מסיראטין זצ"ל וועלכער איז געווען אן איידעם ביים דערמאנטן רחש"ז פון ליאדי און‬
‫ער האט מכהן געווען באדמורו"ת חב"ד אין די שטאט סיראטין‪.‬‬
‫כו הרב מונדשיין צייכנט טאקע אן אז אין די צייטן פונעם מהרש"ב זעהט מען בכלל נישט אין די ליובאוויטשער הויפן קיין‬
‫פרסום פונעם בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬כאטש וואס דער בילד פונעם צמח צדק איז יא געווען נפוץ‪ ,‬א פאקט וואס באשטעטיגט‬
‫די טענה פון דעם שרייבער איז אינעם ליובאוויטשער הויף האט מען בימים ההם נישט געהאלטן אז דער בילד איז אויטענטיש‪,‬‬
‫נאר אסאך שפעטער אין די צייטן פונעם מהריי"ץ ווי געשריבען ווייטער‬
‫כז דאס איז דער דערמאנטער ראגאטשובער גאון דער רב פון די חסידים אינעם שטאט פונעם שרייבער דינאבורג‪-‬דווינסק‬

‫אן אינטערעסאנטער צאמשטעל פון בילדער פון רבנים וואס איז פארקויפט געווארן אין אונגארן‬
‫פאר די קריג אלס 'נוי‪-‬סוכה' מיט די צויבער‪-‬ווערטער "והיו עיניך רואות את מוריך" ‪ -‬אויבן‬
‫פיגורירט דער בילד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אלס רב אין ארשיווא‬
‫דא פירט דער שרייבער אויס נאכאמא ל אז אויסער די אלע זאכן‪ ,‬איז ער בכלל נישט איבערצייגט אין די‬
‫אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬און דאס וואס ר' שמריה אפפערט צו ענטפערן פריוואט פאר ווער עס פרעגט‬
‫אים אן‪ ,‬פארוואס האט ער מורא די אלע זאכן מפרסם צו זיין אין די צייטונגען? זאל כאטש יעדער זעהן‬
‫דעם אמת‪ ,‬טענה'ט דער חסיד‪ .‬ער ענדיגט דעם בריוו מיט די שארפע ווערטער "ואני אומר‪ ,‬כי הרע לעשות‬
‫לנו חסידי חב"ד‪ ,‬בחללו את שמנו בעיני שונאינו מנדינו‪ ,‬המחפשים עלינו עלילות ברשע‪ ,‬ה' הטוב יכפר‬
‫בעדו"‪.‬‬
‫א שרייבער פון פאריז קומט צו הילף צו ר' שמריה שניאורסאן‪ :‬פרישע עדות און פאקטן איבערן‬
‫בילד –"אחד מחסידי חב"ד" האט דאס לעצטע ווארט‬
‫אנשטאט דעם וואס ר' שמריה שניאורסאן זאל זיך זעלבסט באפאסן מיט די צווייטע און לענגערע בריוו‬
‫פונעם "חסיד חב"ד"‪ ,‬איז דאסמאל געקומען דער אנטווארט פון גאנץ אן אנדערן ריכטונג‪ .‬א געוויסער‬
‫שרייבער פון פאריז מיט נאמען ישראל איסר גאלדבלוםכח (ער נוצט זיינע בוכשטאבן יאפ"ז = י'שראל‬
‫א'יסר פ'רח‪-‬ז'הב)‪ ,‬שרייבט אינעם המליץ פון כ"ד כסלו תר"ן‪ ,‬אז נאכדעם וואס ער האט זיך שוין צוויי‬
‫מאל באגעגנט אינעם המליץ מיטן שרייבער פון דינאבורג אונטערן טיטל "אחד מחסידי חב"ד"‪ ,‬וועלכער‬
‫פארשוועכט דעם נאמען פון דעם "איש היקר ובנן של קדושים ר' שמרי' שנאורזאהן נ"י"‪ ,‬וויל ער זיך‬
‫אננעמען פאר זיין כבוד מיט די פאלגנדע שורות‪.‬‬

‫שער‪-‬בלאט פון ספר יראים פון רבי אליעזר ממיץ זצ"ל וואס איז געדרוקט געווארן אין ווילנא פון‬
‫א כתב‪-‬יד וואס ישראל איסר גאלדבלום האט מעתיק געווען פון א ביבליאטעק אין פאריז‬
‫גאלדבלום איז מעיד אז ער האט אליינס געהערט פון דעם דערמאנטן זלמן ש"ץ‪ ,‬מיט וועם ער איז נאנט‬
‫באפריינדעט‪ ,‬אלס עמיצער וואס באזוכט אפט די ארטיגע אקעדעמיע פון קונצטווערק‪ ,‬האט דער זלמן‬
‫כח גאלדבלום איז געבוירן אין די ליטא אינעם שטאט וולאדיסלאוו אין יאר תרכ"ג‪ ,‬ער האט געלערנט אין איישישאק און‬
‫שפעטער אין וואלאזשין‪ ,‬פון דארט איז ער אנגעקומען קיין פרעשבורג צו די ישיבה פונעם שבט סופר ז"ל‪ ,‬נאכן לערנען אין די‬
‫ישיבות איז ער געגאנגען שטודירען אין פוזנא‪ .‬בשנת תרמ"ה איז ער אנגעקומען קיין פאריז וואו ער האט זיך קונה שם געווען‬
‫אלס א שרייבער און פארשער‪ ,‬צווישען זיינע ווערק איז באקאנט דער 'ספר יראים' פון רבי אליעזר ממיץ‪ ,‬וואס גאלדבלום‬
‫האט מעתיק געווען פון אן אלטע כתב‪-‬יד וואס איז געליגען דארט אין פאריז‪.‬‬

‫ש"ץ פערזענליך דערציילט פאר גאלדבלום‪ ,‬משיח לפי תומו‪ ,‬איבער דעם בילד וואס ער האט געטראפן‬
‫ביים פוילישען גראף טישקעוויץ‪ ,‬און אז עס האט געהאט דעם אונטערשריפט פונעם רוסישען מעלער‬
‫גאלעווטשעווסקי מיט די אויפשריפט "ראבבינער זלמן בארוכאוויטש ליאזני"‪ ,‬און דערביי לייגט ש"ץ צו‬
‫אז עס איז זייער מעגליך אז דער בילד איז געמאלן געווארן ווען דער בעל התניא איז געווען אין‬
‫פעטערבורג ביי אן אסיפת הרבנים‪ ,‬אדער ביי זיין ארעסט‪.‬‬
‫דערנאך שרייבט יאפ"ז צו‪ ,‬אז דער גאנצער איסור איבער בילדער וואס דער "חסיד חב"ד" איז פארנומען‪,‬‬
‫הייבט זיך בכלל נישט אן‪ ,‬און ער ברענגט צו אז "כמה גאונים וחכמים" פונעם פריערדיגען דור האבן גאר‬
‫אריינגעלייגט זייערע בילדער אנהייב פון זייערע ספרים‪ ,‬ווי צום ביישפיל; ר' משה חפץ ז"ל‪ ,‬ר' מנשה בן‬
‫ישראלכט‪ ,‬דער רבי רבי יהונתן אייבשיץ פון פראגל וכו' וכו'‬

‫באקאנטער געמאלענער בילד פונעם רבי'ן רבי יהונתן אייבשיץ זצ"ל איבער וועלכע דער פאריזער‬
‫שרייבער פאררופט זיך אין זיין פארטיידיגונג איבער'ן בילד פונעם הייליגען בעל התניא זצ"ל‬
‫דער פארטיידיגער פירט אויס אז היות ער איז זייער איבערגענומען פונעם בילד‪ ,‬איז ער גרייט צו דינען‬
‫אלס דער פארמיטלער דארט אין פאריזלא‪ ,‬אז ווער עס וויל קויפן דעם בילד זאל זיך צו אים מעלדן‪ ,‬און‬
‫ער וועט זעהן אז עס זאל אנקומען פון ווארשא קיין פאריז‪ ,‬ערשליסט ער זיין בריוו מיט די ווערטער "וה'‬
‫יסיר מקרבנו כל שנאה וקטטה ולא יתקנאו ישראל זה בזה‪ ,‬ושלום עלינו ועל כל ישראל"‪.‬‬
‫ווי עס קוקט אויס האט דער "אחד מחסידי חב"ד" געהאט דאס לעצטע ווארט אין יענע תקופה‪ ,‬ווען אינעם‬
‫'המליץ' פון ח' שבט תר"ן איז ער ווידער דא מיט א פרישע בריוו‪ ,‬דאסמאל שרייבט ער בקיצור אז פונקט‬
‫האט ער באגעגענט סימוכין לדבריו‪ ,‬אין א אויסגאבע בשם 'האסיף'לב וואו א שרייבער מיטן נאמען‬

‫כט די צוויי דערמאנטע חכמים זענען געווען פריערדיגע פיליזאפישע חוקרים פון איטאליע‪ ,‬וואס עס פארשטייט יעדער איינער‬
‫אז דער צושטעל פון זייערע בילדער צו בילדער פון אבות החסידות האט נישט קיין שייכות בכלל ואכמ"ל‪.‬‬
‫ל עס איז טאקע פארהאן א באקאנטער געמאלענער בילד פונעם רבי ר' יהונתן אייבשיץ זצ"ל אבער עס איז נישט באקאנט אז‬
‫דער בילד זאלן האבן געווארן געדרוקט אין זיינע ספרים‪ ,‬און נאכדערצו דורך רבי יהונתן זעלבסט‪.‬‬
‫לא דאס קען גאר זיין דער הויפט סיבה וואס האט געברענגט גאלדבלום צו שרייבן דעם בריוו‪...‬‬
‫לב דער 'האסיף' פלעגט ערשיינען אין ווארשא איין מאל יאר צווישען די יארן פון תרמ"ה – תרנ"ה‪ ,‬עס איז געווען אנגעפירט‬
‫דורך דעם משכיל נ‪ .‬סאקאלאוו און האט אנטהאלטן מאמרים פון פארשידענע חוקרים‬

‫זיסקינד ראבינאוויץלג שרייבט אן ארטיקל אונטערן קעפל "תולדות משפחת שניאורסאן" און דארט‬
‫דערציילט ער אז דאס וואס עס איז דא באקאנטער בילד פון הרה"ק רבי מנחם מענדל זצ"ל פון‬
‫ליובאוויטש באקאנט אלס דער צמח צדק‪ ,‬דאס האט איינע פון די מעלערס געמאכט פון אים "אקעגן זיין‬
‫רצון‪ ,‬ווייל די חסידישע רבי'ס ווילען נישט איבערלאזן זייערע בילדער פאר שפעטערדיגע דורות"‪ ,‬האט‬
‫איר א "עדות נאמנה" פון איינעם וואס קען גוט די ענינים ביי די "צדיקי חב"ד" און ער שרייבט אויך‬
‫קלאר אז דאס איז איז אפגעפרעגט‪.‬‬

‫דער באקאנטער בילד פונעם צמח צדק פון ליובאוויטש זצ"ל וואס לויט געוויסע מקורות איז דער‬
‫בילד געמאלן געווארן שלא ברצונו‬
‫ממילא‪ ,‬פירט ער אויס‪ ,‬היות מיין עיקר טענה איז בכלל נישט געווען צו דער בילד איז יא אמת אדער‬
‫נישט‪ ,‬נאר אויפן עצם 'היתר' פון אראפמאלן און פארשפרייטן דעם בילד‪ ,‬פארשטייט יעדער איינער אז‬
‫דער גאנצער בריוו פון יאפ"ז פון פאר יז האט נישט קיין האפט אין דעם נושא‪ ,‬ווייל ער איז נאר דן אינעם‬
‫אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬און דאס איז "שלא ממין הטענה"‪.‬‬
‫די דעבאטע ווערט געשלאסן פאר א צייט אפשניט פון פופציג יאר‪ :‬א פרישער שטורעם אנשטייט‬
‫איבער די אויטענטישקייט פונעם בילד‪ ,‬דאסמאל א פערזענליכער עדות פונעם מעלער זעלבסט!‬
‫דער דערמאנטער בריוו איז ווארשיינליך געווען דער לעצטער אין יענע סעריע פון בריווען אינעם המליץ‪,‬‬
‫עס איז נישט באקאנט ווי שטארק דער פולמוס האט אפגעשטעלט דעם פלייץ פונעם פארקויפן דעם בילד‪,‬‬
‫מיר טרעפן נאך נאכדעם פארשידענע מודעות אין די צייטונגען אין לויף פון די פאלגענדע יארן מיט‬
‫רעקלאמעס איבערן בילד‪ ,‬אין איין מודעה צעהן יאר נאכן אריגינעלן ערשיינונג פונעם בילדלד‪ ,‬מעלדט ר'‬
‫לג אלכסנדר זיקינד ראבינאוויץ איז געווען פון די שטאט ליאדי וואו ער איז געווען דער גבאי אינעם ביהמ"ד פון די חסידים פון‬
‫רחש"ז פון ליאדי‪ ,‬ער איז מיט דער צייט געווערן צוגעצויגן צו השכלה און ציונות‪ ,‬דורך וועלכע ער איז ליידער גענצליך אראפ‬
‫פון גלייכן וועג‪ ,‬אינעם דערמאנטן 'האסיף' פון שנת תרמ"ט באשרייבט ער ערשט‪-‬האנטיג איבער דער טיילונג אין חב"ד נאך די‬
‫פטירה פונעם צמח צדק‪ ,‬און איבער דאס אדמורו"ת פון זיין זון רבי חיים שניאור זלמן פון ליאדי ז"ל‪.‬‬
‫לד געדרוקט אין הצפירה שנת תרנ"ט‬

‫שמריה שניאורסאן אז ער האט פארקויפט די רעכטן פונעם בילד‪ ,‬פאר א פירמע 'היימאן שמיט' פון‬
‫בערלין‪ ,‬אזוי איז אנגעגאנגען דאס פארשפרייטונג פונעם בילד‪.‬‬

‫מעלדונג פון ר' שמרי' שניארסאהן אז ער פארקויפט די רעכטן איבער די פארשפרייטונג פונעם‬
‫בילד פונעם בעל התניא זצ"ל‬
‫מ'ברויך פארצייכענען אז צוביסליך אז דער גאנצער ענין פון בילדער געווארן אסאך מער פאפולער‪,‬‬
‫ספעציעל מיט די צייט ווען עס איז שוין געווען פאטאגראף אפאראטן‪ ,‬און מער סאפיסטיקירטע וועגן צו‬
‫כאפן בילדער אן ברויכן אראפמאלן א בילד פון א מענטש‪ ,‬איז אויטאמאטיש געווארן א פארשפרייטונג‬
‫פון בילדער פון רביים און רבנים‪ ,‬אזוי ארום אז אין די לעצטע צוואנציג יאר פאר די קריג‪ ,‬איז שוין‬
‫געווען בילדער פון כמעט יעדן חסידי'שען רבי אדער רב פון א שטאט‪ ,‬וואס האט גענידערט די אינטערעסע‬
‫פונעם בילד פונעם בעל התניא‪.‬‬
‫אין חודש כסלו שנת תרצ"ו לרגל פונעם יו"ט אין ליובאוויטש י"ט כסלו‪ ,‬ווען די חסידים צייכענען אפ די‬
‫באפרייאונג פונעם אלטען רבי'ן דער בעל התניא זי"ע‪ ,‬האבן ליובאוויטשער חסידים געדרוקט דעם בילד‬
‫אין זייער אויסגאבע בשם "התמים"לה‪ ,‬דער בילד איז ערשינען במלוא הודו והדרו‪ ,‬מיט די אויפשריפט‬
‫"תמונת תואר פני קדש הקדשים הוד כ"ק אדמו״ר הזקן זצוקללה״ה נבג״מ זי״ע"‪ .‬ווי עס איז משמע פונעם‬
‫'התמים' מיט צוויי יאר שפעטער‪ ,‬האט דאס מפרסם זיין דעם בילד ווידעראמאל אויפגעוועקט די‬
‫מערערים‪ ,‬און דאס אפצושלאגן האט די מערכת געדרוקט עטליכע מאמרים און בריווען וועלכע טוען‬
‫באשטעטיגען די אויטענטישקייט פונעם בילד‪.‬‬

‫לה דער 'התמים' פלעגט ערשיינען אין ווארשא איין מאל א יאר אין די יארן פון תרצ"ה ביז תרצ"ט – דער לעצטער קובץ אין‬
‫וועלכע די נאכפאלגנדע בריווען זענען געדרוקט געווארן שטייט אויפן שער‪-‬בלאט כסלו תרח"ץ‪ ,‬דער אמת איז אז דער קובץ‬
‫איז הערשט געדרוקט געווארן הערשט אום תרצ"ט‪ ,‬אזוי ווי מ'זעהט פונעם גוי'אישען יאר ‪ ,8797‬נאר זיי האבן דאס גערופען‬
‫אז דאס איז מאמרים פון שנת תרח"ץ‪.‬‬

‫שער בלאט פונעם קובץ 'התמים' וואו חסידי חב"ד האבן בשנת תרצ"ו פריש מפרסם געווען דעם‬
‫בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬און דערמיט אויפגעוועקט דעם אלטן דעבאטע איבער די אויטענטישקייט‬
‫פונעם בילד‬
‫ווער און וואס זענען געווען די פרישע מערערים? אום חודש סיון שנת תרצ"ח איז אינעם צייטונג 'הארץ'‬
‫פון ארץ ישראל געווען געדרוקט א בריוו‪ ,‬דער בריוו איז געווען רגעשריבען דורך צוויי פרייע חוקרים;‬
‫מרדכי נארקיסלו און אברהם שרוןלז‪ ,‬זייער בריוו אונטערן קעפל "לתולדות התמונה של ר' שניאור זלמן‬
‫מליאדי" האט אויפגעריסען ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג‪ ,‬אנטהאלטנדיג ערשט‪-‬האנטיגע עדות פונעם‬
‫מעלער זעלבסט‪ ,‬אז דער ברייט פארשפרייטער בילד וואס האט מיט פופציג יאר בעפאר באלאכטען די‬
‫חסידי'שע וועלט‪ ,‬איז נישט מער ווי א בלויזער בלאף און א שווינדל פונעם מוציא לאור‪.‬‬
‫אינעם בריוו דערציילן די צוויי שרייבער אז מיט ‪ 81‬יאר פריער בשנת תרפ"ז‪ ,‬האט פראפעסאר באריס‬
‫ש"ץלח זיי פארטרויעט מיט די פאלגנדע געשיכטע‪ :‬אין די יארן פון תרמ"ז‪-‬תרמ"ח ווען ער איז געווען א‬
‫אינגער סטודענט אינעם ווארשא קונצטווערק אונעווירזיטעט‪ ,‬וואו ער פלעגט שטודירען מעלעריי‪ ,‬האט‬
‫ער זיך באפריינדעט מיט אן אייניקל פונעם בעל התניא מיטן נאמען ר' שמריה שניאורסאן‪ ,‬איין טאג האט‬
‫זיך ר' שמריה זייער אויסגערעדט פאר ש"ץ אז ער האט פארלוירן זיין פרנסה און ער האט נישט קיין לחם‬
‫לאכול‪ ,‬ש"ץ וועלכער האט אים זייער געשוינט האט אים געמאכט א וואזשנער אפפער‪ ,‬נעמליך אז ער‬

‫לו נארקיס איז געווען א גרויסער פארשער פון אנטיקען און אנפירער פון פארשידענע מוזעאומס און ביבליאטעקן אין אר"י‬
‫לז שרון האט אריגינעל געהייסן שוואדראן‪ ,‬ער איז געווען אן אייניקל פון א ברודער פונעם מהרש"ם פון ברעזאן‪ ,‬ער איז א‬
‫גאנץ לעבן געווען א זאמלער און פארשער פון פארטרעיטן און אלטע בילדער‪ ,‬ער האט זיך ספעציאליזירט אין נאכפארשן‬
‫בילדער און זייער אויטענטישקייט‪ ,‬מיט ליואבוויטש האט ער געהאט א באזונדערן אפיר‪ ,‬ווען ער האט אנטדעקט די ספקות‬
‫איבער די אזויגערופענע "גניזה החרסונית" וואןעס זענען אנגעבליך אנטדעקט געווארן אריגינעלע בריווען פונעם בעשה"ק‬
‫ותלמידיו‪ ,‬וואס דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין דערינען‪.‬‬
‫לח דאס איז דער אויבנדערמאנטער זלמן דוב ש"ץ‪ ,‬וואס מיט די יארן ה אט ער זיך פארגוי'אישט דעם נאמען‪ ,‬עס לאזט זיך‬
‫דעבאטירען אז זייט ש"ץ איז געווארן פריי‪ ,‬האט ער געהאט אן אינטערעסע אויפצוקומען מיט די געשיכטע‪ ,‬אפצו'חוזק'ן פון די‬
‫חסידים‪.‬‬

‫וועט אויסמאלן א בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬וואס מ'וועט דאס פארקויפן אלס אויטענטיש‪ ,‬ר' שמריה וועט‬
‫באקומען די אויסשליסליכע רעכטן איבערן בילד‪ ,‬און די רווחים וועלן קומען נאטורליך!‬
‫פאר ר' שמריה איז דער פלאן זייער געפאלן‪ ,‬קיין בילד פונעם בעל התניא האבן זיי אבער נישט געהאט‪,‬‬
‫און וויבאלד עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט אז ר' שמריה ענדעלט אינעם זיידען דער בעל‬
‫התניא‪ ,‬האט ש"ץ אראפגעמאלן די צורה פון ר' שמריה‪ ,‬און דאס איז געווארן דער היינט וועלטס‬
‫פארשפרייטער בילד פונעם בעל התניא‪ .‬אלס א ראיה צו די מעשה‪ ,‬האט ש"ץ צוגעלייגט פאר די צוויי‬
‫שטודירער‪ ,‬אז אין די ערשטע העתקות פונעם בילד קען מען נאך זעהן זיין נאמען "ז‪ .‬ש"ץ" אונטען פונעם‬
‫בילדלט‪.‬‬
‫די צוויי שרייבערס זענען מוסיף אז דאס איז אמת אז ש"ץ האט זיך געדרייט אסאך ביים גראף טישקעוויץ‬
‫אינעם סאלאן‪ ,‬און אז דארט זענען געווען אסאך היסטארישע בילדער‪ ,‬אבער דאס איז בכלל נישט קיין‬
‫באווייז אויף דעם בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬פארקערט‪ ,‬אזוי האט ער פשוט פארשטערקערט אז מען זאל‬
‫אים גלייבן אז דער בילד איז אויטענטיש‪ ,‬מיטן צולייגען די שיין קלינגענדיגע פאקטן און טעאריעס איבער‬
‫די היסטאריע פונעם בילד‪.‬‬
‫לויט ווי נארקיס און שרון שרייבען‪ ,‬האבן זיי זיך נישט געפוילט‪ ,‬זיי האבן אפגעשריבען בריווען צו‬
‫עטליכע פראפעסארן און מומחים אויף דעם געביט פון אלטע פארטרעטן‪ ,‬ספעציעל האבן זיי זיך געוואנדן‬
‫צו א געוויסן פראפעסאר אין ווילנא וואס ער האט אסאך שטודירט די טישקעוויץ בילדער קאלעקציעס‪,‬‬
‫און זיין אנטווארט איז געווען אז אין קיין איינע פון די טישקעוויץ קאטאלאגען ווערט נישט דערמאנט קיין‬
‫זכר איבער א בילד פון דעם בעל התניא‪.‬‬
‫און כאטש וואס איינער מ‪ .‬שניאורסאן אן אייניקל פון בעל התניא‪ ,‬און אנדערע ליובאוויטשער חסידים‬
‫האבן זיי אויפמערקזאם געמאכט די פאקט‪ ,‬אז צווישען חסידי חב"ד איז אנגענומען אז ווען דער בילד איז‬
‫נתפרסם געווא רן‪ ,‬זענען נאך געווען זקנים וואס האבן געדענקט די צורה פונעם אלטן רבי'ן און זיי האבן‬
‫באשטעטיגט אז דאס איז זיין הייליגע צורה‪ ,‬אויף דעם זאגן די צוויי‪ ,‬אז דאס איז בכלל נישט קיין ראי'‬
‫ווייל לויט דעם דערמאנטן עדות פון ש"ץ‪ ,‬איז דאך דער בילד לכתחילה אראפגעמאלן געווארן פון א צורה‬
‫וואס האט געענדלט אינעם בעל התניא‪ ,‬איז פארשטענדליך אז זקנים וואס האבן נאר געדענקט די צורה‬
‫פון איבער זיבעציג יאר בעפאר‪ ,‬זאלן מדמה זיין און זאגן אז דאס איז טאקע די צורה‪.‬‬
‫דעם בריוו פירען די צוויי שרייבער אויס מיט די ווערטער "אנחנו מודידעים את הענין ברבים‪ ,‬כדי‬
‫להעמיד דבר על אמתו"‬
‫דער ליובאוויטשער רבי כ"ק אדמו"ר מהריי"צ זצ"ל ווערט אריינגעשלעפט אין די דעבאטע‪ :‬נייע‬
‫עדות איבער די אויטענטישקייט פונעם בילד‬
‫עס איז איבריג צו זאגן אז דער בריוו האט אויפגעברענגט א שטורעם איבער די וועלט‪ ,‬ובפרט צווישען‬
‫ליובאוויטשער חסידים‪ ,‬דעמאלט זענען שוין געווען צייטן ווען פון אלע פארשידענע דינאסטיעס פון חב"ד‬
‫איז בלויז פארבליבען דער ליובאוויטשער הויף‪ ,‬בנשיאות האדמו"ר רבי יוסף יצחק שניאורסאן זצ"ל‬
‫באקאנט אלס דער מהריי"ץ‪ ,‬דער מהריי"ץ האט ממלא מקום געווען זיין פאטער דער מהרש"ב אלס דער‬
‫אייניציגער בן יחיד‪ .‬אין די יארן פון וועלכע מיר שמועסן דא‪ ,‬די לעצטע עטליכע יאר פאר די קריג‪ ,‬איז‬
‫דער מהריי"צ געווען א מלך בישראל‪ ,‬מיט טויזנטער חסידים איבער די גאנצע וועלט‪ ,‬א צייט ווען דער‬
‫בילד פונעם התניא איז שוין געווען פארשפרייט בארבע כנפות הארץ‪ ,‬און דא זענען אלע אויגן געווען‬
‫געוואנדן צום איינציגען לעצט פארבליבענעם יורש עצר מבית המלכות‪ ,‬אז ער זאל זאגן דעם דבר‬
‫המלכות איבער דעם אמת פונעם בילד‪.‬‬
‫לט הרב מונדשיין אין זיין צווייטן ארטיקל אינעם כפ"ח ברענגט ארויס די לעכערליכקייט פון די טעאריע‪ ,‬אז אויב וואלט ער‬
‫אראפגעמאלן א בילד פון א לעבעדיגען פערזאן ווי ר' שמריה און דאס פארקויפט אלס א בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬וואלט יעדער‬
‫באלד געזעהן אז דאס איז פאלש‪ .‬די טענה קען מען גרינג פארענטפערן‪ ,‬אז אלס מעלער האט ער נאר גענוצט ר' שמריה אלס אן‬
‫אנהייב‪ ,‬און מיטן כח הדמיון האט ער שוין צוגעשטיקעלט און אראפגענומען כאוות נפשו‪.‬‬

‫די חברי המערכת פונעם התמים האבן געשפירט דעם אחריות‪ ,‬און באלד אין די ערשטע בלעטער פונעם‬
‫קומענדיגען 'התמים' וואס איז געדרוקט געווארן בשנת תרצ"ט‪ ,‬שרייבען די עורכים ווי פאלגענד‪:‬‬
‫"נאכדעם וואס מיר האבן געדרוקט דעם בילד פון הוד כ"ק אדמו"ר הזקן נ"ע זצוקלה"ה אינעם צווייטען‬
‫באנד פון התמים‪ ,‬האבן מיר ערהאלטן ווענדונגען פון פארשידענע ריכטונגען‪ ,‬מיט שאלות און חקירות‬
‫איבער די אוי טענטישקייט און מקור פונעם בילד‪ ,‬היות אז בשעתו ווען דער בילד איז מתחלה נתפרסם‬
‫געווארן בשנת תרמ"ט דורך ר' שמרי' שניאורסאן פון ווארשא‪ ,‬איז פארגעקומען א שקלא וטריא אין די‬
‫דעמאלטדיגע צייטונגען‪ ,‬און מאנכע האבן ארייגעלייגט דעם גאנצן בילד אין א ספק צו דאס איז טאקע‬
‫פונעם בעל התניא‪.‬‬

‫דער ליובאוויטשער רב כ"ק אדמו"ר רבי יוסף יצחק שניאורסאן זצ"ל באקאנט אלס דער‬
‫מהריי"צ‪ ,‬דער מהריי"צ האט פארעפנטליכט זיינע טאג‪-‬בוך מעמוארן אפצוענטפערן אויף די נייע‬
‫ערעורים קעגן דעם בילד‬
‫דערפאר האבן מיר געשפירט פאר ריכטיג זיך צו ווענדן צו כ"ק אדמו"ר שליט"א‪ ,‬און אלס אנטווארט‬
‫האט דער רבי האט אונז געגעבן רשות מפרסם צו זיין אינעם היינטיגען קובץ‪ ,‬שטיקלעך פון זיין‬
‫פריוואטער טאג‪-‬בוך וואס ער האט זיך נאך פארצייכנט אין יאר תרנ"ו‪ ,‬מיט ענינים וואס ער האט יענע‬
‫צייט געהערט איבער דעם בילד‪ ,‬וואס די סיפורים און נאטיצען זענען קלאר מעיד אויף די אמת'דיגקייט‬
‫פונעם בילד"‬
‫דא הייבן זיך אן א סעריע מיט איינטראגעס פונעם מהריי"צ'ס פערזענליכער טאג‪-‬בוך‪ ,‬די ערשטע איז פון‬
‫כ' טבת תרנ"ו‪ ,‬דער ליובאוויטשער רבי דערציילט וואס ער האט געהערט יענעם טאג פון "החסיד ר'‬
‫אברהם דוב מבאברויסק" וואס ער האט געהערט פון ר' אהרן ליפשיץ אז ער האט אליינס געזעהן דעם‬
‫בילד נ אך אין פעטערבורג‪ ,‬ווען ער איז אמאל דארט געווען אויף א שליחות פונעם צמח צדק אינאיינעם‬
‫מיט דעם מהר"ש פון ליובאוויטש‪.‬‬
‫דערויף גייט דער מהריי"צ אריין אינעם לענגערן סיפור איבער וועלכע שליחות דער מהר"ש איז דעמאלס‬
‫געפארן מיט ר' אהרן ליפשיץ קיין פעטערבורג‪ ,‬און ער לייגט צו וואס ר' אהרן ליפשיץ האט פונקטליך‬

‫דערציילט אז ווען זיי האבן געהאט אפאר טאג דארט‪ ,‬דארפנדיג ווארטן פון איין זיצונג צום אנדערן‪ ,‬האט‬
‫זיי א געוויסער שר אריינגערופען צייגן אלטע בילדער‪ ,‬און אינערצווישען איז זייערע אויגן געפאלן אויף‬
‫דעם בילד וואס אונטער דעם איז געשטאנען קלאר אז דאס איז דער בעל התניא‪ .‬ר' אברהם דוב פון‬
‫באברויסק האט צוגעלייגט אז ווען ער האט די זעלבע מעשה דערציילט פאר די צוויי זון פון רבי יהודה‬
‫לייב פון קאפוסט; רבי שלום דובער פון רעציצא און רבי שמריה נח פון באברויסקמ‪ ,‬האבן זיי‬
‫באשטעטיגט אז זיי האבן אויך געהערט די מעשה פון ר' אהרן ליפשיץ‪.‬‬

‫אן אומקלארע בילד פון הרה"צ רבי שמרי' נח שניאורסאן זצ"ל אדמו"ר מבאברויסק‪ ,‬וואס לויט די‬
‫זכרונות פונעם מהריי"צ האט ער באשטעטיגט אז מ'האט שוין געוואוסט פונעם בילד אין‬
‫פעטערבטרג לאנג בעפאר ר' שמריה האט דאס מפרסם געווען‬
‫נאכדעם קומט אן עדות פון החסיד ר' שמואל הלוי מאזינקער וואס ער האט אליינס געהערט פונעם רבי‬
‫דער מהר"ש אז דער בילד איז אריגינעל און אמת‪ ,‬און אזוי קומען דארט נאך עדיות פון פארשידענע‬
‫ליובאוויטשער חסידים‪ ,‬יעדע מיט אן אנדערע קנייטש‪ ,‬אויך איבער די ענליכקייט פון דעם בעל התניא'ס‬
‫זון רבי חיים אברהם‪ ,‬וויאזוי חסידם האבן מעיד געווען אז ער האט אויסעגעזעהן גענוי ווי זיין פאטער‬
‫דער בעל התניא‪.‬‬
‫צום סוף ברענגט דערט דער מהריי"צ וואס ער האט געהערט ביי א געלגענהייט פון די באבע הרבנית‬
‫רבקה אשת אדמו"ר מהר"ש מליובאוויטש זצ"ל‪ ,‬די רביצין רבקה האט דערציילט די דערמאנטע מעשה‬
‫פון די נסיעה בשנת תרט"ו פונעם מהר"ש מיט דעם חסיד ר' אהרן ליפשיץ קיין פעטערבורג און וויאזוי זיי‬
‫האבן דארט געטראפן דעם בילד‪ ,‬און אהיימקומענדיג האט דער מהר"ש דערציילט דערוועגן פאר זיין‬
‫פאטער דער צמח צדק‪ ,‬וועלכער האט זייער שטארק געוואלט זעהן דעם בילד‪ .‬שפעטער בשנת תרי"ט ווען‬
‫דער מהר"ש איז ווידעראמאל געפארן קיין פעטערבורג‪ ,‬האט דער צמח צדק געבעטן אז ער זאל פרובירען‬

‫מ דאס זענען צוויי זון פון רבי יהודה לייב פון ק אפוסט בן הצמח צדק איבער וועלכע מיר האבן שוין אויב געשריבען‪ ,‬די חידוש‬
‫פון די מעשה איז‪ ,‬אז אויב האבן די קאפוסטער קינדער געוואוסט דערפון‪ ,‬פארוואס דערמאנט דאס נישט דער 'מגן אבות' אין‬
‫זיין תעודה פאר ר' שמריה שניאורסן‪ ,‬וואס מיר האבן געברענגט פון אנהייב פונעם ארטיקל‬

‫צו באקומען דעם בילד‪ ,‬אבער טראץ דעם וואס ער איז יענע מאל דארט געווען איבער א חודש צייט‪ ,‬האט‬
‫ער נישט באוויזען צו טרעפן דעם גראף צו קענען ברענגען דעם בילד‪.‬‬
‫דערציילט די רביצין ווייטער אז ביי א קומענדיגע געלעגנהייט בשנת תרכ"ב האט דער מהר"ש יא‬
‫באוויזען‪ ,‬פאר גאר אסאך געלט און א גרויסן משכון אהיימצוברענגען דעם בילד צום צמח צדק‪ ,‬און איין‬
‫טאג האט ער איר אריינגערופען צום צמח צדק אין שטוב‪ ,‬בתנאי כפול האט דער מהר"ש איר אנגעזאגט‬
‫אז זי טאר נישט דערציילן פאר קיינעם איבער די בילד‪ ,‬דעמאלס איז זי געווען אינעווייניג ביים שווער‬
‫דער צמח צדק‪ ,‬וועלכער האט זיך אנגעטאן בגדי שבת לכבוד דעם בילד‪ ,‬און פאר א לאנגע צייט האט ער‬
‫זיך איינגעקוקט דערינען‪ ,‬איידער מען האט דעם בילד צוריקגעשיקט צום גראף‪ .‬לייגט די רביצין צו‪ ,‬אז‬
‫מיט יארן שפעטער ווען דער בילד פון ר' שמריה שניאורסאן איז מפורסם געווארן‪ ,‬האט זי געזעהן אז דאס‬
‫איז טאקע די זעלבע בילד וואס זי האט געזעהן ביים צמח צדק אויפן טיש‪ ,‬פונעם גראף פון פעטערבורג‪.‬‬
‫די אלע אויבנדערמאנטע עדות האבן די עורכים געדרוקט אינעם התמים‪ ,‬באזירט אויפן פערזענליכען‬
‫טאג בוך פונעם ליובאוויטשער רבי דער מהריי"צ‪ ,‬נאכדעם האבן זיי דארט געדרוקט עטליכע דאקומענטן‬
‫אויף רוסיש מיט לשה"ק פארטייטשונגען‪ ,‬וואס די בריווען ברויכן צו זיין די דאקומענטן אין וועלכע דער‬
‫פוילישער גראף באשטעטיגט פאר דעם מעלער זלמן ש"ץ אז די קאפיעס זענען גוט נאכגעמאלן‪ ,‬און אז‬
‫דער אריגינעלער בילד איז פונעם בעל התניא‪.‬‬
‫אויסער די דערמאנטע איינטראגעס פונעם טאג בוך‪ ,‬איז אויך פארבליבען עטליכע בריוועןמא אויסטוישען‬
‫פון דעם דערמאנטען שרייבער אברהם שרון‪ ,‬נאכדעם וואס ער האט מפרסם געווען די הכחשה‪ ,‬איינס‬
‫דערפון איז א פערזענליכער בריוו פונעם מהריי"צ‪ ,‬אנדערע זענען בריוו אויסטויש מיט עמיצער יהודה‬
‫פריד פון חיפה‪ ,‬וואס ער זאגט עדות בשם א געוויסער אייזיק אסתרין פון באברויסק וואס האט געהערט‬
‫פון גראף טישקעוויץ זעלבסט אז ער האט א בילד פונעם בעל התניא‪ ,‬אויף דעם פרעגט שרון צוריק‪ ,‬אז‬
‫ער האט דאך נישט געזאגט אז עס עקזעסטירט נישט אזא בילד‪ ,‬נאר אז לויט ש"ץ איז זיין בילד נישט‬
‫געמאלן געווארן פון א פריערדיגען בילד‪ ,‬נאר דאס איז געווען אן אייגענער דמיון און פראוו‪.‬‬
‫עס איז נישט משמע אז שרון און נארקיס זאלן האבן צוריקגעצויגן פון זייער באהויפטונג‪ ,‬און עס איז‬
‫זייער שווער היינט מיט איבער זיבעציג יאר שפעטער דן צו זיין‪ ,‬צו דער עדות פון ש"ץ איז טאקע געווען‬
‫אמת‪ ,‬אפשר גייט דאס אריין אין כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד‪ ,‬ער איז דאך געווען דער אריגינעלער‬
‫ממציא פונעם בילד‪ ,‬אבער דאך אז מ'שטעלט דאס צוזאמען מיט די אריגינעלע טענות באלד ווען דער בילד‬
‫איז ערשינען‪ ,‬זעהט מען אז דאס איז שוין דעמאלס געווען אונטער א פראגע צייכן‪.‬‬
‫פון די אנדערע זייט איז דאך דא די עדות און דער טאג‪-‬בוך פונעם ליובאוויטשער רבי דער מהריי"צ‪ ,‬וואס‬
‫כשלעצמו ברויך דאס א שטארקער בירור‪ ,‬ווייל אויב איז דאס געווען אזוי שטארק אנגענומען ביים‬
‫מהר"ש וועלכער‪ ,‬לויט די סיפורים‪ ,‬איז גאר געווען פון די יחידים ממש וואס האבן געזעהן דעם בילד בחיי‬
‫הצמח צדק‪ ,‬פארוואס האט מען נישט געהערט פונעם מהרש"ב בשעת ווען דער בילד איז נתפרסם‬
‫געווארן‪ ,‬צו באשטעטיגען דעם בילד‪ ,‬סיידען אז מ'וועט זאגן אז היות ר' שמריה איז געווען אפילאירט מיט‬
‫קאפוסט‪ ,‬האט דער שטרייט צווישען די הויפן געפירט אז מ'זאל בשעתו באיקאטירען דעם בילד אין‬
‫ליובאוויטש‪ ,‬און הערשט מיט פופציג יאר שפעטער‪ ,‬ווען די מחלוקה איז שוין לאנג פארגעסן געווארן‪,‬‬
‫הערשט דאן איז ארויסגעקומען די אלע פרישע עדיות‪.‬‬
‫עס איז בלויז שפעקולאציעס און עס לאזט זיך אסאך אריינקלערן‪ ,‬צווישען די קשיות זענען פארהאנען‬
‫שטארקע‪ ,‬און צווישען די עדות זענען פארהאן באגלייבטע‪ ,‬והבוחר יבחר‪ ,‬מיר וועלן נאר אויספירען מיט‬
‫די ווערטער וואס דער מהריי"צ שרייבט דארט אינעם טאג‪-‬בוך בשם אן אלטער חב"ד'סקער חסיד ר' חנוך‬
‫הענדל קוגל פון פלעשניץ‪ ,‬ר' הענדל האט זיך אויסגעדרוקט ווען דער בילד איז ארויסגעקומען "דעם אלטן‬

‫מא די בריווען האט דער דעמאנטער חוקר הרב יהושע מונדשיין הי"ו מפרסם געווען אין זיין צווייטער ארטיקל איבער די נושא‪,‬‬
‫מיר האבן ערהאלטן רשות פון הרב מונדשיין זיך צו באנוצען מיט די אינפארמאציע פון זיינע ארטיקלען ותשוח"ח לו שיתברך‬
‫ממעון הברכות‬

‫רבי'נס פארטרעט (בילד)‪ ,‬זעהט מען אין תניא" מיינענדיג אז א חסיד זעהט דעם רבין ביים לערנען זיינע‬
‫ספרים‪ ,‬און נישט אין א געמאלענעם בילד ודפח"ח‪.‬‬
‫ותמונה אינכם רואים זולתי קול‬

‫דער בילד‬