You are on page 1of 4

‫‪1‬‬

‫פארוואס האבן תושבי‬
‫בארא פארק‬
‫אריינגעשטעלט ר' דוד‬
‫גרינפעלד אלס שליח‬
‫ציבור?‬
‫פארוואס איז ר' דוד‬
‫גרינפעלד דער‬
‫פאפולערסטער חרדישער‬
‫פאליטישער פירער‪ ,‬וואס‬
‫ציהט אן א ניינציג‬
‫פראצענט שטיצע אין די‬
‫דיסטריקט?‬
‫פארוואס זענען דא‬
‫מענטשן וואס זענען גרייט‬
‫צו צאלן געלט צו באשמוצן‬
‫ר' דוד‪ ,‬טראץ וואס ער איז‬
‫אזא פאפולערער‬
‫פאליטישען?‬

‫מיט דריי יאר צוריק איז געווען‬
‫וואלן אין בארא פארק‪ ,‬פאר די פאזיציע פון‬
‫קאונסיל מעמבער‪.‬‬
‫די צוויי זייטן זענען געווען אינטערסאנט‪ ,‬פון‬
‫איין זייט איז געווען א איד‪ ,‬אן עלטערער‬
‫אקטיוויסט מיט א ריזן קאמפיין קאסע און‬
‫מיט די שטיצע פון רוב אלטגעזעסענע‬
‫מאכערס און שוויצערס‪ ,‬אונטערן נאמען "דער‬
‫אחדות קאנדידאט"‪.‬‬
‫אקעגן איז געלאפן א יונגערמאנטשיק מיט א‬
‫רויט בערדל‪ ,‬אן קיין סאך געלט‪ ,‬אן קיין שום‬
‫שטיצע פון די גרויסע עסטאבלישמענט‪ ,‬ער‬
‫האט בלויז גערעדט צו מענטשן און‬
‫געשמועסט מיט עסקנים און וואוילע אידן‬
‫אין שטאט‪ ,‬און ער האט זיך גערופן "דעם‬
‫ציבור'ס קאנדידאט"‪.‬‬
‫והנה און נון‪ ,‬צו אלעמענס וואונדער איז‬
‫געווען די נאכט פון די וואלן‪,‬און דער גוט‬
‫פינאנצירטער‪ ,‬עסטאבלישמענט ערוויילטער‬
‫האט פארלוירן צום יונגן עמאטשור!‬
‫די חרדישע בארא פארקער גאס איז געווען‬
‫אין שאק! הלמאי‪ ,‬דער יונגערמאן‪ ,‬וואס האט‬
‫אליין געפירט א קאמפיין אן די אלע גרויסע‬
‫קאמפאניס און פענסי נעמען‪ ,‬האט געווינען?!‬
‫אבער דאס פאלק האט געזאגט דאס זייניגע!‬
‫וואס האט די פאלק געזאגט מיטן שטימען‬
‫פאר ר' דוד גרינפעלד?‬
‫דאס פאלק האט געזאגט קלאר‪ :‬מיר ווילן א‬
‫פירערשאפט פון יחידים‪ ,‬ערוויילט דורך די‬

‫יחידים‪ ,‬פאר די אינטערעסן פון די יחידים!‬
‫אזוי ווי אין יעדע געגנט פארמאגט‬
‫בארא פארק מאכטפולע מענטשן מיט געלט‬
‫און איינפלוס‪ ,‬און די סדר פלעגט זיין אז‬
‫זייערע אינטערעסן ווערן אדרעסירט‪ ,‬און די‬
‫פאליטישאנס זענען דא זיי צו העלפן‪ .‬בארא‬
‫פארק האט פארמאגט אן עסטאבלישמענט‬
‫פון עשירים און מאכערס וואס האבן גערוקט‬
‫זאכן ווען עס איז געווען אין זייערע‬
‫אינטערעסן‪ .‬ווער עס האט געהאט מאכט‬
‫אדער געלט‪ ,‬האט געקענט דורכפירן זאכן און‬
‫דער פשוטער המון עם האט נישט געקענט‬
‫קומען אפילו נאנט צו כלל טוער‪.‬‬

‫מער נישט!‬

‫דוד איז געווען דער קליינער אדמוני יפה‬
‫עינים וואס האט זיך אויפגעשטעלט צוברעכן‬
‫דעם גרויסן גליית‪ ,‬ר' דוד איז אריינגעקומען‬
‫דורך המון עם תושבי בארא פארק צו זארגן‬
‫זיך פאר די טאג טעגליכע זארגן און ווייטאגן‬
‫פון יעדן איד אין גאס וואס זוכט אז מען זאל‬
‫זיך זארגן פאר אים‪ ,‬זיך זארגן פאר די‬
‫זיכערהייט פון די שטאט‪ ,‬זיך זארגן פאר‬
‫בעסטע שטאטישע סערוויסעס און אן אדרעס‬
‫פראבלעמען‪.‬‬
‫פון‬
‫פאל‬
‫אין‬
‫די כח פלעגט ליגן אין די הענט פון אן עליטע‬
‫וואס האט געפירט די שטאט; די עליטיסטן‬
‫האבן געזוכט אנצוהאלטן די העגעמאניע אין‬
‫שטאט‪ ,‬אבער די המון עם‪ ,‬האבן‬
‫אויפגעפאדערט קלאר און הויך אז זיי‬

‫זוכן א שליח ציבור פאר די גאנצע שטאט!‬
‫ר' דוד איז טאקע אריינגעקומען אין אמט און‬
‫געמאכט קלאר אז פראגראמען פון וואס‬
‫יעדער יחיד וועט פארדינען איז זייער וויכטיג‬
‫און אז די אינטערסע פון א געגנט איז וויכטיג‬
‫ווי די אינטערעסן פון א ביזנעס דעוועלאפער‪,‬‬
‫און אז די געלט וואס מען באקומט פון די‬
‫שטאט איז כספי ציבור און דארף גיין צום‬
‫ציבור‪.‬‬

‫ר' דוד זעצט אראפ די באנק‪:‬‬

‫נישט לאנג נאכדעם וואס ר' דוד איז‬
‫אריינגעקומען אין אמט זענען געקומען צו אים א‬
‫מיטינג אפאר גרויסער דעוועלאפערס‪ ,‬וואס‬
‫פארמאגן א געוואלד מיט בנינים אין שטאט‪ .‬זיי‬
‫האבן געוואלט מאכן אויף ‪ 18‬און ‪ 48‬א ריזן‬
‫קאמערציאל בילדינג מיט א גרויסע באנק‪ .‬זיי‬
‫האבן פרובירט מיט כאריזמע און מיט גרויסע‬
‫שיינע הבטחות צו משכנע זיין ר' דוד זאל זיי‬
‫העלפן‪ ,‬אבער ר' דוד האט פארדעם געמאכט זיין‬
‫היים ארבעט און הערנדיג אז אלע שכנים ארום‬
‫האבן מורא געהאט אז דאס שאדט פאר די געגנט‬
‫און מען דארף דירות אנשטאט א קאמערציאלע‬
‫גאלד גרוב‪ ,‬האט ר' דוד זיך קלארגעשטעלט מיט‬
‫דוד אנטקעגן גלית און באקעמפט די‬

‫דעוואלאפערס מיט סוקסעס‪.‬‬
‫אנדערע פאליטיקאנטן וואלטן זיך דערשראקן פון‬
‫די מאכטפולע מענטשן‪ ,‬אבער ר' דוד דערשרעקט‬
‫זיך נישט‪ ,‬ער קוקט נאר אויף די המון עם‪ ,‬די‬
‫פשוטע אידן וואס ארבעטן שווער א גאנצע טאג‬
‫צו צאלן רענט און זוכן צו סורווייווען אין ברוקלין‪.‬‬
‫ר' דוד האט טאקע אזוי אוועקגעשטעלט זיין‬
‫ווירטשאפט‪ .‬ר' דוד האט א שטאב מיט אפיס‬
‫ארבעטער וואס זענען פארנומען די גאנצע טאג צו‬
‫העלפן יחידים און פשוטי עם ‪ 12‬שעה א טאג‪ .‬אין‬
‫ר' דוד'ס אפיס ווערט יעדער איינער געהאלפן‬
‫אפגעזעהן צו ער איז א מיליאנער אדער א‬
‫שלעפער‪ ,‬אז ער איז א תושב בארא פארק איז ער‬
‫בארעכטיגט צו באקומען הילף!‬
‫ר‘ דוד איז די איינציגסטער פאליטישאן וואס‬
‫האט נישט קיין ליעזאן מען גייט דיירעקט צו ר‘‬
‫דוד‪.‬‬
‫ר' דוד און זיין שטאב פרובירט צו העלפן יעדן איד‬
‫וואס קומט בעטן הילף און מאכן זיכער צו טון‬
‫וואס אימער עס איז שייך פאר תושבי העיר‪.‬‬
‫ר' דוד איז אייביג מוכן צו אראפקומען צו די רבני‬
‫ועסקני העיר און העלפן ווען אימער עס איז שייך!‬
‫ר' דוד האלט הייליג און טייער יעדע מוסד און‬
‫ארגענאזאציע וואס העלפט די תושבי העיר און‬
‫האט שוין אומצאליגע מאל געהאלפן די מוסדות‬

‫און ארגענאזאציעס מיט גרויסע טובות‪.‬‬
‫יעדע מוסד קומט צו ר' דוד ווען מען דארף א טובה‬
‫יעדע רב און מורה הוראה וואס האט א בקשה‬
‫בעניני ציבור ווייסט אז ר' דוד וועט מיטן גרעסטן‬
‫דרך ארץ זיך צושטעלן און העלפן‪.‬‬

‫ר' דוד'ס גרויסע פאליטישע‬
‫קשרים און כשרונות‬

‫ר' דוד איז ב"ה גאר א געלונגענער‬
‫קאונסילמאן‪ ,‬מיט זיין חכמה און פאליטישע‬
‫חושים האט ער באקומען גאר אסאך השפעה אין‬
‫די קארידארן פון לאקאלע פאליטיק ר' דוד איז‬
‫דער מאכטפולער קא‪-‬פירער פון די גאנצע‬
‫ברוקלינער דעלעגאציע‪ ,‬און איז דעריבער דער‬
‫שטארקער כח מיט וועמען דער נו יארק מעיאר‬
‫מוז פארהאנדלען צו קענען דורכפירן די‬
‫בודזשעט‪ .‬און א גאנצע טאג איז ער פארנומען‬
‫אויפטון מיט זיין גרויס סוקסעס און נוצן זיינע‬
‫קשרים לטובת העיר‪ ,‬לטובת הקהלות‪ ,‬לטובת‬
‫המוסדות און בעיקר לטובת היחידים‪ .‬מיר וועלן‬
‫קיינמאל נישט ענדיגן אויסרעכענען זיינע‬
‫טויזנטער פעולות‪ ,‬אבער מיר וועלן דא ברענגען‬
‫נאר א גאר טיילווייזע רשימה פון פעולות‪:‬‬

‫עסקנות לטובת המוסדות‬
‫אלע מוסדות אין שטאט ווייסן אלע אז ווען מען‬
‫האט פראבלעם קומט מען צו ר' דוד‪ .‬אט אפאר‬
‫דוגמאות‪:‬‬
‫ווען חשובע מוסדות אין שטאט‪:‬‬
‫•‬
‫באבוב‪ ,‬בית יעקב און ילד וילדה האבן פארלוירן‬
‫די וויכטיגע "דעי סקול וואוטשערס" און זענען‬
‫געווען אובד עצות‪ ,‬איז עס געווען ר' דוד וואס‬
‫האט זיך אריינגעלייגט און זיי ארויסגעהאלפן‪.‬‬
‫אבער נישט בלויז ווען אזעלכע גרויסע‬
‫•‬
‫מוסדות ווי באבוב און בית יעקב דארפן הילף‪ ,‬נאר‬
‫ר' דוד מאכט זיכער אז יעדע מוסד אין בארא‬
‫פארק‪ ,‬אפילו אויב זי איז נישט גרויס און מעכטיג‪,‬‬
‫קען קומען בעטן און באקומען אסאך הילף‪ .‬ר' דוד‬
‫האט געמאכט א גרויסע שינוי אז א קליינע מוסד‬

‫האט אויך א שאנס צו מצליח זיין‪ ,‬זוכנדיג די טובת‬
‫העיר אז קליינע מוסדות זאלן קענען אנהאלטן‪.‬‬
‫ווען די רעגירונג האט געמאכט‬
‫•‬
‫פראבלעמען מיט די ‪ p3‬פראגראם‪ ,‬וואס האט‬
‫שטארק געהאלפן הונדערטער קינדער צו‬
‫באקומען ספעציעל הילף און לימודים און פון‬
‫וועלכע הונדערטער היימישע יונגעלייט און פרויען‬
‫וואס זענען מומחים אין "ספעציעל עד" האבן‬
‫געמאכט שיין פרנסה בדרך כבוד‪ ,‬און ווען די‬
‫רעגירונג האט געמאכט פראבלעמען און עס האט‬
‫אויסגעקוקט ווי אסאך קינדער וועלן פארלירן‬
‫זייער חינוך מיוחד און אסאך יונגעלייט וועלן‬
‫פארלירן זייער מקור פרנסה‪ ,‬האט ר' דוד זיך‬
‫אריינגעווארפן מיטן גאנצן כח‪ ,‬און‬
‫ארויסגעהאלפן‪ .‬ר' דוד האט ערקלערט אז א‬

‫פראגראם וואס גייט דירעקט צום ציבור און נישט‬
‫צו די מוסדות איז ביי אים גאר וויכטיג‪ p3 ,‬איז א‬
‫פראגראם ווי די מוסד פארדינט נישט נאר די‬
‫יחידים‪ ,‬און אז עס איז נישטא קיין פאליטישאן‬
‫וואס זוכט די טובה פון יחידים וואלט עס קיינער‬
‫נישט געטון!‬
‫אלבאני האט די לעצטע פינף יאר‬
‫•‬
‫איינגעצויגן דאס בערזל און נישט געגעבן קיין‬
‫געלט פאר קיין ארגעאנאזאציעס‪ ,‬ר' דוד ארבעט‬
‫אבער גאר שווער מיט זיינע קאנעקשאנס און‬
‫פאליטישע חושים און ברענגט גרויסע געלטער‬
‫פאר די הייליגע ארגעזאציעס אין שטאט ווי הצלה‬
‫שומרים חברים חסד און נאך און מאכט זיכער אז‬
‫די הייליגע ארגענאזאציעס האלטן אן לטובת‬
‫הציבור‪.‬‬

‫עסקנות לטובת העיר‬
‫ווען מען האט אטאקירט מערערע פלעצער מיט אנטיסעמטישע‬
‫•‬
‫גראפיטי‪ ,‬האט ר' דוד געברענגט מער פאליציי און מער באשיצט די געגנט‪.‬‬
‫ר' דוד ארלעדיגט פרייע פלו שאטס יעדע יאר לטובת הציבור‪ ,‬ווי אויך‬
‫•‬
‫פרי טעסטינג אין מאימאנידעס‪.‬‬
‫ר' דוד האט אויסגעטיילט צענדליגער טייערע ביימער פאר תושבי‬
‫•‬
‫העיר‪ ,‬ווייל עס איז גוט‪ ,‬שיין און געזונט פאר די לופט‪.‬‬
‫ר' דוד האט אויסגעטיילט הונדערטער העלמעטס פאר די זיכערהייט‬
‫•‬
‫און געזונטהייט פון ילדי העיר‪.‬‬

‫על משמר הדת!‬

‫עסקנות לטובת הקהלות‬
‫ווען די בעלזער מצה בעקעריי האט געהאט‬
‫•‬
‫א פראבלעם און די רעגירונג האט עס געוואלט‬
‫צושפארן‪ ,‬איז ר' דוד געקומען צו הילף פאר חסידי‬
‫בעלזא אז זיי זאלן האבן א שמחת יום טוב און‬
‫פלייסיג געארבעט צו פארזיכערן אז די מצה בעקערי‬
‫האלט אן‪.‬‬
‫ווען די וויזניצער זאל "אור החיים" איז‬
‫•‬
‫געווען אין סכנה‪ ,‬האט ר' דוד זיך שטארק‬
‫ארויסגעשטעלט און געארבעט פאר די זאל‪ ,‬ווייל די‬
‫גרויסע ציבור מיט די פארמערטע שמחות מוז האבן א‬
‫חתונה זאל אין די געגנט‪ .‬ער האט אויסגעארבייט מיט‬
‫די שכנים‪ ,‬אז די זאל זאל בלייבען אפען צו די‬
‫צופרידענהייט פון רוב שכנים‪.‬‬
‫ווען עסקני ורבני העיר ובראשם כ"ק מרן‬
‫•‬
‫אדמו"ר מסקולען שליט"א‪ ,‬האבן געוואלט מאכן א‬
‫גרויסע כינוס להצלת הדורות אין בארא פארק‪ ,‬האט ר'‬
‫דוד ארלעדיגט די הערליכע פארק און אריינגעלייגט‬
‫גרויס מיה אפילו די פארק איז שוין געווען פארנומען‬
‫און די כינוס איז טאקע געווען די שענסטע מעמד‬
‫וואס בארא פארק האט אמאל מיטגעהאלטן‪.‬‬
‫ווען גור האט געמאכט א פראגראם פאר‬
‫•‬
‫זומער נאכטמאל פאר די יונגעלייט‪ ,‬האט ר' דוד זיך‬
‫אריינגעלייט און באקומען רעגירונג שטיצע פאר די‬
‫פראגראם‪.‬‬
‫ווען קהלת סאטמאר )מהרי"י( בארא‬
‫•‬
‫פארק‪ ,‬וואס האלט אינמיטן בויען א בית המדרש‬
‫הגדול‪ ,‬האט געהאט פראבלעמען מיט די בילדינג‬
‫דיפארטמענט‪ ,‬האבן די רבני ועסקני הקהלה זיך‬
‫געוואנדן צו ר' דוד און ר' דוד האט שווער געארבעט צו‬
‫העלפן די קהלה און ברוך השם די בית המדרש בויעט‬
‫זיך ווייטער‪.‬‬
‫ווען קהלת סאטמאר )מהר"א( האט‬
‫•‬
‫געהאט א טעקס ביל פון א מיליאן דאלאר אויף א‬
‫פראפערטי‪ ,‬איז עס געווען ר' דוד וואס האט זיך‬
‫אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט און עס‬
‫ארלעדיגט צו פארמיידן גרויסע געלט שאדן פאר די‬
‫הייליגע קהלה‪.‬‬

‫ערליך און ריין אן קארופציע‬
‫אויב מען מיינט דעם ציבור איז אלעס כשר‬
‫•‬
‫וישר אן קיין געלט‪ ,‬שוחד‪ ,‬קארופציע אדער אונטערן‬
‫טיש דיעלס‪ .‬ר' דוד האט קלארגעשטעלט אז ער איז‬
‫דער קאנדידאט און שליח ציבור פון די ערליכע עולם‪,‬‬
‫די ‪ 99‬פראצענט‪ ,‬וואס פירט א יושר'דיג לעבן און‬
‫דולדעט נישט קיין מאנקי ביזנעס‪ ,‬קיין שוחד‬
‫געשעפטן וכדומה‪.‬‬
‫זיין דאזיגע ריינע פאליסי האט ר' דוד‬
‫•‬

‫דורכגעבראכן אין די קאמיוניטי באורד‪ ,‬ר' דוד האט‬
‫געמאכט קאמיוניטי באורד ‪ 12‬פון א צוריקגעשטאנע‬
‫ווירטשאפט צו א גאר ערליכע און פארגעשריטענע‬
‫ווירטשאפט‪ ,‬די באורד פלעגט זיין א פארדארבענע‪,‬‬
‫מיט קארופציע ביזן דאך‪ ,‬נאר מיט ”ספעציעלע‬
‫טובות” האט מען באקומען אפראוועלס צו בויען און‬
‫מאכן זאונינג טשעינדזשעס‪.‬‬
‫ר' דוד האט דערקלערט קריג קעגן‬
‫•‬
‫קארופציע‪ ,‬און גערייניגט אז מען זאל נישט דארפן‬
‫ספעציעלע טובות נאר אריינברענגען יושר און‬
‫ערליכקייט און באהאנדלען יעדע בקשה לויט די יושר‬
‫און ציבור'ישע אינטערעסן‪.‬‬
‫ר' דוד האט געהאלפן אריינשטעלן א‬
‫•‬
‫היימישער חסידישער קלוגער יונגערמאן ר' יודל‬
‫פערלשטיין נ“י ר' דוד האט זיך געקריגט מיט די‬
‫עסטעבלישמענט וואס האבן נישט געוואלט א‬
‫היימישע יוד‪ ,‬היינט פירט ר‘ יודל די באורד מיט גרויס‬
‫הצלחה און ער ארבעט ווייטער צו אריינברענגען יושר‬
‫און ריין פון קארופציע אז זי זאל באמת טון איר‬
‫תפקיד מיט אן ערנסטקייט לטובת הציבור‪.‬‬

‫פארקס‬
‫אחרון חביב‪ :‬יעדער ווייסט אז דער‬
‫•‬
‫באליבטער סענאטאר ר' שמחה פעלדער האט אין זיין‬
‫קאדענציע אלס קאונסילמאן געבויט פארקס‪ ,‬און מיר‬
‫זענען אים אלע מכיר טובה פאר די הערליכע פארק‬
‫אויף ‪ 18‬עווניו‪ ,‬און ר' שמחה אליין זאגט "דוד איז די‬

‫בעסטע קאונסילמאן וואס בארא פארק האט‬
‫געהאט" און ער רעדט איבער די גרויסע אויפטוען פון‬
‫ר' דוד אז עס זאלן זיין פארקס אין שטאט‪.‬‬
‫ר' דוד האט אויסגעברייטערט די פארק און‬
‫•‬
‫איר פיל פארשענערט און אויך געמאכט נייע פארקס‬
‫און ארבעט אז די יארדס פון פובליק סקולס זאל זיין‬
‫שיינע פארקס אפען פאר די באנוץ פון די גאנצע‬
‫שטאט‪.‬עלטערן זענען זיך מחיה פארברענגען מיט די‬
‫קינדער אין די פארקס‪ ,‬און באדאנקען ר' דוד פאר‬
‫זיינע גרויסע פעולות אין דעם געביט‪.‬‬

‫פדיון שבויים‬
‫ר' דוד האט שוין אסאך געהאלפן די שטאט‬
‫•‬
‫און תושבי העיר מיט לויערס הילף אין פארשידענע‬
‫לעגאלע פראבלעמען און שטייט צו הילף פאר‬
‫אזעלכע עסקנים און ארגענאזאציעס ווי דרור פאר‬
‫קעיסעס ווי אחינו בני ישראל זענען אין פראבלעמען‪.‬‬
‫ר' דוד האט ארלעדיגט און געהאלפן כשרע‬
‫•‬
‫עסן און תפילין אין סיטי תפיסות‪.‬‬

‫ר' דוד אלס א היימישער‬
‫•‬
‫ערליכער איד‪ ,‬א ירא שמים און‬
‫תלמיד פון גוטע ישיבות‪ ,‬שטייט‬
‫פעלזן פעסט על קוצו של יוד‪ ,‬און‬
‫לעצטנס האט ער אפילו זיך‬
‫ארויסגעשטעלט איינער אליין קעגן‬
‫מאראלישע געזעצן‪ ,‬ביי א דעבאטע‬
‫אין סיטי האל ווען ער איז געווען‬
‫איינס קעגן פופציג!‬
‫אין די נושא פון מציצה‬
‫•‬
‫בפה ארבעט ר' דוד מיט א גאר קלוגע‬
‫סטראטעגיע און לויפט נישט סתם‬
‫ווארפן סטעיטמענט נאר ארבעט‬
‫מיט חכמה פון אנפאנג ווען די גזירה‬
‫האט זיך אנגעהויבן‪ ,‬און יעצט האט‬
‫ער אין די ממש בעסטע מינוט‬
‫אריינגעשטעלט א ביל‪ ,‬גענוג שפעט‬
‫אין צייט אז מעיאר בלומבערג מיט‬
‫איין פיס ארויס זאל עס שוין נישט‬
‫אפווארפן‪ ,‬אזוי אז גלייך ביים נייעם‬
‫אדמיניסטראציע גייט עס אריין אין‬
‫קראפט בעזר השם צו ראטעווען‬
‫מצות מילה כהלכה איינמאל פאר‬
‫אלעמאל‪.‬‬
‫יעצט קומען פאר וואלן‬
‫אין בארא פארק‪ ,‬ווי ר' דוד וויל‬
‫געווינען ווידערערוויילונג מיט א‬
‫ריזן מערהייט‪ .‬תושבי בארא פארק‬
‫האבן זייער ליב ר' דוד וואס טוט‬
‫אזויפיל פאר די געגנט‪.‬‬
‫געוויסע ביזנעסלייט וואס זענען‬
‫ברוגז אז ר' דוד האט זיך‬
‫ארויסגעשטעלט קעגן זייערע‬
‫אינטערעסן לטובת תושבי בארא‬
‫פארק האבן געשוואוירן נקמה און‬
‫זיי געבן אויס געלט צו שרייבן האס‬
‫ליטעראטור קעגן ר' דוד טראץ וואס‬
‫יעדער פארשטייט קלאר אז זיי האבן‬
‫נישט קיין שום שאנסן צו באזיגן‬
‫דעם באליבטן קאונסילמאן‪.‬‬
‫די מאכערס וואס האקן אויף ר' דוד‬
‫ווייסן אז זיי קענען נישט געווינען‪,‬‬
‫אבער זיי ווילן מאכן א סטעיטמענט‬
‫אז גיין קעגן זייערע ביזנעס‬
‫אינטערעסן ברענגט קאנסקווענצן‪,‬‬
‫די האס פאשקווילן ווילן איין זאך‬
‫ווייזן פאר פאליטישאנס אז מיר‬
‫זענען גרייט צו ספענדן קעגן א‬
‫פאליטישאן וואס שטעלט זיך נישט‬
‫צו צו זייערע קאפריזן‪.‬‬
‫שטארק‬
‫וועט‬
‫ציבור‬
‫דער‬
‫ארויסקומען שטימען פאר ר' דוד‪,‬‬
‫עס איז וויכטיג צו געבן ר' דוד חיזוק‬
‫און אים ווייזן הכרת הטוב‪.‬‬