‫‪1‬‬

‫ווען עס טוט וויי‪ ,‬שרייט מען‬
‫און וו ַאנזיניגע‪ ,‬ווערן צעיושעט אויך‬
‫יתכן‪ ,‬קען זיין ַאז די געשעענישן פון די היינטיגע וו ָאך‪ ,‬די ק ָאמישע‬
‫"חפירות" פון ַאן ָא ּפפ ַאל‪-‬ט ַאנק און די נ ָאכפ ָאלגענדע העצערייען צו‬
‫צעווילדעוועטע ר ַאי ָאטן אין קרית יואל‪ ,‬וו ָאלטן זיך ענדערש גע ּפ ַאסט צו ַא‬
‫ּפורים ּפערי ָאדע‪ ,‬ווען ס'ה ָאט ַא שייכות מיט דעם ב ַאק ַאנטן כיבוד וו ָאס ה ָאט‬
‫געל ַאנדעט על ראש המן בן המדתא האגגי צורר כל היהודים‪ .‬אבער ַאז‬
‫מ'געפינט זיך אין ס ַאמע ּפרשת קרח‪ ,‬די ּפרשה פון מחלוקת אויף מנהיגי‬
‫ישראל צדיקים אמיתים ַא שטייגער ווי משה רבינו און אהרן קדוש ה'‪" ,‬ויקהלו‬
‫על משה ועל אהרן ויאמרו אליהם רב לכם"‪ ,‬ווען אויך דתן ואבירם האבן‬
‫ּפרובירט מיט רודערייען און ליצנות‪ ,‬און ב ַאצ ָאלט דערויף ַא טייערן ּפרייז‪ ,‬איז‬
‫ד ָאך זיכער נישט פ ַאר ַאן קיין בעסער משל אויף די אויפפירונג פון די היינטיגע‬
‫עדת קרח‪.‬‬
‫ס'איז וואויל ב ַאק ַאנט די מעשה‪ַ ,‬אז ַא איד איז ַאמ ָאל געקומען צום הייליגן‬
‫דברי חיים זי"ע און געוויזן א ספר וו ָאס ער ה ָאט פ ַארפ ַאסט בדרך דרוש‪ .‬דער‬
‫הייליגער צ ַאנזער רב נעמט דעם ספר און ס'ה ָאט זיך ּפונקט געעפענט ביי‬
‫ּפרשת קרח‪ .‬דער צדיק קוקט זיך איין אין דעם דרוש וואו דער מחבר פונעם‬
‫ספר שמועסט אויס די מחלוקה פון קרח קעגן משה רבינו‪ .‬ווען דער צדיק ה ָאט‬
‫פ ַארענדיגט‪ ,‬רופט ער זיך ָאן בצחות לשון קדשו‪" ,‬יעצט פ ַארשטיי איך שוין גוט‬
‫די ווערטער פון רש"י 'וקרח ש ּפיקח היה מה ראה לשטות זה'"‪ .‬און דער דברי‬
‫חיים איז ממשיך‪ :‬איך האב זיך ַאלעמ ָאל געוואונדערט אויף די רש"י‪ ,‬וו ָאס איז‬
‫דער ב ַאדייט‪' ,‬מה ראה לשטות זה'? ער ה ָאט ד ָאך געוו ָאלט זיין כהן גדול‪,‬‬
‫פ ַארוו ָאס הייסט ד ָאס ַא שטות? אבער לויט ווי איר ה ָאט אויסגע ַארבעט אין‬
‫אייער ספר די מחלוקה פון קרח קעגן משה רבינו‪ ,‬און וו ָאס קרח ה ָאט ד ָא‬
‫געוו ָאלט‪ ,‬איז ד ָאס ט ַאקע געווען ַא שטות פון קרח‪ .‬פ ַאר ַאז ַא נ ַארישקייט פירט‬
‫מען ַא מחלוקה מיט'ן צדיק אמת דער מנהיג הדור? פ ַאר "דעם" קריגט מען‬
‫זיך?"‪...‬‬
‫די הייליגער ווערטער זענען אויפגעקומען אין געד ַאנק נאך די מתנחלישע‬
‫ּפר ָאטעסטן די היינטיגע וו ָאך דורך די טיף פ ַארביטערטע כת‪ ,‬ווען מען‬
‫ב ַאקלערט זיך על מה יצא הקצף‪" ,‬מה ראה לשטות זה"? איבער וואס קריגט‬
‫מען זיך ד ָא?‬
‫שוין ל ַאנגע חדשים וו ָאס מ'קערט איבער ַא שט ָאט איבער ַא ריין‪-‬ממונות‬
‫סכסוך‪ .‬מתחילה ה ָאט זיך עס ָאנגעהויבן מיט ַא הייליגן לבוש‪ַ ,‬א מקום מקדש‬
‫מעט‪ ,‬ביתו נאוה קודש‪ַ ,‬א בית המדרש‪ַ ,‬א הויז‪ ,‬בית צדיקים יעמוד‪ .‬אויף דעם‬
‫ה ָאט מען ַאריינגעשלע ּפט ַא קהלה קדושה בישראל אין ערכאות של עכו"ם‬
‫שלא ברשות בית דין‪ .‬נ ָאך ל ַאנגע געבעטענישן פון די נתבעים‪ ,‬קהל יטב לב‬
‫קרית יואל‪ ,‬צו ברענגן דעם סכסוך צו דין תורה בישראל‪ ,‬וו ָאס זיי ה ָאבן‬
‫ק ַאטעג ָאריש ָא ּפגעוו ָארפן‪ ,‬איז מען געג ַאנגען זוכן יוסטיץ ביים גוי מיטן‬
‫שוו ַארצן כ ַאל ַאטל‪ .‬אבער נ ָאך עטליכע י ָאר איז ב"ה מקוים געוו ָארן דער ּפסוק‬
‫אין די סדרה פון לעצטע וו ָאך‪" ,‬למה זה אתם עוברים את ּפי ה' והיא לא‬
‫תצלח"; אין גויאישן געריכט – וואו מ'איז ַאליינס ַאריין – ה ָאט מען‬
‫דר ַאמ ַאטיש פ ַארלוירן‪.‬‬
‫פאל? ַאנשט ָאט שלום מ ַאכן מיט'ן‬
‫וואס טוט מען אין ַאז ַא ַ‬

‫דורכגעפ ַאלענעם מצב און זיך פ ַארזיכערן כ ָאטש מיט'ן געווינס‪-‬חלק‪,‬‬
‫נ ָאכקומען די געזעץ‪-‬פ ַארל ַאנגען און בלייבן דערין ַאלס בית דירה‪ ,‬ה ָאט מען‬
‫ָאנגעהויבן וויינען‪ ,‬קרעכצן‪ ,‬זיפצן‪ּ ,‬פר ָאטעסטירן‪ּ ,‬פר ַאווען ק ָאנצערט‪-‬לויות‪,‬‬
‫מתנחלישע ַאקציעס‪ ,‬קריעה‪-‬רייסן‪ ,‬קוק‪-‬רעדעס‪ַ ,‬ארונטעררייסן ַאלס און‬
‫ַאלעמען‪ .‬אבער אחרי ככלות הכל‪ ,‬וואו מ'ה ַאלט היינט ּפרשת קרח תש"ע‪,‬‬
‫ה ָאט זיך ג ַאנץ שנעל ַארויסגעשיילט ַאז די ג ַאנצע סומ ַאט ָאכע איז‬
‫ק ָאנצענטרירט איבער איין קליינעם "סע ּפטיק ט ַאנק"‪ ,‬וואס משום כבוד‬
‫הנאספים‪ ,‬אונזערע חשובע ליינער‪ ,‬וויל זיך נישט ארויסשרייבן דעם אינה ַאלט‪-‬‬
‫מ ַאטערי ַאל פון ַאז ַא ט ַאנק‪.‬‬
‫"שבתם וקימתם אני מנגינתם"; אין לויף פון עטליכע חדשים ה ָאט מען זיך‬
‫געלייגט מיט'ן "סע ּפטיק" און אויפגעשט ַאנען מיט'ן "סע ּפטיק"‪ .‬ג ַאנץ בין‬
‫הזמנים‪ ,‬אין די ס ַאמע הייליגסטע מ ָאמענטן פון י ָאר‪ ,‬בימי יום הקדוש‪ ,‬חג‬
‫הסוכות‪ ,‬הושענא רבה‪ ,‬שמיני עצרת‪ ,‬אסרו חג‪ ,‬איז מען פ ַארנומען געווען מיט'ן‬
‫אינסט ָאלירן דעם "סע ּפטיק"‪ .‬אין די מקוואות שמועסט מען איבער די בעסטע‬
‫הסעפטיק" וועט האבן די בעסטע דעקונג‪ ,‬און‬
‫ּ‬
‫צייט ווען דער "מעמד קביעת‬
‫ָאט איז שוין ָאנגעקומען דער זמן הראוי און די פייערדיגע אינסט ָאל ַאציע ווערט‬
‫לעבעדיג ָא ּפגעכ ַא ּפט למשמרת עולם דורך דעם מלשין דמתא‪ ,‬מ'פייערט‬
‫סעפטיק" ער זאל קענען ערפולן זיין‬
‫נצחון און מ'ווינטשט דעם ַאזוי‪-‬געליבטן " ּ‬
‫הייליגע ַארבעט‪.‬‬
‫נאך עטליכע צ ַאנקערייען ווען מ'איז עובר אויפ'ן געריכטליכן ב ַאפעל און‬
‫מ'איז געצווינגען צו פ ַארל ָאזן ד ָאס ּפל ַאץ ּפערמ ַאנענט‪ ,‬נעמט ַארום ַא שטיל‪-‬‬
‫שווייגעניש; דרכי מושב‪-‬ליצים אבילות מבלי שותי ק ָאפע‪ ,‬די שמועסערייען‬
‫און געפעכטן ּפל ַאצירן זיך אין ַאנדערע בונקערן איבער די שט ָאט‪ .‬ריכטיג‪,‬‬
‫ס'איז ג ָאר ווייט ָאגליך צו פ ַארל ָאזן ַא דרייסיג‪-‬יעריגן ווערצהויז‪ ,‬וואו מ'ה ָאט‬
‫ָאנגעפולט ַא הייליג מקום מיט דברי שחוק והבל‪ ,‬מחלוקת ושנאת חנם קעגן‬
‫גדולי ישראל‪ ,‬אבער טר ָאץ דעם שט ַארקן ווייטאג ה ָאט מען פ ָארט ַא נחמה‬
‫ּפורתא‪" ,‬אח לנו בבית המלכות"‪ ,‬מ'ה ָאט ד ָארט איבערגעל ָאזט ַא לעכטיגן‬
‫שומר‪ ,‬דער שווער‪-‬אויסגעה ָארוועטער "סע ּפטיק"‪ ,‬וו ָאס וועט דינען ַאלס צייכן‬
‫פ ַאר די שכינים‪ ,‬לידע ולהזהר ווער ס'איז בעל‪-‬הבית‪...‬‬
‫פ ַארגייט זיך די צייט‪ ,‬די ריכטיגע בעלי בתים פון דעם שטח דערזעען ַאז‬
‫ד ָאס געדרענג אין זייער עקזיסטירנדער " ּפ ַארקינג ל ַאט" איז צר מהכיל; די‬
‫פילצ ָאליגע מת ּפללים בלעה"ר אין ביהמ"ד הגדול און לומדי התורה אינעם‬
‫היכל הנהדר קענען נוצן נאך עטליכע ּפ ַארקינג ערטער פ ַאר הרחבת הדעת‪ ,‬און‬
‫נאך עטליכע וו ָאכן ּפלענער טוט מען גענוי ווי יעדער בעל הבית וו ָאלט געטון‬
‫אין זיין שטח‪ :‬מ'ברענגט ַא טר ַאקט ָאר און מ'מ ַאכט פל ַאך דעם ב ָאדן צו קענען‬
‫צושטעלן נ ָאך ּפ ַארקינג‪.‬‬
‫ליגן זיך די חברה ווי בני מלכים על מיטתם עד שלש שעות‪ ,‬מ'האט קוים‬
‫עס ּפיעט ָאנצוהייבן מיט די 'הכנות' צו די 'הכנות'‪ .‬אבער ּפלוצלינג הערט מען ַאז‬
‫דער באליבטער "סע ּפטיק ט ַאנק" איז געוו ָארן ב ַאזייטיגט! ויקם פרעה לילה‬
‫הוא ועבדיו‪ ,‬מ'קומט צו לויפן מארבע פינות העיר צו ראטעווען די רעשטליך‬
‫פון דעם אזוי געליבטן טאנק‪ ,‬און ווי נאר מ'זעט אז די שמועות זענען א‬

‫ווירקליכקייט באשליסט מען באלד א "זשיהאד"‪ ,‬מ'ערקלערט דאס אלס‬
‫הייליגער קריג אויף וועלכן מ'וועט פראוואצירן נוסח "גוש קטיף"‪.‬‬
‫מיט'ן רייץ צו ציען מאסן אטענטשאן און פובליק רחמנות‪ ,‬כדי ביי די ענדע‬
‫צו שאפן עטליכע דאללארן מתן שכרה בצידה‪ ,‬פארלירט מען דעם נארמאלן‬
‫געוויסן )אויב ס'איז שייך אזוי צו זאגן‪ ,(...‬מ'טראנספערירט באלד די הייליגע‬
‫מלחמת ה' בעמלק וואס אונזערע ברודער אחינו בני ישראל פירן אין ארצינו‬
‫הקדושה קעגן די משטרת ישראל‪ ,‬די רשעות'דיגע פאליציאנטן מיט זייער‬
‫ברוטאלע באנעמונג קעגן די מוחים אויף אויפגראבן קברי ישראל‪ ,‬און‬
‫מ'פארנוצט דאס קעגן די געזעץ‪-‬היטער אין די מלכות של חסד‪ ,‬די פאליציי פון‬
‫ניו יארק סטעיט‪ .‬מ'פארגעסט פון אלע הייליגע יסודות וואס מ'האט מקובל‬
‫מדור דור‪ ,‬דינא דמלכותא דינא‪ ,‬התגרות באומות‪ ,‬הצפינו עצמיכם‪ ,‬און‬
‫מ'באשליסט אויך דא צו מאכן "סדר"‪ .‬מ'ווארפט זיך אונטערן טראקטאר‪,‬‬
‫מ'שרייט‪ ,‬מ'פארפירט‪ .‬און אויף וועמען? אויף די "רשעות'דיגע" סטעיט‪-‬‬
‫פאליס!‬
‫אינגעלייט און בחור'לעך האבן זיך אויפגעפירט ווי וואנזיניגע משוגעים און‬
‫מטורפים במלוא מובן המילה‪ .‬מ'האט זיך ברייט צולאדזשעט די פיאות‬
‫אויסצוקוקן וואס מער מאויים'דיג‪ ,‬זיך פארריקט דעם היט און די גלעזער‪ ,‬און‬
‫זיך געווארפן אויף דער ערד‪ ,‬געשריגן משוגע'נע לאזונגען וואס מ'האט בירושה‬
‫פון די טרויעריג‪-‬בארימטע "טראנסעלוואנישע יודישע צייטונגען"; אזש‬
‫מ'האט זיך געוואגט אנצורופן חסידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע מיט'ן צו‪-‬נאמען‬
‫"היטלעריסטן"‪ ,‬און אויך די אנוועזנדע פאליציי האט מען נישט אפגעשוינט און‬
‫זיי טיטולירט מיט דעם טרויעריגן תואר של גנאי‪" :‬נאצי"!‬
‫אין איין פאל‪ ,‬ווען א ברייט ביינעריגער "סטעיט‪-‬טרופער" האט געהערט‬
‫ווי די מטורפים בצורת אנוש האבן אויף אים געשריגן דעם פארשעמטן לאזונג‪:‬‬
‫"נאצי"‪ ,‬האט ער סארקאסטיש צוריקגעפרעגט‪" :‬איז דאס די גאנצע וואס די‬
‫נאצי'ס האבן געטוהן מיט ענק? געמאכט אביסל "פארקינג‬
‫קאנסטראקשאן"?‪...‬‬
‫ס'איז ווייט פון א וויץ‪.‬‬
‫צעיושעטע הפקר‪-‬אינגען‪ ,‬קינדער פון טאטעס און אייניקלעך פון זיידעס‬
‫וואס בימי רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האבן זיי געטיילט מכות אלס‬
‫"סדרנים"‪ ,‬און בלויז אריינגעלאזט אל הקודש פנימה אויב מ'האט געצאלט א‬
‫פעטן שוחד‪ ,‬האבן זיך יעצט אויפגעפירט ווי צולאזטע צוגיינער‪ ,‬געטיילט מכות‬
‫פאר כל הבא ליד געשריגן און פארפירט‪ ,‬ביז די פאליציי האט זיי פארשטילט‪.‬‬
‫און אלעס פארוואס? פאר איין קליינעם נארישן "סע ּפטיק ט ַאנק" וואס‬
‫האט פארבלאנדזשעט אין דעם שטח וואס דער געריכט – וואו "זיי" האבן‬
‫אריינגעשלעפט דעם סכסוך – האט קלאר צוגעטיילט פאר קהל יטב לב!‬
‫*‬
‫ס'איז היינט שוין נישט קיין ספק ביי קיינעם אז זיי זעלבסט‪ ,‬און טאקע נאר‬
‫זיי‪ ,‬וואלטן די גאנצע מעשה געקענט פארמיידן‪ .‬ווען מ'בייגט זיך מיט יארן‬
‫צוריק צו די הייליגע תורה‪ ,‬מ'שליכטעט דעם גאנצן סכסוך ביי דין תורה‬
‫בישראל‪ .‬און אפילו אין די לעצטע חדשים ווען דער בנין פוסטעוועט און קהל‬
‫איז נאך אלץ גרייט צו גיין צו דין תורה‪ ,‬וואלט מען אלעס געקענט שליכטן‬
‫בדרכי שלום ונועם‪ ,‬נאר‪ ,‬למען תאוות הנצחון פון "אני ואפסי"‪ ,‬תאוות השררה‬
‫"זיך נישט צו בייגן"‪ ,‬שטייט מען היינט ביי אל"ף‪ .‬יא‪ ,‬מ'העצט זיך אויף יומם‬
‫ולילה און מ'קוקט זיך צו מיט ביטערניש ווי ס'ווערט מקויים די פסוקים אין די‬
‫תוכחה‪" :‬פרי אדמתך וכל יגיעך יאכל עם אשר לא ידעת וגו' נתונים לעם אחר‬

‫ועיניך ראות וכלות אליהם כל היום ואין לאל ידך"!‬

‫‪2‬‬

‫און ליידער ווערט דאס פראקטיצירט דורך א‪.‬ג‪ .‬שיינע אידן‪ ,‬תלמידים פון‬
‫רבי'ן‪ ,‬וועלכע דארפן דינען אלס מורי דרך פאר די כאפטע מטורפים‪ ,‬וואס דאס‬
‫פארגענצט נאר דעם אויספיר פון די פסוקי התוכחה‪" ,‬והיית משוגע ממראה‬
‫עיניך"‪ ,‬ווי הגאון רבי עקיבא אייגר זי"ע פארטייטשט דעם פסוק אויף ת"ח‬
‫ומורי הוראה וועלכע ווערן אנגערופן "עיני העדה"‪ ,‬אז צומאל איז דאס דער‬
‫גרעסטער עונש‪ ,‬אז אידן וועלכע דארפן דינען אלס "עיני העדה" צו דערלייכטן‬
‫די תלמידים בדברי תורה‪ ,‬פירן זיך אויף ממש וואנזיניג‪" ,‬והיית משוגע ממראה‬
‫עיניך"‪ ,‬ווי די באקאנטע גמרא – וואס רבינו הקדוש זי"ע פלעגט כסדר נאכזאגן‬
‫– "כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא" )ב"ק נ"ב ע"א(‪ ,‬ווען דער‬
‫רבוש"ע וויל שטראפן די שעפעלעך‪ ,‬כלל ישראל‪ ,‬שיקט ער זיי צו פאלשע‬
‫מנהיגים און רבנים‪) .‬געברענגט אין חידושי רעק"א עה"ת פר' תבוא(‪.‬‬
‫שטייענדיג אין די זייט און צוקוקנדיג אויף די מתנחל'ישע שטיק פון די‬
‫קרית יואל'ער נא‪-‬נאח'ס‪ ,‬איז ממש געקומען צו שטוינען‪ .‬נישטא קיין "דינא‬
‫דמלכותא דינא"‪ ,‬נישטא קיין פראבלעם מיט "התגרות באומות"‪ ,‬מ'האט‬
‫פארגעסן די אלע הייליגע הוראות וואס רבינו הקדוש זי"ע האט שטענדיג‬
‫געלערנט איבער דעם חיוב על פי תורה זיך צו בייגן צו די שרי המדינה‪ ,‬מ'איז‬
‫ארויס פון די פעדערן און זיך אויפגעפירט ווי די נבזים ושפלים אין הארלעם‪,‬‬
‫ממש ווי די גרועים שבאומות‪.‬‬
‫מ'האט פארגעסן פון די אזהרה פון ירמי' הנביא צו די בני הגולה "ודרשו‬
‫את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה והתפללו בעדה אל ה' כי בשלומה‬
‫יהיה לכם שלום"‪ ,‬מ'האט זיך פארמאכט די אויגן און גרייט געווען אויף מסירות‬
‫נפש‪ ,‬און אלעס פארוואס? אויף א שמוציגן ""סע ּפטיק ט ַאנק"!‪ ...‬אוי‪ ,‬מה ראה‬
‫לשטות זה?‬
‫מ'שרייט און מ'פארפירט אז אלעס ווערט געטוהן כאילו פאר'ן כבוד פון‬
‫הרבנית הצדיקת ע"ה‪ ,‬מנוחתה כבוד‪ .‬פרעגט זיך א פראגע‪ ,‬איז דען א קלער אז‬
‫פאר די נשמה פון די חשובע רביצין ע"ה‪ ,‬וועלכע איז געווען א בארימטע בעלת‬
‫צדקה וחסד מפורסמת‪ ,‬איז א דיפרענץ אונטער וועמען'ס לעגאלער בעלות‬
‫דאס ביהמ"ד געפינט זיך‪ ,‬ווי לאנג אידן דאווענען און לערנען אין דעם היכל‬
‫ביהמ"ד וואו זי האט געוואוינט? אדרבה‪ ,‬איז פאר די לעכטיגע נשמה בגנזי‬
‫מרומים נישט פיל א גרעסערער כבוד אז מקום דירתה ווערט פארוואנדלט‬
‫אלס חלק פון בית המדרש הגדול והקדוש וואו מ'לערנט און מ'דאווענט כמעט‬
‫אלע שעות אין טאג‪ ,‬און ווערט נישט פארגעזעצט אלס עפענטליכער "מקום‬
‫הרשע" וואו מ'פירט אן מחלוקת ובזיון ת"ח כמימים ימימה?‬
‫הקולות יחדלון‪ ,‬נאכדעם וואס די ליארמעס זענענן פארביי‪ ,‬וועט אין די‬
‫היסטאריע פארשריבן ווערן די דאזיגע פאקטן‪ :‬א' פרשת וישב לסדר "למען‬
‫הציל אותו מידם" תש"ע ה ָאבן זיי געמ ַאכט ַא צירקוס מיט ‪ 5‬ספרי תורה‪ ,‬און א'‬
‫ּפרשת קרח לסדר "ויקהלו על משה ועל אהרן" תש"ע‪ ,‬ה ָאבן זיי געמ ַאכט ַא‬
‫צירקוס פון חילול קברי ישראל און די הפגנות בארצינו הקדושה דורך ד ָאס‬
‫מדמה זיין צו ַא "סע ּפטיק ט ַאנק"‪.‬‬
‫זיי ה ָאבן זיך ג ָארנישט דערלערנט ַאז טר ָאץ וו ָאס מ'ה ָאט אין ּפר' וישב‬
‫ָאנגעפולט דעם טריפה'נעם אינטערנעט מיט ווידי ָא קלי ּפס פונעם צעיושטען‬
‫המון‪ ,‬ה ָאט ד ָאס ג ָארנישט געברענגט און דער מושב לצים איז געבליבן‬
‫פ ַארשל ָאסן‪.‬‬
‫פ ַארקערט פון ַא חכם הרואה את הנולד כבר‪ ,‬ה ָאבן זיי אין די היינטיגע וו ָאך‬
‫פריש ָאנגע ּפיקעוועט דעם אינטערנעט מיט קלי ּפס און אויפגעקומען מיט'ן‬
‫געני ַאלן כ ַא ּפ אויסצודרוקן דעם ווייט ָאג מיט'ן ּפסוק "איכה היתה לזונה קרי'‬

‫נאמנה"‪ ,‬נוצענדיג דעם ּפסוק אויף די שוהל פון הרבנית הצדיקת ע"ה‪.‬‬
‫די ַאלע ז ַאכן וועט זיי ג ָארנישט העלפן‪ ,‬ווייל מען זעט בחוש ַאז די רביצין‬
‫ע"ה ה ָאט זיך געמיהט אין די וו ָאכן פון פ ַאר ּפרשת וישב‪ ,‬אינעם זונט ָאג פון‬
‫ּפרשת וישב‪ ,‬אין די וו ָאכן נ ָאך ּפרשת וישב‪ ,‬אין די וו ָאכן פ ַאר ּפרשת קרח‪ ,‬און‬
‫אום זונט ָאג פון ּפרשת קרח‪ ,‬און עס איז צום ה ָאפן ַאז זי וועט זיך ווייטער מיען‬
‫ַאז דער מושב לצים ז ָאל בלייבן הערמעטיש פ ַארשל ָאסן בעז"ה‪ַ ,‬אז דער צלם‬
‫בהיכל מיט אירע כל מיני רשעות והשחתה ז ָאל נישט ה ָאבן קיין אחיזה און‬
‫שליטה‪ ,‬ביז די מייקרי שם אלילים וועלן תשובה טון און זיך שטעלן צו דין‬
‫תורה‪ ,‬און אויב די דין תורה וועט זיי צו' ּפסק'נען דעם פ ַארשל ָאסענעם מושב‬
‫לצים‪ ,‬איז יקוב הדין את ההר‪.‬‬
‫ּפלוצים פ ַארשטייט מען נישט ַאז מען מ ַאכט ָארדענונג און מען טוט וו ָאס‬
‫די תורה הייסט און וו ָאס איז אויך "דינא דמלכותא"‪ .‬וויאזוי ה ָאבן זיי ד ָאס גוט‬
‫פ ַארשט ַאנען בשעת'ן ַארעסטירן ‪ 26‬בחורים בעצם יום טוב שמחת תורה‪ ,‬און‬
‫איינגעזעצט אין טורמע בחורים ואברכים צום צער און ווייט ָאג פון זייערע‬
‫עלטערן און בני ביתם? וויאזוי האבן זיי דאס גוט פארשטאנען ווען מ'האט‬
‫ארייגעשליידערט צוויי איידעלע טייערע בחורים אין "צענטראל בוקינג" אויף‬
‫ליל שב"ק חוה"מ סוכות‪ ,‬אן קיין מאכלי שבת‪ ,‬און דער אפיציעלער דיין פון די‬
‫קהלה האט בלויז קאמענטירט‪" :‬זאלן זיי זיצן אביסל"‪...‬‬
‫יא‪ ,‬דאס איז דער עונש אויף חולקים על דברי חכמים‪ ,‬ווי די תורה הק'‬
‫דערציילט דאס אויספירליך אין די היינטיגע פרשה‪" ,‬ותפתח הארץ את פיה"‪,‬‬
‫ווי דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע זאגט אז דאס איז געווען א שטראף‬
‫מדה כנגד מדה‪ ,‬ווייל זיי האבן זיך געעפענט דאס מויל ווען מ'האט נישט‬
‫געדארפט‪ ,‬דעריבער האט זיך די ערד אויך געעפענט איר מויל‪ ,‬ויאבדו מתוך‬
‫הקהל‪ ,‬ס'איז פון זיי גארנישט געבליבן אחוץ דער "פראטעסט‪-‬קול" וואס‬
‫שרייט ארויס "משה אמת ותורתו אמת והן בדאים"‪.‬‬
‫*‬
‫אויב איז געווען נישט גענוג די אלטע הליכה לערכאות‪ ,‬וואס האט‬
‫געברענגט אז מ'האט פארשלאסן זייער בנין מיט עטליכע חדשים צוריק‪ ,‬האבן‬
‫זיי – ווידער שלא ברשות והיתר בית דין – מחדש געווען א נייע הליכה‬
‫לערכאות‪ ,‬יעצט בחודש אייר‪-‬סיון תש"ע‪.‬‬
‫שוין עטליכע וואכן וואס מ'פובליצירט אין די צייטונגען און ליפלעטן אז‬
‫מ'גרייט צו א "פעדעראלן קעיס"‪ ,‬וואס וועט זיי אונטער א אויגן‪-‬בליק‬
‫צוריקגעבן דעם גאנצן בנין מיט נאך עטליכע אקער לאנד "אנטשעדיגונג‬
‫געלט"‪ .‬איבריג צו זאגן אז פון די גאנצע קלאגע האט זיך אויסגעלאזט זערא‪.‬‬
‫נול‪ .‬מ'לויפט ווייטער בלויז אין סטעיט קאורט‪ ,‬מ'פארלאנגט א באלדיגן‬
‫עמערדזשענסי "טי‪ .‬אר‪ .‬או‪ ,".‬אבער גאר שלימזל'דיג ווערט דאס באלד‬
‫ארויסגעווארפן‪.‬‬
‫ווידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז "כל העברת פי ה' אין בה הצלחה"‪.‬‬
‫טאמער האט מען זיך איינגערעדט אז מ'איז העכער פון די תורה און מ'קען‬
‫טרעטן אויף דיני התורה און זאגן שלום עלי נפשי‪ ,‬האט זיך ארויסגעשטעלט אז‬
‫מ'לעבט אין א פאטאלן טעות‪.‬‬
‫אין די לעצטע חדשים האט מען אויסגעמעלקט דעם אייגענעם ציבור‪ ,‬אין‬
‫צוגאב צו זייערע הירוס‪-‬ברודער אין וויליאמסבורג‪ ,‬אז אט אט גייט מען צוריק‬
‫אריין אינעם בנין‪ ,‬מ'וועט עפענען א נייע קעיס וואס וועט ריקן ווענט‪ .‬וואס איז‬
‫אבער געווארן דערפון? א מלחמה‪-‬כאאס איבער א "סע ּפטיק ט ַאנק" וואס‬
‫אויך דער לאקאלער געריכט האט ארויסגעשליידערט‪.‬‬

‫‪3‬‬

‫לו חכמו ישכילו זאת יבינו לאחריתם‪ .‬מ'האט זיך געבעטן "קומט צו דין‬
‫תורה"‪ ,‬כולנו בני איש אחד נחנו‪ ,‬לייגט אראפ דעם געווער און לאמיר זיך פירן‬
‫ווי ערליכע אידן צו שליכטן יעדע טענה ותביעה – אויב איר האט סיי‪-‬וואס –‬
‫בלויז ביי א אידישן בית דין‪ .‬לאמיר אפשטעלן אומזיסטיגע מחלוקת ופירוד‬
‫לבבות אויף ווי ווייט מעגליך און זיך אדורכקומען בדרכי התורה‪ .‬אבער דער "כי‬
‫בשרירות לבי אלך" האט איבערגעוואויגן‪" .‬נצחון איבער אלעם"‪ .‬און היינט‬
‫באצאלט מען דעם ביטערן פרייז‪ ,‬ווי חז"ל זאגן פייערדיגע דיבורים אין מס' דרך‬
‫ארץ זוטא )פרק ט'( "בית שיש בו מחלוקת סופו ליחרב‪ ,‬ובית הכנסת שיש בו‬
‫מחלוקת סופה להתגזר"‪ ,‬דאס וועט פארשניטן ווערן‪ ,‬פארשלאסן און‬
‫געענדיגט! והדברים קילורין לעינים‪.‬‬
‫מ'דארף נישט קריכן ווייט‪ ,‬אז מ'קוקט נאר אריין מיט א פשטות'דיגן בליק‬
‫אין די פסוקים פון די היינטיגע וואך‪ ,‬דעם הייליגן דרך פון דעם רבן של ישראל‬
‫משה רבינו‪ ,‬קומט מען באלד צוריק אז "אין כל חדש תחת השמש"‪.‬‬
‫אנהויב סידרא דערציילט די תורה הק'‪ ,‬אז נאך אלע רדיפות וואס משה‬
‫רבינו האט זיך אנגעליטן פון קרח ועדתו מיט די ‪" 250‬שיינע אידן" מיט‬
‫געבלימטע בעקעטשעס‪ ,‬האט משה רבינו נישט נאכגעלאזט פון זיין סבלנות‪,‬‬
‫"וישלח משה לקרוא לדתן ולאבירם בני אליאב"‪ ,‬דער צדיק אמת שיקט זאגן‬
‫אז ער איז גרייט אויף שלום‪ ,‬מ'קען זיך נאך יעצט אראפזעצן פארהאנדלען‪ ,‬זיין‬
‫ציל איז חלילה נישט צו ברענגן א חרון‪-‬אף דורך די מחלוקת‪ ,‬ער שטרעקט‬
‫אויס א האנט פאר שלום‪ ,‬ווי רש"י זאגט "שהיה משה מחזר אחריהם‬
‫להשלימם בדברי שלום"‪ ,‬משה רבינו דער רבן של ישראל האט פארקוקט פון‬
‫זיין כבוד נאר זיך אראפגעלאזט צו די רשעי הדור און זיי געבעטן זיך‬
‫אדורכצוקומען‪.‬‬
‫דער רועה נאמן פון כלל ישראל האט געלערנט א דרך התורה‪ ,‬וישלח‬
‫משה לקרוא לדתן ולאבירם‪ ,‬רש"י זאגט "מכאן שאין מחזיקין במחלוקת"‪ .‬און‬
‫ווי הגאון ר' שמעון סופר מקראקא ז"ל טייטשט‪ ,‬אז טראצדעם וואס דתן‬
‫ואבירם האבן שוין מערערע מאל אנגעפירט מיט קריגערייען און געשפעט‬
‫קעגן משה רבינו‪ ,‬און האבן שוין געהאט די "חזקה" פון מחרחרי ריב‪ ,‬דאך איז‬
‫די הלכה אין "מחזיקין" במחלוקת‪ ,‬ווען ס'קומט צו מאכן שלום‪ ,‬גייט מען נישט‬
‫נאך די חזקה‪.‬‬
‫וואס איז געווען די תשובה? "ויאמרו לא נעלה"! מיט זייער כח הליצנות‬
‫האבן זיי ערקלערט אז "עת לעשות לה' הפרו תורתיך"‪ ,‬און מעגליך אויך‬
‫דערקלערט די הייליגע עדה פון משה ואהרן אלס בעלי מחלוקת אדער גאר א‬
‫"קליפה‪/‬סטרא אחרא" מיט וועמען מ'טאר נישט שלום מאכן חלילה‪ .‬מ'האט‬
‫געטראפן גענוג סיבות אז ס'איז גוט מחלוקת‪ ,‬ס'מוז זיין "עדרים עדרים"‪ .‬און‬
‫זייער סוף איז באלד געקומען‪" ,‬פיהם הכשילם שאין להם אלא ירידה"‪ ,‬ווי די‬
‫תורה הק' דערציילט‪" ,‬ויאבדו מתוך הקהל"‪.‬‬
‫מ'האט פרובירט מיט יארן צוריק איין מאל‪ .‬מ'האט פרובירט עטליכע‬
‫חדשים צוריק נאכאמאל‪ .‬און יעצט איז מען ווייטער גרייט צום דריטן מאל‪ .‬און‬
‫וואס איז די תשובה פון די היינטיגע דתן‪-‬ואבירם'ס? פראטעסטירן ‪ -‬יא‪.‬‬
‫שרייען ‪ -‬יא‪ .‬פארפירן ‪ -‬יא‪ .‬קאנצערטן ‪ -‬יא‪ .‬חילול ה' ‪ -‬יא‪ .‬אבער א קליינע‬
‫הכנעה'לע פאר דין תורה‪ ,‬נאר דאס חלילה נישט‪.‬‬
‫ס'איז פיל ליבערשט צו שרייען "ארור מסיג גבול רעהו" ווי איידער‬
‫אפצוגעבן דעם שטח וואס זיי האבן פארלוירן אין געריכט‪ ,‬פאר די אמת'ע בעלי‬
‫בתים מ'זאל דאס קענען נוצן פאר די מתפללי ולומדי ביהמ"ד; ס'איז פיל‬
‫גרינגער זיך צו ווארפן אונטערן טראקטאר ווי איידער דערלאזן אז די גזילה זאל‬
‫ווערן צוריקגעקערט צו די ריכטיגע נגזלים‪.‬‬

‫ויהי ממחרת‪ ,‬נאך די "מעכטיגע מחאה"‪ ,‬ווען מ'האט "געוויזן דעם‬
‫שטארקן כח"‪ ,‬האט זיך געקענט דוכטן אז יעצט וועט מען תיכף ומיד‬
‫אריינשטורעמען אין די הייזקע און בחצות היום אויסשרייען ברכי נפשי נאך‬
‫עטליכע שעה הכנות אין די געראטעוועטע "סע ּפטיק ט ַאנק"‪ ...‬מ'האט שוין‬
‫אלעס און יעדן געשטעלט אין פלאץ‪ ,‬די פאליציי‪ ,‬די פובליק סעיפטי‪ ,‬די חברה‬
‫הצלה‪ ,‬דעם מעיאר‪ ,‬דער ראה"ק‪ ,‬און אפילו די גאסן פון וויליאמסבורג‪ ,‬און‬
‫יעצט שפאנט מען צוריק קיין גארפילד רד‪ .‬אבער‪ ,‬ווי? וואס? ווען?‬
‫מיט אלע געשרייען אינאיינעם‪ ,‬קען מען זיך נישט ראטעווען פון די אזהרה‪:‬‬
‫"העברת פי ה' היא לא תצלח"‪.‬‬
‫ס'איז צייט זיך אויפצואוועקן און זיך באקלערן אז די גאנצע מעשה קען‬
‫פארמיטן ווערן מיט איין קליינעם רצון צו ערלעדיגן דעם גאנצן ענין ביי א‬
‫אידישן בי"ד‪ ,‬גענוי ווי אנדערע קהלות קדושות בישראל אין די לעצטע יארן‪,‬‬
‫און ווי די סאטמארער קהלה אין ב"פ‪ ,‬און יעצט שוין – האפנטליך – אויך אין‬
‫בני ברק‪ .‬אלזא‪" ,‬מה לך כי נזעקת"‪ ,‬וואס איז דער ליארם?‬
‫אדרבה‪" ,‬הפוך רשעים ואינם ובית צדיקים יעמוד"‪ ,‬ווי אינטערעסאנט איז‬
‫געווען ווען זונטאג אווענט אין די זעלבע מאמענטן ווען א צעיושעטע הפקר‪-‬‬
‫מאסן איז געווען פארזאמעלט אין קרית יואל פיל פון יאוש און‬
‫דעמאלאריזאציע און געווארפן חיצים ובליסטראות מיט אן אומגלויבליכן‬
‫חילול ה'‪ ,‬איז צוגעקומען א לעכטיגע רינגל אין די קייט פון הרחבת גבולי‬
‫הקדושה תחת דגל נשיאות מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א‪ ,‬ווען דער‬
‫רבי שליט"א איז געווען אנוועזנד און באשיינט בהדרו דעם גרויסן מעמד "כתר‬
‫הוראה" אין מאנסי‪ ,‬ווען נאענט צו דריי מנינים בני הכולל בעלי תריסין זענען –‬

‫‪4‬‬

‫אונטער די הדרכה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א – נתעטר‬
‫געווארן בכתר ההוראה ביי א הערליכן מעמד לכבודה של תורה‪ ,‬און באלד‬
‫דערנאך געפארן קיין אריזאנא צו קצירת חיטים אויף קומענדיגן פסח תשע"א‪,‬‬
‫פון דארט קיין טעקסעס צו די מהודר'דיגע גסות שחיטה‪ ,‬צוריק אין די ישיבה‬
‫צו לערנען מיט די לעכטיגע בחורי חמד‪ ,‬פון דארט קיין וויליאמסבורג צו‬
‫געזעגענען בפו"פ עטליכע הונדערט חסידים און מקבל זיין רבנים ואדמורי"ם‬
‫שליט"א‪ ,‬און אפנעמען שקלי הקודש ‪ $1,800‬פאר הרחבת גבולי הטהרה אין‬
‫וויליאמסבורג‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬
‫המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד‪.‬‬
‫אשריהם פרנסי הציבור‪ .‬רבבות אלפי ישראל תלמידי וחסידי סאטמאר‬
‫בכל מקומות מושבותיהם זענען הארציג מכיר טובה וברכה פאר די הנהלת‬
‫הקהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל פאר זייער חלק אין הצלת‬
‫עיר קרית יואל פון די מחבלי כרמים‪ ,‬ובפרט פאר דעם העראאישן ראש הקהל‬
‫ופרנס הציבור‪ ,‬דער איש החסד והמעש‪ ,‬ויהי דו"ד בכל דרכיו משכיל וה' עמו‪,‬‬
‫הרבני החסיד הנכבד והמרומם מו"ה דוד עקשטיין שליט"א‪ ,‬וועלכער איז‬
‫אויסגעקליבן געווארן אריינצוכאפן די אלע חיצים ובליסטראות פון די מהרסים‬
‫ומחריבים‪ .‬ה' אתך גבור החיל להגדיל תורה ולהאדירה מתוך תענוג והרחבת‬
‫הדעת לאורך ימים ושנים טובים‪.‬‬

‫העולה על כולנה‪ ,‬איז אבער דער גאנצער צוגאנג פון די כאפטע ליצים ומשכילים צו דעם ענין פון "מחאות" קעגן "חפירות"‪.‬‬
‫אין די זעלבע צייט ווען אחינו בני ישראל איבער די גאנצע וועלט בלוטיגן‬
‫מיט ווייטאג אויף דעם גורל פון אחינו בני ישראל הנאנקים אין ארץ הקודש‪,‬‬
‫ווען די רשעי הציונים רייסן אויס קברי ישראל און פירן זיך מיט ברוטאליטעט‬
‫קעגן די הייליגע מוחים‪ ,‬און ערליכע אידן בכל פינות העולם זענען מוחה אויף‬
‫דעם שרעקליכן חילול קברי ישראל דורך די ציונים ימ"ש און די ברוטאלע‬
‫באנעמונג פון די ציוניסטישע פאליציי‪ ,‬ווערט דאס פארנוצט‪ ,‬דורך א‪.‬ג‪" .‬אחים‬
‫לדעה"‪ ,‬אויף ליצנות און אפשפעט‪ ,‬בעוה"ר‪.‬‬
‫העכער דריי וואכן האט געדויערט פון ווען דער ערשטער טראקטאר האט‬
‫אריינגעגראבן די נעגל אין בארזילי שפיטאל אין אשקלון ביז מ'האט זיך‬
‫ערוועקט און באשלאסן אז "מ'גייט מאכן אן אסיפה"‪ ...‬מ'איז זיך‬
‫צוזאמגעקומען שווערע מאסן אין א טיש‪-‬פולע ראדני שול‪ ,‬וואס איז געווען‬
‫אויסגעשטעלט דאפעלט אין שטח ווי ביים לעצטן שבועות "נעילת החג"‪...‬‬
‫אלע רעדנער האבן ערקלערט פאר די פארזאמעלטע אז "מ'דארף האבן‬
‫געלט"‪ ...‬און ליתר שאת אז די געלט אקציע זאל האבן דעקונג‪ ,‬וועט מען אויך‬
‫מאכן א פראטעסט‪.‬‬
‫וואלט די מחאה געברענט‪ ,‬וואלט מען דעם פראטעסט געקענט מאכן‬
‫באלד אין יענע וואך פון די אסיפה גדולה‪ ,‬אדער כאטש באלד אנהויב וואך‬
‫דערנאך פר' שלח‪ .‬אבער אזויווי דער ערליכער סאטמארער ציבור האט זיך‬
‫געגרייט על פי קריאת הקודש פון דעם שר צבא ה' ארויסצוקומען לרחובה של‬
‫עיר דעם פאלגענדן מאנטאג פר' שלח צו א מאסן דעמאנסטראציע‪ ,‬און מ'קען‬
‫דאך חלילה נישט פארקוקן פונעם שטאלצן תאוות הכבוד צו לוחם זיין פאר‬
‫כבוד שמים‪ ,‬האט מען באשלאסן צו "שיסן צוויי האזלעך אין איין שאס"‪ ,‬צו‬
‫מאכן אן אויספלוג קיין וואשינגטאן און אזוי ארום שאפן א דאפעלטן‬

‫"פראטעסט"‪...‬‬
‫איבריג צו זאגן וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די צוויי באזונדערע מחאות‪.‬‬
‫פון איין זייט האבן שווערע צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן געהאט די זכי'‬
‫צו זיין פון די מקדשי שם שמים ברבים און ארויסגעקומען צו די מאסן‬
‫דעמאנסטראציע פארגאנגענעם מאנטאג אין מאנהעטן‪ ,‬וואס איז פארשריבן‬
‫געווארן מיט גאלדענע אותיות אלס איינס פון די געלונגענסטע מערכות ישראל‬
‫פון יהדות הגולה אין די היסטאריע‪ ,‬און האט בעז"ה געהאט א היסטארישן‬
‫ברייטע מידיא דעקונג‪.‬‬
‫פון די אנדערע זייט האט מען געטראפן אן אויסרייד‪ ,‬מ'האט פארנוצט א‬
‫ווילדער אינצידענט פון די שלוחי הציונים אויף א טערקישן שיף און דאס‬
‫אויפגעבלאזן אין א "וועלט קריזיס" וואס באדראעט א באלדיגע מלחמה‪ ,‬און‬
‫דערצו געצויגן א קייט פון הוראות וואס זאל האבן ארויסגעקומען פון מרן רבינו‬
‫הקדוש בעל דברי יואל זי"ע‪ ,‬און דערמיט פארוואסערט דעם גאנצן פראטעסט‬
‫אויף ביז צו א אומבאשטימטן דאטום‪.‬‬
‫אפגעזען אז די הוראה אויף וועלכן מ'האט זיך באצויגן איז דורכאויס‬
‫פאלש‪ ,‬א קלארער פארטויבטער "סילוף" בדעת קדשו פון רביה"ק זי"ע‪ ,‬ווי‬
‫שוין אויפגעוויזן פארגאנגענע וואך אין א ברייטן ארטיקל אין "דער בלאט"‪ ,‬אז‬
‫די דעמאנסטראציע וואס איז אפגערופן געווארן פון ער"ח ניסן תשכ"ז איז‬
‫פאקטיש יא פארגעקומען מיט עטליכע וואכן שפעטער‪ ,‬ר"ח אייר תשכ"ז‪ ,‬ווען‬
‫די וועלט איז שוין באמת געווען הייס פון די שטורמישע "ששת ימי אפילה"‬
‫מלחמה וואס האט אויסגעבראכן געציילטע וואכן דערנאך )ליינט אויך מאמר‬
‫"מסלפים עליך ישראל" אין היינטיגן נומער‪(.‬‬

‫יעצט ווען מ'שטייט שוין העכער א וואך שפעטער‪ ,‬די וועלט איז שוין‬
‫בארואיגט‪ ,‬קיין קריזיס‪ ,‬קיין מלחמה און קיין מאביליזאציע‪ ,‬לאזט זיך יא פרעגן‪,‬‬
‫ביז ווען גילט דער אויסרייד "אנגעצויגן מיט די אראבער"? א וואך? צוויי וואכן?‬
‫ס'איז נאך אלץ "אנגעצויגן"?‪ ...‬אדער איז דאס אן אומבאגרעניצטער דיחוי‪ ,‬א‬
‫שטייגער ווי דער קומענדיגער דאטום פון די מסע הקודש?‪ ...‬פארוואס גייט‬
‫איר נישט ארויס פראטעסטירן יעצט‪ ,‬טאקע היינט‪ ,‬נעכטן‪ ,‬מארגן‪ ,‬די חפירות‬
‫אין ארצינו הקדושה האבן זיך ליידער נאכנישט אפגעשטעלט‪ ,‬און ווערט‬
‫פארגעזעצט אין אנדערע ישובים אין ארצה"ק! אונזערע ברודער אין ארצה"ק‬
‫כאפן קלעפ על כבוד שמו יתברך! וואס איז פלוצים געשען אז מ'באנעמט זיך‬
‫צו דעם גאנצן ענין פון מחאה קעגן ציונות אזוי פאסיוו? צי הערשט נאך יעצט א‬
‫מלחמה‪-‬מצב‪ ,‬אדער איז דאס טאקע בלויז ווייל "יענער" איז אויך מוחה? איז‬
‫"דאס" אויך געווען דעת קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע?!‬
‫נאר‪ ,‬יעצט ווען ס'איז שוין כמעט לאחר המעשה‪ ,‬מ'פארט שוין באלד‬
‫ארויס צו די נאות דשא זיך אויסצורוען די ביינער‪ ,‬וועט שוין זיין "עולם כמנהגו‬
‫נוהג ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין" )ע"ז נ"ד ע"ב(‪ .‬וועלן מיר זיך בלויז‬
‫באציען צו די לעצטע דריי‪-‬פיר טאג "בעפאר" דעם פראטעסט‪ ,‬פרייטאג און‬
‫שב"ק פר' בהעלותך‪ ,‬און דער נאכפאלגענדער מוצש"ק און זונטאג נאכט פר'‬
‫שלח‪ ,‬נאך בעפאר ס'האט אויסגעבראכן דער קריזיס אין מיטל מזרח צוליב‬
‫וועלכן מ'האט כלומר'שט אפגערופן זייער וואשינגטאן צוזאמקום; אין די צייט‬
‫ווען די "פרישטאג‪-‬סענדוויטשעס" און "ברייטע איבערבייס" קיין וואשינגטאן‪-‬‬
‫טריפ זענען נאך געווען אין פולן פראצעס‪.‬‬
‫ווער ס'איז נאר אנוועזנד געווען אין וויליאמסבורג אין לויף פון יענע‬
‫עטליכע טעג און נעכט‪ ,‬האט צוגעזען אז עפעס אומגלויבליך האט פאסירט‪.‬‬
‫צעיושעטע אינגען זענען ארומגעפארן אין לויף פון די אלע נעכט איבער די‬
‫גאסן פון וויליאמסבורג‪ ,‬מ'האט פארפירט און געבונטעוועט קעגן די‬
‫מאנהעטן‪-‬דעמאנסטראציע; מ'האט ארומגעפירט די צוהיצטע בחור'לעך‪,‬‬
‫נערים שלא טעמו טעם חטא און זיי באפוילן צו פליקן און פלינדערן אלע‬
‫פלאקאטן איבער די דעמאנסטראציע; אין אלע ווינקלען פון די שטאט האבן‬
‫צולאזטע אינגען באפאלן די איידעלע בחורי חמד פון די ישיבות הקדושות‬
‫ד'סאטמאר וועלכע האבן אנגעהאנגען די מודעות צו די דעמאנסטראציע און‬
‫זיי באשלאגן; מ'האט געכאפט בילדער זיי צו שרעקן; מ'האט געפירט א‬
‫שאקירנדע העצע קעגן די הייליגע דעמאנסטראציע וואס האט אמת'דיג‬
‫ארויסגעצייגט די טונקלסטע פארבן פון די מחללי שם שמים‪ ,‬דער כת הולכי‬
‫בג"ץ הציוני‪.‬‬
‫אידן וועלכע זענען אויפגעשטאנען אין די פריע פארטאגס שעה'ן‪ ,‬פיר און‬
‫פינף אזייגער לעבודת הבורא בתורה ובתפלה להשי"ת‪ ,‬זענען דערשראקן‬
‫געווארן ווען אויף די גאס האט זיך באוויזן גרויליגע סצענעס‪ ,‬זעענדיג ווי‬
‫תמימות'דיגע אינגע בחורים ווערן נתחנך צו פלינדערן און שטערן דעם הייליגן‬
‫ענין פון מחאה קעגן די ממשלת המינים‪ ,‬און דאס ווערט באגלייט מיט שנאה‬
‫והסתה קעגן ערליכע אידן וואס מ'האט געהערט בלויז אין נאצי דייטשלאנד‪,‬‬
‫ליידער‪.‬‬
‫בושה תכסה פניהם‪ ,‬אזעלכע וועלכע פרעדעצירן שטענדיג דעם‬
‫אויסשליסליכן בעלות אויף די "נקודה הפנימיות" און המשכת דרכו בקודש פון‬
‫מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע‪ ,‬וועלכער איז געווען דער לייב בעניני אמונה‬
‫ודעות; ועל פי דיבורו נאספין קעגן די גזירות פון עקירת הדת אין ארצינו‬
‫הקדושה – זאלן אן קיין שום בושה זיך אפען ארויסשטעלן צו שטערן די מאסן‬
‫דעמאנסטראציע קעגן די ממשלת הכופרים‪ ,‬בלויז ווייל "יענער" איז מוחה?!‬

‫‪5‬‬

‫און דאס איז נישט געווען איין קליינער אינצידענט; דאס איז געקומען‬
‫באגלייט נאכט נאך נאכט אין לויף פונעם גאנצן וו ָאך‪-‬ענדע‪ ,‬פון דאנערשטאג‬
‫ביז מאנטאג‪ ,‬ווען זייערע מרביצי תורה און באקאנטע מנהלים ווערן דערפון‬
‫באוויסטזיניג‪ ,‬אבער פארמאכן זיך די אויגן‪.‬‬
‫עטליכע אינגעלייט‪ ,‬ליידיגע קעפ‪ ,‬זענען געווארן גאצאלט דורך די הויכע‬
‫פענסטער‪ ,‬א‪.‬ג‪" .‬עסקנים לשם שמים"‪ ,‬און זיי האבן‪ ,‬נישט ווי זייער שטייגער‪,‬‬
‫זיך ארויסגעריקט פון די בעטן זונטאג און מאנטאג פארטאגס‪ ,‬צו רייסן די‬
‫פלאקאטן‪ ,‬ווען די בחורים פירן אויס דעם הייליגן שליחות פון די "נקודה‬
‫הפנימיות"‪.‬‬
‫זכרנו ימים מקדם‪ ,‬עס געדענקט זיך גוט אין די פריערדיגע יארן בהלו נרו‬
‫על ראשינו רבינו הקדוש זי"ע‪ ,‬ווען ביי יעדע מאסן דעמאנסטראציע קעגן די‬
‫גזירות פון די ממשלת הכופרים‪ ,‬זענען די בחורי חמד פון די סאטמארער‬
‫ישיבה געווארן אויסגעלערנט מיט אן אש קודש צו זיין די שלוחים וועלכע‬
‫האבן אויפגערודערט דעם יהדות הגולה ארויסצוקומען אויסשרייען דעם וויי‬
‫געשריי קעגן די עקירת הדת‪ .‬די בחורים זענען געווען די מיליטער לייט אין‬
‫וועמען מ'האט אויפגעפלאקערט דעם אש הקנאות וואס האט ווייטער‬
‫געברענט אויך אין די שפעטערע יארן‪.‬‬

‫וואס לערנט מען אבער פאר די היינטיגע היץ קעפ? בלויז "יענעם" צו‬
‫שטערן; "יענעם" צו שטעכן; אז "יענער" מאכט א מחאה‪ ,‬זאל עס זיין אפילו‬
‫קעגן די רשעי הציונים‪ ,‬מוז מען עס שטערן; ס'איז פאראן א "אמונה טפילה"‬
‫פון הסתה און אומבאגרעניצטע שנאה וואס איז פיל וויכטיגער פון די מלחמה‬
‫קעגן ציונות‪ ,‬דאס איז עוקר כל התורה כולה‪ ,‬דאס איז די מלחמה קעגן דעם‬
‫ערליכן סאטמארן ציבור‪ ,‬אין וועלכן ס'זענען איינגעשפאנט די גאנצע כת‪ ,‬על‬
‫ראשיה‪ ,‬גדוליה‪ ,‬מנהיגיה‪ ,‬ודייניה‪ – .‬א חרפה און א בושה‪.‬‬
‫און קלערט נישט אז בעצם יום השב"ק האבן זיך אפגעשטעלט די‬
‫פראטעסטן קעגן די פראטעסטן‪ .‬קלאר נישט‪ .‬צוליב דעם אומנאטורליכן רייץ‬
‫קא ּפי‪-‬רייט‪-‬בעלות" אויף דעמאנסטראציעס‪ ,‬האט מען‬
‫צו צייגן " ַ‬
‫"אויסגעבארגט" דעם אומזעעבארן "עירוב" פון וויליאמסבורג‪ ,‬און בעצם יום‬
‫השב"ק האט מען בלי שום בושה וכלימה געריסן מודעות פון די‬
‫דעמאנסטראציע! הפנים‪ ,‬קוקט אויס אז דער כלל פון "עת לעשות לה' הפרו‬
‫תורתיך" האט באקומען נייע פראפארצן‪.‬‬
‫און דאס אלעס איז געווען אין די צייט ווען זיי זעלבסט האבן זיך נאך‬
‫גערישט צו מאכן דעם וואשינגטאן פראטעסט אויף דינסטאג‪ ,‬נאך בעפאר דער‬
‫פרישער קריזיס‪ .‬שטעלט זיך די פראגע‪ :‬ווילסט פארן קיין וואשינגטאן‪ ,‬פאר‬
‫געזונטערהייט‪ ,‬אבער וואס שטערט דיך אז "יענער" פרובירט אויך אפצושרייען‬
‫די גזירות פון עקירת הדת אין ארצה"ק? איז דאס "כבוד שמים" ווען מ'שטערט‬
‫"יענעם" פון לוחם זיין קעגן רדיפת הדת?‬
‫מי יגלה עפר מעיני רבינו הקדוש והטהור זי"ע‪ ,‬וועלכער איז געווען דער רבן‬
‫של קנאים דקדושה בדורינו‪ ,‬און זיינע הייליגע דרכים ווערן היינט פארקרומט‬
‫און פארדרייט דורך די אומפארגינערישע בעלי מדות מושחתות‪.‬‬
‫פארגאנגענעם שב"ק ביים פרק‪-‬שיעור אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין‬
‫וויליאמסבורג‪ ,‬האט הגאון רבי יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א מו"ץ בק"ק‬
‫פאפא וביד"צ קארלסבורג‪ ,‬גאר טרעפליך פארטייטשט די משנה אין אבות‪,‬‬
‫"כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו"‪ ,‬און דערמיט מגדיר‬
‫געווען דעם הייליגן דרך פון מרן רבינו הקדוש זי"ע‪ ,‬וועלכער איז געווען‬
‫מפורסם מיט מדת הצדקה והחסד פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן‪ ,‬אפילו‬
‫פאר אזעלכע וועלכע זענען געווען ווייט ווייט פון זיין הייליגע שיטה בעניני‬

‫אמונות ודעות האט ער זיך געלאזט קאסטן סכומים עצומים פאר צדקה‪ ,‬און‬
‫אלעס מיט א סבר פנים יפות און זיין הייליג שמייכל‪ ,‬אז דער איד זאל נישט‬
‫שפירן אז דער רבי האט אויף אים סיי‪-‬וועלכע פערזענליכע הקפדה חלילה‪.‬‬
‫אט דער זעלבער צדיק אמת‪ ,‬רבינו הקדוש זי"ע‪ ,‬וועלכער איז געווען דער‬
‫ריכטיגער "רוח הבריות נוחה הימנו"‪ ,‬טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן‬
‫זענען ביי אים געהאלפן געווארן‪ ,‬ער האט געקענט זיין "רוח המקום נוחה‬
‫הימנו"‪ ,‬אז דער הייליגער פייער פון קנאות של קדושה‪ ,‬זיך אנצונעמען פאר‬
‫קנאתו של מקום‪ ,‬זאל זיין נוחה הימנו‪ ,‬עכ"ד המתוקים‪.‬‬
‫און וואס פרעדיגט מען היינט ביי די א‪.‬ג‪ .‬תלמידי וחסידי מרן רבינו הקדוש‬
‫זי"ע? רייסן מודעות‪ ,‬פליקן פלאקאטן‪ ,‬נאכשרייען בחורים‪ ,‬שעדיגן נכסי‬
‫הקדש‪ ,‬און ארויסטראסקען פון ראדני‪-‬שול ערליכע עסקנים וועלכע זאמלען‬
‫געלט פאר א דעמאנסטראציע קעגן די מדינה הציונות‪ – .‬שיין זיך דערלעבט‪.‬‬
‫מ'דערמאנט זיך צוריק ווען מיט צען‪-‬עלף יאר צוריק בעת מ'האט‬
‫ארויפגעצווינגען אויפן ציבור טעראר‪ ,‬האט מען אויפגעהויבן דעם "החזרת‬
‫עטרה ליושנה" פאן‪ ,‬מ'האט געהעצט אז ס'קומען נייע צייטן פון "איש כל הישר‬
‫בעיניו יעשה"‪ ,‬יעדער רב און מנהיג וועט קענען זאגן זיין מיינונג‪ ,‬און נייע צייטן‬
‫פון א ערליכע חינוך ביי די קינדער און בחורים‪.‬‬
‫צען יאר איז גענוג צייט זיך צו באקלערן‪ :‬איז "דאס" געווען דער חינוך אויף‬
‫וועלכן מ'האט געשטרעבט? איז "דאס" דער חינוך הטהור וואו מ'ווערט נתחנך‬
‫צו מדות טובות און קנאות? איז "דאס" דער הייליגער דרך וואס מ'האט מקובל‬
‫בדרך ישראל סבא? האבן מיר "דאס" געהערט ביי די הייליגע ס"ג תורות פון‬
‫אונזער הייליגען רבי'ן זי"ע? ניין און ניין‪.‬‬
‫אין סך הכל‪ ,‬פון די אלע מיינונגס‪-‬רעכטן איז געבליבן בלויז עטליכע‬
‫השחתה'יגע "האטליינס" ווי עטליכע משוגעים זאגן זייער השחתה און געמיינע‬

‫‪6‬‬

‫ניבול‪-‬פה מיינונג פארן ציבור ואין פוצה פה ומצפצף‪ .‬יא‪" ,‬יעדער זאגט זיין‬
‫מיינונג"‪ ...‬און פון די גאנצע "החזרת עטרה ליושנה" איז פארבליבן די הליכה‬
‫לערכאות אין וויליאמסבורג ‪ /‬קרית יואל ‪ /‬בארא פארק ‪ /‬מאנטרעאל ‪ /‬און‬
‫בג"ץ הציוני אין בני ברק; עסן מפוקפק'דיגע אספסוף פלייש‪ ,‬און והאחרון‬
‫הכביד שיקן די בחור'ליך רייסן פלאקאטן וואס רופט דעם ציבור צו‬
‫פראטעסטירן קעגן די ציוני'סטישע מדינה של שמד‪.‬‬

‫אלעס האט דעם זעלבן "היתר"‪" ...‬המטרה מקדשת את האמצעים"‪ ,‬דער‬
‫ציל הייליגט די מיטלען‪ .‬אויב איז די רעדע פון טשעפען און וויי‪-‬טוהן דעם‬
‫ערליכן ציבור סאטמארער חסידים‪ ,‬און זייער גרויסער מנהיג‪ ,‬מרן הגה"ק‬
‫מסאטמאר שליט"א‪ ,‬איז נישט קיין פראבלעם מיט קיין שום איסור‪ ,‬די‬
‫משוגעת טרייבט ממש ווי צום טייוול און פירט אראפ פון די רעלסן‪.‬‬
‫)במאמר המוסגר‪ :‬די זעלטן‪-‬גרויסע העצע ביי די יוגנטליכע צו רייסן‬
‫פלאקאטן פון די מאסן דעמאנסטראציע‪ ,‬ווען דאס ווערט אונטערגעשטיצט‬
‫דורך די א‪.‬ג‪" .‬עסקנים לשם שמים"‪ ,‬וואס האט געצייגט די ביטערע מאראל‪-‬‬
‫אנזעץ פון דעם גאנצן כת מחללי שם שמים והולכי בג"ץ הציוני‪ ,‬האט‬
‫דערמאנט דאס ווארט וואס הגה"צ לוחם מלחמות ה' בארצינו הקדושה רבי‬
‫אהרן קאצינעלנבויגן זצוק"ל האט געזאגט ביי אן ענליכן פאל‪" ,‬א פלאקאט‬
‫וואס ווערט נישט אראפגעריסן‪ ,‬איז נישט ווערד דאס געלט וואס מ'האט‬
‫געצאלט דאס צו דריקן"‪ ...‬וד"ל(‪.‬‬
‫בכלל‪ ,‬איז ביי די יעניגע כבוד‪-‬גייציגע פארשוינען דער גאנצער ענין פון‬
‫הפגנות געווארן א אינטערנאציאנאלער וויץ; איינמאל שרייט מען אז א מחאה‬
‫דארף צוגיין מיט ישוב הדעת און כובד ראש‪ ,‬ווען מ'ברויך בו ביום פאסטן‪,‬‬
‫דערווייל ווערט מען געוואויר אז יעדן צווייטן שני וחמישי פארט מען ארויס פון‬
‫לי‪-‬קיעפ און בעדפארד‪-‬ראטלידזש צו פראטעסטירן און פארטיילן קבלת עול‬
‫מלכות שמים פאזיציעס‪.‬‬

‫אבער‪ ,‬נאך אלע פראגען איבער די וואנזיניגע האנדלונג פון די פראטעסטן קעגן מדינת ישראל‪ ,‬ווי נעמט מען די ריכטיגע ווערטער צו‬
‫קענען שאפן א קאנטראסט צווישן די פראטעסטן קעגן מדינת ישראל ביז די צולאזטע ראיטאן‪-‬פראטעסטן אין קרית יואל‪.‬‬
‫אילו זכו וואלטן מיר אין די לעצטע וואכן געהערט איבער א אמת'ע‬
‫דעמאנסטראציע לשם שמים קעגן די "חפירות" אין ארצינו הקדושה דורך די‬
‫רשעי הציונים‪ .‬ועכשיו שלא זכו‪ ,‬האט מען געפראוועט ליצי‪-‬ליצנות פון דעם‬
‫גאנצן ענין פון מחאות‪ .‬נאכן אפרופן די וואשינגטאן טריפ און זיך זען מיט א‬
‫הילכיגן דורכפאל‪ ,‬לויפט מען אויסגעבן דעם כעס אויף א‪.‬ג‪" .‬חפירות" פון א‬
‫"סע ּפטיק ט ַאנק"‪.‬‬
‫גוט באקאנט איז די ווערטער פון חכמינו ז"ל סוף מס' סנהדרין‪ ,‬אז ביי די‬
‫פרשה פון פילגש בגבעה איז געווען א געפערליכע חרון אף אויף כלל ישראל‪,‬‬
‫ווייל ס'איז געווען באלד נאך די פרשה פון פסל מיכה‪ ,‬און דאן איז‬
‫ארויפגעקומען די פראגע‪"" :‬אמר הקב"ה בכבודי לא מחיתם בכבוד בשר ודם‬
‫מחיתם"?‬
‫דא פרעגט זיך ווי פון זיך‪-‬אליינס‪ :‬זענען די הייליגע עצמות פון אבותינו‬
‫ורבותינו הקדושים אין די שטאט יפו‪ ,‬אשקלון‪ ,‬און נצרת נישט אזוי מחאה‪-‬‬
‫ווערד ווי דער שמוציגער טאנק אין קרית יואל‪ ,‬קעגן וועמען איר דרייט איבער‬
‫א שטאט?‬
‫איז פאראן א גרעסערער סילוף דעת תורה צו ערקלערן אז א‬
‫דעמאנסטראציע קעגן די רשעי הציונים אין וואשינגטאן האט רביה"ק זי"ע‬

‫נישט ערלויבט‪ ,‬און זיך אויפפירן ווי הארלעם‪-‬צוגיינער קעגן די פאליציי אין‬
‫קרית יואל איז יא ערליך אויסגעהאלטן?!‬
‫לאמיר הערן‪ ,‬אז איר זענט יא אויסגעקאכט אין דעם ענין פון מחאות‪ ,‬וואו‬
‫זענט איר‪ ,‬אלע פון אייך‪ ,‬געווען מיט קוים א וואך פריער‪ ,‬מאנטאג פר' שלח‬
‫ווען טויזנטער האבן פראטעסטירט קעגן מדינת ישראל וועלכע גראבן ליידער‬
‫אויף קברי ישראל אין ארצינו הקדושה? זענען די הייליגע קברים נישט ווערד‬
‫אייער השתתפות אין די מחאה? קוקט מען טאקע "בלויז" אויף כבוד עצמו‬
‫ווען ס'קומט זיך אנצונעמען פאר "כבוד שמים"?‬
‫מה נשתנה פראטעסט מ'פראטעסט?‬
‫יעדער סאטמארער חסיד ווייסט וואס רבינו הקדוש זי"ע שרייבט אין די‬
‫הקדמה צום ספה"ק על הגאולה ועל התמורה‪ ,‬איבער דעם נאמען פון דעם‬
‫ספר‪ ,‬ווייל ליידער האט מען פארטוישט דעם כבוד פון השי"ת צו געבן כבוד‬
‫פאר די רשעים‪ ,‬וימירו את כבודם בתבנית שור אוכל עשב‪ – .‬מ'האלט היינט‬
‫ליידער ביים זעלבן מצב‪ ,‬אנשטאט אוועקלייגן אלע זייטיגע פניות און ארויסגיין‬
‫מוחה זיין קעגן די רשעי הציונים‪ ,‬האט מען אויסגעדרייט דעם געווער קעגן א‬
‫מחנה ערליכע אידן‪ ,‬תלמידים וחסידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע‪.‬‬
‫זענען אחינו בני ישראל וועלכע כאפן מכות אכזריות פון די ברוטאלע‬

‫‪7‬‬

‫ציוניסטישע פאליציי נישט אזויפיל ווערד אז איר זאלט מוותר זיין אויף שינת‬
‫צהריים און ארויסקומען פראטעסטירן‪ ,‬אקוראשט ווי די גאנצע "קרעטשמע"‬
‫מיט אלע ביטול תורה ותפלה ומחלוקת ושפיכות דמים וואס דאס האט שוין‬
‫געברענגט מיט זיך אין לויף פון דרייסיג יאר?!‬

‫גוטע אויערן ה ָאבן געקענט הערן צווישן די שורות ווי מען שרייט מיט‬
‫ביטערניש‪ :‬געוו ַאלד‪ ,‬דער מושב לצים איז סגור ומסוגר; דער גרף של רעי איז‬
‫הערמעטיש פ ַארשל ָאסן און איצט איז דער "סע ּפטיק ט ַאנק" אויך שוין ַא‬
‫פ ַארג ַאנגענהייט‪.‬‬

‫ליידער זעט מען ווי אויך געוויסע אחים לדעה וועלכע וואלטן זיך געברויכט‬
‫פירן ערליך‪ ,‬תלמידים וועלכע זענען נתחנך געווארן בבית מדרשו פון רבינו‬
‫הקדוש זי"ע טאנצן נאך דעם שדים‪-‬טאנץ פון די בעלי כבוד ושררה‪ .‬דאס איז‬
‫בלויז א המשך פון מחלוקת קרח ועדתו‪ ,‬ווי דער הייליגער שפת אמת איז‬
‫מבאר די וואך‪ ,‬אז דאס ווארט "קרח" ווערט געשריבן אין די תורה ָאן ַא וא"ו‪,‬‬
‫אזוי איז די ר"ת פון זיין נאמען‪ ,‬ק'נאה‪ ,‬ר'וממות‪ ,‬ח'מדה‪ ,‬וועלכע זענען די דריי‬
‫תאוות‪ ,‬הקנאה והתאוה והשררה‪ ,‬ער האט מקנא געווען משה רבינו און אהרן‬
‫הכהן‪ ,‬ער געזוכט צו זיין דערהויבן און מער פון א צווייטן‪ ,‬און געגלוסט נאך‬
‫כבוד‪ ,‬און דעריבער איז געווען זיין סוף ווי ס'ווערט שוין מבואר אין די משנה‪,‬‬
‫"מוציאין את האדם מן העולם"‪ ,‬ווי עס האט טאקע פאסירט מיט קרח ועדתו‪.‬‬

‫עס ה ָאט זיך ַארויסגעשריגן די ווייט ָאג ַאז דער ק ַארט ָאפל‪-‬סט ָארעדזש‬
‫אויף בעדפ ָארד עוועניו מיט איר מזרח וו ַאנט טע ַאטער‪-‬טרענס ּפ ָאר ַאנט איז‬
‫געווען פ ַארג ַאנגענעם מוצאי שבועות ביים נעילת החג צערעמ ָאניע פול מיט‬
‫טויזנטער מענטשן‪) ...‬עיין "דער איד" ּפרשת בהעלותך תש"ע(‪ ,‬טר ָאץ וו ָאס‬
‫קיינער ה ָאט נישט געקענט ַאריינגיין ד ָארט און קיין נפש חי' ה ָאט זיך נישט‬
‫ציפט‪ ,‬ווען זיי זענען היינט מיטוו ָאך‬
‫ד ָארט געפונען )און אוי טוט ד ָאס וויי און ס' ּ‬
‫געוואויר געוו ָארן ַאז דער ק ַארט ָאפל סט ָארעדזש ווערט הערמעטיש‬
‫פ ַארשל ָאסן‪ַ ,‬אלס רעזולט ַאט פון נישט וועלן זיך שטעלן צו דין תורה‪ ,‬נ ָאר‬
‫ליבערשט אויסגעקליבן ערכאות עכו"ם‪ ,‬איינמ ָאל און נ ָאכ ַאמ ָאל(‪.‬‬

‫דער זעלביגער פה דובר שקרים וועלכער האט מיט העכער ‪ 8‬יאר צוריק‪,‬‬
‫עשרה בטבת תשס"ב ביי אן אסיפה אויף ראסס סט‪ .‬בבית דומ"ץ סאטמאר‪-‬‬
‫ראדני‪ ,‬אויפגעהעצט די פארזאמעלטע איבער דעם "פארדארבענעם חינוך" די‬
‫לעצטע ‪ 20‬יאר פון מרן הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע‪ ,‬שטייט‬
‫היינטיגן דינסטאג אויף די בימה אין קווינס‪-‬ישיבה‪ ,‬און העצט די בחור'לעך מיט‬
‫א געקינצלטע דרשה‪ ,‬בנוסח‪" :‬דארט ליגט די אייער‪ ,‬קיינער זאל נישט‬
‫ווארפן"‪...‬‬
‫זיכער פרובירט מען יעצט צו לייקענען אז די בחורים מטורפים זענען נישט‬
‫קיין "קווינס סטודענטן" נאר יוצאי‪-‬דופן פון די גע'אסור'טע מוסדות אין קרית‬
‫יואל‪ ,‬ווארים דער מנהל פון די ישיבה האט דאך בפירוש אויסגערופען אז "די‬
‫בחורים זענען נישט די ארמיי"‪ .‬א שוואכע נחמה נאך אזא הפכפוך'דיגן‬
‫אויפפירונג‪ ,‬נעמענדיג אין באטראכט אז די גע'אסור'טע מוסדות פון קרית יואל‬
‫האבן אין וויליאמסבורג נישט קיין ת"ת‪ ,‬נישט קיין ישיבה קטנה אדער ישיבה‬
‫גדולה‪ ,‬און איר ווילט דאך נישט אז מ'זאל זיין געצווינגען ארויסצולייגן די‬
‫בילדער פון אייערע תלמידים המפגינים ברשות הרבים‪ ,‬אז יעדער זאל זיך‬
‫קלאר איבערצייגן "מיט די אייגענע אויגן" ווער די באטייליגטע בחורים זענען‬
‫געווען און פון וועלכע ישיבות‪.‬‬
‫ר' דרשן טייערער‪ :‬וועמענס "איידעלן חינוך" איז צו פארדאנקן די‬
‫אויפפירונג פון אייערע מטורפים צו מאכן ביטול תורה און חילול שם שמים‬
‫דורך שרייען ווי ביליגע פארטאריקאנער אויף לי עוו‪ .‬איז דאס די סיבה‬
‫פארוואס מ'האט געמוזט דעם טיילונג ווייל אין די אנדערע ישיבה ערציהט מען‬
‫די בחורים צו עזות און געשלעגן? אט וואו איר זענט אנגעקומען מיט'ן "נועם‬
‫המדות‪ :‬רייסן פלאקאטן‪ ,‬שרייען אין די גאסן‪ ,‬פארפירן‪ ,‬איבערקערן – איז‬
‫"דאס" דער חינוך אויף וועלכן איר האט אזוי געצילט און געשטרעבט?‪...‬‬
‫*‬
‫אבער‪ ,‬אין אמת'ן גערעדט‪ ,‬דער קול וואס האט ארויסגעשריגן איז ווייט‬
‫נישט געווען איבער א בלויזן "סע ּפטיק ט ַאנק"‪ ,‬ס'איז געווען "קול לו קול אליו"‪,‬‬
‫א קול וואס איז "משתנה לכמה גוונין"‪ ,‬ווי די וועלט זאגט‪" :‬מ'רעדט צו די‬
‫טאכטער‪ ,‬און מ'מיינט די שנור"‪...‬‬
‫אזנים להם וישמעו‪ .‬בשעת'ן שטורמען און שרייען מיט אומב ַאנומענע‬
‫קולות אין די ג ַאסן פון קרית יואל און וויליאמסבורג‪ ,‬ה ָאט זיך באמת‬
‫ַארויסגעשריגען ג ָאר ַאנדערע ז ַאכן וו ָאס דרוקט זיי נעבעך אויף די הערצער‪ .‬און‬
‫מיט רעכט!‬

‫די ג ַאנצע וועלט איז שולדיג פ ַאר זייערע חר ּפות ַאז נישט בלויז איז דער‬
‫הוי ּפטקוו ַארטיר אויף ר ַאדני סטריט געווען ּפוסט און ליידיג דורכ'ן ג ַאנצן יום‬
‫טוב שבועות‪ ,‬נ ָאר אויך ביים נעילת החג צערעמ ָאניע‪ ,‬ה ָאט מען די רבבות‬
‫פונעם ק ַארט ָאפל ש ַאץ‪-‬ק ַאמער בלית ברירה ַאריינגעקוועטשט אין ר ַאדני‬
‫ממש בדוחק גדול מאוד‪ ,‬און פ ָארט ה ָאט מען נישט געהערט קיין איין "הצלה"‬
‫געשריי‪.‬‬
‫די ווייט ָאג ַאז די חומה המבדלת ביים בית החיים דקרית יואל צווישן די‬
‫הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני און צווישן די יראי ה' החרדים לדבר ה' ותורתו‪,‬‬
‫איז ב"ה קיימא וקאי‪ ,‬און מען דערקייקלט זיך לשפל המצב ַאז מען ד ַארף זיך‬
‫בעטן צו קויפן ַא קרקע מיט פ ַארש ּפרעכונגען ַאריינצוגיין אין ַא גורל אויף ַא‬
‫וו ַאק ַאציע אין ַא ‪ 5‬שטערנדיגע לוקסעריעזע ה ָאטעל מיט ַא רייצנדע און‬
‫ריכטיג‪-‬גוי'שע ּפ ָאנ ָאר ַאמע אינעם הויף פון וו ַאסערלעך און ביימעלעך‪ ,‬אין‬
‫ווערד פון ‪ 5,000‬ד ָאל ַאר‪.‬‬
‫זיי עסן זיך די הערצער פון פ ָארוו ָארף‪ַ ,‬אז נ ָאך ‪ 25‬י ָאר וו ָאס מען דרייט‬
‫איבער וועלטן און מען ק ָארמעט די קינדער כאילו תושבי קרית יואל שטייען‬
‫אין ַא סכנה רוחני עצומה ווייל מ'וויל חלילה יעדן שמד'ן צו ציונות און שיקן‬
‫מיט געוו ַאלד די ַאמעריק ַאנער בירגער פון קרית יואל צו די בחירות האסורות‬
‫אין מדינת ישראל‪ ,‬שטעלט זיך ַארויס ּפונקט פ ַארקערט‪ַ ,‬אז קהל יטב לב‬
‫דס ַאטמ ַאר איז ב"ה ממשיך די מלחמה לה' בעמלק בגאון ועוז‪ ,‬בו בעת ווען‬
‫זייערע אייגענע זקני העדה ה ָאבן פון קרית יואל אונטערגעשריבן חתימות צו‬
‫גיין צום ציוני'סטישן בג"ץ – ַא ריכטיגער "רבן דקרו" מיט ַאלע הידורים‬
‫ו ּפירושים‪.‬‬
‫עס עגבערט אין זייערע מוחות דער פ ַאקט ַאז רבבות אידן ה ָאבן געה ַאט די‬
‫זכי' פ ַארג ַאנגענעם מ ָאנט ָאג ּפרשת שלח מקדש צו זיין שם שמים ברבים ביים‬
‫מ ַאסן דעמ ָאנסטר ַאציע אין מ ַאנהעטן קעגן די מדינה הציונית און אירע ביטערע‬
‫גזירות‪ ,‬פ ַאררופן דורך מרן הגה"ק מס ַאטמ ַאר שליט"א‪ ,‬און זיי ה ָאבן נישט‬
‫געה ַאט קיין זכי' ַאנטיילצונעמען דערין‪.‬‬
‫די בעלי הסע ּפטיק מיט די אנשי ס ָאסמ ַאן‪ ,‬וועלכע לויפן אויף איין טיקעט‬
‫און זענען מח ּפה איינער אויפ'ן צווייטן‪ ,‬זענען זינט פ ַארג ַאנגענעם א' וישב‪ ,‬ווען‬
‫מ'ה ָאט ָא ּפגעש ּפ ַארט דעם מושב לצים‪ַ ,‬ארומגעג ַאנגען צו ב ַארואיגן די‬
‫ָאנגעווייט ָאגטע נ ָאכשלע ּפער ַאז ביז עטליכע וו ָאכן איז עס צוריק ָאפן; מען‬
‫וועט גיין אין פעדער ַאלן געריכט; עס איז בלויז ַא פר ַאגע פון וו ָאכן א‪.‬ד‪.‬ג‪.‬‬
‫גלייכצייטיג ה ָאבן זיי געשריבן בריוו צו ּפרעזידענט ָאב ַאמ ַא‪ ,‬צו די יו‪-‬ען און‬
‫צום אינטערנ ַאצי ָאנ ַאלן געריכט אין דע‪-‬ה ָאג‪ ,‬ה ָאל ַאנד און צו פילצ ָאליגע‬

‫מ ַאכטפולע ק ָאנגרעסלייט און סענ ַאט ָארן אין וו ַאשינגט ָאן‪ ,‬ווי אויך צו די אי‪-‬יו‪,‬‬
‫ָאבער דערווייל קיין ענטפער‪.‬‬
‫מ'ה ָאט פ ַארציילט די ַאלע שתדלנות'ער מיט'ן זעלבן אימ ּפעט ווי מ'ה ָאט‬
‫פ ַארציילט ַאז ָאט ָאט גייט מען ַארעסטירן דעם וויליאמסבורגער גבאי פון קהל‬
‫יטב לב דס ַאטמ ַאר פ ַאר'ן איבערשרייבן דעם דיד פונעם בית החיים דקהל יטב‬
‫לב דס ַאטמ ַאר‪ ,‬און מ'ה ָאט אפילו געוואוסט צו ז ָאגן וויפיל י ָאר עס וו ַארט אים‬
‫אין טורמע‪.‬‬
‫מען ה ָאט געגעבן ד ַאטומען ַאז ָאט ָאט וועלן מיר זיין די אויסשליסליכע‬
‫בעלי בתים אויפ'ן בית החיים‪ ,‬וואו עס איז מקום מנוחתם פון רבותינו‬
‫הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה מס ַאטמ ַאר זי"ע‪ ,‬והרבנית הצדיקת‬
‫ע"ה‪ָ ,‬אן חלומ'ען ַאז עס וועט זיך פ ַארל ַאנגען אויסצור ַאפלען ַא ‪ 5‬שטערנדיגע‬
‫ה ָאטעל וו ַאק ַאציע‪.‬‬
‫די מטורפ'דיגע קולות זענען נישט אומזיסט‪ .‬עס ה ָאט פון זיך‬
‫ַארויסגעשריגן‪ ,‬אוי מה הי' לנו‪ַ ,‬אז "אתרא קדישא בארה"ב" איז ָאנגענומען אין‬
‫די וועלט ַאלס ַאן ָארג ַאניז ַאציע וו ָאס אין איר ש ּפיץ שטייען מטורפים‬
‫ומשחיתים ובעלי דובר נבלה‪ ,‬בו בזמן וו ָאס די הייליגע ָארג ַאניז ַאציע "אדמת‬
‫קודש" בארה"ב ווערט ָאנגעפירט דורך ערליכע אידן יראי ה' ובעלי אחריות‬
‫וועלכע ה ָאבן אויף זייער ק ָאנטע אומגלויבליכע צ ָאל עררייכונגען פון הצלת‬
‫קברי ישראל אין ַאזעלכע לענדער ווי ש ּפ ַאניע‪ּ ,‬פוילן‪ ,‬ליטע און ענגל ַאנד‪.‬‬
‫עס ה ָאט אויסגעשריגן פון ה ַארץ ד ָאס ווייט ָאג איבער די מצוות ומעשים‬
‫טובים און די געוו ַאלדיגע עררייכונגען בס"ד פון קהל יטב לב דס ַאטמ ַאר‪ ,‬ווי די‬
‫אומגלויבליכע סוקסעס פון די חתונה תקנות; די בתי השחיטה המהודרים סיי‬
‫אין קרית יואל און סיי אין טעקסאס; די גרויסע קהלות און זייערע פ ַארל ַאנגען‬
‫פ ַאר די מהודר'דיגע ַאריז ָאנא ווייץ; די היכלי התורה אין ַאלע געגנטער סיי אין‬
‫טמארער קהלה און סיי אין ַאנדערע קהלות קדושות‪ ,‬בבחינת קנאת‬
‫סא ַ‬
‫די ַ‬
‫סופרים תרבה חכמה; די הוספת ספסלי ביהמ"ד מיט לומדי התורה; די‬
‫ספעציעלע אפטיילונגען אויף צו העלפן דעם חינוך הטהור בארצינו הק'; ועל‬
‫כולם דער מלחמה לה' בעמלק מדור דור וו ָאס ווערט ָאנגעפירט בעוז ובגבורה‬
‫דורך קהלה קדושה קהל יטב לב דס ַאטמ ַאר‪ ,‬און די עצרת דרשות ומחאה ביום‬
‫ה' אייר און דער מ ַאסן דעמ ָאנסטר ַאציע פון פ ַארג ַאנגענע וו ָאך יוכיחו‪ .‬וכו' וכו'‪.‬‬
‫עס בלוטיגט ד ָאס ה ַארץ ַאז נ ָאר ביי זיך ד ַארף מען רעדוצירן די צ ָאל זיצן‬
‫אין בית המדרש דורך ַאריינלייגן ברייטע טישן און ַאהערשטעלן פרישע‬
‫ברייטע דורכגענג לסמות העינים‪ .‬דער ּפנים פל ַאמט פ ַאר בושה ַאז מען ד ַארף‬
‫צושטעלן סטעידזשעס צו די הקפות קלענער צו מ ַאכן דעם חלל פון בית‬
‫המדרש צו פ ַארמינערן די בזיונות‪.‬‬
‫שוין י ָארן וו ָאס ס'איז ּפורים אין שט ָאט‪ ,‬זינט עס איז נתגלה געוו ָארן די‬
‫חידושים גאוניים ַאז ַא ס ַאטמ ַארער בוטשער סט ָאר קען פ ַארקויפן פלייש מיט‬
‫ַא הכשר פון בלויז "ממליחה ואילך"‪ ,‬און מען קען טריאומפירן מיט ַא ביד"ץ‬
‫וו ָאס ה ָאט נ ָאכנישט געפירט קיין ‪ 50‬ד ָאל ַארדיגע דין תורה‪ ,‬און מען קען‬
‫ַארויסקומען ָאן קיין בושה מיט גילויי ּפנים בתורה שלא כהלכה ַאזש די‬
‫ציוניסטישע רבנות הראשית ד ַארף זיך ג ָארנישט צו שעמען פ ַאר דעם‬
‫ווילי ַאמסבורגער ווירטשאפט‪.‬‬
‫מען איז ללעג ולקלס בפי כל ַאז מען ד ַארף קענסלען מלכות'דיגע נסיעות‬
‫קיין ארץ ישראל מיט ב ָאבע תירוצים און לעכערליכע אויסריידן‪ ,‬איינמ ָאל‪,‬‬
‫צוויימ ָאל און דריימ ָאל – און ַאנשט ָאט ַאליין צו פליען‪ ,‬ה ָאט מען פ ַאראורז ַאכט‬
‫ַאז די זעלטענע מהודר'דיגע "שירה" גרעי ּפדזשוס איז ָא ּפגעפלויגן קיין‬
‫רוסל ַאנד און אוקריינא‪ ,‬ורק להם הזכות פון די מהודר'דיגע שירה גרעי ּפדזשוס‪.‬‬

‫‪8‬‬

‫עס איז ג ָאר ווייט ָאגליך וויסענדיג ַאז וויפיל מען ּפרובירט צו פ ָא ּפן און‬
‫וויפיל מען שתדל'ט צו מ ַאכן דעם ָאנשטעל פון ערנסטקייט‪ ,‬צייגט זיך ַארויס‬
‫דער כולו שקר וצביעות‪ ,‬דער כולו השחתה ועקירת התורה‪.‬‬
‫וויפיל כוחות זיי ה ָאבן ַאריינגעלייגט ַאז עס ז ָאל ַאנדערש ָאנגענומען ווערן‪,‬‬
‫זענען זיי ָא ּפגעסטעמ ּפלט ַאלס הולכים בערכאות העולמי‪ ,‬סיי די בעלי‬
‫הסע ּפטיק און סיי די אנשי ס ָאסמ ַאן‪ .‬פון דעם סטעמ ּפל ק ָאנען זיי זיך נישט‬
‫ב ַאפרייען און דעם פלעק ק ָאנען זיי נישט ָא ּפווישן‪.‬‬
‫די משונה'דיגע קולי קולות ה ָאבן ד ָאס ַאלעס ַארויסגעשריגען‪ ,‬און ווער עס‬
‫איז נ ָאר ַאביסעלע ַא מבין ה ָאט ד ָאס דערהערט‪.‬‬

‫זיכער שרייט מען‪ ,‬און מיט רעכט שרייט מען‪ ,‬אז דער אייגענער לאגער איז‬
‫פוסט און ליידיג‪ ,‬א שבת איז נישט קיין שבת‪ ,‬א יו"ט איז נישט קיין יו"ט‪ ,‬ס'איז‬
‫ליידיג בכמות און נאך פיל‪-‬מער באיכות‪ .‬אנשטאט צו רעדן מיט די בחורים‬
‫איבער די שמועסן וואס דער אייגענער אדמו"ר האט געהאט מיט דעם גדול‬
‫בישראל אדער מיט יענעם ראש ישיבה איז מען פארנומען זיך צו פארענטפערן‬
‫איבער די השמטות פון דין תורה און געקענסלטע מסע הקודש‪ .‬אנשטאט צו‬
‫רעדן איבער די דערגרייכונגען להעמיד הדת על תילה איז מען בלויז פארנעמען‬
‫צו העצן אויף צו טרעפן מכשולות ביי יענעם‪ .‬אוי טוט דאס וויי‪ ,‬זיכער טוט דאס‬
‫וויי‪ ,‬און דערפאר שרייט מען‪ - .‬ווייל "אז ס'טוט וויי שרייט מען"‪...‬‬
‫אין איין ווארט‪ :‬מיר האבן ניקס דעם הייליגן בית החיים אין קרית יואל;‬
‫מיר האבן ניקס דאס הויז\שול אין קרית יואל וואס מיר האבן פארלוירן אין‬
‫געריכט; מיר האבן ניקס קיין חשיבות ביי רבנים גדולי תורה וראשי הישיבות;‬
‫מיר האבן ניקס קיין עתיד ביי דין תורה; מיר האבן ניקס קיין מהודר'דיגע מצות‬
‫פון אריזאנא נאר מבוקעות און מצומחות; מיר האבן ניקס קיין מהודר'דיגע‬
‫גסות פלייש למהדרין מן המהדרין; מיר האבן ניקס קיין סדר הלימוד "יסודי‬
‫התורה" וואו מ'ענדיגט קומענדיגע וואך שוין די ‪'10‬טע מסכתא; מיר האבן ניקס‬
‫קיין חתונה תקנות; מיר האבן ניקס קיין היכלי התורה; מיר האבן ניקס קיין‬
‫רבי'שע אדער רבני'שע הערצה אין די אידישע גאס‪ ,‬נאר בלויז אינעם‬
‫קאנסערוואטיוון "ניו וויק"; מיר האבן בלויז א פארפוילטן חינוך וואו מ'העצט‬
‫דעם יוגנט צו שנאה והסתה מיט העצערישע דרשות; מיר ה ָאבן בלויז ַא צייטונג‬
‫וואו נערוועזע ַאלט‪-‬געזעסענע מענטשן‪-‬פיינט געבן זיך אויס דעם בלוט‪-‬דרוק‬
‫וו ָאך איין וו ָאך אויס‪ ,‬דעריבער האבן מיר ניקס קיין אנדערע ברירה ווי שרייען‬
‫אין די גאסן‪ - .‬ווייל "אז ס'טוט וויי שרייט מען"‪...‬‬
‫*‬
‫מיט א בליק אויף צוריק‪ ,‬קענען מיר רואיג אויסשרייען‪" ,‬ברוך הוא אלקינו‬
‫שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים"; די שווערע צענדליגער טויזנטער אידן‬
‫וועלכע זענען געקומען לעצטן מאנטאג מיט א ריינע כוונה מוחה צו זיין קעגן די‬
‫גזירות פון עקירת הדת האבן אויסגערופן קלאר און הויך‪ :‬מיר האבן נישט קיין‬
‫שייכות מיט די פאלשע ליגנערישע הוראות וואס מ'זאגט אונז נאך בשם מרן‬
‫רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע; מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט אלע‬
‫מעשים תעתועים וואס ווערן אפגעטוהן אונטער א הייליגן מאנטל פון קנאות‬
‫און האבן נישט קיין שום שייכות מיט דרכו הקדוש פון רביה"ק זי"ע; מיר זענען‬
‫געקומען לרחובה של עיר אויפן רוף פונעם צדיק הדור כ"ק מרן הגה"ק‬
‫מסאטמאר שליט"א וכל קדושיו עמו די זקני העדה הרבנים הגאוה"צ שליט"א‪.‬‬
‫און גלייכצייטיג קוקן מיר מיט מיט שפאס ווי דער מעכטיגער קידוש ה'‬
‫האט וויי געטאן עד דכדוכה של נפש פאר א הייפעלע‬
‫אנגעווייטאגטע‪/‬צוקלאפטע אידן‪ .‬יא‪ ,‬מיר שפירן אייער ווייטאג‪ ,‬ס'איז‬
‫ביטערליך צו הערן און זען ווי צען‪-‬יעריגע חלומות צערינען ווי א זייפן‪-‬בלאז‪,‬‬

‫דער מעכטיגער מעמד קידוש שם שמים איז פארגעקומען טראץ די‬
‫אפוועזנהייט פון די פאלשע קנאים און מנהיגים של שקר וועלכע האבן‬
‫ליבערשט פארגעצויגן צו בלייבן אינדערהיים צום שינת צהריים‪ .‬על כבודי לא‬
‫מחיתם‪.‬‬
‫אדרבה‪ ,‬אויב האט מען געריסן פלאקאטן ווייל מ'האט געשפירט אז דא‬
‫פארוואנדלט זיך א שטיקל "טעסט"‪ ,‬מי ומי ההולכים‪ ,‬דער ערליכער‬
‫סאטמארער ציבור אדער די קנאים של שקר‪ ,‬האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט‬
‫אז אלע רדיפות און השמצות‪ ,‬די צרות יגון ואנחה‪ ,‬שברי לב און עגמת נפש‪,‬‬
‫חיצים ובליסטראות פון אזעלכע גרויסע קאנאנען‪ ,‬באגלייט מיט שנאה‪-‬‬
‫ארטיקלען וואך איין וואך אויס אין שמוציגע צייטונגען‪ ,‬האבן נישט‬
‫אוועקגענומען כמלא נימא פון דעם הייליגן משמעת און הכנעה וואס דער‬
‫ערליכער סאטמארער ציבור האט לאור קריאת הקודש פון זייער מנהיג נאמן‬
‫מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א‪ ,‬ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימים‪ ,‬און אלפים‬
‫ורבבות זענען זיך צוזאמגעקומען‪ ,‬על פי דיבורו הם נאספים‪ – .‬יבטלו המה‬
‫ואלף כיוצא בהם ואל יבטל אות אחת מתורתינו הקדושה‪.‬‬

‫‪9‬‬

‫דער גרעסטער שבח פון ַא מנהיג ישראל איז ווען ער גייט ָאן בדרך‬
‫התורה הצרופה כאטש ער איז אויסגעשטעלט צו השמצות און רדיפות‪ ,‬ווי‬
‫רבינו הקדוש זי"ע זאגט אין א תורה פר' מטות )קונ' חידו"ת עמ' שנ"ו( וזל"ק‪:‬‬
‫"אמרתי כבר בענין מה שהביא הרד"ק עה"פ יחזקאל בן בוזי שהי' בנו של ירמי'‬
‫הנביא‪ ,‬ונקרא ירמי' בוזי על שהיו מבזין אותו ע"כ‪ ,‬ולכאורה הוא פלא איך קראו‬
‫הכתוב על שם זה שהיו מבזין אותו‪ ,‬אך מפני שביזוי זה הי' על מה שניבא בשם‬
‫הקב"ה ואמר כה אמר ה' ועל זה היו מבזים אותו‪ ,‬זה הוא עוד לו לכבוד ועל שם‬
‫זה קראו הכתוב על שהניח את עצמו להתבזות ולא נסוג אחור רק הי' מפרסם‬
‫דבר ה' ועל זה זה קראו אותו בוזי"‪ ,‬עכלה"ק‪.‬‬

‫נאך אזעלכע מאורעות איז קיין וואונדער נישט איבער די אומגלויבליכע‬
‫סייעתא דשמיא וואס באגלייט דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א אין אלע זיינע‬
‫פארצווייגטע אונטערנעמונגען‪ ,‬בהרצבת התורה‪ ,‬טהרה‪ ,‬הידורים בכשרות‪,‬‬
‫א‪.‬א‪.‬וו‪ ,.‬דאס קומט טאקע בלויז צוליב די רדיפות און השמצות וואס דער רבי‬
‫שליט"א ליידט זיך אן מיום הוולדו פון די זעלבע חברה‪ ,‬שטענדיג אונטער‬
‫אנדערע לבושים‪ ,‬ווייל אויף דדיפות און בזיונות למען כבוד שמו ית' באצאלט‬
‫דער רבוש"ע כפלי כפליים אויף דער וועלט‪ ,‬ווי רביה"ק זי"ע זאגט אין פר' תבא‬
‫)קונ' חידו"ת עמ' ר"ל( וזל"ק‪" :‬והנה על אותם הבזיונות והיסורים שסובלים‬
‫בעוה"ז מאנשים המלעיגים עליו‪ ,‬על זה משלם הקב"ה שכר גם בעוה"ז‪ ,‬אע"פ‬
‫שעיקר המצות אין עליהם שכר בעוה"ז‪ ,‬וזה פירוש הפסוק מה רב טובך אשר‬
‫צפנת ליראיך‪ ,‬ששכר המצות של יראי ה' היא צפון ומכוסה טמיר ונעלם‬
‫לעוה"ב עין לא ראתה‪ ,‬ומה שפעלת קצת לחוסים בך גם בעוה"ז‪ ,‬היא רק נגד‬
‫בני אדם‪ ,‬היינו על הצער והיסורן שסובלים בהלחמם נגד בני אדם המלעיגים‬
‫בעבדות השי"ת‪ ,‬שעל אותן היסורים משלמין שכר גם בעוה"ז"‪ ,‬עכלה"ק‪.‬‬

‫ווי א דרייסטער לייב האט מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א פארגעזעצט‬
‫דעם מלחמה לה' בעמלק‪ ,‬טראץ די פארגעזעענע רדיפות און השמצות‪ ,‬וועלכע‬
‫האבן טאקע באלד נאכגעפאלגט‪ ,‬און דערמיט אויסגעפירט באשיינפערליך די‬
‫הייליגע ווערטער וואס מרן הק' זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ספה"ק ויואל‬
‫משה‪ ,‬וזל"ק‪" :‬ויודע אני כי יורו המורים חצים ובליסטראות עד אין שיעור על‬
‫כל הדברים שכתבתי‪ ,‬כי כן דרך הציונים מעולם‪ ,‬וביותר הדתיים הנגררים‬
‫אחריהם‪ ,‬לשפוך בוז וקלון חרופין וגדופין ואיומים נוראים ושקרים וכזבים על‬
‫כל מי שאינו נמשך אחר דעותיהם ואינו הולך בעקבותיהם‪ ,‬ומגלים פנים בתורה‬
‫שלא כהלכה ברוב הבלים עד אין שיעור וערך‪ ,‬כי אין קץ לדברי רוח‪ ,‬אבל אברך‬
‫את ה' אשר יעצני שלא להתחשב כלל עם כל דבריהם כאפס וכאין המוחלט‪,‬‬
‫עכלה"ק‪ .‬דאס זעלבע זאגט דער רבי זי"ע איבער ביים סוף פון מאמר ישוב א"י‪,‬‬
‫וזל"ק‪ :‬וכבר כתבתי שאינני מתחשב כלל עם החצים ובליסטראות שיורו‬
‫המורים הדתיים הנגררים אחרי הציונים לסמות עיני העולם בדברי שוא והבל"‪,‬‬
‫עכלה"ק‪.‬‬

‫נאך אלע הסתה מיטלען אויף דעם ערליכן ציבור‪ ,‬האט זיך‬
‫ארויסגעשטעלט וואס הגה"ק מבלאזוב בעל צבי לצדיק זצ"ל פארטייטשט די‬
‫ווערטער פון רש"י די וואך‪" ,‬ויקח קרח‪ ,‬לקח את עצמו לצד אחד"‪ ,‬אז די‬
‫מחלוקת פון קרח איז געווען "איינזייטיג"‪ ,‬ווייל קרח ועדתו האבן געשאטן ּפעך‬
‫און שוועבל אויף משה רבינו‪ ,‬אבער משה רבינו האט בכלל נישט געענטפערט‪.‬‬
‫דאס מיינט "לצד אחד"‪ ,‬די מחלוקה איז געפירט געווארן בלויז פון איין זייט‪.‬‬

‫ד ָאס איז נ ַאטורליך מנת חלקו פונעם רבן של ישראל ולוחם מלחמות ה'‬
‫ביד רמה ָאן קיין זייטיגע פשרות‪ ,‬אלס ממשיך דרך לבית אבותיו הקדושים עצי‬
‫התמרים זי"ע וועלכע זענען אלע געווען אויסגעשטעלט צו דריפות און‬
‫השמצות – און מיר זענען שט ָאלץ דערמיט!‬

‫און גענוי ווי בימי משה ואהרן איז געווען דער סוף "והיה האיש אשר אבחר‬
‫בו מטהו יפרח"‪ ,‬און דער פסוק דערציילט "והנה פרח מטה אהרן ויצא פרח‬
‫ויצץ ציץ ויגמל שקדים"‪ ,‬אזוי וועט באחרית הימים מקויים ווערן "וכל קרני‬
‫רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק"‪ ,‬בעגלא ובזמן קריב אמן‪.‬‬

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful