‫פאָדערונג פון כת הולכים לדין ולערכאות אַרויסגעשליידערט פון‬

‫ניו יאָרקער געריכטן נאָכ׳ן וועלן שענקן פולקאָמע בעלות פון‬
‫מערערע סאַטמאַרער קהלה בנינים פאַר גוי פון נעסאָו קאַונטי‬
‫וויליאַמסבורג‪ – .‬אין אַ‬
‫סענזאַציאָנאַלע אויפדעקונג איז די וואָך‬
‫באַקאַנט געוואָרן אין די ברייטע אידישע‬
‫גאַס‪ ,‬אַז דער כת מסרבים לדין והולכים‬
‫בערכאות העולמי האָט פאַרגאַנגענעם‬
‫ווינטער‪ ,‬אין אַ פאַרצווייפלטן פּרואוו‬
‫צוריק צו דעראַבעווען דעם בית המדרש‬
‫החדש אין וויליאַמסבורג אויף בעדפאָרד‬
‫עוועניו קאָרנער ווילסאָן סטריט – און‬
‫אין די זעלבע צייט כאַפּן לעגאַלע בעלות‬
‫אויף נאָך קהלה בנינים – פּרובירט‬
‫אויסצושפּילן דעם געריכטליכן סיסטעם‬
‫דורך לויפן צו אַ ריכטער אין לאָנג‬
‫איילאַנד און בעטן אַ באַשטעטיגונג צו‬
‫טראַנספערירן די דיעדס פון עטליכע‬
‫בנינים‪ ,‬פונעם נאָמען פון פון קהל יטב‬
‫לב דסאַטמאַר צו אַ קאָרפּאָרעישאן‬
‫"בעדפאָרד קאָרנער ראָס" וואָס איז‬
‫אונטער'ן איינפלוס פונעם כת‪.‬‬
‫די ריכטערין מרס מורפי‪ ,‬פון ניו‬
‫יאָרק סטעיט סופּרים קאָורט אין נעסאָו‬
‫קאַונטי‪ ,‬לאָנג‪-‬איילאַנד‪ ,‬וועלכע איז‬
‫גאַנץ אָנהויב נישט געווען באַהאַוונט‬
‫מיט'ן קעיס אָבער איז במשך פונעם‬
‫קורצן פּראָצעס אַרויפגעקומען אויף‬
‫די קינדערישע דריידעלעך פונעם‬
‫כת‪ ,‬האָט שוין פאַרגאַנגענעם יאַנואַר‬
‫‪ – 24‬יום ב' פּרשת ואלה המשפּטים‬
‫אשר תשים לפניהם ולא לפני עכו"ם –‬
‫אַרויסגעשליידערט דעם געריכטליכן‬
‫פאַרזוך‪.‬‬
‫אין די איצטיגע טעג נאָך פּסח‪,‬‬
‫ווען עס זענען אָפּגעלאָפן די דריי‬
‫מאָנאַטן ווילאַנג דער כת האָט געהאַט‬
‫אַ געלעגנהייט אַריינצוגעבן אַ נאָטיץ‬
‫אָוו אַפּיעל‪ ,‬איז די נייעס אַרויסגערינען‬
‫אויסער די ענגע צירקל פון עסקנים‬
‫דקהל יטב לב דסאַטמאַר וועלכע האָבן‬
‫זיך גוט אונטערגעהאַלטן אין די לעצטע‬
‫מאָנאַטן פונעם מאָדנעם ספּעקטאַקל‬
‫וויאַזוי אַ כאָפּטע "לעגאַלע עקספּערטן"‬
‫האָבן געוואָלט איבערן דראָנג וואַרפן‬
‫דעם גאַנצן ניו יאָרק סטעיט סופּרים‬
‫קאָורט סיסטעם‪) .‬ווי פאַרשטענדליך‬
‫קען מען נישט אויסלופטערן אַלע פּרטים‬

‫און קוועלער אויף די שפּאַלטענעס פון‬
‫אַ צייטונג‪(.‬‬
‫קיינער וויל נישט גלייבן אַז דער כת‬
‫הולכים בערכאות העולמי איז נאָך אַלץ‬
‫איינגערעדט אַז מען קען מיט נאַרישע‬
‫מיטלען אַרויס'גנב'נען אַ ריכטער'ס‬
‫פאַראָרדענונג צו קענען נאָכאַמאָל‬
‫גנב'נען דעם בית המדרש החדש אָדער‬
‫לעגאַלע בעלות אויף נאָך קהלה בנינים‪,‬‬
‫נאָכדעם וואָס אומצאָליגע ריכטער האָבן‬
‫שוין דערקלערט שטיין און ביין אַז דער‬
‫ניו יאָרק סטעיט געריכט קען זיך נישט‬
‫אַריינמישן אינעם אינערליכן סכסוך פון‬
‫קהל יטב לב דסאַטמאַר‪.‬‬
‫אָבער צווישן די דעמאָראַליזירטע‬
‫אָנפירער פונעם כת זוכט מען אַלע‬
‫מיטלען וויאַזוי עטוואָס צו דערהייבן‬
‫די געפאַלענע געמיטער פון אירע‬
‫מיטגלידער און מען איז גרייט‬
‫אונטערצונעמען די אוממעגליכסטע‬
‫שריט כדי די קליינע קינדער זאָלן נישט‬
‫איינשלאָפן‪.‬‬
‫דער כת הולכים בערכאות העולמי‪,‬‬
‫וועלכע האָבן אַלעמאָל גע'טענה'ט אין‬
‫געריכט אַז דאָס געריכט טאָר זיך נישט‬
‫אַריינמישן‪ ,‬ווייל נאָר דער אייגענער‬
‫בית דין פאַרשטייט צו די תהלוכי‬
‫הקהלה‪ ,‬האָט אין יאָר תשס"ו געשאַלט‬
‫און געיובלט ווען דאָס העכסטע געריכט‬
‫אין ניו יאָרק סטעיט האָט אָנגענומען די‬
‫טענה און געאורטיילט אַז דער געריכט‬
‫קען זיך נישט אַריינמישן‪.‬‬
‫אָבער קורץ נאָכ'ן ויהי ממחרת‬
‫ווען דער כת האָט זיך דערזען אַז דער‬
‫אורטייל מיינט פאַקטיש אַז זיי האָבן‬
‫ביטער פאַרלוירן דאָס ביסעלע אַזוי‪-‬‬
‫אויך‪-‬איינגערעדטע בעלות‪ ,‬און דערמיט‬
‫האָבן זיי פאַרלוירן דעם בעלות אויפ'ן‬
‫בית החיים מקום מנוחת קדשם פון‬
‫רבותינו הקדושים בעל דברי יואל‬
‫ובעל ברך משה מסאַטמאַר זי"ע‪) ,‬און‬
‫עווענטועל האָט דאָס אויך געפירט צו די‬
‫הערמעטישע פאַרשליסונג פונעם נייעם‬
‫בית המדרש החדש אויף בעדפאָרד‬
‫קאָרנער ראָס סטריט(‪ ,‬זענען זיי געלאָפן‬

‫צו די געריכטן און אָנגעהויבן טענה'ן‬
‫פּונקט קאַפּויער‪ ,‬אַז דאָס געריכט זאָל‬
‫יאָ פּסק'נען אַז זיי זענען קהל יטב לב‬
‫דסאַטמאַר‪.‬‬
‫געריכט נאָך געריכט‪ ,‬ריכטער‬
‫נאָך ריכטער‪ ,‬האָבן קאַטעגאָריש‬
‫אָפּגעוואָרפן דעם לעכערליכן פאַרלאַנג‪,‬‬
‫און פאַראַיאָר זומער נאָכדעם וואָס די‬
‫בילדינג דעפּאַרטמענט פון ניו יאָרק‬
‫סיטי האָט אויסגעטייטשט דעם אורטייל‬
‫אַז אויך די שטאָטישע אינסטאַנצן‬
‫קענען נישט אַריינרעדן ווער ס'איז קהל‬
‫יטב לב‪ ,‬האָט די שטאָט אָפּגעשפּאַרט‬
‫דעם בית המדרש החדש מיט ריגל און‬
‫זיגל‪ ,‬אַרויסוואַרפענדיג דעם כת הולכים‬
‫בערכאות העולמי וועלכע האָט זיך דאָרט‬
‫באַקוועם געמאַכט אין די לעצטערע‬
‫יאָרן מיט נעילת החג‪ ,‬פּאַרענטשעס און‬
‫בענק מאַגאַזינען און פּסח יאַרידן‪.‬‬
‫אין אַ לעצטן פּרואוו צוריק צו‬
‫באַקומען בעלות אויף די ראָס סטריט‬
‫שוהל‪ ,‬האָט דער כת פאַרגאַנגענעם‬
‫חודש תמוז תש"ע אונטערגענומען‬
‫דעם זינלאָזן שפּיל‪ ,‬כאילו זיי האָבן‬
‫אָפּגעהאַלטן אַ דין תורה ביי ביד"צ‬
‫משפּט שלום וואָס פּסק'נט אַז קהל‬
‫יטב לב דסאַטמאַר מוז איבערגעבן‬
‫פאַר די "בעדפאָרד קאָרנער ראָס"‬
‫קאָרפּאָרעישאן דעם דיד פון די שוהל‬
‫פון ביהמ"ד החדש און אַנדערע קהלה‬

‫בנינים‪ ,‬און דערנאָך געלאָפן אין אַ לאָנג‪-‬‬
‫איילאַנד געריכט בעטן צו באַשטעטיגן‬
‫דעם פּסק בית דין‪ ,‬האָפענדיג אַז די‬
‫דאָרטיגע ריכטער וועלן נישט כאַפּן אַז‬
‫דאָס האָט אַ שייכות מיט'ן סאַטמאַרער‬
‫קעיס וועלכע איז שוין אַזויפיל‬
‫מאָל דורכגעדראָשן געוואָרן אינעם‬
‫ברוקלינער געריכט‪.‬‬
‫ווען קהל יטב לב דסאַטמאַר האָט‬
‫אין יאָר תשנ"ז אָנגעהויבן בויען די‬
‫נייע שוהל האָט מען אַרויסגענומען‬
‫אַ מאָרטגעדזש פון דיים סעווינגס‬
‫באַנק‪ .‬אין די אָנהויב ס' יאָרן האָט די‬
‫באַנק געוואָלט אַרויסשטעלן די האַלב‬
‫געבויטע געביידע אויף פאָרקלאָוזשער‪,‬‬
‫ווייל זינט דער אויסברוך פונעם סכסוך‬
‫אינערהאַלב קהל יטב לב דסאַטמאַר‬
‫איז מער נישט געצאָלט געוואָרן די‬
‫מאָרטגעדזש פּעימענטס‪.‬‬
‫דער כת הולכים בערכאות העולמי‬
‫האָט דאַן מיט אַ דריידל אַריינגעברענגט‬
‫אינעם בילד קהל מנחת חינוך וועלכע‬
‫האָט דאַן אָפּגעקויפט דעם מאָרטגעדזש‬
‫נאָטיץ פון די באַנק און איז געוואָרן דער‬
‫מלוה אויפ'ן אָרט פון די באַנק‪.‬‬
‫אַ צייט שפּעטער‪ ,‬אינמיטן יאָר‬
‫תשס"ב‪ ,‬האָט קהל מנחת חינוך זיך‬
‫געוואָלט אַרויסזען פונעם גאַנצן עסק‬
‫ביש און געמאָלדן אַז זי וויל פאַרקויפן‬
‫ווייטער דעם מאָרטגעדזש‪ .‬דעמאָלט‬
‫האָט דער כת צוזאַמגעשטעלט עטליכע‬
‫מיליאָן דאָלאַר פון אַ צאָל אייגענע‬
‫נגידים‪ ,‬שטיצער פון די הולכים‬
‫בערכאות‪ ,‬און אָפּגעקויפט דעם‬
‫מאָרטגעדזש אונטער אַ קאָרפּאָרעישאן‬
‫נאָמען "בעדפאָרד קאָרנער ראָס"‪.‬‬
‫אָנגעבליך האָט דער כת אונטערן‬
‫נאָמען קהל יטב לב געדאַרפט ווייטער‬
‫פאָרזעצן די חודשליכע צאָלונגען פאַר‬
‫"בעדפאָרד קאָרנער ראָס" )פון דאָ און‬
‫ווייטער אינעם אַרטיקל "בעדפאָרד"(‪,‬‬
‫וועלכע דינט איצט ווי די באַנק‪.‬‬
‫אין יאָר תשס"ה‪ ,‬דריי יאָר נאָכ'ן‬
‫אָפּקויפן דעם מאָרטגעדזש דורך‬
‫בעדפאָרד‪ ,‬איז אויסגעאַרבעט געוואָרן‬

‫אַ שטר הסכם דורך אַ מכלומרשטן‬
‫פאָרשטייער פון "בעדפאָרד" און אַ‬
‫פאָרשטייער פונעם כת‪ ,‬אַז היות מען‬
‫האָט שוין נישט געצאָלט דריי יאָר‬
‫מאָרטגעדזש און די היתר עיסקא רוחים‬
‫פאַר די נגידים דערגרייכט שוין צו ‪5.5‬‬
‫מיליאָן דאָלאַר‪ ,‬דעריבער אויב מען‬
‫וועט נישט באַצאָלן דעם סכום ביז אַ‬
‫באַשטימטע צייט‪ ,‬איז דער כת מחויב‬
‫תיכף ומיד צו טראַנספערירן דעם‬
‫דיד פונעם בית המדרש צו בעדפאָרד‬
‫קאָרפּאָרעישאן‪ ,‬און מען האָט אויך‬
‫איינגעלייגט עטליכע בנינים פון די‬
‫קהלה אַלס משכון וואָס וועט אַריבערגיין‬
‫אונטער "בעדפאָרד'ס" רשות אויב מען‬
‫וועט נישט באַצאָלן דעם מאָרגעטדזש‬
‫סכום‪.‬‬
‫דער שטר הסכם שרייבט‪ ,‬אַז אין פאַל‬
‫מען באַצאָלט נישט דעם מאָרטגעדזש‬
‫ביז די באַשטימטע צייט‪ ,‬וועלן די לאַט‬
‫נומערן פון די פאָלגענדע בנינים פאַלן‬
‫צום רשות פון "בעדפאָרד"‪ :‬די געביידע‬
‫פון בית המדרש החדש אויף בעדפאָרד‬
‫קאָרנער ווילסאָן‪ ,‬דאָס הויז פון רביה"ק‬
‫בעל ברך משה מסאַטמאַר זי"ע‪ ,‬דאָס‬
‫בית המדרש אויף ‪ 152‬ראָדני סטריט‪,‬‬
‫דער אָפיס אויף ‪ 150‬ראָדני‪ ,‬און דער בנין‬
‫פון התאחדות אברכים בניני זופּניק‪.‬‬
‫ווי פאַרשטענדליך איז אַלעס געווען‬
‫אַ פּורים שפּיל‪ ,‬און איז בלויז געווען אַ‬
‫פאָרגעברייטער פּלאַן אַז געוויס וועט‬
‫מען נישט צאָלן ווייטער די מאָרטגעדזש‬
‫צאָלונגען )איין טאַש וועט נישט צאָלן‬
‫פאַר די צווייטע(‪ ,‬און אויב דער כת וועט‬
‫עווענטועל פאַרלירן אין ברוקלינער‬
‫געריכט‪ ,‬אָדער אַפּעלאַט געריכט‪ ,‬וועט‬
‫דער בית המדרש החדש און אויך אַנדערע‬
‫קהלה בנינים אויטאָמאַטיש באַלאַנגען‬
‫פאַר בעדפאָרד קאָרפּאָרעישאָן‪ ,‬וועלכע‬
‫וועט שוין האָבן בעלות דערויף זינט‬
‫בעדפאָרד האָט נישט באַקומען באַצאָלט‬
‫צום באַשטימטן דאַטום אויפ'ן שטר‬
‫הסכם‪...‬‬
‫דאָס אַלעס איז אָבער געווען איידער‬
‫)פארזעצונג אויף זייט ‪(2‬‬

‫פאָדערונג פון כת הולכים לדין ולערכאות אַרויסגעשליידערט פון‬
‫ניו יאָרקער געריכטן נאָכ׳ן וועלן שענקן פולקאָמע בעלות פון‬
‫מערערע סאַטמאַרער קהלה בנינים פאַר גוי פון נעסאָו קאַונטי‬
‫)פארזעצונג פון זייט ‪(1‬‬

‫די געריכטן אין ברוקלין האָבן ענדגילטיג‬
‫געאורטיילט אַז דער כת האָט נישט קיין‬
‫אויטאָריטעט אויפ'ן נאָמען קהל יטב‬
‫לב דסאַטמאַר‪ ,‬און איידער די בילדינג‬
‫דעפּאַרטמענט האָט פאַראַיאָר צווישן‬
‫פּסח און שבועות אַרויסגעשליידערט‬
‫דעם כת פונעם בית המדרש החדש‪.‬‬
‫נאָכדעם וואָס דער כת האָט געזען‬
‫אַז קיין שום שתדלנות העלפט נישט צו‬
‫באַאיינפלוסן די בילדינג דעפּאַרטמענט‬
‫אַז זיי זאָלן צוריק באַקומען איינטריט‬
‫אינעם בית המדרש החדש‪ ,‬האָבן זיי‬
‫אַפירגענומען דעם אַלטן פאַרזשאַוועטן‬
‫פּלאַן און דאָס פּרובירט צו נוצן אַלס‬
‫לעצטער מיטל‪ ,‬נאָר אַנשטאָט גיין‬
‫גלייך צו ערכאות‪ ,‬ווי זייער שטייגער‬
‫שוין לאַנגע יאָרן‪ ,‬האָט מען באַשלאָסן‬
‫דאָסמאָל אַריינצונעמען אויך אַ בית דין‬
‫אינעם שפּיל‪.‬‬
‫פאַראַיאָר חודש תמוז האָט‬
‫"בעדפאָרד" כלומרשט גערופן דעם‬
‫כת אונטערן נאָמען קהל יטב לב צו‬
‫דין תורה ביי בי"ד משפּט שלום‪ ,‬אַז‬
‫אינצווישן האָט זיך שוין דער חוב אויפ'ן‬
‫מאָרטגעדזש אָנגעזאַמלט ביז ‪ 16‬מיליאָן‬
‫דאָלאַר און היות דער כת האָט נישט צו‬
‫באַצאָלן‪ ,‬זאָל דער בי"ד פּסק'נען אַז דער‬
‫כת איז מחויב צו טראַנספערירן דעם‬
‫דיעד פונעם בית המדרש החדש‪ ,‬ווי אויך‬
‫די דיעדס פון אַלע דערמאַנטע געביידעס‬
‫אינעם משכון‪ ,‬פאַר בעדפאָרד‪.‬‬
‫בי"ד משפּט שלום האָט אויסגעהערט‬
‫די טענות בכובד ראש ובעיון רב‪ ...‬און‬
‫נאָך עטליכע זיצונגען און גביית עדות‬
‫האָט דער בי"ד טאַקע אָנגענומען די‬
‫טענה)!( און אַרויסגעגעבן אַ פּסק אַז‬

‫דער כת איז מחויב צו טראַנספערירן‬
‫אַלע דיעדס צו בעדפאָרד‪ ,‬אויף אַ‬
‫לעגאַלן וועג דורך אַ לויער‪.‬‬
‫איצט האָט שוין דער כת געהאַט אַ‬
‫פּסק בי"ד אין די האַנט אַז אַלע דיעדס‬
‫ווערן אַריבערגעשריבן צו בעדפאָרד‪.‬‬
‫מען דאַרף נאָר זען אַז דאָס געריכט זאָל‬
‫דאָס אויך באַשטעטיגן‪ ,‬ווייל דאָס געזעץ‬
‫לויטעט אַז סיי וועלכע דיעד טראַנספער‬
‫פון נכסי ציבור‪ ,‬מוז פריער באַשטעטיגט‬
‫ווערן דורך אַ ריכטער‪.‬‬
‫דאַרף מען איצט אַפירזוכן אַ‬
‫ריכטער וואָס וועט גרייט זיין צו מאַכן אַ‬
‫שנעלן באַשלוס‪ ,‬זאָפאָרט פאָרסירן דעם‬
‫פּסק בי"ד‪ ,‬און אורטיילן לעגאַל אַז קהל‬
‫יטב לב דסאַטמאַר דאַרף טראַנספערירן‬
‫די בעלות און דיעדס פון ביהמ"ד החדש‬
‫אויף ווילסאָן קאָרנער בעדפאָרד‪ ,‬דאָס‬
‫ביהמ"ד אויף ‪ 152‬ראָדני סטריט‪ ,‬דאָס‬
‫הויז אויף ‪ 150‬ראָדני סטריט‪ ,‬די בנינים‬
‫התאחדות אברכים בניני זופּניק און ביתו‬
‫נאוה פון מרן הגה"ק בעל ברך משה‬
‫זי"ע‪ ,‬צו די קאָרפּאָרעישאן "בעדפאָרד‬
‫קאָרנער ראָס"‬
‫איצט הויבט זיך אָבער אָן די קאָפּ‬
‫ווייטאָג‪ :‬וויאַזוי שמוגלט מען דאָס‬
‫צוריק אַריין אין געריכט‪ ,‬נאָכדעם וואָס‬
‫דער געריכט האָט שוין אַזויפיל מאָל‬
‫אַרויסגעשליידערט יעדע קעיס וואָס‬
‫האָט נאָר געהאַט אַ שייכות מיט דעם‬
‫סאַטמאַרער סכסוך?‬
‫צום ערשט האָט מען זיך פאַרבינדן‬
‫מיט אַ גויאישן פּלאָמבער פון נעסאָו‬
‫קאַונטי‪ ,‬מר‪ .‬קרעיג פאָרלעדער‬
‫וועלכער וואוינט אויף ‪ 404‬בעי‪-‬וויו‬
‫עוועניו אין אינוואָוד‪ ,‬לאָנג איילאַנד‬
‫און אים געשטעלט אין שפּיץ פון די‬

‫בעדפאָרד קאָרפּאָרעישאן‪ .‬וויבאַלד מר‪.‬‬
‫פאָרלעדער איז אַן איינוואוינער אין‬
‫נעסאָו קאַונטי‪ ,‬וועט ער זיין דער וואָס‬
‫וועט אַריינברענגען דעם פאַרלאַנג אין‬
‫געריכט און אַזוי וועט עס אָנגענומען‬
‫ווערן אין נעסאָו קאַונטי געריכט‪.‬‬
‫אָנהויב חשון תשע"א‪ ,‬נאָכדעם וואָס‬
‫דער כת האָט געפּראַוועט נעילת החג‬
‫אין ראָדני סטריט‪ ,‬האָט דער פּלאָמבער‬
‫מר‪ .‬פאָרלעדער אַריינגעפירט דעם‬
‫געריכטליכן פאַרלאַנג אין נעסאָו קאַונטי‬
‫געריכט און געבעטן אַז די ריכטערין זאָל‬
‫פאָרסירן דעם פּסק בי"ד און צווינגען‬
‫קהל יטב לב אים איבערצושרייבן די‬
‫קהלה בנינים אויף בעדפאָרד עוועניו‪,‬‬
‫ראָדני סטריט און קיעפּ סטריט‪) .‬ס'איז‬
‫נישט קלאָר צי דער פּלאָמבער האָט אויך‬
‫געהאַט תביעות אויף די סידורים און‬
‫חומשים פון די בתי מדרשים וועלכע‬
‫דאַרפן טראַנספערירט ווערן צו אים‪(.‬‬
‫ווער איז דער אַנדערער צד?‬
‫אַ מאַן מיט'ן נאָמען יודא לעיזער‬
‫דזשעקאָבס‪.‬‬
‫ווער איז דאָס?‬
‫)אויפ'ן קעפּל פון די אָנקלאַגע‬
‫איז נישט אָנגעגעבן געוואָרן‪ ,‬נישט אַז‬
‫פאָרלעדער פאַרטרעט בעדפאָרד‪ ,‬און‬
‫נישט אַז דזשעיקאָבס פּרעזענטירט קהל‬
‫יטב לב דסאַטמאַר‪ ,‬וועלענדיג באַהאַלטן‬
‫די אידענטיטעט פונעם קעיס‪ ,‬כדי מען‬
‫זאָל דאָס נישט קענען אַזוי גרינג נאָכזוכן‬
‫אויפ'ן געריכטליכן קאָמפּיוטער נעץ‪(.‬‬
‫ווי עס שטעלט זיך היינט אַרויס‬
‫איז דזשעיקאָבס דער היינטיגער א‪.‬ג‪.‬‬
‫סעקרעטאַר פון דעם כת הולכים‬
‫בערכאות‪ ,‬וועלכער האָט שוין אין‬
‫פריערדיגע מסירות והליכה לערכאות‬

‫פונעם כת זיך אָנגעגעבן מיט'ן נאָמען‬
‫"חיים דזשעיקאָבאָוויטץ" און אַלעמאָל‬
‫איז זיין נאָמען אַזוי ערשינען אין די‬
‫לעגאַלע פּאַפּירן‪.‬‬
‫אָבער כדי נישט צו ציען‬
‫אויפמערקזאַמקייט מיט'ן נאָמען‬
‫"חיים דזשעיקאָבאָוויטץ" וואָס וועט‬
‫באַלד ציען פעדימער צו פריערדיגע‬
‫אַרויסגעוואָרפענע קלאַגעס אינעם‬
‫סכסוך פון קהל יטב לב דסאַטמאַר‪,‬‬
‫איז דער אָנקלעגער מר‪ .‬פאָרלעדער‬
‫אָנגעזאָגט געוואָרן צו מאַכן אַ שינוי‬
‫השם און דאָסמאָל אָנרופן דעם חיים‬
‫דזשעיקאָבאָוויטץ מיט'ן נאָמען יודא‬
‫ליעזער דזשעיקאָבס‪.‬‬
‫באַלד ביים אַריינגעבן דעם ערשטן‬
‫בינטל לעגאַלע פּאַפּירן צום געריכט‬
‫אין נעסאָו קאַונטי‪ ,‬האָט די ריכטערין‬
‫אַנטזאָגט אַריינצוקוקן דערין‪ ,‬זאָגענדיג‬
‫אַז זי זעט עפּעס דריידעלעך און‬
‫קונצן‪ ,‬ווייל אינעווייניג אין די פּאַפּירן‬
‫ערשיינען מערערע נעמען אַלס צדדים‬
‫אינעם סכסוך‪ ,‬צווישן זיי בעדפאָרד‬
‫קאָרנער ראָס און קהל יטב לב דסאַטמאַר‪,‬‬
‫און אויב זענען די צוויי קאָרפּאָרעישאנס‬
‫צדדים‪ ,‬פאַרוואָס ערשיינען נישט די‬
‫נעמען אינעם קעפּל?‬
‫צו פאַרגלעטן דעם ביטערן גרייז‪,‬‬
‫איז דער געריכטליכער פאַרלאַנג‬
‫צו פאָרסירן דעם פּסק בי"ד פריש‬
‫אַריינגעגעבן געוואָרן‪ ,‬דאָסמאָל אויף‬
‫אַזאַ וועג‪ :‬מר‪ .‬פאָרלעדער רופט אין‬
‫געריכט מר‪ .‬יודא לעיזער דזשעיקאָבס‪,‬‬
‫און מר‪ .‬דזשעיקאָבס – אַלס אַ דריטער‬
‫צד – רופט אין געריכט ביידע‬
‫קאָרפּאָרעישאָנס‪ ,‬בעדפאָרד קאָרנער‬
‫ראָס און קהל יטב לב דסאַטמאַר‪ ,‬און‬
‫מר‪ .‬דזשעיקאָבס פאָדערט אין געריכט‬
‫אַז דער געריכטליכער פּראָצעדור זאָל‬
‫גיין צווישן בעדפאָרד און קהל יטב לב‪,‬‬
‫נישט צווישן מר‪ .‬פאָרלעדער און אים‪.‬‬
‫אין צוגאָב‪ ,‬פאָדערט אויך מר‪.‬‬
‫י‪.‬ל‪ .‬דזשעיקאָבס‪ ,‬אַז דאָס געריכט זאָל‬

‫פאָרסירן דעם פּסק בי"ד און פאַרלאַנגען‬
‫אַז קהל יטב לב זאָל טראַנספערירן בעלות‬
‫און די דיעדס פון די אויבנדערמאַנטע‬
‫געביידעס צו בעדפאָרד‪.‬‬
‫איצט אַז דער אמת איז שוין‬
‫אַרויפגעשווימען ווער די צדדים‬
‫זענען‪ ,‬האָט יודא לעיזער דזשעיקאָבס‬
‫מורא באַקומען אַז עס וועט פריער‬
‫אָדער שפּעטער אַרויפשווימען אַז ער‬
‫איז שוין געווען פאַרבינדן מיט קהל‬
‫יטב לב דסאַטמאַר אין פריערדיגע‬
‫קעיסעס וואו ער האָט זיך אָנגעגעבן‬
‫מיט אַן אַנדערן נאָמען‪ ,‬האָט ער ביים‬
‫צווייטן בינטל פּאַפּירן מיטגעגעבן אַן‬
‫עפידעוויט אַז עכט איז ער גאָר "חיים‬
‫דזשעיקאָבאָוויטץ" און דער נאָמען‬
‫ערשיינט אויך אויף זיין פּאַספּאָרט‪,‬‬
‫נאָר טייל רופן אים "יודא לעיזער‬
‫דזשעיקאָבס" און מען קען אים רופן‬
‫מיט ביידע נעמען; ער איז נישט מקפּיד‬
‫וויאַזוי מען רופט אים‪.‬‬
‫דאָסמאָל האָט די ריכטערין‬
‫אָנגענומען די קעיס און זי האָט‬
‫אָנגעהויבן אַריינקוקן אין די היסטאָריע‬
‫פונעם גאַנצן קעיס צו פאַרשטיין‬
‫פּונקטליך וואָס דאָ ווערט פאַרלאַנגט‬
‫און ווער פאַרלאַנגט פון וועמען‪.‬‬
‫אין איר פיר זייטיגן אורטייל‪,‬‬
‫ב' פּרשת ואלה המשפּטים אשר‬
‫תשים לפניהם‪ ,‬ולמספּרם יאַנואַר ‪,24‬‬
‫דערציילט נישט די ריכטערין וויאַזוי זי‬
‫האָט זיך דערוואוסט אַז דאָס איז באמת‬
‫אַ ברוקלינער קעיס און דאָס איז אַן‬
‫אַלטע אויסגעדראָשענע קעיס וועלכע‬
‫איז שוין מערערע מאָל אַרויסגעוואָרפן‬
‫געוואָרן פון קינגס קאַונטי און אָראַנדזש‬
‫קאַונטי געריכט הייזער‪.‬‬
‫זי שרייבט אָבער יאָ קלאָר‪ ,‬אַז זי‬
‫האָט זיך דערוואוסט ביים איבערקוקן‬
‫דעם קעיס אַז דער סאַטמאַרער קהלה‬
‫איז שוין פאַרמישט לאַנגע יאָרן אין אַ‬
‫)פארזעצונג אויף זייט ‪(3‬‬

‫פאָדערונג פון כת הולכים לדין ולערכאות אַרויסגעשליידערט פון‬
‫ניו יאָרקער געריכטן נאָכ׳ן וועלן שענקן פולקאָמע בעלות פון‬
‫מערערע סאַטמאַרער קהלה בנינים פאַר גוי פון נעסאָו קאַונטי‬
‫)פארזעצונג פון זייט ‪(2‬‬

‫גרויסע צאָל פון געריכטליכע קלאַגעס‬
‫אין קינגס קאַונטי געריכט הויז‪ ,‬שוין‬
‫זינט יאָר ‪ '02‬און דער איצטיגער‬
‫פאַרלאַנג איז בלויז נאָך אַ טייל פון די‬
‫אַלטע קעיסעס‪.‬‬
‫ריכטערין מורפי מערקט אָן‬
‫אינעם אורטייל עטליכע מאָדנע‬
‫ערשיינונגען וועלכע האָבן געצויגן איר‬
‫אויפמערקזאַמקייט‪:‬‬
‫אַז די קהלה און איר‬
‫•‬
‫פאָרשטייער מר‪ .‬דזשעיקאָבס‪ ,‬וועלכע‬
‫האָבן דאָך לכאורה פאַרלוירן ביים בי"ד‬
‫און וואָלטן געדאַרפט ערשיינען אין די‬
‫געריכט‪-‬פּאַפּירן אַלס אָנגעקלאָגטע‪,‬‬
‫נישט אַלס אָנקלעגער‪ ,‬ערשיינען גאָר אין‬
‫צווייטן בינטל פּאַפּירן אַלס אָנקלעגער‬
‫וועלכע פאַרלאַנגען צו פאָרסירן דעם‬
‫פּסק בי"ד‪...‬‬
‫די ערשטע בינטל פּאַפּירן‬
‫•‬
‫אַריינגעגעבן דורך מר‪ .‬פאָרלעדער‪ ,‬איז‬
‫לויט זיין אייגענע הודאה אַריינגעגעבן‬
‫געוואָרן אונטער זיין פּריוואַטן נאָמען‪,‬‬
‫קעגן דעם יחיד יודא לעיזער דשעיקאָבס‪,‬‬
‫בעת פאָרלעדער האָט געוואוסט אַז דער‬
‫בי"ד זיצונג איז פאָרגעקומען צווישן‬
‫בעדפאָרד און קהל יטב לב‪.‬‬
‫דער נתבע מר‪ .‬דזשעיקאָבס‬
‫•‬
‫איז אָנגעבליך אַ דירעקטאָר פון קהל‬
‫יטב לב און זיין לעגאַלער נאָמען איז‬
‫טאַקע חיים דזשעיקאָבאָוויטץ אָבער‬

‫"פון צייט צו צייט איז ער אויך באַקאַנט‬
‫אַלס יודא לעיזער דזשעיקאָבס"‪.‬‬
‫די קהלה און אירע אָפיסעס‪,‬‬
‫•‬
‫דער בי"ד משפּט שלום – ווי אויך אַלע‬
‫בנינים און שטחים וועלכע שטייען דאָ‬
‫פאַר'ן קאָורט צו ווערן טראַנספערירט‬
‫פון די קהלה צו בעדפאָרד כדי צו באַצאָלן‬
‫די גרויסע מאָרטגעדזש הלואה‪ ,‬אַלעס‬
‫געפינט זיך אין קינגס קאַונטי )ברוקלין‪,‬‬
‫ניו יאָרק(‪ .‬בלויז מר‪ .‬פאָרלעדער און די‬
‫אָפיציעלע אָפיס פון בעדפאָרד‪ ,‬געפינען‬
‫זיך אין נעסאָו קאַונטי‪.‬‬
‫דער שטר הסכם )פון‬
‫•‬
‫תשס"ה( זאָגט קלאָר אַז אין פאַל פון סיי‬
‫וועלכן סכסוך צווישן די צוויי צדדים‬
‫)בעדפאָרד און קהל יטב לב( וועט מען‬
‫דאָס ברענגען פאַר'ן בית דין פון קהל‬
‫יטב לב דסאַטמאַר‪ ,‬און קיין שום צד‬
‫טאָר נישט גיין מיט'ן סכסוך פאָרנט פון‬
‫סיי וועלכע אַנדערן בית דין‪ ,‬אָדער צום‬
‫גויאישן געריכט‪.‬‬
‫אין צוגאָב ווערט באַטאָנט‬
‫•‬
‫אינעם פּסק בי"ד פון תש"ע אין‬
‫פּאַראַגראַף ‪ ,5‬אַז אויב וועט זיין סיי‬
‫וועלכע פראַגע אָדער קאָנפליקט איבער‬
‫פאַרשטיין אָדער דורכצופירן דעם‬
‫אורטייל פונעם בית דין‪ ,‬וועלן זיך די‬
‫צדדים צוריקקערן צו דעם זעלבן בי"ד‬
‫)משפּט שלום(‪ ,‬וועלכע וועלן ווייטער‬
‫באַהאַנדלען דעם ענין‪.‬‬
‫פון דעם אַלעם לערנט דאָס‬
‫•‬
‫געריכט קלאָר אַרויס‪ ,‬אַז די צדדים האָבן‬

‫אויסגעקליבן ווייטער פאָרצוזעצן דעם‬
‫ענין ביי אַ רבנישן בית דין‪ ,‬ווי איידער‬
‫אין געריכט‪ .‬די צדדים דאַרפן זיך האַלטן‬
‫צו דעם אָפּמאַך‪.‬‬
‫טראָץ צוליב דעם פּונקט‬
‫•‬
‫אַליין וואָלט שוין דער געריכט געקענט‬
‫אַרויסוואַרפן דעם גאַנצן געריכטליכן‬
‫פאַרלאַנג‪ ,‬גייט אָבער דאָס געריכט‬
‫מיט אַ טריט ווייטער און וועט ווייטער‬
‫אַריינקוקן אינעם פאַרלאַנג‪ ,‬און זי קומט‬
‫צו די פאָלגענדע מסקנות‪:‬‬
‫דער קעיס איז אַ טייל פון‬
‫•‬
‫דעם אַלטן סאַטמאַרער קאָנפליקט וואָס‬
‫ציט זיך שוין אין ברוקלינער געריכט‬
‫זינט יאָר ‪ ,'02‬און דער דעמאָלטדיגער‬
‫אַדמיניסטראַטיווער ריכטער פּעשי האָט‬
‫געפונען פאַר וויכטיג צוזאַמצושטעלן‬
‫אַלע סאַטמאַרער קעיסעס אין איין‬
‫קעיס ביי איין ריכטער‪ ,‬צו פאַרמיידן‬
‫צווישן אַנדערע ריכטער שאַפּינג און‬
‫קעגנזייטיגע אורטיילן‪.‬‬
‫אַריינקוקענדיג אין די‬
‫•‬
‫פריערדיגע קעיסעס‪ ,‬און באַקענענדיג‬
‫זיך מיט'ן שטאַטוס פון די קהלה'ס‬
‫קאָרפּאָרעישאן אין ניו יאָרק'ס‬
‫רעליגיעזע קאָרפּאָרעישאָן געזעצן און‬
‫ניו יאָרק נאָן‪-‬פאָר‪-‬פּראַפיט געזעצן‪,‬‬
‫ווערן אַלע פאַרלאַנגען אַנטזאָגט‪ .‬אויב‬
‫האָבן זיי עפּעס וואָס צו פאַרלאַנגען‪,‬‬
‫זאָלן זיי גיין קיין ברוקלין און בכלל‪,‬‬
‫זעט זי נישט אַז דאָס טראַנספערירן איז‬
‫לטובת די מיטגלידער פון די קהלה‪,‬‬

‫וואָס איז איינע פון די באַדינגונגען‬
‫וועלכע פאַרלאַנגען זיך אַז דאָס געריכט‬
‫זאָל קענען אורטיילן אויף אַ טראַנספער‬
‫פון נכסי הציבור‪.‬‬
‫מיט'ן באַטאָנען אַז זי זעט‬
‫•‬
‫נישט אַז די דיעד טראַנספערס זענען‬
‫לטובת הציבור‪ ,‬האָט די ריכטערין‬
‫אַנערקענט דאָס הפקרות פונעם כת אַז‬
‫זיי זענען גרייט אַוועקצוגעבן ריזיגע‬
‫פאַרמעגנס און בנינים וואָס די קהלה‬
‫האָט עררייכט מיט בלוט און שווייס‬
‫לאַנגע יאָרן‪ ,‬און צוליב אומ'אחריות‬
‫איז מען מוכן ומזומן איבערצושרייבן‬
‫נכסים פון די קהלה אין ברוקלין פאַר אַ‬
‫צווייטע קאָרפּאָרעישאן אין ווייטן לאָנג‬
‫איילאַנד‪.‬‬
‫זי ענדיגט דעם אורטייל מיט‬
‫•‬
‫אַ פּאַראַגראַף אין וועלכן זי ערקלערט‬
‫אַז דער גאַנצער געריכטליכער פאַרלאַנג‬
‫איז דורכגענומען מיט אומ'יושר‪,‬‬
‫דריידעלעך און פעלערן און במילא איז‬
‫דער גאַנצער פאַרלאַנג אַנטזאָגט און‬
‫אַרויסגעשליידערט פון געריכט‪.‬‬
‫אַ לעגאַלער עקספּערט ווייזט אָן‪,‬‬
‫אַז אונטער געווענליכע אומשטענדן‬
‫איז אַזאַ פאַרלאַנג צו טראַנספערירן אַ‬
‫דיעד אַ לייכטער פּראָצעדור‪ ,‬נאָכדערצו‬
‫ווען ביידע צדדים )בעדפאָרד און דער‬
‫כת( שטימען איין דערצו וואָלט דאָס‬
‫געדאַרפט פלינק באַשטעטיגט ווערן‬
‫דורך אַ ריכטער‪ .‬אָבער דאָס מזל און‬
‫אומבאַלימפּערניש‪ ,‬און די הבטחה פון‬

‫"העברת פּי ה' היא לא תצלח"‪ ,‬האָט זיי‬
‫באַגלייט ביז קיין לאָנג‪-‬איילאַנד‪ ,‬און‬
‫אַהיימגעשיקט פון לאָנג‪-‬איילאַנד מיט אַ‬
‫געזאַלצענעם טעם אין מויל‪.‬‬
‫*‬

‫אחרי ככלות הכל האַלט דער כת‬
‫"הולכים לדין" און "הולכים בערכאות‬
‫העולמי" אין די האַנט‪ :‬אַ פיר זייטיגן‬
‫שטר הסכם פון תשס"ה‪ ,‬אונטערגעשריבן‬
‫מיט צוויי פעסטע עדות‪ ,‬אַן איין‪-‬זייטל‬
‫פּסק פון בי"ד משפּט שלום‪ ,‬און אַ פיר‬
‫זייטיגן אורטייל פון די הויכגעשעצטע‬
‫ריכטערין מורפי וועלכע זאָגט לא מיט‬
‫אַן אלף צו באַשטעטיגן אַריבערצופירן‬
‫נכסים פון קהל יטב לב דסאַטמאַר צום‬
‫גויאישן פּלאָמער פון לאָנג איילאַנד מר‪.‬‬
‫פאָרלעדער‪.‬‬
‫עס איז צום האָפן אַז דער כת‬
‫וועט זיך אומקערן צום בית דין‪ ,‬אָבער‬
‫דאָסמאָל כדת וכהלכה צו אַ בית דין‬
‫כשר בישראל און זיך שטעלן ערליך צו‬
‫דין תורה ויקוב הדין את ההר איינמאָל‬
‫פאַר אַלעמאָל‪.‬‬
‫אויב נישט‪ ,‬זאָלן זיי זיך כאָטש‬
‫שטעלן צו דין תורה מיט "בעדפאָרד"‬
‫צום אייגענעם בד"צ וועלכע קענען זיך‬
‫זייער גוט אויס מיט די תהלוכי הקהלה‬
‫און זענען זייער זייער פּאַסיג און כשר‬
‫צו פירן די דין תורה‪.‬‬
‫און אויב דער אייגענער בד"צ‬
‫איז איצט נאָך פּסח פאַרנומען צו‬
‫באַהאַנדלען די שאלות פון ישן און‬
‫חדש‪ ,‬זאָל מען כאָטש פאָלגן דעם‬
‫הויכגעשעצטן געריכט הויז פון נעסאָו‬
‫און צוריקגיין צו בי"ד משפּט שלום‬
‫זיך פריש אויס'טענה'ן מיט'ן נעסאָוער‬
‫פּלאָמבער‪ ,‬צו קענען ווייטער טראָגן מיט‬
‫שטאָלץ און ווירדע דעם נייעם נאָמען‬
‫"כת הולכים לדין וערכאות העולמי"‪.‬‬

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful