You are on page 1of 11

‫העכסט סוקסעספולע מיטינג מיט די‪ .‬א‪ .

‬טי‬
‫איבער ווייט עוו עקזיט טוישונגען‬

‫דעם פארגאנגענעם דינסטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א סוקסעספולע ווירטואלע קאנפערענץ‬


‫דורך די "די‪ .‬א‪ .‬טי‪ ,".‬וואו זיי האבן פארגעשטעלט פאר די לאקאלע איינוואוינער זייער יעצטיגע פלאן‬
‫וויאזוי צו פאררעכטן די שטענדיגע טראפיק פראבלעמען ביי עקזיט ‪ 31‬אראפ פון די בי‪ .‬קיו‪ .‬אי‪ .‬ביי‬
‫ווייט עוו‪ .‬אריין צו וויליאמסבורג‪.‬‬

‫ביי די קאנפערענץ האבן זיך באטייליגט צענדליגער איינוואוינער דורך טעלעפאנישע און‬
‫עלעקטראנישע פארבינדונג‪ .‬עס איז געווען גאר א לעבהאפטיגע דיסקוסיע קאמענטארן מיט‬
‫צענדליגער לאקאלע איינוואוינער וועלכע האבן אלע ווי איינס אויסגעדרוקט שארפע קעגנערשאפט צו‬
‫דעם פארגעשלאגענעם פלאן‪ .‬צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן א מעמבער פון די וויליאמסבורגער‬
‫"חברה הצלה"‪ ,‬וועלכער האט מסביר געווען וויאזוי דאס וועט שווער אפעקטירן די חברה הצלה אין‬
‫עמערדזשענסי פעלער‪ .‬אזוי אויך איז געהערט געווארן א אויפטריט דורך א לאנג‪-‬יעריגער באס‬
‫דרייווער‪ ,‬וועלכער האט ארויסגעברענגט אז דער פארגעשלאגענער פלאן גייט פארלענגערן די‬
‫טראפיק אין די אומגעגענט מיט גאנצע פופצן מינוט און וועט ברענגן אז קינדער זאלן דארפן‬
‫פארברענגן לענגער אויף די באסעס‪.‬‬

‫א שטארקער זארג וואס מ'האט געהערט איז דאס וואס דער פלאן וויל פארבאטן זיך צו דרייען לינקס‬
‫פון וויליאמסבורג סטריט וועסט צו ווייט עוועניו‪ .‬אנשטאט‪ ,‬וועלן די אלע וואס ווילן אנקומען צו די‬
‫לינקע זייט דארפן אראפפארן ביז קענט עוועניו‪ ,‬און פון דארט זיך צוריקדרייען לינקס צו פען סטריט‪.‬‬
‫דאס וועט פארלאנגן נאך א טרעפיק ליכט אויף קענט ביי פען‪ ,‬און וועט פירן צו א שווערן טרעפיק צו‬
‫די שוין‪-‬אנגעלייגטע קענט‪ ,‬וואס קען שווערער מאכן דעם אזוי אויך געדוכטן טרעפיק אויף וואלאבאוט‬
‫סטריט‪ ,‬פלאשינג א‪.‬א‪.‬ז‪.‬וו‪ .‬איינוואוינער זענען געווען זייער סקעפטיש אויב דער פלאן האט בכלל‬
‫זאכליכע בענעפיטן‪ ,‬און זענען זייער באזארגט אויף די שווערערע לאקאלע טרעפיק וואס עס קען‬
‫ברענגן‪.‬‬

‫עס זענען אויפגעברענגט געווארן פארשידענע אלטערנאטיווע פלענער‪ ,‬צווישן אנדערע דורך העסקן‬
‫הרה"ח ר' שמען ווייזער הי"ו‪ ,‬דער געטרייער וויצע טשעיר פון די באורד און קא‪-‬טשעיר פון די‬
‫טראנספארטאציע קאמיטע פון קאמיוניטי באורד ‪ ,1‬וועלכער האט פארגעשלאגן א פלאן אז מען זאל‬
‫אויסברייטערן די ארויסגאנג פון די בי‪ .‬קיו‪ .‬אי‪ .‬צו צוויי ליניעס ‪ -‬אנשטאט די ביז יעצטיגע בלויז איין‬
‫ליניע ‪ -‬דורכדעם וואס מען וועט אפשניידן א חלק פון די ביימער וואס לויפן אויף וויליאמסבורג סט‪.‬‬
‫דער פלאן ‪ -‬מיט נאך געדאנקן ווי אזוי דאס צו ערמעגליכן ‪ -‬האט געצויגן ברייטע שטיצע פון א רייע‬
‫קאמענטירער‪ .‬די ‪'DOT‬ס אנטווארט איז אז אזא פלאן איז גאר קאסטבאר‪ ,‬און עס זענען נישט‬
‫פאראן די פאנדן דערפאר‪ .‬ווי אויך וועט עס דארפן באקומען באשטעטיגונג דורך די סטעיט‪ ,‬און עס‬
‫קען אנברענגען פראטעסטן דורך ענווייראמענטאליסטן‪.‬‬

‫עס איז געווארן פאזיטיוו אויפגענומען ווען דער טשעירמאן פון די טראנספארטאציע קאמיטע פון‬
‫קאמיוניטי באורד ‪ 1‬האט געזאגט אז ער זעט איין אז די פארגעשלאגענער פלאן וועט אפעקטירן די‬
‫גאנצע אומגעגנט‪ ,‬און ער האט געמאלדן אז ער זעט איין אז דאס פארלאנגט א גאר ברייטע שטודיע‬
‫אויף אלע אויסווירקונגען בכלל בעפאר ער קען נעמען א באשלוס צי סיי וועלכער פארשלאג זאל‬
‫פאראויס גיין‪ .‬אזוי אויך האט די די‪ .‬א‪ .‬טי‪ .‬געמאלדן אז זיי גייען ארומגיין צו אלע לאקאלע מוסדות‬
‫התורה צו הערן זייערע זארגן‪ ,‬און מ'וועט צוריקקומען נאכ'ן שטודירן די אלע זארגן וואס זענען‬
‫אויפגעברענגט געווארן‪.‬‬

‫די ‪ UJO‬באדאנקט זיך פאר אלע באטייליגטע אינעם קאנפערענץ‪ ,‬מען האפט אז זיי זאלן ערנסט‬
‫באטראכטן אנדערע פראלבמען‪ ,‬אז עס זאל טאקע ארויסקומען די ריכטיגע פארבעסערונגען אן גורם‬
‫זיין פרישע פראבלעמען‪.‬‬

‫די וואס האבן נישט באוויזן זיך צו באטייליגן ביי דעם מיטינג‪ ,‬קענען איבערקוקן די פרעזענטאציע‬
‫דורך גיין צו‪:‬‬
‫‪https://www.scribd.com/document/470495699/BQE-Wythe-Avenue-Presentation-‬‬
‫‪Yiddish‬‬
‫און מ'קען נאכשיקן שריפטליכע קאמענטארן צו ‪GHaas@dot.nyc.gov‬‬
‫וואוילטעטיגע וויליאמסבורג קאוויד‪ 19-‬ריהעב צענטער‬
‫נויטיגט זיך אין גאר וויכטיגע געלט שטיצע‬

‫בחסדי השם זענען אין די לעצטע חדשים ב"ה אהיימגעקומען פילע פאציענטן‪ ,‬וויליאמסבורגער‬

‫איינוואוינער‪ ,‬וואס זענען געווארן שווער אפעקטירט מיט קאוויד‪ ,19-‬נאכ'ן ליגן אין שפיטאל פאר וואכן‬
‫און חדשים‪ ,‬האבן זיי מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שוין געהאט די מעגליכקייט צו פארלאזן דעם‬
‫שפיטאל‪ ,‬אבער די פאציענטן האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זייער גענצליכע ערהוילונג בס"ד‪,‬‬

‫צוליב דעם וואס דער ווירוס האט שווער זיי אפעקטירט פיזיש און גייסטיש‪ ,‬און זיי דארפן נאך האבן‬
‫שווערע טעגליכע טעראפי און הילף אין שטענדיגע שטוב זיך צו קענען פולשטענדיג ערהוילן‪.‬‬

‫כדי צו העלפן די באטרעפנדע באקומען די נויטיגע סערוויסעס‪ ,‬אויפ'ן היימישן ארט‪ ,‬אן קיין דאגות צי‬
‫זיי האבן אינשורענס דעקונג דערפאר און נישט צו זיין באגרעניצט וויפיל טעראפי מ'קען האבן‪ ,‬זענען‬

‫עטליכע היימישע עסקנים לשם שמים‪ ,‬אריינגעשפרינגען אין א גאר קאסטבארע פראיעקט‪ .‬זיי האבן‬
‫אהערגעשטעלט א צייטווייליגע ריהעב צענטער אין וויליאמסבורג‪ ,‬וואו פאציענטן קענען אהינקומען‪,‬‬
‫און באקומען דארט אלע מיני טעראפיס וואס זיי דארפן נאר האבן זיך צו קענען גענצליך ערהוילן‪.‬‬

‫לעת עתה נעמט דער צענטער אריין אזויפיל ווי ‪ 30‬היימישע פאציענטן וואס באקומען דארט די הילף‬
‫אין די לעצטע ‪ 4‬וואכן‪ ,‬און די תוצאות דערפון זענען ב"ה למלה מן המשוער‪.‬‬
‫דאס אלעס ווערט געטון גענצליך אומזיסט‪ ,‬און עס קאסט נישט קיין שום געלט פאר די פאציענטן און‬
‫זייערע פאמיליעס‪ ,‬דאס רעכנט אריין טעראפיס פיזישע און גייסטישע טעראפיס אז דער פאציענט‬

‫זאל בעז"ה זיך קענען אליינס באגיין מיט אלע געברויכן‪ ,‬אזוי אויך רעכנט עס אריין ריזיגע קאסטן פון‬

‫אינשורענס און נוירסעס‪.‬‬

‫דער צענטער איז אבער אין געפאר פון אפשליסונג‪ ,‬וויבאלד עס איז נישט דא די נויטיגע פאנדן צו‬

‫קענען ווייטער אפערירן דעם צענטער‪ .‬זיי האבן דעריבער איצט ארויסגעשטעלט א פאנד רעיזינג‬
‫רופנדיג פאר הילף פונעם ברייטן ציבור‪ .‬די יו‪.‬דזשעי‪.‬א‪ ,.‬וואס האט געהערט פון משפחות פון‬

‫פאציענטן איבער די געוואלדיגע דערגרייכונגען פונעם צענטער‪ ,‬אפעלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן‬

‫ריהעב צענטער מיט גרויסע געלט ביישטייערונגען‪ ,‬אז זיי זאלן בעז"ה ווייטער קענען‬ ‫דעם‬
‫פונקציאנירן און העלפן ראטעווען אונזערע אידישע ברודער‪.‬‬

‫צו ביישטייערן פאר די צענטער דרוקט דא‬


‫‪https://www.gofundme.com/f/covid19-survivors-williamsburg-rehab‬‬

‫סטעיט קאראנא הילף אפדעיט‬


‫ניו יארק סטעיט האט פארלענגערט מיט א וואך די דעליין וואס געוויסע שוואכע פארדינער‪ ,‬וועלכע‬
‫האבן פארלוירן טייל פון זייערע פארדינסטן צוליב די קאראנאוויירוס‪ ,‬קענען אריינגעבן אפליקעישאנס‬

‫פאר הילף צו דעקן א טייל פון די רענט קאסטן‪ .‬מ'קען איצט אריינגעבן די אפליקאציעס ביז דעם‬

‫דאנערשטאג עקב ‪ -‬אגוסט ‪ 6‬למספרם‪.‬‬

‫צו זען צי איר זענט בארעכטיגט און וויפיל איר קענט געניסן פון דעם פראגראם‪ ,‬קענט איר נוצן א‬

‫קאלקולעיטאר וואס איז פרייוויליג צוגעשטעלט געווארן‪ ,‬דורך גיין צום בייגעלייגטן לינק‪:‬‬

‫‪http://chaiplus1.com/news/ny-rent-assistance-program/‬‬

‫)די קאלקולעיטאר איז אומאפיציעל און פריוואט צוגעשטעלט געווארן‪ .‬מאכט זיכער איבערצוקוקן אלע‬

‫פארשריפטן צי און פאר וויפיל איר זענט טאקע בארעכטיגט(‪ .‬פאר מער אינפארמאציע גייט צו די לינק‬
‫‪. https://hcr.ny.gov/RRP‬‬

‫נעמט אין אכט‪ :‬אויב געניסט איר פון סעקשאן ‪ 8‬אדער איר וואוינט אין א נייטש"ע אפארטמענט זענט‬

‫איר נישט בארעכטיגט צו די סטעיט געלטער ‪ -‬אנשטאט אויב איז אייער אינקאם געווארן רעדוצירט‬

‫קענט איר עס אריינגעבן פאר סעקשאן ‪ 8‬אדער נייטש"ע כדי זיי זאלן רעדוצירן דעם טייל וואס איר‬
‫דארפט צאלן פאר רענט‪ .‬פאר הילף מיט אריינגעבן די פאפירן דערפאר‪ ,‬קענט איר רופן די יו‪ .‬דזשעי‪.‬‬

‫א‪ .‬האוזינג אפטיילונג אויף ‪ 718-643-9700‬עקסטענשאן ‪ 203‬און ‪.208‬‬

‫געלעגענהייט פאר אויסלענדישע געבוירענע‬

‫די יו‪ .‬דזשעי‪ .‬א‪ .‬מעלדט מיט צופרידענהייט אז מען קען זיך איצט רעגיסטרירן פאר א קלאס וואס‬
‫הייבט זיך אן פאר אידיש‪-‬רעדנדע וויליאמסבורגער איינוואוינער וואס זענען געבוירן אין אויסלאנד זיך‬
‫אויסלערנען צו קענען רעדן און שרייבן ענגליש‪ ,‬ווי אויך וועט מען זיי צוגרייטן פאר די ‪.Citizen's Test‬‬
‫דער קלאס איז גענצליך אומזיסט‪ .‬פלאץ איז באגרעניצט וכל הקודם זכה‪.‬‬

‫צוליב די קאראנאוויירוס‪ ,‬קומען איצט פאר די קלאסן אויפ'ן טעלעפאן‪.‬‬


‫ביטע רופט ‪ – 917.364.2968‬אויב קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדזש פאר רעגיסטראציע און‬
‫אינפארמאציע‪.‬‬

‫ביי די עסן פארטיילונג פאריגע וואך‪ :‬ווערט געזען ר' מרדכי רויזמאן‪ ,‬דער אנפירער‬
‫פון די עולם חסד ארגאניזאציע וועלכע ברענגט די פראדוקטן; מר‪ .‬לינקאלן רעסטלער‪,‬‬
‫וועלכער איז זייער בייהילפיג פאר די געברויכן פון די געגנט; העסקן ר' יואל‬
‫וועבערמאן‪ ,‬דער בריח התיכון פון די חלוקה; און העסקן ר' עוזר קאהן‬

‫היינט‪ ,‬מאנטג‪ ,‬אגוסט ‪ ,3‬קומט פאר נאך אן‬


‫עסן פארטיילונג‪,‬‬
‫אויף בעדפארד עוועניו צווישן פארק און מוירטעל ‪,‬‬
‫ביז ‪ 6:00‬אווענט‬

‫‪BQE Wythe Ave. Exit Update‬‬


Last Tuesday, the DOT – working with the UJO and on the request of Community
Board 1 members - provided a presentation of the proposed changes to the BQE
Westbound Exit 31 and Williamsburg Street West at the Wythe Avenue intersection.
Nearly fifty residents and stakeholders joined that virtual meeting, and many voiced
concerns that the plan will worsen the traffic congestion on local streets, including
the congests Wallabout Street and Flushing Avenue around Kent Avenue.

Among the participants and speaker were a member Williamsburg Hatzalah, who
explained that the plan would delay emergency response times; and a driver who is
perhaps the longest-serving Williamsburg school bus driver – transporting children
for 50 years - who expressed deep concerns that prohibiting a left turn from
Williamsburg Street West to Wythe Avenue will prolong trip-times for drivers on
certain routes by up to 15 minutes.

Under the proposed changes, instead of turning left to Wythe Avenue, vehicles will
have to proceed on Williamsburg Street West to Kent Avenue, turn left and Kent
Avenue- where a new light will have to be installed to give them a chance to make
that left through the opposite-traffic lane to Williamsburg Street East - and from there
they can turn right to Wythe Avenue. The unanimous feeling is that this will severely
exacerbate the congestion in the area.

Following all the comments, Mr. Eric Bruzaitis, Chair of Community Board 1
Transportation committee, expressed his realization the proposal impact and entire
network of streets, thus it requires a far wider examination and study before
proceeding with any changes.

We are hopeful that this meeting would result in a better and safer plan for the local
area, as well as BQE motorists using that exit.

Those still interested to review the plan and submit written comments, can view the
presentation here:
https://www.scribd.com/document/470495699/BQE-Wythe-Avenue-Presentation-
Yiddish
Please submit your written comments to GHaas@dot.nyc.gov

State Covid-19 Rent Relief Update

New York state extended the deadline to apply for State Covid-19 Rent Relief
program until August 6th.

Please note: Section 8 recipients or NYCHA residents are not eligible for the Covid-
19 Rent Relief relief program. However, if your income has been affected by the
virus, you can submit a change of income to your agency, in order to receive a
reduction in your rent share. For assistance, you may contact the UJO Housing
Division. at 718-643-9700 ext. 203 and 208.

Help Covid-19 Patients Return to Active Lives


Tens of Williamsburg recovered COVID-19 patients – many of whom were on
ventilators for weeks - benefit of daily therapies, to help them regain their active
lives, thanks to the COVID-19 Williamsburg Rehab.

The goal of the center is to ensure that every patient can get their therapies without
worrying: If they have insurance? If and how often their insurance will authorize the
therapies? Deductibles, co-pays and other out-of-pocket costs? And, do they have
an appropriate therapy center in their network? etc.

Thanks to initial financial contributions from participants and others, the program
went on for four weeks with incredible results. However, with the number of patients
growing five-fold – to 30, the center was forced to ask the public for assistance.
Otherwise, this wonderful service may stop.

Please visit the link below to learn more about the center and to contribute to this
wonderful cause:
https://www.gofundme.com/f/covid19-survivors-williamsburg-rehab

Class to Learn English and Prepare for


the Citizen’s Test
The UJO is delighted to inform foreign-born Yiddish-speaking Williamsburg
residents of the start of another “English Class” that will also help them prepare for
the citizen's test. The entire class is free of charge. Due to COVID-19, classes are
now held over the phone.

To register and for more information please call 917-364-2968 - if no answer please
leave a message.

Today, August 3, 2020, we're holding another Free


Produce Distribution with Olam
Chesed @worldofgiving1
- under the USDA Coronavirus Food Assistance
Program.
at
Bedford Avenue
between Myrtle - Willougby Avenues
till 6:00 pm or while supplies last.
Please come with cart or vehicle.
To view or download a PDF version of this bulletin, please click here

Help support the UJO's mission to support the needy by donating


today.

Donate
Follow us on twitter

Visit our website

CLICK HERE TO SUBSCRIBE

Copyright © 2020 United Jewish Organizations of Williamsburg and North Brooklyn, All rights reserved.
You are receiving this email because you opted in via our website.

Our mailing address is:


United Jewish Organizations of Williamsburg and North Brooklyn
32 Penn St
Brooklyn, NY 11249-7809

Add us to your address book

Want to change how you receive these emails?


You can update your preferences or unsubscribe from this list.

You might also like