You are on page 1of 17

‫טראגט מאסקע און נעמט שריט אפצושטעלן קאוויד ‪ -‬בארטלעט פארק איבערבוי ‪[Test] -‬‬

‫‪ 3,000‬וואוטשערס צוריקגעשטעלט ‪ -‬סאניטעישאן באלק קאנטעינארס ‪ -‬חול המועד פערי‬


‫‪1 message‬‬

‫>‪United Jewish Organizations <news@unitedjewish.org‬‬ ‫‪Thu, Oct 1, 2020 at 8:19 PM‬‬


‫‪Reply-to: us3-eed264bc40-acb2d0ee34@inbound.mailchimp.com‬‬
‫>‪To: << Test First Name >> << Test Last Name >> <aawriting@gmail.com‬‬

‫סיטי אלאראמירט איבער אויפשטייג פון קאוויד אין וויליאמסבורג‪:‬‬

‫פאַרשטערקערטער קאַמפּיין צו טראָגן‬


‫מאַסקעס‪ ,‬פּראַקטיצירן סאָשעל דיסטענסינג‬
‫און זיך טעסטן‬
‫סיטי שטעלט צו צענדליגער טויזנטער מאַסקס צו ווערן פארטיילט‬
‫קאמיוניטי אפעירס אפיצירן פון די ‪'90‬סטע פריסינקט טיילן אויס מאסקעס‬
‫‪ ‬‬
‫לויט אלערטס פון די ניו יארק סיטי און סטעיט‪ ,‬ליידט וויליאַמסבורג צום באַדויערן פון אַן‬
‫אויפשטייג פון קאוויד‪ 19-‬פעלער‪ ,‬וואָס האלט שוין דעם מיטוואך אז צוויי פראצענט פון‬
‫אלע טעסטס קומען צוריק פאזיטיוו אין די וויליאמסבורגער זיפ קאודס און די ראטע איז‬
‫אויפ'ן וועג ארויף‪ .‬בעת די ראטע איז ב"ה נאך אונטער דריי פּראצענט‪ ,‬וואס איז ווען די‬
‫סיטי באטראכט שוין צוריק דורכצופירן א לאקדאון חלילה‪ ,‬גייט עס אבער ארויף זייער‬
‫שנעל‪ .‬די גדולי הרבנים‪ ,‬קהלות ומוסדות התורה‪ ,‬אפעלירן צום ציבור צו לייגן א‬
‫שטערקערן געוויכט איינצוהאלטן די מאסנאמען אפצושטעלן דעם אויסברוך‪ :‬טראגן‬
‫מאסקעס ווען מ'איז צווישן מענטשן; היטן סאשעל דיסטענסינג פון זעקס פיס; און ווער‬
‫ס'פילט זיך נישט גוט און האט די וויירוס זאל בלייבן אינדערהיים ווילאנג מ'קען זיין‬
‫אנשטעקיג‪ .‬אויך איז וויכטיג אז אפילו אויב‪  ‬מ'שפורט זיך גוט זאל מען זיך טעסטן‪ .‬דאס‬
‫גיט א פולן בילד וויפיל די פאזיטיווקייט ראטע איז ווירקליך‪.‬‬
‫דעם דינסטאָג האָט ר' משה דוד ניעדערמאַן ָאפּגעהאַלטן ַא פּערזענליכן געשפּרעך מיט'ן‬
‫מעיאָר – אין צוגאב צו ַא גרופע טעלעפאן רוף מיט אידישע פירער דעם טאג ‪ -‬איבער‬
‫שריט וואָס ווערט גענומען צו רעדוצירן דעם איצטיגן אויפשטייג פון קאָראָנאַוויירוס‬
‫קאָומא‪,‬‬
‫ָ‬ ‫קעיסעס‪ .‬מיטוואָך איז ר' משה דוד געווען אויף ַא טעלעפאָן רוף מיט גאָווערנאָר‬
‫וועלכער האָט אַרויסגעברענגט די ערנסטקייט פון די סיטואַציע און אַז דאָס העכערט די‬
‫וויירוס ראַטע אין די גאַנצע סטעיט און קען צווינגען צו נעמען דראַסטישע שריט‪.‬‬

‫די שטייגנדע ראטע שטעלט אין סכנה עלטערע מענטשן און אנדערע‪ ,‬און ליידער הערט‬
‫מען שוין פון קריטישע פעלער‪ .‬ווי אויך‪ ,‬דראעט עס אז עס זאל נאכאמאל פארארדענט‬
‫ווערן אן אפשליסונג‪ ,‬וואס איז גאר ביטער פאר די בתי חינוך‪ ,‬די קינדערלעך‪ ,‬שולן‪,‬‬
‫ביזנעסער און נאך‪ .‬די ראטעס אין עטליכע זיפּקאודס הייבן אויך אויף די סיטי'ס און די‬
‫סטעיט'ס פאזיטיווע ראטעס צו העכער איין פּראָצענט‪ ,‬און עס קען גאר‪ ‬אנקומען צו דריי‬
‫פּראָצענט ווען עס קען פאַרלאנגן אפצושליסן די פּובליק סקולס‪ .‬מיר קענען נישט צולאזן‬
‫אז מיר זאלן דאס פאראורזאכן‪.‬‬

‫עס איז קריטיש וויכטיג מ'זאל דאס נעמען מיטן פולסטן ערנסטקייט‪ .‬פאר יעדנ'ס‬
‫אינטערעסע מוז'ן מיר זיכער מאכן צו טראגן די מאסקעס ווען מ'גייט אויפ'ן גאס און אין די‬
‫עפנטליכקייט‪ ,‬און אויספאלגן אלע אנדערע פארשריפטן‪.‬‬
‫‪ ‬‬

‫טשיילד קעיר וואַוטשערס פאר נאָנט צו‬


‫‪ 3,000‬קינדער ווערט אי"ה צוריקגעשטעלט‬
‫אַדאַנק אומערמידליכע אַרבעט פון קאָונסילמאַן לעווין און עי‪.‬סי‪.‬עס‪ .‬פירערשאַפט‬
‫אין ַא טעלעפאָן רוף וואָס מיר האָבן ָאפּגעהאַלטן פאָריגע וואָך מיט קאָונסילמאַן סטיוו‬
‫לעווין אין די ‪ ACS‬פירנדע שטאַב מיטגלידער‪ ,‬איז ב"ה געקומען די בשורה טובה אַז זיי‬
‫וועלן אי"ה צוריקשטעלן טשיילד קעיר און עפטער סקול וואַוטשערס זענען ָאפּגעשטעלט‬
‫געוואָרן זינט אָנהייב יולי‪.‬‬

‫ווי באַריכטעט‪ ,‬האָט במשך דעם פאַרלאָפענעם בודזשעט סעזאָן –קאונסילמאַן לעווין‬
‫געקעמפט און ערהאַלטן פאַרשפּרעכונגען אָנצוהאַלטן די ספּעציעלע טשיידל קעיר‬
‫פאָנדינג‪ ,‬באַוויסט אַלס ‪ .SCCF‬צום באַדויערן איז אָבער ָאפּגעשטעלט געוואָרן די פאָנדינג‬
‫פאַר טויזנטער וואַוטשערס צוליב ַא מאַנגל אין פאָנדינג‪ .‬קאָונסילמאַן לעווין האָט זינט דאַן‬
‫שווער געאַרבעט צו ברענגן די סיטי איינצוהאַלטן די פאַרשפּרעכונג צו העלפן די קינדער‬
‫און זייערע משפחות‪.‬‬

‫נאָך חדשים פון געשפּרעכן‪ ,‬איז אויסגעאַרבעט געוואָרן מיט ‪ַ ACS‬א וועג ווי אַזוי‬
‫סערוויסעס פאַר אַלע באַרעכטיגטע קינדער וועלן אי"ה צוריקגעשטעלט ווערן‪ .‬דאָס וועט‬
‫צושטאַנד קומען דורך דעם וואָס רוב פון די ‪ 3,000‬וואַוטשערס וועלן געטוישט ווערן צו‬
‫פּריאַריטי ‪ 5‬וואַוטשערס‪ ,‬וועלכע ווערן פינאַנצירט דורך ַא באַזונדערע בודזשעט קוואַל‪.‬‬
‫פּריאַריטי ‪ 5‬האָט אָבער אַביסל אַנדערע פאָרשריפטן צו זיין באַרעכטיגט דערפאַר‪.‬‬
‫הונדערטער קינדער‪ ,‬פאַר וועלכע ‪ ACS‬האָט די אינפאָרמאַציע צו קענען באַשטעטיגן אַז‬
‫זיי זענען באַרעכטיגט פאַר פּריאַריטי ‪ ,5‬וועלן אי"ה אויטאָמאַטיש באַקומען פּריאַריטי ‪5‬‬
‫וואַוטשערס‪ ,‬און וועלן אי"ה ענטהאַלטן בריוון דערוועגן‪ .‬פאַר אַרום טויזנט קינדער‪ ,‬פאַר‬
‫וועלכע ‪  ACS‬האָט נישט די אינפאָרמאַציע צי זיי זענען באַרעכטיגט פאַר פּריאַריטי ‪,5‬‬
‫וועלן די עלטערן אי"ה באַקומען בריוון אין די קומענדיגע וואָכן‪ ,‬אויסצופולן פאָרעמס און‬
‫אַריינשטעלן דאָקומענטן צו באַשטעטיגן אַז זיי זענען באַרעכטיגט פאַר די וואַוטשערס‪.‬‬

‫מיר דרוקן אויס ַא הארציגן דאנק פאַר קאָונסילמאַן לעווין פאַר קעמפן צוריקצושטעלן די‬
‫דעבלאַזיא‪ ,‬פאַר זיין שטענדיגע שטיצע‬
‫ָ‬ ‫וואַוטשערס‪ַ .‬א שטארקער דאַנק גייט פאַר מעיאָר‬
‫פאַר די טשיילד קעיר וואַוטשערס פאַר'ן ציבור; פאַר ספּיקער קאָורי דזשאַנסאָן פאַר זיינע‬
‫אינטערווענצן פאַר'ן פּראָגראַם; און עי‪.‬סי‪.‬עס‪ .‬קאָמישאָנער דעוויד הענסעל און זיין פירנדע‬
‫געהילפן פאַר צושטאַנד ברענגן די דערגרייכונגען‪ ,‬צו קענען צוריקשטעלן די וואַוטשערס‬
‫און סערוויסעס פאַר טויזנטער קינדער בעז"ה‪.‬‬
‫‪ ‬‬

‫איבערבויאונג פון באַרטלעט פּלעיגראַונד‬


‫הייבט זיך אָן דעם חודש‬

‫דיאגראמע פון די‪ ‬נייע פארק‬


‫‪ ‬‬
‫די סיטי'ס פּאַרק דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן אַז דער איבערבוי פּראָיעקט פון די‬
‫באַרטלעט פּלעיגראַונד וועט זיך אי"ה אָנהייבן דעם חודש‪ .‬בעת דאָס באַדייט אַז דער‬
‫פּאַרק‪ ,‬צווישן טרופּ און העריסאָן עוועניוס – וועט זיין געשלאָסן היי‪-‬יאָר – וועט אָבער אי"ה‬
‫די געגנט עווענטועל געניסן פון ַא באַקוועמערן און בעסערן פּאַרק פאַר די קינדער זיך צו‬
‫שפּילן‪.‬‬

‫די סיטי וועט אויסגעבן איבער אַכט מיליאָן דאָלאַר צו פאַרבעסערן דעם פּאַרק‪ ,‬אין‬
‫ספעציעלע פאנדן וואס וועלן צוגעשטעלט ווערן דורכ'ן מעיאר‪ .‬די ‪ UJO‬האָט געאַרבעט‬
‫זיכער צו מאַכן אַז די איינוואוינער פון די געגנט נעמען אַנטייל אין די פאַרשידענע מיטינגען‬
‫אין וועלכע מ'האָט געפּלאַנט דעם אויסשטעל פון די פּאַרק‪ ,‬און אַז די פּאַרקס‬
‫דעפּאַרטמענט נעמט ערנסט דער געברויכן פאַר שפּיל געצייגן פאַר קליינע קינדער; ווי‬
‫אויך האָט מען זיכער געמאַכט אַז דער אויסשטעל פון די פּאַרק איז גונסטיג פון די טויזנט‬
‫קינדער קע"ה וועלכע לערנען אין די דערנעבנדיגע סאַטמאַרער תלמוד תורה אויף טרופּ‬
‫עוועניו‪ .‬מ'האָט אויך ָאפּגעהאַלטן ווייטערדיגע געשפּרעכן מיט די דעפּאַרטמענט צו‬
‫פאַרזיכערן אַז דער פּאַרק קומט נאָך די געברויכן פון די געגנט‪.‬‬

‫עס איז צום האָפן אַז טויזנטער קינדער און משפחות אין די געגנט וועלן אי"ה שטאַרק‬
‫געניסן פון די פאַרבעסערטע פּאַרק‪ ,‬אין די נאָנטע צוקונפט‪.‬‬
‫‪ ‬‬
‫‪ ‬‬

‫סוקסעספולע מיטינג מיט יומען רייטס‬


‫קאמישאנער‬
‫פאריגע וואך האבן מיר אפגעהאלטן א ווירטואלע מיטינג מיט די ‪NYC Human Rights‬‬
‫פארזיצערין קארמעלין מאלעליס‪ ,‬קאמישאנער דזשאנאטאן גרינספאן‪ ,‬ווי אויך די‬
‫קאמישענ'ס אידישער פארשטייער יונה הערש באיארין‪ .‬דער מיטינג האט אפיציעל‬
‫געזאלט פארקומען פורים צייט‪ ,‬אבער איז אפגעלייגט געווארן צוליב די קאראנא‬
‫אויסברוך‪.‬‬

‫די קאמישען איז זייער אקטיוו און באקעמפן האסן אקטן‪ ,‬און די וואס ליידן פון א האסן‬
‫אטאקע אדער רדיפות קענען אויך זוכן ציווילע שטראפן דורך די קאמישען‪ .‬אויך האט די‬
‫קאמישען לעצטנס פארגעשלאגן א געזעץ וואס וועט מאכן אראפצושלעפן רעליגיזע קאפ‬
‫צודעקן אלס א מענטשן רעכט פארלעצונג וואס ברענגט שווערערע שטראפן‪ .‬אין‬
‫וויליאמסבורג זענען אין די לעצטע יאר‪-‬צוויי פארגעקומען א רייע אינצידענטן וואס מ'האט‬
‫אראפגעשלעפט שטריימלעך‪ ,‬קאפ צודעקן פון פרויען און נאך די קאמישאנער איז‬
‫באדאנקט געווארן פאר'ן געזעץ וואס וועט אי"ה העלפן באקעמפן אזעלכע אטאקעס‪  .‬‬

‫מיר האבן אויך דיסקוסירט דאס וואס די ‪ Human Rights Commission‬האט מיט‬
‫עטליכע יאר צוריק געזוכט ארויפצולייגן שטראפן פון צענדליגער טויזענטער דאלארן‬
‫עטליכע וויליאמסבורגער געשעפטן וועלכע האבן ארויסגעשטעלט צניעות‪-‬טאוולען פאר‬
‫איינקויפער אז זיי זאלן גיין אנגעטון באשיידן‪ .‬די יו‪.‬דשעי‪.‬א‪ .‬האט דאן אראנזשירט א פרא‬
‫באנא אדוואקאט‪ ,‬דזשעי לעפקאוויטץ‪ ,‬וואס האט עס ב"ה באוויזן אפצוקעמפן‪ ,‬אבער עס‬
‫איז ארויסגעברענגט געווארן אז דאס איז געווען אומ'יושר'דיג‪ .‬די ‪ ‬קאמישאנער האט‬
‫ארויסגעברענגט אז דאס איז נישט וואס זי זוכט בכלל‪ ,‬זי וויל ענדערש א גוטע‬
‫צוזאמענארבעט מיט אלע געמיינדעס‪ ,‬אנשטאט אזעלכע אנפאלן און שטראפן‪ .‬אזוי אויך‬
‫איז געווארן דיסקוסירט אז מ'זאל צוריקשטעלן גענוג שעות פאר פרויען צו קענען שווימען‬
‫אין די "מעטראפאליטען פול"‪ ,‬אן אנגעלעגענהייט אין וואס די קאמישאן האט שוין‬
‫אריינגערעדט אין די פארגאנגענהייט‪ .‬די קאמישאנער האט געזאגט אז זי גייט אריינקוקן‬
‫דערין‪.‬‬

‫די קאמישען האט אויך א ספעציעלע גרופע וואס גייט אראפ אין געגנטן אפשלאגן די‬
‫פארשווארצונג פון געמיינדעס‪ ,‬און האט אויסגעדרוקט דעם באגער אראפצושיקן זייערע‬
‫פארשטייער צו העלפן פארמיידן האס קעגן דעם ציבור‪ ,‬וואס קומט פון פאלשע‬
‫פארלוימדונגען‪.‬‬
‫‪ ‬‬

‫איר האט נאך א שאנס צו העלפן אייך אין די‬


‫געגנט‪:‬‬
‫צייט צו ענטפערן צענזוס פארלענגערט‬
‫‪ ‬‬
‫א געריכט האט פאריגע וואך געאורטיילט אז די צענזוס ביורא מוז פארלענגערן דעם צייט‬
‫וואס מ'קען אליין ענטפערן די צענזוס פראגע בויגנס‪ ,‬וואס זיי האבן געוואלט אפשטעלן‬
‫דעם מיטוואך‪ .‬דערווייל איז דער צענזוס נאך אפען ביז אקטאבער ‪ ,5‬און ס'הערשט אן‬
‫אומקלארקייט אויב עס וועט בלייבן אפען נאך לענגער‪ ,‬ביז סוף אקטאבער‪.‬‬
‫‪ ‬‬
‫מיר רופן אז יעדער וואס האט נאכנישט געענטפערט דעם צענזוס‪ ,‬זאל עס זאפארט‬
‫אויספולן!‬
‫‪ ‬‬
‫אונזער ראטע איז זייער נידריג‪ ,‬ביי ארום פערציג פראצענט!‬
‫וואס נידריגער די ראטע איז‪ ,‬אלץ מער וועלן מיר ליידן פאר צען יאר אין‪:‬‬
‫‪· ‬ווייניגער רעגירונג סערוויסעס און הילף‬
‫‪· ‬ווייניגער רעגירונג פארטרעטערשאפט‪.‬‬
‫אויב איר האט נאכנישט געענטפערט די צענזוס‪ ,‬טוט עס איצט אויף‬
‫‪/https://my2020census.gov‬‬

‫העלף דיר‪ ,‬העלף דעם ציבור‪ ,‬העלף דיינע שכנים!‬


‫‪ ‬‬
‫‪ ‬‬

‫א מעלדונג פון ניו יארק סיטי פערי פאר חול המועד‬


‫רייזער‬
‫די פערי שיף ביי שעיפער לענדינג ווענדט אן מיטלען צו אקאמאדירן די וואס נוצן די פערי‬
‫פאר חול המועד אויספלוגן‪ .‬זיי האבן אונז געבעטן איבערצוגעבן די פאלגנדע מעסעדזש‪:‬‬

‫ביטע נעמט אין באטראכט אז די פערי האט איצט ווייניגער פלעצער‪ ,‬כדי צו מוטיגן מ'זאל‬
‫זיך אויסשפרייטן – סאשעל דיסטענסינג‪.‬‬

‫מיר רעקאמענדירן אז איר זאלט אנקומען פרי‪ ,‬ווייל עס קען זיין גרעסערע גרופעס ווי‬
‫געווענליך )צוליב חול המועד(‪.‬‬

‫אלע רייזע פון צוויי יאר און עלטער מוזן טראגן‬


‫מאסקעס אדער פנים צודעקן ווען מ'איז אויפ'ן שיף‪,‬‬
‫אפילו ווען מ'איז אויפ'ן אויבערשטן שטאק‪.‬‬
‫מ'קען נישט קויפן קיין טיקעטס אויפ'ן שיף‪ ,‬דעריבער ביטע קויפט עס פריער ביי די‬
‫ווענדינג מאשינען אדער די עפפ‪.‬‬

‫מיר וואונטשן יעדן א זיכערן און געזונטן יום טוב‪.‬‬

‫‪ ‬‬

‫די דעפארטמענט אוו סאניטעישאן באלק קאנטעינארס‬


‫זענען איצט אויף די גאסן‬
‫די סאניטעישאן דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט די קאנטעינארס צו קענען‬
‫אוועקגעווארפן גרויסע מיסט פונדעריים‪ .‬עס וועט דארט זיין ביז יום טוב ביינאכט‪ ,‬און עס‬
‫וועט אויך אי"ה זיין צוריק אויף די גאסן פון מאנטאג בראשית‪ ,‬אסרו חג‪ ,‬ביז מיטוואך‬
.‫אינדערפרי פרשת בראשית‬
 
:‫די ערטער וואו די קאנטעינאר זענען איצט זענען‬

Bedford Avenue at Penn Street


Bedford Avenue corner Division Avenue
Berry Street and South 9th Street
Bedford Avenue and Park Avenue
Lee Avenue corner Taylor Street
Lee Avenue corner Keap Street
Lee Avenue corner Wallabout Street
Gerry Street corner Harrison Avenue

‫ אין‬,‫נעמט אין אכט אז נאך ימים טובים קענען די קאנטעינארס זיין אויף אנדערע ווינקלען‬
.‫ געוואנדן וואו עס איז דא ליידיג פלאץ‬,‫די זעלבע געגנטן‬

Increased Effort to Stem COVID-19 Uptick in Our


Neighborhood
Community officers of the 90th precinct distributing masks this week
 
According to NYC DOHMH data, the COVID-19 positive test rates are increasing
in our zip code much faster than most other areas in the city. The 14-day
average of positive rate returns is now above 2 percent in zip codes 11211,
11249 and 11205. While we aren’t yet above the three percent threshold, the
quick rise in the rates is very concerning. It’s critical for the community’s health
and safety that we all double down on the core four to stop the spread of the
virus – that is: Staying home when sick, physical distancing, wearing face
coverings, and practicing healthy hand hygiene.
 
Rabbinical leaders, congregations and yeshivas, all joined together to increase
awareness and adherences to social distancing, mask wearing and other safety
measures. Rabbi Niederman spoke this week to Mayor de Blasio, and updated
him on the strong campaign to combat the uptick. He was also on a call with
Governor Cuomo, and spoke to the State and the City Health Commissioners on
those efforts to stop the spread of the virus.
 
We implore everyone to adhere to the safety measures and not neglect it. We
don’t want to cause the yeshivas, businesses to shut down. We can – and will,
Hashem willing – prevent it.
 

Thousands of Child care vouchers to be restored

Thanks to tireless efforts of Councilman Levin, with support from Mayor de


Blasio and his administration; as well as NYC Council Speaker Corey Johnson,
Last week Friday, on a Conference call with Councilman Levin and ACS
(Administration of Children Services) leadership, we learned the good news that
almost 3,000 SCCF child care vouchers that were discontinued in July will be
restored. This comes after months of ongoing discussions led by Councilman
Levin with City Hall, OMB and ACS.

In order to be able to fund all the vouchers, a majority of them will be shifted to
Priority 5 vouchers which have slightly different eligibility guidelines. Many
parents will receive forms to complete to confirm if they are eligible for those
new vouchers, and may also be required to submit documentation to proof
eligibility. We urge impacted parents to be on the lookout for those letters,
especially during Sukkos, and parents should make sure to respond to them
promptly and completely.

This is a wonderful achievement especially during this difficult budgetary time


to take care of our most vulnerable. We are grateful to Councilman Levin and
the dedicated staff at ACS who didn’t rest in order to help needy children.

Bartlett Playground Reconstruction

We are very excited to report of that the reconstruction of the Bartlett


Playground, located on Bartlett Street and Whipple Street between Throop
Avenue and Harrison Avenue, will begin in a week or so.
 
During the scoping process we worked with neighbors and students utilizing
the park, to voice their needs and vision for the park. We are grateful for the
Parks Department for taking all of these into consideration, and look forward to
the completion of the $8,059,000-project, funded by the Mayor, and for the
neighborhood to children to enjoy the new play equipment and fresh air in park.
 
The construction is slated to take approximately a year to complete before the
new playground reopens.

Meeting with Human Rights Commissioner


 

Last week, we had a meeting via zoom with Human Rights Commissioner
Carmelyn Malalis, Commission Member Jonathan Greenspun, the
Commission’s yiddish-speaking staffer Mr. Boyarin, and other key Commission
staff.
 
We discussed the proposed Commission amendment which provides
additional human rights protections to people's religious headgear and hair
including wigs, payos, Shtreimel, hats etc. The rule would make attacking
someone based on those will be considered a violation of human rights law. We
have had numerous issues in the last two years where people were attacked for
their religious garb – e.g. men’s hats knocked off, sheitels and head scarfs
pulled, and shtreimels knocked off - and expressed to the commissioner our
support for the proposal.
 
We raised our objections to the Commission's prior leadership’s attempt to go
after stores that had a dress code and attempt to fine them tens of thousands
of dollars. Commissioner Malalis said this is not what her administration is
about and she is looking to work together and proactively raise and discuss
issues, not to act from the get go in a punitive way to harm small businesses.
 
Women's swim at the Metropolitan Pool was another topic of discussion. The
commission took up this issue in the past and helped restore women’s swim
hours that were ended. We hope the hours can be expanded at the Metropolitan
Pool as they were a few years ago. Another great service discussed, was the
commission’s teams going into neighbor to dispel stereotypes and biases.

Court Order Extension to Census

Thanks to a federal court ruling, the deadline to self-complete the census was
extended. You still have a chance to help yourself and help the community, by
increasing our census response rate, which is still low – around 40 percent.
Please make sure that we don’t suffer for 10 years of:
· LESS government services and assistance
· LESS Government Representation

If you didn’t complete your census questionnaire, do it NOW at

https://my2020census.gov/

Help yourself, help the community, help your neighbors!


At the moment, it’s unclear how long the chance will last. The census bureau
said they plan to end accepting self-responses on October 5, but it’s possible
that they will have to extend it to the end of the month.

Please don’t delay! Don’t blow the second deadline!

 
 

A Message from NYC Ferry for Chol


Hamoed Riders

NYC Ferry is making efforts to accommodate the increased chol hamoed


ridership. They asked us to communicate the following message:

Please take in mind that the ferry is operating with reduced capacity to
encourage social distancing.

We recommend arriving early as there may be larger crowds than normal.

All riders over the age of 2 are required to wear


masks or face coverings onboard the boat, even on
the upper deck.

Tickets cannot be purchased onboard, so please buy in advance at ticket


vending machines or via the NYC Ferry app.

You might also like