You are on page 1of 13

‫בס"ד‪ 

   •     ‬מאנטאג יתרו‪     •     ‬י"ט‪  ‬שבט תשפ"א לפ"ק‬


‫‪ ‬‬
‫‪Weekly e-news  #41     •     February 1, '21‬‬
‫‪ ‬‬
‫‪To skip Yiddish and read English - CLICK HERE‬‬

‫"יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ ".‬דרוקט אויס הארציגן דאנק‬


‫פאר‪ ‬מיטהעלפער לטובת איבערלעבער‬
‫אין צוזאמענהאנג מיט אינטערנאציאנאלע "האלאקאוסט אנדענק טאג"‬

‫אינעם טאג וואס די אלגעמיינע וועלט האט אפגעצייכנט "האלאקאוסט געדענקעניש טאג" האט‬
‫"יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ ".‬אנערקענט "הכרת הטוב" פאר די ערוויילטע דעלעגאטן און אגענטורן וואס‬
‫העלפן אהערצושטעלן די פילצאליגע פראגראמען צו העלפן די זקני בית ישראל וואס האבן‬
‫איבערגעלעבט די קריג לאורך ימים ושנים טובים‪.‬‬

‫די יו‪.‬דזשעי‪.‬א‪ .‬האט א ספעציעלע אפטיילונג וואס שטעלט צו א רייע סערוויסעס פאר די מלחמה‬
‫איבערלעבער אין וויליאמסבורג און נאך‪ ,‬כדי צו קענען האבן א באקוועמען און שיבה טובה‪ .‬די‬
‫הילף ווערט ערמעגליכט דורך די "קלעימס קאנפערענץ"‪ ,‬ווי אויך די ניו יארק סיטי קאונסיל‪,‬‬
‫קאונסיל ספיקער דזשאנסאן‪ ,‬קאונסיל מיטגליד סטיווען לעווין‪ ,‬די ניו יארק סיטי קאונסיל אידישע‬
‫קאוקוס וועלכע ווערט געפירט דורך קאונסילמאן ר' חיים דייטש‪ ,‬און די ניו יארק סיטי‬
‫"דעפארטמענט אוו די עידזשינג‪ ",‬וועלכע שטייען צו די האנט פון יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬צו העלפן די‬
‫פילצאליגע שארית הפליטה אידן וואס מיר האבן די זכי' צו האבן צווישן אונז‪.‬‬

‫פאר יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬איז א הייליגע אחריות און אויפגאבע צו העלפן די מלחמה איבערלעבער‪ ,‬די‬
‫ריכטיגע העלדן וואס האבן צוריק אויפגעבויט די היימישע אידענטום נאכ'ן קריג‪ .‬פאלגנד איז‬
‫טייל פון די ספעציעלע סערוויסעס וואס אונזער האלאקאוסט איבערלעבער סערוויסעס‬
‫אפטיילונג שטעלט צו‪:‬‬
‫‪ -‬העלט אינשורענס‬
‫‪ -‬פוד סטעמפס ‪ /‬סנעפ בענעפיטן‬
‫‪ -‬היים הילף און האום קעיר‬
‫‪ -‬חורבן קאמפענסאציע‬
‫‪ -‬עמערדזשענסי פינאנציעלע הילף‬
‫‪ -‬טראנספארטאציע‬
‫‪ -‬מאלצייטן און עסן פעקלעך‬

‫בלויז אין לעצטיגע ‪ 12‬מאנאטן‪ ,‬האבן חורבן איבערלעבער באקומען נאנט צו צוויי הונדערט‬
‫טויזנט שעה פון האום קעיר און וויכטיגע הויז הילף און נאך פילע אנדערע בענעפיטן‪ ,‬זיי צו‬
‫העלפן אויף דער עלטער מיט זעלבסטשטענדיגקייט‪ ,‬באקוועמליכקייט‪ ,‬און מיט די כבוד און‬
‫רעספעקט וואס זיי פארדינען‪.‬‬

‫פון היסטארישן שטאנדפונקט‪ ,‬ווערט יעצט גענוי זיבן יאר זייט יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬האט געשפילט א‬
‫צענטראלע ראלע אין אויפקומען מיט און באשטעטיגן א לעגיסלאטיווע רעזאלוציע וואס איז‬
‫באשטעטיגט געווארן איינשטימיג אין ביידע הייזער פון די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור‪ ,‬צו‬
‫באעהרן‪ ‬די העלדישע רעטונג ארבייט פון הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצוק"ל‪ ,‬ראש‬
‫ישיבת נייטרא‪ ,‬וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אין די מלחמה יארן צו ראטעווען אלופי אלפי‬
‫ישראל ממות לחיים‪.‬‬

‫צו ליינען די אפיציעלע רעזאלוציע וואס יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬האט געהאלפן צושטאנד ברענגען אין ניו‬
‫יארק סענאט )דורך ר' שמחה פעלדער( און אסעמבלי )דורך דזשאסעף לענטאל(‪ ,‬דרוקט אויף‬
‫דעם לינק‪.‬‬
‫‪ ‬‬

‫‪ ‬‬

‫הונדערטער משפחות האבן זיך איינגעשריבן פאר‬


‫"פסח עסן וואוטשערס"‬
‫‪ ‬‬
‫אין וויליאמסבורג בוזשעוועט א פראסטיגער ווינטער שטורעם‪ ,‬אבער ביי יו‪ .‬דזשעי‪ .‬און די מעט‬
‫קאונסיל איז דער יו"ט פסח נישט בלויז אט‪-‬אט ביים טיר‪ ,‬נאר מיר ארבייטן שוין מיט שווערע‬
‫העפטיגע צוגרייטונגען צו העלפן משפחות אריין ברענגען דעם יו"ט אין שטוב‪.‬‬

‫אין די פארלאפענע וואכן האט יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬ערפאלגרייך רעגיסטרירט נויטווענדיגע משפחות‬
‫צו באקומען "עסן וואוטשערס" צייטליך פאר פסח‪ .‬די משפחות קענען נאכדעם איינקויפן מיט די‬
‫וואוטשערס וויכטיגע ארטיקלען אויף יום טוב‪ ,‬ווי פרוכט‪ ,‬גרינצייג‪ ,‬פיש‪ ,‬פלייש‪ ,‬מילכיגס‪ ,‬אא"וו‪,‬‬
‫אויף במשך די יו"ט טעג‪ ,‬אן קיין אייגענע קאסטן‪ ,‬צו קענען אריינברענגען פאר די קינדער אין‬
‫שטוב א פרייליכן לעכטיגן יום טוב אפגעזען פון עקאנאמישע מעגליכקייטן‪.‬‬
‫‪ ‬‬
‫‪ ‬‬

‫‪ ‬‬
‫אין נאמען פון די הונדערטער משפחות וואס זענען יעצט איינגעשריבן צו באקומען די‬
‫וואוטשערס‪ ,‬טוט יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬באדאנקען די מעט קאונסיל פאר די זכי' און פריוויליגיע צו‬
‫ארבייטן אויף אזא חשובע פראיעקט‪.‬‬

‫די פסח וואוטשערס איז א באזונדערער פראיעקט פון די בעפאר‪-‬פסח עסן חלוקה פראגראמען‪,‬‬
‫און איז נאך א וועג צו העלפן גאר נויטווענדיגע משפחות‪ .‬פרטים וועלן נאכפאלגן בס"ד נענטער‬
‫צו פסח‪ ,‬איבער ווי אזוי מ'וועט בעז"ה קענען געניסן פון די בעפאר פסח חלוקה‪.‬‬

‫‪ ‬‬
‫‪ ‬‬

‫‪ ‬‬

‫"אפענע איינשרייבן" צייט פאר העלט אינשורענס‬


‫פארלענגערט ביז ענדע מארטש‬
‫די "אפענע אינראלמענט" צייט ביז ווען מ'קען זיך איינשרייבן פאר העלט אינשורענס דורך די ניו‬
‫יארק סטעיט העלט עקסטשעינדזש איז פארלענגערט געווארן ביז ענדע מארטש למספרם‪.‬‬

‫גאווערנאר קאומא האט געמאכט די פאזיטיווע מעלדונג‪ ,‬זאגנדיג אז דורך די פארלענגערטע‬


‫צייט זיך איינצושרייבן וועלן ניו יארקער איינוואוינער ווייטער האבן א ברייטע אויסוואל און צוטריט‬
‫צו גוטע העלט אינשורענס‪.‬‬
‫‪ ‬‬

‫‪ ‬‬
‫עס איז וויכטיג צו געדענקן‪ ,‬אז נאכ'ן איינשרייבן פאר נייע העלט אינשורענס דויערט בערך ‪15‬‬
‫ביז ‪ 30‬טעג ביז ווען די נייע אינשורענס גייט אריין אין קראפט‪ ,‬געוואנדן לויט די טאג פונעם‬
‫מאנאט ווען מ'האט זיך איינגעשריבן‪.‬‬

‫וויכטיג‪ :‬אויב מען איז בארעכטיגט פאר רעגירונג‪-‬באצאלטע העלט אינשורענס‪ ,‬ווי‪ ‬מעדיקעיד‪,‬‬


‫עסענשאל פלען‪ ,‬אדער העלט פלאס‪ ,‬איז נישט גילטיג אלע פארשריפטן ווען מ'קען זיך יא‬
‫אדער נישט איינשרייבן ‪ -‬אויף די פראגראמען קען מען זיך איינשרייבן סיי ווען א גאנץ יאר‪.‬‬
‫פאר סיי וועלכע פראגע אדער אינפארמאציע אויף ניו יארק סטעיט העלט אינשורענס קענט איר‬
‫אלעמאל רופן אונזערע שטאב מיטגלידער אין יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪  ,.‬אויפ'ן טעלעפאן נומער ‪718-‬‬
‫‪.643-9700‬‬
‫‪ ‬‬

‫‪ ‬‬

‫"פוד סטעמפ" )סנעפ( בענעפיטן געהעכערט‪ ,‬מער‬


‫פעדעראלע הילף ערווארטעט אינגיכן‬
‫יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ .‬איז צופרידן צו מעלדן פרישע אנטוויקלונגען אויף פוד סטעמפס )סנעפ( בענעפיטן‪,‬‬
‫צו העלפן ווי מער נויטווענדיגע משפחות באקומען די נויטיגע הילף אין די יעצטיגע קאוויד‬
‫פאנדעמיע‪.‬‬

‫מער פוד סטעמפס פון די סטעיט‬

‫ניו יארק סטעיט ‪ OTDA‬וועט‪ ,‬ווי שוין געמאלדן אין די פריערדיגע חדשים‪ ,‬שיקן אן‬
‫עמערדזשענסי סופלעמענט סכום צו די רוטינע פוד סטעמפ בענעפיטן‪ ,‬אויב מען האט באקומען‬
‫בענעפיטן דעם יאנואר און עס איז געווען ווייניגער וויפיל די משפחה מעג באקומען לויט די‬
‫יעצטיגע פארשריפטן‪.‬‬

‫עקסטער דעם‪ ,‬ווי שוין געמאלדן פריער‪ ,‬האט קאנגרעס באשטעטיגט אינעם קאוויד רעליף‬
‫געזעץ‪ ,‬אז פוד סטעמפ בענעפיטן גייען ארויף מיט ‪ 15‬פראצענט‪ ,‬אויף צייטווייליג ביז ענדע יוני‬
‫למספ'‪ .‬די העכערונג פאר יאנואר וועט ווערן צוגעשטעלט פאר אלע פוד סטעמפ בענעפיטירער‬
‫צוזאמען מיט די דערמאנטע עמערדזשענסי סופלעמענטן סכום‪.‬‬

‫ווען באקומט מען די צוויי עקסטערע העכערונג געלטער?‬

‫לויט ווי די סטעיט האט איינגעמאלדן פאר יו‪ .‬דזשעי‪ .‬או‪ ,.‬ווערן די עקסטערע פוד סטעמפס‬
‫צוגעשטעלט אין דריי פאזעס‪ ,‬טיילן האבן עס שוין באקומען יאנואר ‪ ,15‬טייל צווישן יאנואר ‪19‬‬
‫און ‪ ,22‬און טייל צווישן יאנואר ‪ 25‬און ‪.29‬‬

‫מאכן מער פאמיליעס בארעכטיגט פאר פוד סטעמפס‬

‫באזונדער אין וואשינגטאן‪ ,‬האט די פעדעראלע אגריקולטור דעפארטמענט‪ ,‬וואס פירט אן די פוד‬
‫סטעמפס הילף איבער'ן לאנד‪ ,‬געמאלדן א פלאן צו ארבייטן מיט אנדערע אגענטורן צו קענען‬
‫צושטעלן עקסטערע פוד סטעמפ בענעפיטן אלס עמערדזשענסי הילף‪ ,‬לויט וואס קאנגרעס האט‬
‫באשטעטיגט אין די קאוויד רעליף ביל אבער נישט אלע בארעכטיגטע פאמיליעס האבן דאס שוין‬
‫באקומען‪.‬‬

‫מער שריט פון קאנגרעס‬

‫די דערמאנטע שריט זענען ערווארטעט צו העלפן מיליאנען פאמיליעס באקומען מער פוד‬
‫סטעמפס אין קריטישע מאמענטן‪ ,‬אבער פרעזידענט ביידען זאגט עס פארלאנגט זיך מער‪ ,‬און‬
‫ער פארלאנגט פון קאנגרעס צו באשטעטיגן די פאלגנדע‪:‬‬

‫‪ -‬פארלענגערן די ‪ 15‬פראצענט פוד סטעמפ העכערונגען אויך שפעטער פון קומענדיגן יוני‪ ,‬ווען‬
‫עס לויפט אויס לויט די יעצטיגע געזעץ‪.‬‬
‫‪ -‬צושטעלן נאך ‪ 3‬ביליאן דאלאר פאר די "וויק" פראגראם צו העלפן ערנערן פרויען און קינדער‪.‬‬
‫‪ -‬טרעפן א וועג צו שטיצן רעסטוראנטן דורך זיי ארייננעמען אין די באמיאונגען צוצושטעלן‬
‫נארהאפטיגע עסן פאר נויטיגע פאמיליעס‪.‬‬

‫שרייבנדיג די שורות‪ ,‬איז נאך נישט קלאר אויב און ווען די פעדעראלע שריט וועלן קענען ווערן‬
‫אויסגעפירט אויף א לאקאלע שטאפל אין ניו יארק סיטי‪.‬‬
 

English
 

On Holocaust
Remembrance Day, UJO
applauds partners in Survivor
assistance
 
As the world marked "International Holocaust Remembrance Day," on
Wednesday the 27th of January, UJO applauded our partners in bringing
assistance to as many Holocaust survivors as possible in the greater
Williamsburg community.
 
First and foremost, the Claims Conference, as well as the New York City
Council, Speaker Corey Johnson, Council member Stephen Levin, the NY
City Council Jewish Caucus, and the New York City Dept. of the Aging, for
enabling us to assist the many survivors we are blessed to have amongst
us.

At UJO, we take it as a solemn privilege to help the survivor population, our


heroes, who rebuilt the community. The following is a partial list of
specialized services that our Holocaust Survivor Services division provides: 

Health insurance enrollment & management 


Food stamps/SNAP enrollment & management 
Housekeeping and homecare
Holocaust reparations
Emergency financial assistance
Transportation services
Meals on wheels
Food packages
 

Just in the recent span of 12 months, Holocaust survivors received nearly


two hundred thousand hours of homecare and housekeeping services and
many other types of assistance to help them age independently,
comfortably, and with the dignity they deserve.
 
Seven years ago, to mark the International Holocaust Remembrance Day,
the UJO was instrumental in initiating and passing a Legislative Resolution
that was unanimously passed in both houses of the New York State
Legislature, lauding the heroic effforts of Nitra Rosh Yeshiva, Rabbi Michoel
Ber Weissmandl OBM, who dedicated life to save European Jews during the
Holocaust.

To read the full Resolution click here.


 

Hundreds of families signed up


for Pesach vouchers
 
Williamsburg is well into a mega snow storm engulfing the Northeast, but
at UJO and the Met Council Pesach is not just around the corner; we have
been working hard and already are preparing to help families bring the
holiday into their home.

UJO just completed the early public registration to help needy families
receive food vouchers from Met Council in due time before Passover.
Families in turn utilize the vouchers to "purchase" essential produce, fish,
poultry, milk, etc. for the duration of the holiday at no personal cost while
enabling their children to celebrate the joyous time regardless of their
economic means.
 
On behalf of the hundreds of families who are now designated to receive
the vouchers, UJO is thanking Met Council for the honor and privilege to
working on this project together.

Families who did not manage to register for vouchers: You may still
participate in our pre-Passover food distribution program. Details to follow
in the next few weeks.
 

 
NYS DOH: Open enrollment for
health insurance extended
through March 31
Governor Andrew Cuomo has announced that open enrollment for health
insurance in NY State has been extended through March 31, 2021. 

"By extending this deadline until March, New Yorkers who need health
coverage will have additional time to enroll and find the plan that works
best for themselves and their families," the governor said in a statement.
 
The extension allows residents additional time to enroll in 2021. New
Yorkers should be aware that start dates of insurance coverage can vary,
effective between 15 to 31 days after sign-up, depending upon day of the
month.

REMEMBER: New York State residents who are eligible for other programs
as part of New York's State of Health, including Medicaid, Essential Plan,
and Child Health Plus can enroll year-round.

For any questions about health insurance in NYS feel free to contact UJO's
extended health insurance department at 718-643-9700.

 
NYS SNAP benefits increased;
USDA plans more relief soon
UJO is happy to share important positive news from state and federal
resources about expanded nutrition assistance to hard-hit families across
the country due to the coronavirus pandemic.

State increasing SNAP benefits


 
As it has in prior months during the public health emergency, New York
State OTDA is issuing an emergency SNAP supplement to households who
were issued SNAP benefits for January 2021 and whose issuance was less
than the maximum allotment for their household size. The amount of the
supplement is the difference between the amount the household was
issued and the maximum allotment. 
 
As we reported previously, the COVID-19 Emergency Relief Act includes a
provision to increase SNAP benefits by 15% for a limited time (through June
30, 2021). The increase for January benefits will be disbursed to all SNAP
recipients with the distribution of the SNAP emergency supplement for
January. The State has advised us that these supplements will be issued in
three phases, January 15, Jan. 19-22, and Jan. 25-29, with benefits available
the following day.

Make more families eligible for emergency SNAP benefits

On a national level, USDA will begin working with the Department of Justice
(DOJ) to review its authority to allow states to provide extra SNAP benefits
through Emergency Allotments. Last spring, Congress passed emergency
increases to SNAP benefits to help address food insecurity during the
pandemic. But those benefit increases have not been made available to the
all households yet.

Call for More Congressional Action

While these actions will help address food insecurity for tens of millions of
households nationwide, more is needed to solve the hunger crisis in
America. As part of his American Rescue Plan proposal, President Biden is
calling on Congress to:
- Extend the 15% SNAP benefit increase - after its current sunset in June.
- Invest another $3 billion through WIC
- Look for creative ways to support restaurants as a critical link in the food
supply chain to help feed families in need

As of this writing, it is not clear yet when the USDA action will actually be
implemented on a local community level in New York City.
 

You might also like