Professional Documents
Culture Documents
אינעם טאג וואס די אלגעמיינע וועלט צייכנט אפ "האלאקאוסט געדענקעניש טאג" האט "יו.
דזשעי .או ".אפגעצייכנט באדייטנדע "הכרת הטוב" פאר די ערוויילטע באאמטע און אגענטורן
וואס העלפן אהערצושטעלן א רייע פראגראמען צו העלפן די זקני בית ישראל וואס האבן
איבערגעלעבט די קריג לאורך ימים ושנים טובים.
די יו.דזשעי.א .האט א ספעציעלע אפטיילונג וואס שטעלט צו א רייע סערוויסעס פאר די מלחמה
איבערלעבער אין וויליאמסבורג און נאך ,כדי צו קענען האבן א באקוועמען און שיבה טובה .די
הילף ווערט ערמעגליכט דורך די "קלעימס קאנפערענץ" ,ווי אויך די ניו יארק סיטי קאונסיל,
קאונסיל ספיקער דזשאנסאן ,קאונסיל מיטגליד סטיווען לעווין ,די ניו יארק סיטי קאונסיל אידישע
קאוקוס וועלכע ווערט געפירט דורך קאונסילמאן ר' חיים דייטש ,און די ניו יארק סיטי
"דעפארטמענט אוו די עידזשינג ",וועלכע שטייען צו די האנט פון יו .דזשעי .או .צו העלפן די
פילצאליגע שארית הפליטה אידן וואס מיר האבן די זכי' צו האבן צווישן אונז.
פאר יו .דזשעי .או .איז א הייליגע אחריות און אויפגאבע צו העלפן די מלחמה איבערלעבער ,די
ריכטיגע העלדן וואס האבן צוריק אויפגעבויט די היימישע אידענטום נאכ'ן קריג .פאלגנד איז
טייל פון די ספעציעלע סערוויסעס וואס אונזער האלאקאוסט איבערלעבער סערוויסעס
אפטיילונג שטעלט צו:
-העלט אינשורענס
-פוד סטעמפס /סנעפ בענעפיטן
-היים הילף און האום קעיר
-חורבן קאמפענסאציע
-עמערדזשענסי פינאנציעלע הילף
-טראנספארטאציע
-מאלצייטן און עסן פעקלעך
בלויז אין לעצטיגע 12מאנאטן ,האבן חורבן איבערלעבער באקומען נאנט צו צוויי הונדערט
טויזנט שעה פון האום קעיר און וויכטיגע הויז הילף און נאך פילע אנדערע בענעפיטן ,זיי צו
העלפן אויף דער עלטער מיט זעלבסטשטענדיגקייט ,באקוועמליכקייט ,און מיט די כבוד און
רעספעקט וואס זיי פארדינען.
פון היסטארישן שטאנדפונקט ,ווערט יעצט גענוי זיבן יאר זייט יו .דזשעי .או .האט געשפילט א
צענטראלע ראלע אין אויפקומען מיט און באשטעטיגן א לעגיסלאטיווע רעזאלוציע וואס איז
באשטעטיגט געווארן איינשטימיג אין ביידע הייזער פון די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור ,צו
באעהרן די העלדישע רעטונג ארבייט פון הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצוק"ל ,ראש
ישיבת נייטרא ,וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אין די מלחמה יארן צו ראטעווען אלופי אלפי
ישראל ממות לחיים.
צו ליינען די אפיציעלע רעזאלוציע וואס יו .דזשעי .או .האט געהאלפן צושטאנד ברענגען אין ניו
יארק סענאט )דורך ר' שמחה פעלדער( און אסעמבלי )דורך דזשאסעף לענטאל( ,דרוקט אויף
דעם לינק.
אין די פארלאפענע וואכן האט יו .דזשעי .או .ערפאלגרייך רעגיסטרירט נויטווענדיגע משפחות
צו באקומען "עסן וואוטשערס" צייטליך פאר פסח .די משפחות קענען נאכדעם איינקויפן מיט די
וואוטשערס וויכטיגע ארטיקלען אויף יום טוב ,ווי פרוכט ,גרינצייג ,פיש ,פלייש ,מילכיגס ,אא"וו,
אויף במשך די יו"ט טעג ,אן קיין אייגענע קאסטן ,צו קענען אריינברענגען פאר די קינדער אין
שטוב א פרייליכן לעכטיגן יום טוב אפגעזען פון עקאנאמישע מעגליכקייטן.
אין נאמען פון די הונדערטער משפחות וואס זענען יעצט איינגעשריבן צו באקומען די
וואוטשערס ,טוט יו .דזשעי .או .באדאנקען די מעט קאונסיל פאר די זכי' און פריוויליגיע צו
ארבייטן אויף אזא חשובע פראיעקט.
די פסח וואוטשערס איז א באזונדערער פראיעקט פון די בעפאר-פסח עסן חלוקה פראגראמען,
און איז נאך א וועג צו העלפן גאר נויטווענדיגע משפחות .פרטים וועלן נאכפאלגן בס"ד נענטער
צו פסח ,איבער ווי אזוי מ'וועט בעז"ה קענען געניסן פון די בעפאר פסח חלוקה.
עס איז וויכטיג צו געדענקן ,אז נאכ'ן איינשרייבן פאר נייע העלט אינשורענס דויערט בערך 15
ביז 30טעג ביז ווען די נייע אינשורענס גייט אריין אין קראפט ,געוואנדן לויט די טאג פונעם
מאנאט ווען מ'האט זיך איינגעשריבן.
ניו יארק סטעיט OTDAוועט ,ווי שוין אין די פריערדיגע חדשים ,שיקן אן עמערדזשענסי
סופלעמענט סכום צו די רוטינע פוד סטעמפ בענעפיטן ,אויב מען האט באקומען בענעפיטן דעם
יאנואר און עס איז געווען ווייניגער וויפיל די משפחה מעג באקומען לויט די יעצטיגע
פארשריפטן.
באזונדער ,ווי שוין געמאלדן פריער ,האט קאנגרעס באשטעטיגט אינעם קאוויד רעליף געזעץ,
אז פוד סטעמפ בענעפיטן גייען ארויף מיט 15פראצענט ,אויף צייטווייליג ביז ענדע יוני למספ'.
די העכערונג פאר יאנואר וועט ווערן צוגעשטעלט פאר אלע פוד סטעמפ בענעפיטירער צוזאמען
מיט די דערמאנטע עמערדזשענסי סופלעמענטן סכום.
לויט ווי די סטעיט האט איינגעמאלדן פאר יו .דזשעי .או ,.וועלן די עקסטערע פוד סטעמפס ווערן
צוגעשטעלט אין דריי פאזעס ,טיילן האבן עס שוין באקומען יאנואר ,15טייל צווישן יאנואר 19
און ,22און טייל די וואך צווישן יאנואר 25און .29
באזונדער אין וואשינגטאן ,האט די פעדעראלע אגריקולטור דעפארטמענט ,וואס פירט אן די פוד
סטעמפס הילף איבער'ן לאנד ,געמאלדן א פלאן צו ארבייטן מיט אנדערע אגענטורן צו קענען
צושטעלן עקסטערע פוד סטעמפ בענעפיטן אלס עמערדזשענסי הילף ,לויט וואס קאנגרעס האט
באשטעטיגט אין די קאוויד רעליף ביל אבער נישט אלע בארעכטיגטע פאמיליעס האבן דאס שוין
באקומען.
די דערמאנטע שריט זענען ערווארטעט צו העלפן מיליאנען פאמיליעס באקומען מער פוד
סטעמפס אין קריטישע מאמענטן ,אבער פרעזידענט ביידען זאגט עס פארלאנגט זיך מער ,און
ער פארלאנגט פון קאנגרעס צו באשטעטיגן די פאלגנדע:
-פארלענגערן די 15פראצענט פוד סטעמפ העכערונגען אויך שפעטער פון קומענדיגן יוני ,ווען
עס לויפט אויס לויט די יעצטיגע געזעץ.
-צושטעלן נאך 3ביליאן דאלאר פאר די "וויק" פראגראם צו העלפן ערנערן פרויען און קינדער.
-טרעפן א וועג צו שטיצן רעסטוראנטן דורך זיי ארייננעמען אין די באמיאונגען צוצושטעלן
נארהאפטיגע עסן פאר נויטיגע פאמיליעס.
שרייבנדיג די שורות ,איז נאך נישט קלאר אויב און ווען די פעדעראלע שריט וועלן קענען ווערן
אויסגעפירט אויף א לאקאלע שטאפל אין ניו יארק סיטי.
English
On Holocaust
Remembrance Day, UJO
applauds partners in Survivor
assistance
As the world marked "International Holocaust Remembrance Day,"
Wednesday the 27th of January, UJO applauded our partners in bringing
assistance to as many Holocaust survivors as possible in the greater
Williamsburg community.
First and foremost, the Claims Conference, as well as the New York City
Council, Speaker Corey Johnson, Council Member Steve Levin, the NY City
Council Jewish Caucus chaired by Councilman Chaim Deutsch, and the New
York City Department of the Aging, for enabling us to assist the
many survivors we are blessed to have amongst us.
UJO just completed the registration to help needy families receive food
vouchers from Met Council in due time before Passover. Families in turn
utilize the vouchers to "purchase" essential produce, fish, poultry, milk, etc.
at no personal cost while enabling their children to celebrate the joyous
time regardless of their economic means.
On behalf of the hundreds of families who are now designated to receive
the vouchers, UJO is thanking Met Council for the honor and privilege to
working on this project together.
Families who did not manage to register for vouchers, may still participate
in our pre-Passover food distribution program. Details to follow in the next
few weeks.
NYS DOH: Open enrollment for
health insurance extended
through March 31
Governor Andrew Cuomo has announced that open enrollment for health
insurance in NY State has been extended through March 31, 2021.
"By extending this deadline until March, New Yorkers who need health
coverage will have additional time to enroll and find the plan that works
best for themselves and their families," the governor said in a statement.
The extension allows residents additional time to enroll in 2021. New
Yorkers should be aware that start dates of insurance coverage can vary,
effective between 15 to 31 days after sign-up, depending upon day of the
month.
REMEMBER: New York State residents who are eligible for other programs
as part of New York's State of Health, including Medicaid, Essential Plan,
and Child Health Plus can enroll year-round.
For any questions about health insurance in NYS feel free to contact UJO's
extended health insurance department at 718-643-9700.
NYS SNAP benefits increased;
USDA plans more relief soon
UJO is happy to share important positive news from state and federal
resources about expanded nutrition assistance to hard-hit families across
the country due to the coronavirus pandemic.
On a national level, USDA will begin working with the Department of Justice
(DOJ) to review its authority to allow states to provide extra SNAP benefits
through Emergency Allotments. Last spring, Congress passed emergency
increases to SNAP benefits to help address food insecurity during the
pandemic. But those benefit increases have not been made available to the
all households yet.
While these actions will help address food insecurity for tens of millions of
households nationwide, more is needed to solve the hunger crisis in
America. As part of his American Rescue Plan proposal, President Biden is
calling on Congress to:
- Extend the 15% SNAP benefit increase - after its current sunset in June.
- Invest another $3 billion through WIC
- Look for creative ways to support restaurants as a critical link in the food
supply chain to help feed families in need
As of this writing, it is not clear yet when the USDA action will actually be
implemented on a local community level in New York City.