Professional Documents
Culture Documents
אויב און ווען דער יעצטיגער פלאן ווערט באשטעטיגט ,וואס ווי געשמועסט זעהט אויס ווארשיינליך ,וועט די
פעדעראלע רעגירונג שיקן דריי טויזנט דאלאר פאר יעדן קינד אין עלטער פון 6ביז 17יאר ,און 3,600
דאלאר פאר יעדן קינד אין עלטער פון 6יאר אדער יונגער.
אבער אז עלטערן פארדינען 150טויזנט דאלאר א יאר אדער מער ,וועלן די הילף געלטער ווערן ווייניגער
פאראלעל מיט די פארדינסטן ביז מען באקומט שוין גארנישט .די דאזיגע מאקסימום פארדינסטן זענען די
זעלבע ביי יעדן איינעם ,אפגעזען וויפיל קינדער מען האט אין שטוב.
אין געשפרעכן מיט'ן אפיס פון סענאט פירער אין וואשינגטאן ,ניו יארק סענאטאר שומער ,האט הרה"ח ר'
משה דוד נידערמאן שליט"א ,פרעזידענט פון יו .דזשעי .או ,.אונטערגענומען וויכטיגע שתדלנות צו טוישן די
פארמולא ,אז די בענעפיטן אפשטעל זאל זיך יא ווענדן אין משפחה גרויסקייט .ביי רוב אנדערע הילף
פראגראמען ,ווי מעדיקעיד ,פוד סטעמפס ,סעקשאן ,8אא"וו ,זענען דא מאקסימום פארדינסטן ווען די
בענעפיטן שטעלן זיך אפ ,און די שטאפלען זענען געוואנדן לויט די "סייז אוו האוזהאלד ".למשל ,א משפחה
פון פיר מעג פארדינען ביז א געוויסע סומע צו באקומען מעדיקעיד ,אבער ביי א משפחה פון אכט איז די
ערלויבטע סומע פיל העכער.
אט דאס ,זאגט יו .דזשעי .או ,.איז שטענדיג די ריכטיגע פארמולע צו מעסטן בארעכטיגונג פאר פעדעראלע
הילף ,און דאס דארף אויך יעצט זיין די באראמעטער צו מעסטן די געברויך פון קינדער-געבענטשטע
פאמיליעס ,אז זיי זאלן אויך באקומען די בארעכטיגטע טשיילד קעיר הילף געלטער .די אויפריכטיגע ווערטער
זענען געווארן אויפגענומען מיט פארשטענדעניש און אריין אין די סענאט פארהאנדלונגען.
לויט'ן פלאן וועט די געלט געשיקט ווערן אין חודש'ליכע פעימענטס במשך 12מאנאטן ,אנגעהויבן פון
קומענדיגן יולי למספרם .אפיציעל איז דער פלאן אן איינמאליגע זאך צוליב די קאוויד קריזיס וואס פלאגט
אזויפיל משפחות ,אבער מען רעדט אין וואשינגטאן איינצופירן די טשיילד קעיר הילף אויף פערמאנענט.
יו .דזשעי .או .האט זיך אפיציעל אנגעשלאסן אין א וואקסנדע סטעיטווייד קאאליציע וואס שטייט אונטער א
געזעץ פארשלאג אין אלבאני צו באשיצן ניו יארק סטעיט פאציענטן קעגן אגרעסיווע "בילינג און
קאלעקשאנס" טאקטיקן פון שפיטעלער.
פאר לאנגע יארן איז שוין יו .דזשעי .או .העכסט אקטיוו ,קאנפידענשאל בדרך כבוד ,צו העלפן פילצאליגע
פאציענטן און זייערע משפחות מיט וויכטיגע אינשורענס געברויכן און מעדיצינישע שתדלנות ,ספעציעל ביי
עלטערע מענטשן ,שארית הפליטה אידן ,און אנדערע נויטווענדיגע פאציענטן .במשך די יארן האבן מיר שוין
געהאלפן משפחות אין גאר ערנסטע מצבים ,און מיטגעהאלטן ווי זיי ווערן געפלאגט פון אומגעראכטענע
אסטראנאמישע בילס ,קאלעקשאן סטראשונקעס ,גאר הויכע פראצענטן אויף בילס ,און אפילו ,אין ערגסטן
פאל ,געריכט אנקלאגעס .די ארגאניזאציע "סי .עס .עס ",.וואס פירט אן דעם קאמפיין פאר'ן נייעם געזעץ,
קומט אונז אסאך צו הילף אויף טריט און שריט לטובת די באטרעפנדע.
יעצט האט זיך יו .דזשעי .או .אנגעשלאסן מיט סי .עס .עס .און נאך פילע צענדליגער הילף ארגאניזאציעס צו
העלפן דורכפירן דעם וויכטיגן געזעץ אין סטעיט סענאט און אסעמבלי ,און באקומען דעם אונטערשריפט פון
גאווערנאר קאומא.
דער ביל ,וואס איז אנהויב די וואך באשטעטיגט געווארן אין אסעמבלי העלט קאמיטע מיט א ברייטע
מערהייט ,באשיצט פאציענטן דורך איינפירן אין געזעץ א רייע פארשריפטן וואס שפיטעלער דארפן
אונטערנעמען צו פארזיכערן קראנטע און יושר'דיגע בילינג ,באגרעניצן די פראצענט וואס מ'קען צורעכענען
אויף אומבאצאלטע בילס ,און דורך אפשטעלן די אגרעסיווע טאקטיקן וואס שפיטעלער פלעגן נוצן ביז היינט.
דעם ווינטער בוזשעווען די שניי שטורעמס איינס נאכ'ן אנדערן ,און מען פרובירט זיך צו ווארימען אין שטוב
מיט גוטע הייצונג ,אבער א גרויסע צאל משפחות קענען נישט דעקן די גרויסע הוצאות פון הייצונג ,געצווינגען
אויסצוקלייבן צווישן אנצינדן די סטים אדער סערווירן נאך אביסל אויפ'ן טיש.
דער פראגראם ווערט צוגעשטעלט דורך "נעשאנעל גריד ",ארבייטנדיג האנט אין האנט מיט "יו .דזשעי .או".
און אזוי אויך די "הארט-שעיר" גרופע.
צו באקומען דעם גרענט דארף מען זיין א קאסטומער פון "נעשאנעל גריד ",און האבן אפלייעט פאר אלע
מעגליכע "היעפ" הילף פראגראמען.
אריינצוגעבן אפליקאציעס רופט 718-422-4207און לאזט א מעסעדזש .אויב מען פארפאסט דעם רוף ווען
זיי קאלן צוריק ,דארף מען נאכאמאל רופן .מ'קען אויך אימעילן צו heartshareenergy1@heartshare.org
פאר סיי וועלכע הילף וועגן די הייצונג גרענט פראגראם קענט איר אויך רופן יו .דזשעי .או .אויף 718-643-
,9700עקסטענשאן .243
מיר זענען דאנקבאר פאר די "מעט קאונסיל" פאר'ן ערמעגליכן אהערצושטעלן די חלוקה.
ביי די יעצטיגע חלוקה האבן משפחות גענומען ברחבת ידים פון ברויט ,עפל ,מעלאנע און פאטעיטא,
צוגעשטעלט מיט א ברייטע האנט לכל דצריך וכל דכפין.
"אין די יעצטיגע תקופה איז די געברויך פון גענוג עסן און טרונקען אין שטוב א הויפט פריאריטעט ",זאגט
מו"ה משה דוד נידערמאן הי"ו ,פרעזידענט פון "יו .דזשעי .או" ".און מיר פרובירן אויפצוארבייטן יעדע
מעגליכקייט צו ברענגען אזעלכע פארטיילונגען צום היימישן ציבור אין וויליאמסבורג".
מ'קען זעהן בילדער פון די מעבל דורך קליקן דעם לינק דא
סיי ווער ס'איז אינטערעסירט צו באקומען די מעבל ,קען אונז שיקן אן אימעיל אויפ'ן אדרעס
letters@unitedjewish.orgאון מיר וועלן אייך פארבינדן מיט די משפחה.
אזויפיל האט די משפחה געבעטן אז מ'זאל קומען אפנעמען די מעבל נישט שפעטער ווי קומענדיגע וואך
דינסטאג-מיטוואך.
English
The current xed “ceiling” based on annual income does not change based
on the number of dependents in the household, a move that would
disproportionately a ect large families throughout the United States.
Locally in New York City, as well as in many other communities around the
country, large families are struggling with child care and other day to day
expenses, he explained. At its current version, the child care payments will
EXCLUDE many of those struggling families and their young children who
are still very needy and dependent on the proposed payments.
This week, we have joined the broad statewide coalition calling for passage
and signing of major patient protections against rounious hospital billing
practices. The bill was approved by the NYS Assembly health committee by
a 19/7 vote.
“For our community this issue is close to heart,” explains Rabbi David
Niederman, president of UJO, which is assisting thousands of clients
annually with medical insurance needs and advocacy, including holocaust
survivors, the elderly, vulnerable and low income familes. For many years,
the Community Service Society (“CSS”) has been providing critical assistance
for UJO in this endeavor. Now, we joined dozens of CBOs who signed up to
support this bill.
“We have numerous cases of clients losing coverage, or nding themselves
uncovered on speci c procedures unwittingly,” he added, noting how
“many ill and seniors face severe distress when they start being hit by
surprise bills, collection notices, exuberant interest charges, and, in the
most-extreme cases, lawsuits.”
Per CSS, more than 4,000 New Yorkers have been sued by 55 di erent
hospitals since the COVID pandemic started, while over 50,000 patients
have been sued by New York’s non-pro t hospitals since 2015. We signed
on to seek legislative support for the bill. Rabbi Niederman also thanked
Assemblyman Daniel Rosenthal for voting for the bill in the committee.
Special “Heating Fund” now
taking applications for $200
heating support
A National Grid program in collaboration with HeartShare
Amidst Brooklyn’s frosty weather, and more snow and ice around the
corner, many families struggle with covering their utility bills, forced to
choose between switching on the steam or putting more produce on their
breakfast table.
There is help. We are glad to announce that this Monday, February the 8th,
National Grid opened its Neighborhood Heating Fund for the current
heating season.
This fund will grant $200 for individuals or families in need, to help cover
their NG bill. Funds will be applied even if the grant is more than current
balance and will thus create a credit on account.
For any assistance with this heating grant program, feel free to call UJO at
718-643-9700 ext 243.
We are grateful for the Met Council for enabling us to do this distribution.
“Food security is a top priority at this COVID-19 juncture,” said Rabbi David
Niederman, president of UJO. “We are utilizing every avenue and e ort to
bring food security to the community.”
We were contacted by a family that has furniture to give-away due to a
move.
Please check out the attached photos, see more at this link
https://share.icloud.com/photos/0Rfmuv1_Cj6-fX69ki2Lgjd-A#New_York
Donate
Follow us on twitter
Copyright © 2021 United Jewish Organizations of Williamsburg and North Brooklyn, All rights reserved.
You are receiving this email because you opted in via our website.