Shaduchim System Yiddish

‫בשורה טובה‬

‫תדשן עצם!‬
‫די נייע "שידוכים באגלייטער" פראיעקט פון אחים בדרך‬

‫די נייע‬
‫שידוכים‬
‫באגלייטער‬
‫פראיעקט‬
‫פון‬

‫אחים‬
‫בדרך‬

‫אחים בדרך איז ב"ה אויפגעקומען אויף א נייע מהלך אין שידוכים פאר זיווג שני‪,‬‬
‫וואס וועט בע"ה זיין א דורכברוך בעולם השידוכים און אויפרעכטן גאר אסאך גרושים‬
‫בעז"ה‪.‬‬

‫לאמיר עס ערקלערן קלאר‪ :‬אויף די שאלה‪ ,‬וואו איז שווערער צו ענדיגן‬
‫שידוכים‪ ,‬ביי זיווג ראשון אדער ביי זיווג שני? איז דער ענטפער נישט קלאר‪,‬‬
‫ווייל שידוכים פאר זיווג שני איז פון איין זייט אסאך שווערער און עס געדויערט פיל‬
‫לענגער אויסצופירן‪ ,‬אבער פון די אנדערע זייט איז עס גרינגער און מען פאסט צו‬
‫מער פאסיגע שידוכים‪ .‬די סיבה דערצו איז‪ ,‬ווייל ביי זיווג ראשון טראגן די עלטערן‬
‫די עול‪ ,‬און נישט בלויז וואס די חתן‪/‬כלה קענען זיך פיל ווייניגער‪ ,‬און די הורי החתן‬
‫והכלה ווייסן גאר ווייניג איבער זייער חתן‪/‬כלה‪ ,‬נאר אפילו די חתן‪/‬כלה זעלבסט‬
‫ווייסן גאר ווייניג איבער זיך‪ ,‬מען איז נאך יונג און אומגעצייטיגט‪ ,‬אן די מינדעסטע‬
‫ידיעה וואס דער לעבן שטעלט פאר מיט זיך‪ ,‬און רוב מענטשן טוישן זיך נאך אסאך‬
‫נאך די חתונה‪ .‬דעריבער גייט מען צו צום שידוך מיט אמונה ובטחון‪ ,‬מיט האלב‬
‫פארמאכטע אויגן‪.‬‬

‫משא"כ ביי זיווג שני טראגט געווענליך דער יונגערמאן און ווייבל אליין דעם עול און אחריות פאר זיין שידוך‪,‬‬
‫דער יונגערמאן‪/‬ווייבעל באקענען זיך גוט בעפאר דעם שידוך‪ ,‬זיי קענען זיך אליין‪ ,‬און ווייסן פיל מער וואס זיי‬
‫זוכן‪ .‬דעריבער ביי זיווג שני געדויערט אין אלגעמיין פיל לענגער צו טרעפן און צופאסן א פאסיגע שידוך און‬
‫מען גייט צו דערצו מיט פיל מער אחריות און שיקול הדעת‪ ,‬אבער לעומת זה איז געווענליך די שידוך וואס מען‬
‫טרעפט מער א צוגעפאסטע‪.‬‬
‫ביי זיווג שני איז די ארבעט פון א שדכן אין א וועג אסאך לייכטער‪ ,‬און פון די אנדערע זייט פיל שווערער‪.‬‬
‫אנדערש ווי ביי זיווג ראשון ווייסט דער מדובר‪/‬מדוברת בערך ווער ער‪/‬זי איז און וואס ער‪/‬זי זוכט‪ ,‬און דער שדכן‬
‫האט פיל מער ידיעה איבער דעם מענטש‪ ,‬אבער מצד שני איז עס שווערער פארן שדכן‪ ,‬ווייל אנדערש ווי ביי‬
‫זיווג ראשון קען ער נישט אבי צוזאמענפארן מעכל און רעכל און האפן אויף הצלחה‪ ,‬עס מוז פיל מער שטימען‪.‬‬
‫ביי זיווג שני איז די הויפט שליסל אז דער יונגערמאן‪/‬ווייבל זאל זיך פונקטליך קענען‪ ,‬ער זאל וויסן וואס ער וויל‪,‬‬
‫און וואס זיינע פריאריטעטן זענען‪ .‬א יונגערמאן וואס ווייסט קלאר וואס ער זוכט איז מיט א ריזן טריט נאנטער‬
‫צום שידוך‪ ,‬אין פארגלייך צו דעם יונגערמאן וואס טאפט נאך אין די פינסטערניש‪ .‬איינמאל א יונגערמאן ווייסט‬
‫קלאר ווער ער איז און וואס ער זוכט‪ ,‬וואספארא שידוך ער מוז האבן און אויף וואס ער קען נישט מוותר זיין‪,‬‬
‫וואס איז זיין תנאי קודם למעשה ביי יעדע שידוך און וואס איז בלויז א וואונטש‪ ,‬איז ער גאר נאנט צו זיין ישועה‪.‬‬

‫‪page‬‬

‫‪1‬‬

‫די נייע "שידוכים באגלייטער" פראיעקט פון אחים בדרך‬

‫די נייע שידוכים פלאן פון "אחים בדרך"‬

‫א קורצע איבערזוכט איבער די נייע פלאן צו העלפן שידוכים פאר בית שני‪:‬‬
‫די קאמיטע פון "אחים בדרך" האט גרונטליך אנאליזירט די נושא‪ ,‬און איז געקומען צום מסקנה אז די ערשטע‬
‫טריט צו פארגרינגערן די שידוכים מצב‪ ,‬איז העלפן אינגעלייט צו וויסן גענוי וואס זיי זוכן‪ ,‬און דאס זעלבע מיט‬
‫די ווייבלעך‪ ,‬און אז מען ווייסט וואס מזוכט קען מען בעז"ה גרינגער אויספירען אסאך שידוכים‪.‬‬
‫דעריבער האט 'אחים בדרך' אויפגענומען א חשוב'ן‪ ,‬קלוגן עסקן‪ ,‬איש חכם ונבון ונועם המדות‪,‬‬
‫הר"ר שמחה מאשקאוויטש הי"ו וואס פארשטייט גאר גוט צו מענטשן און איז ב"ה זייער מוצלח אין מדריך‬
‫זיין יונגעלייט און מייעץ זיין אין שידוכים‪ .‬ער וועט זיין דער "מורה דרך אין שידוכים"‪ ,‬צו העלפן יעדן יונגערמאן‬
‫בפרטיות זיך אליין מסדר זיין און וויסן וואס ער זוכט‪ ,‬און אזוי ארום וועט ער צוזאמען מיט דעם אינגערמאן‬
‫אוועק שטעלן א פונקטליכע פראפיל ווער דער אינגערמאן איז און וואספארא סארט שידוך איז אמבעסטן‬
‫געאייגענט פאר עם‪.‬‬
‫אבער קענען גוט די יונגעלייט איז נאכנישט גענוג‪ ,‬מען דארף אויך גוט קענען די ווייבער‪ .‬דעריבער וועט‬
‫אינאיינעם מיט אחים בדרך‪" ,‬סיסטער‪-‬טו‪-‬סיסטער" צושטעלן א געלונגענע עסקנית וואס זאל העלפן יעדע‬
‫גרושה אוועקצושטעלן פאר זיך גענוי וואס זי זוכט‪ ,‬און אינאיינעם וועט דער פלאן זיך אויסארבעטן מיט גרויס‬
‫הצלחה בעז"ה‪.‬‬

‫דער סיסטעם‬
‫וועט ארבעטן‬
‫ווי פאלגענד‪:‬‬

‫יעדער יונגערמאן וועט אויספילן אן אפליקאציע מיט זיינע אלע אינפארמאציע‪.‬‬
‫נאכען אויספילען די אפליקאציע אנליין וועט מען קומען פאר אן אינטערוויו מיט‬
‫ר' שמחה מאשקאוויטש‪ ,‬ווי ער וועט זיך באקענען מיטן יונגערמאן און העלפן זיך‬
‫אויסקלארען און אויסשטעלן וואס ער זוכט און אוועקשטעלן א גענויע פראפיל‪.‬‬
‫עטליכע טויגליכע און אויסגעוועלטע שדכנים‪ ,‬רעקאמענדירט ביי אחים בדרך‪ ,‬וועלן האבן‬
‫צוטריט צום דעטע בעיס צו קענען צופאסן גוטע שידוכים‪( .‬א שדכן וואס פירט אויס א‬
‫שידוך‪ ,‬באזירט אויף די אינפארמאציע פון אונזער אינטערוויערס וועט דארפן געבן פאר די‬
‫אינטערוויערס ‪ 20‬פראצענט פון די שדכנות געלט)‪.‬‬

‫דער פאקט אז אלע אינפארמאציע וואס וועט ווערן פראפעסיאנאל געזאמלט דורך ר׳ שמחה מאשקאוויטש‬
‫(און זיין קאלעגע פון סיסטער‪-‬טו‪-‬סיסטער) וועט ווערן אריינגעשטעלט אין א ספעציעלע געלונגענע‬
‫קאמפיוטעריזירטע פראגראם‪ ,‬וועלן די שדכנים האבן אן אוצר פון אינפארמאציע פון ביידע זייטן‪ ,‬און דאס וועט‬
‫צוהעלפן שאפן גאר אסאך שידוכים‪.‬‬
‫פארשטייט זיך אז קיין איין פריוואטע מענטש וועט נישט האבען קיין צוטריט צו דעטעבעיס‪ ,‬און אלע‬
‫אינפערמאציע איז קאנפדענשעל‪.‬‬
‫מיר האבן טאקע א שווערע לאנגע וועג פאר אונז‪ ,‬אבער מיט א פאראייניגטע רצון פון אלע יונגעלייט און‬
‫ווייבלעך המצפים לבית שני‪ ,‬בנוסף צו די השתדלות וואס אונזער ארגאניזאציע שטעלט צו‪ ,‬וועלן מיר בע"ה‬
‫האבן געוואלדיגע ווירקזאמע הצלחה!‬

‫"קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף" איז א פאקט‪,‬‬
‫אבער מיט די נייע פלאן‪ ,‬וועלן מיר בע"ה שפאלטן דעם ים סוף!‬
‫ביחד‪ ,‬בשם ה' נעשה ונצליח!‬
‫‪page‬‬

‫‪2‬‬

‫די נייע "שידוכים באגלייטער" פראיעקט פון אחים בדרך‬

‫קורצע אנווייזונגען אויף למעשה‪:‬‬
‫ביטע פילט אויס די אפליקעשאן אנליין ‪( bayisshaini.org‬ווער ס'דארף א‬
‫סערוויס וואלונטיר צו העלפן אויספילן די אפליקעישאן וכדומה קען טעקסען‬
‫משה לייב גלאנץ ‪)646-712-3363‬‬
‫אויף די וועבסייט וועט איר זעהן א בלאט פון ״‪ "VIP Preference‬סאיז גוט אז איר‬
‫גייט קודם אדורך די נקודות מיט א משפחה מיטגליד אדער א פריינט‪ .‬דאס גייט‬
‫ווערן אויסגשמועסט און אויסגעפילט ביי די אינטערוויו‪.‬‬
‫כדי די אנליין אפליקאציע זאל געזעהן ווערען ביי די שדכנים‪ ,‬דארפט איר‬
‫אראפגעקומען צו אן אינטערוויו‪.‬‬
‫צו מאכען א אינטערוויו פארבינדט אייך מיט ר' שמחה מאשקאוויטש‬
‫און שמועסט אפ אן א אפוינטמענט‪ ,‬מקען איהם רופען ‪845-402-0091‬‬
‫די פרייז פאר די אינטערוויו איז ‪ $100‬פער שעה‪ ,‬אויב ווילט איר פארברענגען‬
‫מער ווי איין שעה מיט ר׳ שמחה‪ ,‬דארפט איר באשטימען א פרייז בעפאר‪.‬‬
‫די אלע וואס מאכען אן אפוינטמענט ביז נעקסטע וואך מיטוואך ‪July 31‬‬
‫באקומען א דיסקאונט פאר די אינטערוויו נאר ‪$75‬‬
‫די אפוינטמענט איז נאר פארזיכערט אויב איר האט באצאלט פון פאראויס‪.‬‬
‫אויב קומט איר נישט אן צו די אפוינטמענט אין די אפגעשמוסטע צייט‪ ,‬וועט איר‬
‫דארפן נאכאמאל באצאלן פאר א נייע אפוינטמענט‪.‬‬
‫בקרוב וועלן מיר מודיע זיין וויאזוי מענטשען פון די מרחקים קענען מאכען די‬
‫אינטערוויו‪.‬‬
‫ביי די אינטערוויו וועט איר קענען אויסוועלן מיט וועלכע שדכנים איר ווילט‬
‫ארבעטן‪ ,‬געוואנדען לויט אייער געגענט‪ ,‬געזעלשאפט‪ ,‬און נאך‪.‬‬
‫אויב איר ווילט רעקאמענדירן א שדכן פאר אונזער גרופע‪ ,‬ביטע שיקט א אימעל‬
‫מיט זיין נאמען און טעלעפאן נומבער‪.‬‬
‫אויב האט איר א פראבלעם מיט א שדכן אדער סיי וואס‪ ,‬ביטע לאזט אונז וויסן‪ .‬שיקט א אימעיל צו‬
‫‪ info@bayisshani.org‬עס בלייבט שטרענג קאנפידענשעל‪ .‬איר קענט אויך שיקן א אימעיל אן‬
‫אייער נאמען אויב איר ווילט‪.‬‬

‫מיר האפן אז די דאזיגע סיסטעם וועט אייך שטארק העלפן‪.‬‬

‫‪page‬‬

‫‪3‬‬

‫די נייע "שידוכים באגלייטער" פראיעקט פון אחים בדרך‬

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful