You are on page 1of 4

‫איך_הער‬

‫סעקרעטאר‬
‫תגובות‪27581 :‬‬

‫איך הער'ס ארטיקל‪ :‬באנק אקאונט‬

‫ווי עטץ ווייסט דאך‪ ,‬בין איך גאנץ א גרויסער מחותן מיטן שנה ראשונה אינגערמאן‪ ,‬סאו‪ ,‬פון די ארכיוון איז‬
‫ארויס געפאלן די אזוי אינטערעסאנטע חלק פונעם עפענען א באנק אקאונט‪ ,‬אבער אזוי ווי יגר'ל האט עס‬
‫יעצט דערמאנט‪ ,‬האבעך געטראכט אז כ'קען עס נישט ארויס לאזן פון מיינע הענט אזוי פשוט‪ ,‬כאטש איך‬
‫ווייס‪ ,‬אז איך וועל עס קיינמאל נישט אזוי גוט אראפ לייגן ווי די צוויי מעסטער שרייבער'ס‪ ,‬יגר און יענטאאש‪,‬‬
‫אבער צו צולייגן צו דעם אז דער עולם זאל האבן וואס צו ליינען‪ ,‬צו דעם טויג איך יא‪ ,‬און איך וועל מיך נעמען‬
‫דערצו‪ ,‬פארשטייט זיך כדרכי פון מאכן הקדמות‪ ,‬און קוים רעדן צום ענין‪.‬‬

‫עניוועי‪ ,‬קומט מיט מיר‪ ,‬איך האב אלעס אראפ געכאפט לייוו‪ ,‬איך האב עס טאקע נישט געסעיווט אויף יו טוב‪,‬‬
‫ממילא קען איך עס נישט געהעריג ווייזן‪ ,‬איך וועל אבער אנצינדן די דמיונות פארט‪ ,‬און פראבירן אראפ צו‬
‫לייגן אלעס לויט ווי איך זעה עס‪ ,‬און איך האף אז איר וועט אויך אזוי שפירן‪.‬‬

‫איך בין אים נאכגעגאנגען א לאנגע צייט‪ ,‬איר ווייסט דאך‪ ,‬איך דערצייל ענק מיט דעם נישט קיין נייעס‪ ,‬עטץ‬
‫ווייסט וועמען איך מיין? יא? מיילעך'ן‪ ,‬מיין באליבטער שנה ראשונה אינגערמאן‪ ,‬און פונקט ווי יעדן טאג‪ ,‬אויך‬
‫היינט‪ ,‬ביים אהיים קומען פון כולל גייט ער גראד צו צום פאסט קעסטל‪ ,‬אולי ירחם‪ ,‬אפילו א ביל‪ ,‬אבער‬
‫עפעס‪ ,‬כ'האב אמאל געהערט א ווערטל אז ביי פרישע אינגעלייט גייט אן דער מאמר‪ ,‬אם אין קמח אין תורה‪,‬‬
‫אז ס'איז נישט דא קיין מעיל‪( ,‬פאסט בלע"ז‪ ).‬קען מען נישט לערנען רואיג‪ .‬און דער פון אויבן האט געהאלפן‬
‫ס'איז נישט געווען ליידיג ער האט ארויס גענומען א גרויסן פלייער‪ ,‬און יא‪ ,‬איר באקומט נישט מער און נישט‬
‫ווייניגער ווי הונדערט פונף און צוואנציג דאלער‪ ,‬אויב ער עפענט שוין יעצט אן אקאונט‪ ,‬ער לויפט אריין מיט‬
‫איין אטעם‪ ,‬מלכי האסט געזען?‬

‫אבער מלכי איז אפילו נישט אינדערהיים‪ ,‬זי איז ביי די ארבעט‪ ,‬אבער ווי פארדאופט פארן פלייער וואס ער‬
‫האלט האט ער קוים געכאפט אז ער רעדט צו די וואנט‪ ,‬ביז ווען ער האט געזען אז קיינער ענטפערט נישט‪,‬‬
‫האט ער זיך געכאפט און געגעבן א נעם די טעלעפאן און באלד געדיילט די אזוי באקאנטע נאמבער‪ ,‬און זי‬
‫האט תיכף אויפגעהויבן‪ ,‬אזוי ווי שפירענדיג אז יעצט איז נישט די צייט וואס ס'לוינט זיך צו שפילן מיט אים‪,‬‬
‫ווייל די נייעס איז צו וויכטיג דערפאר‪ ,‬האלא‪ ,‬מלכי‪ ,‬האסט געזען? איז ער ווייטער אריין געפאלן אין‬
‫געפערליכן הייפערדיגע מוד‪.‬‬

‫וואס געזען‪ ,‬האסט מיך יעצט געקאלט‪ ,‬און איך בין ביי די ארבעט‪ ,‬וואס האבעך געדארפט זען? און מיט‬
‫איינגעהאלטנקייט געטראכט‪ ,‬ווער ווייסט וואס ס'האט פאסירט צו איר אזוי באליבטן מאן‪.‬‬

‫איך רעד פון די פאסט‪ ,‬אוי איך כאפ מיך יעצט איך בין צו עקסיידעט‪ ,‬און איך אביסל היי‪ ,‬פון דאס וואס איך‬
‫האב יעצט געזען‪ ,‬און ס'האט זיך מיר שוין געדאכט אז דו האסט עס אויך געזען‪ ,‬עניוועי הער איך וועל דיר‬
‫פארליינען די פלייער וואס כ'האב ארויס גענומען פון פאסט באקס‪..‬‬

‫דו קענסט עפענען א באנק אקואנט און דו באקומסט נאך געלט דערפאר? ‪WOW‬‬

‫אזוי ווי דו זאגסט‪ ,‬ס'איז נישט צו גלייבן‪ ,‬איך גיי רופן מיין נאכמיטאג חברותא‪ ,‬אז איך קען נישט קומען‪ ,‬ווייל‬
‫איך דארף עפעס וויכטיג ערלעדיגן‪ ,‬דו מיינסט אז דו קענסט זאגן פאר דיין באס‪ ,‬אז דיין לאנטש גייט זיך‬

‫‪1‬‬
‫אביסל פארציען‪ ,‬וועגן זייער א וויכטיגע זאך?‬

‫כ'וועל פראבירן כאטש ער האט נישט ליב ווען מ'טוהט עס‪ ,‬אבער כ'פארשטיי אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע‬
‫ברירה‪ ,‬און אויב מ'וועט נישט באלד קער נעמען קענען זיי נאך חרטה האבן‪ ,‬פון זייער גאנצע אדווערטייזמענט‪.‬‬

‫אקעי‪ ,‬רעד צו אים‪ ,‬און איך באשטעל שוין א קאר‪ ,‬און איך גיי דיך אויפפיקן‪ ,‬און מיר וועלן גיין צוזאמען‪ ,‬אזוי‬
‫אז דו וועסט אויך קענען סיינען טשעקס‪ ,‬און נישט דארפן אלץ ווארטן ביז דו וועסט וועלן שרייבן א טשעק‪.‬‬

‫אקעי‪ ,‬סי יו‪ .‬ביי‪.‬‬

‫מיט די פלייער אין די הענט‪ ,‬האט ער באלד גערופן א קאר סערוויס‪ ,‬כ'וועל ענק דערציילן א סוד‪ ,‬איך האב מיך‬
‫געקענט מיטן באלעבאס פון די קאר סערוויס‪ ,‬און איך האב אים אויך אריין געקאלט אז איך וויל מאכן דעי‬
‫טריפ‪ ,‬ער האט נישט געהאט קיין אהנונג ווי אזוי איך ווייס פון דעם‪ ,‬אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען‪ ,‬און‬
‫האט מיר געגעבן דעם אקעי‪ ,‬איך האב באלד געגעבן א פייף‪ ,‬און ער קומט ארויס צו לויפן‪ ,‬נאר מיט איין הענט‬
‫אין די רעקל‪ ,‬און אזוי ווי ער עפענט די פראנט טיר‪ ,‬האט ער אינגאנצן דאס אויסגעטוהן‪ ,‬כ'מיין וואס קענט‬
‫איר דען פארלאנגען פון א מענטש וואס גייט יעצט עפענען מיט ס'ווייב א באנק אקאונט‪ ,‬איך מאך מיך תם'יש‪,‬‬
‫איך געב אים א פרעג‪ ,‬ווי גייט מען?‬
‫קודם וויל איך אויפפיקן מיין ווייב‪ ,‬און נאכדעם אין טאון‪.‬‬

‫אפשר קען איך וויסן ווי מ'דארף אויפפיקן דיין ווייב?‬

‫אה‪ ,‬איי עם סארי איך האב אייך פארגעסן צו זאגן‪ ,‬זי ארבעט ביי ‪ ...‬ענד קא‪ .‬ווייסט וואו זיי זענען?‬

‫יא‪ ,‬אקעי איך פאר אהין‪.‬‬

‫און זי ווארט שוין אינדרויסן‪ ,‬איך סטאפ‪ ,‬און ער רופט זיך באלד אן‪ ,‬אונז וויל מיר גיין צו טשעיס און טאון‪.‬‬

‫נישט קיין פראבלעם‪ ,‬איך וועל אויך האבן צייט צו מאכן מיין דעפאזיט? האסט אן אהנונג ווי לאנג דו גייסט‬
‫דארט זיין?‬

‫כ'ווייס נישט פונקטליך‪ ,‬אבער כ'גלייב אז דו וועסט האבן צייט‪ ,‬איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט‪.‬‬

‫איך איך שמייכל אזוי צו מיר‪ ,‬ס'ארבעט גאנץ גוט‪ ,‬איך גיי אלעס מיט האלטן‪.‬‬

‫ענדליך מ'איז שוין אין טאון‪ ,‬און איך פארק די קאר נעבן טשעיס‪ ,‬און איך ווייז אים ווי מ'גייט אריין‪ ,‬און איך‬
‫גיי מיך צו מיינע געשעפטן‪ ,‬וואס איך דארף ערלעדיגן‪.‬‬
‫אקעי‪ ,‬גיי ווייס ווי אונז דארף מיר אנהייבן‪ ,‬לאמיר אריין גיין‪ ,‬כ'האף אז מ'עמער באלד זעהן וואס אונז האמער‬
‫צו טוהן‪ ,‬זיי גייען צו צו א טישל ארום גענומען מיט אזעלכע מחיצות‪ ,‬און זיי פרעגן‪( ,‬אלעס איבער געטיישט‬
‫אויף ריין אידיש‪ ).‬קענען מיר דא עפענען אן אקאונט?‬

‫אוודאי‪ ,‬וואס איז אפילו די שאלה‪ ,‬נעם א זיץ‪.‬‬

‫שכוח‪.‬‬

‫סאו‪ ,‬וואס ווילט איר עפענען‪ ,‬א סעיווינגס אקאונט‪ ,‬אדער א טשעקינג אקאונט?‬

‫וואס איז די חילוק?‬

‫אקעי‪ ,‬א סעיווינג אקאונט‪ ,‬לייגט איר אריין א סומע געלט‪ ,‬און איר נוצט דאס נישט‪ ,‬און ס'וואקסט מיט‬
‫פראצענט‪ ,‬א טשעקינגט אקאונט‪ ,‬ארבעט אז לויט וויפיל געלט ס'איז דא אין אקאונט‪ ,‬אזויפיל קענט איר נוצן‬
‫מיט טשעקס‪.‬‬

‫‪2‬‬
‫סאו‪ ,‬אויף סעיווינגס באקומט מען נישט קיין טשעקס?‬

‫מ'באקומט יא‪ ,‬ווייל ווען איר ווילט שפעטער ארויס נעמען געלט קענט איר‪ ,‬אבער דאס איז נישט געמאכט צו‬
‫נוצן יעדן טאג‪ ,‬נאר א געהעריגע טשעקינג אקאונט‪.‬‬

‫און ביי דעם באקומט מען אויך די הונדערט פונף און צוואנציג דאלער?‬

‫פון וואס רעדט איר?‬

‫מיילעך איז שיער צוזאם געפאלן פון די קשיא‪ ,‬דאס גאנצע וואס ער האט זיך אזוי געיאגט איז נאר געווען ווייל‬
‫ער האט געוואלט אריין כאפן די געלט‪ ,‬און דא ווייסט יענער נישט פון וואס ער רעדט‪ ,‬ער געט א כאפ ארויס‬
‫זיין פלייער ‪-‬וואס האט היינט געלאנדעט אין זיין פאסט קעסטל‪ -‬פון ביזעם‪ ,‬און ווייזט עס פאר יענעם‪.‬‬

‫אה‪ ,‬פון דעם רעדסטו‪ ,‬יא אוודאי‪ ,‬איך האב מיך פלעין נישט געכאפט פון וואס דו רעדסט‪ ,‬איי עם סארי‪.‬‬

‫מיילעך אטעם'ט אפ‪ ,‬און לייגט צוריק זיין אזוי באליבטן פלייער אין ביזעם‪ ,‬סאו‪ ,‬מ'קען גיין ווייטער‪ ,‬וואס‬
‫דארף איך טוהן צו עפענען אן אקאונט? א טשעקינג אקאונט‪.‬‬
‫אקעי‪ ,‬איך וועל נעמען דיינע אינפארמעישן‪ ,‬ער פרעגט און מיילעך ענטפערט‪ ,‬די דיטעילס איז נישט זייער‬
‫אינטערעסאנט‪ ,‬ער נעמט ארויס‪ ,‬א טשעק ביכל‪ ,‬און זאגט‪ ,‬דאס איז די ערשטע ביכל‪ ,‬און נאכדעם וועט‬
‫אנקומען אויף פאסט‪ ( ,‬מיילעך שמייכל'ט ברוך השם נאך עפעס גייט קומען אויף פאסט‪ ).‬נאך א גאנצע באקס‬
‫מיט טשעקס‪ ,‬נאר פאר דרייצן דאלער‪ ,‬מיט דיין פערמישן גיי איך ווייטער‪ ,‬און מיילעך שאקעל'ט מיטן קאפ‪,‬‬
‫אבי עפעס וועט קומען אויף פאסט‪ ,‬זאל עס קאסטן דרייצן דאלער‪.‬‬

‫דאס איז דיין אקאונט נאמבער‪ ,‬און מיט וויפיל געלט ווילסטו אנפאנגען‪ ,‬ס'הייסט וויפיל געלט ווילסטו דיין‬
‫יעצטיגע דעפאזעט זאל זיין?‬

‫איך דארף שוין יעצט דעפאזעטן געלט?‬

‫אוודאי‪ ,‬קען ער זיך נישט איינהאלטן פון שמייכלען‪ ,‬פון אזעלכע יונגע העכטן וואס ער האט דא אריין געכאפט‪,‬‬
‫מ'דארף עס עפענען מיט עטליסט הונדערט דאלער‪.‬‬

‫מיילעך הייבט שוין באלד אן חרטה צו האבן פארן גאצן עסק‪ ,‬אבער ער האלט שוין צו טיעף צוריק צו ציען‪ ,‬ער‬
‫נעמט ארויס א הונדערטער‪ ,‬און געט עס איבער‪ ,‬און יענער זאגט אים‪ ,‬אקעי‪ ,‬אין דיין אקאונט איז יעצט דא‬
‫צוויי הונדערט און פינף און צוואנציג דאלער‪ ,‬וחמת מיילעך שככה‪.‬‬

‫נאך עפעס מיט וואס איך קען אייך העלפן?‬


‫נישט עכט‪ ,‬ער כאפט זיין פאלדער‪ ,‬ס'זעט אויס גוט‪ ,‬אבער ער שעמט זיך אביסל פונעם קאר סערוויס דרייווער‪,‬‬
‫סאו האלט ער עס אזוי צווישן זיינער ארעמס‪ ,‬און פונקט דאן בין איך אויך פארטיג געווארן‪ ,‬איך געב אים אזא‬
‫פרעג‪ ,‬דו ווארסט שוין לאנג אויף מיר?‬

‫ניין‪ ,‬אונז זעמער פונקט יעצט פארטיג געווארן‪.‬‬

‫אה‪ ,‬זייער גוט‪ ,‬כ'האמעך שוין דערשראקן‪ ,‬עטץ גייטס אהיים?‬

‫נאר איך‪ ,‬זי גייט צוריק אין די ארבעט‪.‬‬

‫איך בין שוין כמעט פארטיג‪ ,‬איך האלט שוין ביי זיין הויז‪.‬‬

‫נו‪ ,‬וויפיל קאסט עס?‬


‫ס'וואלט געדארפט קאסטן‪ ,‬צוואנציג דאלער אינקלאדעט וועיטינג‪ ,‬איך וועל דיר נאר רעכענען צוואנציג‬
‫פראצענט‪ ,‬וואס איך דארף געבן פארן באלעבאס פון די קאר סערוויס‪ ,‬מיר האט זיך אויסגעצאלט אז איך האב‬
‫‪3‬‬
‫וואס צו שרייבן‪.‬‬

‫ביסט משוגע‪ ,‬דו גייסט מיך אויספאקן ברבים‪ ,‬ביסט פארדרייט?‬

‫בארואיגט אייך‪ ,‬איך דרוק שוין שלח‪ ,‬און אלעס איז פארטיג‪ ,‬געטץ מיר די געלט און פארטיג‪ ,‬אז נישט‬
‫באצאלט איר די גאנצע‪.‬‬

‫אן צו סאך ברירות‪ ,‬און אויך נישט וואוסנדיג פונקטליך וואס שלח מיינט‪ ,‬האט ער מיר באצאלט די פאר‬
‫דאלער‪ ,‬און דא האט איר וואס ס'האט זיך אלץ אראפ געשפילט‪ ,‬הצלחה וברכה‪.‬‬

‫(דא איז א קאפי פונעם ארגיניאלער דאקומעט וואס ס'איז אים אנגעקומען אויף פאסט‪).‬‬
‫צוגעלייגטע‬

‫כל הזכויות שמורות‪ ,‬אייוועלט‪-‬איך‪-‬הער‬

‫‪4‬‬

You might also like