You are on page 1of 4

‫א שמועס צווישן צוויי טירן!!


‫געשריבן דורך‪:‬‬

‫ענדע צדיק‬

‫די ברייטע גלאז‪-‬דורכזיכטיגע טירן עפענען זיך און פארמאכן זיך‪ ,‬עפענען זיך און פארמאכן זיך‪ ,‬און דאן‬
‫נאכאמאל עפענען זיך און פארמאכן זיך‪ ,‬און דאן ווידעראמאל אפן‪ ,‬פארמאכט‪ ,‬דעם גאנצן ליבן טאג‪.‬‬

‫אזעלעכע פונקטליכע שותפים‪ ,‬א זעלטנהייט אין דור‪ .‬אפשר גאר האבן זיי א שטיקל שפראך צווישן זיך‪,‬‬
‫אולי איז עס אינטערסאנט זיך צוצוהערן‪.‬‬

‫איך בייג צי אן אויער‪ ,‬נענטער נענטער‪ ,‬און‪ ,‬איך הער ווי זיי שמועסן ! וואונדער‪ .‬די רעכטע טיר מורמעלט‬
‫זיך אזוי שטילערהייט אונטער‪ ,‬ווען די לינקע ענטפערט מיט אן אויטאמאטיש‪ ,‬עפן – פארמאכט‪.‬‬

‫‪-‬היינט פריה פארטאגס – זאגט דער רעכטער טיר – בערך האלב פינף פארטאגס זעה איך צוויי חסידישע‬
‫יונגעלייט‪ ,‬הצלה מעמבערס אריינקומען מיט א בעטל‪ ,‬זיי האבן געשפאנט שנעל‪ ,‬גאר שנעל‪ ,‬נעבעך א‬
‫קליין אידיש קינד‪ ,‬מיט אקסעדזשין‪ ,‬אייווי‪ ,‬מיט זיין טאטע אונטער זיי‪ ,‬אזוי באזארגט‪ ,‬אזוי דערשראקן‪,‬‬
‫איך האב ממש רחמנות געהאט אויף זיי‪ ,‬הלואי ווען איך זעה דאס זעלביגע אויף א גוי‪".‬‬

‫‪-‬וואס וואונדערסטו זיך אזוי – ווערט דער לינקער טיר נישט נתפעל – עס איז די ערשטע מאל די זעהסט‬
‫אזא זאך? יעדן טאג זעהן מיר שרעקעדיגע זאכן‪ ,‬וואס ביסטו אזוי איבערגענומען?‬

‫"‪-‬נעעהה‪ ,‬וואס פארשטייסטו? איך האב פשוט אנגעהויבן טראכטן‪ ,‬און אט קומט מיר צי וויינען‪ ,‬דו ווייסט‬
‫פון וואו די אידן זענען געקומען? א וועג פון איבער א שעה‪.‬‬

‫‪-‬איבער א שעה?‬

‫‪-‬יא‪ ,‬פון קרית יואל‪ .‬מינימום א שעה וועג‪ .‬יעצט מאך דו אליינס דעם חשבון;‬

‫אופ‪ .‬עפן‪ ...‬פארמאך‪...‬‬

‫‪-‬ביסט מיט מיר?‬

‫‪-‬יא‪.‬‬

‫‪-‬די הצלה יונגעלייט זענען געפארן אין א אמבולאנס‪ ,‬איבער א שעה‪ ,‬דאס מיינט אז מינומום א האלבע‬
‫שעה בעפאר זענען זיי שוין געווען אויף‪ ,‬אנגעטאן‪ ,‬אין א רעגן‪ ,‬און געלאפן צי די קאל‪ .‬דאס מיינט אז דריי‬
‫אזייגער אינמיטן די נאכט זענען זיי שוין אויפגעווען‪ ,‬איך בין אינגאנצן נתפעל‪ ,‬וויאזוי? וויאזוי באווייזן זיי‬
‫דאס? און וויאזוי גייען זיי דערנאך ארבעטן נאכן אויפזיין כמעט א גאנצע נאכט?‬

‫זענען זיי טאקע געמאכט פון גלאז און שטאל ווי אונז?‬

‫‪-‬אך‪ ,‬וואס מאכסטו זיך נאריש‪ ,‬ווען דו קענסט ווען גיין מיט אזא ‪ emt‬דזעשעקט טוסטו עס ווען אויך‪.‬‬
‫‪-‬אזוי‪ ,‬און וואס איז מיט די אלע ידידים וואלונטירן וואס איך דערקען זיי שוין פונעם פארקינג לאט‪,‬‬
‫ניטאמאל ווייסט איינער אז זיי זענען עפעס‪ ,‬טוען עפעס‪ ,‬אבער‪ ,‬נאכט נאך נאכט קומען זיי שלאפן מיט‬
‫פאציענטן‪ .‬איך גלייב ס'זיי נישט באטעמט!?‬

‫‪-‬איך הער‪ ,‬גערעכט‪ ,‬איך האב זיי געזעהן‪ ,‬אבער ניטאמאל איז מיר איינגעפאלן דאס צי שעצן‪.‬‬

‫‪-‬פשי‪ .‬גיב א קוק – ווערט דער לינקער טיר שוין א טראפ ערנסטער – קוק דא נעבן אונז‪ ,‬דארט ביים‬
‫לאבי‪ ,‬דארט זיצט א חסידישע קאפל‪ ,‬זיי ווארטן‪ ,‬שוין א גוטע פאר מינוט וואס זיי ווארטן‪ ,‬וואס איז מיט‬
‫זיי?‬

‫‪-‬גיי ווייס‪ .‬לאמיר צוווארטן און זעהן‪.‬‬

‫‪-‬ארלעדיגט‪ .‬אבער אז דו רעדסט איז מיר טאקע זייער אינטערסאנט‪ ,‬וויפל איך טראכט ווער איך אלס‬
‫מער און מער איבערגענומען‪ .‬אז דו קוסט שוין יא‪ ,‬דו ווייסט וויפל חסד עס גייען דורך אונזער טיר‪-‬‬
‫שותפות‪ .‬מיט א צען מינוט צוריק זעה איך דא א חסידישער יונגערמאן‪ ,‬שווארץ‪-‬שטייף‪-‬געקריייזעלט‪-‬‬
‫געפלאכטענע‪-‬פיאות אויף די אויער‪ ,‬א אפגעריבענעם הוט‪ ,‬א כשר'ע סעלפאון‪ ,‬ער זונגט זיך אונטער אזא‬
‫לידעלע און לויפט אזוי טאנצעדיג‪ .‬זיך צוקוקענדיג מיט א מער וואכזאם בליק זעה איך ווי ער שלעפט‬
‫הענט טראק‪.‬‬

‫‪-‬א הענט טראק? ביסט זיכער ס'נישט געווען א וויהלטשעיר?‬

‫‪-‬לאאאז אויסרעדן‪ .‬נישט מער און נישט ווייניגער‪ ,‬ער שלעפט עסן‪ ,‬גאנצעטע קעיסעס‪ ,‬פלייש‪ ,‬זופ‪,‬‬
‫יוגארט‪ ,‬סענדוויטשעס‪ ,‬קאווע‪ ,‬קוקיס‪ ,‬וואסער‪ ,‬נאש‪ ,‬און וואס נישט‪ .‬ער גייט צי צום עלעוועיטאר און‬
‫פארט גראד‪ .‬אי בין דאך א נייגעריגער בטבע‪ ,‬האב איך איהם נאכגעקוקט‪ .‬וועסט נישט גלייבן וואס איך‬
‫זאג דיר‪ ,‬אונז זענען פשוט נישט אויפן גוטן פלאץ אינסטאלירט‪ ,‬ער איז געגאנגען צום ביקור חולים רום‪.‬‬
‫וואס איך האב דארט געזעהן קען איך ניטאמאל דיר מסביר זיין‪.‬‬

‫א מין אינטערסאנטקייט די אידן‪ .‬האסטו שוין געזעהן א גוי טוהן אזוינס?‬

‫‪-‬העע‪ ,‬דו רעדסט אזוי פון איין יונגערמאן‪ ,‬ווייסט וואס כהאב נעכטן געזעהן? דו האסט זיך גראדע אויך‬
‫געעפנט פאר זיי‪ ,‬קענסט זיין האסט זיי פשוט נישט באמערק‪ .‬א גאנצע מחנה מיט פרויען‪ ,‬א באס‪ ,‬א‬
‫גאנצע גרופע‪ ,‬וועסט נישט גלייבן‪ ,‬אלטע באבעס אפילו‪ ,‬זיי קומען אויפאיינמאל אריין‪ ,‬און עס גייט א‬
‫רויעך פון די גרופע‪ ,‬הו הא‪ ,‬טשיקן זופ‪ ,‬די גערוך‪ ,‬הייסע שווערע טערמוסן‪ ,‬ס'טוטצעך‪ ,‬בעקעלעך‪,‬‬
‫קאנטעינערס‪ ,‬קניידלעך‪ ,‬לעפלעך‪ ,‬אלעס‪ ,‬אזוי שיין פארפאקט מיט סטיקערס דערויף‪ ,‬נו‪ ,‬ווער מיינסטו?‬
‫חסידישע אידעלעך‪.‬‬

‫‪-‬פלאי פלאים‪ ,‬ווייסט‪ ,‬ס'לוינט זיך שוין מיינעך צי ארבעטן אויף אונזער ביטערע פאזיציע‪ ,‬נאר‪...‬‬

‫אופ‪ .‬א עפן‪ ...‬פארמאך‪...‬‬

‫‪-..‬צוצוזעהן אזא חסד!‬

‫‪-‬כאכאכאכ‪ ,‬כאכאכא‪.‬‬

‫‪-‬וואס לאכסטו?‬
‫‪-‬גיב א קוק דארט‪ ,‬כאכאככא‪ ,‬ווער זענען די מאדנע פארשטעלטע מענטשן דארט?‬

‫‪-‬דארט? ווער יענע? דו ווייסט נישט? מקימי!‬

‫‪-‬זיי קומען נענטער‪ ,‬איינער שלעפט א קיעבארד‪ ,‬א גיטאר‪ ,‬דארט גייט זיין לעבעדיג‪ ,‬עס איז דאך אזא‬
‫טרויערדיגע פלאץ דא‪ ,‬הלואי זיי קומען ווען יען טאג‪ ,‬וואלט מיר זיך כאטש געפריידט צי זעהן גוטע זאכן‪.‬‬

‫‪-‬זעהסטו! מה‪-‬דאך אונז פרייען זיך צי זיי‪ ,‬קענסטו זיך שוין פארשטעלן וויאזוי די חולים פרייען זיך‪,‬‬
‫נעבעך‪ ,‬א חוץ שארפע כעקמיאלן און באקטעריע‪ ,‬הארטע שטייפע נורסעס‪ ,‬זאלן זיי כאטש אביסעל‬
‫שמייכלען און זינגען‪.‬‬

‫לעצטענס זעה איך דא א אינטערסאנטע ערשיינונג‪ ,‬האלטסט ס'פלעגט זיין נאך פאר אונז אויך? יעדן‬
‫צופרי זעה איך דא פרוי‪ ,‬זי קוקט אויס ווי א צדיקת‪ ,‬ווער האט דען ליב צי גיין אין א שפיטאל‪ ,‬זי קומט‪,‬‬
‫דרייעט איבער‪ ,‬רעדט‪ ,‬פרעגט‪ ,‬באפעהלט‪ ,‬און זאכן רוקן זיך! ווי נאר זי קומט אן ווערן זיי אזוי פריינטליך‪,‬‬
‫צוגעלאזן‪ .‬איך גלייב אז עס טוט אויף‪ ,‬די דאקטורים האלטן דאך נישט ביים ארבעטן אן דעם‪ ,‬פארוואס‬
‫טרעפט זיך נישט אזוינס ביי גוים?‬

‫וואס מיינסטו? ככאפ נישט פונקט‪.‬‬

‫כאפסט טאקע נישט? רפואה העלפליין – און ביקור חולים!‬

‫‪-‬טאקע א חידוש‪ .‬וואס דו זעהסט נישט אלס!‬

‫‪-‬איך האב נאר מורא זיי זענען אביסעלע קוריאז‪ ,‬עפעס נישט צום טאקט‪ ,‬כווייס אליינס נישט‪ .‬איך קוק זיך‬
‫אום אזוי יעדן טאג‪ ,‬עפעס געפעלט מיר נישט‪ ,‬כ'קען אליין נישט דערגיין וואס‪ ,‬אבער עפעס מאדנע‬
‫שפילט זיך דא אפ מיט זיי יעדן טאג‪.‬‬

‫‪-‬דהיינו?‬

‫‪-‬הער‪ ,‬יעדן אינדערפרי‪ ,‬אינטערסאנט האסט טאקע נישט באמערקט? קומען דא די זעלבע מענטשן‪,‬‬
‫ממש די זעלבע‪ ,‬איך דערקען זיי שוין‪ ,‬איינער קומט אן‪ ,‬זיי רייכן זיך די הענט‪ ,‬ער גייט ארויף און שפיטאל‬
‫און דער צווייטער גייט אוועק‪ .‬ביינאכט‪ ,‬ווידער די זעלבע מעשה‪ ,‬דער ערשטער קומט צוריק‪ ,‬רייכט די‬
‫הענט‪ ,‬גייט ארויף אין שפיטאל‪ ,‬און דער צווייטער גייט אהיים‪ ,‬און דאן‪ ,‬ווידער די זעלבע‪ .‬טאג איין טאג‬
‫אויס‪ .‬זענען זיי? כמיין וואס?‬

‫‪-‬אוי ביסטו א טיר! דאס איז דאך משפחה‪ ,‬געטרייע משפחה מיטגלידער וואס קומען און זיצן אפ ביים‬
‫בעט פון שפיטאל‪ ,‬גאנצעטע טעג‪ ,‬נעכט‪ ,‬וואכן‪ ,‬חדשים‪ ,‬אלעס כדי צו זיכער מאכן אז די קראנקע גייען‬
‫אהיים פון דא געזונט און שטארק בגוף‪ ,‬און אויך בנפש‪.‬‬

‫‪-‬האלו האלו! קוק גוט‪ ,‬האלו‪ ,‬די חסידישע קאפל האט זיך אויפגעשטעלט‪ ,‬לאמיר זעהן זעהן וואו זיי גייען‪.‬‬
‫זיי גרייט‪ ,‬זיי קומען אין אונזער ריכטונג‪.‬‬

‫עפן‪ ...‬פארמאכט‪...‬‬

‫‪-‬נו שוין‪ ,‬גייסט מיר שוין טרעפן א פרישע מצוה?‬


‫‪-‬לאמיר זעהן האב געדולד‪ .‬יעצט שטייען זיי דארט ביים עק גאס‪ .‬איימעניט‪ .‬איימעניט‪.‬‬

‫‪-‬דאס איז עס! א גמ"ח הצלה ווען‪.‬‬

‫‪-‬שוין‪ ,‬האסט עס געמאכט מיט מיר‪ .‬ווייסט? די גרעסטע פלא איז נאך ווען עס קומט צי אהיימגיין‪ .‬די אידן‪,‬‬
‫זיי האבן דאך צוגעשטעלט ווארעמס‪ ,‬הארציגע משפחה‪ ,‬טייערע ארגאנאציעס‪ ,‬אבער ווען עס קומט‬
‫אהיימצוגיין‪ ,‬גיב א קוק אויף די מאמע מיט איר יונגעלע‪ ,‬זעהסט ווי פרייליך זיי גייען אהיים‪ ,‬מיט שנעלע‬
‫לויפנדע פרייליכע טריט‪ .‬יעצט קוק אויף דעם שגץ'ל דארט‪ ,‬ער האט נישט קיין העלפער‪ ,‬משפחה‪,‬‬
‫ווארעמע עסן‪.‬‬

‫אופ‪ .‬עפן‪ ...‬פארמאכט‪...‬‬

‫‪-‬ווי האב איך געהאלטן?‬

‫‪-‬יא‪ ,‬זיי האבן נישט גארנישט‪ ,‬זיי קומען דא איינזאם אליינס‪ ,‬וואלטן זיי דאך געדארפט אהיימלויפן!‬
‫אנטלויפן פון דא ווי שנעלער‪ ,‬נישט ארויסוואקן פון דא שטייט‪ ,‬פארזעצט‪ ,‬אן קיין סימן פון שמייכל אויפן‬
‫פנים‪.‬‬

‫‪-‬טאקע אינטערסאנט‪ .‬זעהט אויס אז זיי האבן פשוט ליב צי העלפן איינער דעם צווייטן‪.‬‬

‫‪-‬זיי געזונט‪ ,‬עס איז נאך דא אזויפיהל צו זעהן און אדורכשמועסן וועלן מיר עס אוועקלייגן פאר אן אנדער‬
‫מאל‪ .‬גיב א הענט‪...‬‬

‫‪-‬עפן‪...‬‬

‫‪-‬פארמאכט‪....‬‬

‫‪--‬‬

‫בינעך יעצט אנגעקומען אינדעהיים מיט א גמ"ח הצלה ווען‪ ,‬נאכן ווארטן ביים עק גאס און‬
‫אפגעפירט ווערן צוריק אהיים דורך א טייערע דריווער‪ .‬יישר כח טייערע בעלי חסד !‬

‫*****‬

‫אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא‬

You might also like