You are on page 1of 2

‫גראדער‬

‫שר האלף‬
‫תגובות‪7901 :‬‬

‫ווען מ'טרעפט ענדליך חברים‪ ,‬אה מחי'‪...‬‬

‫איך בין נאך געווען א בחור‪ ,‬מיט א היבש ביסל יארן צוריק‪ ,‬ס'איז געקומען דער צייט אין יאר ווען די מאנראו‬
‫באסעס פלעגן זיך אויסשורה'ן אויף ליע עוו‪ .‬און מיט זעק און פעק האט מען זיך ארויסגעלאזט אין קעמפ‬
‫אריין‪ ,‬נאר דער נאמען "קעמפ" פאר זיך האט שוין ארויפגעברענגט שפייעכץ אין מיין מויל‪ ,‬א גאנץ יאר האט‬
‫מיר געווארימט דער גוטער געפיהל‪ ,‬דער געשמאקער מצב רוח‪ ,‬דער קילער לופטל‪ ,‬דער הרחבת הדעת‪ ,‬און‬
‫איבער אלעם – דער וועלדל!‬

‫ווען איך האב געהאט א ליידיגע מינוט – און איך האב פרובירט צו האבן וואס מער – האב איך זיך‬
‫אריינגע'גנב'עט און וועלדל און שפאצירט לארכה ולרחבה‪ ,‬דארט צווישן די קאקאראטשעס און פליגן האב איך‬
‫זיך געשפירט היימיש אויסצולופטרן מיינע מחשבות‪ ,‬צו בארוהיגן מיינע נערוון‪ ,‬שעפן פרישע כוחות אנצוגיין‬
‫מיט'ן ווייטערדיגן סדר החיים‪.‬‬

‫און אזוי איז געווען יענעם יאר אויך‪ ,‬ווי נאר כ'האב געענדיגט אויספאקן מיינע חפצים אינעם "לאקער"‬
‫אריינגעדרייט די אנגלען פארן נומ‪ .‬שלאס‪ ,‬ארויפגעלייגט דעם ליילעך אויפן ערב פסח מצה‪( ...‬יא‪ ,‬מיין ערב‬
‫פסח מצה איז געווען אזוי דיק ווי דעם מאטראץ‪...‬און דער מאטראץ האט געהאט היבש מצות‪ )...‬בין איך‬
‫געלאפן זיך טרעפן מיט מיין אלטן גוטן פריינט‪ ,‬דער וועלדל!‬

‫איך האב געוואוסט אז ס'איז נישטא קיין סדר היום היינט‪ ,‬ס'איז דער ערשטער טאג‪ ,‬און צוליבן חולשא‬
‫דאורחא וועט אין די קומענדיגע פאר שעה גארנישט פארקומען‪ ,‬קען איך רוהיג פארברענגען און קיינער וועט‬
‫מיר נישט זוכן‪.‬‬

‫פונדערווייטנס האב איך שוין געהערט דעם דשומען פון די בינען‪-‬פליגן‪ ,‬ס'האט מיר געקלינגען אין די אויערן‬
‫ווי א ברוך הבא געזאנג‪ ,‬ווי זיי פרייען זיך אויך צו זייער אלטן גוטן פריינט‪ ...‬און אזוי פארטראכט‪ ,‬פאר'חלומ'ט‪,‬‬
‫מיט א האלבן שמייכל‪ ,‬האב איך אריינשפאצירט צווישן די בוימער‪.‬‬

‫א טריט נאך א טריט‪ ,‬א שפאן נאך א שפאן‪ ,‬איך פול אן מיינע לונגען מיט די ריינע לופט וואס בלאזט אזוי‬
‫ברייטהארציג‪ ,‬און איך שפאציר אזוי גוטמוטיג טיפער און טיפער אין וואלד‪.‬‬

‫א גרויסער שטיין האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט‪ ,‬איך זעץ אראפ דערויף מיינע מידע ביינער‪ ,‬מיין מויל‬
‫צועעפנט זיך מיט א גיגאנטישן געניץ אין די צייט וואס מיינע הענט ווערן דערהויבן אין די הייעך און זיי ציען‬
‫זיך אויס למעלה למעלה‪ ...‬מיינע אויגן גיבן זיך א פארקלעב‪ ...‬און אה‪ ,‬מעין עולם הבא‪ ,‬א זיסער דרימל נעמט‬
‫איין אלע מיינע גלידער‪.‬‬

‫אין מיין דמיון גיי איך ווייטער אין וואלד‪ ,‬פון איין וועלדל צום צווייטן‪ ,‬איך שפרייז אריבער קאנטרי'ס‪,‬‬
‫שטעטלעך און דערפלעך‪ ,‬טייכלעך ימים ונהרות‪ ,‬לענדער און קאנטינענטן‪ ,‬ביז איך טרעף זיך אין עפעס א‬
‫שטעטל אין יענעם עק וועלט‪.‬‬
‫איך קוק זיך ארום און ס'ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן‪ ,‬דא פאלט שוין צו די נאכט‪ ,‬די זון האלט שוין ביי‬
‫מעריב‪ ,‬און דער מאגן הייבט אן צו פאדערן דאס זייניגע‪ ,‬און איך בין דא פארקראכן ערגעץ ווייסעכווי‪ ,‬איך‬

‫‪1‬‬
‫קלאפ אריין אין ערשטן בודקע‪ ,‬מיט די האפענונג צו פרעגן וואו אין קען באקומען עפעס צו עסן‪ ,‬און דערנאך‬
‫א דאך איבערן קאפ‪ ,‬מארגן וועל איך זיך שוין זארגן אנצוקומען צוריק למחוז חפצי‪.‬‬

‫אבער ווי נאר דער טיר האט זיך געעפנט האט מיר אפגעווארט א מעכטיגער איבערראשונג‪ ,‬דער פארשוין –‬
‫געקליידעט ווי אין פאריגן יאר הונדערט – האט נישט פארשטאנען לא מיני' ולא מקצתי' פון וואס איך רעד‪ ,‬ער‬
‫האט פרובירט ענטפערן אויף זיין אייגנארטיגן לשון‪ ,‬אבער איך האב נישט געקענט אויפכאפן קיין זאך‪ ,‬צום‬
‫סוף האט ער ענדליך פארשטאנען מיין רמז ווען איך האב געוויזן מיט די האנט אויפן מויל‪ ,‬און ער האט מיר‬
‫געגעבן אביסל רויע קארן מיט רייז טועם צו זיין‪.‬‬

‫די נאכט בין איך איבערגעשלאפן ביי דעם פויער‪ ,‬און אינדערפרי האב איך זיך איבערצייגט ווי גרויס דער בראך‬
‫איז‪ ,‬איך געפין זיך ערגעץ אין די הרי אררט‪ ,‬א צוריקגעשטאנען פלאץ אפגעזונדערט פון די וועלט‪ ,‬נישטא קיין‬
‫טעלעפאן‪ ,‬הקיצור ס'נישטא קיין שום וועג זיך צו פארבינדן מיט די דרויסענדיגע וועלט‪ ,‬איך וועל שוין מוזן דא‬
‫אויסווארטן אויף עפעס א נס מן השמים‪.‬‬

‫דעם אנדערן טאג האב איך זיך אומגעקוקט וויאזוי די ארעמע ביידלעך זענען צוזאמגעשטעלט‪ ,‬געפלאכטן פון‬
‫צווייגן מיט שטרויענע דעכער‪ ,‬און איך האב מיט די הילף פון אפאר דארפישע קינדער צוזאמגעשטעלט א‬
‫בודקעלע פאר מיר‪ ,‬במשך די צייט האב איך מצליח געווען צו פארמאגן פיר ווענט‪ ,‬א דאך‪ ,‬א בעטל מיט א‬
‫טישל‪ ,‬און א שטאם פון א בוים פאר א בענקל‪.‬‬

‫עסן איז נישט געווען קיין פראבלעם‪ ,‬אין די געגנט איז געוואקסן תבואה און גרינצייג בשפע‪ ,‬די קיען האבן‬
‫געגעבן מילך‪ ,‬די הינער אייער‪ ,‬און ס'איז געווען אויף שבת צו מאכן‪...‬‬

‫אנפאנג איז עס נישט געווען אזוי געפערליך‪ ,‬איך בין נאך געווען פארנומען זיך מסדר צו זיין‪ ,‬אויסבעסערן מיין‬
‫הייזקע‪ ,‬צוזאמשטעלן מעבל‪ ,‬איינפלאנצן א שטיקל גארטן‪ ,‬אבער וואס מער צייט ס'איז אדורך‪ ,‬ווי מער מסודר‬
‫איך בין געווארן‪ ,‬האט מיר אנגעהויבן צו ברענען א מורא'דיגע דורשט‪ ,‬חברותא או מיתותא‪ ,‬צו די פויערן אין‬
‫דארף האב איך נישט געקענט ארויסרעדן א ווארט‪ ,‬כ'האב נישט פארשטאנען קיין מילה אחת פון וואס זיי‬
‫רעדן‪ ,‬און קיין אחינו בנ"י האב איך נישט געטראפן דארט‪ ,‬הקיצור דער דורשט פאר חברותא איז געווארן‬
‫ערגער און ערגער‪ ,‬שטערקער און שטערקער‪ ,‬מער און מער האט זיך כסדר ארויסגעוויזן דער געברויך צו‬
‫קאמיוניקירן מיט מיינס גלייכן‪ ,‬מיט ברודער וואס פארשטייען זיך‪ ,‬זאגן א גוט ווארט איינער פארן אנדערן‪( ,‬און‬
‫צומאל א גוט טשעפע‪ ...‬ווען ס'פעלט זיך אויס) אויסשמועסן וואס ס'ליגט אויפן הארץ‪ ,‬זיך מחזק זיין איינער‬
‫דעם אנדערן‪ ,‬און צומאל שטיפן די צייט צוזאמען‪...‬‬

‫די טעג זענען אריבער איינס נאכן צווייטן‪ ,‬און דער געברויך איז געווארן וויכטיגער און וויכטיגער‪ ,‬ביז יענעם‬
‫נאכמיטאג‪...‬‬

‫איך קוק ארויס פונעם פענסטער (א לעכל צווישן די צווייגן בלע"ז) און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער‬
‫ווי א גרופע חברים מיינע שפאצירן אריין אין דארף! איך לויף ארויס מיט איין אטעם‪ ...‬משה! דוד! יאנקי!‬
‫יואלי! איך פאל ארויף אויף יעדעמ'ס אקסל באזונדער‪ ,‬מ'נעמט זיך ארום (צו משה מנהל לאזט יא צו נישט‪)...‬‬
‫און איך לאדן זיי איין צו ביתי נאוה קודש אויף א שיסל רייז‪...‬‬

‫ס'איבריג צו זאגן וויאזוי מיינע טעג נאכדעם האבן אויסגעזעהן‪ ,‬איך בין געזיצן מיט זיי אגאנצן טאג‪ ,‬איך בין‬
‫אזוי נאנט געווארן מיט זיי‪ ,‬מ'האט פארברענגט‪ ,‬געשמועסט‪ ,‬זיך געטענה'ט‪ ,‬געפלאכטן ווערטער גאנצע און‬
‫האלבע‪ ,‬געפרעגט קשיות‪ ,‬געזאגט תגובות‪ ,‬דיסקאטירט אידישע און וועלטליכע נייעס‪ ,‬גערעדט זכרונות פון‬
‫ימות עולם‪ ,‬על הצדיקים ועל החסידים‪ ,‬און אלעס אויף די אידישע שפראך‪ ...‬ממש א ישועה!‬

‫און דאס איז וואס איך שפיר כלפי די "אידישע וועלט"‪ ...‬אין אזא פוסטע וועלט ווי מיר לעבן היינט‪,‬‬
‫מ'וואנדערט אריין אינעם נעט און ס'נישטא מיט וועם ארויסצורעדן א נארמאל ווארט‪ ,‬ביז מ'טרעפט זיך מיט‬
‫די חברים דא‪ ,‬און מ'דערזעהט זיך מיט טויזנט תגובות‪...‬‬

‫יעצט זינגדשעט אלע צוזאמען מיט מיר‪ ,‬ואת האלף‪ ,‬מיט א אזלא גרש‪...‬‬
‫אוי‪ ,‬כ'האב שיעור פארגעסן צו זאגן‪ ,‬און איך האב זיך אויפגעכאפט‪...‬‬
‫כל הזכויות שמורות‪ ,‬אייוועלט‪-‬גראדער‬

‫‪2‬‬

You might also like