You are on page 1of 4

‫לסדר ודי זהב (דברים) תשפ"ג לפ"ק‬ ‫בס"ד‬

‫הגליון טעון גניזה‬


‫עכ"ז גיבן מיר אכטונג נישט צו‬
‫(גליון ר)‬ ‫זעקת החינוך‬
‫שרייבן קיין פסוקים במילואם‬ ‫‪Tel. 020-3514-6632 / Fax: 020-3925-7853‬‬

‫אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל‬


‫דער מדרש זאגט (ילקוט שמעוני‪ ,‬דברים רמז תשצ"ג)‪ ,‬אוהבו של אדם אומר השמר בעצמך‪ ,‬אבל שונאו‬
‫אומר לו אל תתירא‪ ,‬כדי להפילו‪ - .‬א 'גוטער פריינד' ווארנט דעם מענטש 'גיב זיך אכטונג'‪' ,‬עס איז‬
‫דא א סכנה'‪ ,‬אבער א 'פיינט' טרייסט שטענדיג‪' ,‬דארפסט נישט מורא האבן'‪' ,‬ס'וועט זיין גוט'‪,‬‬
‫כדי דורך דעם זאל ער חלילה אריינפאלן אין די צרה‪ .‬משה רבינו האט כסדר מוסר געזאגט פאר‬
‫די יודן‪ ,‬און שטענדיג געווארנט השמר לך‪ ,‬אבער בלעם האט נאר געטרייסט די יודן‪ ,‬איר דארפט‬
‫נישט מורא האבן‪ ,‬ותרועת מלך בו‪ ,‬דער אויבערשטער גייט שטענדיג מיט אייך‪ ,‬מען זעהט קינדער‬
‫מיט פיאות‪ ,‬שטריימלעך מיט ווייסע זאקן‪ ,‬וואס סכנה‪ ,‬ווען סכנה‪ ,‬הערליכע שיינע מוסדות‪,‬‬
‫מעכטיגע בנינים‪ ,‬די קינדער פארהערן זיך בלעטער גמרא‪ ,‬לא הביט און ביעקב‪ ,‬קוק נישט אויף‬
‫דאס שלעכטע‪ ,‬קוק דאס גוטס וכו' וכו'‪ ,‬דער עיקר מען דארף נישט מורא האבן‪ ,‬מען קען‬
‫ווייטער לאזן לעכערן די שיף‪ ,‬קוק וואס פארא ריזיגע שטארקע שיף דאס איז‪ ,‬קוק ווי שיין‬
‫דאס איז‪ ,‬וואס מאכסטו א פאניק‪ ,‬ס'איז שיין‪ ,‬ס'איז גרויס‪ ,‬ס'איז שטארק‪ ,‬צו וואס זיך‬
‫פארטומלען דעם קאפ מיט איבריגע פחדים‪ - ,‬מען טיילט געלט‪ ,‬נעם עס מיט ביידע הענט‪,‬‬
‫טראכט נישט וואס וועט מארגן זיין‪ ,‬אלעס וועט זיין גוט‪ – .‬כך דרכו של בלעם הרשע‪ ,‬דאס איז‬
‫דער וועג פון בלעם הרשע‪ - .‬אבער אוהבו של אדם‪ ,‬משה רבינו‪ ,‬ער האט שטענדיג געווארנט יודן‪,‬‬
‫השמר לך‪ ,‬נישט חלילה אוועק צו גיין קיין ריר פון די הייליגע תורה‪ ,‬פון דרך קבלת אבותינו‪ ,‬זיך‬
‫האלטן פעסט כאטש עס איז שווער‪ ,‬ווייל נאר אזוי וועט מען קענען אדורך גיין די מים הזדונים‬
‫– סיי זיך אליין‪ ,‬און סיי די קינדער און אייניקלעך אלס ערליכע יודן‪.‬‬
‫און דער מדרש פירט אויס‪ ,‬דאס איז פשט אין פסוק‪ ,‬נאמנים פצעי אוהב ‪ -‬זה משה‪ ,‬ונעתרות‬
‫נשיקות שונא ‪ -‬זה בלעם הרשע‪.‬‬
‫*‬ ‫*‬ ‫*‬
‫המשך התשובה צו דעם שואל וואס מיר האב געדרוקט זיין בריעף פרשת בהעלותך‪.‬‬

‫יעצט וועלן מיר צוקומען צו די 'דריטע' שאלה וואס דער 'כותב‪-‬המכתב' האט געפרעגט‪ :‬אז מען‬
‫זעהט אז די מנהלים פירן א מלחמה מיט 'אפסטעד'‪ ,‬און כסדר הערט מען פון פארשידענע‬
‫'שטיקלעך' וואס מען האט אנגעווענדעט‪ ,‬כדי זיך ארויס צו דרייען פון יעדע זאך וואס איז נגד התורה‪,‬‬
‫איז מה כל הרעש‪ ,‬מען פירט דאך א מלחמה קעגן די רשעים‪.‬‬

‫תשובת המערכת‪( :‬דאס איז זייער א יסודות'דיגע תשובה ארויסצוקריכן פון אסאך בלבולים) ‪ -‬אוודאי איז צו שעצן‬
‫ווען יודן פראבירן זיך צו שלאגן מיט די וואס ווילן עוקר זיין דעם הייליגן חינוך‪ ,‬יעדע קליינע מלחמה וואס‬
‫אימער מען טוט נאר אין דעם ריכטונג‪ ,‬פארדינט באמת געשעצט צו ווערן‪ ,‬ליידער זענען דא גענוג‪-‬און‪-‬נאך‬
‫שוואכערע מוסדות וואס טוען ליידער דאס אויך נישט‪ ,‬אדער נאר אויף א גאר שוואכן פארנעם‪ ,‬און אז עס‬
‫זענען דא אזעלכע וואס שלאגן זיך יא‪ ,‬און צומאל קאסט עס א פרייז‪ ,‬איז דאס אוודאי ווערט געשעצט‪-‬צו‪-‬‬
‫ווערן‪.‬‬
‫אבער פון 'שעצן א זאך'‪ ,‬ביזן זאגן אז 'דאס איז א ריכטיגער וועג'‪ ,‬איז א ווייטער מהלך‪ - ,‬מיר וועלן פראבירן‬
‫ברענגען א קורצן משל כדי לקרב אל השכל‪.‬‬
‫עס זענען דא אין לאנדאן עטליכע געגנטער וואס האבן מיט ‪ 70-60‬יאר צוריק געשפרודלט מיט‬
‫יודישקייט‪ ,‬ס'געווען דארטן כמה וכמה קהילות שומרי תורה ומצות‪ ,‬ווי למשל 'איסט‪-‬ענד'‪' ,‬סטענמאר'‪,‬‬
‫'אילפארד' וכדו'‪ .‬היינט צוטאגס‪ ,‬אפשר איז נאך דא דארט עפעס קוים א צוזאמען‪-‬געקראצטע מנין שומרי‬
‫שבת‪ .‬אצינד‪ ,‬אויב עס וועט זיך מאכן א יוד פון די דארטיגע איינוואוינער‪ ,‬אשר נשאו לבו‪ ,‬און ער וועט‬
‫אנפאנגען צו טאן להרים קרן התורה דארט אין יענע גענגטער‪ ,‬ער וועט פראבירן אויפשטעלן עפעס א מין‬
‫'חדר'‪ ,‬פארשטייט זיך נישט פונקטליך אזא סארט חדר ווי אין סטעמפארד‪-‬היל‪ ...‬אבער פארט עפעס א מין‬
‫חדר וואס זאל אויף עפעס א אופן ציען די יונגווארג זיי זאלן קומען לערנען אביסל תורה‪ ,‬אביסל א איינשפריץ‬
‫פון אמונה‪ ,‬די יסודות פון יודישקייט‪ ,‬שמירת שבת כשרות וכדו'‪ .‬און לאמיר זיך פארשטעלן‪ ,‬אז דער יוד‬
‫וועט קומען צו אונז‪ ,‬למשל‪ ,‬צו מאכן א געלט‪-‬אקציע פאר זיינע פעולות‪ ,‬נו אוודאי דארף מען אים שטיצן‪,‬‬
‫מען דארף אים שעצן פאר זיין מסירות נפש וויפיל ער פראבירט אויפצוהייבן דארט אביסעלע דאס‬
‫יודישקייט וויפיל עס איז שייך‪ - .‬אבער צו איז ער גערעכט? צו דארף ער טאקע דארט וואוינען? זיכער אז‬
‫נישט! מען וועט אים זאגן‪ ,‬ר' יוד‪ ,‬אז דו ווילסט האבן א הוה אמינא פון האבן ערליכע דורות‪ ,‬ביטע איינפאקן‬
‫די פעקלעך און קום קיין סטעמפארד היל‪ ,‬דו טארסט דארט נישט וואוינען אפילו איין טאג נישט‪ ,‬עס איז א‬
‫מקום סכנה פאר דיר און פאר דיינע קינדער‪ ,‬אמת טאקע מען שעצט דאס מסירות נפש פון א יוד בכל אופן‬
‫שהוא‪ ,‬אבער צו דאס איז דער ריכטיגער וועג? זיכער אז נישט! ער שטעלט זיך איין אין א מורא'דיגע סכנה!‬
‫‪ -‬און ווער רעדט נאך אויב דער וואוינען דארט איז נישט כדי אויפצוטאהן פאר יודישקייט‪ ,‬נאר פאר געוויסע‬
‫באקוועמליכקייטן אדער לצורך פרנסה‪ ,‬און ער וועט זיך בארימען אז ער האט אזוי פיל מסירות נפש פאר‬
‫יודישקייט דארט אין 'סטענמאר'‪ ,‬וועט מען אים זאגן ר' יוד‪ ,‬דיין מסירות נפש איז באמת ווערט צו שעצן‪,‬‬
‫אבער לא זו הדרך‪ ,‬אויב דו ווילסט האבן ערליכע דורות דארפטו גיין אויפן ריכטיגן וועג‪ ,‬אזוי ווי אונזערע‬
‫רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט‪ ,‬און נאר דעמאלטס קענסטו האפן אויף סיעתא דשמיא‪.‬‬
‫דאס זעלבע איז דא ביי אונז‪ ,‬יעדעס מסירות נפש‪ ,‬יעדעס אנשטרענגעניש פארן הייליגן חינוך דארף מען‬
‫שעצן‪ ,‬אבער צו זאגן אז דאס איז דער ריכטיגער וועג? זיכער נישט! דער וועג פון פשרות פירט אין שאול‬
‫תחתית רח"ל!‪ ,‬מען דארף אנטלויפן פון אזא וועג‪ - .‬נישט נעמען קיין שוחד דמצוה‪ ,‬נישט ווערן‬
‫פארבלענדעט פון דעם חלק המלחמה וואס מען פירן נאך יא מיט 'אפסטעד'‪ .‬דער וועג ‪ -‬מיטן גאנצן מסי"נ‬
‫צוזאמען ‪ -‬פירט צו א חורבן רח"ל! דער ריכטיגער וועג איז הבדלו מעל האנשים הרשעים האלה פן תספו‬
‫בכל חטאתם‪ ,‬און ווי אלע צדיקים פון אלע דורות האבן אונז געלערנט אז פון רשעים‪ ,‬עוקרי הדת‪ ,‬דארף‬
‫מען אנטלויפן ווי פון פייער‪ ,‬פון יעדע זאך וואס ברענגט אריין א קרירות אין די הייליגע אמונה! און אודאי‬
‫און אודאי בכל מיני מסירות נפש זעהן אז עס זאל חלילה נישט האבן קיין מינדעסטע צוטריט צו אונזערע‬
‫הייליגע און ריינע קינדערלעך שיחיו‪ ,‬און נאר דעמאלטס קען מען האפן אויף סיעתא דשמיא‪ ,‬און אמת'ע‬
‫יודיש נחת‪.‬‬
‫מסירות נפש האבן אונזערע עלטערן און רבי'ס אלע דורות געהאט‪ - ,‬אויף צו אנטלויפן גענצליך פון די‬
‫רשעים‪ ,‬און נישט אויף מיטצוארבעטן מיט זיי און גיין אויפן שארף‪-‬פון‪-‬שווערד און האפן אז דער 'שטיין'‬
‫וועט נישט געלונגען‪ ,‬מסירות נפש דארף מען האבן ארויסצונעמען די הייליגע קינדער פון די סכנות'דיגע‬
‫פלעצער און אריינגעבן אין גענצליך ריינע און אפגעהיטענע פלעצער‪ ,‬אויף דעם דארף מען האבן מסירות‬
‫נפש‪ ,‬און אט דער וועג ברענגט די ריכטיגע סיעתא דשמיא‪ ,‬ולה' הישועה‪ ,‬ובשמו נעשה ונצליח‪.‬‬
‫אמר רב יצחק‪ ,‬יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום‬
‫(ילקוט שמעוני‪ ,‬בראשית פ"ו)‬
‫דער בעל דבר האט ווידער געטראפן דעם וועג אריין צו אונז אין די מחנה!‬
‫צו אריינפירן אין סכנה אונז מיט אונזערע קינדער שיחיו‬
‫מדורי גיהנם‪ – .‬און מיט א הכשר‪ ,‬איז עס אזוי ווי א‬ ‫ווען עס איז ארויסגעקומען דער טריפה'נער‬
‫געהעריגער סמארטפאן מיט א הכשר‪.‬‬ ‫סמארטפאן‪ ,‬און האט ל"ע געריסן שטיקער פון כלל‬
‫און ליידער דאס געפינט זיך אויך ביי גאר אסאך‬ ‫ישראל‪ ,‬אן א שיעור יונגעלייט און יודישע שטובער‬
‫היימישע חסיד'ישע יונגעלייט‪ ,‬און אפילו ביי‬ ‫זענען חרוב געגאנגען פון אט די טמא'נע כלי‪ ,‬דאן‬
‫עלטערע יודן‪ ,‬עס האט זיך אריינגערוקט אויף גאר‬ ‫האט זיך דער כלל ישראל אויפגעוועקט‪ ,‬און‬
‫א גרויסן פארנעם‪ ,‬דער טעלעפאן הייסט היינט דער‬ ‫אנגעפאנגען א גרויסע מלחמה קעגן דעם בעל דבר‬
‫"פאפולערער‪-‬טעלעפאן" ליידער‪.‬‬ ‫מיט זיינע חיילות‪ ,‬און בחסדי ה' איז דאס געווארן‬
‫באמת דארף מען זאגן‪ ,‬אז דער בעל דבר האט דא‬ ‫ארויס געשטעלט מחוץ למחנה‪ ,‬ביי דעם ערליכן‬
‫אויך געטאן מיט א 'פ ָארטל'‪ ,‬א טריק‪ ,‬בשעת אט‬ ‫ציבור אין כלל ישראל איז נקבע געווארן כיתד בל‬
‫דער טעל‪-‬סמארטפאן איז אריינגעקומען‪ ,‬איז עס‬ ‫תמוט אז א סמארטפאן איז א טמא'נע כלי! בל יראה‬
‫געווען אין א מאדעל וואס מען האט געקענט כשר'ן‪,‬‬ ‫ובל ימצא‪ ,‬א ערליכער חסיד'ישער יונגערמאן וועט‬
‫זיך שעמען צו האבן א סמארטפאן‪( ,‬ליידער ביי דעם‬
‫און כאטש די גרויסע סמארטפאנס איז – בחסדי ה'‬
‫‪ -‬ביים חסידי'שן ערליכן ציבור אפגעפרעגט‬ ‫באלעבאטישן עולם איז דאס נאך שטארק איינגעריסן‪ ,‬און‬
‫אינגאנצן‪ ,‬אפילו עס איז מיט א 'הכשר'‪ ,‬אבער דא‬ ‫ביי דעם באלעבאטישן‪-‬חסידישן עולם‪ ,‬דארף דאס נאך‬
‫האט מען זיך מתחילה נישט געכאפט אז עס איז א‬ ‫אויך א גרויסער תיקון‪ ,‬אבער פארט ביי דעם חסיד'ישן‬
‫'וואלף' בצורת 'שעפעלע'‪ ,‬א סמארטפאן בצורה‬ ‫ערליכן ציבור איז דאס מער‪-‬ווייניגער ב"ה אויסגעשפיגן‪,‬‬
‫תמימה‪ ,‬און אז מען האט עס גע'כשר'ט‪ ,‬האט מען‬ ‫און אפילו די סמארטפאן'ס מיט א הכשר איז ב"ה גענצליך‬
‫עס אנגעקוקט ווי א געווענליכער טעלעפאן וואס‬ ‫אויסגעשפיגן פון די מחנה און איז א בזיון פאר א חסיד'ישן‬
‫נאכן כשר'ן קען מען דאס נוצן‪ - .‬למעשה כדרכו של‬ ‫יונגערמאן דאס צו האלטן)‪.‬‬
‫יצר הרע האט זיך אנגעריקט א פרישער מאדעל‪,‬‬ ‫אויך די ערליכע מוסדות‪ ,‬האבן ארויס געגעבן‬
‫וואס דאס קען מען שוין נישט כשר'ן‪ ,‬און ‪-QIN‬‬ ‫שטרענגע תקנות בנוגע די טמא'נע סמארטפאן'ס‪,‬‬
‫‪ QIN‬לגזירה שוה‪ ,‬איין מאל מען קען שוין האבן די‬ ‫און מיט א געוויסע מאס איז דאס געווארן שטארק‬
‫כלי אין טאש אן א בושה‪ ,‬איז שוין ליידער נפרץ אז‬ ‫איינגעצוימט‪ ,‬עכ"פ ביים ערליכן ציבור‪.‬‬
‫א יונגערמאן קען האלטן אזא כלי און זאגן אז עס איז‬ ‫אבער לדאבונינו האט דער בעל דבר‬
‫גע'כשר'ט‪ ,‬און אזוי כאפט זיך עס אריין מער און‬ ‫ווידעראמאל געטראפן א נייעם לאך‬
‫מער‪ .‬ליידער איז שוין מער נישט קיין בושה‬ ‫אריינגעשווערצט פון די זייטיגע טיר‪ – .‬מיטן‬
‫אריינצוקומען אין א בית המדרש אדער כולל און‬ ‫באשאפונג פון די נייע כלי‪ ,‬דאס איז דער ‪QIN‬‬
‫זעהן‪ ,‬אז נעבן די הייליגע גמרא ליגט אזא סארט‬ ‫טעלעפאן (שיאמי)‪ ,‬וואס קוקט אויס ווי א פשוט'ער‬
‫טמא'נער סמארטפאן‪ ,‬ואין פוצה פה ומצפצף‪.‬‬ ‫אומשולדיגער טעלעפאן‪ ,‬און דאס האט זיך‬
‫און א ערליכער יונגערמאן וואס האט יא אזא‬ ‫אריינבאקומען אין די מחנה‪ ,‬און גאר שטארק‪ ,‬און‬
‫גע'כשר'טער טעלעפאן וועט אוודאי טראכטן‪ ,‬אז‬ ‫אפילו ביי חסיד'ישע יונגעלייט‪ ,‬דער אויסקוק איז ווי‬
‫אמת עס איז א געוואלדיגער פראבלעם‪ ,‬דער בעל‬ ‫א אומשולדיגער טעלעפאן‪ ,‬אבער למעשה איז עס‬
‫דבר האט טאקע דא געטראפן א לאך אין די שיף‪,‬‬ ‫א געהעריגער סמארטפאן לכל דבר!! מען קען‬
‫צוקומען צו די גאנצע סחי ומאוס פון אלע שבעה‬
‫אויך דארף מען נעמען אין באטראכט גאר א‬ ‫און די מים הזדונים פליסן פון דארט אריין בלי‬
‫שטארקער חשבון‪ ,‬אויב איך דריי זיך ארום מיט א‬ ‫מעצור‪ ,‬אבער פארט וואס האט עס מיט מיר? מיין‬
‫טעלעפאן וואס קען זיין יא כשר און די זעלבע כלי‬ ‫טעלעפאן‪-‬סמארטפאן איז דאך גע'כשר'ט‪ ,‬איז מעג‬
‫גענוי קען זיין א געהעריגער סמארטפאן‪ ,‬ד אַן וואס‬ ‫איך דאך דאס האבן‪.‬‬
‫וועלן מיינע קינדער האבן?! זיי וועלן דאך זיכער‬ ‫דארף מען אבער וויסן‪ ,‬אז ס'איז פונקט‬
‫"מעגן" האבן כאטש אזא כלי‪ ,‬און ווי ווייט דער‬ ‫פארקערט‪ ,‬דייקא דאס אז ערליכע און פרומע‬
‫הכשר אויף דעם וועט זיין איז א גרויסע פראגע‬ ‫יונגעלייט האבן דעם טעל‪-‬סמארטפאן‬
‫צייכן! דו האסט טאקע גענומען אזא הכשר און ער‬ ‫אפענערהייט‪ ,‬דאס גיבט דעם הכשר‪-‬כללי אויף‬
‫וועט נעמען אביסל א אנדער הכשר‪ ,‬א שטארקערע‪,‬‬ ‫דעם נייעם סארט סמארטפאן פאר די שוואכערע‬
‫א שוואכערע‪ ,‬יעדער ווייסט דאך ווי די זאכן גייען‪,‬‬ ‫צו קענען דאס האבן אן קיין הכשר‪ ,‬דאס מאכט אז‬
‫געווענדליך ארבעט נישט ביי דעם דער‬ ‫זיי זאלן זיך נישט שעמען מיט‬
‫'אכשור דרא'‪ ,‬און למעשה וועלן די‬ ‫דעם‪ ,‬און די ערליכע יונגעלייט‬
‫שפעטערע דורות ארום גיין מיט א‬ ‫דארפן וויסן אז זיי טראגן א גרויס‬
‫געהעריגער סמארטפאן רח"ל‪ ,‬אדער‬ ‫אחריות‪ ,‬ווי רש"י הק' זאגט די‬
‫כמו‪-‬סמארטפאן אין טאש רח"ל‪ ,‬און‬ ‫וואך אויפן פסוק ואשימם‬
‫זיין אויסגעשטעלט צו אלע‬ ‫בראשיכם‪ ,‬למד שאשמותיהם של‬
‫געפערליכע סכנות פון אפענע‬ ‫ישראל תלויות בראשי דייניהם‪,‬‬
‫אינטערנעט רח"ל‪ ,‬און אפילו אויב א‬ ‫שהיה להם למחות ולכוון אותם‬
‫יונגערמאן האט נאך נישט קיין‬ ‫לדרך הישרה‪ .‬און כאטש דא‬
‫גרעסערע קינדער‪ ,‬דארף אבער א‬ ‫רעדט מען נישט פון קיין 'דיינים'‪,‬‬
‫מענטש האבן די אחריות נישט נאר‬ ‫אבער דער זעלבער געדאנק איז ווי‬
‫אויף זיינע קינדער‪ ,‬נאר אויך אויף‬ ‫פארשטענדליך דא אויך שייך‪ ,‬אז‬
‫אנדערע יודן‪ ,‬אויף יענעמס קינדער‪,‬‬ ‫די ערליכע יונגעלייט וואס זענען‬
‫וואס וועלן טענה'ען צו זייערע‬ ‫זיך מקיל צו האלטן די טעל‪-‬‬
‫עלטערן‪ ,‬אז דער‪-‬און‪-‬דער פרומער‬ ‫סמארטפאנס‪ ,‬זיי טראגן די‬
‫יונגערמאן האט דאס‪ ,‬מעג איך דאך‬ ‫אחריות אויף די אלע אנדערע‬
‫אוודאי אויך‪ ,‬והקולר ישאר תלוי על‬ ‫שוואכערע וועלכע פאלן דורכדעם אריין אין‬
‫צווארו רח"ל‪.‬‬ ‫ערנסטע און גאר גרויסע מכשולות‪ ,‬און ווער ווייסט‬
‫דארף דאס יעדער נעמען ערנסט צום הארץ‪ ,‬און‬ ‫ביז ווי די חורבנות פון דעם וועט פירן רח"ל‪ ,‬דער‬
‫וויסן די געוואלדיגע גרויסע אחריות וואס ליגט אויף‬ ‫סמארטפאן האט שוין חרוב געלייגט אן א שיעור‬
‫אים‪ ,‬און ארויס ווארפן אט דעם "תמימות'דיגן"‬ ‫טייערע יודישע נשמות‪ ,‬און אן א שיעור יודישע‬
‫"אומשולדיגן" משחית פון שטוב‪ ,‬און פון טאש‪ ,‬און‬ ‫שטובער זענען חרוב געווארן פון דעם‪ ,‬זיי מיט‬
‫אין דעם זכות וועט זיכער מקוים ווערן ביי אים וואס‬ ‫זייערע דורות ביז אייביג רח"ל‪ ,‬און דער טעל‪-‬‬
‫חז"ל זאגן (יומא לט‪ ).‬אדם מקדש עצמו מעט‪,‬‬ ‫סמארטפאן הייבט יעצט אן זיינע חורבנות‪ ,‬און ווער‬
‫מקדשין אותו הרבה‪ ,‬מקדש עצמו מלמטה‪ ,‬מקדשין‬ ‫ווייסט ביז וואו דאס וועט פירן רח"ל‪ .‬און אלעס איז‬
‫אותו מלמעלה‪ ,‬און אין דעם זכות וועט דער בוכ"ע‬ ‫ואשימם בראשיכם‪ ,‬די אחריות פון די תוצאות וועט‬
‫אים זיכער בענטשן מיט ערליכע יודישע ליכטיגע‬ ‫רח"ל ליגן אויף די ערליכע יונגעלייט און מכש"כ‬
‫דורות אעמו"ש אמן‪.‬‬ ‫אויף די עלטערע אדער ערנסטע יודן וואס טראגן‬
‫זיך ארום מיט די כלי‪.‬‬

You might also like