Professional Documents
Culture Documents
איך-הער'ס באנק אקאונט
איך-הער'ס באנק אקאונט
סעקרעטאר
תגובות27581 :
ווי עטץ ווייסט דאך ,בין איך גאנץ א גרויסער מחותן מיטן שנה ראשונה אינגערמאן ,סאו ,פון די ארכיוון איז
ארויס געפאלן די אזוי אינטערעסאנטע חלק פונעם עפענען א באנק אקאונט ,אבער אזוי ווי יגר'ל האט עס
יעצט דערמאנט ,האבעך געטראכט אז כ'קען עס נישט ארויס לאזן פון מיינע הענט אזוי פשוט ,כאטש איך
ווייס ,אז איך וועל עס קיינמאל נישט אזוי גוט אראפ לייגן ווי די צוויי מעסטער שרייבער'ס ,יגר און יענטאאש,
אבער צו צולייגן צו דעם אז דער עולם זאל האבן וואס צו ליינען ,צו דעם טויג איך יא ,און איך וועל מיך נעמען
דערצו ,פארשטייט זיך כדרכי פון מאכן הקדמות ,און קוים רעדן צום ענין.
עניוועי ,קומט מיט מיר ,איך האב אלעס אראפ געכאפט לייוו ,איך האב עס טאקע נישט געסעיווט אויף יו טוב,
ממילא קען איך עס נישט געהעריג ווייזן ,איך וועל אבער אנצינדן די דמיונות פארט ,און פראבירן אראפ צו
לייגן אלעס לויט ווי איך זעה עס ,און איך האף אז איר וועט אויך אזוי שפירן.
איך בין אים נאכגעגאנגען א לאנגע צייט ,איר ווייסט דאך ,איך דערצייל ענק מיט דעם נישט קיין נייעס ,עטץ
ווייסט וועמען איך מיין? יא? מיילעך'ן ,מיין באליבטער שנה ראשונה אינגערמאן ,און פונקט ווי יעדן טאג ,אויך
היינט ,ביים אהיים קומען פון כולל גייט ער גראד צו צום פאסט קעסטל ,אולי ירחם ,אפילו א ביל ,אבער
עפעס ,כ'האב אמאל געהערט א ווערטל אז ביי פרישע אינגעלייט גייט אן דער מאמר ,אם אין קמח אין תורה,
אז ס'איז נישט דא קיין מעיל( ,פאסט בלע"ז ).קען מען נישט לערנען רואיג .און דער פון אויבן האט געהאלפן
ס'איז נישט געווען ליידיג ער האט ארויס גענומען א גרויסן פלייער ,און יא ,איר באקומט נישט מער און נישט
ווייניגער ווי הונדערט פונף און צוואנציג דאלער ,אויב ער עפענט שוין יעצט אן אקאונט ,ער לויפט אריין מיט
איין אטעם ,מלכי האסט געזען?
אבער מלכי איז אפילו נישט אינדערהיים ,זי איז ביי די ארבעט ,אבער ווי פארדאופט פארן פלייער וואס ער
האלט האט ער קוים געכאפט אז ער רעדט צו די וואנט ,ביז ווען ער האט געזען אז קיינער ענטפערט נישט,
האט ער זיך געכאפט און געגעבן א נעם די טעלעפאן און באלד געדיילט די אזוי באקאנטע נאמבער ,און זי
האט תיכף אויפגעהויבן ,אזוי ווי שפירענדיג אז יעצט איז נישט די צייט וואס ס'לוינט זיך צו שפילן מיט אים,
ווייל די נייעס איז צו וויכטיג דערפאר ,האלא ,מלכי ,האסט געזען? איז ער ווייטער אריין געפאלן אין
געפערליכן הייפערדיגע מוד.
וואס געזען ,האסט מיך יעצט געקאלט ,און איך בין ביי די ארבעט ,וואס האבעך געדארפט זען? און מיט
איינגעהאלטנקייט געטראכט ,ווער ווייסט וואס ס'האט פאסירט צו איר אזוי באליבטן מאן.
איך רעד פון די פאסט ,אוי איך כאפ מיך יעצט איך בין צו עקסיידעט ,און איך אביסל היי ,פון דאס וואס איך
האב יעצט געזען ,און ס'האט זיך מיר שוין געדאכט אז דו האסט עס אויך געזען ,עניוועי הער איך וועל דיר
פארליינען די פלייער וואס כ'האב ארויס גענומען פון פאסט באקס..
דו קענסט עפענען א באנק אקואנט און דו באקומסט נאך געלט דערפאר? WOW
אזוי ווי דו זאגסט ,ס'איז נישט צו גלייבן ,איך גיי רופן מיין נאכמיטאג חברותא ,אז איך קען נישט קומען ,ווייל
איך דארף עפעס וויכטיג ערלעדיגן ,דו מיינסט אז דו קענסט זאגן פאר דיין באס ,אז דיין לאנטש גייט זיך
1
אביסל פארציען ,וועגן זייער א וויכטיגע זאך?
כ'וועל פראבירן כאטש ער האט נישט ליב ווען מ'טוהט עס ,אבער כ'פארשטיי אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע
ברירה ,און אויב מ'וועט נישט באלד קער נעמען קענען זיי נאך חרטה האבן ,פון זייער גאנצע אדווערטייזמענט.
אקעי ,רעד צו אים ,און איך באשטעל שוין א קאר ,און איך גיי דיך אויפפיקן ,און מיר וועלן גיין צוזאמען ,אזוי
אז דו וועסט אויך קענען סיינען טשעקס ,און נישט דארפן אלץ ווארטן ביז דו וועסט וועלן שרייבן א טשעק.
מיט די פלייער אין די הענט ,האט ער באלד גערופן א קאר סערוויס ,כ'וועל ענק דערציילן א סוד ,איך האב מיך
געקענט מיטן באלעבאס פון די קאר סערוויס ,און איך האב אים אויך אריין געקאלט אז איך וויל מאכן דעי
טריפ ,ער האט נישט געהאט קיין אהנונג ווי אזוי איך ווייס פון דעם ,אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען ,און
האט מיר געגעבן דעם אקעי ,איך האב באלד געגעבן א פייף ,און ער קומט ארויס צו לויפן ,נאר מיט איין הענט
אין די רעקל ,און אזוי ווי ער עפענט די פראנט טיר ,האט ער אינגאנצן דאס אויסגעטוהן ,כ'מיין וואס קענט
איר דען פארלאנגען פון א מענטש וואס גייט יעצט עפענען מיט ס'ווייב א באנק אקאונט ,איך מאך מיך תם'יש,
איך געב אים א פרעג ,ווי גייט מען?
קודם וויל איך אויפפיקן מיין ווייב ,און נאכדעם אין טאון.
אה ,איי עם סארי איך האב אייך פארגעסן צו זאגן ,זי ארבעט ביי ...ענד קא .ווייסט וואו זיי זענען?
און זי ווארט שוין אינדרויסן ,איך סטאפ ,און ער רופט זיך באלד אן ,אונז וויל מיר גיין צו טשעיס און טאון.
נישט קיין פראבלעם ,איך וועל אויך האבן צייט צו מאכן מיין דעפאזיט? האסט אן אהנונג ווי לאנג דו גייסט
דארט זיין?
כ'ווייס נישט פונקטליך ,אבער כ'גלייב אז דו וועסט האבן צייט ,איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איך איך שמייכל אזוי צו מיר ,ס'ארבעט גאנץ גוט ,איך גיי אלעס מיט האלטן.
ענדליך מ'איז שוין אין טאון ,און איך פארק די קאר נעבן טשעיס ,און איך ווייז אים ווי מ'גייט אריין ,און איך
גיי מיך צו מיינע געשעפטן ,וואס איך דארף ערלעדיגן.
אקעי ,גיי ווייס ווי אונז דארף מיר אנהייבן ,לאמיר אריין גיין ,כ'האף אז מ'עמער באלד זעהן וואס אונז האמער
צו טוהן ,זיי גייען צו צו א טישל ארום גענומען מיט אזעלכע מחיצות ,און זיי פרעגן( ,אלעס איבער געטיישט
אויף ריין אידיש ).קענען מיר דא עפענען אן אקאונט?
שכוח.
סאו ,וואס ווילט איר עפענען ,א סעיווינגס אקאונט ,אדער א טשעקינג אקאונט?
אקעי ,א סעיווינג אקאונט ,לייגט איר אריין א סומע געלט ,און איר נוצט דאס נישט ,און ס'וואקסט מיט
פראצענט ,א טשעקינגט אקאונט ,ארבעט אז לויט וויפיל געלט ס'איז דא אין אקאונט ,אזויפיל קענט איר נוצן
מיט טשעקס.
2
סאו ,אויף סעיווינגס באקומט מען נישט קיין טשעקס?
מ'באקומט יא ,ווייל ווען איר ווילט שפעטער ארויס נעמען געלט קענט איר ,אבער דאס איז נישט געמאכט צו
נוצן יעדן טאג ,נאר א געהעריגע טשעקינג אקאונט.
און ביי דעם באקומט מען אויך די הונדערט פונף און צוואנציג דאלער?
מיילעך איז שיער צוזאם געפאלן פון די קשיא ,דאס גאנצע וואס ער האט זיך אזוי געיאגט איז נאר געווען ווייל
ער האט געוואלט אריין כאפן די געלט ,און דא ווייסט יענער נישט פון וואס ער רעדט ,ער געט א כאפ ארויס
זיין פלייער -וואס האט היינט געלאנדעט אין זיין פאסט קעסטל -פון ביזעם ,און ווייזט עס פאר יענעם.
אה ,פון דעם רעדסטו ,יא אוודאי ,איך האב מיך פלעין נישט געכאפט פון וואס דו רעדסט ,איי עם סארי.
מיילעך אטעם'ט אפ ,און לייגט צוריק זיין אזוי באליבטן פלייער אין ביזעם ,סאו ,מ'קען גיין ווייטער ,וואס
דארף איך טוהן צו עפענען אן אקאונט? א טשעקינג אקאונט.
אקעי ,איך וועל נעמען דיינע אינפארמעישן ,ער פרעגט און מיילעך ענטפערט ,די דיטעילס איז נישט זייער
אינטערעסאנט ,ער נעמט ארויס ,א טשעק ביכל ,און זאגט ,דאס איז די ערשטע ביכל ,און נאכדעם וועט
אנקומען אויף פאסט ( ,מיילעך שמייכל'ט ברוך השם נאך עפעס גייט קומען אויף פאסט ).נאך א גאנצע באקס
מיט טשעקס ,נאר פאר דרייצן דאלער ,מיט דיין פערמישן גיי איך ווייטער ,און מיילעך שאקעל'ט מיטן קאפ,
אבי עפעס וועט קומען אויף פאסט ,זאל עס קאסטן דרייצן דאלער.
דאס איז דיין אקאונט נאמבער ,און מיט וויפיל געלט ווילסטו אנפאנגען ,ס'הייסט וויפיל געלט ווילסטו דיין
יעצטיגע דעפאזעט זאל זיין?
אוודאי ,קען ער זיך נישט איינהאלטן פון שמייכלען ,פון אזעלכע יונגע העכטן וואס ער האט דא אריין געכאפט,
מ'דארף עס עפענען מיט עטליסט הונדערט דאלער.
מיילעך הייבט שוין באלד אן חרטה צו האבן פארן גאצן עסק ,אבער ער האלט שוין צו טיעף צוריק צו ציען ,ער
נעמט ארויס א הונדערטער ,און געט עס איבער ,און יענער זאגט אים ,אקעי ,אין דיין אקאונט איז יעצט דא
צוויי הונדערט און פינף און צוואנציג דאלער ,וחמת מיילעך שככה.
איך בין שוין כמעט פארטיג ,איך האלט שוין ביי זיין הויז.
בארואיגט אייך ,איך דרוק שוין שלח ,און אלעס איז פארטיג ,געטץ מיר די געלט און פארטיג ,אז נישט
באצאלט איר די גאנצע.
אן צו סאך ברירות ,און אויך נישט וואוסנדיג פונקטליך וואס שלח מיינט ,האט ער מיר באצאלט די פאר
דאלער ,און דא האט איר וואס ס'האט זיך אלץ אראפ געשפילט ,הצלחה וברכה.
(דא איז א קאפי פונעם ארגיניאלער דאקומעט וואס ס'איז אים אנגעקומען אויף פאסט).
צוגעלייגטע
4