‫אין הימל ַא יריד‬

‫ַא בעל־שמסקע מעשה פַאר אונזערע צייטן‬
‫קטלא קניא‬

‫ד‬

‫ער וויטעּפסקער שיל איז שוין פיל‪ַ .‬א קליינער שטיבל אין ַא זייט געסל הָאט עס ָאבער געצויגן בני‬
‫עליה און מבקשים‪ .‬פון אָ ּפסטייט זענען יידן געקומען פַארוויילן יום־ּכיפור אין דער פרעמד צו‬
‫קענען זיין ביים רבין כָאטש מוסדות זענען נישט געווען און ּכבוד הָאט ער נישט געהַאט צו טיילן‪.‬‬
‫ארץ־ישראלדיקע יידן נָאך זיין אין אומַאן אויף ראש השנה זענען געקומען קיין בָארָא־ּפַארק פַארברענגן‬
‫יום הקדוש ביים וויטעּפסקער צדיק און בלויז אָ ּפגעשטיגן אין אירוּפא צַאמצושטעלן דער שּפעזן‪ .‬יידן ווָאס‬
‫פלעגן פָארן צו ר' יידעלע קיין לָאנדָאן זענען נָאך זיין ּפטירה געקומען צום הייליקן וויטעּפסקער‪ .‬יודעי דבר‪,‬‬
‫יידן ווָאס הָאבן געוויסט ווָאס דָאס איז ַא רבי און ווָאס בַאדייט חסידות און עבודה שבלב הָאבן ערגעץ‬
‫ַאנדערש נישט געווָאלט זיין‪.‬‬
‫אינדערויסן הָאבן די גַאסן נָאך געשטרָאמט‪ .‬מענער‪ ,‬פרויען און קינדער גיין ַאלע אין שיל‪ .‬די פרויען‬
‫געקרוינט אין ווייס‪ ,‬די מיט ַא טיכל איבערן שייטל‪ ,‬איינצעלע מיט ַא נעץ איבער די הָאר‪ַ ,‬אנדערע מיט ַא‬
‫טורבַאן ָאן ַא שייטל‪ ,‬מיידלעך מיט הָאר בענדלעך‪ָ ,‬אבער ַאלע אין ווייס‪ַ .‬אנדערע הָאבן אפילו געהַאט ַא‬
‫ווייסן שירצל פון פָארענט‪ .‬די מענער איינגעוויקלט אין ווייסע קיטלעך‪ ,‬ביי עטלעכע שטרעקט זיך ַארוס ַא‬
‫ווייסע יַארמולקע פון אונטער דער שטריימל‪ַ ,‬אסַאך גיין ַא דיקע ווייסע גַארטל אויף די לענדן‪ ,‬און אּפָאר‬
‫גיין ווייסע שטרימּפ בלויז דער איינער הייליקער נַאכט‪.‬‬
‫הונדערטער פיס גיין צילגעווענדט ָאבער קוים הערט זיך ַא קול‪ .‬בחורים לויפן פָאראויס ָאנכַאפנדיק זייערע‬
‫מחזורים‪ .‬קליינע יינגלעך כאּפן ָאן די הענט פון זייערע טַאטעס‪ .‬די טרַאפיק לעמּפ בייטן זיך פון גרין צו‬
‫רויט און ווידער רויט צו גרין ָאבער ּכמעט ָאן א קַאר בנמצא‪ .‬אפילו גויים שּפירן דער קדושה פון דער נַאכט‬
‫ווער מיר זענען ַאלע ווי מלאכים‪ .‬קליינע מיידלעך כאּפן ָאן די די וועגלעך און פַארגלייכן זייערע ּפַאנטָאפל‬
‫מיט פַארבייגייענדיקע ָאבער יום־ּכיּפור הַאלטן מען צוריק דָאס שמייכל‪.‬‬
‫אין וויטעּפסק איז ָאבער שוין פיל‪ .‬ביים עמוד ברענען הויכע‪ ,‬דיקע‪ ,‬ברוינע ליכט ַאריינגעשטעקט אין ַא‬
‫ווַאזָאן ָאנגעפילט מיט ערד‪ ,‬די טישטיכער ווייס‪ ,‬די דעק איבערן בַאלעמער און ביים עמוד ווייס‪ַ ,‬א ווייסע‬
‫פרוכת ביים עמוד אויסער גָאלדענע לייבן מיט רויטע צינג און ַא גָאלדענער קרוין מיט רויטע בריליַאנטן‪.‬‬
‫דער עולם זיצט‪ ,‬שטייט‪ָ ,‬אנגעלענט אויף ווענט‪ ,‬זיצט אינדערויסן אויף שטיגן‪ ,‬אויף מיטגעברענגטע‬
‫בענקלעך‪ ,‬אויף ַאריינגעשטקטע בענק‪ַ .‬אבי אָ ּפרוען ַאביסל דער גוף צו זָאגן תפלת זּכה ָאדער ַא ּפָאר‬
‫קאּפיטלעך תהילים מיט ּכוונה אין די הייליקע מינוטן איידער דער רבי קומט ַאריין‪.‬‬
‫דער זייגער רוקט זיך‪ ,‬אינדערויסן איז שוין נַאכט לכל הדעות‪ ,‬אין גַאס גייט שוין ּכמעט נישט קיין בריה‬
‫ָאבער פונעם רבין הערט מען נישט‪ .‬די ווָאס גיין ַארום די טישן ווינטשן ַאיעדער בַאזונדער ַא גמר חתימה‬
‫טובה הָאבן זיך שוין לַאנג ַאוועקגעזצט‪ ,‬מען קוקט שוין ַארויס פונעם מחזור נָאכן לַאנגן תפלת זּכה‪ ,‬די‬
‫ווָאס הָאבן זיך גענומען ַא תהלים דרייען ַאהין און צוריק די בלעטער‪ .‬די קינדער ווערן אומגעדולדיק און‬
‫ציען ביים טַאטן דעם טלית‪" ,‬טַאטי‪ ,‬נָאך ווי לַאנג?"‬

‫~‪~1‬‬

‫דער טיר עפנט זיך און מען דרייט זיך אויס‪ .‬איז עס דער הויז־בחור מיטן רבינס מחזור‪ ,‬זיין ווייסן הַאנטיך‪,‬‬
‫ַאראּפ‬
‫ָ‬
‫די ספרים מיט כוונות ווָאס דער רבי הַאלט לעבן זיך? עס איז בלויז נָאך איינער ווָאס שלייערט זיך‬
‫דער טלית אויף ַארויסצוגיין‪.‬‬
‫'שייגעץ‪ ,‬גיי פון דָא ַארויס!" הערט זיך פונדרויסן‪ .‬קינדער קוקן בַאזָארגט‪ ,‬בחורים דרייען זיך די ּפיאות‪,‬‬
‫יונגעלייט שּפרינגן פון זייערע ּפלעצער‪ ,‬ווַארפן זיך ַאראָ ּפ די טליתים און לויפן ַארויס‪ .‬פון גַאס הערט זיך ַא‬
‫שרייעריי‪ַ" ,‬אז דו בַאשמוצט אונז אויף טעלעוויזיע און אין די צייטונגן זָאלסט דו אין שיל נישט קומען‪ .‬גיי‪,‬‬
‫דו אויסווָארף‪ .‬ווער פון דָא נעלם‪".‬‬
‫די פענצטער ווערן שנעל בַאזעצט און מען שטייט דריי געדעכט אויף שּפיץ פינגער פון די פיס‪ .‬מען קריכט‬
‫אויף ּפלייצעס צו זען ווָאס טוט זיך‪ .‬אינדערויסן בלָאזט ַאן אויסערגעווענלעכן שטַארקן ווינט‪ ,‬עלטערע יידן‬
‫כאּפן זיך אויף פון דרימל און מַאכן מיט די הענט‪ַ" ,‬א שרעקלעכן צוג‪ .‬מַאכט צו די פענצטער"‪ָ .‬אסן בלעטער‬
‫פליען אין דער לופט און ַאנדערע ציען זיך אויס זיך מחיה זיין מיט ַאביסל לופט‪.‬‬
‫אינדרויסן איז נָאך נישט פַארטיק‪ .‬היציקער שרייען‪" ,‬ווען עס איז נישט יום־ּכיּפור הַאק איך אים ָאן די‬
‫זייטן‪ .‬וועגן אים זיצן יידן אין תפיסה‪ַ ".‬אנדערע זָאגן‪" ,‬שוין‪ ,‬יום־ּכיפור‪ ,‬לָאז ָאּפ‪ .‬אנו מתירים להתפלל עם‬
‫העברינים‪ .‬די ווָאס זיצן זענען זיך אויך ווערד דָאס געלט‪ ".‬רוב מישן זיך נישט און קוקן ווייטער ַאריין אין‬
‫מחזור צי אין תהלימעל‪ ,‬לערנען מסכת יומא מיט די קינדער‪ ,‬טייטשן אויס על חטא‪ .‬דָאס עּפל‬
‫ַאריינגעשטעקט מיט בשמים קומט צוריק צום דריטן מָאל און מען הָאט שוין טועם געווען ַאלע ערליי‬
‫טַאבעקן‪ .‬קינדער לייגן זיך צו דער נָאז צום פלעשל פון די שמעקעריי זַאלצן און מעסטן זיך ווער קען געבן ַא‬
‫טיפערן שמעק‪.‬‬
‫דער הויז־בחור קומט צו לויפן מיט ַא בהלה‪" .‬ווער הָאט געזען דעם בחור? דער בחור ווָאס מען הָאט יעצט‬
‫נָאר ַארויסגעשטעלט‪ .‬ווּו איז ער געלָאפן?" מען טענהט זיך ווּו ער איז געגַאנגן‪ .‬איינער זָאגט אויפן טריין‪ַ .‬א‬
‫צווייטער זָאגט ער איז געגַאנגן דער ַאנדערע וועג‪" .‬איך הָאב אים זיכער געזען ַאריינגיין אין יענער שיל‪ ".‬עס‬
‫זענען געווען ווָאס הָאבן אים גָאר געזען זיך ַאריינזעצן אין ַא קַאר‪" .‬אים יום ּכיפור"‪.‬‬
‫דער גבאי איז אויך געקומען מַאכן געווַאלדעס‪" .‬דער רבי קומט נישט ַאריין איידער דער בחור קומט‬
‫צוריק‪ .‬ווער הָאט ענק געמַאכט בעלי בתים? עטץ הָאטץ נישט ַארויסצוווַארפן דָא קיינעם‪ַ .‬אז דער רבי וויל‬
‫עמעצן נישט וועט דער רבי שוין זָאגן‪ .‬גייטס געפונטס אים‪".‬‬
‫נָאך ַא לויפעריי און ַא זוכעריי אויף ַאלע גַאסן איז געקומען דער בשורה ַא מען הָאט אים געפונען‪" .‬פרעג‬
‫בעסער נישט ווּו" הָאט איינער פון די היציקע געזָאגט‪.‬‬
‫ַא שושקע הָאט אויסגעברָאכן‪ .‬נישט קיין ווינטן נָאר דער רביס טיר מַאכט זיך אויף‪ .‬דער עולם הייבט זיך‪,‬‬
‫די בחורים שטיּפן זיך ארום דעם עמוד‪ ,‬די קינדער קריכן אויף די בענק‪ ,‬סתם יידן ציען זיך אויס די‬
‫פַארטליתטע קעּפ‪ .‬אפילו די מחיצה פון ווייבערשיל הָאט געקוויטשט פון שטיּפעריי‪.‬‬

‫~‪~2‬‬

‫דער טיר מַאכט זיך אויף און דער רבי מיטן טלית איבערגעווָארפן איבערן ּפנים שָאקלט זיך מיטן הַאנט‬
‫איבערן מזוזה‪ .‬זיין ַאנדערע הַאנט כאּפט ָאן דער ָארעם פון ַא בחור ָאן ַא בָארד ָאנגעפער ַאלט ַאכצן צי‬
‫ניינצן‪ .‬עמעצער הָאט ַארויסגעשלעּפט ַא יַארמולקע פון אונטער זיין טלית און אים ָאנגעטון הָאט ער כָאטש‬
‫נישט געהַאט ַא הוילן קאָ ּפ‪ .‬זיין רויטער טי־שערט איז אויסגעשטַאנען אין דער ים פון ווייס‪ .‬ווען ער זָאל‬
‫הָאבן ּפיאות ווָאלטן זיי אפשר פַארשטעלט די צוויי אויער רינגלעך אויפן זעלבן אויער‪ .‬דער רבי הָאט דָאס‬
‫נישט געזען און אפילו נישט געהערט דער מוזיק פון די אייּפָאד דרָאטן הענגעדיק פון זיין הַאלץ‪.‬‬
‫דער רבי רירט זיך נישט פון מזוזה און לָאזט נישט אָ ּפ דעם בחור פַאר קיין רגע‪ .‬עּפעס איז ַאראָ ּפגעפַאלן און‬
‫דער רבי גיבט ַא שּפרינג‪ .‬דעם רבינס ּפנים טלית פַאלט ַאראָ ּפ און ציט מיט זיין קאּפל‪ַ .‬א שרעקלעכער‬
‫געשטַאלט‪ :‬דער רבי אין ַא בלויזן קאָ ּפ לעבן ַא יונגַאטש אין ַא ווייסן געשטריקטער יַארמולקע‪ .‬די חסידים‬
‫ַאראּפ‪ .‬ער‬
‫ָ‬
‫הָאבן ַאוועקגעקוקט‪ ,‬געשריגן "נו" מען זָאל צודעקען דעם רבין דעם קאָ ּפ‪ .‬דער רבי בייגט זיך‬
‫הייבט אויף איינס פון די דרָאטן און לייגט עס צוריק ַארום זיין הַאלץ און איבער זיין איקסל‬
‫דער רבי איז זיך ווידער מתעטף אין זיין טלית און רופט אויס מיט ַא געשריי און געוויין דריי מָאל‪" ,‬ויאמר‬
‫ה' סלחתי כדבריך"‪ .‬דער עולם שרייט נָאך מיט קולי קולות‪" ,‬ויאמר ה' סלחתי כדבריך"‪" ,‬ויאמר ה'‬
‫סלחתי כדבריך"‪" ,‬ויאמר ה' סלחתי כדבריך‪ ".‬דער רבי הָאט ַא קוש געטון די מזוזה און איז ַארויף אויפן‬
‫טרעּפל פַארן ארון קודש זָאגן ַא פייערדיקע ּכל נדרי דרשה‪.‬‬
‫נָאכן דַאווענען הָאבן חסידים איבערגעשמועסט די צענע ווָאס הָאט זיך אָ ּפגעשּפילט‪ .‬מען הָאט בַאווּונדערט‬
‫די מתיקות פונעם רבינס דַאווענען‪ .‬די שַארפערע קעּפ הָאבן איבערגעחזרט דער דרשה ווָארט ביי ווָארט‪ַ .‬א‬
‫וויליַאמסבורגער ייד ווָאס פלעגט פָארן צו ר' יידעלע הָאט געזָאגט ַאז ער פַארשטייט שוין פַארווָאס ר'‬
‫יידעלע הָאט געלָאזט צוואה מען זָאל ַאהער קומען‪ .‬מען הָאט דערמַאנט דעם בחור ָאבער קיין זכר פון אים‬
‫איז נישט געווען‪ .‬אין דער טומל הָאט מען אים נישט געזען גיין‪ ,‬דער רבי הָאט מיט אים קיין ווָארט נישט‬
‫גערעדט‪ ,‬און לשון הרע הָאט מען שוין נישט געקענט רעדן נָאך ווָאס עס הָאט זיך פַארַארבעט‪.‬‬

‫מ‬

‫וצאי יו"ּכ נָאך קידוש לבנה הָאט דער רבי געלָאזט רופן ַא מנין יידן פון די גָאר דערהויבענע‬
‫חסידים ואנשי מעשה‪ .‬ר' שמעלקע פעדער פון מָאנטריַאל ווָאס איז נָאך געפָארן צום‬
‫וויטעּפסקערס זיידע איז פַארשטייט זיך אויך ַאריין‪ .‬בלויז ער הָאט זיך דערווַאגט זָאגן ַא יישר‬
‫ּכוח פַארן רבין אויף די תפלות‪ .‬דער רבי הָאט הבדלה געמַאכט מיטן טלית איבערן קיטל‪ .‬מיט דער‬
‫זילבענער עטרה ארום זיין הַאלץ און אויפן קאָ ּפ זיין יום־טובדיקן שטריימל הָאט ער פַארביסן אויף‬
‫אויסצופַאסטן‪.‬‬
‫אמת מה נהדר צו זעם דער הייליקער צורה נָאך הָאבן ַאראָ ּפגעלייגט די עבודה פונעם לעצטן מעת־לעת‪ַ .‬א‬
‫שמייכל הָאט געשוועבט אויף זיין פנים נָאך ַאראָ ּפשלינגן ַא שטיקל לעקעך אמת מה נהדר היה כהן גדול‬
‫בצאתו מן קודש הקודשים‪.‬‬
‫נָאך זיך אויסגלייכן די ּפיאות הָאט דער רבי שטילערהייט געזָאגט‪" ,‬איר ווּונדערט זיך אוודאי ווָאס איז‬
‫נעכטן פָארגעקומען איז לָאמיך אייך דערציילן‪".‬‬

‫~‪~3‬‬

‫די אריות שבחבורה הָאבן זיך צוגעבויגן נישט חלילה צו פַארלירן ַא ווָארט‪.‬‬
‫"נעכטן נַאכט ווען יידן זענען געגַאנגן אין שיל הָאט זיך אין הימל געטון ַא פַארקער‪ .‬אונטן הָאט מען בלויז‬
‫געהערט די שטילע ּפַאדעשוועס פון די גומינע שיך ָאבער דָארט אויבן איז געווען ַא טומל‪ .‬איך קום ַאריין‬
‫אין ַא גרויסער הויכער זַאל‪ ,‬פיל מיט מענטשן‪ .‬מען גייט‪ ,‬מען קומט‪ ,‬מען שושקעט זיך‪ ,‬מען זָארגט‪ ,‬עס איז‬
‫נישט רוהיק‪ .‬איך גיי ַאריין נענטער און גַאנץ אויבן המלך יושב על ּכסא רם ונשא‪ ,‬ספרי חיים און ספרי‬
‫מתים ליגן ָאפן און פַאר אים שטייט ַא ריזיגן ווָאגשָאל ָאנגעהויפנט אויף ביידע זייטן‪ .‬מחנות מיט מלאכים‬
‫לויפן ַאלע געקליידערט אין ווייס‪ּ ,‬כרובימלעך מיט שיינע ּפיאות שלעּפן ווייסע זעק ּכמעט גרעסער ווי זיך‬
‫ַאליין‪ .‬די עלטערע מלאכים יָאגן‪" ,‬ס'יז שּפעט‪ .‬איילט אייך צו‪ ".‬און פון פָארנט ממש ביים טיש ווּו עס זענען‬
‫געלעגן די ספרים שטייט דער יצר טוב ַאליין ווי ַאן איבערוועכטער‪.‬‬
‫"טרָאץ די טָאנען מיט סחורה און מחנות בַאהילפערס איז דער שטערן אים געווען צוקנייטשט און ער‬
‫קוקט ַאלץ צום צווייטן זייט פונעם זַאל מיט זָארג‪ .‬ער הייסט זיינע בַאדינערס ברענגן ַאלץ נָאך סחורה‪ .‬איך‬
‫דריי מיך אויס און איך זע ווָאס אים שטערט‪.‬‬
‫"דָארט איז געווען די זעלבע חתונה נָאר מחנות געקליידערט אין שווַארץ מיט מיאוסע פנימער און געמיינע‬
‫צורות‪ .‬זיי זענען אויך געשטַאנען מיט הויפנס שווַארצע זעק ביים לינקן זייט פונעם זעלבן ווָאג שָאל נָאר‬
‫ביי זיי איז געווען רוהיקער‪ .‬די מיאוסע חברה הָאבן געפוילט‪ .‬זיי זענען געזעצן און פַארברענגט לַאכעדיק‪,‬‬
‫נָאר יעדער מָאל די ווייסע געקליידערטע חברה הָאבן ַארויפגעלייגט ַא זַאק אויפן רעכטן זייט הָאט דער‬
‫שטן ווָאס איז געשטַאנען בראש מיט ַא בייטש געגעבן ַא ווינק‪ .‬זיינע חברה הָאבן ַארויפגעלייגט ַא שווַארצע‬
‫זַאק און דָאס הָאט ווידער איבערגווויגן דער שָאל‪.‬‬
‫"נָאך ַא צייט ַאזוי פון זעק אויף ביידע זייטן הָאט זיך דער שטן ָאנגעהויבן צו רייצן‪" .‬ווָאס הָאסט דו‬
‫דָארט‪ ,‬צדיקל?" זָאגט ער פַארן יצר טוב‪" .‬לָאמיר זען ווָאס ליגט ביי דיר אין זַאק‪".‬‬
‫"דער יצר טוב הָאט געווינקן פַאר זיינע חברה און מען הָאט ַארויפגעהויפנט דריי שווערע זעק‪" .‬דריי‬
‫צדיקים ווָאס גיב נָאר ַא קוק ווי זיי וועגן ַאראָ ּפ דעם שָאל‪".‬‬
‫"דער טייוויל הָאט זיך הילכיק צולַאכט‪ַ .‬א ווידערקול הָאט אויסגעברָאכן אין דער זַאל‪ַ .‬אלע איברים הָאבן‬
‫זיך מיר צושוידערט‪" .‬דיינע צדיקים וועגן טַאקע זייער ַאסַאך‪ ,‬דָאס דַארפסטו מיר נישט זָאגן‪ָ ,‬אבער" און‬
‫דָא גיט ער זיך ַא דריי אויס צו זיינע חברה‪" .‬ברענגטס נָאר די זעק מיט זייערע קינדער‪ .‬טַאקע די קינדער‬
‫פון די ָא צדיקים‪ .‬איינער דַאכט זיך מיר הָאט צוועלעף‪ ,‬איינער ַאכט און דער דריטער נָאר פינעף טעכטער‬
‫איז ברענג שוין די איידעמעס אויך‪".‬‬
‫"דער ווָאגשָאל אויף דער זייט פון דער ספר המתים איז ַאראָ ּפגעזינקן און ניטַאמָאל זיך געווַאקלט אויף ַא‬
‫רגע‪" .‬נו‪ ,‬ווָאס נָאך הָאסטו? זָאל מען ַארויפלייגן זייערע קַארס אויך?" געט אים דער שטן ַא פרעג‪.‬‬

‫~‪~4‬‬

‫"דער יצר טוב הָאט זיך גענומען זוכן ָאבער צו ַאלעמען הָאט דער שטן געהַאט בעסערס און שווערער‪ַ .‬אז די‬
‫ּכרובימלעך הָאבן געברענגט ּכשר עסן הָאבן די מלאכי חבלה געברענגט זעק מיט ּכשרות געלט‪ .‬מטבעות‬
‫הָאבן זיי געברענגט עס זָאל שווערער וועגן‪ .‬זענען אפילו ַאריבער צום ַאנדערען זייט כאּפן פון די ווייסע זעק‪.‬‬
‫"זייט מוחל‪ ,‬הָאבן זיי געשריגן‪" ,‬ווָאס פַאלט אייך איין דָאס איז ּכשר? ַא זיגל? מיר קענען אויך זיגלן‪.‬‬
‫פַארשקלַאפן ַארבעטור און בַארויבן קונים איז ביי אייך ּכשר‪ַ ,‬אזוי גָאר?‪ ".‬דער לינקער שָאל הָאב ּכמעט‬
‫דערגרייכט צו דער ערד‪.‬‬
‫"ַאז דער יצר טוב הָאט געזען ַאז ער ווערט אין שוועריקייטן הָאט ער זיך ָאנגערופן‪" ,‬הערט מיך צו ַאז עס‬
‫איז נישט דָא קיין ברירה ברענג איך צו שלעּפן גַאנץ מעטלייף סטַאדיום ווּו בַאלד הונדערט־טויזנט יידן‬
‫הָאב געפייערט ַא סיום הש"ס‪ .‬לָאמיר זען בַאווייזט איר ַאזוינס‪".‬‬
‫"ברענג געזונטערהייט" ענטפערט אים דער שטן‪ָ ,‬אן ַאפילו ַא ּפינטן צו טָאן מיטן אויג‪" ,‬איך ברענג‬
‫סיטיפילד‪".‬‬
‫"הַא‪ ",‬זָאגט אים דער יצר טוב מיט ַא זעלטענער שמייכל‪" ,‬דו הָאסט פופציק טויזנט‪ ,‬איך הָאב הונדערט‪,‬‬
‫איז ברענג‪".‬‬
‫"איינער פון די קליפהלעך‪ַ ,‬א קליין געווַאקסענער מיט ַא מָאנדעם היט הָאט זיך געגעבן ַא שטיּפ צום‬
‫פָארנט און גיט ַא הילכיקן קוויטש‪" ,‬חסידים וועגן מער‪".‬‬
‫"דער יצר טוב הָאט זיך בַאגרָאבן דער קאָ ּפ און ווידער זיך גענומען נישטערן אין זיינע ּפעקלעך‪ .‬גַארבעז‬
‫זעק איבערגעצויגן מיט ווייסע ּפלַאסטיק‪ ,‬איבערגענוצטע גרָאסערי זעקלעך‪ ,‬רענצלעך ָאן רעדלעך מיט‬
‫צוברָאכענע זיּפערס‪ ,‬קעסטלעך צַאמגעהַאלט מיט סקָאטשטייּפ ווָאס הָאט שוין פַארלוירן דער קלעּב‪.‬‬
‫ַאראּפ‬
‫ָ‬
‫"די טענות זענען געגַאנגן ַאהין און צוריק און מען הָאט זיך נישט אפילו מטריח געווען ַארויף און‬
‫ווַארפן די זעק‪.‬‬
‫""איך וועל ברענגן מקוואות‪".‬‬
‫""ברענג איך זונות‪".‬‬
‫""און ווָאס איז מיט די ַאלע צדקות?"‬
‫""רעכן ערשט אָ ּפ די גניבות‪".‬‬
‫""און גמ"חן?"‬
‫""און ליידיגייער?"‬

‫~‪~5‬‬

‫""פדיון שבויים?"‬
‫""ווער מיר נישט סענטימענטַאל" זָאגט אים דער ס"מ‪" ,‬געב נָאר זיי מוחל ַאהער די שַאכטלעך מיט‬
‫נַארקָאטיק‪".‬‬
‫""זיי וועגן נישט ַאסַאך"‬
‫""און ַאז מען וויקלט זיי איין אין ספרי קודש?"‬
‫""תלמוד תורהס און מיידל שולעס‪".‬‬
‫""כַא כַא כַא‪ ,‬ווו די טירן זענען פַארשלָאסן? בַאלד וועסטו מיר נָאך ברענגן אויסגעהונגערטע ּכּפרות‬
‫הינדלעך"‬
‫"די טענער זענען העכער געווָארן און דער יצר טוב הָאט געמַאכט געווַאלדעס מיט די הענט‪ .‬דער שטן איז‬
‫ָאבער געשטַאנען מיט די הענט אין הויזן קעשענע און געלַאסן געפרעגט‪" ,‬ווָאס נָאך הָאסטו‪ ,‬צי דו ווילסט‬
‫שוין מַאכן ַא חשבון?"‬
‫"פון דער גערידער איז געקומען צו לויפן ַא גרעסערע עולם‪ .‬עס שטעלט זיך לעבן מיר ַאן עלטערער ייד און‬
‫גיט מיר ַא זָאג‪" ,‬ווָאס שטייסט דו ַאזוי און קוקסט דיך צו? דו מיינסט דָא איז ַא טיַאטער? זָאג אויך ַא‬
‫ווָארט‪".‬‬
‫"איך הָאב געזען ַאז דעם שטן געפעלט נישט דעם גַאסט און בַאלד גייט דער ייד צו צום רעכטן זייט און‬
‫שטעלט זיך פָאר‪.‬‬
‫""איך הייס לוי יצחק בן שרה סָאשע‪ .‬לָאמיך אייך אויסלערנען ווי מען הָאט געטון אין מיינע צייטן‪ ".‬ער‬
‫דרייט זיך אויס צו ַאן עלטערע ּכרובל און בַאפעלט אים‪" ,‬גיי ברענג די תנוקות של בית רבן שלא טעמו טעם‬
‫חטא‪ .‬ברענג נָאר וויפיל דו קענסט וועסט דו שוין זען ּפשט אין הס קטגור וקח סנגור מקומו‪".‬‬
‫"דער ס"מ הָאט זיך גענומען שושקן מיט זיינע בַאהילפער‪ .‬ער הָאט געווינקן צו איינער פון די טרעגערס‬
‫ווָאס איז געשטַאנען ביים זייט פון שיינע אויסגעשורהטע קעסטלעך‪ַ ,‬א צעטל און ַא נומער אויף יעדער‬
‫ּפּושקע‪ .‬זיי הָאבן אפילו געהַאט וועגלעך צו פירן די סחורה נישט זיי געלָאדנט אויפן ּפלייצע ווי ביי די‬
‫מלאכים גבריאל און מיכאל‪.‬‬
‫"דער בַארדיטשובער הָאט ביי דעם בַאקומען קורַאז און געגעבן ַא שריין אויס‪" ,‬רעדט הויך‪ .‬ווָאס שעמט‬
‫איר זיך ַאזוי? ס'יז נישט נייטיק ַא קול דממה דקה‪ .‬ס'מעג יעדער הערן‪".‬‬
‫""וויפיל וועגט יעדער פון אייערע תנוקות של בית רבן?" רופט זיך ָאן דער נחש הקדמוני‪.‬‬

‫~‪~6‬‬

‫""ווָאס איז דען ַא חילוק? יעדער וועגט ַאנדערש‪".‬‬
‫""ָאנגעפער איז מיר אויך גוט‪ָ .‬אבער געדענקט דָא גיין מיר לויטן געוויכט"‬
‫""ווייס איך‪ .‬פונט צי קילָא?" פרעגט דער בַארדיטשובער מיט ַא שּפעט‪.‬‬
‫""ווי אייך איז לייכטער‪".‬‬
‫""איז לָאמיר זָאגן פון ווען זיי גיין אין חדר ביזן בר מצווה איז צווישן דרייסיק און הונדערט פונט‪".‬‬
‫""און ַאן ערווַאקסענער מַאן?"‬
‫""ווָאס פון די צדיקים?"‬
‫""אוודאי! פון די גָאר גרויסע צדיקים"‬
‫"" ָא‪ ,‬מאכלי שבת קומט נישט לייכט‪ .‬איך ווָאלט געזָאגט פון צוויי ביז דריי הונדערט פונט‪ָ .‬אבער דָאס‬
‫קומט אויך אויף מיין זייט‪ .‬מלוה מלכה איז נישט דיינס‪".‬‬
‫"ָאן קיין שום טָאן פון נצחון און גַאנץ געלַאסן הָאט זיך דער שטן געגעבן ַא דריי אויס צו זיין שרייבער ביים‬
‫זייט‪" .‬זָאג נָאר‪ ,‬די ַאביוזערס הָאט מען געברענגט?"‬
‫"ר' לוי יצחק הָאט מיט ַא ווינק מיך צוגערופן און געפרעגט‪" ,‬ווָאס זָאגט ער? איך פַארשטיי נישט‪".‬‬
‫"ַא ברירה הָאב איך געהַאט‪ .‬איך הָאב אים געמיזט איבערטייטשן אויף יידיש‪ .‬לעסטערער‪,‬‬
‫ּפַאסקוטניַאקעס‪ ,‬חזירים‪ ,‬שמוציַאנעס‪ ,‬אבי אבותניקעס‪ ,‬געמיינע יונגן‪ .‬ער הָאט ענדלעך פַארשטַאנען‪.‬‬
‫"דער קדושת לויס קול הָאט ָאנגעהויבן ציטערן‪ .‬ער הָאט פַארזוכט זיך צַאמנעמען און ווידער‬
‫איינגעטענהט‪.‬‬
‫""נער איינער‪ ",‬זָאגט ער פַארן יצר הרע‪" ,‬איך הָאב גַאנצע תלמוד תורהס און מיידל שולעס און דו וועסט‬
‫מיר ברענגן אּפָאר בעלי עבירות‪ .‬דו ברענג דיינס און לָאמיך ברענגן מיינס‪".‬‬
‫""נו‪ ,‬נו‪ָ ,‬אבער איך ברענג אויך זייערע פַארטיידיקערס‪ .‬איך ברענג ַאלע רעסעּפשנס‪ ,‬טיי ָאוונטס‪ ,‬אסיפות‬
‫און איינזַאמלונגן און אפילו די ַאדווָאקַאטן‪ַ .‬אלעס קומט צו מיר‪".‬‬
‫"ווידער הָאט מיר דער בַארדיטשובער צדיק צוגערופן‪ .‬איך הָאב מיך געשעמט ַאז איך פַארטרעט די‬
‫לעבעדיקע ָאבער ווָאס פַאר ַא ברירה הָאב איך געהַאט‪.‬‬

‫~‪~7‬‬

‫"דער טלית איבערן מלך יושב הָאט זיך אויך ָאנגעהויבן ווַארפן‪ .‬דער בַארדיטשובער הָאט ָאנגעכאּפט דער‬
‫יצר טוב ער זָאל זיך נישט שרעקן‪.‬‬
‫"ווער טשעּפעט מיינע קינדער?" הָאט אויסגעדינערט אויבן‪" .‬ווער נעמט זיך פַאר זיי נישט ָאן?"‬
‫"דָאס איז געווען דער ווינט ווָאס הָאט געטרייסלט ַאלע ביימער נעכטן נַאכט‪ .‬ר' לוי יצחק איז ווייס‬
‫געווָארן‪ .‬ער זָאגט מיר ער גיט זיך נישט ַאן עצה‪'" .‬דור דור ודורשיו און דָאס איז פַאר דיר נישט פַאר מיר‪",‬‬
‫און איך גיב מיך ַא דריי אויס און ער איז שוין נישט דָארט‪.‬‬
‫"איך בין געבליבן ַאליין מיטן יצר טוב און איינס צוויי מלאכים‪ .‬די ּכרובימלעך הָאט מען ַאלע פַארשיקט‪,‬‬
‫מען הָאט געזָאגט עס איז נישט פַאר זיי‪ .‬ער איז דָארט געשטַאנען פַארדַארט און איינגעבויגן מיט זיינע‬
‫ווייסע שטרימּפ צַאמגעצויגן ארום די שווַארצע קנעכל‪ .‬איך הָאב פַארשטַאנען ַאז דער לַאסט פון ּכלל‬
‫ישראל איז אויף מיינע ּפלייצעס‪ .‬במקום שאין איש‪.‬‬
‫דער וויטעּפסקער הָאט זיך פַאררָאכטן דָאס שטריימל‪ ,‬געגעבן ַא שלינג ַאביסל ווַאסער פון גלעזל און‬
‫ממשיך געווען‪.‬‬
‫"שטייענדיק דָארט אויבן הָאב איך געהַאט ַא ּפַאנָארַאמישן בליק אויף דער וועלט ָאבער צייט איז געווען‬
‫שמָאל‪ .‬איך הָאב געזען ַאז אין רוב שילן הַאלט מען שוין טיף אין מיטן דַאווענען און מען קען נישט לָאזן די‬
‫תפלות זיך ענדיקן איידער דער מצב איז געלייזט‪.‬‬
‫"דער ווָאגשָאל איז געווען ָאנגעלָאדן אויפן לינקער זייט‪ ,‬מען הָאט געזען ווי אונטער דער טלית בלעטערט‬
‫מען אין דעם ספר המתים און ווידער הָאט זיך געהערט ַא רויש‪.‬‬
‫""הָאט עמעצער נָאך צו זָאגן?‬
‫"דַאן הָאב איך אויפגעטרויטן און איך הָאב געבעטן מען זָאל מיר לָאזן ברענגן מיין סחורה‪ .‬דער מלאך‬
‫המוות הָאט בַאקוקט זיין הַאנט זייגער און געשּפעט מיט זיינע ַארומיקע‪" ,‬איך קען אים נישט‪ ,‬עּפעס ַא‬
‫פרישער צדיק ָאבער אויסער צייט הָאבן מיר נישט ווָאס צו פַארלירן‪ .‬סייווי איז עס יום ּכיּפור און ַא‬
‫וועטשערע ווַארט אונז נישט אָ ּפ‪".‬‬
‫"איך הָאב ַארומגעשוועבט אין ַאלע שילן און צַאמגעברענגט קינדער אויסגעשלָאסענע‪ ,‬צושלָאגענע‪,‬‬
‫געטריבענע‪ .‬קיין סַאך צייט הָאב איך נישט געהַאט און איך הָאב געזוכט לכל הפחות איין מנין און בַאלד‬
‫זיי געשלעּפט‪ .‬איך הָאב זיי אויסגעשורהט לעבן דער ווָאגשָאל און ָאנגעהויבן מיין פַארטיידיקונג‪ .‬אין‬
‫סליחות פון ערב יום קדוש‪ ,‬היינט אינדערפרי‪ ,‬הָאבן מיר געזָאגט "צל קורתך באו‪ ,‬בנים אשר נגרשו‪ .‬קוק‬
‫צו די פַארטריבענע קינדער‪ ",‬הָאב איך געבעטן "ווי זיי קומען ַאלע צו לויפן זיך שיצן אונטער דיינע‬
‫בַאלקענעס‪ ".‬און בַאלד הָאב איך געלָאדנט דער פרישע סחורה‪.‬‬

‫~‪~8‬‬

‫""ווָאס פַאברענגסטו צייט? טיים איז מַאני‪ ,‬דו גרינער גרַאדוַאנט‪ ".‬הָאט מיר דער בעל דבר ַאריינגעהַאקט‪.‬‬
‫"אפילו אויף סטַאזש ווָאלט איך דיר נישט גענומען‪ .‬דו זָאגסט דָאך ַאליין מען הָאט זיי פַארטריבן‪.‬‬
‫פַארווָאס הָאט מען זיי פַארטריבן? ווער הָאט זיי פַארטריבן? ביסט נישט דָא געווען מיט אּפָאר מינוט? דו‬
‫ווילסט דווקא איז זָאל ברענגן די לעסטערער? טיפש איינער‪".‬‬
‫"איך הָאב מיך נישט צוטון געמַאכט און ווייטער געהויפנט‪ .‬און דער ווָאגשָאל הָאט זיך ָאנגעהויבן צו רירן‪.‬‬
‫נָאך איינער מיט ַאן אייפָאוין אין קעשענע‪ .‬נָאך איינער מיט ַא פולן רוקזַאק‪ .‬איך ּפַאק זיי ַארויף און‬
‫ענדליך‪ ,‬ענדליך דער ווָאגשָאל וועגט צו מיר איבער‪.‬‬
‫"מיינט נישט איך הָאב מיך געפרייט ווייל דער סטרא אחרא הָאט געַארבעט אויף קעסטענע ּכלים‪ .‬עס איז‬
‫מיר ָאבער געווען ַא פַארגעניגן ַאז צום ערשטן מָאל זעט ער אויס פַארזָארגט‪ .‬ווער עס וועט געווינען הָאב‬
‫איך נישט געווּוסט ָאבער לכל הּפחות הָאב איך פַארזוכט‪.‬‬
‫"שטעלט אייך פָאר ַאצינד מיינע בזיונות ווען מען הָאט נעכטן נַאכט ַארויסגעטריבן איינער פון מיין‬
‫דערוועלטן מנין‪ .‬דער שטן‪ ,‬דער מלאך המוות‪ַ ,‬אלע מלאכי חבלה און מזיקים הָאבן זיך געווָארפן פַאר‬
‫געלעכטער‪ .‬זיי הָאבן געווָאלט ברענגן פון מיין שיל צו זייערע זייט‪ .‬בלויז סייעתא דשמיא הָאט‬
‫גערַאטעוועט דער מצב‪ָ .‬אבער מיינט נישט עס איז געווען פַארטיק‪.‬‬
‫""נו‪ ,‬ברענגץ שוין די לעסטערער‪ ".‬הָאט ער ווייטער געשריגן ווען ער הָאט געזען עס ווערט אים שמָאל‪.‬‬
‫"איך הָאב געווָאלט איינשּפָארן דער מיה ָאבער ַאז ער ברענגט לָאמיר אויך ברענגן‪".‬‬
‫"מיר הָאבן געהערט פיסטריט און די קלַאנגן פון שליסלען און קייטן‪ .‬דער עולם הָאט געמיינט ַאז איך בין‬
‫ַאלעדיקט‪ .‬ווי קען ַא מנין ַא מנין צענערלינגן איבערשטייגן ַא מנין ערווַאקסענע? "ער'ז ַא נַאר" הָאבן זיי‬
‫געזָאגט‪" .‬טַאקע ַא גרינער‪".‬‬
‫"פון דערווייטנס הָאבן מיר געהערט ווי ַא טיר מַאכט זיך אויף און מען שליסט עס בַאלד צו‪ַ .‬אלעס הָאט‬
‫זיך אויסגעדרייט‪ .‬דער שטן הָאט געשריגן‪" ,‬נו‪ ,‬יָאגטס ענק צו‪ .‬מען ברענגט שוין בַאלד דעם ּפרָאצעס צום‬
‫סוף און דער ווָאגשָאל ווייזט פַאר זיי‪".‬‬
‫"צוויי וועכטער שווַארץ ָאנגעטָאן פון קאָ ּפ ביז פיס הָאבן געפירט איין איינצלן מַאן‪.‬‬
‫""ווּו זענען ַאלע ַאנדערע?" הָאט דער שלַאנג געסיקעט‪" .‬איך ווַארף אייך ַאלע צו די הרי חושך‪ .‬זיי הָאבן‬
‫געברענגט ַא גַאנצער מנין‪ .‬ווי וועט דער יינג דָא זיי איבערוועגן‪ .‬איך וויל ַאלע אנדערע שוין דָא דער מינוט‪.‬‬
‫בַאווייזט אייך נישט ָאן זיי‪.‬‬
‫"דָאס מָאל איז געווען מיין ריי צו שטיין געלַאסן און אים לָאזן זיך אויסקָאכן‪.‬‬
‫"די וועכטער זענען נענטער געקומען און דערלַאנגט פַארן ס"מ זייערע ַארעסטַאנט‪.‬‬

‫~‪~9‬‬

‫""זיי זענען ַאלע זיינע קרבנות" הָאט איינער געזָאגט‪.‬‬
‫""און דָאס ווערט גערעכנט פַאר איינס?" הָאט ער געמַאכט געווַאלדעס‪.‬‬
‫""דָא גייט מען אויף געוויכט‪ ",‬הָאסט דו פריער געזָאגט‪.‬‬
‫""און די אסיפה?"‬
‫""ס'יז הערשט נעקסטער ווָאך‪".‬‬
‫"מען הָאט דעם ַארעסטַאנט ַארויפגעווָארפן אויפן ווָאגשָאל מיטן שטריימל‪ ,‬מיטן בעקיטשע‪ ,‬מיטן קיטל‪,‬‬
‫ַא שווערע טלית מיט ַא ברייטע עטרה און אויף דעם ַא רעזשעווָאלקע‪ ,‬די פערטל שיך דעם דיקן גַארטל‬
‫ַאלעס איז ַארויף‪ .‬די שָאלן הָאבן זיך ָאנגעהויבן אויסגעגלייכן צו זיי און איך הָאב מיך דערשרָאקן‪.‬‬
‫"דער מלך יושב על ּכסא רם ונשא הָאט זיך אויפגעדעקט זיין ּפנים און ַא ציטער הָאט יעדן ָאנגעכאּפט‪ַ .‬א‬
‫פלַאם פייער הָאט געברענט ָאבער גָארנישט איז פַארברענט געווָארן‪ .‬אויגן ווי ּפערלשטיינער‪ ,‬הָאר ווייס ווי‬
‫בערג מיט שניי‪ .‬ער הָאט זיך אויפגעזעצט צוצוקוקן ווי די שָאלן הודיען ַאהין און ַאהער‪ .‬איין רגע איז עס‬
‫געווען צו מיר און בַאלד דערנָאך איז מיין זייט צוריק ַארויף‪ .‬די שווענץ פון יענעמס גַארטל הָאבן זיך‬
‫געשלעּפט אויף דער ערד און איינער פון די יענע חברה הָאבן עס געגעבן ַא ווַארף ַארויף און דער ווָאג הָאט‬
‫זיך ווידער ַא ריר געטָאן אין זייערע ריכטונג‪.‬‬
‫"דער מצב איז געווען גָאר שמָאל און איך הָאב געוויסט ַאז דָאס איז מיין לעצטן טשַאנס‪ַ .‬אז נישט יעצט‬
‫פַארליר איך‪ .‬עס הָאט זיך מיר געדַאכט ַאז עס שטייט שוין ביי מיר און ּפונקט דעמָאלט איז פון מיין בחור‬
‫ַאראָ ּפגעפַאלן איינס פון זיינע העדפָאוינס‪ .‬יעדער הָאר הָאט מיר אויסגעפעלט און ַאז דער העדפָאוין איז‬
‫נישט דָארט בין איך איינגעשטעלט‪ .‬דער שָאל הָאט זיך ווידער געהודיעט‪ .‬איין סעקונדע צו מיר‪ ,‬איין‬
‫סעקונדע צו זיי‪ .‬עס איז געווען ַא ריכטיקער ּפיקוח נפש‪ .‬הָאב איך מיך ַאראָ ּפגעבויגן און עס אויפגעהויבן‬
‫און צוריק ַארויפגעווָארפן‪ .‬דער ווָאגשָאל הָאט זיך גענייגט צו מיר און איך הָאב געוויסט דידן נצח‪.‬‬
‫" איך הָאב מיך בַאלד אויסגעדרייט צום מלך יושב פַארלַאנגן דעם ּפסק דין ָאבער דער אבי אבות גיט נישט‬
‫אויף‪ .‬ער הָאט נָאך עּפעס צו זָאגן‪.‬‬
‫""זָאגן קענסטו‪ ",‬רוף איך מיך ָאן‪ָ" ,‬אבער גענדעק לויטן געוויכט‪".‬‬
‫""יָא איך זָאג נָאר‪ .‬איך הָאב ַאן אינטערסַאנטער שאלה" הייבט ער ָאן‪" .‬זיינע צענעלינגן וועגן נָאר ַאזויפיל‬
‫צוליב זייער מוקצה־פולע קעשענעס‪ .‬הייסט עס דָאך ַאז ער הָאט הנאה פון מעשה שבת‪".‬‬
‫"אוי ווי פָארכטיק און ווי שרעקליך איז בלויז צו געדענקן ווי עס הָאט אויסגעזען‪ .‬דער מלך יושב על כסא‬
‫רם ונשא‪ ,‬קודשא בריך הוא ַאליין הָאט זיך געגעבן ַא שטעל אויף מיט ַא געווַאלד‪ .‬זיין בענקל‪ ,‬דער ּכסא‬

‫~ ‪~ 10‬‬

‫משּפט איז צוריקגעפַאלן און קיינער הָאט זיך נישט דערווַאגט זיך צו רירן‪ .‬זיין טלית הָאט ער זיך‬
‫איבערגעווָארפן איבער זיין ּפנים און עס איז ָאנגקומען ביז נָאך זיין בָארד‪.‬‬
‫""דו בַאנדיט‪ .‬דו רויבער‪ .‬דו בלָאפער‪ ".‬הָאט ער ָאנגעזידלט דעם שטן‪" .‬עבירות זָאלסט דו ברענגן וויפיל דו‬
‫ווילסט‪ .‬לּכך נוצרת‪ָ .‬אבער שאלות? ווָאס הָאסט דו מיט שאלות‪ַ .‬א צדיק ווערסט דו מיר? ּפשטלעך פלעכסט‬
‫דו מיר? גיי דיר צו ַאלע דיינע רוחות‪".‬‬
‫" מיט איין מַאך מיט דער הַאנט הָאט זיך איבערגעדרייט זיין גַאנצן שיסל און מען הָאט פַארקלאּפט דעם‬
‫ספר המתים‪ .‬אין הימל און ביי אונז אין שיל הָאט אויסגעברָאכן ַא געשריי‪:‬‬
‫""ויאמר ה' סלחתי כדבריך"‬
‫""ויאמר ה' סלחתי כדבריך"‬
‫""ויאמר ה' סלחתי כדבריך"‬

‫ד‬

‫ער וויטעּפסקער הָאט געענדיקט און דער עולם איז געבליבן איינגעבויגן אויף ַא שטיק צייט‪ .‬דער‬
‫רבי הָאט געטרינקן נָאך ַא לחיים און די חברייא קדישא הָאבן זיך אויפגעשטעלט און ַאריין אין ַא‬
‫טענצל‪.‬‬

‫ָאן ווערטער‪ ,‬בלויז ַא ניגון‪ .‬איטליך איז געשטַאנען אויף זיין ּפלַאץ זיך ָאנגכאּפט ביים הַאנט מיטן חבר און‬
‫געזינגן‪ .‬דער רבי ַאז ער הָאט געהַאט דער זכות צו רַאטעווען דעם כביכולס בַאשעפענישן און די חסידים ַאז‬
‫זיי זענען זוכה זיך צו בָאדן אין דער שיין פון ַאן אמתן צדיק‪.‬‬

‫~ ‪~ 11‬‬

Sign up to vote on this title
UsefulNot useful