You are on page 1of 1

‫ב"ה‬

‫יהדות החרדית אין ארה"ב ענטפאנגט די ראשי הקהילה פון קהל יראים ארט‪ .‬בודאפעסט‬

‫דינסטאג פרשת חקת בלק איז פארגעקומען א קבלת פנים פאר הרבנים החשובים הרב רבי זאב פאשקעס שליט"א און הר"ר‬
‫שמואל סאבאו שליט"א פון די ראשי הקהילה פון קהל יראים ארט‪ .‬בודאפעסט‬

‫אנגעהויבן האט זיך דאס א וואך בעפאר זונטאג פרשת קרח‪ ,‬ווי סאיז פארגעקומען א אסיפה אין די לשכת התאחדות הרבנים מיט‬
‫די חברי הבד״ץ‪ ,‬וועלכע דער יושב ראש הרב ר׳ ליפא קליין שליט״א האט אנגעפירט מיט א געוואלדיגע געניטקייט‪ ,‬און די רבנים‬
‫האבן זיך צו געהערט מיט גרויס אינטערעסע מהנעשה והנשמע פון די לעצטע צוויי יאר געשענישען אינערהאלב די קהילה‬
‫האורתודוקסי אין בודאפעסט‪ ,‬און מטכס עצה געווען ווי אזוי איז מעגליך להחזיר עטרה ליושנה מ'זאל פארזיכערן ס'זאל נישט‬
‫שולט זיין ידי זרים‪ .‬אויפגעטרעטן ביי די אסיפה האבן די רבני וועד הפועל הרה"ג רבי יעקב מנחם שטייף שליט״א מו״ץ התאחדות‬
‫הרבנים‪ ,‬הרב נפתלי הירצקא בערגער שליט״א אב״ד מישקאלץ אונגארן‪ ,‬און הרב יעקב יצחק יאקאבאוויטש שליט״א יו״ר מערכת‬
‫הכשרות מיל‪-‬מארט‪.‬‬
‫די התמנות פון די רבני וועד הפועל איז געקומען אדו רך די רב הקהילה הרב ר׳ יצחק טובי׳ ווייסבערגער שליט״א‪ ,‬רב ואב״ד קהל‬
‫יראים ארט‪ .‬בודאפעסט‪ ,‬וואס זאלן אים צו העלפן די עבודת הקודש צו קענען שטיין על משמרתו צו באקעמפן לבל ישלטו ידי‬
‫זרים ווי די ביד״צ עדה החרדית שרייבט לעשות כל טצדקי אז ס'זאל בלייבן אויפן דרך פונם הייליגן חתם סופר זי״ע‪.‬‬

‫ס'איז נאכגעפאלגט געווארן א קבלת פנים פאררופן דורך די רבני וועד הפועל און די חברי וועד הפועל ווי ס'זענען זיך אויך צוזאם‬
‫געקומען די עלטערע אידן יוצאי אונגארן בודאפעסט ארויס מו ווייזן חיזוק און שטיצע פאר די ראשי הקהילה‪ ,‬צום ערשט האט‬
‫אויפגעטרעטן ר׳ דוד זינגער נ״י גערעדט פון די היסטאריע פון די קהילה‪ ,‬נאכדעם האט אויפגעטרעטן הרב ר׳ יעקב יצחק שליט״א‬
‫ווי ער האט אין קורצן גערעדט פון די באדייט פון די הייליגקייט פון המשכת דרך מרן החת"ם סופר זי"ע‪ ,‬דערנאך האט‬
‫אויפגעטרעטן הרב ר׳ יעקב מנחם שליט״א ווי ער האט באריכות געשילדערט די פעולות פון די קהילה און די וווייטערדיגע‬
‫פלענער פון להחזיר עטרה ליושנה‪ .‬ווי אויך האט מען געהערט שטארקע ווערטער פון איינעם פון די חברי הוועד הרהנה"ח רבי‬
‫יוחנן הערצאג שליט"א ווי ער האט נאכגעזאגט פונם פריערדיגע ירושלימ'ער רב הרב ר׳ יצחק טובי׳ ווייס זצ״ל אז סאיז א חיוב‬
‫כאטש איינמאל א יאר צו קומען אויף די מקומות פון ווי מיר קומען זיך אומקוקען אויף די מקומות הקדושים און די שטעט ארום‪.‬‬
‫ווי אויך האט ער ארויסג עברענגט אז די חברי הוועד און די רבנים זאלן זיצן א יעדע שטיק צייט זעהן ווי מ'האלט מיט די פרישע‬
‫פעולות‬
‫נאכדעם האט מען געהערט פון הרב ר׳ נפתלי הירצקא בערגער שליט״א וואס איז באקאנט פון די נאנט וואס די מחריבים ווילן‬
‫אוסרייסן די לעצטע פארבליבענע שארית הפליטה‪ ,‬ווי ער שילדערט און לייגט אראפ די מציאות הדברים און וועס קען ווערן‬
‫געטון בעזר ה'‪ .‬די סעודת הקבלת פנים איז נתנדב געווארן דורך הרב ר׳ משה בערקאוויטש נ״י וואס איז נתמנה געווארן דורך הרב‬
‫ווייסבערגער שליט״א צו זיין פון די הנהלת הקהילה‪ ,‬לעילוי נשמת זיין אומפארגעסליכער טאטע ר׳ שלמה ב״ר אריה (לייבעלע)‬
‫בערקאוויטש ע״ה וואס האט אוועק געגעבן זיין לעבן לטובת הקהילה אין בודאפעסט‪.‬‬

‫דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען א קבלת פנים בבבית מהר״א מסאטמאר אין קרית יואל ווי ער האט ענטפאנגען די געסט‬
‫בכבוד הראוי אין באגלייטונג פון הרבני הנה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ שליט״א ווי ס'איז געווארן ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט‬
‫פון זיין אליין אקטיוו און אייראפע אפצהיטן די גחלת הקודש‪ .‬זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די קבלת פנים בבבית מהרז״ל‬
‫מסאטמאר אין סוואן לעיק ווי ער האט אויס געהערט מיט גרויס אינטערעסע מהנעשה והנשמע‪ .‬פון ביידע רבינ׳ס שטיבער גיבט‬
‫מען איבער אז מוועט שטיין למשען ולמשענה לאחיעזר ולאחיסמך להחזיר עטרה ליושנה‬

‫ואנחנו בשם השם נעשה ונצליח!‬

You might also like