You are on page 1of 21

‫שלום עליכם מיינע טייערע און געטרייע ליינער און פריינט וואס‬

‫האבען מיינע מאמרים געליינט אין די אלפים ‪.‬‬

‫צום אלעם ערשט מוז איך זיך פאר אייך פארענטפערן אז הלמאי איך בין‬

‫פארשוואונדען געווארן פאר א לענגערע צייט‪ .‬איך האב נישט געשריבען ווייל‬

‫עס איז מיר אנגעקומען פארשידענע טירדות און נישט ח"ו ווייל איך האב‬

‫גרינגעשעצט אין אייך‪ ,‬מיינע געטרייע ליינער‪ .‬אבער ווינאר איך האב זיך‬

‫געקענט מצמצם זיין מיין מוח'ל זיך ווידער צו זעצען צום קאמפיוטער און‬

‫ווידער זעצען מיינע פינגערס אויפן קיבארד האב איך עס גלייך געטאן‪ ,‬בבחינת‬
‫אומר ועושה‪.‬‬

‫מיר געפינען זיך איצט אין זייער הייסע טעג – תרתי משמע‪ – ...‬וואס עס‬
‫קען זיך דאכטען אז ר' אהרן איז איצט געווארען אויפגענומען אלץ "רב ור"מ‬

‫אין קרית יואל"‪ ,‬אדער אז בני יואל האט זיך אין די טעג געעפענט זייערע‬

‫אייגענע מוסדות‪ ,‬אדער גאר עס איז איצט די טעג פון ח"י סיון תשנ"ט ווען דער‬
‫ברך משה האט אויפגענומען זיין דריטען זון אלס אבד"ק סאטמאר אין‬
‫וויליאמסבורג‪.‬‬

‫מיר זעט מער אויס אז ר' אהרן האט צוריקגעדרייט זיין זייגער צו א‬

‫צוואנציג יאר צוריק‪ .‬וואס איז געשען פאר צוואנציג יאר צוריק? דעמאלט אין‬
‫יאר תשמ"ט האבען א קליינע הייפעלע פרומע אינגעלייט אין קרית יואל‬

‫באשלאסען אז זיי ווילען בלייבן ארגינעלע סאטמארער חסידים‪ ,‬זיי ווילען‬

‫ווייטער זיך פירען בדרך רביה"ק מסאטמאר בעל ויואל משה‪ ,‬דהיינו נאך צען‬

‫יאר וואס רבינו הקדוש איז שוין געווען בעלמא דקשוט‪ ,‬האבן זיי נאכנישט‬
‫געוואלט אנערקענען דעם פאקט אז עס איז דא א הנהגה אין סאטמאר וואס‬
‫הייסט כ"ק אדמו"ר שליט"א‪.,‬‬

‫אן אריין גיין צו זיי זענען גערעכט געווען צו נישט‪ ,‬איז אבער יא וויכטיג‬

‫זיך אריין צו לייגען אין זייער מהלך המחשבה און צו פארשטיין זייער גאנג און‬
‫זייער שיטה‪.‬‬

‫אבער כדי צו פארשטיין צו געבען דעם סארט געדאנקען גאנג מוז איך‬

‫אריין גיין אין אמאליגע היסטאריע פון סאטמאר‪ ,‬וואס עס האט זיך‬

‫אפגעשפילט אין הארץ פון יעדען סאטמארער חסיד ווען סאטמארער רבי איז‬
‫געווען רביה"ק דער ויואל משה זי"ע‪.‬‬

‫איין קליינע הקדמה פאר איך טונק מיך און אייך אריין אינעם ים של‬
‫היסטאריע‪ .‬אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר פאר מענטשען וואס ווילען‬

‫וויסען דעם אמת און ווילען וויסען היסטאריע און אלע אספעקטען איבער די‬

‫נושא פון סאטמאר‪ .‬בשו"א ווערען די שורות נישט געשריבען פאר ר' אהרן‬
‫טייטלבוים אדער פאר איינע פון זיינע אנהענגער‪ .‬ווען איך קען ווען אסר'ן‬

‫בדיני תורה אדער בדינא דמלכותא אז קיין שום ארוני מעמבער זאל דאס נישט‬

‫טארען ליינען‪ ,‬וואלט איך אנגענומען אלע סארט מיטלען‪ .‬אבער דאס איז דאך‬

‫נישט בידי‪ ,‬וועל איך גיין ווייטער מיין וועג און שרייבען פאר די וואס‬
‫פארמאגען יא א אפענעם קאפ און מוח צו וועלען פארשטיין וואס עס האט זיך‬

‫אפגעשפילט אין די היסטאריע‪ ,‬און צוליב וואס און וויאזוי האט מען זיך‬

‫דערזען אין א מצב אז פון א מיאריטעט איז געווארען א מינאריטעט‪ ,‬און די‬
‫מינאריטעט שרייט אויפן מיאריטעט אז זיי זענען מרבה ממזרים‪...‬‬

‫צו פארשטיין פארוואס ר' אהרן און זיינע אנהענגער זענען געווארען‬

‫אפגעריסענע שונאים פאר דאס ווארט "היסטאריע"‪ ,‬פארוואס קומט זיי דאס‬

‫בלוט אין קאפ ווען מען שרייבט איבער היסטאריע‪ ,‬וועל איך אראפברענגען א‬

‫מאמר פון א פריערדיגען "פארמעגליך" ארטיקעל וואס דאס וועט געבען‬

‫עטוואס ליכט פארוואס און פארווען ר' אהרן מיט היסטאריע זענען ביטער‬
‫צוקריגט‪.‬‬

‫ר' אהרן האט זיך אריינגעלייגט אין א עקספלאראציע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען מימות מענטשהייט‬

‫איז געבוירען געווארען‪ .‬א רב מפורסם בישראל‪ ,‬א רב אין די גרעסטע חסידישע שטאט אין דער וועלט‪ ,‬א ראש‬

‫ישיבה פון די גרעסטע חסידישע ישיבה אין דער וועלט‪ ,‬א פאפולערע פיגור‪ ,‬א מענטש וואס איז געווען‬

‫ארויפגעקוקט‪ ,‬האט זיך אריינגעלאזט אין אוואנטורעס וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארען‪.‬‬
‫שו"ע‪ .‬פון היסטאריע קען מען ארויסנעמען אלע הנהגה‬ ‫היסטאריע פון דורות איז פאר א מנהיג ישראל‪ ,‬דער‬

‫ענינים וואס האט נישט קיין מקורות אין שו"ע‪ .‬פון היסטאריע ווייסט מען וויאזוי האבען זיך אידען געפירט אלע‬

‫דורות‪ ,‬און וויאזוי די זיידעס האבען זיך געפירט‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪.‬‬

‫אויב איינער קען נישט היסטאריע‪ ,‬קען ער נאך אלץ מצליח זיין אויב פארמאגט ער א אוזן קשבת‪ ,‬און ער‬

‫לאזט זיך רעדען‪ .‬דורך דעם וואס אנדערע מענטשען גיבען איבער‪ ,‬קען מען גאר פיל ארויסהאבען‪ .‬און עס איז‬

‫נישט פאראן קיין שום זאך אין דער וועלט וואס היסטאריע דערציילט נישט איבערדעם‪ ,‬און גיט נישט איבער‬

‫פאר יעדע געשעעניש אין שפעטערע דורות‪ .‬און וואס עס האט נישט קיין מקור אין די היסטאריע‪ ,‬קען שוין‬

‫נישט גוט שמעקען‪ .‬עס מוז זיין אז דאס טויג נישט‪ .‬אלעס האט זיך שוין געמוזט אפשפילען ערגעץ אין די יארען‬

‫וואס די וועלט שטייט‪ ,‬כאטש פון ווען מען שרייבט אראפ אויף פאפיר‪ ,‬אלע געשעענישן‪.‬‬

‫אויסער ביי ספעיס פראגראמען‪ .‬ווען אמעריקע האט געוואלט אנהייבען עקספלארירן די "ספעיס פראגראם" אין‬

‫די פריע ‪'60‬ער יארען‪ ,‬איז אנטשטאנען א פראבלעם‪ .‬אמעריקע קען נישט – ווי רוסלאנד – אומברענגען מענטשען‬

‫פאר עקספלאראציעס‪ .‬נו וויזוי קען מען געוואיר ווערען וואס דארט אויבען טוט זיך און וויזוי דער קלימאט‬

‫דארט אויבן איז? היסטאריע איז דאך נישט שייך ביים ספעיס‪ ,‬ווייל עס איז גענצליך א נייע געשעעניש‪ .‬איז מען‬

‫ארויפגעקומען אויף א המצאה‪ .‬מען וועט ארויפשיקען א – מאנקי! און ערגסטענספאל וועט דאס שטארבען‪ .‬אויב‬

‫וועט עס יא איבערלעבען דעם וועג ארויף און צוריק אראפ‪ ,‬וועט מען קענען דורך די מאנקי‪ ,‬באקומען די‬

‫נויטיגע אינפארמאציע וויזוי אנצוהויבען צו שיקען מענטשען פאר ספעיס עקספלאראציע‪.‬‬

‫לענינינו‪ .‬ר' אהרן האט גענומען אויף זיך די עקספלאראציע וואס בלויז א מאנקי האט זיך געמעגט‬

‫אונטערנעמען‪ .‬ער האט זיך נישט געקענט פון קיינעם אפלערנען וויזוי פירט מען זיך ווען א זון וויל ירשענען ווען‬

‫דער טאטע לעבט‪ ,‬און וויאזוי מען דארף זיך צו פירען‪ ,‬ווען דער טאטע לאזט זיך נישט‪.‬‬

‫ר' אהרן האט באשלאסען אלעס צו ערלויבען אויף דער וועלט‪ ,‬יעדע פאריקטע המצאה האט אין זיין מח‬

‫געטראפען א מקום מנוחה‪ ,‬ווייל אפשר אולי ואולי וועט דאס זיין וואס וועט באוועגען דעם וואגשאל וואו ער‬

‫סווינגט זיך‪ ,‬צו קענען צוריק האבען גאנץ סאטמאר‪ .‬עס איז נישט געווען קיין איין עוועניו‪ ,‬איין וועג‪ ,‬קיין איין‬

‫דורכגאנג וואס עס איז נישט געווען אפען פאר אים צו עקספלאראטירן‪ .‬סיי וואס עס איז איינגעפאלען פאר‬
‫יעדען משוגענעם‪ ,‬פאר יעדען שנוק‪ ,‬פאר יעדען אומבאזעצטען מענטש‪ ,‬אפילו א נארישער בחורל‪ ,‬האט ביי אים‬

‫געהאט א אוזן קשבת‪ .‬ער האט געפענט אלע גרעניצען אלעס צו צולאזען‪ ,‬אבי‪ ,‬אפשר‪ ,‬ואולי דאס וועט זיין‬

‫דאס וואס וועט אים מאכען דער "איינציגער" יורש‪ .‬עס איז נישט געווען איין מאל ווען ער האט דאס‬

‫אפגעשטעלט‪ ,‬ווייל דאס איז שוין צו ווייט‪ ,‬צו ווייל דאס פאסט נישט‪ ,‬צו ווייל דאס איז קעגען די תורה‪ .‬אויב‬

‫האט ער איינגעזען אז עס פאסט זייער נישט די טריט‪ ,‬האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון "מתוך" און‬

‫געהאלטען אז די וועלט איז משוגע און יעדער שווערט זיך אז עס ווערט געטון זאכען פון זיך אליין‪ .‬און ער‬

‫ווייסט גארנישט‪.‬‬

‫איצט וועלען מיר זיך קערען צו די סארט מענטשען וואס ווילען יא וויסען‬

‫און פארשטיין פון היסטאריע‪ ,‬וואס עס שפילט זיך איצט אפ און וואס עס האט‬
‫צוגעברענגט צו דעם מצב‪.‬‬

‫סאטמארער חסידים האבען ביזן יאר תשל"ט פארמאגט א רבין וואס איז‬

‫געווען אזא סארט צדיק‪ ,‬קדוש וטהור ווי דער הייליגער דברי חיים און אזא‬
‫סארט ברייטער מנהיג הדור ווי דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זכותם יגן עלינו‪.‬‬

‫סאטמארער חסידים האבען פארמאגט א נאטורליכען שטאלץ ווייל זייער רבי‬

‫האט זיי געגעבען סיפוק ברוחניות ובגשמיות וואס מיר היינט קענען דאס שוין‬

‫אפילו נישט פארשטיין‪ .‬עס האבען מודה געווען אלע נישט סאטמארער חסידים‬
‫אז דער סאטמארער רב איז קיינמאל נישט געווען ח"ו א "לכבוד עצמו הוא‬

‫דורש"‪ ,‬עס האט יעדער געוויסט אז דער סאטמארער רב מיינט נאר און בלויז‬

‫דעם כבוד שמים‪ ,‬און פאר זיין פערזענליכע כבוד און נאמען האט ער זיך‬
‫אינגאנצען נישט געקימערט‪ ,‬דערפאר האט די גאנצע אידישע וועלט געהאט א‬
‫זעלטענעם דרך ארץ פארן רבין זי"ע‪.‬‬

‫מיר קאנען נישט פארשטיין וואס ביי די דעמאלטדיגע סאטמארער‬

‫חסידים האט געמיינט א שובבי"ם תורה‪ ,‬א דרשה פאר תקיעת שופר‪ ,‬א כל‬
‫נדרי דרשה‪ ,‬און דאס געדאווענעכץ די הייליגע טעג‪ .‬מיר קאנען נישט פארשטיין‬

‫וויאזוי דער רבי האט געפראוועט די הייליגע הקפות‪ .‬די אידען האבען געזען‬

‫אפענע "ג‪-‬טליכע התגלות" יעדען שני וחמישי‪ .‬מען האט געקענט זען אזעלכע‬

‫געשעענישען וואס היינט ווען מען הערט עס איבערדערציילען פון אונזערע‬


‫זיידעס‪ ,‬דאכט זיך אז מען הערט דא געשעענישען פון הייליגען צאנזער רב זי"ע‪.‬‬

‫און דערפאר זעט מען טאקע אז כאטש מען האלט שוין אריבער דרייסיג‬

‫יאר פון זיין פטירה‪ ,‬מען האלט שוין צוויי און פערציג יאר פון ווען דער רבי‬

‫האט שוין נישט געפירט קיין טישן‪ ,‬און כמעט נישט געזאגט קיין דרשות‪ ,‬מידי‬
‫שבת בשבתו‪ ,‬דאך איז דער עלטערער דור נאך אלץ "דארטען"‪.‬‬

‫ביי זיי אין די אויערען קלינגט נאך אלץ דער "עד הנה"‪ ,‬דער "אהבה רבה"‬

‫און זיי זעען נאך די הקפות פון יענע יארען‪ ,‬און אזוי ווייטער און ווייטער‪ .‬דער‬

‫סיפוק וואס זיי האבען געהאט יעדע איינציגע מינוט פון יאר פון זייער רבי'ן‬
‫לאזט זיי כסדר נישט מנוחה‪ .‬עס בענקט זיי‪ ,‬און עס נאגט זיי נאכאנאנד‪.‬‬
‫און מען קען זיך דאס איבערצייגען מיט דעם אז ווען מען זעט די‬

‫מיטליעריגע אידען זיצען אינאיינעם‪ ,‬סיי ווען‪ ,‬רעדט מען נאר פון רבי'ן‪.‬‬

‫נאכאמאל פון רבי'ן און ווידער אמאל פון רבי'ן‪ .‬אין ניו יארק ערשיינען דריי‬

‫אידישע צייטונגען און אלע האבען יעדע וואך מאמרים‪ ,‬תורות‪ ,‬מעשיות פון‬
‫רבין‪ ,‬כאטש דער רבי איז שוין נישטא איין און דרייסיג יאר‪ .‬וואס דאס זעט מען‬

‫נישט ביי אנדערע רביים וואס כאטש זיי זענען גאר גרויסע צדיקים וקדושים‪.‬‬

‫דער סאטמארער רב האט פארמאגט אין זיך א זעלטענע השלמה וואס בלויז‬
‫געציילטע צדיקים רבי'ס האבען דאס געהאט נאך עטליכע דורות פריער‪.‬‬

‫פארשטייט זיך אז דאס הסתלקות פון אזא רבי'ן האט איבערגעלאזט א‬

‫חלל וואס קען נישט ערפילט ווערען דורך קיינעם און עס איז טאקע געבליבען‬

‫א אפענער וואונד ביים עלטערען דור וואס ביי זיי איז דער רבי געווען ווי א‬

‫טאטע‪ ,‬ווייל ער האט זיך מיט זיי אפגעגעבן נאכן קריג ווי א טאטע צו אייגענע‬

‫קינדער‪ ,‬זיי האט יעדער געשפירט פערזענליך אז דער רבי האלט מיט זיין טאג‬

‫טעגליכער לעבן מדי יום ביומו‪ ,‬און אפילו ביי יונגערע וואס גלייכען היסטאריע‬

‫און וואס זוכען און נישטערען וואס זיי האבען אלץ פארפאסט און וואס זייערע‬
‫עלטערען און זיידעס האבען יא פארמאגט‪.‬‬
‫דער רבי איז נסתלק געווארען און קהל יטב לב ד'סאטמאר האט‬

‫אויפגענומען זיין פלומעניק דעם סיגעטער רב שפעטער דער ברך משה זצ"ל‬

‫וואס זאל צוזאמהאלטען די עדה‪ ,‬וואס זאל ווייטער פירען די קהילה און‬

‫מוסדות התורה און אלע אינסטיטוציעס וואס סאטמאר פארמאגט‪ .‬אזוי האט‬

‫מען זיך געפירט אין אלע דורות אז מען האט אויפגענומען א ממלא מקום וואס‬
‫זאל ווייטער פירען דאס רבנות‪.‬‬

‫אבער דא איז געווארען א שרעקליכער פראבלעם‪ .‬נעמליך אז דער נייער‬

‫רבי האט באמת אריין געטרעטען אין שטארק גרויסע שיך‪ .‬פשוט‪ ,‬דער לאך אין‬
‫הארץ ביים ציבור איז באמת געווען צו גרויס און די ערשטע מינוט‪ .‬דאס‬

‫מערהייט פון ציבור אין סאטמאר האט זיך טאקע צוגעשטעלט צום נייעם רב‪,‬‬

‫מען האט געוויסט אז מען מוז מקבל מרות זיין כדי צו קענען פירען ווייטער‬

‫דאס אלעס וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט אין אמעריקע און אין אומעטום‬

‫און דער ברך משה האט טאקע נאר דאס געוואלט‪ .‬ווייטער פירען וואס דער רבי‬

‫האט אויפגעשטעלט און עס האט אויך יעדער מודה געווען אז זיין ענווה איז‬

‫געווען להפליא און ער איז נישט געווען א לככבוד עצמו הוא דורש‪ .‬ער האט‬

‫נאר געשטרעבט אז סאטמאר זאל ווייטער געפירט ווערן על דרך רבינו הקדוש‬

‫און אלע מוסדות וואס דער רבי האט געפירט ווי למשל די עדה החרדית‪ ,‬כולל‬
‫שומרי החומות‪ ,‬און נאך פילע‪ ,‬זאל זיך נישט רירען א זיז כל שהוא פון רבינס‬
‫רצון‪.‬‬

‫דער סיגעטער רב איז געווען גאר א גאון וצדיק א אויסגערגענליכער‬

‫געלונגענער רב מיט א געוואלדיגע השלמה‪ ,‬א שטארקער תלמיד חכם בד' חלקי‬

‫שולחן ערוך און גאר א קלוגער איד‪ ,‬ער איז געווען מושלם מיט געוואלדיגע‬
‫מדות א גוטער מענטש‪ ,‬א צוגעלאזענער מענטש מיט ליבשאפט צו מענטשן‪ ,‬א‬

‫ברייטער מענטש מיט חכמה ותבונה‪ ,‬ער האט געפירט דין תורות מיטן פיפטען‬

‫חלק שולחן ערוך‪ ,‬ער איז געווען אן עסקן בעניני כשרות שחיטה מקוואות‪ ,‬ער‬

‫איז געווען טעטיג אין די וועד הרבנים פון התחאחדות הרבנים‪ ,‬און האט זיך‬
‫גוט פארטראגן מיט אלע רבנים פון שטאט‪ ,‬אויסער דעם איז ער געווען‬

‫מורא'דיג נאנט מיטן רבין זצ"ל‪ ,‬וואס ער האט מורא'דיג מקרב געווען‪ ,‬ווען ער‬

‫האט איבערגענומען די הנהגה פון סאטמאר‪ ,‬האט ער געפראוועט דעם ציבור‬

‫מיט א מורא'דיגער ערענסטקייט‪ ,‬ער האט פארלאנגט פון ציבור וואס דער‬

‫פעטער האט געוואלט‪ ,‬ער האט נישט פרובירט צו בויען זיין אייגן רעביסטעווע‪,‬‬

‫ער האט ניטמאל פארשטאנען גוט צו רביסטעווע‪ ,‬ער האט זיך אראפגעלאזט צו‬

‫יעדן איינעם‪ ,‬און האט זיך אסאך מאל צוליב זיין פשטות און עניוות זיך‬

‫פארפלאנטערט אין פריוואטע סכסוכים וואס ער האט פרובירט זיך אריינלייגן‬

‫אין העלפן‪ ,‬אזאך וואס באלאנגט נישט פאר קיין רבי‪ ,‬ער האט געפירט די‬
‫מוסדות מיט ערענסקייט‪ ,‬ער האט געדאווענט מיט א השתפכות הנפש‪,‬‬

‫געפראוועט טישן מיט פשטות אן קיין שום תניעות‪ ,‬געזאגט דרשות אין תורות‬

‫אלעס נאר איבערן פעטער‪ ,‬געפירט די מערכות פון סאטמאר מיט א אמתן‬

‫געפיל און עס האט געטראגען א ערענסטען כאראקטער ווייל עס האט יעדער‬


‫געוויסט אז דער רבי דער ברך משה איז נישט "לכבוד עצמו הוא דורש"‪.‬‬

‫אבער עס האט קיינער נישט געהאלטען אז דער ברך משה איז דער רבי‬

‫זי"ע‪ ,‬און ער האט נישט פארפילט דעם טיפען חלל וואס איז געבליבען אפען‬

‫פאר אייביג‪ .‬דאך אבער האט דער עולם זיך צוגעשטעלט מיט א געטריישאפט‪,‬‬
‫מען איז געקומען צופארען פון אלע מקומות אויף שיינע שבתים און ימים‬

‫טובים‪ ,‬מען איז זיך אריין געזעגענען כסדר און מען האט געזען אין ברך משה א‬

‫רב וואס האט באמת מיטגעפילט א צער פון א איד'ס צרה און א פרייד אין א‬
‫איד'ס שמחה‪.‬‬

‫עס איז טאקע געווען א שטיקל התנגדות צום ברך משה פון די ערשטע‬

‫מינוט אן דורך געוויסע יחידים‪ ,‬צו איז דאס וואס די אלטע רעביצין ע"ה האט‬

‫זיך נישט פארטראגען מיט אים‪ ,‬צו איז דאס פון אנדערע סארט פראבלעמען‬

‫וואס מענטשען האבען אין זיך געטראגען‪ ,‬אבער מער ווייניגער האט זיך דער‬

‫ציבור אין מערהייט יא פולקאם צוגעשטעלט צום ברך משה‪ ,‬כאטש עס איז ביי‬
‫קיינעם נישט ערפילט געווארען דער חלל וואס דער רבי האט איבערגעלאזט‬
‫אויפן ציבור און אויפן יחיד‪.‬‬

‫ווען דער ברך משה האט אויפגענומען זיין זון ר' אהרן פאר קרית יואלער‬

‫רב‪ ,‬האט זיך דאס התנגדות פילפאכיג פארשטערקערט‪ .‬און נישט ווייל ר' אהרן‬
‫מיט זיין "תקיפות" גייט אפשטעלען דאס הפקירות אין קרית יואל‪ ,‬צו ער גייט‬

‫ווערען א מוכיח וואס מען וועט נישט קענען פארטראגען‪ ,‬נאר צוליב זיין‬
‫פערסאנאלעטי וואס האט פארעקעלט א גרויסע טייל פון סאטמאר‪.‬‬

‫ער פארמאגט שוין נישט קיין שום מעלה ומידה וואס זיין טאטע האט יא‬

‫געהאט‪ .‬ער איז שוין נישט געווען א ערליכער איד‪ ,‬ער איז בכלל נישט געווען‬
‫קיין גרויסער תלמוד חכם‪ ,‬א שטייגער ווי זיין טאטע וואס האט געפסק'נט‬

‫שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט געהייסן אין בארא פארק פון די בעסטע‬

‫מורה הוראות און האט געפירט דין תורות‪ ,‬דאס האט ר' אהרן בכלל נישט‬
‫געהאט‪ ,‬ער איז געווען א חריף וואס האט געקענט זאגן פשט'לעך אבער קיין‬

‫הלכה למעשה האט מען מיט אים נישט געקענט רעדן‪ ,‬קיין פרומקייט אדער‬

‫ערליכקייט האט בכלל נישט געקלעבט אויף אים‪ ,‬ער האט זיך נישט משתתף‬

‫געווען בשמחתן ובצערם פונעם ציבור‪ ,‬מדות מגונות מיט גאות ושחצנות האט‬
‫ארויסגעשיינט אויף טריט און שריט‪ ,‬און דערצו זייער ווייט פון א חכם‪.‬‬
‫אבער נאכמער וואס עס האט זייער וויי געטאן פארן סאטמארער ציבור‬

‫איז געווען אז עס האט מיטגעהאלטען יעדער סאטמארער חסיד וואס עס האט‬

‫זיך אפגעטאן ביים שידוך פון ר' אהרן און מען האט מיט רעכט געפילט אז אין‬

‫רבינס שטעטעל צו מאכען אים אלס רב איז א דירעקטער פגיעה אין רבין וואס‬
‫האט מיט זיינע לעצטע כוחות אויפגעשטעלט דעם שטעטעל‪ ,‬כדי צו זיין‬

‫אפגעטיילט פון די גאס און פון די מיינוג וואס די גאס האט איבער ציונות און‬

‫איבער די אגודת ישראל‪ .‬און זיי האבן אלע געוויסט אז ר' אהרן וואס האט‬

‫געוואוינט אין קרית וויזניץ עטליכע יאר איז אליין אפגעקילט פון די סאטמארע‬
‫שיטה און לאכט ביי זיך דערפון‪,‬‬

‫למעשה איז ר' אהרן געווארען רב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל‪,‬‬

‫אבער דער שניט און ריס וואס דאס האט פאראורזאכט דעמאלט אין סאטמאר‪,‬‬
‫שניידט און רייסט נאך היינט צוטאגס‪.‬‬

‫איך וועל נישט נאכאמאל זיך אריינלייגען אין די יארען פון תשמ"ה ביז‬

‫תשנ"ט‪ ,‬ווייל דאס האט שוין "פארמעגליך" באשריבען אין דעטאלען באגלייט‬
‫מיט אנאליזען‪.‬‬

‫אין יאר תשנ"ט איז דער "שניט און ריס" געקומען צום קלימאקס אז דער‬

‫סאטמארער ציבור בכל מקומות משבותיהם האט דורכגעפירט א אלוועלטליכען‬


‫רעוואלוציע אויף ר' אהרן'ס סאטמאר און אויף זיין אמביציע צו ווערען דער‬
‫רבי אין סאטמאר על כרחו פון רוב ציבור‪.‬‬

‫רוב פון סאטמאר האלט אז ר' אהרן איז אן אפלאכער פון פריערדיגע‪ ,‬א‬

‫שטייגער ווי זיין שוואגער דער בעלזער‪ .‬וועט מען קוקט גוט אריין אין די‬
‫היסטאריע פון בעלז און וויאזוי זיי קוקן היינט אויס מיט זייער איצטיגער‬

‫מנהיג זעט מען א זעלטענעם פאראדאקס צום מצב פון ר' אהרן מיט זיין חלק‬
‫אין סאטמאר‪.‬‬

‫בעלז איז אלעמאל געווען דאס שארפסטע קעגען ציונות און קעגען סיי‬

‫וועלכע דרויסענדע און מאדערענע השפעה וואס די גאס האט געברענגט‪ .‬דער‬
‫בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע איז געווען אזוי שטארק קעגען די די ציונים אז‬

‫ער האט מלחמה געהאלטען מיט די אגודת ישראל פארטיי‪ ,‬אזוי ווייט אז אין‬

‫אלע בעלזער שטיבלעך אין אייראפע האט מען געמוזט ארויסנעמען די מסכתות‬
‫אין ש"ס וואו דער "דף היומי" האט דאן געהאלטען‪ .‬אין די היינטיגע‬

‫אויפגעקלערטע וועלט וואלט מען אנגערופען דעם בעלזער רב א פאנאטישער‪,‬‬

‫א קיצוני‪ .‬היינט מיט לאנגע יארען שפעטער זעט זיך אזא בילד‪ :‬עס שפילט זיך‬

‫אפ אין די טעג די מערכה מיט די "עמנואל" בית יעקב שולע‪ ,‬און דער‬

‫סלאנימער רבי האט געהייסען פאר זיינע חסידים ארויסצונעמען זייער מיידלעך‬
‫פון דארט און שיקען קיין בני ברק אין בעלזער מיידל שולע‪ .‬ווי נאר די רעגירונג‬

‫האט געסטראשעט בעלז אז זיי וועלן אפשטעלען די געלטער פאר זייער שולע‬

‫אויב זיי ווארפען נישט ארויס די מיידלעך‪ ,‬האט דער בעלזער נישט געטראכט‬
‫איין רגע‪ .‬די מיידלעך זענען פארשיקט געווארען‪.‬‬

‫סיי אין אנטווערפען און סיי אין מאנטרעאל איז דא א מערכה מיט די‬
‫דארטיגע רעגירונגען איבער טוישונגען אין די לימודים פון די שולעס‪ .‬אין ביידע‬

‫לענדער האט בעלז זיך גלייך און די ערשטע אונטערגעגעבען און מסכים געווען‬

‫צו אלע מאדערנע טוישונגען אפילו עס גרעניצט זיך מיט די הייקעלסטע יסודות‬
‫פון חינוך‪ .‬און אין ביידע לענדער האט בעלז פארשווערט די מערכה וואס‬

‫אנדערע מוסדות האבען געפירט מיט די רעגירונג‪ ,‬ווייל די רעגירונגען האבען‬

‫געווארפן זאמד אין די אויגען אז אויב בעלז קען לערנען די לימודים‪ ,‬קענען‬
‫אלע פרומע מוסדות‪.‬‬

‫און‪ ,‬אין מאנטרעאל האט א קאטוילישע שולע געטאן וואס להבדיל בעלז‬
‫האט נישט געטאן‪ .‬זיי האבען זיך נישט געלאזט און א ריכטער האט טאקע‬

‫געאורטיילט אז דאס צווינגען פון די קאנאדער רעגירונג צו טוישען די לימודים‬

‫איז פונקט ווי די שפאנישע אינקוויזיציע האט געצווינגען זיך צו טויפען פאר‬
‫פיר הונדערט יאר צוריק‪.‬‬
‫וויאזוי איז אזא פרומע און קנאישע קהילה אנגעקומען צו אזא נידריגען‬

‫מצב‪ ,‬ווייל זייער מנהיג האט אפגעלאכט פון פריערדיגע‪ .‬ער האט מיט א‬

‫סיסטעמאטישען סדר פון אפלאכען פון הייליגען סאטמארער רבי'ן זי"ע ביי "די‬

‫שטייעדיגע תורה"‪ ,‬ביזען אפלאכען פון יעדע מערכה וואס די עדה החרדית האט‬
‫געפירט‪ ,‬ביז זיי האלטען ביים לערנען מיט זייער מיידלעך לימודים וואס איז‬

‫נוגע לקדושתן של ישראל‪ .‬היינט צו טאגס איז נישט נאר די ציונות מערכות פון‬

‫בעלזא אן אפגעלאכטע זאך נאר אפילו ענינים פון צניעות אדער השקפה איז‬

‫אין בעלזא דער ערשטע פלאץ אפצולאכן‪ ,‬למשל שייטלעך איז דער ערשטע‬

‫חסיד'ישער פלאץ וואס א דיין זאל זיך אפיציעל ארויסשטעלן און שרייבן‬

‫אפצולאכן פון דעם ענין מיט א זלזול פון קדמונים‪ ,‬פון די אנדערע זייט האט‬

‫דער בעלזא'ר זיך גענומען אזאלעכע מצוות וואס די משכילים האבן געזוכט‬

‫פארצייטענס‪ ,‬למשל לערנען דקדוק‪ ,‬וואס ווי יעדער ווייסט איז דאס געווען א‬
‫מאדערענע זאך אינדערהיים צוליב וואס די משכילים האבן פרובירט צו מאכן‬

‫פון לשון הקודש א שפראך מיט נארמאלע כללים‪ ,‬דעריבער האבן זיי געלערענט‬

‫דקדוק‪ ,‬היינט צו טאג איז בעלזא דער איינציגער מקום וואס דקדוק פארנעמט‬

‫א חשוב'ער ארט‪ ,‬און די בעלזא סידורים האבן אפילו משנה געווען געוויסע‬
‫נוסחאות פון תפלה ווייל סהאט נישט געשטימט לויט די כללי הדקדוק‪,‬‬
‫ביי ר' אהרן טייטלבוים זעט מען שטארקע ענליכקייטען צום שוואגער פון‬

‫בעלז‪ .‬ר' אהרן האט סיסטעמאטיש אנגעהויבען מיט א אפלאכעריי פון אלעס‬
‫וואס סאטמאר האלט און פון אלעם וואס סאטמאר באדייט‪.‬‬

‫איך וועל נישט אריין גיין צו דער קרית יואלער פאבליק סקול איז‬
‫הלכהדיג מותר אדער אסור‪ .‬אבער דער פאקט אז קרית יואל איז דער איינציגער‬

‫מקום ווי עס געפינט זיך א בית חינוך אינסטיטוציע וואס זייער ריזען געביידע‬

‫פארמאגט נישט קיין איין מזוזה איז א זאך וואס דער דרך פון ויואל משה ווערט‬

‫סיסטעמאטיש אפגעלאכט‪ .‬אז סאטמאר זאל זיך פאר געלט‪ ,‬און אפילו עס איז‬
‫גרויס געלט‪ ,‬פארקויפען אזוי נידריג אז א מזוזה זאל זיך נישט געפינען אינעם‬

‫גאנצען געביידע וואס געפינט זיך אינעם הייליגען שטעטעל‪ ,‬איז א‬

‫סיסטעמאטישער אפלאכעריי אין אלעס וואס סאטמאר האט אמאל געקעמפט‪.‬‬

‫ווער עס געדענקט ווען מען האט מייסד געווען דעם שטעטל אויף וואסערע‬

‫קלייניגקייטן מען האט זיך געשטעלט מיט מסירות נפש‪ ,‬ווייל דער רבי האט‬

‫געוואלט אז עס זאל זיין א פרומע שטעטל‪ ,‬צענדליגער קלענערע פירצות ווי‬

‫דעם האט מען לוחם געווען‪ ,‬כ"ש א זאך וואס זעהט אויס ווי פירצה ביסודות‬

‫הדת‪ ,‬דער ברך משה אליין'ס האט דאס קיינמאל נישט געלאזט איינפירן‪ ,‬ר'‬

‫משה טובי' בראווער ווען ער איז געווען דער פירער פון ווילידש אוו קרית יואל‬

‫האט פרובירט צו מאכן אן אייגענער פובליק סקול און דער רבי האט אים‬
‫געזאגט אז עס פאסט נישט פאר סאטמאר‪ ,‬די זעלבע איז געווען אין‬

‫וויליאמסבורג ווען ר' משה אברהם גרינפעלד האט געוואלט אזויווי אלע‬

‫אנדערע מוסדות החינוך מאכן טשעפער וואן פראגראם‪ ,‬האט דער רבי דער ברך‬

‫משה געזאגט פאר ר' לייביש מיט די הנהלה אז אין סאטמאר איז דאס נישט‬
‫קיין אויסגעהאלטענע זאך‪ ,‬אבער דא האט ר' אהרן אויפגעשטעלט ברבים און‬

‫מודה געווען בפני כל עם ועדה אז דער מוסד טאר מען על פי החוק נישט מחנך‬

‫זיין קינדער על פי תורה‪ ,‬נאר מיט א תירץ פון הערידעש וואס מיינט אז מען‬

‫מעג לערנען מיט קינדער איבער שופר בלאזן ווייל דאס איז א מסורה פון די‬

‫אידישע געמיינדע אז מען בלאזט מיט אזא פייפער וואס הייסט שופר‪ ,‬אזויווי‬
‫להבדיל די טערקן מאכן זייערע חגאות זייערע שטיק‪,‬‬

‫מען זעט אין דעם אז ר' אהרן פארמאגט נישט קיין טראפ כאראקטער אין‬

‫זיך‪ .‬דאס וואס ער פארשאפט זיך טרערען ווען ער רעדט פון די קראנקע קינדער‬
‫איז ליצנות פונעם העכסטען סארט‪ ,‬א פשוטער קאמיקער און א ציניקער‪ .‬א‬

‫מענטש וואס האט נאך נישט ארויסגעוויזען קיין שום געפיל פאר קיין שום‬

‫מענטש; ר' אהרן טייטלבוים האט צוריסען משפחות בישראל מיט אן אכזריות‬

‫נורא ואיום‪ ,‬אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער‪ .‬ר'‬

‫אהרן האט בזדון ארויסגעלאזט שמות רעות ונוראות אויף עטליכע אידען אין‬

‫קרית יואל‪ ,‬אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער‪ .‬ר' אהרן‬
‫האט מיט א גלייכגילטיקייט צוגעקוקט ווי מען פייניגט זיינע קעגנער‪ ,‬ער האט‬

‫אקטיוו געשטיצט שרעקליכע מעשי השחתה קעגען זיינע קעגנער‪ ,‬אזא איינער‬

‫לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער‪ .‬און מיר קענען אויסרעכענען‬
‫נאך צענדליגער מעשי השחתה ונבלה וואס ר' אהרן האט געטאן אין קרית יואל‪.‬‬

‫דעריבער וויינט נישט אזא סארט פארשוין פאר קראנקע קינדער‪ .‬און פאר‬

‫געלט האט זיך סאטמאר געלאזט פארקויפן זייער נשמות מיטען פאלשען‬
‫שלייער וואס הייסט "קראנקע קינדער"‪.‬‬

‫סאטמאר טאר נישט האבען א מוסד וואו עס ליגט נישט קיין אידישער‬

‫סימן‪ ,‬א הייליגע מזוזה ביי די טירען‪ .‬דאס איז אן אפלאך פון סאטמארער רבין‬
‫און פון זיין שווערע הארעוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיינע חסידים‬
‫אז געלט‪-‬נעמען אויפן חשבון פון אידישקייט איז בל יראה ובבל ימצא‪.‬‬

‫ווען ר' אהרן האלט זיינע דרשות של דופי יעדען שני וחמישי‪ ,‬לייגט ער‬

‫אריין גיפט‪ ,‬האס‪ ,‬ליצנות און שקרים אויפן חשבון פון הייליגען רבין וואס מען‬
‫זעט טאקע בחוש אז עס האט קאלט געמאכט אלע זיינע אנהענגער פון יעדע‬
‫זיק של קדושה פון סאטמאר‪.‬‬
‫ווען דער ר' אהרן שטעלט זיך אויף און זאגט אז דער פעטער האט נישט‬

‫געטאן אין שחיטה און ר' אהרן זאגט אויף זיך אז אלע יארען איז געווען "ליבי‬
‫נוקפיה" פון די שחיטה אויף גסות‪ ,‬איז דאס דברי שמד ממש‪.‬‬

‫מ'שטיינס געזאגט‪ ,‬דער אלטער רבי וואס האט זיין לעבען אוועקגעגעבען‬
‫פאר אידישקייט ער האט זיך מוסר נפש געווען צו בויען אידישקייט פאר‬

‫באשעפערס וועגען‪ ,‬ער האט באקומען א בלוט שטורץ אין מח תשכ"ח פארן‬

‫כבוד שמים‪ ,‬ער האט נישט געקימערט איבער אהערשטעלען אין אמעריקע כשר‬

‫פלייש בתכלית הכשרות‪ ,‬אבער דער רבי אהרן וואס האט פון זיך נאך נישט‬
‫אוועגעגבען א פיאסטער פאר א צווייטען איד‪ ,‬ווערט מען פון אים אליין געוואר‬

‫אז זיין הארץ האט אלעמאל פארפעלט א קלאפ אז אידען עסען נישט אזוי‬

‫מהודרדיג פלייש אין אמעריקע! ווי אבסורד קען א מענטש זיין דאס נאר‬
‫אויסצוהערען?‬

‫מען רעדט דא פון א מענטש וואס פון "טעיפס" הערט מען אז זיין שטוב‬

‫איז נישט אזוי אפגעהיטן אין דברים של קדושה אט אזא איינעמס הארץ‬
‫פארפעלט א קלאפ פאר אידישקייט?‬

‫א צווייט מאל זאגט ער אז "דער פעטער" האט אנגעפירט אן‬


‫אונטערערדיש "וועסטעל טאש"? פון וואו דער רבי מיט אלע רבנים אין יענעם‬
‫דור האבען ארויסגענומען מפוקפקדיגע התירים פאר די פראבלעמאטישע‬
‫"סאטמארער מצות"‪!.‬‬

‫א דריט מאל האט פאסירט נישט לאנג צוריק ווען ער האט זיך ווידער‬

‫געעפענט דאס מויל אז "יענע" סאטמאר האט היי יאר געגעסען נישט מער און‬

‫נישט ווייניגער חמץ אין פסח! עס איז אפילו נישט אינטערעסאנט דעם דרשן‬
‫אפצופרעגען ווייל אין די צייט וואס זיינע אנהענגער האבען פראבירט זיינע‬

‫ווערטער מאכען נארמאל אויסזען‪ ,‬האבען זיי זיך פיל מער פארפלאנטערט אין‬

‫וואס זייער רבי האט זיי אריינגעפירט‪ .‬ר' אהרן זאגט אז "זיי האבען געשניטען‬

‫ווען עס האט גערעגענט" און דעריבער זענען די ווייץ געווארען מצומחות‪,‬‬


‫משא"כ "אונז" האבען מיר געשניטען נאכען רעגען‪ .‬איי‪" ,‬אונז" מיט "זיי" האבען‬

‫דאך געשניטען פון זעלבען פעלד‪ ,‬נו וויאזוי זענען "אונזערע" ווייץ געווארען‬
‫"אויס" מצומחות? אבער קיין קשיות פרעגט מען נישט אויף קיין נאראנים‪.‬‬

‫אבער די אלע דרשות האט איין ציל‪ :‬ליצנות צו מאכען פון אלטען רבין‬

‫און אלע זיינע אויפטואונגען אראפברענגען ווי טיפער און מיט זיין טיפשות‬
‫טראכט ער אז דאס וועט ארויפברענגען אויף די זעלבע ארענע ווי די וועלט‬
‫האט געהאלטען דעם אלטען סאטמארער רבין זי"ע‪.‬‬

‫פון די מוסקאווי קאטשקעס וועלען מיר ממשיך זיין‪.‬‬


‫פארזעצונג קומט אי"ה‬

‫‪ ‬‬

You might also like