You are on page 1of 31

‫בס"ד‬

‫דערציילט‬

‫סודות‬
‫פון חדר‬
*This is the original text and the photographs that
first appeared in The New York Times. This booklet,
I Times publication.
however, is not a New York
‫ׂ‬

‫חסידישע מוסדות‬
‫געבן נישט קיין‬
‫עדיוקעשאן‪ ,‬אבער‬
‫באקומען א שפע פון‬
‫רעגירונגס געלטער‬
‫די חסידישע מוסדות אין ניו יארק האבן גענאסן פון‬
‫‪ 1‬ביליאן דאלאר אין רעגירונגס געלטער דורכאויס די‬
‫לעצטע פיר יאר אבער מוזן קיינעם נישט אפגעבן קיין‬
‫דין וחשבון וואס מען לערנט ביי זיי‬

‫‪By Eliza Shapiro and Brian M. Rosenthal‬‬


‫‪Photographs by Jonah Markowitz‬‬
‫‪Sept. 11, 2022‬‬

‫די חסידישע געמיינדע אין ניו יארק פירט שוין לאנגע יארן איינע פון די גרעסטע‬
‫ּפריוואטע מוסדות אין ניו יארק אויף אירע אייגענע באדינגונגען‪ ,‬זיך קעגנשטעלנדיג סיי‬
‫וועלכע דרויסנדיגע איבערזיכט אויף די לימודי חול וואס אירע תלמידים לערנען‪.‬‬
‫אבער אין ‪ ,2019‬האט דער מוסד "תלמוד תורה תורה ויראה דרבינו יואל מ’סאטמאר"‬
‫(מהר"א) מסכים געווען צו געבן שטאטישע סטאנדארדיזירטע טעסטס אין ליינען און אין‬
‫רעכענען (מאטעמאטיק) פאר מער ווי ‪ 1,000‬תלמידים‪.‬‬
‫יעדער איינציגסטער תלמיד איז דורכגעפאלן‪.‬‬
‫ציפעדיגע רעזולטאטן האבן תלמידים געהאט אין ארום ‪ 10‬אנדערע חסידישע‬ ‫ענליכע ּ‬
‫חדרים יענעם יאר‪ .‬אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלטן אזעלכע רעזולטאטן‬
‫אנגעדייט אויף אן עדיוקעשאן סיסטעם וואס געפינט זיך אין א קריזיס‪ .‬אבער אין‬
‫דער צייט וואס אנדערע שולעס ּפלאגן זיך אפשר צוליב א מאנגל אין געלט אדער אן‬
‫אומטויגליכע אדמיניסטראציע‪ ,‬איז דער מצב אין די חסידישע מוסדות אנדערש‪ .‬זייער‬
‫דורכפאל איז בכוונה‪.‬‬

‫‪1‬‬
‫די פירער פון דער חסידישער געמיינדע אין ניו יארק האבן אוועקגעשטעלט אסאך‬
‫ּפריוואטע מוסדות צו לערנען מיט קינדער וועגן אידישע הלכה‪ ,‬תפילה און מסורה ‪ -‬און‬
‫אפגעזונדערט פון דער סעקולערער וועלט‪ .‬בשעת מ’לערנט ווייניג ענגליש‬ ‫זיי האלטן ּ‬
‫און רעכענען‪ ,‬און כמעט גארנישט קיין סייענס אדער היסטאריע‪ ,‬לערנט מען און חזר’ט‬
‫מען מיט די קינדער אן אויפהער‪ ,‬טיילמאל שטרענג און ברוטאל‪ ,‬די שיעורים פון לימודי‬
‫קודש‪ ,‬וועלכע ווערן געגעבן אין אידיש‪ ,‬במשך די שעות פון טאג‪.‬‬
‫דער רעזולטאט‪ ,‬ווי א "ניו יארק טיימס" אויספארשונג האט געפונען‪ ,‬איז אז דורות‬
‫פון קינדער זענען סיסטעמאטיש בארויבט געווארן פון אן עלעמענטארן עדיוקעשאן‪ ,‬זיי‬
‫פארכאפנדיג אין א ציקל פון ארבעטסלאזיגקייט און פינאנציעלע אפהענגיגקייט‪.‬‬
‫ּ‬
‫זייענדיג צעטיילט צווישן אינגלעך און מיידלעך‪ ,‬פאלט דער חסידישער סיסטעם דאס‬
‫אויסגעשפרייט איבער ברוקלין‬
‫ּ‬ ‫מערסטע דורך אין זיינע איבער ‪ 100‬חדרים פאר אינגלעך‪.‬‬
‫און האדסאן וואלי‪ ,‬געבן די מוסדות ארויס טויזנטער תלמידים יאר נאך יאר וועלכע זענען‬
‫נישט צוגעגרייט געווארן וויאזוי זיך אומצוגיין אין דער דרויסנדיגער וועלט‪ .‬דאס העלפט‬
‫ארויפטרייבן די ארעמקייט ראטעס אין חסידישע געגנטער צו זיין פון די העכסטע אין‬
‫ניו יארק‪.‬‬

‫‪2‬‬
‫דער מהלך פון די מוסדות שיינט צו זיין ׂא פארלעצונג פון די שטאטישע געזעצן וועלכע‬
‫פאדערן א צופרידנשטעלנדן עדיוקעשאן‪ .‬טראץ דעם‪ ,‬האט דער טיימס געפונען‪ ,‬האבן‬
‫חסידישע חדרים געפונען וועגן צו געניסן פון אומגעהויער גרויסע סומעס פון רעגירונג‪-‬‬
‫געלטער‪ ,‬באקומענדיג מער ווי א ביליאן דאלאר בלויז אין די לעצטע פיר יאר‪.‬‬

‫די סאטמארער תלמוד תורה נעמט אויף א גאנצן בלאק אין וויליאמסבורג‪ .‬אלע אירע תלמידים‬
‫וואס האבן גענומען די שטאטישע טעסטס אין ‪ 2019‬זענען דורכגעפאלן‪ .‬ביי א פובליק שולע בלויז‬
‫דריי גאסן אוועק‪" ,‬דזשאן וועין עלעמענטארי"‪ ,‬האבן מער ווי האלב סטודענטן עס דורכגעמאכט‪.‬‬

‫כאטש סטעיט און סיטי באאמטע זענען געווארנט געווארן איבער די פראבלעמען‬
‫עפעס דערוועגן‪ ,‬זיך אונטערבייגנדיג‬
‫אפגעהאלטן פון טון ּ‬
‫דורכאויס די יארן‪ ,‬האבן זיי זיך ּ‬
‫צו די איינפלוס פון חסידישע פירער וועלכע מוטיגן זייערע נאכפאלגער צו שטימען‬
‫הויפט‬
‫ּ‬ ‫אלס א בלאק און האבן אוועקגעשטעלט דאס באשיצן די מוסדות אלס זייער‬
‫ּפאליטישער ּפריאריטעט‪.‬‬
‫"איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען מיט ווערטער ווי פרוסטרירנד עס איז"‪ ,‬האט‬
‫געזאגט מוישי קליין‪ ,‬וועלכער האט לעצטנס פארלאזט די געמיינדע נאכ’ן איינזען אז‬
‫מען האט אים נישט געלערנט די יסודות פון גראמאטיק‪ ,‬ווער רעדט נאך פון די נויטיגע‬
‫סקילס צו טרעפן א לייטישע פרנסה‪" .‬איך האב געטראכט‪‘ ,‬ס’איז נישט נארמאל אז איך‬
‫לערן ממש גארנישט‪ .‬ס’איז נישט נארמאל אז איך בין ‪ 20‬יאר אלט‪ ,‬איך קען נישט מער ווי‬
‫די איינפאכסטע מאטעמאטיק‪ ,‬קיינמאל געלערנט קיין שום סייענס’"‪.‬‬
‫צו עקזאמינירן די חסידישע מוסדות‪ ,‬האט דער טיימס דורכגעקוקט טויזנטער‬
‫בלעטער פון שטאטישע רעקארדס‪ ,‬איבערגעזעצט צענדליגער דאקומענטן אין‬

‫‪3‬‬
‫אידיש און אויסגעפרעגט איבער ‪ 275‬מענטשן‪ ,‬אריינגערעכנט יעצטיגע און געוועזענע‬
‫תלמידים‪ ,‬מלמדים‪ ,‬אדמיניסטראטארן‪ ,‬און שטאטישע רעגולאטארן‪.‬‬
‫גרופע פון מוסדות וועלכע טוען‬ ‫דער איבערזיכט גיט א זעלטענעם אריינבליק אין א ּ‬
‫צוריקהאלטן ארום ‪ 50,000‬אינגלעך פון לערנען א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע‬
‫סעקולערע טעמעס‪.‬‬
‫די תלמידים פון חסידישע חדרים זענען נישט בלויז הינטערשטעליג‪ .‬דער טיימס האט‬
‫געטראפן אז זייער מאנגל אין עדיוקעשאן איז אויף א פארנעם וואס מ’זעט נישט אויף‬
‫קיין שום אנדערן ּפלאץ אין ניו יארק‪ .‬אין ‪ ,2019‬דאס לעצטע יאר פון ווען עס איז פארהאן‬
‫פולקאמע אינפארמאציע‪ ,‬זענען געווען בלויז ניין שולעס אין ניו יארק וואו ווייניגער פון‬
‫צוגעפאסט‬
‫ּ‬ ‫איין ּפראצענט פון סטודענטן האבן געקענט זייערע לימודים אויף א ניווא‬
‫לויט זייער יארגאנג‪ .‬אלע פון זיי זענען געווען חסידישע חדרים‪.‬‬
‫מיידלעך לערנען מער לימודי חול ווייל זיי לערנען ווייניגער ספרי קודש‪ .‬אבער אויך‬
‫זיי האבן שוועריגקייטן‪:‬‬
‫ארום ‪ּ 80‬פראצענט פון‬
‫די מיידלעך וועלכע‬
‫פאראיאר‬ ‫האבן‬
‫גענומען דעם שטאטישן‬
‫סטאנדארדיזירטן‬
‫זענען‬ ‫טעסט‬
‫דורכגעפאלן‪.‬‬
‫שטופן אריין‬
‫ּ‬ ‫די חדרים‬
‫לימודי חול בלויז נאך‬
‫א פולן טאג פון לימודי‬
‫קודש‪ .‬רוב שטעלן צו‬
‫א ּפראגראם פון ליינען‬
‫און רעכענען בלויז פיר‬
‫טעג א וואך‪ ,‬אפטמאל‬
‫אנדערטהאלבן שעה‬
‫א טאג‪ ,‬און בלויז פאר‬
‫קינדער צווישן אכט‬
‫און צוועלף יאר אלט‪.‬‬
‫געוויסע פון זיי רעדן‬
‫אפ די קינדער פון‬ ‫ּ‬
‫לערנען מער לימודי חול‬
‫אינדערהיים‪ .‬״ענגלישע‬
‫ביכער זענען נישט‬
‫ערלויבט״‪ ,‬ווארנט א‬
‫תקנות ביכל פון איין‬
‫חדר‪.‬‬ ‫"וויאזוי איז דאס לעגאל‪ ,‬צו לאזן עלטערן נישט געבן אן‬
‫עדיוקעשאן פאר זייערע קינדער?" פרעגט מוישי קליין‪ ,‬וועלכער‬
‫אפטמאל קענען די‬ ‫איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק און האט פארלאזט די חסידישע‬
‫לימודי חול טיטשערס‬ ‫געמיינדע אפאר חדשים צוריק‪.‬‬

‫‪4‬‬
‫אליין נישט קיין גוטן ענגליש‪ .‬אסאך פון ׂ זיי פארדינען קוים ‪ 15‬דאלאר א שעה‪ .‬טייל‬
‫האט מען אויפגענומען דורך אדווערטייזמענטס אויף "קרעגס‪-‬ליסט" אדער מודעות‬
‫אויף דער גאס‪.‬‬
‫במשך די שעות פון לימודי קודש‪ ,‬פלעגן מלמדים אין אסאך חדרים רעגלמעסיג שלאגן‪,‬‬
‫ּפאטשן און שטויסן די תלמידים‪ ,‬לויט ווי רעקארדס און אינטערוויוס ווייזן‪ ,‬שאפנדיג אן‬
‫אטמאספערע פון פחד וואס מאכט שווערער דאס לערנען‪ .‬אין געוויסע חדרים האבן‬
‫קינדער גערופן ּפאליציי צו באריכטן אז זיי זענען געשלאגן געווארן‪.‬‬
‫דורכאויס די לעצטע צען יאר האבן חסידישע קרייזן געעפנט מער ווי ‪ 50‬נייע חדרים‪,‬‬
‫און זיי האבן באקומען אלץ מער געלטער פון דער רעגירונג‪ ,‬ווי רעקארדס ווייזן‪ .‬איין‬
‫משפחות האט פארגאנגענעם יאר‬ ‫ּ‬ ‫שטאטישע טשיילד קעיר ּפראגראם פאר ארעמע‬
‫געשיקט א דריטל פון איר בודזשעט צו חסידישע געגנטער‪.‬‬
‫חסידישע מוסדות זענען נישט אלע אייניג‪ .‬זייער בליק און צוגאנג צו לימודי חול‬
‫קען זיין אנדערש פון געגנט צו געגנט‪ .‬עטליכע חדרים אין בארא ּפארק האבן געהאט‬
‫"ספעלינג‬
‫פארשטעלונגען פון סייענס און סאשעל סטאדיס‪ .‬איין חדר האט א יערליכן ּ‬
‫בי" פארמעסט‪ .‬אבער אט די חדרים זענען די יוצאים מן הכלל‪ ,‬האט דער טיימס געפונען‪.‬‬
‫די קאנסעקווענצן פון לערנען אין א חסידישן מוסד קענען פאר פילע האבן תוצאות‬
‫שפעטערע יארן‪ .‬תלמידים האבן חתונה און קענען קוים ברענגען פרנסה פאר‬ ‫אין די ּ‬
‫זייער משפחה‪ .‬געוויסע פארלאזן די געמיינדע און פאלן אריין אין אדיקציעס צו דראגס‬
‫שפירן אז זיי האבן נישט‬
‫אדער אלקאהאל‪ .‬אנדערע פארבלייבן אין דער געמיינדע און ּ‬
‫צופיל אנדערע ברירות נאר צו שיקן זייערע קינדער אין די חסידישע מוסדות‪.‬‬
‫״דאס מערסטע האב איך מורא אז מיינע זין וועלן ווערן חתנים‪ ,‬חתונה האבן‪ ,‬און‬
‫אנהייבן האבן קינדער״‪ ,‬זאגט שלמה נאסקאוו‪ ,42 ,‬וועמענ’ס קינדער זענען געבליבן‬
‫אין חסידישע מוסדות נאכדעם וואס ער האט זיך גע׳גט‪ ,‬פארלאזט די געמיינדע‪ ,‬און זיך‬
‫געמוטשעט צו באקומען א דאקטאריי דעגרי‪ .‬״און דער זעלבער ציקל חזר׳ט זיך איבער״‪.‬‬
‫עס זענען פארהאן ארום ‪ 200,000‬חסידישע אידן אין ניו יארק‪ ,‬אויסמאכנדיג בערך ‪10‬‬
‫ּפראצענט פון דער אידישער באפעלקערונג אין דער שטאט‪ .‬זיי זענען פונאנדערגעשיידט‬
‫פון מאדערן‪-‬ארטאדאקסישע אידן און אנדערע וואס האלטן זיך אויך שטרענג צו דער‬
‫אידישער הלכה אבער נעמען אויך אריין די היינטיגע וועלט אין זייערע לעבנס‪ .‬חסידים‬
‫גייען אנגעטון אין די זעלבע באשיידענע מלבושים ווי זייערע זיידעס‪ ,‬און רוב וואוינען‬
‫אפגעזונדערט פון דער פרייער גאס‪ ,‬זייענדיג‬ ‫אין געגנטער וואס זענען מער ווייניגער ּ‬
‫איבערגעגעבן צו אנהאלטן זייערע דורות‪-‬אלטע מסורה’ס‪.‬‬
‫אסאך חסידים האלטן אז זייערע מוסדות זענען מצליח ‪ -‬אבער נישט לויט‬
‫די סטאנדארטן וואס די דרויסנדיגע וועלט האט אוועקגעשטעלט‪ .‬אין א נאנט‪-‬‬
‫פארבונדענער געמיינדע וואס שטעלט אידישקייט אלס דער עיקר אין זייער טעגליכן‬
‫לעבן‪ ,‬ווערט לימודי חול אפט באטראכט ווי אומנויטיג אדער אפילו א שטער‪‌.‬‬
‫געוויסע עלטערן האבן געזאגט פאר’ן טיימס אז זיי ווייסן די באגרעניצונגען פון די‬
‫מוסדות‪ ,‬אבער פונדעסטוועגן שיקן זיי אהין זייערע קינדער ווייל זיי האלטן אז דער חינוך‬
‫רינציפן פון זייער געמיינדע‪.‬‬
‫ּ‬ ‫לעבנס‪-‬פ‬
‫ּ‬ ‫סיסטעם לייגט אריין די‬

‫‪5‬‬
‫דורכאויס פארגאנגענעם יאר האט דער טיימס ּפרובירט צענדליגער מאל זיך פארבינדן‬
‫דורכ’ן טעלעפאן‪ ,‬אימעיל‪ ,‬און ּפערזענליך‪ ,‬אבער די פירער פון די גרעסטע חסידישע חדרים‬
‫האבן זיך אנטזאגט צו ענטפערן אויף פראגעס‪.‬‬
‫אבער במשך דער לעצטער וואך‪ ,‬נאך וואס דער טיימס האט געשיקט פאר די מוסדות אן‬
‫איבערבליק פונעם באריכט‪ ,‬האבן עטליכע חסידישע קרייזן עפנטליך פארטיידיגט זייער‬
‫דרך החינוך דורך שרייבן מיינונגס‪-‬ארטיקלען און ארויסגעבן דערקלערונגען‪.‬‬
‫אומאפהענגיג‬
‫ּ‬ ‫אלע פון זיי האבן געזאגט אז חסידישע מוסדות ווערן אויסדריקליך געפירט‬
‫קערפערשאפט‪ .‬זיי האבן געלייקנט טייל פון די געפינסן‬
‫ּ‬ ‫איינער פון אנדערן‪ ,‬נישט ווי איין‬
‫פונעם טיימס‪ ,‬אריינגערעכנט אז די מוסדות געבן נישט קיין צופרידנשטעלנדן עדיוקעשאן‬
‫און אז מלמדים טוען כסדר שלאגן קינדער‪ .‬זיי האבן אויך אנגעמערקט אז די מוסדות‬
‫באקומען פיל ווייניגער שטייער געלטער ּפער סטודענט ווי ּפובליק שולעס באקומען‪ ,‬און‬
‫זיי האבן געזאגט אז חסידישע געגנטער זענען נישט אזוי ארעם ווי עס קען אויסקוקן פון‬
‫די רעגירונג דאקומענטן‪.‬‬
‫"די חסידישע געמיינדע איז שטאלץ מיט די עדיוקעשאן זיי געבן פאר זייערע תלמידים ‪-‬‬
‫וואס זיי אלע לערנען דאס וויבאלד זייערע עלטערן האבן אויסגעקליבן צו געבן א רעליגיעזן‬
‫חינוך ‪ -‬און האבן פיל‪ ,‬פיל תלמידים וואס זענען ווייט אנגעקומען און זענען סוקסעספול"‪,‬‬
‫האט אין א בריוו צום טיימס געשריבן דזשעי‪ .‬עריק קאנאלי‪ ,‬א שיקאגא לאיער וואס‬
‫גרופע וואס ארבעט מיט חסידישע מוסדות‪.‬‬‫רעפרעזענטירט די צדק אסאסיאציע‪ ,‬א ּ‬ ‫ּ‬
‫אן אנדערער ווארטזאגער פאר חסידישע מוסדות‪ ,‬ריטשארד באמבערגער‪ ,‬האט‬
‫געלייקנט אז תלמידים וואס האבן געלערנט אין די מוסדות קענען נישט רעדן אדער‬
‫שרייבן ענגליש‪ ,‬און האט געזאגט אז די חדרים זענען א פארזיכערט ּפלאץ און "האבן‬
‫זערא‪-‬טאלערענץ ּפאליסיס קעגן סיי וועלכע ווילדע מעשים"‪.‬‬

‫‪Credit: James Estrin/The New York Times‬‬

‫מעיאר עריק עדעמס האט געוואונען זיין העפטיגן פריימערי קאמפיין מיט דער הילף פון די‬
‫סאטמארער חסידים‪ .‬ער האט ארומגענומען משה אינדיג‪ ,‬א סאטמארער עסקן‪ ,‬ביי זיין פייערונג‬
‫אין דער נאכט פון די וואלן אין נאוועמבער פון ‪.2021‬‬

‫‪6‬‬
‫האבן אויך געזאגט אז אין אידישע שולעס קענען‬ ‫ׂ‬ ‫מר‪ .‬באמבערגער און מר‪ .‬קאנאלי‬
‫די היי‪-‬סקול סטודענטן בדרך כלל בעסער אויף סטאנדארדיזירטע טעסטס‪ ,‬א נקודה‬
‫וואס חסידישע פירער האבן אפטמאל גע’טענה’ט‪ .‬למעשה‪ ,‬אבער‪ ,‬נעמען זייער ווייניג‬
‫חסידישע סטודענטן די טעסטס‪ ,‬און די רעזולטאטן טוען כמעט אינגאנצן אפשפיגלען‬
‫די ווערק פון סטודענטן וואס לערנען אין פלעצער וואו מען לערנט געהעריג לימודי חול‪,‬‬
‫אריינגערעכנט מאדערן‪-‬ארטאדאקסישע שולעס‪.‬‬
‫אין אנדערע לענדער מיט גרויסע חסידישע באפעלקערונגען‪,‬‬
‫אריינגערעכנט‪ ‬ענגלאנד‪ ,‬אויסטראליע‪ ,‬און מדינת‪ ‬ישראל‪ ,‬האבן באאמטע אנגעהויבן‬
‫ּפרובירן ברענגען אן ענדע צו די שוואכע סעקולערע עדיוקעשאן אין חסידישע מוסדות‪.‬‬
‫אבער אין ניו יארק האט דאס נישט ּפאסירט‪ ,‬טראץ א שטאטישע געזעץ וואס‬
‫פארלאנגט אז ּפריוואטע שולעס זאלן צושטעלן אן ענליכע עדיוקעשאן ווי דאס וואס די‬
‫ּפובליק שולעס שטעלן צו‪.‬‬
‫ביל דע בלאזיא‪ ,‬דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק סיטי‪ ,‬האט געעפנט אן‬
‫אויספארשונג איבער חסידישע מוסדות נאכ’ן הערן טענות אויף זיי אין ‪ ,2015‬אבער‬
‫אפגעשטעלט ווען קאראנע איז אנגעקומען‪.‬‬ ‫זיין אדמיניסטראציע האט עס צייטווייליג ּ‬
‫מעיאר עריק עדעמס האט זיך נישט אריינגעמישט אין די מוסדות‪ ,‬און האט זיך אויפגעטון‬
‫מיט זיינע נאנטע באציאונגען מיט חסידישע עסקנים‪ .‬אין אלבאני האט גאווערנארין‬
‫קעטי האקול גענומען אן ענליכן ּפאסיוון צוגאנג‪ּ ,‬פונקט ווי איר פארגייער‪ ,‬אנדרו קואמא‪.‬‬
‫שטאטישע עדיוקעשאן באאמטע האבן געווידמעט יארן צו אהערשטעלן נייע‬
‫רעגולאציעס צו אינפארסירן דאס געזעץ‪ ,‬אבער האבן עס פארוואסערט צוליב דעם‬
‫ווידערשטאנד פון די חסידישע קהילות‪ .‬א שטאטישע עדיוקעשאן קאמיסיע דארף די‬
‫וואך צו שטימען אויף דער נייער ווערסיע פון די רעגולאציעס‪.‬‬
‫רעפרעזענטאטיוון‬ ‫אפגעווארפן די שולד פון זיך‪ּ .‬‬
‫ערוועלטע באאמטע פון ניו יארק האבן ּ‬
‫פאר פרוי האקול און מר‪ .‬קואמא האבן ביידע געזאגט אז עס איז די אחריות פונעם‬
‫דעפארטמענט צו האלטן איבערזיכט אויף די מוסדות און האבן באטאנט אז די‬ ‫סטעיט ּ‬
‫דעפארטמענט‬ ‫אגענטור טוט נישט באריכטן צום גאווערנאר‪ .‬א ווארטזאגערין פאר’ן ּ‬
‫האט געזאגט אז פאר יעדן סטודענט "קומט זיך אן עדיוקעשאן וואס ערמעגליכט זיי‬
‫ספעציפיש וועגן די‬‫עפעס ּ‬ ‫צו גרייכן זייער פולן ּפאטענציעל"‪ ,‬אבער האט נישט געזאגט ּ‬
‫חסידישע מוסדות‪.‬‬
‫דורך א ווארטזאגער‪ ,‬האט מר‪ .‬עדעמס געזאגט צום ערשטן מאל אז זיין אדמיניסטראציע‬
‫וועט צוענדיגן די אויספארשונג פון זיין פארגייער‪ .‬ער האט צוגעלייגט אז ער האלט אז‬
‫שולעס דארפן זיין סענסיטיוו צו קולטורן און זאלן נאכקומען הויכע סטאנדארטן‪.‬‬
‫מר‪ .‬דע בלאזיא האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז ער האט ערנסט גענומען די טענות‬
‫וועגן חסידישע מוסדות‪.‬‬
‫"ווען נישט די שוועריגקייטן מיט קאוויד‪ ,‬וואלטן מיר געענדיגט די אויספארשונג‪,‬‬
‫קאאפערירן‪ ,‬און גערופן די‬
‫ּ‬ ‫אנגעהויבן א ּפלאן וויאזוי צו פארבעסערן די מוסדות וואס‬
‫סטעיט צו באשטראפן די מוסדות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג"‪ ,‬האט מר‪ .‬דע בלאזיא‬
‫געזאגט‪ ,‬זיך באציענדיג צו עטליכע חדרים וואס האבן נישט ערלויבט סיטי אינספעקטארן‬
‫אריינצוגיין אין די בנינים‪" .‬און דאס איז וואס מוז יעצט געשען"‪.‬‬

‫‪7‬‬
‫א גדר קעגן אסימילאציע‬

‫פאר הונדערטער יארן האבן חסידישע פירער ארויסגעקוקט אויף די חדרים צו בלייב אפגעזונדערט‬
‫פון דער דרויסנדיגער וועלט‪ .‬אין די ‪ 1800‬יארן אין מזרח אייראפע האבן טייל חסידישע מנהיגים‬
‫גע’אסר’ט זיך צו באנוצן מיט פרעמדע שפראכן אין ישיבות‪.‬‬

‫דער איבערוויגנדער רוב פון חסידישע אידן אין ניו יארק‪ ,‬וואוינען אין עטליכע געגנטער‬
‫אין ברוקלין און אין א קליינעם צאל שטעטלעך אין ראקלענד און אראנדזש קאונטיס‪ .‬אין‬
‫די געגנטער טרעפט מען געשעפטן מיט גרויסע אידישע אויפשריפטן‪ ,‬געסער אנגעפילט‬
‫מיט געלע באסעס‪ ,‬און טראטוארן וואס בוזשעווען מיט משפחות‪ .‬מענטשן צייכענען‬
‫זיך אויס אלס וואלונטירן‪ ,‬און די איינוואוינער העלפן זיך ארויס איינער דעם אנדערן‪,‬‬
‫מיטטיילנדיג מאלצייטן מיט אנדערע צו זיכער מאכן אז קיינער בלייבט נישט הונגעריג‪.‬‬
‫חסידישע אידן האלטן זיך צו שטרענגע פארשריפטן מיט’ן ציל צו אויפשטעלן‬
‫פונדאסניי א לעבנסשטייגער וואס איז כמעט אויסגעמעקט געווארן ביים האלאקאסט‪.‬‬
‫זייערע פירער‪ ,‬די הויפט רבנים פון די קהילות‪ ,‬האבן א געוואלדיגן כח‪ ,‬און דאס ברעכן‬
‫די תקנות וואס זיי שטעלן אוועק קען טראגן ערנסטע קאנסעקווענצן‪ .‬אט דאס איז‬
‫אונטערגעשטראכן געווארן דורך העכער ‪ 50‬חסידישע מענטשן וועלכע האבן מסכים‬
‫געווען צו רעדן צום טיימס בלויז מיט’ן תנאי אז זייער נאמען וועט בלייבן אנאנים‪ ,‬אויס‬

‫‪8‬‬
Credit: Irving I. Herzberg, via Brooklyn Public Library — Center for Brooklyn History.
Credit...Bettmann Archive, via Getty Images.

1960 ‫ און‬1950 ‫געוויסע חסידישע חדרים אין ניו יארק פלעגן לערנען מער לימודי חול אין די‬
‫ חסידישע פירער באטראכטן דעם אינטערנעט ווי א סכנה פאר זייער‬.‫יארן ווי זיי לערנען היינט‬
.‫לעבנסשטייגער‬
Credit: Irving I. Herzberg, via Brooklyn Public Library - Center for Brooklyn History.
ׂ

9
‫מורא אז זיי וועלן פארטריבן ווערן און נישט קענען מער זיך טרעפן מיט משפחה און‬
‫פריינט‪.‬‬
‫זינט זייער אנקום קיין ברוקלין אין די ‪1940‬ער יארן‪ ,‬האבן חסידישע רבנים זיך‬
‫פארלאזט אויף רעליגיעזע חדרים צו העלפן אויפבויען די קהילות און פארזיכערן זייער‬
‫עתיד‪ .‬מיט דער שטייגנדער צאל פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן‪ ,‬זענען חסידים געווען‬
‫באזונדער אויסגעשטעלט צו אטאקעס און רדיפות‪.‬‬
‫עס איז נישט דא קיין פאראייניגטע חסידישע חינוך סיסטעם‪ .‬איבער א טוץ חסידישע‬
‫קהילות האבן זיך זייערע אייגענע מוסדות‪ .‬בלויז איינע פון זיי‪ ,‬חב״ד‪ ,‬מוטיגט זייערע‬
‫חסידים צו רעדן ענגליש כדי זיי זאלן קענען טון שליחות‪.‬‬
‫שפיץ פון‬
‫דער גרעסטער קרייז‪ ,‬סאטמאר‪ ,‬באשטייט פון צוויי קאנקורירנדע קהילות אין ּ‬
‫די מנהיגים רבי אהרן און רבי זלמן לייב טייטלבוים‪ .‬זיי ביידע פירן א נעץ פון צענדליגער‬
‫חדרים און שולעס‪ ,‬גערופן ‪ ,)UTA) United Talmudical Academy‬וואס האבן‬
‫אויך אונטער זייער באזיץ א ריזיגע ריעל‪-‬עסטעיט ּפארטפאליא‪ .‬לויט אוידיט רעקארדס‪,‬‬
‫האט ‪ UTA‬פארפיגט אויף איבער ‪ 500‬מיליאן דאלאר אין פארמעגנס פארגאנגענעם יאר‪.‬‬
‫די סאטמארער מוסדות העלפן שטעלן דעם טאן פאר אנדערע חסידישע מוסדות‪ ,‬א‬
‫שטייגער ווי די באבובער‪ ,‬סקווירער‪ ,‬און וויזשניצער קהילות‪.‬‬
‫אפולער האבן פיל מוסדות‬ ‫ווען דער אינטערנעט האט אנגעהויבן ווערן מער ּפ ּ‬
‫ארויסגעגעבן שטרענגערע תקנות דערקעגן‪ ,‬גייענדיג אזוי ווייט ווי נישט אננעמען‬
‫געכאפט געווארן מיט סמארטפאונס‪ .‬אמווייניגסטנס‬ ‫ּ‬ ‫קינדער פון עלטערן וועלכע זענען‬
‫איין סאטמארער מוסד האט עטאבלירט א ״ועד האישור״ צו אינפארסירן די תקנות‪.‬‬
‫געוויסע מוסדות ערלויבן נישט די קינדער צו רעדן ענגליש אינדערהיים‪.‬‬
‫אין געוויסע מקצועות האבן סאטמאר און אנדערע לימודים וואס זיי לערנען גרינטליך‬
‫קאמפליצירטע שורות און‬
‫ּ‬ ‫מיט אלע מפרשים‪ ,‬אויסלערנענדיג תלמידים צו אנאליזירן‬
‫רינציפן אין אידיש‪ ,‬לה"ק און אראמיש‪ .‬טייל געמיינדע מיטגלידער האבן‬ ‫ּ‬ ‫געזעצליכע ּפ‬
‫געזאגט אז תורה’דיגע שיעורים קענען האבן אריינגעמישט חלקים פון מאטעמאטיק‪,‬‬
‫היסטאריע און אנדערע טעמעס‪.‬‬
‫אבער אפילו געוויסע וועלכע זענען געטריי צו דער געמיינדע האבן געזאגט אז זיי‬
‫ווינטשן זיך הלוואי די חסידישע מוסדות זאלן צושטעלן מער לימודי חול‪.‬‬
‫״זיי קענען געבן אן עדיוקעשאן און נאך אלץ בלייבן מיט די אידישע לימודים‪ .‬אבער זיי‬
‫טוען דאס נישט‪ ,‬און מענטשן ליידן אזוי שטארק צוליב דעם״‪ ,‬האט געזאגט הילי רובין‪,‬‬
‫‪ ,28‬וועלכער האט געלערנט אין א חסידישן חדר אין בארא ּפארק‪ ,‬ברוקלין‪ .‬רובין האט‬
‫געזאגט אז ער האט פארלאזט די געמיינדע און ּפרובירט גיין שטודירן אין קאמיוניטי‬
‫קאלעדזש אבער האט נישט געקענט מיטהאלטן די לימודים‪ .‬ער איז פארבליבן מיט‬
‫קאפ איבער’ן וואסער‪ ,‬האט ער געזאגט‪ .‬״ס’איז באמת‬ ‫חובות און ּפרובירט צו האלטן דעם ּ‬
‫נישט מענטשליך״‪.‬‬

‫‪10‬‬
‫׳זיי האבן גארנישט געקענט׳‬
‫ׂ‬

‫דער חלק פונעם חדר טאג ווען מ’לערנט לימודי חול‪ ,‬גערופן "ענגליש"‪ ,‬איז א צייט ווען די קינדער‬
‫זענען מער לויז‪ .‬געוועזענע תלמידים שילדערן די שפיצלעך וואס זיי פלעגן אפטון אויף זייערע‬
‫ענגלישע טיטשערס‪.‬‬

‫חסידישע מוסדות‪ ,‬ווי אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק‪ ,‬מוזן נישט געבן פאר זייערע‬
‫סטודענטן די שטאטישע סטאנדארדיזירטע טעסטס אין ליינען און רעכענען‪ ,‬און רוב געבן‬
‫עס נישט‪.‬‬
‫אבער געוויסע חסידישע מוסדות געבן די טעסטס אלס א תנאי צו באקומען רעגירונגס‬
‫געלטער‪ .‬אין ‪ ,2019‬בשעת כמעט האלב פון אלע ניו יארקער סטודענטן האבן דורכגעמאכט‬
‫די טעסטס‪ ,‬זענען ‪ 99‬פראצענט פון די טויזנטער חסידישע אינגלעך וואס האבן גענומען די‬
‫טעסטס דורכגעפאלן‪ ,‬האט א טיימס אנאליז געפונען‪.‬‬
‫די שוואכע רעזולטאטן קענען נישט גרינג אוועקגעמאכט ווערן אלס א תוצאה פון דער‬
‫שפראך באגרעניצונגען‪.‬‬
‫געמיינדע׳ס ארעמקייט אדער ּ‬
‫איבער ניו יארק סטעיט האבן ּפובליק שולעס וועלכע אנטהאלטן קינדער בלויז פון‬
‫משפחות באקומען פילפאכיג העכערע צייכענונגען ווי די קינדער פון חסידישע‬ ‫ּ‬ ‫ארעמע‬

‫‪11‬‬
‫חדרים‪ ,‬האט דער אנאליז געוויזן‪ .‬דאס‬
‫זעלבע איז געווען מיט שולעס וועלכע‬
‫האבן אריינגענומען אן איבערוויגנדן רוב‬
‫פון סטודענטן וועמענ’ס מאמע‪-‬לשון איז‬
‫נישט ענגליש‪.‬‬
‫אינערהאלב די מוסדות וואס געבן‬
‫נישט די טעסטס‪ ,‬איז געווען שווער צו‬
‫מעסטן וויפיל די סטודענטן לערנען‬
‫דארט‪ .‬אבער הונדערטער אינטערוויוס‬
‫און אן איבערזיכט אויף ענגליש צעטלעך‬
‫פון סטודענטן ווייזן אז אויך זייערע‬
‫סטודענטן מוטשען זיך‪.‬‬
‫נאנט צו ‪ 40‬יעצטיגע און געוועזענע‬
‫טיטשערס אין חסידישע חדרים איבער‬
‫ניו יארק האבן געזאגט אז רוב פון די‬
‫טויזנטער קינדער וועלכע זענען אדורך‬
‫זייערע קלאסן במשך די יארן האבן‬
‫געענדיגט חדר אן האבן געלערנט וויאזוי‬
‫צו רעדן פליסיגע ענגליש‪ ,‬ווער רעדט‬
‫נאך פון שרייבן אדער ליינען לויט’ן‬
‫לימודי חול בלעטער פון תלמידים פון די‬ ‫שטאפל פון זייער יארגאנג‪.‬‬
‫ּ‬
‫פארגאנגענע פינף יאר ווייזט ווי ווייט זיי‬
‫מוטשען זיך צו שרייבן אין ענגליש‪.‬‬ ‫אן אנדערער געוועזענער טיטשער‬
‫האט צוגעשטעלט הונדערטער בלעטער פון‬
‫טרענירונג‪-‬בויגנס פון די לעצטע פינף יאר‬
‫וועלכע האבן געוויזן אז ‪-12‬יעריגע קינדער ‪ -‬אין זייער לעצטן יאר פון לערנען ענגליש‬
‫‪ -‬האבן נישט געקענט אויסלייגן אזעלכע ווערטער ווי ״‪cold‬״ (קאלט) און ״‪America‬״‬
‫(אמעריקע)‪ .‬אין רעאקציע צו א פראגע איבער וואס ער גלייכט‪ ,‬האט איין אינגל געשריבן‪:‬‬
‫״‪to cee wen somone pente‬״‪.‬‬
‫רעכענען קענען אינגלעך אביסל בעסער‪ .‬רוב קענען ּפלוס און מינוס‪ ,‬און טייל קענען‬
‫עפעס מער פון דעם‪ ,‬האבן די טיטשערס‬ ‫טיימס און דיוויזשאן‪ ,‬אבער ווייניג קענען ּ‬
‫געזאגט‪.‬‬
‫יעקב ברעסלער‪ ,‬וועלכער איז געווען אן ענגליש טיטשער פאר ליינען און רעכענען אין‬
‫א סאטמארער חדר אין וויליאמסבורג פון ‪ 2016‬ביז ‪ ,2019‬האט געזאגט אז די עלטערן‬
‫האבן געהאט חשק אז די קינדער זאלן באקומען א גוטע לימודי חול עדיוקעשאן‪ ,‬אבער‬
‫זייערע קינדער זענען געווען שטארק צוריקגעשטאנען‪ .‬אסאך האבן נישט געקענט די‬
‫‪’ABC‬ס‪.‬‬
‫״אפילו אין די עלטערע כיתות האב איך געדארפט גיין מיט דער השערה אז זיי קענען‬
‫גארנישט״‪ ,‬האט ער געזאגט‪ ,‬״ווייל אזוי איז טאקע געווען״‪.‬‬

‫‪12‬‬
‫אין א בריוו צום טיימס האט דער מוסד ׂגעזאגט‪ UTA" ,‬וויליאמסבורג איז געווידמעט‬
‫צו איבערגעבן די מנהגים און שיטות פון דער סאטמארער קהילה‪ ,‬אין איינקלאנג מיט’ן‬
‫באגער פון די סאטמארער עלטערן וואס האבן עס אויסגעקליבן פאר דעם צוועק"‪.‬‬
‫טייל טיטשערס אין חסידישע חדרים האבן געזאגט אז זיי זענען געקומען צו דער‬
‫מסקנא אז זייערע חדרים האבן אנטמוטיגט קינדער פון לערנען ענגליש ווייל עס איז‬
‫באטראכט געווארן ווי א סכנה׳דיגע בריק צו דער דרויסנדיגער וועלט‪.‬‬
‫טיטשערס האבן געזאגט אז זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין שטיינער אין וועג פאר‬
‫אסאך יאר‪.‬‬
‫גרעיג ראסעלי איז געווען א גראדואירטער סטודענט אין פילאזאפיע אן קיין שום‬
‫עקספיריענס צו זיין א טיטשער ווען סאטמאר אין וויליאמסבורג האט אים אויפגענומען‬
‫ּ‬
‫געפלאנט צו‬
‫דורך אן אנאנס אויף קרעגס‪-‬ליסט אין ‪ .2010‬דעם ערשטן טאג האט ער ּ‬
‫פארהערן די קינדער און זען וואס זיי קענען‪ .‬אבער ווען ער איז אנגעקומען צום חדר‪,‬‬
‫אין א גרויסער גאטהיק‪-‬סטיל געוועזענער ּפובליק שולע געביידע‪ ,‬זענען אלע זיינע‬
‫סטודענטן געווען באהאלטן אין א קלאזעט‪.‬‬
‫טרייבנדיג די קינדער צו זייערע ּפלעצער‪ ,‬האט ער דערציילט‪ ,‬האט ער אנגעהויבן‬
‫ליינען זיין לעקציע ּפלאן‪ ,‬אבער די קינדער האבן אים איבערגעהאקט‪ ,‬לאכנדיג און‬
‫שרייענדיג‪ .‬איין אינגל האט אנגעשטעלט א קרום פנים און געזאגט‪ ,‬״גיי אהיים‪ ,‬טיטשער"‪.‬‬
‫גאנץ שנעל האט מר‪ .‬ראסעלי‪ ,‬וועלכער האט נישט געקענט קיין אידיש‪ ,‬איינגעזען אז‬
‫ער האט זיך אונטערגענומען אן אוממעגליכע אויפגאבע‪ :‬לערנען מיט אויפגעהייטערטע‬
‫שפראך און זענען נישט‬ ‫‪ -11‬און ‪-12‬יעריגע קינדער וועלכע האבן קוים גערעדט זיין ּ‬
‫געווען נייגעריג דאס זיך אויסצולערנען‪ .‬ער האט אויפגעגעבן זיין דזשאב נאך איין יאר‪.‬‬

‫ווען גרעיג ראסעלי איז געקומען צו אן אינטערוויו פאר א דזשאב אלס טיטשער אין א חסידישער‬
‫ישיבה‪ ,‬האט מען אים געזאגט אז ער טאר נישט אריינברענגען סיי וועלכע צייטונגען אין דעם חדר‬
‫בנין אדער רעדן וועגן פאליטיק מיט זיינע סטודענטן‪.‬‬

‫‪13‬‬
‫שפעטער איז די עדיוקעשאן אין אסאך חסידישע מוסדות געווארן‬‫איבער צען יאר ּ‬
‫ערגער‪ ,‬לויט צענדליגער לעצטיגע תלמידים‪ ,‬עלטערן‪ ,‬און טיטשערס‪.‬‬
‫געוויסע חסידישע חדרים שטעלן בכלל נישט צו קיין לימודי חול‪ .‬אנדערע לאזן‬
‫קינדער באשליסן אויב זיי ווילן קומען צו לימודי חול קלאסן‪ .‬מוסדות וועלכע שטעלן‬
‫יא צו לימודי חול נעמען על פי רוב אויף בלויז חסידישע אינגעלייט אלס טיטשערס‪,‬‬
‫אפגעזען צי זיי קענען ענגליש‪.‬‬
‫ּ‬
‫איין געוועזענער תלמיד האט געזאגט אז איינמאל האט ער געהאט אן ענגליש‬
‫טיטשער וועלכער איז אויך געווען דער קעכער פונעם חדר‪ .‬א צווייטער האט דערציילט‬
‫אז א געוויסער טיטשער האט כסדר געשריבן אויפ’ן בלעקבאורד דאס ווארט ״‪"mathe‬‬
‫אנשטאט ״‪math‬״‪ .‬אסאך אינגעלייט האבן פארציילט אז זייערע ענגליש טיטשערס‬
‫האבן גערעדט צו זיי בלויז אין אידיש‪.‬‬
‫ענגלישע ביכער זענען אדער צענזורירט מיט שווארצע מארקערס אויסצומעקן‬
‫בילדער פון מיידלעך און חזירים און ווערטער ווי ״לייברערי״ און ״קאלעדזש״‪ ,‬אדער‬
‫ספעציעל געדרוקט ארויסלאזנדיג אזעלכע סארט ווערטער און בילדער‪.‬‬ ‫ווערן זיי ּ‬

‫בלעטער פון א צענזורירטן שולע‪-‬בוך גענוצט אין א חסידישן חדר אין ברוקלין ווייזט אז אינגלעך‬
‫טארן נישט זען בילדער פון מיידלעך אדער לייענען די נעמען פון נישט‪-‬אידישע חגאות‪.‬‬

‫‪14‬‬
‫געגאנגען צו פאפא חדר אין וויליאמסבורג‪ ,‬האט‬ ‫ׂ‬ ‫חיים פישמאן‪ ,24 ,‬וועלכער איז‬
‫געזאגט אז ווען ער האט געפרעגט זיינע טיטשערס די באדייט פון ווערטער האבן זיי‬
‫אים אפטמאל געענטפערט אז זיי ווייסן נישט‪ .‬דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף‬
‫אונזער אנפראגע צו קאמענטירן דערויף‪.‬‬
‫ווי אנדערע אין דער געמיינדע‪ ,‬האט מר‪ .‬פישמאן ּפרובירט זיך אליינס צו לערנען‬
‫ענגליש‪ ,‬צווישן אנדערע דורכ׳ן זיך באהאלטענערהייט צוהערן צו דער ראדיא‪ .‬נאכ׳ן‬
‫באווייזן צו פארלאזן דעם מוסד‪ ,‬האט ער זיך איינגעשריבן אין ּפובליק שולע און האט זיך‬
‫געשעמט מיט ווי ווייניג ער האט געקענט‪.‬‬
‫״איך בין דער דריטער דור געבוירן און אויפגעצויגן אין ניו יארק סיטי״‪ ,‬האט ער‬
‫געזאגט‪ ,‬״און דאך‪ ,‬ווען איך בין געווען ‪ 15‬יאר אלט האב איך קוים געקענט רעדן ענגליש״‪.‬‬

‫"רוב פון מיינע טיטשערס האבן קוים געקענט די טעמעס וואס זיי האבן אונז געדארפט אויסלערנען‬
‫ווייל זיי האבן געהאט באקומען די זעלבע עדיוקעשאן וואס מ’האט אונז געגעבן"‪ ,‬זאגט חיים‬
‫פישמאן‪ ,‬וועלכער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג‪.‬‬

‫‪15‬‬
‫פריוואטע מוסדות‪,‬‬
‫שטייער‪-‬צאלער געלטער‬

‫געלט פליסט אריין צו חסידישע מוסדות אין א צייט ווען די ניו יארק סיטי שולע סיסטעם‪ ,‬די גרעסטע‬
‫אין אמעריקע‪ ,‬שניידט פון די פובליק שולע בודזשעטן‪.‬‬

‫טראץ די שוואכקייטן פון די חסידישע חדרים‪ ,‬זעצט די רעגירונג פאר מיט’ן זיי שיקן‬
‫געלטער תמידין כסדרן‪.‬‬
‫געלטער פון שטייערן טארן בעצם נישט גיין צו שטיצן רעליגיעזע חינוך‪ .‬אבער ּפובליק‬
‫אגענטורן צאלן פאר ּפריוואטע שולעס זיך צוצושטעלן צו רעגירונג מאנדאטן און צו‬
‫אנפירן סאציאלע ּפראגראמען‪ .‬חסידישע חדרים‪ּ ,‬פונקט ווי אנדערע ּפריוואטע שולעס‪,‬‬
‫האבן צוטריט צו צענדליגער אזעלכע ּפראגראמען‪ ,‬און באקומען דערביי געלט וועלכע‬
‫העלפט זיי אויסצאלן די לימודי קודש‪.‬‬
‫שוין צענדליגער יארן וואס באאמטע האבן געשיקט געלטער צו חסידישע מוסדות‪,‬‬
‫אבער האבן קיינמאל נישט ארויסגעלייגט ברבים קיין פולקאמען חשבון‪ .‬כדי צו שאפן‬
‫אזוינס האט דער טיימס אידענטיפיצירט צענדליגער פעדעראלע‪ ,‬שטאטישע‪ ,‬און‬
‫לאקאלע ּפראגראמען און אנאליזירט וויפיל זיי האבן געגעבן פאר די מוסדות‪ ,‬קוקנדיג די‬
‫ספעציפיש אויף אומגעפער דעם לעצטן יאר בעפאר דער קאראנע ּפאנדעמיע‪.‬‬ ‫מערסטע ּ‬

‫‪16‬‬
‫דער אנאליז האט געוויזן אז חסידישע ׂ חדרים אין ניו יארק האבן באקומען מער פון‬
‫אפשניט‪.‬‬
‫‪ 375‬מיליאן דאלאר פון דער רעגירונג אין יענעם צייט ּ‬
‫חסידישע חדרים באקומען פיל ווייניגער ּפער סטודענט פון וויפיל ּפובליק שולעס‬
‫באקומען‪ ,‬און זיי רעכענען שכר לימוד פון עלטערן‪ .‬אבער דער אנאליז האט געוויזן אז‬
‫ווי עס שיינט באקומען זיי אין דורכשניט מער רעגירונגס געלטער ווי אנדערע ּפריוואטע‬
‫שולעס אין ניו יארק‪ ,‬אריינגערעכנט רעליגיעזע שולעס‪ .‬און דאס געלט פליסט אין א‬
‫שניידט‪ ‬פובליק שולע בודזשעטן‪.‬‬
‫ּ‬ ‫צייט ווען ניו יארק סיטי‬
‫ראפארציאנעלע מאס הילף פאר‬ ‫אומפ ּ‬
‫ּ‬ ‫געוויסע רעגירונג ּפראגראמען געבן אן‬
‫חסידישע מוסדות‪ ,‬האט דער טיימס געפונען‪ .‬די סיטי וואַוטשער ּפראגראם וואס העלפט‬
‫ארעמע פאמיליעס צאלן פאר טשיילד קעיר שיקט היינט כמעט א דריטל פון זייער‬

‫בארא ּפארק‪ ,‬ברוקלין‪ ,‬איז דער וואוינארט פון א גרויסער חסידישער געמיינדע און אסאך חדרים‪.‬‬
‫טייל פון זיי שטעלן צו מער לימודי חול ווי חדרים אין וויליאמסבורג‪.‬‬

‫‪17‬‬
‫גאנצער קאסע צו חסידישע געגנטער‪ ,‬אפילו בשעת וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן‬
‫זענען געזיצן געשטראנדעט אויף ווארט‪-‬ליסטעס‪ .‬דער ּפראגראם שטעלט צו העכער ‪50‬‬
‫מיליאן דאלאר א יאר פאר חסידישע חדרים וואס געבן איין די שעות ביים סוף פון זייער‬
‫געווענליכן חדר טאג אלס טשיילד קעיר‪ ,‬לויט ווי רעקארדס ווייזן‪.‬‬
‫ישיבת אמרי חיים וויזשניץ אין בארא פארק האט געהאט ‪ 735‬קינדער איינגעשריבן‬
‫אין ‪ ,2019‬ווייזן שטאטישע רעקארדס‪ ,‬און האבן יענעם יאר באקומען געלט פון ‪650‬‬
‫וואוטשערס‪ .‬ארטיגע עלטערן האבן געזאגט אז אדמיניסטראטארן האבן זיי אנגעוויזן‬
‫אפליקאציעס פאר וואוטשערס און אנדערע ּפראגראמען‪.‬‬ ‫וויאזוי אויסצופילן די ּ‬
‫רעפרעזענטירט טייל פון די חסידישע מוסדות‪ ,‬האט‬ ‫מר‪ .‬קאנאלי‪ ,‬דער לאיער וואס ּ‬
‫אפגעווארפן די ּפינקטליכקייט פון די סיטי דאטא‪.‬‬ ‫ּ‬
‫חסידישע חדרים האבן אויך באקומען ארום ‪ 30‬מיליאן דאלאר פון דער רעגירונג’ס‬
‫פינאנציעלע הילף ּפראגראמען פאר קאלעדזש‪ ,‬דורך רעכענען זייערע עלטערע‬
‫סטודענטן וואס לערנען העכערע לימודים צו באקומען דיפלאמעס אין רעליגיעזע‬
‫שטודיעס‪.‬‬
‫די מוסדות האבן באקומען ארום ‪ 100‬מיליאן דאלאר דורך אנטי‪-‬ארעמקייט‬
‫ּפראגראמען צוצושטעלן אומזיסטע פרישטאג‪ ,‬מיטאג‪ ,‬נאכטמאל‪ ,‬און איבערבייסן יעדן‬
‫שולע טאג צו מער ווייניגער אלע חסידישע אינגלעך‪ ,‬אריינגערעכנט במשך דעם זומער‪.‬‬
‫לכה״פ איין מוסד‪ ,UTA ,‬נוצט דאס געלט צו קויפן עסן פון געשעפטן אונטער זייער‬
‫אייגנטום‪ ,‬נוצנדיג די פארדינסטן צו שטיצן זייער בודזשעט‪ ,‬לויט ווי אינטערוויוס און‬
‫רעקארדס ווייזן‪.‬‬
‫דער טיימס איבערזיכט האט אויך געפונען אז חסידישע חדרים בענעפיטירן ארום‬
‫‪ 100‬מיליאן דאלאר א יאר פון פעדעראלע טייטל ‪ּ 1‬פראגראמען און אנדערע געלטער‬
‫וועלכע פינאנצירן עדיוקעשאן אין לימודי חול‪ .‬די געלטער באצאלן פאר חדרים צו געבן‬
‫סטאנדארדיזירטע טעסטס‪ ,‬אכט געבן אויף שמירת הזמנים‪ ,‬באריכטן וויפיל קינדער‬
‫זענען איינגעשריבן אין די מוסדות‪ ,‬און קויפן מאטעריאל פאר לימודים‪.‬‬
‫חסידישע חדרים האבן באקומען ארום ‪ 30‬מיליאן דאלאר אין דעם לעצטן יאר בעפאר‬
‫טראנספארטאציע‪ ,‬דורך א ּפראגראם וואס איז‪ ‬געשאפן געווארן‬ ‫ּ‬ ‫דער ּפאנדעמיע פאר‬
‫אויסשליסליך פאר ישיבות‪ ‬דורך שטאטישע געזעצגעבער אין ‪.2013‬‬
‫און זיי האבן ערהאלטן ארום ‪ 200‬טויזנט דאלאר אין פעדעראלע געלטער פאר‬
‫אינטערנעט‪-‬פארבינדענע סערוויסעס‪ ,‬כאטש זיי פארבאטן אינטערנעט באנוץ פאר‬
‫תלמידים‪.‬‬

‫‪18‬‬
‫שווערע לעקציעס‬
‫ׂ‬

‫אסאך חסידישע קינדער לערנען ספרי קודש פון פארטאגס ביז ביינאכט‪ ,‬און מען ערווארט פון זיי צו‬
‫אנהאלטן זייער פולע קאנצענטראציע דורכאויס זייערע לערן שעה’ן‪ .‬אויב זיי פארקלאצן זיך אדער‬
‫זיי הערן אויף מיטהאלטן מיט’ן מלמד‪ ,‬קענען זיי אפט אויסשטיין צו שטראפונגען‪.‬‬

‫דאס געלט העלפט אונטערשטיצן א חינוך וועלכע האט זיך כסדר באנוצט מיט פיזישע‬
‫באשטראפונגען‪.‬‬
‫איין געוועזענער תלמיד‪ ,‬חיים וויגדער‪ ,‬האט פארציילט אז ער געדענקט דאס ערשטע‬
‫עפעס‬‫מאל וואס זיין מלמד אין סאטמאר בארא ּפארק האט באשלאסן אז ער האט געטון ּ‬
‫אנדערש ווי ס’האט זיך פארלאנגט‪ .‬עס האט פארדראסן פאר’ן מלמד אז חיים‪ ,‬דאן זיבן‬
‫יאר אלט‪ ,‬שיינט נישט צו מיטהאלטן בשעת׳ן פארלערנען חומש‪ ,‬האט ער אים געהייסן‬
‫ארויפקומען צום פארנט פון קלאס און האט אים שטארק געשלאגן אויף דער האנט מיט א‬
‫טעיפ‪ .‬״דו מיינסט אז דאס איז גענוג באשטראפט?״‬‫ּ‬ ‫רולער ארומגענומען מיט עלעקטריק‬
‫האט אים דער מלמד געפרעגט‪ ,‬שלאגנדיג דאס קינד נאך שטערקער‪ .‬מער ווי צען יאר‬
‫שפעטער געדענקט נאך מר‪ .‬וויגדער ווי ער האט געגעבן א שריי פון ווייטאג‪.‬‬
‫ּ‬
‫דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף אונזער אנפראגע צו קאמענטירן דערויף‪.‬‬
‫מער ווי ‪ 35‬מענער וועלכע האבן געלערנט אדער געארבעט אין א חסידישן חדר‬
‫דורכאויס די לעצטע צען יאר‪ ,‬האבן געזאגט פאר’ן טיימס אז זיי האבן געזען מלמדים‬
‫שלאגן קינדער מיט רולערס‪ּ ,‬פאסיקעס און שטעקענעס‪.‬‬

‫‪19‬‬
‫דאס געזעץ אין ניו יארק ערלויבט פיזישע שטראפונגען אין ּפריוואטע שולעס‪ ,‬אבער‬
‫עס זענען נישטא קיין קלארע פארשריפטן וויאזוי עס מעג גענוצט ווערן‪ .‬חסידישע‬
‫חדרים האבן זיך באנוצט דערמיט צו געבן א שטרענגן רעליגיעזן חינוך‪.‬‬
‫זעקס טאג א וואך‪ ,‬אפט נאך פאר דער זון שיינט אויף‪ ,‬שיילן זיך קינדער אריין אין‬
‫קלאסן וואו זיי פארברענגען אכט שעה א טאג לערנענדיג גמרא און אנדערע אור‪-‬אלטע‬
‫ספרים‪.‬‬
‫אויסער איינ׳חזר׳ן און געדענקען לימודי קודש‪ ,‬האבן געוועזענע תלמידים געזאגט‬
‫אז זיי האבן זיך אויסגעלערנט לאגיק‪ ,‬טראכטן אנאליטיש‪ ,‬און וויאזוי צו קענען בלייבן‬
‫קאנצענטרירט‪ .‬אסאך האבן געזאגט אז זיי האבן זיך אנגעשטרענגט מיטצוהאלטן‪ ,‬אויס‬
‫כאפן ּפעטש‪.‬‬‫מורא אז זיי וועלן ּ‬
‫א יונגערמאן געדענקט ווי אין ת״ת אביר יעקב סקווירא‪ ,‬אין שיכון סקווירא‪ ,‬ניו יארק‪,‬‬
‫האט א מלמד אים געשטויסן אזוי שטארק אז ער איז אריינגעפלויגן אונטער א טיש‪ .‬ער‬
‫איז געווען פיר יאר אלט ווען דאס האט ּפאסירט‪ .‬דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף‬
‫אונזערע אנפראגעס צו קאמענטירן דערויף‪.‬‬
‫איינער וואס האט נישט לאנג צוריק געענדיגט לערנען אין ת״ת בית הלל ד׳קראסנא אין‬
‫אראפגעווארפן‬
‫ּ‬ ‫וויליאמסבורג האט פארציילט אז ער האט אמאל געזען ווי א מלמד האט‬
‫א אינגל אין זיין קלאס אויף דער ערד און אים אנגעשטויסן‪.‬‬
‫און אין ישיבת בני ציון ד’באבוב אין בארא ּפארק‪ ,‬האט א יונגערמאן פארציילט אז ווען‬
‫געשלעפט אויף דער ערד איבער’ן קלאס‬ ‫ּ‬ ‫ער איז געווען ‪ 11‬יאר אלט האט אים א מלמד‬
‫קאפ האט זיך אריינגעהאקט אין א לאקער און אנגעהויבן בלוטן‪.‬‬ ‫צימער‪ ,‬און זיין ּ‬
‫מר‪ .‬קאנאלי‪ ,‬דער לאיער פאר טייל חסידישע מוסדות‪ ,‬האט געזאגט אז ביידע מוסדות‬
‫האבן נישט קיין שום רעקארד פון די אינצידענטן וואס די יונגעלייט האבן דערציילט‪.‬‬
‫כאפן״‪ ,‬האט געזאגט ארי הערשקאוויטש‪,‬‬ ‫״דאס געפיל איז אלץ געווען אז דו קענסט ּ‬
‫וועלכער האט געלערנט אין סאטמאר אין וויליאמסבורג‪ .‬״מיר האבן כסדר מורא געהאט‬
‫אז מען וועט אונז שלאגן"‪.‬‬
‫מר‪ .‬הערשקאוויטש האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די חסידישע וועלט און‬
‫זיך גענומען צו דראגס‪ ,‬און האט עווענטועל איינגענומען א מסוכנ’דיג הויכע מאס פון‬
‫קאקעין‪ .‬יעצט‪ ,‬ביי די ‪ 25‬יאר‪ ,‬בויט ער צוריק אויף זיין לעבן‪.‬‬
‫אין די לעצטע עטליכע יאר האבן געוויסע חסידישע מוסדות געבעטן די מלמדים צו‬
‫דיסציפלינירן קינדער‪.‬‬
‫ּ‬ ‫פארמינערן מיט די הארבע שטראפונגען ביים‬
‫פונדעסטוועגן‪ ,‬כמעט אלע פון די צענדליגער עלטערן פון תלמידים וואס לערנען‬
‫יעצט אין חסידישע חדרים וועלכע דער טיימס האט אינטערוויואירט‪ ,‬האבן געזאגט אז‬
‫געכאפט ּפעטש לכה"פ איין מאל‪ .‬עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן‬ ‫ּ‬ ‫זייערע קינדער האבן‬
‫טיפ" פאר זייערע מלמדים‪ ,‬געווענליך‬ ‫ּפרובירט צו באשיצן זייערע קינדער דורכ׳ן "געבן א ּ‬
‫ארום ‪ 100‬דאלאר א יאר‪.‬‬
‫דורכאויס די לעצטע פינף יאר‪ ,‬ווייזן רעקארדס‪ ,‬האט די ניו יארק סיטי ּפאליציי‬
‫דעפארטמענט דורכגעפירט אויספארשונגען אויף מער ווי א טוץ פעלער פון אנגעבליכע‬ ‫ּ‬
‫טשיילד אביוז אין די מוסדות‪ .‬ס’איז נישט קלאר צי סיי ווער איז אנגעקלאגט געווארן אין‬
‫די אינצידענטן‪.‬‬

‫‪20‬‬
‫ׂ‬ ‫אפריל ‪ ,2019‬האט‬ ‫אין ּ‬
‫א ‪-10‬יעריג אינגל אין‬
‫ישיבת חתן סופר אין‬
‫בארא ּפארק‪ ,‬גערופן ‪911‬‬
‫און געזאגט אז א רבי איז‬
‫ארויפגעשפרונגען אויף‬
‫ּ‬
‫אים און אים אנגעשלאגן‪,‬‬
‫לויט א ּפאליציי רעקארד‬
‫וואס דער טיימס האט‬
‫ערהאלטן‪ .‬קורץ דערנאך‪,‬‬
‫רעפארט‬‫ּ‬ ‫האט דער‬
‫פארציילט‪ ,‬האט א מנהל‬
‫אנגערופן די ּפאליציי‬
‫און זיי געזאגט אז מען‬
‫האט דעם אינגל נישט‬
‫געשלאגן‪ .‬די ּפאליציי איז‬
‫סייווי אנגעקומען‪ ,‬און‬
‫דאס אינגל איז אוועק פון‬
‫חדר אין אן אמבולאנס‪.‬‬
‫א לאיער פאר’ן מוסד‪,‬‬
‫י‪ .‬דעוויד שארף‪ ,‬האט‬
‫געזאגט אז דער מוסד‬
‫האט קאאפערירט אין‬
‫נאכפאלגנדער‬ ‫דער‬
‫אויספארשונג‪ ,‬און די‬
‫באשולדיגונג איז געווען‬
‫אומבאגרינדעט‪.‬‬
‫באמבערגער‪,‬‬ ‫מר‪.‬‬
‫ארי הערשקאוויטש און פיל אנדערע געוועזענע חדר תלמידים‬
‫האבן געזאגט אז מ’האט גארנישט געטון פאר שלעכטע‬ ‫קאאליציע‬ ‫ישיבה‬ ‫דער‬
‫אויפפירונג ביי די לימודי חול שעה’ן‪ ,‬וויבאלד נישט די טיטשערס‬ ‫האט‬ ‫ווארטזאגער‪,‬‬
‫און נישט דער מוסד האבן עס גענומען ערנסט‪.‬‬ ‫געזאגט אז אפילו איין‬
‫אזא אינצידענט איז שוין‬
‫צופיל‪" .‬אבער אז עס זענען געווען א טוץ אנגעבליכע אינצידענטן צווישן הונדערטער‬
‫מוסדות במשך א תקופה פון צען יאר‪ ,‬איז דאס א פיל בעסערע סעיפטי רעקארד אין‬
‫פארגלייך צו רוב שולעס"‪ ,‬האט ער געזאגט‪.‬‬

‫‪21‬‬
‫‘קיין שום אויבערהאנט’‬

‫ווען יוסף קרויס האט פארלאזט די חסידישע געמיינדע איז ער געווען אזוי צעטומלט אז ער האט‬
‫גערופן א זעלבסטמארד האטליין צו פרעגן וואו ער קען טרעפן א שעלטער צו וואוינען‪ .‬ער און דער‬
‫מענטש אויפ’ן אנדערן זייט טרייבל האבן אויסגעטוישט בילדער און גענוצט "גוגל טרענסלעיט" צו‬
‫קאמוניקירן‪.‬‬

‫נאכ’ן לערנען אין חסידישע מוסדות‪ ,‬זענען מענער אפטמאל נישט צוגעגרייט צו‬
‫קענען וואוינען אינדרויסן פון דער חסידישער געמיינדע‪.‬‬
‫יוסף קרויס פון קרית יואל האט זיך דאס געלערנט אויף די אייגענע הויט‪.‬‬
‫קורץ נאכ’ן ווערן ‪ 17‬יאר אלט‪ ,‬האט מר‪ .‬קרויס באשלאסן אוועקצולויפן ‪ -‬פון זיינע‬
‫שטרענגע מגידי שיעור‪ ,‬פון זיינע עלטערן און פינף געשוויסטער‪ ,‬און פון דעם צעשטופטן‬
‫אפגעבנדיג מיט טאמאטע און אוגערקע‬‫פארמאכטן געסל וואו ער איז אויפגעוואקסן‪ ,‬זיך ּ‬
‫שטופן די צייט‪.‬‬
‫ּ‬ ‫געוויקסן צו‬

‫‪22‬‬
‫שאפינג צענטער‪ ,‬וואו ער האט‬ ‫ּ‬ ‫ער האט גענומען א קאר סערוויס צו ׂ א לאקאלן‬
‫געקויפט דזשינס הויזן און טי‪-‬שוירט העמדלעך‪ ,‬און זיך דאן געוואנדן צו א יוגנט‪-‬‬
‫שעלטער‪ .‬אין זיין ערשטן וויקענד דארטן‪ ,‬אין הערבסט פון ‪ ,2020‬איז ער ערשטוינט‬
‫געכאפט אז עס איז געווען דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס‬‫ּ‬ ‫געווארן ווען ער האט זיך‬
‫ער האט נישט געהאלטן קיין שבת‪.‬‬
‫איבער די קומענדיגע ‪ 18‬חדשים‪ ,‬האט ער זיך איינגעשריבן אין ּפובליק שולע קלאסן‬
‫קאמפיוטער אדער‬‫ּ‬ ‫אויפ’ן אינטערנעט‪ .‬ער האט אבער קוים געוואוסט וויאזוי צו נוצן א‬
‫פארשטיין זיינע טיטשערס‪ .‬ער האט געוואנדערט פון א שעלטער אין פלארידע צו אן‬
‫אויפציאונג‪-‬היים אין טעקסאס צו א דזשאב‪-‬טרענירונג ּפראגראם צוריק אין ניו יארק‪.‬‬
‫היפשער שטיק צייט פון היי יאר האט ער געוואוינט אין א שטאטיש‪-‬פינאנצירטע‬ ‫א ּ‬
‫צימער צוזאמען מיט נאך א היימלאזן מאן אין א ״נייטס אין״ האטעל ביים עק פון ליבערטי‪,‬‬
‫געשפארטע געשעפטן קוים א‬ ‫ּ‬ ‫אפ‬
‫א שטעטל אין די קעטסקילס וואס איז אנגעפילט מיט ּ‬
‫שעה אוועק פון דער היים‪-‬שטאט פון זיינע קינדער יארן‪.‬‬

‫די ‪ UTA‬איז דער גרעסטער מוסד אין דעם חסידישן שטעטל קרית יואל‪ .‬די צאל ארטיגע תלמידים‬
‫איז שטארק געוואקסן דורכאויס די לעצטע צען יאר ווי מער משפחות האבן זיך אהינגעצויגן פון‬
‫ברוקלין‪.‬‬

‫‪23‬‬
‫ער האט פארברענגט זיינע טעג גייענדיג א וועג פון א האלבע שעה וואס נעמט צו גיין‬
‫און קומען פון דער לאקאלער לייברערי‪ ,‬וואו ער האט ּפרובירט צו טרעפן דזשאבס‪ ,‬אן‬
‫אפגעזאגט געווארן פון אן ארבעט ביי א‬
‫ערפאלג‪ .‬ער האט דערציילט אז ער איז לעצטנס ּ‬
‫אפשרייבן ארדערס פון קאסטומערס‪ .‬ער‬ ‫רעסטוראנט וויבאלד ער האט נישט געקענט ּ‬
‫פוד‪-‬סטעמפס אבער אסאך מאלצייטן האט ער נישט וואס צו עסן‪.‬‬
‫ּ‬ ‫לעבט אויף‬
‫עפעס אן אויבערהאנט״‪ ,‬האט‬‫שפיר ווי איך האב גארנישט וואס זאל מיר געבן ּ‬‫״איך ּ‬
‫געזאגט מר‪ .‬קרויס‪ ,‬יעצט ‪ 19‬יאר אלט‪ .‬״איך האב גרויס האפענונגען צו זיין שטארק‬
‫שפיר אבער אז דערווייל לויט מיין יעצטיגן מצב איז נאריש צו רעדן‬
‫סוקסעספול‪ .‬איך ּ‬
‫דערפון״‪.‬‬
‫קהילה פירער האבן געזאגט אז אזעלכע פעלער ווי מר‪ .‬קרויס’עס זענען א יוצא מן‬
‫הכלל‪.‬‬
‫אפאר מעשיות פון די פילע גראדואנטן פון‬ ‫"אפשר זאל דער טיימס ברענגען ּ‬
‫אנטרעפרענוערס‪ ,‬ביזנעסלייט‬
‫ּ‬ ‫חסידישע מוסדות וואס זענען זייער סוקסעספולע‬
‫און ּפראפעסיאנאלן ‪ -‬און וועלכע האלטן אז זייער סוקסעס איז צום פארדאנקען די‬
‫געוואלדיגע רעליגיעזע עדיוקעשאן וואס האט אויסגעלערנט זייערע מוחות צו טראכטן"‪,‬‬
‫האט געזאגט חיים דוד צוויבל פון אגודת ישראל אין אמעריקע‪.‬‬
‫אבער צענדליגער אינטערוויואירטע מענער האבן געשילדערט זייערע שטארקע‬
‫שוועריגקייטן‪ .‬געוויסע האבן געזאגט אז זיי זענען געבליבן א טייל פון דער געמיינדע‪,‬‬
‫פארזינקען אין חובות און אויסהאלטנדיג זייערע משפחות מיט רעגירונגס ּפראגראמען‪.‬‬
‫עטליכע האבן געזאגט אז די איינציגע דזשאב וואס זיי האבן געקענט טרעפן איז געווען‬
‫ביי די מוסדות אין וועלכע זיי האבן געלערנט‪ .‬אנדערע האבן גערעדט מיט’ן טיימס‬
‫אפלאדענען טראקס אדער אנפילן שאפעס און האבן ּפרובירט צוריקהאלטן‬ ‫בשעת׳ן ּ‬
‫זייערע טרערן שילדערנדיג וויאזוי זיי דארפן זיך אומגיין אין טאג טעגליכן לעבן‪.‬‬
‫אפו האט געזאגט אז ער איז אוועק פון א חסידישער געגנט אין קראון הייטס‪,‬‬‫מענדי ּפ ּ‬
‫ברוקלין‪ ,‬און געגאנגען קיין מאנטרעאל אין ‪ .2010‬ער האט באקומען א דזשאב אין א בייגל‬
‫פאבריק‪ ,‬אבער נישט קענענדיג זיך ערלויבן צו באצאלן פאר א דירה איז ער געשלאפן‬
‫אויף בענק אין ּפארקס‪ .‬אינגאנצן מיואש‪ ,‬האט ער ּפרובירט זיך נעמען דאס לעבן‪.‬‬
‫שפיטאל‪ ,‬האט מענדי זיך ערהוילט גענוג אויף‬
‫נאך זעקס חדשים אין א ּפסיכיאטרישן ּ‬
‫צו טרעפן ארבעט און א דירה‪ .‬א שכנ’טע האט אים אנגעהויבן אויסלערנען ענגליש אין‬
‫איר פרייער צייט און האט אים געגעבן זיין ערשטע סעקולערע בוך‪ :‬״גרין עגס ענד העם״‬
‫פון דר‪ .‬סועס‪ .‬ער איז געווען ‪ 28‬יאר‪.‬‬
‫היינט א גראדואירטער סטודענט פון נוירסינג שולע‪ ,‬האט מענדי געזאגט אז ער האלט‬
‫אז זיין חסידישע ערציאונג איז אויסגעשטעלט געווארן בכוונה אים צוריקצוהאלטן פון‬
‫פארלאזן די געמיינדע‪.‬‬
‫״איך האב נישט געהאט קיין דזשאב‪ ,‬איך האב נישט געהאט קיין באנק אקאונט‪ ,‬איך‬
‫האב נישט געהאט קיין רעפערענצן‪ .‬איך האב נישט געהאט קיין איינע פון די זאכן ווייל‬
‫איך האב ניטאמאל געוואוסט וואס די זאכן זענען״‪ ,‬האט ער געזאגט‪ .‬״איך האב נישט עכט‬
‫געוואוסט וויאזוי צו רעדן צו מענטשן‪ .‬כ׳האב געמיינט אז כ׳בין איינער אליינס‪ .‬דאס איז‬
‫דער געדאנקענגאנג וואס מען האט מיר אריינגעלייגט אין חדר״‪.‬‬

‫‪24‬‬
‫׳מיר וועלן נישט הארכן’‬
‫ׂ‬

‫חסידישע פירער האבן געזאגט פאר זייערע נאכפאלגער פריער אינעם זומער צו שטימען אין די‬
‫פריימערי וואלן פאר’ן קאנדידאט וואס זייער מנהיג בעפארצוגט‪" .‬דאס איז דער איינציגער אופן צו‬
‫ברענגען אז אונזער שטימע זאל געהערט ווערן און מען זאל זיך רעכענען מיט אונזערע פארלאנגען‬
‫אין אלבאני"‪ ,‬האט א פלוג‪-‬בלעטל זיך געליינט‪.‬‬

‫ווארענונגען איבער די פראבלעמען אין חסידישע מוסדות ווערן שוין געהערט יארן‪,‬‬
‫דערמאנט ביי ּפרעסע קאנפערענצן‪ּ ,‬פראצעסירט אין געריכט‪ ,‬און געשילדערט אין‬
‫אן אפיציעלער קלאגע‪ .‬איין געוועזענער ישיבה תלמיד‪ ,‬נפתלי מאסטער‪ ,‬האט אפילו‬
‫אינטערעסן‪-‬גרופע אין ‪ 2012‬צו אויפשטורעמען וועגן דעם ּפראבלעם‪.‬‬
‫ּ‬ ‫געגרינדעט אן‬
‫דעפארטמענט‪ ,‬האבן דריי איינגעשטעלטע געמאכט א‬ ‫אין די סטעיט עדיוקעשאן ּ‬
‫עפעס טויג נישט‪ ,‬האט דער טיימס געפונען‪ .‬איין געוועזענער באאמטער‪,‬‬ ‫ליארעם אז ּ‬
‫אפגעגעבן מיט געבן לייסענס פאר ּפריוואטע שולעס‪ ,‬האט באזוכט‬ ‫וועלכער האט זיך ּ‬
‫עטליכע חסידישע מוסדות און איז געווארן באאומרואיגט צו זען ווי עטליכע פון זיי האבן‬
‫געשיינט צו טון אלעס אויסשליסליך אין אידיש‪ .‬א צווייטער‪ ,‬וועלכער האט געארבעט‬
‫אפליקאציעס‪ ,‬איז געוואויר געווארן אז געוויסע מוסדות ווידמען בלויז‬‫אויף פינאנצירונג ּ‬
‫א שעה א טאג פאר לימודי חול‪ .‬דער יעניגער האט אנגעהויבן צושרייבן נאטיצן אויף‬

‫‪25‬‬
‫אפליקאציעס‪ ,‬פרעגנדיג צי עס איז א קלוגער שריט דאס שיקן געלט‪ .‬די‬ ‫די זייטן פון די ּ‬
‫ארבעטער האבן געזאגט אז זיי זענען איגנארירט געווארן דורך זייערע אויבערהארן‪.‬‬
‫דעפארטמענט האט נישט רעאגירט אויף אונזער אנפראגע צו‬‫א ווארטזאגער פאר’ן ּ‬
‫קאמענטירן איבער די ארבעטערס’ זארג‪.‬‬
‫עפעס טון האבן אנשטאט זיך צוגעשטעלט צו‬
‫ּפאליטיקאנטן וועלכע וואלטן געקענט ּ‬
‫א חסידישן שטים‪-‬בלאק וועלכע קען באאיינפלוסן לאקאלע וואל‪-‬פארמעסטן‪.‬‬
‫״עס איז פארהאן א באדייטנדע באפעלקערונג וועמען איר איגנארירט אויף אייער‬
‫אחריות״‪ ,‬האט געזאגט עוואן סטאוויסקי‪ ,‬א וועטעראן ּפאליטישער ראטגעבער‪ .‬״זיי‬
‫זענען אן אינטעגראלער טייל פון ניו יארקער ּפאליטיק״‪.‬‬
‫שפילן א צענטראלע ראלע אין ארויסברענגען די שטימען‪ .‬עלטערן און‬ ‫מוסדות ּ‬
‫געוועזענע תלמידים האבן פארציילט אז מלמדים וועלן אפטמאל אויסטיילן פאר‬
‫עקזעמפלארן פון שטים‪-‬צעטלעך אריינגעפילט מיט נעמען פון די קאנדידאטן‬
‫ּ‬ ‫תלמידים‬
‫וועלכע זענען געווארן אויסגעקליבן דורך רבנים פון די קהילות‪.‬‬

‫נפתלי מאסטער‪ ,‬דער גרינדער פון "יאפעד"‪ ,‬האט געווידמעט א יארצענדליג צו הייבן א וויי‪-‬געשריי‬
‫איבער דער קוואליטעט פון עדיוקעשאן אין חסידישע מוסדות‪.‬‬

‫‪26‬‬
‫אין געוויסע מוסדות וועלן תלמידים וואס ברענגען צוריק די ״איך האב געשטימט״‬
‫ׂ‬
‫סטיקערס קענען געווינען מתנות‪ .‬סאטמאר (מהר״א) האט לעצטנס גענומען קינדער מיט‬
‫די סטיקערס אויף אן אויספלוג צום קאני איילענד ּפארק‪ ,‬האבן צוויי עלטערן פארציילט‪ .‬די‬
‫אנדערע קינדער זענען נישט מיטגעגאנגען‪ .‬מר‪ .‬קאנאלי‪ ,‬דער לאיער פאר טייל חסידישע‬
‫מוסדות‪ ,‬האט אפגעווארפן וואס די עלטערן האבן דערציילט‪.‬‬
‫מר‪ .‬באמבערגער‪ ,‬דער ישיבה קאאליציע ווארטזאגער‪ ,‬האט געזאגט אז די גרויסע צאל‬
‫חסידישע וויילער וואס קומען ארויס שטימען דארף אויסגעלויבט ווערן‪.‬‬
‫במשך די לעצטע עטליכע יאר האבן רבנים געמאכט פאר א צענטראלער ּפאליטישער‬
‫ּפריאריטעט דאס אוועקהאלטן די רעגירונג פון האבן אן איבערזיכט אויף די מוסדות‪.‬‬
‫״באמת‪ ,‬האבן מיר דאך אדער ווייניג געלערנט אדער גארנישט געלערנט [קיין לימודי‬
‫חול]״‪ ,‬האט סאטמארער רבי (מהר"א) געזאגט פאר זיינע חסידים אין ‪ ,2018‬צולייגנדיג‪:‬‬
‫״מיר וועלן נישט הארכן‪ ,‬און מיר וועלן נישט פאלגן דעם סטעיט עדיוקעשאן קאמישאנער‬
‫בשום אופן״‪.‬‬
‫א קורצע צייט פאר ער האט באקומען אן אינדארסירונג פון איין פראקציע פון‬
‫דעם סאטמארער קרייז‪ ,‬האט מר‪ .‬עדעמס ארויסגעגעבן א ווידעא ווי ער‪ ‬גליטשט זיך‬
‫אראפ‪ ‬אויף א גליטשער‪ ‬אין א חסידישן חדר‪ .‬נאך דעם שעה‪-‬לאנגן באזוך‪ ,‬האט‪ ‬ער‬ ‫ּ‬
‫געזאגט‪ ‬אז ער איז ״שטארק באאיינדרוקט״ פון וואס ער האט געזען‪ .‬רעדנדיג פאר‬
‫מר‪ .‬עדעמס לעצטע וואך‪ ,‬האט זיין ווארטזאגער מר‪ .‬מעקסוועל יאנג געזאגט אז דעם‬
‫מעיאר’ס באשלוסן ווערן נישט באאיינפלוסט פון ּפאליטישער שטיצע‪.‬‬
‫מר‪ .‬קואמא האט זיך זעלטן צוריקגעהאלטן פון נוצן זיין הויכע בימה במשך זיינע כמעט‬
‫דריי טערמינען אלס גאווערנאר‪ .‬אבער ווען עס איז געקומען צו די מוסדות‪ ,‬האט ער‬
‫געזאגט פאר סאטמארער רבי (מהרי"י) אין ‪ 2018‬אז ער וועט זיך נישט אריינמישן‪ ,‬לויט‬
‫דער‪ ‬היימישער‪ ‬פרעסע‪ .‬קורץ דערנאך האט ער באקומען די אינדארסירונג‬
‫ּ‬ ‫באריכטן אין‬
‫פון דער קהילה און האט‪ ‬נישט געלייקנט‪ ‬דעם באריכט‪.‬‬
‫חסידישע געמיינדע פירער האבן געזאגט אז די יעצטיגע גאווערנארין‪ ,‬פרוי האקול‪,‬‬
‫קאמפיינען דאס יאר‪ ,‬האט זי זיך געטראפן מיט‬ ‫ּ‬ ‫האט געגעבן אן ענליכן צוזאג‪ .‬בשעת’ן‬
‫חסידישע עסקנים אין וויליאמסבורג‪ .‬ס’איז נישט קלאר וואס זיי האבן גערעדט‪ ,‬אבער אן‬
‫אפיציעלער סאטמארער טוויטער אקאונט האט דערנאך ארויסגעשטעלט בילדער מיט‬
‫אפשלאגן‬ ‫פארשפראכן אז זי וועט ּ‬
‫ּ‬ ‫קעפל וואס האט געלויטעט‪ :‬״דער גאווערנאר האט‬ ‫א ּ‬
‫סיי וועלכע שינויים צו דעם סדר הלימודים פון די מוסדות״‪.‬‬
‫דער טוויט מעסעדזש איז קורץ דערנאך פארמעקט געווארן‪.‬‬

‫‪27‬‬
‫א געבעט פאר הילף‬

‫ניו יארק סיטי’ס אויספארשונג איבער חסידישע מוסדות איז נאך אלץ נישט פארטיג‪ .‬מעיאר עריק‬
‫עדעמס האט געזאגט אז ער וועט עס צוענדיגן‪.‬‬

‫פילייכט האט גארנישט אזוי קלאר געצייגט ווי די רעגירונג זיצט מיט פארלייגטע‬
‫הענט‪ ,‬ווי די רעאקציע פון דע בלאזיא’ס אדמיניסטראציע צו א קלאגע וואס זיי האבן‬
‫באקומען אין ‪.2015‬‬
‫גרופע פון געוועזענע תלמידים פון ישיבות — וועלכע האבן נישט‬
‫יענעם יאר האבן א ּ‬
‫געוואלט זייערע קינדער זאלן באקומען די זעלבע פעלערהאפטיגע עדיוקעשאן וואס זיי‬
‫האלטן זיי האבן באקומען — געבעטן הילף פון סיטי האל‪.‬‬
‫הויכראנגיגע סיטי באאמטע האבן דעבאטירט וויאזוי צו פאראויסגיין מיט אן‬
‫אויספארשונג‪ .‬מר‪ .‬דע בלאזיא און אנדערע האבן גע׳טענה׳ט אז אויב די אויספארשונג‬
‫וועט צוגיין אויף צו אן אגרעסיוון אופן קען עס ברענגען א פארקערטע עפעקט און‬
‫קאאפערירן‪ .‬צוליב דעם האט מען געמאכט א סעריע‬‫ּ‬ ‫ברענגען די מוסדות בכלל נישט צו‬
‫פון פשרות וואס האט געברענגט אז די סיטי איז זיך באגאנגען מיט זיידענע הענטשקעס‬
‫מיט’ן לאיער וואס האט פארטרעטן די מוסדות און זיי געלאזט מאנעוורירן וויאזוי די‬
‫ּפראצעדור זאל צוגיין‪ ,‬לויט ווי ‪ 10‬געוועזענע באאמטע האבן דערציילט‪.‬‬

‫‪28‬‬
‫דעפיוטי סטעיט אטוירני דזשענעראל‬
‫געוועזענער ּ‬
‫ׂ‬ ‫דער לאיער‪ ,‬אבי שיק‪ ,‬איז געווען א‬
‫רעפוטאציע אלס אן אויסערגעווענליכער טוֹען אין‬
‫ּ‬ ‫וועלכער האט זיך ערווארבן א‬
‫געריכט‪.‬‬
‫אפ‬
‫אינספעקטארן שטאטן ּ‬‫ּ‬ ‫מר‪ .‬שיק האט געפאדערט אז ער זאל זיין אנוועזנד ווען‬
‫אפגעשמועסט פון פאראויס‪ ,‬האבן טייל פון די‬ ‫זייערע באזוכן‪ ,‬וועלכע זענען געווארן ּ‬
‫געוועזענע באאמטע געזאגט‪ .‬ער האט פארקירעוועט די סיטי צו אונטערזוכן די בעסערע‬
‫געשטופט באזוכן צו עטליכע פון די‬
‫ּ‬ ‫אפ‬
‫מוסדות דערמאנט אין דער קלאגע‪ ,‬און ער האט ּ‬
‫מערסט ּפראבלעמאטישע מוסדות‪.‬‬
‫אינספעקטארן געזען סצענעס וועלכע האבן זיי באזארגט‪.‬‬
‫ּ‬ ‫נאך דעם אלעמען‪ ,‬האבן‬
‫אין איין חדר האבן די קינדער געהאט אויפגעמישט זייערע ענגלישע ביכער צו אנדערע‬
‫בלעטער און האבן נישט מיטגעהאלטן מיט’ן טיטשער בשעת ער האט הויך פארגעליינט‬
‫פאר זיי‪ .‬אין אן אנדערן מוסד האט אויסגעזען ווי א טיטשער האט נישט געוואוסט די‬
‫נעמען פון די קינדער אין זיין קלאס‪.‬‬
‫אינספעקציעס‬
‫ּ‬ ‫סיטי באאמטע‪ ,‬וועלכע זענען נישט טרענירט געווארן צו דורכפירן‬
‫אויף ּפריוואטע שולעס‪ ,‬האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען ווייניג הילף פון די סטעיט‪.‬‬
‫איינמאל‪ ,‬ווי די סיטי האט זיך געגרייט צו שיקן א בריוו און בעטן אנווייזונגען‪ ,‬האבן‬
‫הויכראנגיגע סטעיט עדיוקעשאן באאמטע געבעטן אז זיי זאלן עס נישט שיקן‪ ,‬לויט פיר‬
‫מענטשן וואס האבן א ידיעה אין דעם נושא‪.‬‬

‫‪Credit: Richard Drew/Associated Press.‬‬

‫עפער"‪ ,‬האט יארן אנגעפירט די לעגאלע‬ ‫אבי שיק‪ ,‬אן אדוואקאט ּפארטנער אין "טראוטמאן ּפ ּ‬
‫פארטיידיגונג פאר די מוסדות‪ .‬ער איז א באוואוסטער לאיער אין ניו יארק’ס פאליטישע קרייזן און‬
‫פלעגט פירן ניו יארק’ס עקאנאמישע דעוועלאפמענט אגענטור‪.‬‬

‫‪29‬‬
‫זייענדיג אנטוישט האט א הויכראנגיגער סיטי עדיוקעשאן באאמטער פארגעשלאגן‬
‫אין ‪ 2108‬צוזאמצושטעלן א טיעם וואס זאל באהאנדלען די ּפראבלעמען אין ּפריוואטע‬
‫שולעס‪ ,‬האט דער באאמטער געזאגט‪ .‬ס’איז גארנישט געווארן פון דעם פלאן‪.‬‬
‫דעפארטמענט‪ ‬געפונען‪ ‬אז דער מעיאר איז‬ ‫עווענטועל האט די סיטי׳ס אויספארשונג ּ‬
‫שטופן דאס‬
‫ּ‬ ‫אפ‬
‫"פאליטישע פערד‪-‬האנדל" און געהאנדלט אומעטיש מיט’ן ּ‬ ‫באגאנגען ּ‬
‫פארעפנטליכן אינדערצווישן א באריכט אויף די מוסדות‪ ,‬און דער ניו יארק ּפאסט האט‬
‫ערהאלטן אימעילס וואס צייגן אז א הויכער אדמיניסטראציע באאמטער האט צוגעזאגט‬
‫פאר עסקנים אז די געפינסן וועלן זיין ״מילד״‪.‬‬
‫טראץ דעם‪ ,‬האט דער באריכט געזאגט אז בלויז צוויי פון ‪ 28‬ישיבות שטעלן צו א‬
‫צופרידנשטעלנדע עדיוקעשאן‪ .‬אבער איידער עס איז ארויסגעקומען‪ ,‬תיכף פאר‬
‫קראצמעך ‪ ,2019‬האבן מר‪ .‬שיק און אנדערע זיכער געמאכט אז קיין איין מוסד זאל‬
‫נישט ווערן דערמאנט ביים נאמען אלס פעלערהאפטיג‪ ,‬האבן דריי געוועזענע באאמטע‬
‫געזאגט‪ .‬דורך א ווארטזאגער האט מר‪ .‬שיק געלייקנט דעם באריכט‪.‬‬
‫פון זייער זייט‪ ,‬האבן שטאטישע באאמטע ּפרובירט צו אוועקשטעלן פארשריפטן‬
‫וועלכע וואלטן געהאלטן מוסדות פאראנטווארטליך דורך פארלאנגען אז זיי מוזן‬
‫צושטעלן א געוויסן מינימום פון לימודי חול‪ .‬אבער אין ‪ 2019‬האט א ריכטער‬
‫ארויסגעווארפן די פארשריפטן צוליב א ּפראצעדורישן ּפראבלעם‪ ,‬און אין ‪ 2020‬האט‬
‫די שטאט צוריקגעצויגן פון אן אנדערן ּפלאן נאך א וויי‪-‬געשריי פון חסידישע עסקנים‪.‬‬
‫אין מערץ האבן זיי ארויסגעשטעלט א פרישן פארשלאג וואס האט אנטהאלטן ווייניגער‬
‫פארנעפלטע קאנסעקווענצן פאר’ן איגנארירן דאס געזעץ‪.‬‬
‫ּ‬ ‫פארלאנגען און מער‬
‫אפצושטעלן‪.‬‬‫ווידעראמאל האבן חסידישע פירער זיך מאביליזירט דאס ּ‬
‫אפצושטעלן די‬ ‫״יעצט איז אונזער געלעגנהייט און חובת השעה מיר זאלן ּפרובירן ּ‬
‫גיידליינס פאר עס גייט אריין אין קראפט״‪ ,‬האבן זיי געשריבן דעם פרילינג אין א אידישן‬
‫פלוג‪-‬בלעטל‪ ,‬רופנדיג פאר א פלייץ פון בריוו צו אויסדריקן קעגנערשאפט צו דעם ּפלאן‪.‬‬
‫״די עתיד פון אייערע דורות ליגט אין אייער אייגענע הענט!״‬
‫כדי צו זיכער מאכן אז זייערע נאכפאלגער וועלן ענטפערן זייער רוף‪ ,‬האבן די עסקנים‬
‫איינגעשפאנט א פארלעסליכע טאקטיק‪.‬‬
‫ּ‬
‫זיי האבן עס אהיימגעשיקט דורך די מוסדות‪.‬‬

‫‪30‬‬

You might also like