You are on page 1of 23

‫עס איז היינט א וועלט פון שרייבעריי‪ ,‬מענטשן גלייכן דעם געשריבענעם ווארט‪ ,‬צו זאל דאס זיין

אלטע‬
‫פארלאפענע געשיכטע'ס‪ ,‬צו אייגענע זכרונות און איבערלעבענישן‪ .‬אלע'ס ווערט היינט פארשריבען און געליינט‬
‫מיט דורשט‪ ,‬אמאל צוליב איר טיפע מוסר השכל‪ ,‬און צומאל סתם צוליב איר אינטערסאנטע היסטארישע‬
‫‪.‬אינהאלט‬

‫איך בין אבער פון געבורט‪-‬אויס קיינמאל נישט געווען עפעס ספעציעל‪ ,‬א קינד ווי אלע קינדער‪ ,‬און שפעטער א ישיבה‬
‫בחור ווי אלע בחורים‪ ,‬און די זעלבע א יונגערמאן נישט מער ווי א פשוט'ער ''אברך'' כפשוטו‪ .‬איך האב דעריבער‬
‫דורכאויס מיין יונג לעבן דעם פענע קיינמאל נישט צוגערירט‪ ,‬ס'טייטש‪ ,‬איך האב דאך נישט קיין באזונדערע‬
‫איבערלעבענישן וואס זאל זיין א חידוש פאר אנדערע צו ליינען‪ ,‬מיינע יארן זענען דורכגעלאפן טאקע מיט מערערע‬
‫שוועריגקייטן דא און דארט‪ ,‬אלע'ס איז אבער פארט פארבליבן אונטער'ן שלייער פון ''געווענליך'' ס'האט נישט‬
‫‪.‬אנטהאלטן עפעס אויסעגעווענליכ'ס‬

‫איך וואלט ווען באמת ווייטער פארבליבען א ''געווענליכער'' יונגערמאן גענוי ווי אין די פריערדיגע יארן‪ .‬האט אבער‬
‫פאסירט וואס האט פאסירט אזש אצינד בין איך שוין ווייט נישט דער ביז‪-‬איצטיגער ''געווענליכער'' יונגערמאן‪ ,‬און יא!‬
‫איצט האב איך שוין די פעדער אין די האנט‪ ,‬און ווי דער סדר העולם האף איך אצינד עטוואס צו שילדערן מיינע‬
‫‪.‬דורכגענג מתחלתה ועד סופה ועד בכלל‬

‫ניין‪ ,‬דאס איז גענצליך נישט קיין לעבנ'ס געשיכטע צו וואס איר זענט געוואוינט פון קינד‪-‬ווייז אן‪ ,‬ווי‪ :‬געבוירן בין איך‬
‫דארט‪ ,‬חתונה געהאט דארט‪ ,‬זיך געמאטערט מיט די און די שוועריגקייטן‪ ,‬און אויפגעשטעלט צום סוף א שיינע שטוב‬
‫בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות‪ ...‬ניין‪ ,‬נישט דאס איז אונזער ציל דא‪ ,‬מיר זוכן נישט צו בארייכערן אייערע‬
‫ידיעות‪ ,‬אינזער געשיכטע איז עפעס גאר אנדערש‪ ,‬עפעס וואס איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט‪ .‬עס איז‬
‫בחיציונית א גאר געווענליכע געשיכטע גארנישט ספעציעל‪ .‬אבער מיט א טיפערע בליק אונטער די קוליסן וועט איר‬
‫געפינען שטורעמישע כוואליע'ס‪ ,‬א לעבן פיל מיט חידושים נפלאים וואס וועט אייך האלטן געשפאנט ביז צו איר‬
‫‪...‬געשמאקע ענדע‬

‫!!!‪.‬אט לייגט צו אן אויער‪ ,‬ס'קען גאר זיין אייער געשיכטע‬

‫קודם מיין ביאגראפיע אין קורצן‪ :‬אויפגעוואקסן בין איך אין וויליאמסבורג‪ .‬געלערנט אין חדר האב איך אין סאטמאר‪,‬‬
‫דארט האב איך אויך ממשיך געווען אלע מיינע ישיבה יארן‪ .‬חתונה געהאט האב איך קיין מאנסי ושם מקום מושבי‬
‫עד היום‪ ...‬דא ווייסט איר שוין די ביאגראפיע פון מיין זעקל ביינער‪ .‬אבער נישט דערפאר בין איך אהער געקימען‪ ,‬איך‬
‫‪ '.‬בין דא אייך צו שילדערן די ביאגראפיע פון מיין 'אינערליכע גייסט'‪ ,‬הנקרא בלשה''ק 'נפשי ונשמתי‬

‫איז אזוי‪ :‬איך בין ב''ה יונגערהייט געווען א קליג קינד‪ ,‬אין חדר בין איך געווען פון די בעסטע‪ ,‬מיינע מלמדים האבן זיך‬
‫מיט מיר אלעמאל געטשאטשקעט‪ .‬דא און דארט פלעגן זיי זיך זייער בייזערן אויף מיר‪ ,‬וויבאלד איך האב שטענדיג‬
‫געוויסט וויאזוי זיך אויסצו'טענה'ן מיט זיי‪ ,‬אמאל אין די גמרא פון די וואך‪ ,‬און אמאל בלויז לשם זיי אנצוציען‪ ,,‬יא‪ ,‬יא‪,‬‬
‫אין דעם בין איך דאך געווען א דשענ''י‪ .‬אנצוציען א צווייטן און נאכדערצו מיינע מחנכים איז פון אייביג אן געווען מיין‬
‫פאך‪ .‬איך פלעג זיי פרעגן קשיא'ס מיט וואס זיי האבן מיר בא'שגץ'ט אלס א ''אויבער‪-‬חכם''‪ .‬זיי פלעגן מיר דערנאך‬
‫אויס'מוסר'ן ''הער אויף פרעגן די אלע דיינע נארישע שאלות‪ ,‬ניץ אויס דיין פיין קעפל פאר אנדערע זאכן‪ ,‬לייג דיר‬
‫אריין אין פארשטיין פשוט א שטיקעלע גמרא‪ ,‬און זיי נישט פארנימען אזויפיל צו טראכטן ווי א פילאזאפף‪ ,‬ס'וועט דיר‬
‫''‪...‬גארנישט ברענגען‪ ,‬וועסט דערמיט און ערגעץ נישט אנקימען‬

‫בערך דאס איז געווען די נוסח וואס איך פלעג נאכאנאנד הערן פון מיינע רבי'ס אין חדר פון מיין טאטע און שפעטער‬
‫אויך פון מיינע מגיד שיעורים‪ .‬איך האב דאס אבער אנגעקיקט גלייך ווי מען זאל זאגן פאר איינעם וואס זעהט זייער‬
‫גיט ''טוה דיר אן אויגן‪-‬גלעזער‪ ,‬זיי נישט קיין אויבער‪-‬חכם‪ ,‬רעדט דיר נישט איין אז די קענסט טאקע אזוי גיט זעהן‪,‬‬
‫''פאלג וואס מען זאגט דיר און טוה דיר שוין אן אויגן‪-‬גלעזער‬

‫וואס זאל איך דען טיען ‪ -‬האב איך געטראכט ווי צו זיך אליין ‪ -‬איך בין געבוירן מיט א ווילן צו 'טראכטן'‪ ,‬יא‪ ,‬פשוט איך‬
‫בין נישט אזוי וויי מיינע ארימיגע מיט אזוינע פארמאכטע קעפ‪ ,‬איך בין געבוירן מיט א קאפ צום ניצן‪ ,‬און יא‪ ,‬איך בין‬
‫אויסן דאס צו עררייכן פאר אלע געלטער‪ ,‬איך וועל מיין מוח נישט לאזן פארטעמט ווערן‪ ,‬איך וועל דאס אויסניצן עד‬
‫‪.‬הסוף‬

‫מיין טאטע וועלכער איז געווען א ''רעבי זיכרוינע ליבראכע יוד'' האט זיך מיט מיר קיינמאל נישט פארשטאנען‪ ,‬ער‬
‫האט אויסער דעם שטיקל 'דברי יואל' און די מעשה פון רבי'ן זי''ע‪ ,‬גארנישט אויף די וועלט געוויסט‪ ,‬עס האט אים‬
‫גארנישט פאראינטערעסירט בלויז דער רבי‪ ,‬דער רבי‪ ,‬און שוין ווייטער דער רבי זי''ע‪ .‬איך בין בכלל נישט געווען א‬
‫ארויסגעפאלענער חלילה‪ ,‬פונקט פארקערט‪ ,‬איך בין געווען א געוואלדיגער מתמיד‪ ,‬און א וואוילער שעפעלע‪ ,‬נאר‬
‫בלויז די 'צמצום' האב איך נישט געקענט דערליידן‪ .‬איך האב נישט געקענט דערליידן פארוואס דארף מען לעבן אזוי‬
‫‪ .‬קורץ‪-‬קעפיג‪ ,‬לאמיר זיך עפענען די קעפ‪ ,‬און לאמיר ווערן אביסל אופע''ן מיינדע''ט‬

‫אלס א אויפגעקלערטער האב איך פיל עוסק געווען אין טיפע עניני חסידות‪ ,‬איך פלעג זיצן שעות אריכות און עוסק‬
‫געווען בתורת חב''ד‪ .‬איך האב אסאך עוסק געווען אין ספרי רמח''ל‪ ,‬מהר''ל‪ ,‬ספרי חב''ד‪ ,‬ספרי ברסלב‪ ,‬ספרי רבי‬
‫צדוק‪ ,‬רמב''ם‪-‬מדע‪ ,‬וכדמה‪ .‬אוי בין איך געווען אויפגעקלערט‪ ,‬איך האב געזעהן ווי מיין טאטע מיטשעט זיך אויף א‬
‫תורה'לע אין דברי יואל‪ ,‬איך האב זיך כמעט ווי אינטער‪-‬געלאכט ''ההאא וואס גייט ער שוין דארט געוואויר ווערן‪,‬‬
‫אפשר אז די ציניום זענען עמלקים‪ ,‬נו‪ ,‬כ'האב עס שוין געהערט טויזנט מאל‪ ,‬נו‪ ,‬ווי קומט דאס צי צו מיין גרויס‬
‫חכמה‪ ,,‬איך האב דאך נארוואס געענדיגט א שטיקל לקוטי אמרים‪ ,‬אוי וואס איך בין דארט אלס געוואויר געווארן‬
‫דאס וועט דאך מיין טאטע נישט וויסן נאכן ענדיגן גאנץ דברי יואל און ויואל משה טויזנט מאל‪ ,‬איך האב דארט‬
‫געלערנט פון ''יחודאה עילאה''‪'' ,‬יחודאה תתאה''‪'' ,‬ממלא כל עלמין''‪'' ,‬סובב כל עלמין''‪ ,‬א שיינעם הסבר אויפן כוח‬
‫היולי פון וואס דער רמב''ן רעדט בריש פר' בראשית‪ ,‬און א הערליכע ביאור אויפן אור אין סוף‪ ,‬וכדומה‪ ,‬וכדומה‪,‬‬
‫''בקיצור איך שוועב דאך אין העכערע ספערן‬

‫דער ווייטאג מיינער איז אבער בעיקר געווען‪ ,‬אז ווען איך האב אמאל גערעדט צו מיין טאטע'ן איבער די אלע העכערע‬
‫זאכן וואס ער האט דערפון נישט קיין השגה‪ ,‬אנשטאט מיר אויסצוהערן בשתי אזניים‪ ,‬געט ער דאס א מאך א וועק‬
‫זאגענדיג ''נע‪ ,,‬ביי אונז האט מען נישט געטיען אין די זאכן‪ ,‬דער ''רעבי זיכרוינע ליבראכע'' פלעגט אלעמאל זאגן אז‬
‫א בחור זאל ליגן אין לערנען‪ ,‬און טאקע דייקה בלויז אין גמרא תוס' און נישט זיין פארנימען מיט די אלע שטיתים''‬
‫איך האב אבער גלייך צוריק גע'טענה'ט ''דאס איז נישט קיין שטיתים‪ ,‬דאס זענען זאכן וואס שטייען אין די ספרי‬
‫תלמידי בעל שם‪ ,‬דאס איז דאך דער דרך החסידות'' באלד האט מיר מיין טאטע צוריק פארגעווארפן ''נו‪ ,‬דערפאר‬
‫''האט טאקע דער ''רעבי זיכרוינע ליבראכע'' געזאגט אז נשתכח דרך הבעל שם‬
‫עכ''פ‪ ,‬דאס איז בלויז א קליינע ביישפיל‪ ,‬אזוינע טענה'רייען האבן געקענט נעמען שעות ארוכות און געווענליך האט‬
‫זיך דאס געענדיגט אקוראט דארט ווי עס האט זיך אנגעהויבן‪ .‬איך בין ווייטער געבליבען ''אויפגעקלערט'' און ער איז‬
‫‪''.‬ווייטער געבליבען א ''געווענליכער תמימות'דיגער סאטמערער איד‬

‫שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן און איך האב מחליט געווען אז מיין מקום איז אין ''בריסק'' אין ארץ ישראל‪,‬‬
‫האט מיין טאטע אזא מחשבה אפילו נישט געקענט פארדייען‪ ,‬וואס הייסט האט ער גע'טענה'ט ''דער ''רעבי זיכרוינע‬
‫ליבראכע האט דאך נישט געהאלטן פון זייער דרך הלימוד און בכלל איז זייער גאנצע השקפה אינגאנצען‬
‫אפגעפרעגט ביי אונז'' איך האב משום כבוד אבי גארנישט געענפערט אבער אין הארץ האב איך צו מיר געטראכט‬
‫''די סאטמערע חברה ווייסן דאך ניטאמאל וויאזוי אפצולערנען א בלאט גמרא‪ ,‬די ליטווישע‪ ,‬דאס הייסט געלערנט‪,‬‬
‫מען איז זיך מעמיק אין רבי חיים'ס א ווארט‪ ,‬אוי איז דאס זיס ס'דאך ממש טעם גן עדן‪ ,‬ווער רעדט נאך רבי שמעון‬
‫שקאפ'ס חידושים דאס איז דאך ממש מעין עולם הבא‪ .‬דאס הייסט געלערנט‪ ,‬דאס הייסט פארשטאנען א בלאט‬
‫גמרא על בורי'‪ ...‬נע‪ ,‬די אונגארישע‪ ,‬וואס פארשטייען זיי צו א רבי חיים‪ ,‬צו א רבי שמעון‪ ,‬וואס פארשטייען זיי דען די‬
‫''‪...‬עמקות הדברים‬

‫בקיציר א מעשה‪ ,‬איך וואלט נאך אסאך געקענט מאריך זיין אין די דאזיגע תקופה פון מיין לעבן ווען איך בין נאך‬
‫געווען ''אויפגעקלערט'' כ'וויל אבער נישט אזויפיל מאריך זיין אין די דאזיגע הוא אמינא‪ ,‬און לאמיר מארשירן‬
‫‪ .‬פאראויס און זעהן וואו און וויאזוי ס'האט פאסירט די יו‪-‬טירן‬

‫במשך הזמן ווען איך בין שוין געשטאנען ביים סאמע שפיץ‪ ,‬כ'האב שוין געקענט כאפן א שמיעס מיט א חב''ד'סקער‬
‫אין א שטיקעל ''אור תורה''‪ ,‬מיט א ליטוואק אין א שטיקעל ''רבי ראובן''‪ ,‬און זאגאר מיט א ספרד'ישער מקובל אין א‬
‫שטיקעל ''רמ''ק''‪ .‬האב איך הערשט דעמאלט אנגעהויבן איינזעהן אז יא! מיין פשוט'ער תמימות'דיגער טאטע איז‬
‫געווען אסאך אסאך קליגער פון מיר‪ ,‬און יא! טאקע דייקה דערמיט וואס ער האט זיך געקענט ווייקן אין א שטיקעל‬
‫‪...‬דברי יואל‬

‫איידער איך בין אבער ממשיך פינקטליך וויאזוי די דאזיגע איינערקענונג האט פאסירט‪ ,‬וועל איך זיך אפשטעלן‪ ,‬און‬
‫‪ .‬קודם לאמיר זעהן צו דער עולם איז בכלל אינטערעסיט דערין‪ ,‬און צי די מנהלים וועלן דאס דערלאזן‬

‫‪...‬המשך יבא‬

‫*‬

‫‪.‬ב'''ה כ'זעה דער עולם איז צופרידן‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף‬

‫איידער איך בין ממשיך איז וויכטיג צו ערווענען אז די דאזיגע נושא וואס איך האב דא בארירט‪ ,‬איז בעצם גאר גאר(‬
‫א ברייטע‪ ,‬עס אנטהאלט אין זיך פילע יסודות'דיגע ענינים וואס פון יעדע באזונדער איז שייך צו שרייבען אנע שיעור‪.‬‬
‫מיר וועלן זיך דעריבער פרובירן צו קאנצעטרירן צום פונקט מיט וועלכע מיר האבן אנגעהויבן דעם שמיעס‪ ,‬און‬
‫פרובירן נישט אריינצוגיין אין קיין זייטיגע נושאים‪ .‬אבער געדענקט‪ ,‬איך וועלן בלויז פרובירן‪ ,‬און אויב וועל איך יא‬
‫)פארקריכן וועל אי''ה שנעל זעהן צוריק צוקימען צום עצם ענין‬
‫צוערשט דארפן מיר ממשיך זיין צו פארשטיין וואס ס'האט געברענגט דערצו אז נאכ'ן ענדליך דערגרייכן צום שפיץ‬
‫!?‪.‬לייטער זאל איך מאכן אזא דראסטישע יו‪-‬טירן‬

‫לאמיר א רגע צוריק זיך דערמאנען מיין דעמאלט'ס'דיגער מצב‪ :‬איך בין גענצליך געווען אינגאנצן איבערגענימען פון‬
‫מיין גרויס פקחות‪ ,‬און ווען איך פלעג אריינשפאצירן אין א סאטמארער ביהמ''ד און באמערקט ווי אידן מיט שניי‬
‫ווייסע בערד זיצן איבערגעבויגן איבער א געלן ספר און מיט א פארקנייטשטע שטערן מורמלען זיי זיך עפעס אונטער‪,‬‬
‫האב איך אבער באלד געוויסט אז ניין‪ ,‬די ספר דארט איז נישט קיין קצות החושן‪ ,‬נאר א פשוט'ער תהלים אדער גאר‬
‫א דברי יואל‪ ...‬אוי פלעג איך דערפון לאכן אין הארץ‪ ,,‬איך פלעג אראפ קיקן די דאזיגע תהלים‪-‬זאגער'ס און זיי‬
‫פארגלייכן צו די אמאליגע וואסער‪-‬שעפער'ס‪) .‬דאס אז איך קום ניטאמאל צי צו צום שפיץ גאפל פון די פשוטע‬
‫אמאליגע וואסער‪-‬שעפער'ס‪ ,‬דאס איז מיר נאך דעמאלט זיכער נישט בייגעפאלן(‬

‫אלנפאלס‪ ,‬א לאנגע צייט האב איך זיך ארומגעדרייט מיט אזוינע מחשבות אין קאפ וואוסנ'דיג אז יא‪ ,‬איך האב זיך‬
‫מצליח געווען ארויסצודרייען פון די צמצום‪ ,‬איך בין אנגעקימען צום שפיץ‪ ,‬ס'טייטש‪ ,‬איך בין דאך געווארן אזוי‬
‫''אויפגעקלערט'' ''אופען מיינדעט'' ''אפענע קאפ'' אדער בלשה''ק‪'' :‬בעל מחשבה'' ''עובד'' ''בעל מוח''‪ ...‬משא''כ די‬
‫!‪ .‬אונגארישע מצמצומים‪ ,‬א רחמנות נעבעך‪ ,,,‬זייי זענען דאך נעבעך געבוירן פשוטע תם‪-‬קעפ‬

‫‪:‬און איצטער צום טויש‬

‫ווי אויפגעקלערט איך בין נאר געווען‪ ,‬האב איך פארט קיינמאל נישט גענצליך אויפגעגעבן צו טראכטן אויף צוריק אז‬
‫אפשר האב איך זיך טועה געווען‪ ,‬אפשר בין איך נישט אזוי גערעכט‪ ,‬אפשר איז דאך פארהאנען א מעגליכקייט אז די‬
‫אונגארישע זענען שוין גארנישט אזוינע מצמצומים ווי זיי מאכן זיך?!‪ .‬ביז ביז השי''ת האט ברוב רחמיו וחסדיו מיר‬
‫נישט פארלאזט און מיר געוויזן בדרך ישכון אור און איך בין ענדליך נאך א לאנגע תקופה טאפן אין די פונסטערניש‬
‫צוגעקימען צו די מסקנה אז ניין‪ ,‬איך בין זיכער נישט גערעכט געווען‪ ,‬פארוואסזשע טאקע?! אט הערט די צוויי עיקר‬
‫‪ '...‬פונקטן ווי איך האב באמערקט אז איך שטיי עפעס נישט גיט מיט מיין נייעם דרך בעבדות ה‬

‫א( איך האב זיך אויסדריקלעך איבערצייגט אז אין די חלק המחשבה בין איך אפשר טאקע שטארק‪ ,‬און זאגאר‬
‫שטערקער פון מיינע עלטערן‪ .‬אבער ווען עס קומט צום חלק המעשה האב איך זיך געטראפן שטיין זייער שוואך‪,‬‬
‫אסאך אסאך שוואכער פון די תהלים‪-‬זאגער'ס און וואסער‪-‬שעפער'ס‪ .‬ולדוגמה‪ :‬איך וועלכע פלעג בשעת'ן לייענען‬
‫קרי''ש ווערן פאר'מוח'ט אינזינען האבנ'דיג יחידאה עילאה און יחידאה תתאה האב איך אבער נישט אזוי מקפיד‬
‫געווען לגבי דאס צו לייענען בזמנו ממש‪ .‬כ'פלעג זיך אפיציעל פארלאזן אויף די לעצטע מינוט‪ ,‬אדער גאר אויפן‬
‫צווייטן זמן‪ ,‬און יא‪ ,‬צומאל ביך איך אפילו פארשלאפן ביידע זמנים‪ .‬ווען איך פלעג זיך אויפכאפן און געזען דעם‬
‫ווייזער'ל אויפן עלעף האב איך זיך מחזק געווען נו‪ ,‬דער אויבעשטער איז דאך נישט קיין בער ער וועט מיר דאס‬
‫‪...‬זיכער מוחל זיין‬

‫ביי מיין טאטע'ן איז אבער די מעשה געווען גאנץ אנדערש‪ ,‬דהיינו‪ ,‬אויב איז ער אהיימגעקימען שפעט פון א חתונה‬
‫האט ער שוין מער נישט געקענט איינשלאפען‪ ,‬ווייל סוף זמן קרי''ש‪ ...‬ער האט זיך געשראקן פון דעם סוף זמן קרי''ש‬
‫ממש ווי פון א בער‪ ,‬דער פחד פון פארשלאפן זמן קרי''ש איז אים געווען אויסגעגאסן אויפן פנים‪ ...‬ער פלעגט שטיין‬
‫ביי מיין בעט און מיר אויפוועקן‪ ,‬אבער איך ‪ -‬דער חכם מכל אדם ‪ -‬האב זיך לכתחלה רואיגערהייט פארלאזט אויפן‬
‫לעצטן מינוט‪ ,,‬אוי האט ער זיך געגעסן דערפון‪ ,,‬אבער איך האב זיך שטענדיג מחזק געווען אז נע‪ ,,‬דער‬
‫אויבערשטער פארשטייט מיר דאך זיכער‪ ,,‬ער זעהט דאך אז ווען עס קומט למעשה צו לייענען האב איך אינזינען פיל‬
‫‪...‬מער ווי מיין טאטע‬

‫דאס אלע'ס איז פארשטייט זיך בלויז איין דוגמה‪ ,‬אחת מיני אלף‪ ,‬ס'איז פארהאנען נאך אסאך ענליכע פעלער‪ ,‬ווי‬
‫למשל‪ :‬דאס גיין אין מקוה טעגליך‪ .‬איך פלעג דערין דא‪-‬דארט היבש מקיל זיין‪ ,‬פארשטייט מיט א זאק תירוצים‬
‫‪...‬אנהענגענ'דיג דאס אין צדיקים מדורות הקודמים‬

‫עכ''פ דאס איז געווען די ערשטע ''לאך'' מיט וועלכע איך האב זיך אנגעשטויסן‪ ,‬וואס דאס האט מיר געגעבן א שטיקל‬
‫וועק‪-‬אויף פונעם עולם הדמיון זאגנ'דיג‪'' :‬שעפעלע טייערע‪ ,‬חלום נישט אז די שטייסט העכער פון דיינע‬
‫עלטערן‪-‬מחנכים‪ ,‬זעסט דאך קלאר אז דו קומסט ניטאמאל צי צו זייער יראת חטא ‪ -‬חביבות המצוה ‪ -‬יראת שמים ‪-‬‬
‫''‪...‬תמימות בה' ‪ -‬וכדומה‬

‫ב( די צווייטע לאך איז געווען ווי פאלגנט‪ :‬לאמיך זיך נישט פאפן ‪ -‬האב איך געזאגט צו מיר ‪ -‬לאמיר זיין רעאליסטיש‪,‬‬
‫בין איך דען טאקע אזוי קליג‪ !?.‬איז אפשר נישט דער רבי זי''ע געווען עטוואס קליגער פון מיר‪ !?..‬צו זענען טאקקע‬
‫ווירקליך אלע אונגארישע רביים געווען אזוינע פארמאכטע קעפ ווי איך פרוביר זיי אנצוקיקן‪ !?..‬האבן זיי דען נישט‬
‫געלערנט און געוואוסט דאס ''אלע'ס'' וואס איך ווייס אלץ‪ !?..‬האבן זיי דען נישט געלערנט כאטשיק אזויפיל‬
‫חסידות‪-‬מחשבה‪-‬קבלה ווי איך‪ !?..‬ס'איז דאך נישט מסתבר אז נישט‪ ,,‬זיי פילייכט האבן זיי דאס אלע'ס אויך‬
‫געוואוסט און נאך פי כמה מער‪ ...‬דעמאלט ‪ -‬האב איך זיך געוואונדערט ‪ -‬אוואו איז דער קאץ פארלוירן געגאנגען‪,‬‬
‫פארוואס טרעפן מיר זיך נישט צוזאם‪ ,‬פארוואס בין איך אנגעקימען אין א גענצליך אנדערע דירעקציע ווי מיינע רבי'ס‬
‫‪ ...‬און מחנכים‪ !?..‬בקיצור‪ :‬עפעס שטימט נישט דא‪ ,‬ערגעץ ווי ביך איך זיכער פארלוירען געגאנגען אויפן לאנגן וועג‬

‫בעיקר זענען דאס געווען די צוויי לעכערליכע פונקטן וואס איך האב אנדעקט אין מיין נייע דרך העבודה‪ ,‬וואס האט‬
‫מיר דערלויכטען די אויגן און געעפענט די קאפ‪ ,‬און אזוי ארום האב איך זיך געכאפט אז סאומטינ''ג ווענ''ט ראונ''ג‪,,‬‬
‫ערגעץ האב איך זיך זיכער פארהאנקעט אויפן וועג‪ ,‬וואס דאס האט גורם געווען איך זאל אנקימען צו א גענצליך‬
‫!!!‪.‬אנדערע דירעקציע‬

‫איצטער האב איך זיך ארויסגעלאזט אפיר זוכן דעם לאך‪ ,‬און פרובירן צו געוואויר ווערן וואס דאס מיינט זיין‬
‫!!??‪' .‬אויפגעקלערט'‪ ,‬און פארוואס אונזערע רביים האבן ענדערש אויסגעקליבען די וועג פון ''זיך מאכן'' מצמצום‬

‫יא‪ ,‬איר האט גיט געליינט דעם קעפל‪ :‬א ''עמקן אין פלאטשיקקייט''‪ ...‬איך האב אלעמאל געוואוסט וואס ס'איז דער‬
‫טייטש פון ''עמקן'' און ווי אויך ווייסן מיר וואס ס'איז דער באדייט פון ''פלאטשיק''‪ ,‬אבער וויאזוי טרעפן זיך די צוויי‬
‫קעגענגעזעצטע ווערטער צוזאם‪ !?.‬אט הערט פון וואנעט איך האב אויפגעפיקט דעם באגריף‪ :‬איך האב אמאל‬
‫געהערט פון א אזוי‪-‬גערופענע ''רעבי זיכרוינע ליבראכע יוד'' וועלכער האט באמערקט א יונגערמאן א בעל מוח ווי ער‬
‫שוועבט אין די העכערע ספערן‪ ,‬האט ער אים בא'טיטלט מיט'ן דאזיגן אויסדריק‪ :‬ער איז א ''עמקן'' אין‬
‫‪''.‬פלאטשיקקייט''‪ ...‬ואמר שזה השם הראי' לו‬
‫כדי צו פארשטיין פארוואס דער יעניגער יונגערמאן האט זיך פארדינט אזא שיינעם טיטל‪ ,‬און וואס ער האט דען‬
‫שלעכט געטיען מיט'ן סך הכול לערנען אביסעלע 'טיפע' חסידות‪ ,‬וועלן מיר זיך אריינלאזן אין א לענגערע שמיעס וואס‬
‫דערמיט וועט האפענטליך אלעס אויסגעקלארט ווערן‪ ,‬אריינגערעכנט די אלע שאלות וועס מיר האבן אויבן ערווענט‬
‫‪...‬און נאך פיל מער‬

‫! טייערע חברים מפני קוצר הפנאי איננו יכול להמשיך עכשיו‪ ,‬כ'האף אויפדערנאכט ממשיך צו זיין‬

‫‪...‬המשיך יבא‬

‫)ההערות והגהות יתקבלו באהבה(‬

‫*‬

‫קיק נאר קיק‪ ,‬דער עולם איז ב''ה אין די כלים‪ .‬איך דערקען שוין באלד נישט דעם אשכול‪ ,‬פנים חדשות בואו לכאן‪.‬‬
‫איך האב כמעט פארגעסן וואו איך האלט‪ ,‬איך בין נאך פארטיפט דורכצולייענען די אלע הערות און חילוקי דעות‬
‫צווישן עולם‪ ,‬און ביני לביני האב איך פרובירט צו פארשטיין פון צווישן די שורות אוואו דער עולם דא האלט אויפן‬
‫לייטער‪ .‬איך האב געזען אז טייל פארשטייען אינגאנצען נישט מה כל הרעש‪ ,,‬וואס א נפקא מינה‪ ,‬אלע'ס איז גיט‪,‬‬
‫אלע'ס איז פיין‪ ,‬וואס פעלט דען אויס צו מישן א קאשע און אנדרייען פראוואקאציע'ס‪ ,‬לאז געמאכט וויאזוי ס'איז‪ ,‬זאלן‬
‫אונזערע קינדער גיין וואו ס'לאזט זיך‪ ,‬לערנען וואס ס'קומט אונטער‪ ,‬זיי זענען אלע וואוילע אידן‪ ,‬וואס איז דען א‬
‫חילוק וויאזוי מען דרייט דעם גארטל‪ ...‬אבי מען גייט נאך דערמיט‪ !..‬דאקעגען איז דא וואס האלטן אז מיין נייע מהלך‬
‫בעבדות ה' האט נישט געהאט קיין שום שייכות צו אויפגעקלערט'קייט‪'' ,‬איך'' האב דאס פשוט אויסגעניצט אלע'ס א‬
‫אופן וויאזוי אראפצוקיקן מיין טאטע'ן און מיינע מחנכים‪ ...‬ווידעראום האבן עטליכע רעאגירט‪ ,‬אז דאס איז נישט מער‬
‫ווי א רוטינע דורכגאנג וואס מאכט זיך אין די צענערלינג יארן‪ ,‬אבער למעשה וואקסט דאס ''יעדער'' סיי ווי אויס‪ ...‬א‬
‫‪ ...‬צווייטער האט גאר געמאכט א חילוק בין יחיד לרבים‪ ...‬וכהנה וכהנה עוד ועוד‬

‫הערטס מיר צי‪ ,‬מיינע טייערע חברים היקרים! איצט אויפן מאמענט איז מיר זייער שווער צו רעאגירן צו יעדן בנוגע‬
‫זיין ספעציפישע הערה‪ .‬די אנלויפעניש דא איז פיל מער ווי כ'האב געמיינט אז ס'וועט זיין‪ ,‬און דעריבער ווועלן מיר זיך‬
‫מוזן האלטן צו אונזער כלליות'דיגער שמיעס‪ ,‬ועוד חזון למעוד‪ .‬כ'האף אז מיטן איצטיגן המשכה וועט דער עולם‬
‫!‪ .‬אנהייבן כאפן וואו אהין איך ציל און וואס איך פרוביר דא ארויסצוברענגען‪ ,,‬וישמע חכם ויוסיף לקח‬

‫קודם כל‪ ,‬איז אזוי‪ :‬זייט וויסן‪ ,‬די ''אלע'' אויבנדערמאנטע רעאקציע'ס פארמאגן איך זיך עטוואס אמת‪ ,‬אבער יש ויש‪,‬‬
‫געוויסע זאגן בלויז א שיינע נקודה להלכה וואס איז אבער אין פאקט פאלש‪ .‬און געוויסע קימען אויף מיט נייע‬
‫הסברים און מהלכים חדשים לבקרים‪ ,,‬למשל האב איך אנגעמערקט אז ס'איז פארהאנען געוויסע דא וואס געהערן‬
‫צום נייעם באוועגונג וואס רופט זיך ''מ'נאשט פון איבעראל'' וואס דער געדאנק איז טאקע אמת לאמיתו אבער דאס‬
‫דארף א גרינדליכע הסבר‪ .‬וואס הייסט דאס ''נאשן פון איבעראל'' אז מען האט נישט קיין שום ציל‪ ,‬אדער אז מ'צילט‬
‫אנצוקימען איבעראל ‪ -‬וואס דאס איז דאך נישט שייך במציאות‪ !??..‬מאכט נישט קיין טעות‪ ,‬איך זאג נישט אז ס'איז‬
‫אפגעפרעגט צו נאשן פון איבעראל‪ ,‬איך זאג פשוט אז איך האף אז די וועלכע זאגן דאס‪ ,‬ווייסן דער באדייט דערפון‪,‬‬
‫ס'מיינט דאך אוודאי נישט אז מ'זאל זיך פארמאכן די אויגן און ארויסנעמען פון ספרים שאנק דעם ערשטן ספר וואס‬
‫‪...‬קומט אין די האנט אריין‬

‫שוין‪ ,‬גענוג‪ ,‬כ'מיין ס'צייט ממשיך צו זיין‪ .‬לדעתי וואלט געווען די בעסטע מיר זאלן שוין ווייטער ממשיך זיין מיט‬
‫!‪ .‬אונזער שילדערונג‪ ,‬און האפענטליך וועלן אסאך ענינים אויסגעקלארט ווערן צווישן די שורות‬

‫''דער חילוק צווישן דעם פראפעסער אין דעם דארפ'ס‪-‬מאן''‬

‫אט די דאזיגע וועלט'ס מעשה האט מיר פארציילט א געוויסער קליגער רבי זי''ע יוד זעענדיג מיין שווערע‬
‫פארלעגענהייט )‪-‬ווי אויבן געשילדערט(‪ :‬געווען איז אמאל א דארפ'ס‪-‬מאן וועלכע איז געבוירן אין א פארשטיפטע‬
‫דערפל ווייט ווייט אוועק פון יעדע באוואוינטע מקום ישוב‪ .‬דארט איז ער געבוירן‪ ,‬און דארט איז ער ווייטער‬
‫אויפגעוואקסן מי די גרעסטע מאס פרימעטיוו'קייט‪ .‬געווען איז דער דארפ'ס‪-‬מאן ווי רוב אלגעמיינע דארפ'ס‪-‬לייט א‬
‫פאלנער אנאלפעבעט נישט קענע'דיג קיין צורת אות‪ .‬בקיצור‪ :‬א ריכטיגער פארצייטישער פרימעטיווער גאסן‪-‬יונג‪ .‬זיין‬
‫ארבעט איז באשטאנען פון פיש‪-‬כאפעריי וואס דערין איז ער געווען א יחיד מומחה עד להפליא‪ ,‬ער האט גיט געוויסט‬
‫וויאזוי צו קאנטראלירן דעם שיפל זיינעם און ווען און וויאזוי אראפצולאזן דעם נעץ אז ס'זאל כאפן דאס מאסימום פיש‬
‫‪.‬וואס נאר שייך‬

‫ווייט אוועק אינעם גרויסן יוניווערסיטי ווואס שטייט אין צענטער פון שטאט זיצט זיך דער וועלט'ס בארימטער‬
‫פראפעסאר און טיט אדורך א שטודיע איבער די פרימעטיווע לעבנ'ס שטייגער פון די דארפ'ס‪-‬לייט‪ .‬דער פראפעסער‬
‫וועלכער איז געווען א בקי בכל חכמת העולם האט באקימען חשק זיך צו דערגרינטעווען וויאזוי די צוריקגעשטאנענע‬
‫מענטשן געבן זיך אן עצה מיט זייער טאג טעגליכער לעבן‪ .‬ויהי היום‪ ,‬דער פראפעסער לאזט זיך ארויס אויפן וועג‬
‫צום אויבענדערמאנטע דארף בכדי זיך צו באגעגענען מיט אונזער פיש‪-‬כאפער מיט'ן ציל צו כאפן א לענגערע שמיעס‬
‫‪ .‬מיט אים און דאס דעקאמענטירן אלס וויכטיגע אינפארמאציע אינעם אנגייעדיגן שטודיע‬

‫דער פראפעסער טיט זיך אן זיין הערליכען נייעם אנצוג‪ .‬ער פארגעסט אויך נישט צו פאררעכטן זיין בלויען נעק‪-‬טיי‬
‫און זעצט זיך אריין אין קאר מיטן צין צו דערגרייכן יענעם פארשטיפטע דערפל‪ .‬דער פראפעסער האט דאך אוודאי‬
‫מיטגענימען זיינע פאפירן אוואו ער וועט דארפן פארשרייבען די אלע פריש געוואויר געווארענע אינפארמאציע‪.‬‬
‫אנקימענדיג אין דערפל הייבט זיך דער פראפעסער אויף זיינע הויזן כדי נישט שמוציג צו ווערן פון די דיקע שיכט‬
‫בלאטע וואס איז אויסגעשפרייט אויפן גאנצן ערד‪-‬פלאך‪ .‬און אזוי שפאנט ער צי צום פיש‪-‬כאפער וועלכער האט‬
‫פונקט יעצט געהאלטן טיף באמצע העבודה צו כאפן פיש מיט א פלייס‪ .‬דער פראפעסער גיט א ווינק פאר'ן‬
‫פיש‪-‬כאפער ער זאל צופארן צום ברעג ער זאל קענען אויפשטייגן אויפן שיף‪ ,‬דער פיש‪-‬כאפער גיט פלינקערהייט א‬
‫דריי דעם שיף און שווימט בלאד צי צום בארטן‪ ,‬ער פרעגט דעם פראפעסער מה בקשתך ‪ -‬וואס איז אייער באגער?‬
‫אויף וואס דער פראפעסער איז אים פינקטליך מסביר וואס זיין צין מיט דעם באזוך איז‪ ,‬און אז ער וויל אים פשוט‬
‫אויספרעגן געוויסע פרטים איבער זיין חיי יום יומי‪ .‬יא‪ ,‬נישט קיין פראבלעם ‪ -‬זאגט דער פיש‪-‬כאפער ‪ -‬אדרבה קום‬
‫‪.‬אריין צי מיר אין שיפל‬

‫דע פראפעסער קומט ארויף אויפן האלב צוקראכטן שיפל וועלכע ווארפט זיך ווי א עוף לאחר שחיטתו‪ ,‬ער פרובירט‬
‫זיך אנצוכאפן אינעם וואנט פונעם שיף אבער אן ערפאלג‪ .‬ער פאלט אנידער אויפן נאסן פלאר האלטנ'דיג אין איין‬
‫הענט די נאטיץ ביכל און אין די אנדערע הענט דעם היט ס'זאל נישט מאכן פליטה‪ .‬און דאן אויבט ער אן דעם‬
‫אינטערוויא מיט די פאלגענדע פראגע'ס‪ :‬דו קענסט שרייבען? ניין ‪ -‬ענפערט דער פיש‪-‬כאפער‪ .‬און וואס איז מיט‬
‫לייענען קענסטו אפשר יא? ניין! ביסט שוין אמאל געווען באזוכן אויסער דער דאזיגער דערפעל? ניין! וואס הייסט‪ ,‬דו‬
‫ווייסט בכלל אין וואספארא ריזיגע וועלט די לעבסט‪ ,‬דו האסט אן השגה וויאזוי א גרויסע שטאט קיקט בכלל אויס??‬
‫ניין ‪ -‬זאגט דער פיש‪-‬כאפער שוין מיט ביסל א בייזן טון ‪ -‬עס גייט מיר די אלע זאכן גאנץ קנאפ אן‪ ,‬דא בין איך‬
‫געבוירן‪ ,‬דא לעב איך‪ ,‬דא האב איך פרנסה‪ ,‬וואס גייט מיר דען אן וואס עס טיט זיך אלס אויף דער וועלט‪ ,‬גיי דריי א‬
‫קאפ א צווייטן מיט דיינע נארישקייטן‪ !!.‬אבער דער פראפעסער געט נישט אויף‪ :‬זאג נאר‪ ,‬דו האסט א מושג אויב די‬
‫וועלט איז רינדעכיג אדער פיר‪-‬עקעדיג?! דער פיש‪-‬כאפער הויבט או ווערן אנגעצויגן און שרייט‪ :‬וואס‪ ...‬די האסט‬
‫נישט בעסער מיט וואס צו זיין פארנימען ווי אזוינע חלומות‪ ,,‬וואס אינטערעסירט מיר דאס‪ ,,‬גיי דערצייל דאס פאר'ן‬
‫באבע'ס קאץ ער האט דאך זיכער נישט וואס צוטיען גיי זיי אים מסביר די אלע זאכן‪ ...‬הער מיר צי! איך בין א‬
‫פארנימענע מענטש‪ ,‬איך ארבעט ביטער שווער פאר מיין פרנסה‪ ,‬ס'איז מיר פונקט געניג די שווערע ארבעט מיינע‪,‬‬
‫וואס פעלט מיר נאך אויס פרישע דאגות‪ ,,‬און דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן‪ ,‬כ'מיין זאלסט דיר זעלבסט אויך‬
‫!!??‪ ,,‬ארויסלאזן פון די אלע דימיונית‪ ,‬וואס א נפקא מינה וויאזוי די וועלט זעהט אויס‪ ..‬זאג‪ ,‬ס'איז דיר דען נוגע‬

‫דער פראפעסער ווערט רויט פון גרויס אויפרעגעניש און שרייט צוריק אויף דעם פיש‪-‬כאפער‪ :‬וואס איז דאס מיט דיר‪,‬‬
‫ביסט דאך א טאטאלע משוגענער‪ ,,‬דו רעדסט דאך ווי א שוטה‪ ,‬דאס זענען דאך די יסודות הבריאה‪ ,,‬איך רעדט דען‬
‫פון דימיונית‪ ,‬איך רעדט דאך דא אזוינע דברים פשוטים וואס יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט‪ ,,‬אנשטאט זיך צי‬
‫פארשטעקן פאר בושה אז דו ווייסט דאס נישט שרייסטו נאך אז איך בין גאר דער נער?!! ביני לביני בשעת די ביידע‬
‫זענען אזוי פארטיפט אינעם שמיעס האבן זיי ניטאמאל באמערקט אז דער שיף שווימט געפארפול נאנט צום‬
‫שטיינערנעם ברעג און איז אין א סכנה אריינצוקלאפן דערין יעדע ליאדע מינוט‪ ...‬אאאפפפססס‪ ...‬א שטארקן זעץ‬
‫האט אפגעהילעכט אינעם גאנצן ארום‪ ,,,‬די שיף האט מיט א אימפעט אריינגעזעצט אין די שטיינער וועלכע האבן‬
‫‪.‬אויפן ארט געשאפן א ריזיגער לאך אין דעם זייט פונעם שיף‬

‫דער גרויסער הויעכגעשעצטער פראפעסער איז שיעור נישט פארגליווערט געווארן פון גרויס שאוק אין פחד‪ ..‬ער‬
‫האט זיך גענימען שרייען מיט באנימענע קולות ראאטטטעעעווועעטט‪ ,‬פון גרויס צומישעניש האט ער‬
‫אראפגעטראסקעט אויף דער ערד און איז גיט דורכגעווייקט געווארן פון קאפ ביז פיס‪ ,‬קוים קוים האט ער ענדליך זיך‬
‫באוויזען אויפצושטעלן ער האט אבער גלייך דערזעהן אז אלע זיינע פאפירן האבן יורד געווען לתהומות‪ .‬בילדער פון‬
‫זיין ווייב און קינדער האבן אים אנגעהויבן ארויפקימען אויפן געדאנק‪ ,‬זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ‪ ,,‬אוי וויי איז‬
‫!!‪ ..‬מיר אז איך וועל די אומקימען אין דעם וויסטן ארט ‪ -‬האט ער מיט ביטערניש געקלערט צו זיך אליין‬

‫אקוראט אין דער זעלבער צייט שטייט אבער דער פיש‪-‬כאפער אזוי געמיטליך גלייך נעבן דעם פראפעסער און קיקט‬
‫זיך צו ווי דער גרויסער וועלט‪-‬בארימטער פראפעסער וואס כל חכמת העולם נהירין לו ראנגעלט זיך אזוי אין די‬
‫וואסער און קען זיך קוים דערכאפן דעם אטעם‪ .‬דער פיש‪-‬כאפער געט א שטרעק אויס זיין האנט צום פראפעסער‪,‬‬
‫דער פראפעסער כאפט זיך אן אין זיין האנט מיטן גאנצן כוח און שלעפט זיך צי צו אים‪ ,,‬ביז ביז ענדליך ער האט זיך‬
‫באוויזן ארויסצודרייען פון די כוואליע'ס‪ .‬דער פיש‪-‬כאפער בארואיגט דעם פראפעסער‪ :‬זארג נישט דאס איז א רוטינע‬
‫זאך אז א שיף ווערט געלעכערט אימיטען שווימען‪ ,‬קום לאמיר דיר צייגן וויאזוי מען באהאנדלט אזא סיטואציע‪.‬‬
‫לאמיר נעמען די שיסלעך וואס ליגן דא‪ ,‬און אויסשעפן דאס גאנצע וואסער פונעם שיף‪ ,‬ווען אין די זעלבע צייט וועל‬
‫‪ ...‬איך פארשטאפן דעם לאך מיט מיינע אלטע אויסגעפריווטע טאקטיקן והכל על מקומו יבוא בשלום‬

‫‪:‬עד כאן המשל‪ .‬און דער נמשל המובן מאיליו איז אזוי‬

‫יא‪ ,‬יא עס איז זייער געשמאק צו זיין קליג און אויסצוניצן דעם מוח עד הסוף‪ ..‬מיר דארפן אבער וויסן אז דאס איז‬
‫זייער גיט נאר ווילאנג עולם כמנהגו נהוג‪ ,‬דהיינו ווילאנג די וואסערן זענען רואיג און געמיטליך‪ ,‬אבער אין אזא‬
‫שרעקליכע וועלט ווי מיר לעבן היינט וועלן די אלע חכמות אונז גאנץ קנאפ העלפן צו קענען סאורווייוו''ן און פארבלייבן‬
‫אידן לה' ולתורתו‪ ..‬כדי צו קענען איבערלעבן ''מיזן'' מיר זיין פשטנים גלייך צו דעם פשוט'ן פיש‪-‬כאפער‪ !.‬קיקט נאר‬
‫אן דעם פראפעסער‪ ,‬ער איז א וועלט'ס חכם‪ ,‬ער שטייט און טראכט וויאזוי די וועלט זעהט אויס‪ ,‬אבער פון א קליינע‬
‫''שאקל'' פאלט ער גלייך אנידער אינאיינעם מיט זיין גרויס חכמה און פקחות און פארלירט אלע זיינע פאפירן און‬
‫ווערט שמיצוג פון קאפ ביז פיס‪ ,‬משא''כ דער פשוטער נער'ישער פיש‪-‬כאפער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומייכון‬
‫שטייט ווייטער פעלזן פעסט און געט זיך ניטאמאל א שאקל‪ .‬בלויז דער פשוט'ער פיש‪-‬כאפער וואס לעבט מיטן‬
‫למעשה'דיגן וועלט ער וועט זיך קענען ספראווען ווען ס'וועט קומען צו שוועריקייטן‪ ,‬אבער דער וואס זיין קאפ פליט אין‬
‫‪ .‬די העכערע ספערן דעמאלט ווען ס'קומט אונטער אפילו א קלייניקקייט ווערט מען אינגאנצן פארלוירן‬

‫''דער הייליגער רמב''ם זאגט ''תכלית הידועה שלא נדע‬

‫דער תכלית פון אלע חכמות איז צו לעבן ווי א ''לא נדע''‪) .‬ועי' עוד ברשב''א שכתב שבגזירות מסע הצלב היה הנשים‬
‫וילדים הראשונים למסירות נפש משא''כ האויבער‪-‬חכמים‪ .‬ועוד יש הרבה מקורות לזה ואין להאריך(‬

‫‪ :‬דער 'רבי זי''ע יוד' וועלכער האט מיר געזאגט דעם משל האט מיר דערנאך מסביר אט אזוי‬

‫זייט וויסן דער שפיץ חכמה איז דערמיט וואס מען איז זוכה צו משיג זיין אז איננו משיגים כלל וכלל‪ .‬אונזערע‬
‫אונגארישע רביים האבן נאך געקענט אזויפיל חסידות און קבלה ווי די אלע רבני פוילן ורוסיא‪ ,‬נאר זיי זענען נישט‬
‫שטעקן געבליבן ביי דעם‪ ,‬דאס לערנען די אלע ענינים איז דאך נישט מער ווי א ממיצע אנצוקימען צום תכלית הנרצה‪,‬‬
‫נו‪ ,‬מיר זענען געגאנגען ווייטער עד הסוף‪ ,‬ביז צום ''תכלית הידועה'' און דערפאר האבן מיר אזויפיל עוסק געווען אין‬
‫פשטות‪ .‬דער חילוק צווישן די אונגארישע רביים און די אנדערע ממזרח אייראפע איז טאקע אט דאס געווען‪ :‬ביי אונז‬
‫איז מען שוין גלייך פון אנהויב געווען פארנימען צו חזר'ן דעם סך הכול אז ''לא נדע'' מיר ווייסן גארנישט‪ ,‬מיר קענען‬
‫גארנישט‪ ,‬מיר 'ווילן' גארנישט‪ ,‬יא‪ ,‬איר האט גיט געזעהן‪ ,‬ביי אונז האט מען נישט געהאלטן פון 'ווילן זיין א‬
‫געהויבענער איד' ביי אונז האט מען געדינט דעם אויבערשטן אנע רצונות‪ ,‬רבוש''ע מיר ווילן גארנישט‪ ,‬גארנישט‪ ,‬מיר‬
‫ווילן בלויז טיען דאס וואס די ווילסט און אז די ווילסט מיר זאלן דיר דינען‪ ,‬טיען מיר דאס אן קיין שום ציל כדי דער‬
‫'איך' זאל ווערן דערהויבן‪ ,‬ניין חלילה וחס‪ ,‬בטל רצונך מפני רצונו ‪ -‬אוי איז דאס א טיף ווארט‪ !.‬ווידעראום במזרח‬
‫אייראפע האבן די חסידים גע'ארבעט אנצוקימען צו דעם תכלית‪ ,‬דורך עוסק זיין און העכערע ענינים אפילו‬
‫מ'פארשטייט דערצו גאנץ קנאפ‪ ,‬וויבאלד אבער דאס האט למעשה דערנענטערט לבבות לאבינו שבשמים און געגעבן‬
‫צו שפירן עפעס א משהו פון דעם ''תכלית הידועה'' נו‪ ,‬האט זיך אלע'ס געלוינט‪ !.‬איין רגע איינערקענען אז מיר זענען‬
‫כקליפת השום קעגען דעם מלא כל הארץ כבודו האט זיך געלוינט דערפאר אלע ''דימיונית''‪ ,‬אבי מען איז צוגעקימען‬
‫‪ ....‬פאר איין רגע צום שפיץ אז אנחנו ''מה''‪ !.‬מה חיינו‪ .‬מה‪ ,‬צדקותינו‪ .‬מה גבירתינו‬

‫כ'מיין אז איצטער כאפט איר שוין פיל מער מיין פריערדיגע דורכפאל‪ ,,‬וויבאלד אנשטאט אנצוקימען צום תכלית‪ ,‬האב‬
‫איך זיך אלץ מער דערווייטערט דערפון‪ ,‬וויבאלד איך האב נעבעך געמיינט אז מען דארף ''זיך'' זעהן צו ערפילן און‬
‫דערפאר האב איך עוסק געווען אין די אלע הויעכע ענינים‪ ,‬אבער אין פאקט האט דאס אלע'ס אויפגעטיען דאס‬
‫פארקערטע‪ ,‬איך האב זיך נאכאנאנד דערווייטערט פונעם תכלית אלס מער און מער‪ ...‬וואס האט מען פון די אלע‬
‫!?‪ ..‬הויעכע ענינים אויב מען כאפט ניטאמאל דעם עצם ''תכלית הידועה''‪ ...‬איר כאפט דעם פוינט‬

‫די וואסער‪-‬שעפער'ס‪ ,‬אויב ווייסן זיי דעם תכלית און נאכדערצו אויב זיי געפינען זיך שוין דארט‪ ,‬שטייען זיי אסאך‬
‫אסאך העכער פון מיר און ס'איז שוין פאר זיי געניג צו זאגן תהלים‪ ,,‬זיי זענען דאך איין שטיק התבטלות פאר‬
‫הקב''ה‪ ,‬אבער נאך ווי‪ !.‬הלוואי זאך איך מיט מיין גאנצע עבודה אנקימען צו האבן א משהו פונעם עצם תכלית‬
‫!‪.‬כאטשיק אזויפיל ווי מיין זיידע פון פישפיקלאדיין‬

‫?פארוואס טאקע איז דאס אונז אזוי שווער‬

‫און וואס האבן די אנדערע רביין געהאלטן‪ ,‬פארוואס האבן זיי זיך יא אזויפיל געפארעט מיט די אמצעיים אויב מ'קען‬
‫?גיין גלייך צום תכלית‬

‫‪.‬המשך יבא אי''ה מחר בלילה‬

‫*‬

‫צו זאגן אז אין אונגארן האט מען בעצם גוט געוויסט פון רבי צדוק'ס מהלך‪ ,‬די ספרי בעל התניא‪ ,‬און די בריסקער‬
‫דרך הלימוד‪ ,‬נאר מהאט דירעקט נאר געטון אין ספרי החת"ס איז אבסורד ביז גאר‪ .‬גענוי ווי מזאל זאגן אז די גורער‬
‫‪.‬חסידים האבן גוט געקענט אלע בעלזע תורות‬

‫יעדע מקום האט מען געדינט השי"ת לויט זייער תכונת הנפש‪ .‬די שארפע קעפ אין פוילן האבן געצויגן צום דרך פון‬
‫פרעשיסכע‪ ,‬קאצק‪ ,‬איזביצא‪ ,‬די אונגארישע אידן מיט זייער פשטות און ישרות האבן עוסק געווען אין ערוגת הבושם‬
‫און קדושת יום טוב‪ ,‬בשעת די טיפע מוחות פון רוסלאנד האבן געטון אין ספרי חב"ד‪ .‬די ליטווישע תלמידי חכמים‬
‫האבן אויפגעלעבט מיטן בריסקן דרך הלימוד אין צייט וואס אונגארישע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז דאס איז‬
‫‪ '.‬איבוד הזמן‪ .‬נהרא נהרא ופשטי'‪ .‬דאס האט פשוט מיט די מענטאליטעט פונעם מקום וכל הלבבות דורש ה‬

‫מיר זענען היינט אין אמעריקע‪ ,‬שוין דער דריטער דור אויפ'ן אמעריקאנער באדן‪ ,‬שווער צו זאגן אז יעדער‬
‫אונגארישער אפשטאמיגער דארף נאר לערנען און טון עבודת ה' גענוי לויט דעם שטייגער ווי מהאט געטון אין‬
‫‪.‬אונגארן לויט דעם אונגארישן מענטאליטעט‬

‫דוק ותשכח‪ ,‬וויפיל היימישע ישיבות לערנען היינט צוטאגס לויט דעם ארגינעלן אונגארישער דרך הלימוד? פארוואס‬
‫‪ .‬האט מען הונדערטער יאר מצליח געווען מיט דעם דרך אין אונגארן און היינט נישט? הגה בעצמך‬

‫עוד היום גדול‪ ,‬ס'איז נאך העכסט אינמיטן טאג‪ ,‬אונזער היינט'נאכטיגע שמיעס איז נאך נישט ארויס מכוח על‬
‫הפועל‪ ,‬אבער כדי קלאר צו שטעלן א וויכטיגע נקודה וואס @קארעקט האט ערווענט וועלן מיר דא בלויז מגיב זיין‬
‫‪.‬בקצרה‬
‫הרב @קארעקט אין איין ווארט טענה'ט איר אזוי‪ ::‬אז גענוי ווי די גור'ער חסידים קענען נישט געקענט קיינע בעלז'ער‬
‫!‪ ...‬תורות אזוי אויך האט מען אין אונגארן נישט געקענט דעם טיפן דרך חב''ד‬

‫קודם כל וויל איך פארשטיין‪ ,‬וואס מיינט דאס וואס די רופסט ''אין אונגארן''?‪ ..‬היות איך האב אין מיין תגובה גערעדט‬
‫פון די בני עלי' אז זיי האבן אויך געוויסט די אלע ''העכערע נושאים'' און אוודאי אז די גדולי הונגריה האבן דאס‬
‫געקענט גענוי ווי די פוילישע און רוסישע‪ ,‬און וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז מען מיז לאו דוקה עוסק זיין אין די ענינים‬
‫כדי אנצוקימען צום תכלית האבן זיי מיט די פשוטי עם בעיקר געלערנט דעם תכלית הנקודה שבלב אפילו פאר'ן וויסן‬
‫פון די אלע הקדמות‪ .‬און יא‪ ,‬אין פאקט האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי שוין איינמאל גערעכט געווען כמו ואיכה''ל‬
‫‪.‬ואי''ה בהמשך השיחה‬

‫איז אזוי‪ :‬אויב האסטו מיטן זאגן אז מען האט 'אין אונגארן' בכלל נישט געוויסט פון קיין פוילישע תורות געמיינט בלויז‬
‫דעם פשוטי עם‪ ,‬דעמאלט שטייען מיר ביידע אייניג און איר ברויכט שוין נישט לייענען מער ווייטער דעם תגובה‪ .‬אויב‬
‫אבער מיינט איר די בני עלי' און גדולי הונגריה‪ ,‬דעמאלט ליינט טאקע יא ווייטער ותראה אם תיתבונן בגודל הטעות‬
‫‪.‬שבה‬

‫והנה‪ :‬איך וועל זיך באגניגען מיט בלויז איין פראגע וואס ווארפט גענצליך אפ דיין באהויפטונג‪ ,‬און טראץ וואס קיין‬
‫אפענע באווייזן אז די ביסט גענצליך נישט גערעכט פעלט נישט‪ ,‬וועל איך דאס ניצן‪ ,‬וויבאלד כ'האב די פראגע סיי ווי‬
‫געפלאנט שפעטער צו דערמאנען‪ .‬און אדרבה איך וועל דאס איצט נישט ענפערן און נאכן טראכטן א רגע ווערסטו‬
‫!‪.‬געבעטן מיר דאס צו פארענפערן‬

‫כי מן הבאר ההוא ישקו כל העדרים‪ :‬אלע'ס אלע'ס פונעם ''טיפן'' תורת החב''ד ביזן ''פשוט'ן'' נועם אלימלך קומט‬
‫דאך אוודאי במקורו פון אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם הקדוש‪ ,,‬ריכטיג‪ !?!?..‬יא אוודאי זיכער וואספארא‬
‫פראגע!!! נו אויב אזוי ווי איז געשען דעם ריזיגן חילוק‪ ,‬ר' ר' אלימך איז דאך געזיצן מיטן בעל התניא ביי איין טיש‬
‫בעת דער מגיד הגדול האט געזאגט תורה‪ ,‬איז פארוואס אין זייערע ספרים געפינען מיר צוויי גענצליך אנדערע‬
‫וועלטן‪ ,‬אנדערע מהלכים בעבדות ה'‪ ,‬אנדערע לשונות און אויסדריקען‪ ,‬אנדערע סארט תורות‪ ,‬אנדערע הקדמות‪,‬‬
‫וכדומה‪ ??? ,,,,‬ווילסט מיר זאגן אז דער מגיד הגדול האט מיט יעדעם געהאט א שיעור פרטי?? נע‪ ,‬ס'איז אונז‬
‫מקובל אז די חבריא קדישא פלעגט לערנען בינעזאם‪ ..‬און חוץ מזה‪ ,‬קיק אריין אינעם ''מגיד דבריו ליעקב'' פונעם‬
‫מגיד הגדול וועסטו גאר געפינען א דריטע מהלך!! און ווילסט מיר דען זאגן אז וויבאלד קאצק האט זיך אפגעטיילט‬
‫פון לובלין שטאמט נישט ביידע מהלכים פון בעש''ט??‪ ....‬זאג מיר ביטע ווי איז זיך יעדער אויפגעקימען מיט זיין‬
‫‪,,‬אייגנארטיגן דרך‪,‬מהלך‪,‬תורות‪,‬וכדומה????‪ .....‬בתמיה‬

‫‪:‬אגב‬

‫זייט וויסן איך הער גאר אסאך ר' מאטל זילבער'ס שיעורים‪ ,‬כ'האב אים שוין מסתם געהערט ''הונדערטער שעות''‬
‫בלי גוזמה‪ .‬און איצט הער א עובדה‪ :‬כ'האב זיך אמאל גע'טענה'ט מיט א איד זייענדיג אין יאוואזשנע בית המדרש‬
‫ווער עס קען בעסער די ''קליינע אותיות'' ר' טודרוס צי ר' מאטל‪ ,,‬שטייענדיג אזוי האבן מיר באמערקט ווי אויף ר'‬
‫טודרוס'ס עמוד איז געליגן א סדור האר''י‪ ...‬די דערפון בלעטער זענען שוין שווארץ געווען מרוב השתמשת‪ ..‬כ'גלייב‬
‫‪.‬שווער אז ר' טודרוס לייגט דאס אהין כדי צו פאפן זיין עולם‪ ....‬ודוק‬
‫*‬

‫רבותי!! רעקארד בראוקינ''ג‪ .....‬האט איר שוין אמאל מיגעהאלט א שמיעס פון איבער א מנין אידן ווי יעדער רעדט‬
‫פון א צווייטע ענין‪ !??..‬ווייל איך נישט!! כ'האב שוין כמעט אויפגעגעבן אויפן היינט'נאכטיגן שמיעס‪ ,‬כ'האב פשוט‬
‫געזעהן אז דער עולם וויל ליבערשט זיך טענה'ן איבער 'אלע'ס' חוץ פון וואס מיר רעדן דא‪ !..‬טייערע חברים איך האב‬
‫גארנישט קעגען קיינעם פון אייך‪ ,‬איך וויל פשוט פארשטיין וויאזוי עט'ס מאכט'ס דאס‪ ,,‬וויאזוי קענט עט'ס ציען א‬
‫שמיעס און שרייבן תגובות אויף תגובות ווען איר ווייסט נאך ניטאמאל פון וואס דער צווייטער האט גערעדט‪ ?,‬און‬
‫ספעציעל בין איך אינגאנצן מיואש געווארן זעענדיג אז נאך די תגובה וואס כ'האב דא געשריבען היינט נאכמיטאג‬
‫מיטן ציל עטוואס צוריקצוברענגען דעם שמיעס צו אונזער נושא האט כמעט קיינער ניטאמאל רעאגירט דערצו נאר‬
‫ווייטער ממשיך א שמיעס וואס איינער האט בכלל נישט געכאפט פון וואס יענער רעדט‪ ,,‬בתמיה‪ !?.‬יא‪ ,‬כ'דערמאן זיך‬
‫אז עמיצער האט יא רעאגירט און כ'האב זיך מחזק געווען אז כאטשיק האט דאס איינער באמערקט‪ .‬אלזא‪ ,‬כ'בעט‬
‫אייך טיט מיר א טובה און איידער איר ליינט דא ווייטער זוכט אפיר מיין נאכמיטאג'דיגע תגובה און זאגט וואס איר‬
‫‪ .‬האט צו זאגן ''דערויף'' ‪ -‬און נישט פון ''‪ ''....‬פשוט ווייל דאס איז נישט אונזער יעצטיגע נושא‬

‫איך גראדע אסאך צו אריינרעדן און אנדערע נושאים וואס זענען דא אויפגעברענגט געווארן אבער לאמיר נישט‬
‫!‪..‬מישן‬

‫‪::‬און יעצט צוריק צו 'אונזער' שמיעס‬

‫מיר זענען אויף דערוויל צוגעקימען לויט ווי דער יעניגער 'רבי זי''ע יוד' האט מיר מדריך געווען אז די אונגארישע האבן‬
‫זיך בלויז 'געמאכט' תמימות'דיג צוליב א סיבה וואס מיר וועלן אפשר שפעטער ערווענען אבער אין פאקט איז טאקע‬
‫דאס עצם תמימות געקימען מ'כוח א חכמה עמוקה עמוק עמוק‪ .‬און לויט דעם זענען מיר צוגעקימען אז אויב איינער‬
‫עפענט א ספר נישט קיין נפקא מינה וועלכע איז אבער קלאר אז אויב איז דער ציל זיינער כדי צו ווערן א‬
‫משא''כ ‪ he's going in the wrong direction.‬עמקן\שארפער\בעל מחשבה\בעל מוח זייגט דאס שוין אז‬
‫אויב ווייסט ער א משהו מורא האבן פון אן א עבירה שטייגט איבער די אלע התחכמות און ער פארשטייט אז ער‬
‫לערנט דאס אלע'ס בלויז ווייל ער וויל אויך אנקימען צו די יראת שמים פונעם וואסער‪-‬טרעגער נאר דער‬
‫וואסער‪-‬טרעגער האט דאס אין זיין בלוט און מיר דארפן דאס פשוט 'נעבעך נעבעך' אליינ'ס אויפבויען‪ ,‬דעמאלט‬
‫אשרי לו ואשרי חלקו‪ .‬און אדרבה קענסט לערנען וואס אימער דו באגערסט סיי וועלכע לימוד אין סיי וועלכע ספר‬
‫זאלסטו אבער וויסן מיט א שטאלץ אז יא‪ ,‬איך גיי אויף די וועגן פון מיינע עלטערן‪ ,‬איי איך לערן אנדערע ספרים ווי‬
‫מיינע עלטערן? און די זעלבע סענטוויטש פון דיינע עלטערן עסטו דען יא?! וואס א חילוק אין וועלכן ספעציפישע‬
‫ספרים דיינע עלטערן האבן געלערנט‪ ,‬דער עיקר איז אז דיין ''ציל'' זאל זיין די זעלביגע און זארגט זיך נישט אז דו‬
‫וועסט עס מיינען אמת'דיג וועסטו האבן סייעתא דשמיא און וועסט נאך אנקימען צו זייערע פיסטריט‪) ...‬כ'אף איר‬
‫כאפט דעם פוינט!(‬

‫אצינד איז אבער די שאלה‪ ,‬ווי אזוי קען איך דען בכלל וויסן אויב איך גיי טאקע אויף די ריכטיגע רעלסן?! דער ענפער‬
‫דערויף איז זייער א פשוט'ע און א פראקטישע‪ :‬זאלסט זיך זעלבסט נאכאנאנד נאכשפיאנירן‪ ,‬אויב דו זעסט אז די‬
‫הויבסט זיך אן צו ערלויבן נאכצולאזן פון געוויסע קלייניקייטן ווי דיקדוקי הלכות אדער דיינע עלטערנ'ס חומרות‬
‫זאלסטו וויסן אז‪ ,,,‬דער מצב איז געפערליך עס פעלט זיך אויס א באלדיגע יו‪-‬טירן און טיה דעם רמב''ם'ס עצה צו גיין‬
‫צום אנדערן עקסטרים פאר א שטיק צייט און דערנאך פרוביר נאכאמאל‪ !.‬אויב אבער דו זעסט קלאר אז דו רירסט‬
‫זיך גענצליך נישט אוועק פון די פשוטע קליינטשיגע חומרות'לעך וואס דיין זיידע האט זיך איינגעפירט זייענדיג אין די‪.‬‬
‫פי‪ .‬לאגער און אז דיין פחד פון אן א עבירה ווערט וואס מער שטערקער דאן זאלסטו וויסן אז חזק ואמץ זיי זיך מחזק‬
‫און טיה ווייטער אקוראט ווי ביז היינט‪) !.‬דו דאזיגע עצה איז נישט מיין אייגנ'ס ס'שטאמט פון גרויסע לייט און ס'ליגט‬
‫דערין א געוואלדיגע אמת‪ ..‬נעמט דאס נישט פאר לייכט‪(!.‬‬

‫אצינד קומען מיר אן צו די פראגע‪ :‬פארוואס טאקע האבן דייקה אונזערע אונגארישע גדולים אנגענימען דעם אזוי‬
‫!! גערופענע יסודות'דיגע מהלך פון פשטות‪ !?.‬און צו זענען דען די רבני פוילן ורוסיה נישט גערעכט געווען‬

‫‪.‬המשך יבא‪ ,‬אויב דער עולם איז נאך בכלל נייגעריג דערין‬

‫‪ .‬ביטע געדענקט איבער צו קיקן דעם נאכמיטאג'דיגע תגובה און זייט מגיב לפי דעתך הרחב‬

‫*‬

‫אמת‪ ,‬כ'האב נישט געניג שטארק ארויסגעברענגט די נקודה צו וואס כ'האב געוואלט צוקימען‪ ,‬כ'האב געמיינט אז‬
‫!דער עולם וועט אליין פארשטיין און צו ענדיגן די נקודה‬

‫‪:‬די נקודה וואס כ'האב געצילט איז ווי פאלגנט‬

‫פארשטייט זיך אז טראץ וואס מיר געפינען אין נועם אלימלך א גענצליך אנדערע שפראך ווי אין לקוטי אמרים אדער‬
‫אור תורה איז דאך דאס אלע'ס כולם מרועה אחד ניתנו‪ .‬קיינער וועט אבער חלילה נישט גיין יעצט זאגן אז דער‬
‫הייליגער ר' ר' אלימלך האט נישט געוויסט דאס וואס דער בעל התניא האט געוויסט‪ ,‬אוודאי האט ער דאס געוויסט‪,‬‬
‫אבער נאך ווי‪ !!!....‬איי פון נועם אלימלך קיקט מיר נישט אויס אזוי‪ ,,‬איז דער ענפער ''וויבאלד ער האט מחליט געווען‬
‫לפי דעתו הרחבה צו נעמען דעם פשטות'דיגן צוגאנג ענדערש ווי דער פאר'מוח'טער צוגאנג''‪ !!.‬און דערמיט האב איך‬
‫געוואלט צוקימען צו דאס וואס @קארעקט האט דערמאנט‪ ,‬אז די זעלביגע איז אויך בנוגע די אונגארישע רביים‪ ,,‬איי‬
‫ווי קום איך צו פארגלייכן דעם ר' אלימלך צו די לעצטיגע אונגארישע רבנים‪ ??,,‬יא‪ ,‬זייער פשוט‪ ,‬ווייל דער קדושת‬
‫יו''ט איז דאך סך הכול געווען א תלמיד פון זיין גרויסען טאטע'ן דער יטב לב און פון הייליגן צאנער רב און אזוי ווייטער‬
‫ביז'ן רבי מלובלין‪ ,‬און דער רבי מלובלין איז דאך געווען א תלמיד פון ר' אלימלך‪ ,‬איז אויב אזוי‪ ,‬זאג מיר ביטע אוואו‬
‫טראכסטו האט זיך די תורה פון בעש''ט הק' אפגעשטעלט‪ !?..‬פארוואס מאכסטו די רבני רוסיה אזוי ווייט פון די רבני‬
‫הונגריה? ס'איז דאך סיי‪-‬ווי אלע'ס איין מקור! איז פארוואס זאלן די אונגארישע נישט קענען פארשטיין צו א‬
‫!?‪.‬טיפזיניגע חב''ד'קע ווארט‬

‫?נו‪ ,‬זאג‪ ,‬יעצט כאפסטו שוין מיין נקודה למחשבה‬

‫*‬

‫‪:‬תגובה של איך דענק((‬

‫איך האב אסאך געקלערט צו איך זאל שרייבן צו נישט‪ ...‬איך האב געווארט עס זאל זיך אביסל בארואיגן דער געמיט‬
‫דא‪ ,‬איך וויל ארויס ברענגען א נקודה‪ ,‬וואס איך שפיר איז ריכטיג‪ ,‬איך ווייס עס איז אביסל א האקעלע נקודה‪ ,‬און איך‬
‫בעט מחילה אויב ווערט איינער געטשעפעט‪ ,‬און איך שרייב נאר אויפן שפיץ גאפל בבחינת מגלה טפח ומכסה‬
‫‪.‬טפחיים‬
‫אלזא‪ :‬מען שמועסט וועגן גיין נאשן אין פרעמדע פעלדער‪ ,‬און אוועק גיין פונעם וועג וואס די עלטערן און קרייז האבן‬
‫זיך געפירט‪ .‬יעצט אן אריין צו גיין און הרב אוהב שלום'ס נושא‪ ,‬און אן צו זאגן מיינונגען צו עס איז אויסגעהאלטן‪,‬‬
‫וואס דאס איז ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא ביז אהער‪ .‬וואלט איך געוואלט פרעגן וואס איז טאקע דער סיבה‬
‫? פארוואס טוט מען דאס‪ ,‬וואס איז שלעכט געווען ביז אהער‪ ,‬און וואס זיכט מען גליקן ערגעץ אנדערש‬

‫איך ווייס אז דער ערשטע תירוץ איז פארשטייט זיך‪' ,‬גוט מארגן'! ער האט זיך אויפגעוועקט‪ ,‬מען רעדט דאך פון דעם‬
‫די גאנצע צייט‪ ,‬און אודאי וועט יעדער זאגן אז די סיבה איז ווייל דער מבקש זיכט צו דערהייבן זיין גייסט און נשמה‪,‬‬
‫‪ .‬דעריבער זיכט ער אויס דער בעסטע מהלך וואס רעדט צו זיין תכונת הנפש‬

‫אבער די לעצטע פאר יאר קוק איך שוין נאך דער זאך‪ ,‬און איך האב אויפגעפאסט אן אינטרעסאנטע זאך‪ ,‬און אדרבה‬
‫‪ .‬ירא הקהל וישפוט צו יש דברים בגו‪ ,‬אדער מאכט דאס בכלל נישט קיין סענס‬

‫איז אזוי‪ :‬עס איז אינטרעסאנט צו זען אז לעצטנס געשעט צוויי פארשידענע זאכן‪ ,‬פון איין זייט זעט מען אז מער און‬
‫מער איגעלייט צו גאר אפילו בחורים גייען אוועק פונעם וועג ווי זיי זענען אויפגעוואקסן‪ ,‬און ווערן עובדים‪ ,‬מבקשים‪,‬‬
‫צוו וועלכע נאמען איר ווילט זיי אנרופן‪ ,‬לערנען טיפע ספרים‪ ,‬צו אין חסידות )קבלה‪ ,(...‬צו חקירה‪ ,‬צו גאר דער דרך‬
‫המוסר פונעם ליטווישן חדר‪ ,‬מען שפירט זיך בעסער און העכער און נענטער לאבינו שבשמים‪ ,‬א דאווענען זעט אויס‬
‫אנדערש‪ ,‬א לערנען לערנט זיך לשם דביקות‪ ,‬טייל הערן אויף אינגאנצן זיך אומקוקן אויפן גשמיות'דיגן סדר אין לעבן‪,‬‬
‫בקיצור מען לעבט מיט א העכערע שטרעבן‪) .‬איך גיי נישט אריין צו דאס איז דער איינציגסטער וועג‪ ,‬צו מען קען‬
‫אפשר דערגרייכן צום זעלבן ציל‪ ,‬יא מיט'ן אויפגעצויגענעם וועג‪ ,‬וואס דאס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן‬
‫‪.‬צווישן די מתווכחים דא(‬

‫פון די אנדערע זייט זעט מען לעצטענס מער און מער ווי אינגעלייט צו גאר בחורים‪ ,‬פאנגען אן גיין אויף אנדערע וועגן‬
‫אשר לא שערים אבותינו‪ ,‬און זייער לאזונג איז אויך אז זיי זוכן דעם ריכטיגן דרך אין עבדות ד'‪ ,‬אבער עס זעט זיך‬
‫עפעס נישט אויס ווי זיי ווערן בעסער‪ ,‬נאר זיי קלעבן זי צו צו אזעלכע א‪.‬ג‪ .‬סעקטע'ס‪ ,‬כל אחד בשם דילי'‪ ,‬און ווערן‬
‫מער אויפגעקלערט אויף אן אמת'ער אופן‪ ,‬און פאנגען אן צו פארשטיין בעסער‪ ,‬און הייבן אן לאכן פון דאס וואס איז‬
‫געווען ביי זיי הייליג ביז יעצט‪ ,‬מען הייבט אן פארשטיין אז די אלע אייגערעדטע זאכן זענען הבל הבלים‪ ,‬און נישט‬
‫דאס איז דער עיקר‪ ,‬זיצן ביים שבת טיש מיט צוגעקנעפלטע בעקיטשע און שטריימל‪ ,‬איז נישט מער ווי חיצונות און‬
‫נישט דאס איז ריכטיגע עבדות ד'‪ ,‬מען איז בעיקר עוסק אין עמקות‪ ,‬און די אלע חיצונות'דיגע נארישקייט‪ ...‬פארנעמט‬
‫נישט קיין ארט‪ ,‬איינער פארציילט מיר אז ער איז געעוען ביי א געוויסע פלאץ וואו דארטן דרייען זיך א‪.‬ג‪ .‬עובדים‪ ,‬און‬
‫יו"ט צופרי האט מען זיך געשטעלט כמעט צו חצות דאווענען‪ ,‬ווייל מען איז דאך פארנומען מיט הכנות‪ ...‬און ביז‬
‫נשמת איז מען געזיצן און גערייכערט‪ ...‬פארשטייט זיך ביי א חסידיש ספר‪ ...‬סך הכל פון דאס גאנצע מבקש איז‬
‫נישט געבליבן מער ווי דאס אויפגעקלערטקייט‪ ,‬אבער נענטער צום באשעפער האט דאס נישט געברענגט‪) .‬אין רצוני‬
‫‪.‬אריינצוגיין בפרטות‪ ,‬איך מיין אז מען פארשטייט במה המדובר(‬

‫לכאורה זעט אויס ווי צוויי פארשידענע מהלכים אשר לא קרב זה אל זה‪ ,‬אבער אריינטראכטענדיג מיין איך לעניית‬
‫‪.‬דעתי הקצרה אז ביידע קומען פונעם זעלבן שורש‪ ,‬ואסביר את עצמי‬
‫ביז פאר צוואנציג דרייסיג יאר צוריק האט דער וועלט פארמאגט גרויסע צדיקים גאונים וקדושים שרפי מעלה‪ ,‬יעדער‬
‫מיט זיין דרך פארשטייט זיך‪ ,‬אבער הצד השוה איז געווען אז מען האט געדינט דעם אויבערשטן מיט מס"נ און‬
‫אהבה ויראה‪ ,‬וואס האט זיך צוגאסן אין אלע וואס האבן זיך געדרייט סביבותיהם‪ .‬מען איז געגאנגען צו א טיש‪ ,‬מען‬
‫האט מיטגעהאלטן א דאווענען‪ ,‬געהערט א שלש סעודות תורה‪ ,‬צוגעזען א חביבות המצות‪ ,‬צו וואס זאל נאר נישט‬
‫זיין‪ ,‬עס איז געווען תענוג רוחני יעדע מינוט צו זיין אין זייער געגענווארט‪ .‬עס האט נישט געפעלט קיין שום סיפוק‪ ,‬און‬
‫‪ .‬דאס הארץ האט זיך געפילט אנגעפילט‪ ,‬און די נשמה האט באקומען דאס וואס זי האט באגערט‬

‫היינט ליידער בעונותינו הרבים איז נישט קיין סוד אז עס נישט פארהאן מער וואס עס איז געווען‪ ,‬נישט אריין צו גיין‬
‫פארוואס אבער דאס איז ירידת הדורות‪ ,‬דאס איז דער פאקט און מציאות‪ .‬עכ"פ דאס הארץ שפירט זיך ליידיג און‬
‫‪ .‬לעכצט נאך סיפוק‪ ,‬און די נשמה פאדערט איר'ס‪ .‬גייט מען זיכן גליקן וואו נאר מען קען עס געפינען‬

‫עלטערן פונעם פריעדיגן דור פארשטייען נישט וואס עפעס מוז מען זיכן סיפוק אין פרעמדע פעלדער‪ ,‬איז דען נישט‬
‫גוט געווען וואס זיי האבן געהאט? קען מען טאקע נאר טרעפן סיפוק אין רב דעסלער'ס ספרים?‪ ,‬אדער אין תורת‬
‫חב"ד? אדער ביי דעם אדער יענע משפיע? בשעת אונז זענען אויפגעוואקסן אן די אלע זאכן‪ ,‬און מיר זענען נאך‬
‫אזעלכע אידן ווי די היינטיגע וואס זאפן זיך אן פון אלעס און אלעם‪ .‬און דער תירוץ איז ניין‪ ,‬בשעת זיי האבן זיך‬
‫‪ .‬געווארעמט דרייענדיג זיך ביי א צדיק אמת‪ ,‬פעלט דאס ליידער פון זייערע קינדער‬

‫דעריבער אז מען שפירט אזא ליידיגקייט גייט מען זיכען וואו נאר מען קען טרעפן א סיפוק החיים‪ .‬און פארשטייט זיך‬
‫די מער ערנסטע קומען אן צו א בעסער לעבן און צו א העכרע באגריף אין לעבן‪ ,‬און ווערן באמת נענטער להקב"ה‪,‬‬
‫בשעת די נישט אזוי ערנסטע טרעפן זייער גליק אויף אן אנדערן אופן‪ ,‬אויך מיט'ן שלייער אז דאס איז דער ריכטיגע‬
‫וועג בעבדות ד'‪) .‬די אלע וואס פארן קיין אומן אויף ראש השנה גייען מיט'ן זעלבן ציל כדי לעבוד את ד' באמת‪ ,‬און‬
‫גייט אהין און געט א קוק דארט איז פארהאן אזעלכע עובדים וואס בושה תכסה פנינו ווען מיר זעען צו זייער עבודה‬
‫מיט אזא השתפכות הנפש און אהבה צום לעבעדיגן באשעפער‪ ,‬ומצד השני דאס התהוללות וואס עס זעט זיך אן ביי‬
‫געוויסע כאפט א גרויל אין אזא הייליג מקום און דעם הייליגסטן צייט פון יאר‪ .‬און ווי געזאגט קומען ביידע מיט'ן זעלבן‬
‫‪.‬ציל פארשטייט זיך‪ ...‬והמבין יבין(‬

‫אז איר וועט באמערקן וועט איר זען אן אינטרעסאנטער בילד‪ ,‬ווי מער מען סערווירט פארן ציבור )אפילו אין‬
‫חיצוניות( אלץ ווייניגער וועט ער זיכן סיפוק אין דער פרעמד‪ ,‬און פארקערט איז פארקערט‪ .‬איך וועל אננעמען א‬
‫‪ .‬ביישפיל‪ ,‬אבער נאר אויפן שפיץ גאפל ממש‪ ,‬כדי נישט אריינגעשלעפט צו ווערן אין א בלאטע‬

‫גייט אריין לאמיר זאגן צו הרב קלוגער שליט"א )איך נעם א משל און איר קענט אריינלייגן וועלכע נאמען איר ווילט(‬
‫וויפיל וויזניצער‪ ,‬באבובער‪ ,‬גור'ער‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬אינגעלייט וועט איר דארט טרעפן‪ ,‬עס איז אודאי פארהאן אבער ווייניג‪,‬‬
‫ווייל מען שטעלט צו פאר דעם ציבור הרחב סיפוק בייטאג און ביינאכט‪ ,‬צו מיט טישן‪ ,‬פארברענגען‪ ,‬שיעורים‪ ,‬שמחות‬
‫בחצרות קדשינו וכו' וכו' עס איז דא לאמיר אנרופן עקשען טאג טעגליך סיי פאר די חצוניות'דיגע מבקשים‪ ,‬און אויך‬
‫‪ .‬פאר די מער ערנסטע‪ .‬מען ברויך נישט אוועק גיין זיכן סיפוק ערגעץ אנדערש‬

‫איראניש איז אז די מערסטע וואס גייען אוועק זענען פון סאטמאר‪ ,‬און אין סאטמאר אליין גייען ווייניגער פון די חסידי‬
‫מהר"א שליט"א ווי פון חסידי מהרז"ל שליט"א‪ .‬ווייל דער סאטמערע רבי מהר"א זאל געזונט זיין שטעלט אסאך מער‬
‫צו פאר זיין ציבור ברוחניות ובגשמיות‪ ,‬אז עס פעלט נישט אויס אוועק צו גיין‪ .‬נאכמער אפילו מחסידי מהרז"ל‬
‫שליט"א גייען ווייניגער אוועק פון די וויליאמסבורגע תושבים ווי פון די תושבי קרית יואל‪ ,‬ווייל די קרית יואל'ע האבן‬
‫באמת גארנישט‪ ,‬און ווער עס זיכט נאר אביסל סיפוק מוז אוועק גיין דאס באקומען ערגעץ אנדערש‪ .‬גייט קיין קרית‬
‫יואל דארט איז פארהאןן אזויפיל ווי ‪ 11‬ברסלאווער בתי מדרשים‪ .‬גייט קיין סקולען‪ ,‬סטיטשין‪ ,‬וואקסמאן וכו' עס איז‬
‫פול מיט סאטמערע אידן‪ ,‬ר' מאטל זילבער גייט קיין קרית יואל יעדע וואך וואו עס קומט פאר א חבורה‪ ,‬פרובירט‬
‫דאס אין וויזניץ למשל‪ ...‬דער עלטערע דור קען דאס נישט פארשטיין‪ ,‬ווייל זיי קאכן זיך מיט די עבודה וואס זיי האבן‬
‫געזען ביים סאטמאר רב ז"ל‪ ,‬און קאכן זיך אין א שטיקל דברי יואל וכדומה‪ ,‬און אז א בחור אדער אינדערמאן שפירט‬
‫נישט קיין חיזוק אין א לאנגע געדרייטע פלפול'דיגע תורה פונעם הייליגן סאטמאר רב זי"ע‪ ,‬און ער שפירט מער חיזוק‬
‫פון א קאצקער טייטש‪ ,‬גייט ער זיכן גליק ערגעץ אנדערש‪ .‬און אז ר' מאטל זילבער פלאמט אים אויף די נשמה און‬
‫!!! ברענגט אים אריין אין א העכערע וועלט‪ ,‬טא וואס ווילט איר פון אים‪ ,‬זיין נשמה לעכצט דאך‬

‫ווי געזאגט וועל איך נישט אריין רעדן צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט‪ ,‬און וואס איז דער ריכטיגע דרך אין עבדות ד'‪.‬‬
‫ווי אויך איז שווער צו זאגן וואס איז דער ריכטיגע עצה דערצו‪ .‬אבער דאס איז זיכער אז זיך שלאגן מיט מס"נ און‬
‫פארפירן קעגן יעדע נייע זאך וואס איז נישט געווען אמאל‪ ,‬און אויסרייסן יעדע זאך וואס האט צוטון מיט חיצוניות‪ ,‬און‬
‫פארלאנגען אז יעדער זאל שעפן חיזוק נאר פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען גמרא תוס'‪ ,‬און נישט צושטעלן קיין‬
‫משפיע‪ ,‬און אז א אינדערמאן אדער בחור זאל נישט האבן מיט וועם זיך דורך רעדן‪ ,‬און פון וואו ער זאל שעפן סיפוק‪,‬‬
‫‪ .‬בין ברוחניות ובין בגשמיות‪ ,‬דאס וועט זיכער נישט אפהאלטן פון די מבקשים פון גיין זיכן וואס זייער הארץ גליסט‬

‫איך האב גערעדט מיט א פשוט'ער בעל הבית'ישער בליק‪ ,‬און אודאי מיינט מען נישט די געציילטע גאר העכערע‬
‫נשמות וואס לעכצטן צוצוקומען צו דאס העכסטע מאס דביקות בקודשא בריך הוא‪ .‬נאר דער געווענליכע המון עם פון‬
‫אינגעלייט מבקשים וואס זוכן צו נאשן און כאפן פון וואו נאר מען קען שעפן עפעס חיזוק‪ ,‬און לאזן איבער דעם‬
‫))‪ .‬טאטע'ןס דרך‪ ,‬לעניית דעתי איז דאס דער סיבה‪ ,‬ולפי קוצר דעתי דער מציאות הדברים ווייזט דערויף‬

‫*‬

‫בס''ד‬

‫חברה‪ ,‬זעצט אייך אנידער אויף די פלעצער‪ ,‬גארטלט אייך אן‪ ,‬מיר לאזן זיך ארויס אויף די רייזע‪ ,,‬מיר גייען אי''ה‬
‫!‪ ..‬היינט אנקימען צום ענדגילטיגן פונקט אויף וועלכע מיר האבן שוין אזוי לאנג געגארט‬

‫איך האב אמאל געפרעגט עמיצן‪ :‬זאג נאר‪ ,‬וואס איז ''סאטמאר''‪ ,‬א 'חסידות אדער א 'קהלה'‪ ?..‬ער הייבט אן זיך‬
‫קראצן דעם שטערן‪ ,‬דרייען דעם בארד‪ ,‬מאכט מיט די אויגן אזא שארפע בליק )אגב‪ :‬האסט שוין אמאל באמערקט‬
‫אז די אויפגעקלערטע קיקן מיט זייער שארפע אויגן‪ ,(...‬און דאן ווען איך באמערק אז ער בייגט איין דעם גראבן‬
‫פינגער זיינעם מיטן ציל צוציקימען צום ווארט גיב איך אים א זאג‪ ,‬ווייסטו וואס‪ ,‬איך וועל דיר דאס אליין פארענפערן‬
‫און דערנאך זאג מיר אויב איך בין גערעכט‪ ...‬מסכים?? יא‪ ,‬מסכים!! פיין‪ ,‬איז אזוי‪ :‬סאטמאר איז נישט קיין 'קהלה'‬
‫!‪ .‬און אוודאי נישט קיין 'חסידות'‪ ,,‬נאר וואס יא‪ ,‬סאטמאר איז א שטאט אין אונגארן‪ ...‬פינטל‬
‫ניין‪ ,‬ניין‪ ,‬איך טיה נישט אין קיין בדחנות און מיינט נישט אז כ'מאך א ווערטל‪ ,‬איך מיין עס אסאך ערענסטער ווי איך‬
‫!!!‪ .‬זאג עס‪ .‬און האפענטליך נאכן ענדיגן דורכלייענען דעם דאזיגן גאנצן שמיעס וועט איר אויך האלטן אקוראט אזוי‬

‫איך וועל אנהויבן מיט א געוויסע שארפע סטעיטמענט‪ ,‬איך וויל אבער גלייכצייטיג מקדים זיין אז די פאקט וואס די‬
‫סטעיטמענט ברענגט ארויס איז לאו דוקה אמת‪ ,‬און איך ציל בלויז ארויסצוברענגען די נקודה שבו‪ ,‬וואס כ'האף איר‬
‫וועט דאס גיט פארשטיין‪ :.‬עס האט געזאגט אמאל א גרויסער עסקן וואס איז עוסק מקרב צו זיין גרים זאלן זיך‬
‫געפינען דאס פלאטץ צווישן די היימישע קרייזן‪ ,‬אז א גר האט זיך אים אמאל אויסגעדריגט מיט אט דעם לשון‪'' :‬אז‬
‫איך בין שוין יא א איד‪ ,‬וועל איך בעסער זיין א חסיד! און אז איך בין שוין יא א חסיד‪ ,‬וועל איך בעסער זיין א‬
‫''!סאטמאר'ער חסיד‬

‫איך בין זיכער אז די וועלכע האבן יעצט געענדיגט לייענען די צוויי פריערדיגע סענטענס'עס וואלטן מיר יעצט‬
‫אריינגעשריגען )עכ''פ ווען עט'ס קענט'ס ווען(‪@'' :‬אוהב‪ ,‬איז האסט דאך ביז איצט געשריבען אזוי צום זאך‪ ,‬וואס‬
‫האט דאס פאסירט מיט דיר אז דו האסט זיך גענימען שרייבען אזוינע אימרעאליסטישע ווערטער וואס האבן דאך‬
‫''ניטאמאל קיין שום זין‬

‫איך בעט אייך אבער‪ ,‬זייט אזוי גיט און ענדיגט לייענען עד הסוף און דאן וועלן מיר שוין זעהן ווי אומרעאליסטיש‬
‫!‪.‬כ'האב געשריבען‬

‫‪ :‬טראץ וואס איר זענט נישט קיין היסטאריקער וועט איר פילייכט קענען ענפערן די דאזיגע פראגע'ס‬

‫צי איז דער רבי מלובלין געווען דער 'רב' אין די שטאט לובלין? צי איז דער מגיד הגדול געווען דער 'רב' אין די שטאט‬
‫?מעזריטש? צי איז דער בעש''ט געווען דער 'רב' אין די שטאט מעזשוביז‬

‫וואספארא פראגע‪ ,‬זיכער אז נישט! זיי אלע זענען דאך בלויז געווען א רבי פאר חסידים אבער נישט קיין עמטליכע‬
‫שטאט'ס רב! נו‪ ,‬טאקע דערצו האב איך געוואלט צוקימען וויבאלד לפי זה קומט דאך אויס אז דאס זענען צוויי‬
‫גענצליך באזונדערע פונקציע'ס און ס'האט קיין שייכות נישט די צוויי‪ .‬א רב אין א שטאט דארף זעהן זיכער צומאכן אז‬
‫'זיין' שטאט זאל זיין ראי' פאר ערליכע אידן צו וואוינען דארט‪ ,‬וואס דאס נעמט אריין לדוגמה אז ער דארף זיכער‬
‫מאכן אז די פלייש אינעם יאטקע זאל זיין אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות‪ .‬און ווי אויך דארף ער ענפערן פאר די‬
‫שואלים וואס קימען מיט זייערע שאלות צום רב‪ ,‬צי זאל דאס למשל זיין ר' יענקעלע דער למדן וועלכע וועט קומען‬
‫פרעגן א שטיקעל רשב''א אדער גאר ר' חצקל בעל עגלא וועלכער וועט קומען פרעגן וואס מ'טיט ווען מ'טרעפט א‬
‫בליץ‪-‬טראפ אין די אייער‪ ...‬משא''כ א רבי מיט חסידים‪ ,‬קומט ר' חצקל בעל עגלא בכלל נישט אריין אין בילד‪ ,‬עס איז‬
‫א פרעזענליכע קשר צווישן א תלמיד און א רבי‪ ,‬און דער רבי איז משפיע פארן תלמיד חיות ביהדות\יראת‬
‫‪.‬שמים\להתעלות בתורה ועבודה‪ ,‬וכדומה‬

‫אלזא‪ ,‬לאמיר דאס אפזאגן אין איין ווארט‪ :‬א רב\מרא דאתרא דארף שטענדיג אינזינען האבן עניני דמתא‪ ,‬ער דארף‬
‫זיך אפגעבן אז דאס עצם עקזיסטענץ פון אידישקייט זאל אין די דאזיגע שטאט האבן א קיום און ס'זאל זיין אויפן‬
‫העכסטן סטאנדארט וואס נאר שייך‪ ,‬ער דארף זעהן אז פאר די אנשי העיר זאל גארנישט פעהלן ברוחניות ווי א‬
‫מקוה‪-‬עירוב‪-‬בית החיים‪-‬בתי מדרשים‪-‬וכדומה‪ ...‬און א רבי דארף זיך בלויז אפגעבן מיט זיינע ספעציפישע חסידים‬
‫אז זיי זאלן שטייגן און מצליח זיין ברוחניות און אנקימען צו א לעבן פיל מיט קרבת ה'‪ ,‬העכער'קייט און נאנט'קייט‬
‫‪.‬לאבינו שבשמים‬

‫אמת אז דא און דארט וועט זיך מאכן אז איינער וועט אריינגיין אינעם צווייטנ'ס דעפארטמענט‪ ,‬אבער דער כלל איז ווי‬
‫!‪.‬דערמאנט אז‪ :‬א רב איז פארן ''כלל''‪ .‬און א רבי איז ''בלויז'' פאר זיינע חסידים‬

‫יעצט שטעלט זיך די פראגע‪ ,‬אז וואס טיט זיך אויב ר' זרח פונעם שטאט פישפיקלאדיין האט טענות אויף אויף זיין‬
‫? שכן ר' מאשקע אז הי יתכן ער האט צובראכן מיין נארוואס ניי געמאכטע בודקע'לע‪ ?...‬צו וועמען ווענט מען זיך‬

‫וואס הייסט צו וועם‪ ?,‬צום רב‪ !.‬ר' זרח לויפט גלייך אריבער צום רב אין שטוב און פארציילט אים דברים כהווייתן‪ .‬און‬
‫זארגט אייך נישט ר' מאשקע וועט דעם פסק פונעם מרא דאתרא מוזן אויספאלגן והכול על מקומו יבא בשלום‬
‫ובשלווה‪ .‬און וואס וועט זיין אויב אבער האט ר' זרח ליידער מחשבות זרות ביים דאווענען‪ ,‬וועט ער נישט גיין דאס‬
‫פאר'מסר'ן פארן שטאט'ס רב‪ ,‬ער וועט זאפארט איינשפאנען דעם פיאקער און וועט זיך ארויסלאזן צום צדיק וועלכע‬
‫‪ .‬וועט אי''ה געבן די ריכטיגע הדרכה און אזוי ארום דערהייבן זיין גייסט העכער די אלע פוסטע מחשבות'לעך‬

‫איי וועט איר פרעגן‪ ,‬איך פארשטיי נישט וואס עפעס גייט ר' זרח פאשענען בשדות אחרים ער האט אזא חשוב'ן רב‬
‫באזוך אין שטאט‪ ,‬נו דער אוצר ליגט דאך ביי אים‪ ,‬וואס לויפט ער ביזן אנדערן עק מדינה צו 'זיין' רבי'ן‪ ?..‬ס'עפעס‬
‫??‪.‬שלעכט מיט זיין חשובע רב‬

‫אבער פארשטייט זיך אליין אז דאס איז קיין שום קשיא נישט‪ ,‬ווייל פונקט ווי יעדער דאקטאר אין א צווייטע פעלד‪ ,‬די‬
‫זעלבע איז מיט א רב לגבי א רבי‪ ,‬זיי טיען דאך און צוויי גענצליך אנדערע זאכן‪ .‬דער רב איז געמאכט פאר די‬
‫שטאט'ישע אלגעמיינע לעבן אנצוהאלטן דארט דאס מאקסיצום אידישקייט און זעהן אז אלע'ס זאל זיין אויסגעהאלטן‬
‫‪ .‬ע''פ הלכה והמסורה‪ .‬משא''כ א רבי איז געמאכט אויפצופלאמען דעם איידען נפש הפנימי פארן באשעפער‬

‫שטעלט זיך אבער אן אנדערע פראגע‪ ,‬וואס טיט זיך אין א פאל ווען דער זעלבער פערזאן דינט ביידע פונקציע'ס‪ ,‬אי‬
‫ער איז א רבי און אי ער איז דער מרא דאתרא אין שטאט‪ !?!?..‬דערויף איז אבער ווידער זייער פשוט דער ענפער‪ .‬אז‬
‫זיכער בעיקר וועט ער זיך מיזן אפגעבן בעניני דמתא און זיין דערמיט פארנימען רוב טאג‪ ,‬און די זעלבע וועלן זיינע‬
‫דרשות דארפן זיין אויפן סגנון וויאזוי א מרא דאתרא רעדט צו זיינע שטאט'ס‪-‬לייט )‪ -‬און נעמט אין אכט אז אזא‬
‫דרשה דארף אויך ר' חצקל דער בעל עגלא קענען פארשטיין‪ .(..‬און אויב וועט אויסקימען אז בלויז פריוואט ביי זוך‬
‫אין שטוב וועט ער קענען פראווען חסידים און זיי געבן הדרכה והתחזקות‪ .‬און אויב די אשכנז'ישע אידן אין שטאט‬
‫ועלן אים ערלויבן צו פירן שלוש סעודות וועט ער דעמאלט ווידער האבן א שטיקל געלעגנהייט צו רעדן דירעקט צו‬
‫זיינע חסידים און אויפלאקערן זייערע נשמות‪ ,‬און אויב וועלן זיי אים דאס נישט ערלויבן וועט ער נישט האב'דיג קיין‬
‫‪.‬ברירה מיזן בעל כרחו אויספאלגען‬

‫יעצט איז אזוי‪ :‬די ערשטע דור נאכ'ן בעש''ט איז כמעט נישט געווען איינגעפירט אז די חסידישע רבי'ס זאלן אויך זיין‬
‫דער שטאט'ס רב‪ ,‬וויבאלד חסידות האט זיך דאך מתחילה אנגעהויבן פון בלויז א קליינע קרייז חסידים ארום דעם‬
‫רבי'ן )כ'רעדט נישט דא פון די 'ארענדער'ס' וואס האבן געהאט די קרעטשמע'ס וואס דערפון איז געווען גאר אסאך‪,‬‬
‫כ'רעדט פון חסידים בני' עלי' ממש(‪ .‬שפעטער במשך הזמן‪ ,‬ווען חסידות האט זיך שטארק צושפרייט איז דאס שוין‬
‫יא געווארן מער און מער אז דער רבי איז געווען דער רב אין שטאט אויך‪ ,‬ווי למשל‪ :‬אין בעלזא איז דאך דער‬
‫‪..‬בעלזא'ער רב געווען דער שטאט'ס רב אויך‪ ,‬וכן בצאנז‪ ,‬ועוד ועוד‬
‫אצינד קימען מיר צי צום צווייטן טייל‪ ,‬מיטן שטעלן דעם נפקא מינה פון פוילן‪-‬רוסלאנד‪-‬גאליציע און אונגארן לגבי די‬
‫‪.‬אופן וויאזוי מען האט גע'קיקט אויפן רבי'ן‬

‫אין פוילן‪-‬רוסלאנד‪-‬גאליציע זענען די רבי'ס געווען בלויז רבי'ס‪ ,‬דהיינו‪ ,‬אז אפילו זיי זענען אין פאקט געווען רב אין‬
‫שטאט‪ ,‬זענען זיי אבער אין רעאליטעט געווען מער ''רבי'' ווי ''רב''‪ .‬וויבאלד סיי ווי זענען דאך רוב רובו פון די‬
‫שטאט'ס‪-‬לייט געווען חסידים פון דעם ספעציפישן רבי'ן‪ .‬וכמו בבעלזא וסאדיגורא וכדומה‪ ...‬דער צאנזער רב איז‬
‫מ'סתם געווען דער ערשטער וואס מען קען זאגן מיט א פיל מויל אז ער איז געווען סיי ''רבי'' און סיי ''שטאט'ס רב''‬
‫‪...‬במלאו מובן המילה‪ ,‬וויבאלד ער האט פאקטיש אויך זיך געפירט ווי ביידע‬

‫יעצט די אונגארישע רביים זענען געגאנגען אויף דעם שניט ווי דער צאנזער רב‪ ,‬און זיי זענען נאך געגאנגען ווייטער‬
‫אויך‪ ,‬דהיינו‪ ,‬זיי זענען געווען אסאך מער ''שטאט'ס רב'' ווי די חלק ''הרעביסטעווע''‪ ,‬ולדוגמה דער מונקאטשער רב‪,‬‬
‫דער קאשוי רב רבי שאול בראך‪ ,‬ובתוכם דער רבי זי''ע‪ .‬זיי האבן אלע איינגעזען אז אין אזא דור ווען א מבול פון‬
‫כפירה און מינות וויל'ן פארשלעפן דעם המון עם פון כלל ישראל פעלט זיך אויס צו זיין דייקה א ''רב'' וועלכע זאל‬
‫האבן א שפראך מיטן עמך איד כדי אים צו דערהאלטן ביים דרך הישן‪ .‬און זיי האבן אבער פארשטאנען אז אויב וועלן‬
‫‪ .‬זיי נישט פירן דעם שטאט מיט א שטארק האנט דעמאלט וועלן זיי גענצליך פארלירן זייער השפעה פון די פשוטי עם‬

‫אגב‪ :‬כדי צו פארשטיין אביסל גרינדליכער וויאזוי די אזוי גערופענע סאטמאר'ער גזע האט געארבעט לאמיר דאס‬
‫זאגן אין קורצן‪ :‬דער ישמח משה וועלכער איז שפעטער געווארן א חסיד דורך זיין איידעם דער ארי' דבי עלאה האט‬
‫ער אבער צווישן עולם בכלל נישט געפראוועט קיין חסידות ער איז געגאנגען כמעט אינעם זעלבן שניט ווי דער חתם‬
‫סופר ותלמידיו )דער ישמח משה מיטן חתם סופר זענען געווען מקושר טראץ וואס לויט ווי איך מיין האבן זיי זיך‬
‫קיינמאל נישט געטראפן פנים על פנים( און אקוראט אויפן זעלבן מהלך איז געגאנגען דער יטב לב מיטן אויפשטעלן‬
‫א ישיבה און מרבית תורה זיין פאר תלמידים הגונים וכדומה ‪ -‬והדברים ידועם‪ .‬משא''כ דער קדשות יו''ט איז דאך‬
‫געווען א פייערדיגער צאנזער חסיד האט ער דעריבער ממשיך געווען דעם דרך וואס ער האט געזעהן אין צאנז און‬
‫האט אויך אנגעהאלטן וויאזוי זיין טאטע האט זיך געפירט בעניני הנהגות הישיבה וכדומה‪ ,‬און אקוראט די זעלבע‬
‫האט זיך דער רבי זי''ע געפירט‪ ,‬דהיינו‪ ,‬ער איז געווען א שטאט'ס רב און געפירט די שטאט מיט א שטארקן האנט‬
‫‪ ....‬און צו די זייט מרביץ צורה געווען פאר בחורים‪ ,‬און ''בדרך אגב'' איז ער אויך געווען א רבי‬

‫לאמיר נאך דערציילן איין יסודות'דיגע מעשה און דערמיט וועלן מיר צוקימען צום פונקט‪) :‬כ'געדענק שוין נישט די‬
‫ארומיגע דעטאלן פון די מעשה פינקטליך‪ ,‬ומי שיודע המעשה בפרטיות נא לכותבו( דער רבי זי''ע איז אמאל געווען‬
‫באזוכן אין תורה ודעת או בבית מדרש העליון און עס האט זיך דארט אנגערופן איינע פון די גדולי ליטא )‪-‬שכחתי‬
‫שמו( פארן רבי'ן אז פון אט די ישיבה קומען ארויס די גדולי ישראל פארן קומעדיגן דור‪ ,,‬האט דער רבי רעאגירט און‬
‫זיך אנגערופן '''''אצינד דארפן מיר זעהן אויפצושטעלן א כלל ישראל נישט קיין גדולי ישראל'''''' )‪-‬שכחתי הלשון בדיוק‬
‫‪.‬ממש אבל בערך כזה היתה(‬

‫נו‪ ,‬וואס דארפט איר דען מער‪ ...‬איר האט דאך דא הודעת בעל דין שהוא כמאה עדים‪ .....‬דער רבי האט דאך דא‬
‫קלאר מודיע געווען אז ער זוכט נישט צו זיין קיין ''רבי'' וואס געט זיך בדרך כלל אפ בלויז מיט עניני עבדות ה'‪ ....‬ניין‬
‫ער וויל דייקה זיין א ''רב'' וואס דארף זעהן א ס'זאל פארבלייבן א כלל ישראל‪ !!!.‬ואין מלך בלא עם ‪ -‬אנע כלל ישראל‬
‫וואס באשטייט פון חצקל בעל עגלא'ס ביז די גרעסטע בני' עלי'ס‪ ,‬וואס האבן מיר פון גדולי ישראל???!! גדולי‬
‫‪?!?!.....‬ישראל‪ ,,‬פארוועם אויב ס'איז נישט דא קיין פשוטע כלל ישראל‬
‫בקיצור א מעשה‪ ,‬מ'קען פון די ענין רעדן און שרייבן טעג און נעכט און קיינמאל נישט פערטיג ווערן‪ ,‬כ'האף דער עולם‬
‫‪...‬דא פארשטייט דעם כאפ וואס כ'פרוביר דא ארויסצוברענגען‬

‫עכ''פ אין איין ווארט‪ :‬וואס איז דער טייטש פון דאס ווארט סאטמאר‪ ??.‬דער רבי זי''ע האט דאך נישט געפראוועט‬
‫קיין חסידות אזוי ווי אין אנדערע חצרות‪ ,‬בעסער געזאגט 'סאטמאר' איז בכלל נישט געווען קיין רבי'שע הויף‪ ,,‬אך‬
‫בכלל נישט‪ ,,‬מען האט זיך טאקע געפירט חסידיש‪ ,‬מ'האט דאך געזאגט הודי פאר מנחה און געדאווענט שפעט‪,‬‬
‫אבער ס'זאל זיין א 'חסידות' מיט'ן נאמען סאטמאר אדער ווי מאנכע רופן דאס 'בית סיגוט‪-‬סאטמאר' מאן דכר‬
‫שמיה‪ ...‬ס'עקזעסטירט פשוט נישט אזא מין חסידות‪ ...‬קענסט עס רופן אז מ'האט זיך געפירט אויף די וועגן פונעם‬
‫צאנזער רב לגבי עניני חסידות און ווי דעם חתם סופר בעניני הרבצת התורה און ווי בעלזא בעניני מלחמה נגד‬
‫הציונים‪ ,‬וכדומה וכדומה‪ ...‬אבער סאטמאר זעלבסט האט נישט קיין שום שייכות צו ''חסידות'' עס איז סך הכול דער‬
‫סימבאל פון א אונגארישע גרויסע שטאט וואס דער שטאט'ס רב האט איבערגעלעבט דעם קריג און האט‬
‫‪.‬איבערגעפלאנצט דעם שטאט סאטמאר דא אין אמעריקע‬

‫לפי זה קומען מיר צו‪ ,‬אז סאטמאר איז בלויז א אויסדריק וואס מען ניצט פאר א חלק אין כלל ישראל וואס גייען נאך‬
‫!!‪ .‬אקוראט אויפן זעלבן דרך ישראל סבא ווי פון פארן קריג‪ .‬סאטמאר איז דער טייטש כלל ישראל‪ ..‬פינטל‬

‫סאטמאר איז נישט קיין דרך בעבדות ה'‪ ,‬נישט קיין דרך הלימוד‪ ,‬נישט קיין דרך בחסידות‪ .‬סאטמאר איז נישט מער‬
‫ווי א שירעם אונטער וועלכע עס קלאמערן זיך אלע סארטן אידן וואס זיכן צו זיין די זעלבע ווי אזוי מיר האבן‬
‫אויסגעזעהן בעפארן קריג אין א ריזיגע אידישע שטאט צוגעשטעלט אלע'ס אויפן העכסטן סטאנדארט בכשרות און‬
‫‪ ...‬אפגעהיטן פון די מבול פון כפירה און מינות וואס פארפלייצט די וועלט בכל יום ויום קשה מחברתה‬

‫די רבי זי''ע פלעגט קיינמאל נישט הייסן לערנען דייקה א ספעציפישע ספר אדער לימוד‪ ,‬ער פלעגט זאגן אלע'ס איז‬
‫גיט‪ ,‬אלע'ס איז שיין‪ ,‬מען זאל פון איבעראל לערנען דער עיקר מ'זאל אבער לערנען‪ ..‬אדרבה שאל אביך ויגדך וועט‬
‫איר געוואר ווערן‪ ,‬אין סענ'ס טריט האבן זיך געפינען אלע ספרים פוילישע‪-‬רוסישע‪-‬גאליציאנע‪ ,‬און יעדער ווי ער האט‬
‫געטראפן דעםגעשמאק האט ער דארט עוסק געווען‪ ...‬מען האט טאקע אויך געלייגט א שטארקע דגוש אויסצורייסן‬
‫ציונית וואס דעמאלט געווען א געפערליכע נסיון וויבאלד דאס איז געווען א כלליות'דיגע צרה פאר גאנץ כלל ישראל‬
‫‪.‬און אזוינ'ס ליגט דאך ווי אויבן דערמאנט אויפן שטאט‪-‬רב'ס פלייצע'ס‬

‫בקיצור‪ ,‬כ'מיין כ'האב שוין מער ווייניגער געדעקט די נושא‪ ...‬כ'האב עס שוין נישט קיין כוח נאכאמאל איבערצוקיקן‪..‬‬
‫והוא רחים יכפר אויב כ'האב פארזעהן ארויסצוברענגען די זאך מיט געניג פרטים‪ .‬כל זה כתבתי במהירות מאוד‬
‫!‪.‬ומצפה שתבין ככוונתי‬

‫און מיט דעם אלע'ם קומען מיר צוריק צו פארענפערן פארוואס דער גר וויל דאס מערסטע זיין א סאטמאר'ער‪ ,,‬זייער‬
‫פשוט‪ ,‬וויבאלד איבעראל גייט מען אים זאגן‪ :‬העי‪ ,‬אנטשולדיג‪ ,‬דא גייט מען מיט אזא מין היט‪ ,‬מען לערנט דייקה‬
‫דאס און דאס‪ ,‬דער גארטל דארף זיין געדרייט דייקה אזוי‪ ,‬דארםסט קימען צום טיש יעדע שבת‪ ,‬דארפסט קימען‬
‫יעדע'ס מאל וואס דער רבי מאכט א שמחה‪ ,‬א‪ .‬א‪ .‬וו‪ .‬משא''כ אין סאטמאר קענסטו טיען וואס דו ווילסט דארפסט‬
‫!‪..‬נאר זיין ''איין'' זאך ‪ ----‬א ערליכער איד‬
‫כ'האב לכתחלה אויך געהאט געפלאנט אויך דורך צוגיין די חלק פארוואס דייקה אונזער מהלך פון גיין בפשטות{‬
‫האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דאס בעסטע מהלך אנצוהאלטן אידישקייט‪ ,‬אבער היות כ'וועל דערמיט מוזן‬
‫פארשטיין געבן די געוואלדיגע דורכפאל פון געוויסע אנדערע הויפן וואס האבן במשך הזמן אויסגעגליטשט‪ ...‬שוין‪,‬‬
‫שוין‪ ,‬כ'רעדט שוין צופיל‪ ...‬בקיצור‪ ,‬יעדער פארשטייט אליין אז משום כבוד המקום וועל איך נישט קענען בכלל‬
‫}‪.‬אריינגיין אין די נושא‪ ,‬והמבין יבין הכל מעצמו‬

‫)‪.‬אויב וויל דאס דער עולם האבן למשמרת ‪ pdf‬איידער מהייבט דא אן מעקן זאל מען זעהן צו מאכן א(‬

‫*‬

‫‪:‬תגובה של מה אנו((‬

‫שלום עליכם יודן קודם כל יישר כח אוהב שלום‪ ,‬דו האסט אנגערורט א העכסט אקטועלע אבער פארט פארשווייגטע‬
‫‪ .‬נושא‪ ,‬איך בין נישט קיין מומחה אין כתיבה בכלל און יודיש טייפן בפרט לכן אבקש סליחה על אריכות הלשון‬

‫ראשית כל לדעתי האט דיין אשכול אזוי נושא חן געווען מטעם די אמתדיגקייט שבו‪ ,‬מען שפירט נישט אינעם פעדער‬
‫קיין שום אנגעגעסנקייט‪ ,‬גערעגשאפט‪ ,‬אגענדע וכדו׳ וואס מען איז געוואונט צו שפירן ווען רובא דרובא מענטשען‬
‫רעדן אדער שרייבן איבער דעם נושא‪ ,‬נאר פשוט א קלוגער איד שמועסט זיך אויס ווי אזוי ער זעהט א זאך היינט‬
‫אנדערש אדער בעסער געזאגט פינקט פארקערט ווי ווען ער איז יונגער געווען‪ .‬אויב איך מעג וועל איך אביסל‬
‫‪.‬אויסקלארן וואס אקוראט דער נושא איז דא‬

‫אוהב שלום רעדט נישט פון איינעם וואס איז סתם אן אומבאלערנטע פארלאשענע נשמה ה׳י וואס כדי זוך צו‬
‫בארואיגן זיין געוויסן נעמט ער זיך לאכן פון הוריו ומוריו אין פינעם ״קאראפטעד סיסטעם״ ‪ ....‬ניין מיר רעדן נישט פון‬
‫איהם ער דארף א באזונדער אשכול והנה למעשה לאמיר גיין גראד צום ״שרייבער׳ס״ נושא און נישט צום גרויסן‬
‫ציבור וואס האט נישט פינקטליך געכאפט וואס כבוד הרב אוהב שלום האט גאוואלט‬

‫קודם כל אוהב שלום ליבער איך האב מיר געזעהן אין יעדען ווארט דיינעם ממש איך האב אויך געהאט די נסיעות אין‬
‫! דיין איצטיגער מסקנה איז הייליג אמת איך דענק ווי דיר א מילליאן פראצענט פעריאד‬

‫איך וואלט אבער יא געוואלט ערווענען און בעטען כ״ת צו שרייבן וואו הייבט זיך די אויפגעקלערטקייט אן ? היות אז‬
‫אונזער טבעיים און מהלך המחשבה איז היבש בנמצא היינט‪ ,‬און פיל גייען נישטערן און זיכן‪ ,‬און הייבן אן זייער יונגן‬
‫לעבען מיט דעם הרגש אז מיינע עלטערען אין רעב׳ס זענען נעבעך געווען א באנדע ‪ ......‬און נישט יעדער כאפט זיך‬
‫אויף אזוי ווי כבוד הרב אוהב שלום‪ ,‬אשר על כן איז זייער וויכטיג צו זעהן וואס איז די הויפט סיבה אז א בחור‪,‬‬
‫יונגערמאן זאל בכלל אנפאנגן א סלקא דעתך אז ער וויל עפעס מער אין טיפער פון זיין פאטער‪ ,‬צו איז נישט דא א‬
‫בחינה במקצת פון אבל אשמים אנחנו‪ ,‬טאקע יא אויף אונזערע חשוב׳ע מחנחים פון די מ׳ און נ׳ יארן לאמיר גוט זוכן‬
‫און טרעפן ווען און פארוואס הייבט דער בחור׳ל אן צו לאכן אדער מער איידל געזאגט וויניגער ארויף קוקן הוריו ומוריו‬

‫ביטע ליין און זיי מגיב דעתך‬


‫לדעתי איז דאס נישט סתם ווען א שארף בחור׳ל הייבט אן טועם זיין א טיפער פארשטאנד בלימוד או בענייני עבודה‬
‫און ער זעהט פלוצלונג זיין טאטענ׳ס ארימען דעת‪ ,‬און מחשבת זלזול הייבט אן צו נאגן‪ ,‬ניין און נאכאמאל ניין לויט‬
‫מיין קליינע אנקעטע איז מיר אויסגעקומען אז איז דא אפאר נקודות וואס זענען קודם גורם דעם מחשבת זלזול זאל‬
‫זין אריינזעצן אין דעם גוט קעפל‪ ,‬און דעער מחשבה והחלטה שטיפט און יאגט איהם צו גיין זוכן לומדות‪ ,‬מחשבה‪,‬‬
‫עבודה‪ ,‬אד׳ג והיות דער יסוד פון זיינע ידיעות און הורעוואניע איז אבער געבויעט אויף דעם זלזול‪ ,‬איז יעדע נייע זאך‬
‫וואס ער לערנ׳ט ווערט באלד נאך א קויל אויף זיינע עלטערען‪ ,‬און ברען שטאף פאר זיין גיאות‪ ,‬ממילא קען ער טאקע‬
‫‪ .‬לערנען און עוסק זיין אין די טיפסטע און הייליגסטע עניינים אבער זיין יראת שמים וואקסט נישט‬

‫די נקודות פון וואס איך רעד איז גאנז היימיש און באקאנט און מען הערט דאס כסדר נאר מיט שינוי נסחאות וחילופי‬
‫גרסאות זה בכה וזה בכה‬

‫מאכן פונעם טפל אן עיקר מיט א הפלא׳דיגן אומנות סיי בענייני הלכה סיי בענייני עבודה‪ ,‬ממש דורעכ׳ן גאנצן‬
‫יודישען קאלענדער איז מען נישט נאר נישט פארנומען מיט די עומקי וטעמי המצוות והזמנים‪ ,‬נאר מען קומערט זיך‬
‫‪ ,‬קוים מיטן פשוט׳ן אמונה אינעם בורא עולם‪ ,‬אין מען איז גאנץ ווייניג אינעם פשוטן טעם ביסוד קיום המצוות‬

‫והנה החודש הראשון איז דער הייליגער יו׳ט פסח לאמיר זיך אמתדיג באקלערן צו האט מען בעיקר עוסק געווען‬
‫בענייני אמונה ויר׳ש וואס דער יו׳ט דארף אונז צו לערנען אדער הערט מען נאר אז ביי אונץ מישט מען זיך נישט! ביי‬
‫געציל עסט מען יע פיש צו נישט? לעבעדיגע צו דערהאגעטע ? א מומע הייסט זיך מישן ? קאווע? ציקער? מ׳האט‬
‫גענומען דאס גאנצע נשמה פונעם יו׳ט אין דאס אריינגעלייגט אין א זייטיגען ענין פון חומרות און מנהגים‪ ,‬און אויך‬
‫בנוגע ההלכה דא זעהט ער זיין טאטן מדקדק זיין אויף ער׳פ מצות דוקא רחיים של יד אבער דא דער אכילת מצה‬
‫פאר חצות האט עקספייערד‪ ,‬שבועות איז מתן תורה? פנים בפנים ? טהרה עליונה? שתי הלחם? ניין אויף זיין‬
‫ביינאכט‪ ,‬נישט רעדן ביז כתר‪ ,‬און יא דער גרויסארטיגער מיליכיג פארטי‪ ,‬ראש השנה‪ ,‬קבלת מלכותו? חידוש‬
‫המלוכה? נישט ממש רונדיגע בארכעס‪ ,‬ווייסע טיכלעך‪ ,‬געקעסטעלטע לאקשן ‪ ,‬סימנים‪ ,‬ארומלויפן ס׳גאנצע שטאט‬
‫אנוואונטשען לשנה טובה‪ ,‬דאוואנען ביז זייגער זעקס‪ ,,‬סוכות מאכט מען פיל א גרעסערן מצב פון די אושפיזין ווי‬
‫איידער פונעם חג האסיף ווי אויך איז דא א גאנצע שומחה צו עסן דייקא ווען עס גיסט אין יא מיר זענען הדיוטים‬
‫חנוכה ווייסן אפילו די קליינווארג שוין אז מען דארף קוקן אויף די לעכט א האלבע שעה‪ ,‬אבער טבע צו השגחה‬
‫פרטיות‪ ,‬חכמת חיצוני אדער חכמת התורה‪ ,‬פון דעם רעדט נאר עפעס אזוי בעקיפין אויב ס׳קומט פונקט אויס צו‬
‫פארענטפערן דעם הייליגען בית יוסף׳ס קשיא‪ ,‬וכהנה וכהנה איז מען פארנומען אגאנץ יאר מיט די טפלים וואס‬
‫יעדער ענין אדער מנהג האט טאקע א פשט‪ ,‬א טעם‪ ,‬אין אוודאי איז עס אן ענין של קדושה‪ ,‬אבער ס׳איז עפעס‬
‫געווארן אז פון דעי ענינים מאכט מען א גאנצן עיקר און א טראסק און פון יסודי הדברים מאן דכר שמי און איך רעד‬
‫נישט פון פון יסודות פון כתבי אר״י איך רעד פשוט פשט אין א מצוה‪ ,‬אין א שבת‪ ,‬אין א יו׳ט‪ ,‬געבויעט אויף חומש‬
‫רש״י רמב׳ן אד״ג דברים המתקבלים על לב השומע פון דעם דערמאנט מען נישט קיין ווארט! איך מיין אז דו‬
‫פארשטייסט וואס איך וויל‪ ,‬יעצט אזוי דא הייבט שוין יא דער של ראש צו דריקן הזאת נעמי? דאס איז כי הוא‬
‫חכמתכם ובינתכם ? ער הייבט אן צו פרעגן אמאל בפה וביותר בלב וואס גייט דא פאר?? באלד הייבן די עלטערען‬
‫אדער צו וועם אימער ער ווענדט זיך צו גיין אויף אפענסיוו ״נא דו רעדסט אויף מנהגי ישראל ? דו ווייסט ווי מען קען‬
‫אנקומען? דו ווייסט ווער האט געפרעגט אזאלעכע קשיות ? און יא פיפיאשע רבי האט קלאר געזאגט אז נאר מיט‬
‫מייערן צימעס און קרעפלעך וועלן מיר דעם גואל ברענגען״‪ ,‬דער בחור הערט ער שווייגט אבער ניין ער איז נישט‬
‫איבערצייגט‪ ,‬ער איז נישט צופרידן‪ ,‬זיין שכל לאזט נישט מודה זיין אז פאר דעם זענען זיך שמים וארץ צאמגעלאפן‬
‫ביים מעמד הנבחר‪ ,‬ממילא ווען דער בחור טרעפט זיך מיט סיי וועלכע הבנה בין בספרי הפשט כגון העמק שאלה‪,‬‬
‫מלבי׳ם‪ ,‬רש״ר הירש וכד׳‪ ,‬בין בספרי ביאורי החסידות הייבט ער אן צו פילן א טעם‪ ,‬אן אור‪ ,‬א געשמאק און יא דער‬
‫מחשבת זלזול גריבלט זיך ווייל שוין יארן וואס ער זוכט דאס ער‪ .‬שפירט מען האט אים עפעס געפעללשעוועט‬
‫נאך א פרט איז זייער מצוי ביי אונץ אז נישט נאר ער זעהט דעם טאט׳ן א חוסר הבנה‪ ,‬נאר פון די אנדארע זייט‬
‫זעהט ער ווי זיין טאטענ׳ס התלהבות און חיצוניות איז א מייליאן ליכטיארן ווייט פון זיין פנימיות‪ ,‬וואס שטיפט מיין‬
‫טאטע? אונץ חסידים ווייסן זייער וויאזוי נאכצומאכן‪ ,‬ער ציעט׳צעך אן דעם רעשוואלקע און פאפירט ביי מזמור שיר‬
‫ליום השבת אדער דעקט זיך מיטן טלית ביי שבח‪ ,‬והנה ער איז רבי ר׳ מילך אליין‪ ,‬ער וויינט ווי די רבי האט געוויינט‪,‬‬
‫טאנצט ווי און ווען די רבי האט געטאנצן‪ ,‬און איז אנגעצויגן הושענא רבה ווייל די רבי איז געווען אנגעצויגן‪ ,‬און דער‬
‫בחור זעהט דאס עפעס פאר א נאקעטע זאך‪ ,‬ער פילט זיך נישט קאמפארטעבל דערמיט‪ ,‬עס האט אים נישט קיין‬
‫חן‪ ,‬ער האלט עס איז פאלש‪ ,‬און יא ער קוקט עס אראפ וויל נישט דאס מיינת תמימות‪ ,‬מ׳קען זיין א תמים און קענען‬
‫חובת הלבבות‪ ..‬וליבי אומר לי אז דערפאר וועסטו טרעפן ביי אונץ פיל מעהר מיט דעם אויפגעקלערט אישו ווי ביי די‬
‫פשוט׳ע אשכנזישע אידן‪ ,‬פארוואס? וויל ביי זיי א פשוט׳ע יוד איז טאקע פשוט ער פליט נישט אין הימל‪ ,‬א שבת‬
‫סעודה איז א שיינע משפחה פארברענג )אדער אפילו א שלש סעודות‪ ( ..‬נישט א רבישע טיש שפול ער פארגלייזט‬
‫נישט די אויגן ביי קידוש און קנייטש נישט דעם שטערן ביי די פיש קריספי חלה און קאטשעניו און אזוי איז ער אגאנץ‬
‫יאר און פון די אנדערע זייט איז ער היבש יסודות׳דיג און הלכה׳דיג אן די אלע ענינים ומנהגים און אפילו די מנהגים‬
‫שרובם לפי הרמ׳א מאכן זיי‬

‫אבער נישט אזא ריזיג עסק פון דעם‪ ,‬און דער בחור זעהט א טאטן וועם ער פארשטייט‪ ,‬ער אסאסיעט מיט איהם‪.‬‬
‫נישטא קיין טויזענט קשיות‪ ,‬און אפילו ער הייבט אן טרעפן מעהר‪ ,‬איז דאס נישט געטריבן דורך א זלזול‪,‬צום אויספיר‬
‫לדעתי זיין פארנומען מיט די טפלים אויף אן אופן קבע און קיינמאל קיין פשוט׳ע יסודות און נאכדערצו זיך‬
‫אוועקשטעלן פיל פיל העכער ווי מען האלט באמת גייט נישט ארבעט׳ן צווישן פשטות און טפשות איז א חוט השערה‬
‫אבער די מרחק איז כרחוק מזרח ממעריב און ביי די אמאליגע אינגערישע יודן זענען יסודות געווען אלף ליידער נאכן‬
‫קריג זענען מטושטש געווארן היות נאר דאס יוגנט איז פארבליבן אן קיין געהעריגן אישיות׳דיגן מורה דרך ממילא‬
‫תתתכל בתלמידי ר׳ מיכאל בער ז״ל ותתבונן וד׳ל ודו׳ק‬

‫נאך א נקודה איז ראסיזם אינז זעמער היימיש!!! און א קנייטש היטל וואס דאוונט שבת אכטע‪ ,‬מעג קענען ש״ס און‬
‫פוסקים און זיך מוסר נפש זיין על קלה כבחמורה‪ ,‬אבער סארי ביסט פארט נישט היימיש ביסט צווייט קלאסיג )דער‬
‫ענין איז אין די לעצטע צענדליג יאר בעסער( די עטטיטוד איז א קיללער ווייל מען וואקסט אויף אין מען זעהט דעם‬
‫טעות לייקנט מען ביז ארויף ה׳י‬

‫איז ממילא זייער וויכטיג צו געדענקען אז דעם פשוט׳ן מהלך איז זייער שיין און גוט אבער עס מיז זיין יסודות׳דיג‪,‬‬
‫הלכה׳דיג‪ ,‬אויסגעהאלטן‪ ,‬און אוודאי אמת׳דיג‪ ,‬נישט פארדרייען יוצרות מיט זייטיגע אדער אפילו מיט העכערע זאכן‬
‫‪,‬וואס באלאנגט נישט צום פשוט׳ן יוד‬

‫אזוי אויך נקודה ב׳ מאכט נישט דעם מצב פון ״אונזער דרך״ ״היימיש״ אד״ג‪ ,‬זשאסט לעב און פיר דיך וואו אונזער‬
‫דרך‪ ,‬רעדט נישט אזויפיל דערפין‪ ,‬און יא ״ציטער פון אפילו א ״פיטזי עבירה׳ אזוי ווי די רבי ז״ל יודן‪ ,‬ווער געדענקט‬
‫ווען ביי אונזערע טאטע׳ס איז אנקומען צו א מנין מנחה וואו דער בעל תפלה האלט ביי תנו רבנן‪ ,‬שוין געהייסן זיך‬
‫)) מיטגעכאפט?? אוי ווי קומט מען אן צו זייער יראת שמים! מי יתן והיה‬

‫*‬

You might also like